וואס האב איך פון מיין לעבן ?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 11:26 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך וויל דא בקיצור מעורר זיין, אז די פותח האשכול האט אפילו נישט געבטען קיינעם דא פאר קיין הילף....!!!

ער האט פשוט דא געשריבן זיינע געפילן, ער האט דא געבעטן, אז ווען א חבר בעט הילף, זאל מען איהם געבן הילף און נישט עצות...

אבער די חברים דא האבן יא דערהערט וואס מען מוז טוהן, און די חברים דא האבן געעפענט די פאנד.

זאל די אלע זכותים ברענגן ברכות עד לרוב צו אונזער ידיד, הפותח האשכול, און צו אלע אידן.


והיה טרם יקראו ואני אענה
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
שיך פון גאלד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:40 pm

תגובהדורך שיך פון גאלד » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 7:20 am

mmn האט געשריבן:
שיך פון גאלד האט געשריבן:.....ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ

וכו' וכו' וכו' וכו' .


איך בין געווען אין א ענליכע מצב נאכן קויפן מיין הויז... קודם ברויך מען דאנקן אז די האסט געקענט קויפן די הויז רוב קענען נישט חלומען דערוועגן
וויס איך האב געטון איז געפנט 0 apr קארטלעך און נאכן יאר געריקט צי מיין ווייב יעצט איז עס שוין צירוק צי מיין נאמען מיט זיין שילדוג נאר נאר אפאר טויזענט


שנאפס האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט א ריפיינענס?


מען ארבעט שוין די לעצטע שטיק צייט אויף א ריפיי.
מען האלט אינמיטן די סימא פראסעס (וואס קען נאך נעמען א שיינע פאר וואכן), און אחרי ככלות הכל וועט עס סעיוען 300 צי 400 דאלאר א חודש.
פארדערווייל ליגן ביידע נעמען אויף די לאון ממילא קען מען נישט שפילן און בארגען אויף איין נאמען, חוץ המעשה וואס כדי צו קענען אנהייבן און אז דער סקאר זאל זיין ראוי דערצו האט מען געדארפט אנקומען צו 14 אלפים באָרג אפציווישן באלאנסעס וואס זענען געלעגן אויף די קארטלעך (דאס האב איך ב"ה באקומען פון איינעם צייטווייליג ביז דער לאון גייט דורך)

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 12:06 pm

$7,465

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 12:32 pm

געגעבן בה. געטרייט צו געבן ערב נאר נישט געהאט עקסעס יעצט אין אפיס האמער ברוך השם זוכה געווען.

אוי טאטע קוק אין זע וואס דא טיט זיך. אידן האבן זיך אויס געשטרעקט זייער האלז (קארטל) פאר א ברידער וועם זיי קענען בכלל נישט אין ניטעמאל זיך נאך געפרעגט צו יענער איז ווערט. - געגעבן אנע חשבונות -
טאטע בייצאל אונז צוריק פונקט אזוי געב אונז א גוט יאר אן נאך קוקען צו אונז זעמער ווערט. - געב אנע חשבונות -

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:43 pm

זיך יעצט משתתף געווען.

אנבעליוועבל וואס כלל ישראל איז!
זאל דער אויבערשטער העלפן אז פונקט ווי מיר אלע דא האבן מקיים געווען דעם "כל הפושט יד נותנין לו" זאל ביי אונז אלע דאס צוריק מקוים ווערן מלמעלה במידה גדושה בכפל כפליים!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:47 pm

מען האלט שוין קרוב צו שמונת אלפים!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:58 pm

ח.png
ח.png (219.58 KiB) געזעהן 2293 מאל

yalah
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » זונטאג אוקטובער 06, 2019 6:35 pm

דברי חיזוק לפותח האשכול ולכולנו:


אדם אחד נוסע ברכבו בסוף היום,

מרגיש שחייו על הפנים מכל בחינה שהיא.

הפרנסה דחוקה.

הבוס מעצבן.

בבית יש לחץ ועצבים- לא ממש מרגיש שזה מקום מזמין עכשיו....

אלף ואחת משימות אינסופיות לעשות.

לא מרגיש מוערך.

חסר מוטיבציה לחיות....

נמאס לו מהכל.

מרגיש חסר משמעות.

מן יום שחור כזה ודפוק....

וככה,

תוך כדי נהיגה פונה לבורא עולם ואומר לו-

די!

נמאס לי.

אתה יכול! מה 'כפת לך לתת לי חיים חדשים??? חיים אחרים???

והנה בורא עולם עונה לו-

וואלה,
אתה בר מזל.

הגעת בדיוק הזמן הנכון.

היום! זו ההזדמנות שלך.

אבל,

אתה יודע.... יש לזה מחיר....

ויען האיש ויאמר- אין בעיה. כמה זה עולה?

- כמה יש לך?

- 20$ בכיס.

- זכית! זה בדיוק מה שזה יעלה לך! 20$.

- אמממ....
רגע. אבל אתה משאיר אותי בלי כסף בכלל.... איך אוכל לתדלק כדי ליסוע ברכב?

- אהה...
אני שומע שיש לך רכב.

טוב, אז תשמע.

יש לי חיים חדשים בשבילך.

וזה יעלה לך 20$ + רכב.

- אמממ

רגע, אז איך אוכל להגיע לעבודה בלי הרכב????

- אהה.....

יש לך גם עבודה?

אז ככה, העלות היא- 20$, רכב + עבודה.

- אויש!

אז איך אוכל לפרנס את המשפחה? אשתי והילדים???

- קבל תיקון.
העלות לחיים חדשים תהיה 20$ , רכב, עבודה +אישה וילדים.

- מיואש לגמרי.....

מה אני אעשה עם המשכנתא????

- פשש.... אני שומע שיש לך גם בית!

נהדר!!!

20$+ רכב+ עבודה+ אישה וילדים + בית

- אהה.....

(הבין את הרעיון.... מפחד לומר מילה נוספת)

- או. קי.

אז ככה, תראה- יש לך 20$ שלי אצלך בכיס, כן?

הם שלי.

לא שלך.

עכשיו, אני מבקש ממך שתשמש ב20$ אך ורק למה שאני רוצה.

כי זה שלי, כן?

הרכב שלי נמצא אצלך עכשיו, נכון?

יפה!

זה ממש דומה לרכב שהיה לך, אתה מכיר אותו. אבל עכשיו הוא לא שלך....

אני מבקש שמעכשיו, ברכב *שלי* תיסע אך ורק לאן שאני רוצה שתיסע.....

בעבודה- תעבוד אך ורק על פי החוקים שלי....

את האישה והילדים- הם שלי עכשיו, נכון?

אז תנהג בהם בבקשה כאישה וילדים שלי. לא שלך....

הבית?
זוכר?

הוא עכשיו שלי.

אז תשתמש בו על פי החוקים שלי...

והנה,

יש לך חיים חדשים.

צא לדרך....

בהצלחה!!!!

(מתוך הרצאה של הרב טאוב מניו יורק ביום חמישי האחרון).

להחזיר את הבעלות של העולם למקומה האמיתי.....

שבוע טוב וגמר חתימה טובה!!!!
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג אוקטובער 06, 2019 7:58 pm

געלעגער האט געשריבן:עפעס א מין דעפרעסיע פון אן אשכול.
וואס האסטו פון דיין לעבן? האסט א ווייב? האסט קינדער? דו דינסט דעם באשעפער יעדן טאג? דו טוסט מצוות? ביסט געזונט? איי מין סיריע לי, געלט איז אסאך און מ׳קען ניצן דערפון א טאן! אבער דאס זאל דיפייען דיין לעבן? טויזענטער מענטשען גייען דורך שוועריגקייטן מיט געלט אישוס. אלזא? איז דאס לעבן נמאס?
וכו'


ממש א געשמאק צו ליינען אייער תגובה.
עד כדי כך, אז א איד פארשטייט אפילו נישט וואס עס מיינט נישט צו האבן קיין געלט, ב"ה, הלוואי ביי אלע אידען.

לאמיר אייך אביסעלע פארציילן.

קומט א איד אהיים, (לאמיר אפילו זאגן אז מ'רעדט פון אן אייגענע הויז) האט קיין עין הרע א שטוב פיל מיט קינדער, און איינער האט שוין ברוך השם לעצטענס חתונה געהאט, און פאר'ן צווייטען רעדט מען יעצט די בעסטע שידוכים אויפן מארק. אלע קינדער געזונט, יא, איינער האט נעכטן טאקע געהאט פיבער, און האט נישט געלאזט שלאפן ביינאכט, א צווייטע דארף אביסל טערעפי, אבער ב"ה אלס נאר געזונטער פראבלעמען.
אזוי קוקט אלעס אויס שיין און גלאנצענדיג.
וואס נאך קען א מענטש בעטן?

