בלאט 1 פון 4

אומאן ראש השנה תש"פ - פראקטישע הילף און אינפארמאציע

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:52 am
דורך ברוינע באנאנע
פראקטישע אנווייזונגען און אקטועלע נייעס וועלכע איז נוגע לטובת הציבור הרחב הע"י וועלכע האבן בדעה אנטיילצונעמען ביי קיבוץ הקדוש אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תש"פ הבעל"ט.

נ.ב ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול מיט זייטיגע ענינים.

בתודה למפרע

דער חסידישער קיבוץ

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:52 am
דורך ברוינע באנאנע
דער חסידישער קיבוץ
ראש השנה תש"פ בעיר אומאן • אש"ל מלא היימיש און חסידיש • בנין חדש ברחוב פירוסקא

בשמחה רבה הננו מודיעים להציבור אנשי שלומינו היקרים שהחלה ההרשמה לאש"ל מלא על ראש השנה תש"פ הבעל"ט במתחם "דער חסידישער קיבוץ", בו יחגגו ברוב פאר והדר התפילות והסעודות בימי ראש השנה בסגנון היימיש וחסידיש.

השנה ממשיכים ביתר שאת, ומחנכים הבנין החדש הגדול והמפואר מרווח ביותר ונוח במיוחד, מקום שקט ונוח מפואר מבית ומחוץ וקרוב מאוד אל הציון הק' (כ2 דקות הליכה) ברחוב פירוסקא, שיהיה יישוב הדעת ואוויר הנח והזך ברוחניות ובגשמיות לחיות את הימים הק' והנעלים בצל הקודש בדעה מיושבת, והכנה ראויה אשר כידוע ימים נוראים אלו ותפילותיהם מסוגלים לכל השנה.

הבנין מכיל הכל במקום אחד, וישמש בעז"ה כפינת יקרת לכל הקהל הקודש אנ"ש חסידים כשרים ויראים החפצים להתאחד ולהתוועד יחד בהתרוממות הנפש ובאהבה ואחוה אמיתית בהחסידישער קיבוץ בהתכללות עם כלל הקיבוץ הקדוש של הצדיק האמת, בית מלון גדול ומפואר, חדרי השינה עם למעלה מ600 מטות (כאשר בכל חדר 2 בית הכסא ומקלחת וכיור ומרפסת), אולם רחבת ידיים וממוזג לעריכת סעודות החג, וצמוד אליו מטבח נאה ומרווח בכל הכלים הנצרכים למען יהיו הסעודות כיד המלך בשולחן מלכים (ווארעם פריש און בא'טעמ'ט) באופן מסודר ומיושב, מקווה מפואר בהרחבה גדולה עם כל המעלות וההידורים.

ועל כולם היכל גדול ומפואר להחסידישער קלויז עם למעלה מ1000 מקומות ישיבה, בו יערכו התפילות בעז"ה במשך ימי החג ושב"ק ברוב עם הדרת מלך, בנוסח המקובל עם חזנים ידועי שם המעוררים את הציבור, וכמו"כ יתקיימו שיעורים מפי חשובי ומשפיעי אנ"ש שליט"א.

להרשמה ופרטים הר"ר אפרים ווייס הי"ו 1718-809-6928+ - מצורף המודעה להורדה לתלותו על כותלי בתי מדרשים.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:54 am
דורך ברוינע באנאנע
עצרת תפילה ומחאה נגד עושק מחירי כרטיסי הטיסות מארה"ק לאומאן על ימי ראש השנה

ביום שלישי כ' תמוז בשעה 18:30 תיערך בעז"ה עצרת תפילה ומחאה המונית מול משרדי רשות התעופה אזרחית ברחוב גולן 3 קרית שדה התעופה במחאה על עושק מחירי כרטיסי הטיסות מארה"ק על ימי ראש השנה לקיבוץ הק' באומאן מופקעים בצורה לא סבירה.

העצרת אורגן ע"י עסקנים מחסידי ברסלב בטענה שמחירי כרטיסי הטיסות מארה"ק לאומאן בימי ראש השנה מופקעים בצורה לא סבירה כאשר המחירים באמצע השנה הם 250-300 דולר ואך לראש השנה 700-900 דולר. – מצורף המודעה.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 11:56 am
דורך לפנות בוקר
עפּעס הילף אַז די װייב זאל לאזען גיין?

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 12:03 pm
דורך ברוינע באנאנע
לפנות בוקר האט געשריבן:עפּעס הילף אַז די װייב זאל לאזען גיין?

יא קום און אישי

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 2:23 pm
דורך חנוך
מאפ די פלארס די נעקסטע 8-9 וואכן און וואטש די קינדער שבת נאכמיטאג זי זאל קענען שלאפן.

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2019 5:32 pm
דורך סארקאזי
זאג אז די פארסט אויף לאס וועגאס פאר ביזנעס.

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 12:42 pm
דורך ברוינע באנאנע
חנוך האט געשריבן:מאפ די פלארס די נעקסטע 8-9 וואכן און וואטש די קינדער שבת נאכמיטאג זי זאל קענען שלאפן.

;l;p-

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 4:02 pm
דורך שלים
ענק זענען אלע גיט ! אבער ווען די ווייב זעט אז די מיינסטעס אמת דיג גייט זי דיך לאזן פארן איך רעדט פין עקס פרינס

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 6:17 pm
דורך חושב מחשבות...
איינער ווייסט ווער ס'האט צו פארדינגן א דירה פאר 20 מענטשן פאר ראש השנה- + א פלאץ צו דאווענען

ביטע זיך מעלדן דא אדער אין אישי


ייש"כ למפרע

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 6:20 pm
דורך חושב מחשבות...
שלים האט געשריבן:ענק זענען אלע גיט ! אבער ווען די ווייב זעט אז די מיינסטעס אמת דיג גייט זי דיך לאזן פארן איך רעדט פין עקס פרינס


גערעכט.

מ'קען נישט אנקומען ערב שבת סליחות און אראפווארפן א באמבע 'איך וויל פארן קיין אומאן ראש השנה'.

טאמער די ווייב זעהט און הערט משך'ן יאר אז ווי די האסט אן התעלות פון דעם דרך, און די קאכסט דיך כסדר אין דעם, רוב מאל וועט זי זיך פרייען צו דערפרייען איר מאן, אפילו ס'קומט נישט אן גרינג.

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 3:58 pm
דורך שלים
אין נאך א זאך ווען די ביסט מזבר אז די פארסט נישט פאר פאר. דעמאלץ גייט זי אסאך שנעלער לאזן!

כרוז

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 10:28 am
דורך ברוינע באנאנע
*

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 12:22 pm
דורך ברוינע באנאנע
*

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 1:43 am
דורך yid

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 8:22 am
דורך ברוינע באנאנע
זיך איינצישרייבן צי עסן ביי הכנסת האורחים אזמין (שיינער)

http://www.uman.org.il/

גרויסע קאנטעינער מיט עסן פעיפר גודס וכו' פארט ארויס פון נ"י

https://umanshalom.co.il/news-page/%D7% ... %9C%D7%95/

קאנטעינער קומט אן אויף אומן
https://umanshalom.co.il/news-page/%d7% ... %9e%d7%99/

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 8:51 am
דורך לב בשר
ברוינע באנאנע האט געשריבן:*

ווען איך ליין די כרוז, זעה איך אז ווען ער האט געלעבט האט ער געוואלט מ׳זאל קומען צו אים אויף ר״ה. האט קיין שייכות נישט צו פארן אחר פטירתו.
וידעתי אז אין ברסלב טייטשט מען אריין אז ס׳גייט אהן אחר פטירתו, דעס איז ווייל רבי נתן האט פארשטאנען אז אפילו די רבי איז שוין נישטא דארף די עולם זיך האלטן צוזאמען ר״ה (קיבוץ) אין עס וועט זיין דעם רבין׳ס השראה. אבער דעס גייט אין זעלבן גאנג פון גאנץ תושב״פ אין ברסלב אז זינט רבי נחמן איז נישט געווען נאך א רבי וכו׳ וכו׳.
זאת ועוד, די גאנצע זאך איז דער ׳קיבוץ׳ נישט דער ׳ציון׳. אנהיייב לאחר פטירתו האט מען נאטורליך געמאכט דער קיבוץ ביים ציון, שפעטער ווען מען האט נישט געקענט גיין צום ציון איז געווען דער קיבוץ אין לובלין, אין ירושלים. היינט איז מער נישטא קיין ׳קיבוץ׳ עס איז געווארן אן ענין פון ציון... מ׳נעמט א לויער וכו׳

איך שרייב עס נישט לקנטר ח״ו איך וויל עס פשוט דורכשמוסען אין באקומען קלארקייט אין דעם ענין.
איך פארשטיי אז א ברסלבער פאהרט אהי בייקומט ער גרויס חיזוק אנצוגיין אין זיין דרך גענוי ווי אנדערע חסידות׳ן קומען זיך צוזאם געוויסע ימים טובים אבער פאר איינער וואס איז נישט קיין ברסלבער וויל איך פארשטיין צו ער האט וואס צו זוכן דארט.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 10:04 am
דורך חושב מחשבות...
לב בשר האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:*

ווען איך ליין די כרוז, זעה איך אז ווען ער האט געלעבט האט ער געוואלט מ׳זאל קומען צו אים אויף ר״ה. האט קיין שייכות נישט צו פארן אחר פטירתו.
וידעתי אז אין ברסלב טייטשט מען אריין אז ס׳גייט אהן אחר פטירתו, דעס איז ווייל רבי נתן האט פארשטאנען אז אפילו די רבי איז שוין נישטא דארף די עולם זיך האלטן צוזאמען ר״ה (קיבוץ) אין עס וועט זיין דעם רבין׳ס השראה. אבער דעס גייט אין זעלבן גאנג פון גאנץ תושב״פ אין ברסלב אז זינט רבי נחמן איז נישט געווען נאך א רבי וכו׳ וכו׳.
זאת ועוד, די גאנצע זאך איז דער ׳קיבוץ׳ נישט דער ׳ציון׳. אנהיייב לאחר פטירתו האט מען נאטורליך געמאכט דער קיבוץ ביים ציון, שפעטער ווען מען האט נישט געקענט גיין צום ציון איז געווען דער קיבוץ אין לובלין, אין ירושלים. היינט איז מער נישטא קיין ׳קיבוץ׳ עס איז געווארן אן ענין פון ציון... מ׳נעמט א לויער וכו׳

איך שרייב עס נישט לקנטר ח״ו איך וויל עס פשוט דורכשמוסען אין באקומען קלארקייט אין דעם ענין.
איך פארשטיי אז א ברסלבער פאהרט אהי בייקומט ער גרויס חיזוק אנצוגיין אין זיין דרך גענוי ווי אנדערע חסידות׳ן קומען זיך צוזאם געוויסע ימים טובים אבער פאר איינער וואס איז נישט קיין ברסלבער וויל איך פארשטיין צו ער האט וואס צו זוכן דארט.


רבי נחמן האט געזאגט פאר רבי נתן אז לאחר פטירתי טאמער וועט עטס קומען צו מיין קבר, אפילו איך וועל זיין אין היכל קן ציפור, וועל איך אראפקומען און מיטדאווענען מיט ענק.

אנהייב נאכן פטירה איז אויך נישט געווען ברור ביי אלע תלמידים אז דעיס איז געווען זיין רצון, ווייל זייער אסאך קבלות האט די רבי איבערגעגעבן פאר רבי נתן דירעקט אן די אנוועזנהייט פון אנדערע תלמידים, למעשה נאך א תקופה האבן אלע מסכים געווען אז מ'דארף זיך צאמנעמן ביים ציון אזוי ווי רבי נתן האט איינגעפירט.

אוודאי ס'געווען א שטארקע ענין פונעם קיבוץ, אבער ס'נעמט נישט אוועק פון די ענין פון זיין ביים צדיק, וואס איז סאך א העכערע ענין, ווי דער צדיק געבט תיקונים פאר יעדע נשמה. כידוע ווען רבי נחמן האט געלעבט איז געווען א תקופה וואס אלע חסידים פלעגן אריינגיין צו איהם ערב ראש השנה און זיי פלעגן מאכן ווידוי דברים פאר איהם, וואס דאס מיינט זיי האבן אויסגעשמועסט זייער מצב הנפש ווי זיי האלטן, און נאך ראש השנה ביים געזעגענען פלעגט די רבי געבן פאר יעדעם א צעטעלע מיט הנהגות און תיקונים וואס יענער זאל זיך פירן פאר זיין תיקון.

חוץ מזה ווערט מבואר אין די ברסלב'ע ספרים נאך אסאך ענינים, ווי למשל אז ראש השנה איז די יום הדין און די צדיק האט די כח צו ממתיק זיין די דינים, אדער מ'איז זוכה צו טהרת המחשבה דורכן קומען צום צדיק, ועוד ועוד, אבער בעיקר בויען זיי אויף די ווערטער וואס רבי נחמן האט אליין געזאגט און געפאדערט אז ער וויל יעדער זאל זיין ביי איהם ראש השנה, און זיך אויס געדרוקט אזעלכע לשונות ווי 'קיין גרעסער פון דעם איז נישט פארהאן' 'הראש השנה שלי עולה על הכל', לשונות וואס האבן ארויסגעשריגן אז ער טוט עפעס גאר גרויסע זאכן אין די טעג מיט זיין עולם.

שפעטער האט רבי נתן געקומען און איבערפארציילט ווי די רבי האט איהם געזאגט אז די אלע זאכן גייען אויך אן לאחר פטירתו, ווי איינמאל האט די ער זיך אויסגעדרוקט: ס'געווען אסאך צדיקים וואס האבן געטוען גרויסע זאכן אויפן וועלט, אבער ווען זיי האבן אוועק פון די וועלט האט זיך אלעס גענדיגט, מיין פייערל וועט אבער שוין טליען ביז משיח'ס טאג.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 10:15 am
דורך ביללער
דאס יאר קומט ר' יעקב מאיר?

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 11:01 am
דורך לב בשר
הענין של ציון אינו דוקא בר״ה

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 11:25 am
דורך ביללער
לב בשר האט געשריבן:הענין של ציון אינו דוקא בר״ה

אמת, דייקא לא, כיון שיום טוב הוא.. אבל בשבוע לפניה ואחריה

סליחות ליל “זכור ברית” ערב אומן ראש השנה תשע”ט בקלויז המרכזי באומן

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 11:16 am
דורך ברוינע באנאנע

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 1:02 pm
דורך יין המשומר
איינער האט א נומער וואו מען קען באשטעלן Hotel One אדער חושן האטעל?
(אנליין איז עס נישט אוועלעבעל אויף די וואך פון ראש השנה.)

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 1:48 pm
דורך ברוינע באנאנע
יין המשומר האט געשריבן:איינער האט א נומער וואו מען קען באשטעלן Hotel One אדער חושן האטעל?
(אנליין איז עס נישט אוועלעבעל אויף די וואך פון ראש השנה.)

https://www.google.com/maps/place/Hotel ... 30.2323684
+972 2-547-7600

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 2:18 pm
דורך ברוינע באנאנע
בולעטין אלע אקטיווע אינפארמאציע איבער אומאן ר"ה תשע"ט - איש את רעהו יעזורו [אידיש-לבני ארה"ב]
1646-585-2985
דערנאך דרוקט 29