בלאט 1 פון 4

ווער דארף צאלן די רענטעלס אגענטן rentals agent?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 7:53 pm
דורך מארמאראש
איך האב א חבר וואס האט ב"ה געטערפען א דירה אין וומסברג וואס איז זייער פאסיג פאר אים
ווען עס קומט צו געבען די דיפאסיט זאגט ער אים: איך בין נישט די בעל הבית איך בין נאר א רענטעל אגענט, די מיזט מיר צוגעבען 35 הונדערט דאלאר וואס איז א חודש רענט
מיין חבר האט זיך אנגעהויבען טענעהן אז די האסט עס ס"ה אריינגלייטג נעכטען אין די דבר יום ביומו, פארוואס עפעס קום איך דיר 35 הונדערט דאללער איך קען דיר געבען 500 דאלער פאר די פאר שעה וואס די האסט זיך מטפל געווען, אבער איך האב נישט קיין עקסטערע 35 הונדערט דאללער וואס איז כמעט א חודש געהאלט, אבער סהאט גארנישט געהאלפן איך דארפסט 35 הונדערט אז נישט קענסטו נישט דינגען די דירה.

איך הער אז עס ווערט מער און מער איינגעריסן מען דארף עפעס טוהן צו סטאפן

אנגעהויבען האט זיך עס אז די לענדלער דארף צאלען איין חודש אבער קיין איין לענדלאר האט נישט געהאלטען ביים באצלען ווייל פאר פינף און צוואנציג דאלער אין די דבר יום ביומו באקומט ער 100 קאלס און מארגען איז עס פארדינגען
האבן זיי אנעצה זיי זאגען פארן לענדלאר די דארפסט גארנישט טוהן איך ברענג דיר די טענענט זיי וועלן שוין באצאלען א פרייז

איך האב א קרוב וואס האט אריינגעלייגט אין די דבר יום ביומו אז ער האט א דירה צו פארדינגען רופט אים אהן א אגענט: זאג פאר די אלע אז וואס האבן דיר גערופן אז עס איז שוין נישט עוועליבל איך העל די שאפן איינעם פאר 2 הונדערט מער א חודש ..

איך פארשטיי אויב די לענדלאר וויל זיך נישט מוטשענען און ער איז מסכים צו צאלען געזונטערהייט
אדער איך קום צו א בראקער איך זאג אים: שאף מיר א דירה אן דעים וואס איז זאל דארפן קאלען, ארום גיין , זיכען, נאו פראבלעם, אבער גיין אוועק כאפן אלע דירות אין יעדער מוז דיר צאלן עקסטער דאס איז א געפערליכע פארברעך
איך קוק עס אהן ווי איינער זאל גיין בוקען אלע היימישע חתונה זאלען פאר די נעקסטע 3 יאר יעדער ווער עס וויל חתונה מאכן מוז אים צאלען 1000 דאללער


איז דאס יושר ??

אזוי גערעכט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 8:00 pm
דורך השמש
שדכנים וואס ארבעטן אסאך שווערער באקומען געווטליך נישט באצאלט אזויפיל ווי די רענטעל בראקער'ס

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 8:20 pm
דורך nmi
מסתם איז עס איינע פון די לעצטערע משוגעתן אז יעדע ראצערל דארף זיין א לייף אישורענס עידזשענט אדער עפעס א צווייטע מין עידזשענט און מ'טרייבט אויפן עולם אן קיין שום רחמניות בעת דער עידזשענט אליינס ווייסט אז ער לייגט דא איינעם אריין אין פעקל.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:18 pm
דורך Flash light
BY LAW
IF HE DOSENT HAVE LICENCE U DONT HAVE TO GIVE
NUMBER 2)IF HE DIDN'T REPRESENT U IN ANYWAY ONLY THE LANDLORD

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:32 pm
דורך מחשב
ביי אונז אידן איז די תורה בינדענד נישט law.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:36 pm
דורך מצב כללי
Flash light האט געשריבן:BY LAW
IF HE DOSENT HAVE LICENCE U DONT HAVE TO GIVE
NUMBER 2)IF HE DIDN'T REPRESENT U IN ANYWAY ONLY THE LANDLORD


ווי קומט אריין געזעץ דא?

דער בראוקער איז בעה״ב אויב גיט ער אים נישט דאס געלט באקומט ער נישט די דירה

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 9:42 pm
דורך ישוב הדעת
אין א מארקעט ווי דער טענענט איז דער וואס פלאגט זיך צו טרעפן א דירה צאלט ער די בראוקערס פי, עס טוט וויי? יא
אבער אין מיינע אויגן איז עס פונקט ווי שרייען אויף אלע אנדערע זאכן אויף וואס מען צאלט טייער ווייל די מארקעט ערלויבט עס.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:08 pm
דורך nmi
ליינטס ביטע איבער די פאר ר....'דיגע מעשיות וואס ער ברענגט אראפ.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:13 pm
דורך טעם וריח
מיין מעשה גייט נאך ווייטער... איך האב געזוכט א אפיס אין ווילי האב איך אריינגעלייגט אין דבר באקום איך א קאל פון א פרוי בקיצור נאכן אפמאכן א פרייז גיבט זי א זאג און פאר מיר דארפט איר געבן די ערשטע חודש אפאר הונדערט דאללער... זאג איך איר זייט געזונט הצלחה וברכה

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:37 pm
דורך El Rushbo
Flash light האט געשריבן:BY LAW
IF HE DOSENT HAVE LICENCE U DONT HAVE TO GIVE
NUMBER 2)IF HE DIDN'T REPRESENT U IN ANYWAY ONLY THE LANDLORD

By law קענסטו רופן די טרעפיק פאליס צו געבן א סאמענס פאר איינעם וואס פארקט פארענט פון דיין דרייוועי, און עפ"י הלכה ביזטו א פולשטענדיגער מסור המוסר ממון חבירו און מחוייב צו באצאלן די שאדן (געהערט פוו איינעם וואס האט פאקטיש געהאט אזא שאלה).

צום ענין, ווען מ'נענט ארויס די געפיהלן פון די מעשה, זעה איך נישט וואס דער בראוקער האט דא שלעכט געטוהן סיידן אז ער האט עס נישט עדווערטייזד אלץ מיט א בראוקער פי (קען זיין די דבר יום ביומו לאזט נישט), אין די גויאישע גאס איז דאס א נארמאלע זאך, און די גאנצע מדובר צו ס'איז ווערט אזוי סאך צו נישט, צו ס'איז מתאים צו די ארבעט וואס ער לייגט אריין וכו' האט נישט קיין זין.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:43 pm
דורך הרב_שלום
אין קרית יואל בעהט יעדע בראקער בערך $600 פונעם טענענט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:48 pm
דורך Flash light
ביטע זייזשע מסביר פארוואס ע"פ תורה איז מען מחייב
דברים של טעם ,ביטע

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:49 pm
דורך ישוב הדעת
אין די פאראייניגטע שטאטן ווערט א רענטעל בראקער באצאלט פירסט מאנטס רענט פינטעל, און אסאך מאל פלאס נאך א פי.
ווער עס באצאלט דאס? ווענד זיך ווער עס נויטיגט זיך אינעם בראקער, אין א מארקעט וואס עס איז דא גענוג דירות וועט דער אונער זיין גרייט צו באצאלן פון זיין טאש, משא״כ אין א מארקעט וואס טענעטס פלאגן זיך צו טרעפן א דירה איז די גאנצע סבה פארוואס דער אונער הייערט דעם בראקער איז נאר על דעת אז דער טענענט וועט דאס באצאלן, ער קען גראדע באשטיין אז יענער זאל זיין ביזי מיט די פאון קאלס, אבער בעצם דער וואס דארף דעם בראקער איז דער טענענט, ממילא זאל ער באצאלען.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:53 pm
דורך קנאפער ידען
Flash light האט געשריבן:ביטע זייזשע מסביר פארוואס ע"פ תורה איז מען מחייב
דברים של טעם ,ביטע

אויב דו ווילסט דברים של טעם אויף דער אנדערע זייט זאג דו אויך דברים של טעם...

פארוואס זאל מען עפ"י תורה נישט זיין מחויב צו באצאלן? (ווי למשל דער נושא איז צו מען דארף באצאלן אדער נישט, ער האט דאך נישט צופיל ברירות... אנישט באקומט ער נישט דער דירה.) נישט קיין חילוק וואס דו וואלסט ווען געוואלט אז עס זאל געשען (אז דער לענדלארד זאל עס אליינס ליסטען) אויף למעשה האט עס דער אזויגערופענער בראוקער געטון און ער קען דיר בעטן וואס זיין הארץ באגערט טעיק איט אר ליעוו.

דער נושא פון תורה איז אריינגעקומען אין שמועס ווען איינער האט דערמאנט איבער דער געזעץ אז מען מוז זיין א לייסענס בראוקער. אויף דעם קומט אריין אז לאו דוקא אז דו דארפסט צאלן לויט וואס דער געזעץ זאגט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:00 pm
דורך Flash light
נישט האבן א ברירה מיינט נישט מחייב
אפשר כל דאלים גבר
מהאט אפ געמאכט עפעס פארדעם?אדער נישט
שלחן ערוך גייט אן ביי ביידע זייטן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:12 pm
דורך שמואלישעי
ער האט א ברירה נישט צי נעמען די דירה
מהאט אפ געמאכט עפעס פארדעם?אדער נישט
שלחן ערוך גייט אן ביי ביידע זייטן
[/quote]
דע מעשה זאגט קלאר ער האט געהאלטען פארן דינגען

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:53 pm
דורך בר דעת
שמואלישעי האט געשריבן:ער האט א ברירה נישט צי נעמען די דירה
מהאט אפ געמאכט עפעס פארדעם?אדער נישט
שלחן ערוך גייט אן ביי ביידע זייטן

דע מעשה זאגט קלאר ער האט געהאלטען פארן דינגען[/quote]

די מעשה פעלט אביסל קלארקייט, חוץ נעמען די פאון קאולס האט די בראוקער גארנישט געטוהן?

איך פארשטיי אז זיין אויפברויז איז אז מען האט אים נישט געזאגט גלייך אז ער איז א בראקער און זיין פי איז כך וכך. עס איז זייער נישט עטיש צו באהאלטן אזא גרויסע פי, און נאר נאכדעם וואס מען ווייזט די הויז און מען גרייט זיך צו סיינען די ליעס קומט ער אויף מיט די בראוקערס פי.

עכ"פ די שאלה איז זיכער נישט ווער עס "דארף" באצאלן די בראוקער, ווייל די "משכיר" פארדינגט נאר די דירה אויב די שוכר באצאלט די בראוקערידזש, פארדעם האט ער געהייערט די בראוקער, עס דארף אבער זיין געהעריג אויסגעשמועסט פון פארדעם. אויב די בראוקער האט נישט געזאגט ביז פארן סיינען די ליעס טוט ער טאקע א גרויסע עוולה, אבער עס איז נאכאלץ נישט מחייב די משכיר צו פארדינגען די הויז. פארשטייט זיך אז נאכן סיינען די ליעס איז שוין א אנדערע מעשה, און מען קען נישט הייסן די שוכר צו באצאלן פאר עפעס וואס מען האט איהם נישט מודיע געווען פארדעם.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:59 pm
דורך שטארקע חסיד
הרב_שלום האט געשריבן:אין קרית יואל בעהט יעדע בראקער בערך $600 פונעם טענענט

די לעצטע מאל איך האב געטשעקט האבן די בראקערס געבעטן א פולע חודש בראקער פי

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:14 am
דורך נעגלוואסער
די פי איז נישט באהאלטן ווייל יעדער וואס נעמט א דירה און וומס"ב מיט א בראקער ווייסט דאס. די שאלה איז נאר פארוואס דארף ער נעמען אזא גרויסע אפצאל איך וואלט געזאגט אז פאר א 5 בעדרום דירה זאל זיין מקסימום 2K א פיצל דירה וואס מ'דארף זיין ביזי יעדן טאג ווייזן פאר א צווייטן זאל זיין $3500 עס דארף האבן מיט די ארבעט וואס מלייגט אריין סקען נישט סתם זיין די ערשטע חודש רענט

יעצט מעשה שהיה א קרוב משפחה מיינער האט געזוכט א דירה און וומס"ב פאר זיין טאכטער א כלה האט ער גערופן די עד און דבר יום זאגט ער אים אז ער איז א בראקער איז ער געגאנגן קוקן די דירה מיט יענעם זעהט ער אז די לענדלארד איז זיין א באקאנטער זאגט דער קרוב פארן בראוקער זיימיר געזונט און פארהאנדלט מיטן חבר און באקומען מיט א $100 אראפ יעדע חודש זאגט די לענדלארד אז דער בראקער האט גאפערט מער וויפיל איך האב אים געזאגט איך זיך
האב איך אים געלאזט עדווערטייזן די דירה למעשה וויל יעצט די בראוקער פונעם לענדלארד די ריווח פון די מער וואס ער קען באקומען האט ער דיסיידעד אז איך געב עס ענדערש פאר מיין חבר/נייער טענענט ווי איידער פארן בראוקער
למעשה האט מען געגבן פארן בראוקער $360 און באקומען די דירה

פארוואס זאג איך ענק עס איר זאלט וויסט דעם בראוקער קענט איר לייגן און א זייט איינמאל די ווייסט די דירה און ווער געוואר ווער עס אונט עס דערנאך געט מען א שיינע טיפ פארן בראוקער און איר קענט באקומען די דירה פאר ביליגער

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:34 am
דורך בר דעת
נעגל וואסער, זייער נישט עטיש אויסצושניידן די בראוקער נאכדעם וואס מען האנדעלט מיט איהם, אויב די פרייז זעהט אויס צו טייער קענסטו האנדלען מיטן בראוקער.

דאס אז די בראוקער שרויפן אמאל ארויף די פרייז איז א עוולה פאר זיך.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:38 am
דורך שמואלישעי
נישט עטיש איז די פראבלעם עפ"י הלכה טאר מען עס נישט טון

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:40 am
דורך ווישוואש
דינא דמלכותא איז אויך עפעס.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:49 am
דורך Flash light
דעס אז ברויקער שרויפט ארויף די פרייז ווייזט אז ארבעט פארן לענדלער נישט פארן שוכר

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:54 am
דורך קנאפער ידען
Flash light האט געשריבן:דעס אז ברויקער שרויפט ארויף די פרייז ווייזט אז ארבעט פארן לענדלער נישט פארן שוכר

און במילא?

און דאס אז דער גראסערי שרויפט ארויף דער פרייז (קענסט קויפן ביי דער קליינס אייזקרעים טראק פאר ביליגער ווי דער גראסערי אדער אייז קריעם סטאר...) ווייזט אז ער ארבעט פארן דיסטריביוטער און נישט פאר דיר במילא צאל אים מיט 30% ווייניגער ווי ער בעט... וואספארא גערעדאכטס איז דאס?! אויב דו ווילסט דינגען דירות גראד פון דער לענדלארד גיי זוך אים אויף (אזויווי דער בראוקער טוט) און דינג (אויב ער וויל דיר עס פארדינגען.)

מען רעדט נישט דא פון א דזשאב וואס איינער דארף באצאלן איינעם בעיסד אויף זיין ארבעט, און דעם פאר וועמען ער ארבעט דארף באצאלן. דו האסט גערופן א מענטש און ער אפפערט דיר וואטעווער די העק ער וויל דיר אפפערן. נעם עס אדער גיי זיך.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:12 am
דורך Flash light
די ברויקער טרייט צו מאכן א טאלער אין דער שוכר מעג אויך טרייען צו שפארן
אויב די הלכה איז מסכים
אזוי ווי איך מעג גיין צו וועלכע גראסערי איך וויל