אבער. אויב חלילה דאס איד וואס גייט איהם אזוי גוט האט אבער נישט מיט וואס צו דעקן זיינע הוצאות רח"ל, אויב איז ער שולדיג געלט פאר מענטשען וואס לאזן נישט קיין מנוחה (אדער טאמער איז ער א איד וואס קען נישט זיין קיין לוה רשע נאכ'ן זמן פרעון - לאפוקי געוויסע אומ-מענטשן וואס יעדער פון אונז קען). ליידער ווען ער קומט אהיים, און זעהט א לעקטער ביל, מארטגעדש, אדער אפילו א קינד ווייזט איהם א צעטל אז מארגן דארף ער א נייע חומש/גמרא (יא. זאג נאכאמאל ברוך השם, געזונטערהייט אנגעקומען צו נאך א טרעפל אין א אידישער נחת'דיגע לעבן), אויב קען ער דאס נישט באצאלן, ווערט א מענטש פאר'דראג'ט און מ'קען נישט טראכטן גראד.

ליידער קען מען נישט הנאה האבן פון אלע גוטע זאכן, ווען מ'האלט ביי אזא מצב.

למשל. נאכ'ן אויף זיין 48 שעה און איין צו, ביטערע היצן אן קיין טרינקען (ווייס איך וואס, געשטראנדערט אינטערוועגנס וכדומה). דאס מויל לעכצעט נאך א גלעזל וואסער, און אפילו ווען איינער ברענגט דיר דאס וואסער, מיט א באקוועמע בעט אין א זייטיגער צימער, קען מען צו דיר רעדן וועגן דיינע גוטע זאכן וואס דו האסט אין לעבן? דיין קאפ איז דאך נישטא בכלל, האלב פארשלאפן און די אנדערע האלב פאר'חלש'ט, ווי קענסטו בכלל טראכטן פון וואס מ'זאגט דיר.

בקיצור. זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין. געזונטערהייט.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:00 pm

yalah האט געשריבן:דברי חיזוק לפותח האשכול ולכולנו:


אדם אחד נוסע ברכבו בסוף היום,

מרגיש שחייו על הפנים מכל בחינה שהיא.

הפרנסה דחוקה.

הבוס מעצבן.

בבית יש לחץ ועצבים- לא ממש מרגיש שזה מקום מזמין עכשיו....

אלף ואחת משימות אינסופיות לעשות.

לא מרגיש מוערך.

חסר מוטיבציה לחיות....

נמאס לו מהכל.

מרגיש חסר משמעות.

מן יום שחור כזה ודפוק....

וככה,

תוך כדי נהיגה פונה לבורא עולם ואומר לו-

די!

נמאס לי.

אתה יכול! מה 'כפת לך לתת לי חיים חדשים??? חיים אחרים???

והנה בורא עולם עונה לו-

וואלה,
אתה בר מזל.

הגעת בדיוק הזמן הנכון.

היום! זו ההזדמנות שלך.

אבל,

אתה יודע.... יש לזה מחיר....

ויען האיש ויאמר- אין בעיה. כמה זה עולה?

- כמה יש לך?

- 20$ בכיס.

- זכית! זה בדיוק מה שזה יעלה לך! 20$.

- אמממ....
רגע. אבל אתה משאיר אותי בלי כסף בכלל.... איך אוכל לתדלק כדי ליסוע ברכב?

- אהה...
אני שומע שיש לך רכב.

טוב, אז תשמע.

יש לי חיים חדשים בשבילך.

וזה יעלה לך 20$ + רכב.

- אמממ

רגע, אז איך אוכל להגיע לעבודה בלי הרכב????

- אהה.....

יש לך גם עבודה?

אז ככה, העלות היא- 20$, רכב + עבודה.

- אויש!

אז איך אוכל לפרנס את המשפחה? אשתי והילדים???

- קבל תיקון.
העלות לחיים חדשים תהיה 20$ , רכב, עבודה +אישה וילדים.

- מיואש לגמרי.....

מה אני אעשה עם המשכנתא????

- פשש.... אני שומע שיש לך גם בית!

נהדר!!!

20$+ רכב+ עבודה+ אישה וילדים + בית

- אהה.....

(הבין את הרעיון.... מפחד לומר מילה נוספת)

- או. קי.

אז ככה, תראה- יש לך 20$ שלי אצלך בכיס, כן?

הם שלי.

לא שלך.

עכשיו, אני מבקש ממך שתשמש ב20$ אך ורק למה שאני רוצה.

כי זה שלי, כן?

הרכב שלי נמצא אצלך עכשיו, נכון?

יפה!

זה ממש דומה לרכב שהיה לך, אתה מכיר אותו. אבל עכשיו הוא לא שלך....

אני מבקש שמעכשיו, ברכב *שלי* תיסע אך ורק לאן שאני רוצה שתיסע.....

בעבודה- תעבוד אך ורק על פי החוקים שלי....

את האישה והילדים- הם שלי עכשיו, נכון?

אז תנהג בהם בבקשה כאישה וילדים שלי. לא שלך....

הבית?
זוכר?

הוא עכשיו שלי.

אז תשתמש בו על פי החוקים שלי...

והנה,

יש לך חיים חדשים.

צא לדרך....

בהצלחה!!!!

(מתוך הרצאה של הרב טאוב מניו יורק ביום חמישי האחרון).

להחזיר את הבעלות של העולם למקומה האמיתי.....

שבוע טוב וגמר חתימה טובה!!!!



זייער געשמאק. ספעציעל ווען מ'זיצט ביי א דרשה (אנשטאטס דאס טעגליכער לימוד בחברותא. עס איז דאך תורה) אדער ווען מ'זיצט אויפן קאוטש מיט א גרויסע שיסל פאפקארן.

ווען בעלי חובות מוטשענען איז דאס נישט קיין תשובה. פינטל.

פרישע הערינג
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 04, 2016 1:25 pm

איך קען נישט קומען צו מיר......

תגובהדורך פרישע הערינג » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:05 am

טייערע אידן איך האב ערשט יעצט געזעהן דעם אשכול, איך האב עס דורך געליינט פוונם ערשטן הארץ רייסענדע תגובה ביז אהער.... איך בין פשוט געזעסן און ס'האט זיך געגאסן טרערן פון מיינע אויגן.... איך ווייל איר זאלט וויסן אז די גמ' זאגט אז "עניות" דאס מיינט ארימקייט, מביא את האדם על דעתו ועל דעת קונו, און פראסט אידיש איינער וואס האט נישט קיין געלט ווערט משוגע און ער טראכט דאס ערגסטע רחמנא לצלן, די גמ' זאגט נישט אז ער זאל בעסער דאווענען, די גמ' זאגט נישט ער זאל גיין צו א פיינענשל עדווייזער, די גמ' זאגט פשוט אז ער ווערט משוגע..... איינער וואס האט נישט געשפירט די ביטערע טעם פון נישט האבן, זאל אפילו נישט פרובירן צו מחזק זיין אדער געבן עצות פאר די וואס האבן נישט, חוץ פון געבן גרויס געלט, זיי קענען עס ב''ה נישט פארשטיין און זיי זאלן דאנקן און לויבן דעם אייבירשטן אויף דעם יעדע מינוט פון טאג,

ס'זענען דא ליידער אסאך אינגעלייט טאטעס מיט שטובער מיט קינדער קע''ה וואס ארבעטן ביטער שווער פון צאת החמה ביז צאת הנשמה און זיי קאווערן נישט דעם טאג טעגליכען לעבן ליידער....

די זוהר הקדוש שרייבט אין פרשת בלק, אז ס'איז דא דריי מיני תפילות, 1 - תפילה למשה דאס איז געוועהן א יאניק תפילה וואס נאר משה רבינו האט געקענט,
נאכדעם איז דא תפילה לדוד, וואס נאר דוד המלך האט געקענט, און די דריטע און די חשובסטע וואס דער אייבישטער זיצט און ווארט אויף איז, תפלה לעני, שרייבט די זוהר הקדוש אז דער אייבישטער ווארט אז די עני זאל זיך אויס'טענען מיט איהם, ווייל לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה, יא איר ליינט גוט, זיך אויס'טענען מיטן טאטען אין הימל, ער ווארט אויף דעם,

טייערע אידן אויב פילט איר אז איר זענט אין די מצב פון מביא על דעתו ועל דעת קונו, גייט'ס אין א וויינקל און טענה'ט אייך אויס מיט אונזער גרויסען טאטען, וויינט'ס שרייט'ס, און זאג איהם אלע דיינע טענות, ביסט נישט קיין שגץ ווען די שרייסט אן דעם אייבירשטן ס'שטייט אין פסוק ואת שועתם און זייער געשריי, ס'שטייט נישט ואת שועתו און זיין געשריי, ווייל דער אייבישטער ווארט אויף דיין יאניק געשריי, און ער נעמט דאס ארום, און האט הנאה און א נחת רוח פון דעם, און הער נישט אויף צו שרייען ביז ער העלפט דיך,

איך האב שוין געזעהן אפענע ניסים אויף דעם אופן, זיך גוט אויסגעוויינט, און אויסגעטענה'ט מיטן אייבירשטן, און געהאלפן געווארן אופן פלאץ,

איך האב שוין אריינגעלייגט א ריקוועסט אר משומר צו עפענען די גאוי פאנד מי איך וויל זיין א חלק פון די ספר הצדיקים, אפילו איך האב נישט קיין סאך,

און דער אייבישטער זאל אננעמען אונזערע טרערן און צובראכענע הערצער, און אויפרעכטן גאנץ כלל ישראל, מיט א יאר פון שפע, פרנסה, געזונט, און וואס נישט,

דרך אגב אויב איינער האט באמערקט אז אין בספר חיים די איינציגסטע פרט וואס מ'בעהט איז ופרנסה טובה, די איבעריגע איז בכלליות, גזירות טובות ישועות ונחמות,
ווייל אונזערע חכמים האבן אויך פארשטאנען אז פרנסה איז א גאר וויכטיגע זאך און מ'דארף פאר דעם עקסטער בעטן, ווייל אן געלט פארט נישט די באן,

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 9:29 am

ווען כהאב געגעבן פאר דעם צוועק האב איך זיך דרינגענד גענויטיגט אין א ישועה. געזאגט א תפילה ביים געבן אז דער שכר זאל זיין אויף יענער וועלט, אבער... פליז אויך דא... מען מעג דאך געבן צדקה על מנת שיחיה בני וכו'.
ב"ה געהאלפן געווארן דערווייל מיט א אתחלתא דישועה. השי"ת זאל העלפן ווייטער ס'זאל גיין מעלה מעלה.

די פוינט פון די מעסעדזש איז נישט צו מאכן קיינעם נייגעריג, נאר למען התועלת והפריוואטקייט קען איך נישט דערציילן מער פרטים. ואתכם הסליחה.
דער ציל איז פשוט, מען זאל איינזען, צום וויפילטן מאל, אז ווען מהעלפט יענעם - העלפט מען זיך אליין אויך.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 10:51 am

סגייט נאך אן פעסט!
wow wow איינער האט יעצט אריינגערוקט א מתן בסתר 180 טאלער. די זכות זאל אים ביישטיין!

כבין זיכער אז מיטן אויפרעכטן א איד (short term און ק"ו די וואס העלפן אים אין אנדערע געביטן אויף long term) קויפט מען זיך איין געזונטע מליצי יושר.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:12 am

ח.png
ח.png (4.83 KiB) געזעהן 1349 מאל

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:52 am

יעצט באמערקט די אשכול, - גערינען טרערן ביים ליינען - געשיקט א ריקוועסט צו עפענען ביים פילטער - וועלזיך אי"ה משתתף זיין

צום פותח האשכול - ווייז די אשכול פארן בני בית !!

א גמר חתימה טובה!!!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 4:12 pm

א גולם האט געשריבן:יעצט באמערקט די אשכול, - גערינען טרערן ביים ליינען - געשיקט א ריקוועסט צו עפענען ביים פילטער - וועלזיך אי"ה משתתף זיין

צום פותח האשכול - ווייז די אשכול פארן בני בית !!

א גמר חתימה טובה!!!

גולמ'ל טייערער
עולם חס"ד יבנה.
ייש"כ בשם כל ישראל פאר דיינע 72 גרינע!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:46 am

נאך א נקידה וואס מען האט נאך נישט ארויס געברנגנט, וואס איז וויכטיג צו נעמען אין באטרכט.

ווען איינער האט ל"ע א צרה בתוך ביתו, ווי א חולה ר"ל, אדער איז שוין אריבער א שטיק צייט פון די חתנה אין איז נאך נישט געהאלפען, וכד', האט מען מיטלייט מיט יענם מען איז גרייט אים צו העלפען מיט וואס נאר מעגליך, געלט עצה וכד' (אויב ער דארף בכלל דיין העלפ)
אבער ווען איינער מיטשעט זיך מיט געלט איז דא אסאך וואס פארשטייען אים נישט, האסט נישט קיין געלט גיי ארבעט, אה די ארבעטס, עס איז נישט געניג, זיך עפעס א בעסערע ארבעט, זיי נישט אזא שלימזל, מען באשלדיגט אים אין די פראבלעם (אין אפילו ער אליין באשלדיגט זיך אויך),
דער וואס האט עס נישט מיטגעמאכט איז זייער שוואר עס צו פארשטיין.

זאל די אייבישטער העלפען אז גאנץ כלל ישראל זאל האבען א יאר מיט בני חיי ומזוני רוויחי אין הרחבת הדעת מיט סייעתא דשמיא
אמן

למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

תגובהדורך למדן וחסיד » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:13 pm

זייער בארירינד

חברים שרייבסט אסאך מענטשן האבן חיזוק פון דעם

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:22 pm

איך בין פשוט אומבאקאנט מיט די פראסעס פון דעי סארט זאכן, וויאזוי ערהאלט דער מקבל די געלט וואס קומט אריין ביים קאמפיין? לייגט מען אריין באנק אקאונט אינפא? שיקן זיי א טשעק?

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:38 pm

האפנטליך וועט מען נישט האבן קיין פראבלעם
ווארענונג!!! נישט עפענען קיין קאמפיין ביי גאו פאונד מי-GoFundMe

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:01 pm

לייטער האט געשריבן:האפנטליך וועט מען נישט האבן קיין פראבלעם
ווארענונג!!! נישט עפענען קיין קאמפיין ביי גאו פאונד מי-GoFundMe

ווי אזוי קען מען געוואר ווערן צו ער האט באקומען די געלט?

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:04 pm

גיט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:האפנטליך וועט מען נישט האבן קיין פראבלעם
ווארענונג!!! נישט עפענען קיין קאמפיין ביי גאו פאונד מי-GoFundMe

ווי אזוי קען מען געוואר ווערן צו ער האט באקומען די געלט?


הרחיבי האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:וואס האב איך פון מיין לעבן ?איך האף אז ער וועט באקומען זיין געלט

https://www.gofundme.com/f/helpayidnow


איך האב ענדליך נעכטן באקומען מיין געלט נאכן דורכגיין שוועריקייטן מיט זיי.

פינקטליך געוואלט וויסן וואס מגייט טוהן מיט די געלט און פארלאנגט בילס פון אלעס. און די שווערסטע אז ס׳איז נישט דא מיט וועם צו רעדן

ב''ה

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:05 pm

גיט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:האפנטליך וועט מען נישט האבן קיין פראבלעם
ווארענונג!!! נישט עפענען קיין קאמפיין ביי גאו פאונד מי-GoFundMe

ווי אזוי קען מען געוואר ווערן צו ער האט באקומען די געלט?


ב"ה ער האט עס באקומען
הרחיבי האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:וואס האב איך פון מיין לעבן ?איך האף אז ער וועט באקומען זיין געלט

https://www.gofundme.com/f/helpayidnow


איך האב ענדליך נעכטן באקומען מיין געלט נאכן דורכגיין שוועריקייטן מיט זיי.

פינקטליך געוואלט וויסן וואס מגייט טוהן מיט די געלט און פארלאנגט בילס פון אלעס. און די שווערסטע אז ס׳איז נישט דא מיט וועם צו רעדן
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אוקטובער 13, 2019 8:59 am

אידען זייט אייך משתתף ברוח נדיבה

viewtopic.php?f=25&t=40637

מחנך
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 9:57 am

הארצרייסנדיג!

איך בין ליידער ארדורך אויכעט א שווערע צייט מיט דיע זאכן, נישט אויף אזא וועג, נאר ווען איך האב געמוזט מופען, ווייל די אלטע פיצעלע דירה איז נישט געווען מער אויסצוהאלטן, און די נייע הויז האט אריינגעצויגען אין אסאך מער ווי כ'האב געמיינט, [אויך בין איך דעמאלט אדורך עפעס מיט א קינד, וואס האט אויך אריינגעצויגן אין גרויסע נאמבערס, אבער קיינער האט דעס נישט געוואוסט, ס'האט געמוזט זיין א סיקרעט], איך האב געמוזט בארגן ביי משפחה און גוטע פריינד, ווען מיין מרביץ תורה וועיזשעס האט קוים געדעקט אויף די טאג טעגליכע צו קאווערן, איך האב נישט געקענט געשלאפן און נישט געקענט עסן געהעריג, איך האב געמוזט טרעפען א נייע שול פאר א שטיקל צייט [א שול ווי איך בעלאנג צו יענע חסידות, זייער א שווער זאך געווען], מ'זאל נישט ווערען געפרואווט, איך בין אפילו געגאנגען דעמאלט צו גרויסע עשירים צו זיי קענען מיר געבען א הלואה פאר א שטיק צייט אזוי וועל איך יעדעם באצאלען און אים באצאלען מיט פעימענטס, איך האב געכאפט אזאנע דרשות און בזיונות, איינער האט געזאגט, ביסט א מלמד, הא? וויאזוי חלום'זטו צו קענען אנגיין, באלד מאכסטו בר מצוה און חתונה, גיי זוך א געהעריגע זשאב, איין גביר האט מיר געגעבן 250 דאלער [וואס איז גראדע געווען גוט, ווייל איך האב באצאלט מיין עלעקטריק ביל וואס מ'האט געהאלטן ביי דיסקאנעקטען, אבער ס'האט מיר גאנץ ווייניג געהאלפן מיט מיין משא כבידה וואס האט געהויערט אויף מיר], איין עושר וואס האט אזויפיל געלט אז ער ווייסט נישט אפילו וויפיל ער פארמאגט געלט ווי מיסט, האט מיר געגעבן א גאנצע בחינם'דיגע שיעור וויאזוי צו טון מיט זוכען עכטע ארבעט, און מיט געלט מענעזשמענט, און א פסק פארוואס איך בין ארויס פון מיין דירה [טייני מייזיגע לעכל דירה מיט אפאר קינדער וואס האבן פלעין נישט געהאט ווי צו שלאפן, און האט געברענגט נאך אומאנגענעמליכקייטן], ער האט גערעדט שטותים מיט הבלים, ווי א ריכטיגער זאטער וואס הייבט נישט אן צו פארשטיין דעם הונגעריגן, דעס איז זעכער אז ער האט א האלבע שעה געגאסען הייסע זאלץ וואסער אויף מיינע אפענע וואונדן, און לבסוף האט ער מיר קיין פעני נישט געגעבן און נישט געבארגט,

איך האב געמוזט באהאלטן מיין צער און בזיונות אז מיינע תלמידים זאלען עס נישט שפירן און מיין ווייב זאל אויך נישט ווערן מיטגעשלעפט, זי האט נאר גענוג מיטגעהאלטן די טעלעפאון מעסעזשעס וואס בעלי חובות האבן געלאזט אינדערהיים, אינקלאדינג יוטיליטי און קרעדיט קארד קאמפעניס, האב איך זיך געדארפט אליין האנלדען מיט די צער חוץ איין נאנטע חבר וואס האט מיך אביסל מחזק געווען, בצר לנו האב איך מיך געזעצט צום חובות הלבבות, און אויסגעהערט שיעורי חיזוק, ביז איך האב מיך אויסגעלערנט זיך צו שטארקן צו איגנארן, און ארבעטן פאר די עתיד, איך בין צוריק צו מיין ארגינעלע שול, און יעדעם געזאגט אז איך גיי אלעס באצאלען אויב מ'הערט אויף צו מוטשענען, צוביסלעך בין איך אריין אין חינוך מיוחד, אין די פרייע צייט זיך אפגעבן מיט ספעשל תלמידים, צוביסלעך איז עס געווארען אפגרעידעד צו אביסל טערעפי, און עדווייזן עלטערן, אזוי האט זיך מיין אינקאם געהויבן און מער ווי געטאפעלט, און ס'האט גענומען אפאר יאר און איך האב אלע צוריקגעצאלט

אבער די ווייטאג און קלעם וואס ס'מיינט נישט האבן קיין געלט ווען מ'דארף עס, און נאכדערצו אז בעלי חובות דרוקן און פארשעמען איז א צער וואס איז נישט צו באשרייבן! ה' יצילנו.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט