מיינע עצות אין לעבן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

מיינע עצות אין לעבן

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:12 pm

ב"ה
מיינע עצות אין לעבן פון מיין ערפארונג

די חכמים הקדמונים האבן שוין געזאגט, אין חכם כבעל הניסיון, ס'נישטא אזא קלוגער, ווי דער וואס האט עקספיריענס אין לעבן. ובכן, טו איך דא אראפשרייבן א טוץ עצות, אייגענע און פון אנדערע – וואס איך האב בייגעוואוינט מיט ערפארונג אז עס העלפט, און זיי מיט'טיילן מיט אייך ליבע יודען – זאלט איר אויך מצליח זיין, אויף א גרינגערע שטייגער.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:13 pm

1]
ס'איז גאר א געוואונטשענע זאך אראפ-צושרייבן אלעס; אין דעם איז דא עטליכע פרטים, דהיינו, סיי איבערלעבענישן און גוטע ווערטער וכדו', דאס מיינט לענגערע אויספירליכע זאכן. און סיי קורצע זאכן, ווי למשל וויכטיגע זאכן, יום הולדת'ן יארצייטן, און פרטים וואס איז נוגע דאס אייגענע לעבן.
און דערצו קומט צו דאס שטארקע טיפ, פון מאכן יעדן טאג באזונדער, א צעטעלע מיט א סדר היום, א ליסטע פון זאכן וואס מ'וויל גרייכן היינט, אזוי אויפ'ן חודש, אזוי אויפ'ן סעזאן. און דאס איז בדוק ומנוסה, ווייל שרייבן העלפט פאר זיכרון, ווען זיכרון העלפט נישט אזוי שטארק.
ווער ס'שרייבט און פארשרייבט, אפי' מ'איז נישט קיין שרייבער, האט נישט קיין חרטה קיינמאל!

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:27 pm

2]
ווען מ'האט באקומען א שטארקע ביס פון א אינזעקט [למשל פון א מאסקיטא, אבער ס'איז געווארן זייער קראצעדיג] לייגט ארויף שפייעכטץ, און אויב ס'איז אויף א לערע מאגן, למשל באלד אינדערפרי פאר'ן עסן, איז די שפייעכטץ מער הילפיג, בדיעבד איז סתם וואסער גוט אפצושטילן 'אביסל' די קראצן, אבער שפייעכטץ העלפט עס זאל אינגאנצן אראפגיין די געשוויר.
איך האב אמאל אנגערירט א שעדליכע געוואוקס – אזויווי פויזענט אייווי – און מיין האנט איז געווארן פול מיט בלוטערן, גרויס ווי א דיים, אז ס'האט געציפט און נערווירט, האב איך קודם אפגעגאסן די האנט מיט קאלטע וואסער, אפצושווענקן די פויזענט, אבער ס'איז נישט פארשוואונדן ביז איך האב אגעשפיגן דעם האנט פלאך – וויפיל איך האב געקענט, און וואונדערליך איז עס צוביסלעך פארשוואונדן ביז א שעה.
פאר א בינען שטאך, איז גוט צו לייגן האניג – דערויף א בענד'עיד, און דאס אלעס איז בדוק ומנוסה, אז איך האב דאס אויספראבירט.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:35 pm

3]
יעדער וויל דאך לערנען גאנץ ש''ס און דעם גאנצן יודישער ספרים שראנק. איז מיין סדר הלימוד, אז ווען איך הייב אן א ספר, איז עס פונעם ערשטן בלאט – על הסדר דווקא – און לערן סיי אסאך צו ווייניג, און מאך א קנייטש, און דאס קומענדיגע מאל בין איך ממשיך ווי איך האלט, דאס קומענדיגע מאל קען זיין די קומענדיגע טאג, אדער די קומענדיגע וואך, אדער חודש, אבער על הסדר.
איך קען לערנען עטליכע ספרים אין די זעלבע צייט, אבער אלעס על הסדר, צוביסלעך, מיט א קנייטש, און כ'האב אויף דעם שטייגער שוין ב''ה אנגעיאגט מער ווי כ'האב אמאל גע'חלומ'ט, כאטש ביי געוויסע ספרים האט עס גענומען אפאר יאר, פון דעקל צו דעקל, למשל ספרים מיט עטליכע בענדער, אבער ס'דא סיפוק ווען מ'האט א דבר השלם, נישט קיין חילוק ווי לאנג, אבער על הסדר.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:45 pm

4]
אסאך האבן די האפענונג אויפ'ן גליקליכע טאג, ווען מ'גייט זיין פטור פון חובות וכדו'.
האב ביי מיר אפגעמאכט אזא געדאנק; שטעל דיך פאר אז דו גייסט קיינמאל נישט זיין רייך, און וועסט אלץ מוזן סטרעטשן א דאלער – ווי מ'זאגט, ממילא פון היינט און ווייטער, בין איך נישט נערוועז - ווען גיי איך שוין רייך ווערן. ווייל אז מ'מאכט אפ, דאס איז די מצב! און מ'מאכט שלום מיט'ן מצב – אויף א רואיגע גוטע געמיט – נישט מיט טענות צו זויערקייט, דעמאלטס לעבט מען אסאך מער רואיגער, און די גוטע סורפרייזעס אין לעבן קומען שנעלער..

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:49 pm

5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:04 pm

6]
ס'מאכט זיך מ'איז שטארק אנגעצויגן אדער מיד, און מ'מוז זיין וואַך, און צו לויפן אין שויער זיך אויפ'פרישן, איז אויך נישט גרינג אויפ'ן מאמענט. קען מען אריינטונקן די הענט אין לויפענדע וואסער שטראם – פונעם קראן, אדער קאלט, און מער געשמאק איז ווארעם לויט'ן אייגענעם טעמפעראטור, פאר צען מינוט. און דאס העלפט אסאך.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:09 pm

7]
אזויווי מ'נוצט וואזאלין פאר אסאך זאכן, קען מען אויך נוצן קאנדישאנער קריעם אדער שעמפא, צו מאכן ווייעך די הויט, א מכה, און דאס גלייכן, און צומאל העלפט עס נאך בעסער, ווען ס'נישט קיין ערנסטע וואונד.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:16 pm

8]
ווען עס מאכט זיך אז מ'באקומט א שלוקערץ צו הארץ ברענען, און די ביטערע אומפארדייעטע עסן קומט ארויף אין האלדז, געווענליך אינמיטן נאכט, אינמיטן שלאפן, און אוודאי נאכן ברעכן; נעמט א גלעזל גרעיפדזשוס, אדער קרעמבערי דזשוס, וכדו', און גארגעלט דערמיט עטליכע מאל, און שפייעט עס אויס.
דאס העלפט אויך ווען מ'איז אנגעלייגט מיט שליים, צו פארזיסן די ביטערע נאכ'טעם אין מויל, און מ'קען באמערקן ווי די עסיד צו שליים קומט ארויס צוזאמען מיט'ן קאליר פונעם דזשוס, און מ'אטעמט דערנאך בעסער.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:20 pm

שכוח, הנאה געהאט, גייט אן!

לעכטל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:26 pm

מיקא האט געשריבן:1]
ס'איז גאר א געוואונטשענע זאך אראפ-צושרייבן אלעס; אין דעם איז דא עטליכע פרטים, דהיינו, סיי איבערלעבענישן און גוטע ווערטער וכדו', דאס מיינט לענגערע אויספירליכע זאכן. און סיי קורצע זאכן, ווי למשל וויכטיגע זאכן, יום הולדת'ן יארצייטן, און פרטים וואס איז נוגע דאס אייגענע לעבן.
און דערצו קומט צו דאס שטארקע טיפ, פון מאכן יעדן טאג באזונדער, א צעטעלע מיט א סדר היום, א ליסטע פון זאכן וואס מ'וויל גרייכן היינט, אזוי אויפ'ן חודש, אזוי אויפ'ן סעזאן. און דאס איז בדוק ומנוסה, ווייל שרייבן העלפט פאר זיכרון, ווען זיכרון העלפט נישט אזוי שטארק.
ווער ס'שרייבט און פארשרייבט, אפי' מ'איז נישט קיין שרייבער, האט נישט קיין חרטה קיינמאל!

ווי שרייבט איר די אלע זאכן? איר האט א ספעציעלע בוך דערפאר?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:28 pm

מיקא האט געשריבן:2]
ווען מ'האט באקומען א שטארקע ביס פון א אינזעקט [למשל פון א מאסקיטא, אבער ס'איז געווארן זייער קראצעדיג] לייגט ארויף שפייעכטץ, און אויב ס'איז אויף א לערע מאגן, למשל באלד אינדערפרי פאר'ן עסן, איז די שפייעכטץ מער הילפיג, בדיעבד איז סתם וואסער גוט אפצושטילן 'אביסל' די קראצן, אבער שפייעכטץ העלפט עס זאל אינגאנצן אראפגיין די געשוויר.
איך האב אמאל אנגערירט א שעדליכע געוואוקס – אזויווי פויזענט אייווי – און מיין האנט איז געווארן פול מיט בלוטערן, גרויס ווי א דיים, אז ס'האט געציפט און נערווירט, האב איך קודם אפגעגאסן די האנט מיט קאלטע וואסער, אפצושווענקן די פויזענט, אבער ס'איז נישט פארשוואונדן ביז איך האב אגעשפיגן דעם האנט פלאך – וויפיל איך האב געקענט, און וואונדערליך איז עס צוביסלעך פארשוואונדן ביז א שעה.
פאר א בינען שטאך, איז גוט צו לייגן האניג – דערויף א בענד'עיד, און דאס אלעס איז בדוק ומנוסה, אז איך האב דאס אויספראבירט.

שפייעכץ העלפט אויך צו פארהיילן א (קליינע) שניט, אויב עס הייבט אן בלוטן, אנשטאט וואסער אדער א טישו, לייג אביסעל שפייעכץ. עס שטעלט אפ דאס בלוטן. סאיז נפלאות הבריאה וואס דער גרויסער באדעפער האט אריינגעשטעלט אזא בילט אין רפואה.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 9:39 pm

לעכטל האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:1]
ס'איז גאר א געוואונטשענע זאך אראפ-צושרייבן אלעס; אין דעם איז דא עטליכע פרטים, דהיינו, סיי איבערלעבענישן און גוטע ווערטער וכדו', דאס מיינט לענגערע אויספירליכע זאכן. און סיי קורצע זאכן, ווי למשל וויכטיגע זאכן, יום הולדת'ן יארצייטן, און פרטים וואס איז נוגע דאס אייגענע לעבן.
און דערצו קומט צו דאס שטארקע טיפ, פון מאכן יעדן טאג באזונדער, א צעטעלע מיט א סדר היום, א ליסטע פון זאכן וואס מ'וויל גרייכן היינט, אזוי אויפ'ן חודש, אזוי אויפ'ן סעזאן. און דאס איז בדוק ומנוסה, ווייל שרייבן העלפט פאר זיכרון, ווען זיכרון העלפט נישט אזוי שטארק.
ווער ס'שרייבט און פארשרייבט, אפי' מ'איז נישט קיין שרייבער, האט נישט קיין חרטה קיינמאל!

ווי שרייבט איר די אלע זאכן? איר האט א ספעציעלע בוך דערפאר?!

יא, מ'קען זיך מאכן א ביכעלע אליינס, דורך צוזאמ'סטעיפלען די סייז פאפירן וואס מ'וויל דאס ביכל, און דאס טוה איך, אז יעדע וואך צוויי מאך איך אויף די סטעיפעלס, און בין פריש מסדר בערך צוועלעף פאפירעלעך און יעדע בלאט האט א טעמע; צרכים אויף קורצע טערמין, צרכים אויף לאנגע טערמין, א בלעטל פאר דברים כלליים און א בלאט פאר פרטים. וכדו' וכדו'

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:19 pm

מיקא האט געשריבן:5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

נישט קיין פראבלעם אלטס הכנה?

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 5:24 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

נישט קיין פראבלעם אלטס הכנה?

כ'קלער אפשר איז עס א דבר האבוד און ס'כאילו הרהור בשבת וואס איז נישט אסור

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 5:27 pm

9]
יעדער האט דאך שוין ערצייגט אין לעבן געוויסע צופרידענע זאכן, איז דא א גוטע עצה, עס אויסשטעלן אינעם שיינעם שטוב אין הויז, א בילד, אדער עצם פראדוקט וואס מ'האט באוויזן מיט הצלחה אינעם פארגאנגענהייט, דאס געבט אסאך סיפוק אינעם לעבן בעתיד.

לעכטל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 8:40 pm

מיקא האט געשריבן:9]
יעדער האט דאך שוין ערצייגט אין לעבן געוויסע צופרידענע זאכן, איז דא א גוטע עצה, עס אויסשטעלן אינעם שיינעם שטוב אין הויז, א בילד, אדער עצם פראדוקט וואס מ'האט באוויזן מיט הצלחה אינעם פארגאנגענהייט, דאס געבט אסאך סיפוק אינעם לעבן בעתיד.

למשל?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:21 pm

מיקא האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

נישט קיין פראבלעם אלטס הכנה?

כ'קלער אפשר איז עס א דבר האבוד און ס'כאילו הרהור בשבת וואס איז נישט אסור

איך האב קיינמאל געהערט א היתר פון דבר האבוד אויף הכנה משבת לחול און עס איז נישט כאילו הרהור ווייל מען טוט דאך עפעס
למעשה צו מען מעג עס טון ווייס איך נישט

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:05 pm

לעכטל האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:9]
יעדער האט דאך שוין ערצייגט אין לעבן געוויסע צופרידענע זאכן, איז דא א גוטע עצה, עס אויסשטעלן אינעם שיינעם שטוב אין הויז, א בילד, אדער עצם פראדוקט וואס מ'האט באוויזן מיט הצלחה אינעם פארגאנגענהייט, דאס געבט אסאך סיפוק אינעם לעבן בעתיד.

למשל?!

אויב האט איר ערצייגט א נייעם ספר, א שיינעם געמאלענעם בילד וכדו', א קאסעטע, א פּלעג, דיפלאמע, נזר השנה, מתנה חשובה, געענדיגט האלב ש''ס צו גאנץ, געענדיגט אזויפיל ספרים - ליסטע, וכדומה וכדומה. [דאס איז אויך א דערגרייכונג צו וויסן וואס מ'האט שוין אויפגעטון...]

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:14 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

נישט קיין פראבלעם אלטס הכנה?

הג"ר אברהם פאלאג'י ברענגט (ויען אברהם סי' לג) אז מען מעג "לעשות רשימה בקיפול הדף", און ער פירט אויס: "וכך נהגו כל בעלי תורה המחדשים בשבת, כדי לעשות זכרון".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:22 pm

10]
ווען מ'וויל האבן מנוחת הנפש פאר אפאר שעה, אפילו ווען ס'ממילא שטיל אין שטוב, דאך איז דא א גוטע טיפ, צוצושטאפן די אויערן מיט אויערן שטאפער'ס, וואס וועט אסאך מער צוהעלפן זיך צו בארואיגן, אדער אויסרוען.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:23 pm

11]
סאדע געז, איז זייער נישט גוט פאר קאפוויי און פרעשור. אבער פאר בויך וויי צוליב גאז, איז עס יא גוט, ספעציעל זשינזשער'על, ווייל עס טרייבט ארויס די נישט גוטע גאז, און ברענגט נענטער די מאגן זאל זיך שנעלער מסדר זיין.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:23 pm

12]
ווען מ'שטייט אויף אין א שווערע מוהט, צו ווען מ'ווערט אזוי אינמיטן טאג, קען מען דאס זייער שנעל טוישן, מיט'ן איינפאך מאכן א ברייטע שמייכל צו זיך, [ספעציעל פאר שלום בית, א רגע פאר מ'קומט אריין אין הויז] און דאס מאכט דעם מענטש זייער שנעל גוטמוטיג.

מיקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:27 pm

13]
אויב מ'שפירט זייער דערדריקט צוליב איינעם, צו וועגן א מצב, אדער א ציבור, איז גוט אריינגיין אין א פארמאכטע שטוב, [בעסער פאר א שפיגל] און פשוט ארויסשטעקן די צינג, און זאגן צו זיך שטיל, 'איך ווער נישט נתפעל, און איך בין באלעבוס אויפ'ן מצב. און דאס העלפט וואונדערליך.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 4:43 pm

געוואלדיג מיקא! שרייבן נאך, מיר האבן שטארק הנאה!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט