ווער דארף צאלן די רענטעלס אגענטן rentals agent?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג יולי 12, 2019 3:59 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: ער איז דא צו העלפן דער לענדלארד

זייער גוט געזאגט.

און אט דאס האבן אונזער רבי'ס גערופן מיט'ן איידעלע נאמען "מייקרי שער" אדער "מפקיעי שערים", און די זכות זאל זיי ביישטיין בזה ובבא, און פאר אלע נאכפאלגער.

אויך דאס איז פארוואס ווי אונז הייליגער אידען קומען ווערט אוטומאטיש געהויבן פרייזן, דערנאך זינגט מען סופליי ענד דימענד ניגון, וואס באמת האט עס גארנישט מיט סופליי אדער דימענד, נאר מיט אזעלכע הייליגער מייקרי שער וואס אונזער רבי'ס האבן שוין דערמאנט, וואס זענען נעבאך נאר דא צו העלפן.... יא יא....

אולי אויב "אונזערע רבי'ס" הייסן "פארווייטאגט".

מפקיעי שערים זענען ווען מענטשן טוען געוויסע פעולות (לימיטן סופליי וכדו', אדער מאנאפאליסטישע זאכן ווי זיך אפשמועסן מיט אנדערע סופלייערס אז קיינער זאל נישט געבן אונטער א געוויסע פרייז) און הייבן דער יעצטיגער נארמאלער פרייז (און דער פאקט אז עס איז טייער מאכט עס נישט אויס נארמאל) מיט א גרויסע פערצענט (ביסיידס די פוינט איז עס נאר פאר געזאגט געווארן אויף וויכטיגע צרכים - צרכי אוכל נפש - און ווען איינער וויל דייקא קויפן אן אייז קרעים מיט גאלדענע שטויב ברעקלעך אין זיך הייסט נישט דער סוחר א מייקר שער סייוועלכע פרייז ער זאל נאר בעטן.)

פארקויפן/פארדינגען עפעס פאר פעיר מארקעט וועליו (יא יא, דיין אזוי פארהאסטער "סופליי ענד דימענד") האט דערמיט קיין שייכות.
קרייסלער האט געשריבן:לענ״ד שטעלט דער אגענט צו א סערוויס פאר ביידן דער שוכר און דער משכיר, יעצט וויפיל ער זאל טשארזשן פאר זיין סערוויס ווייס איך נישט אבער עס זאל ווערן צעטיילט צווישן ביידע. נישטא קיין שום סברא אז בלויז דער טענעט זאל עס באצטאלן

קען זיין. און אויב דער אגענט איז מחליט אז אים איז וויכטיג צו באקומען דער דיעל און ער ווייסט דער (געוויסע) לענדלארד גייט אים אפשר נישט צאלן מעג ער נישט מוחל זיין אז ער דארף נישט דער לענדלארד זאל אים צאלן? (און בכלל, ווער זאגט דען אז ער בעט נישט פונעם לענדלארד אויך?...)

איי מיען, דו קענסט דאך נישט איינטיילן פאר א סוחר וויאזוי ער זאל מאכן זיינע חשבונות פאר וועמען ער זאל צושטעלן סערוויסעס און פאר וועמען ער זאל בעטן מער אדער ווייניגער געלט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » פרייטאג יולי 12, 2019 4:00 pm

טעם וריח האט געשריבן:מיין מעשה גייט נאך ווייטער... איך האב געזוכט א אפיס אין ווילי האב איך אריינגעלייגט אין דבר באקום איך א קאל פון א פרוי בקיצור נאכן אפמאכן א פרייז גיבט זי א זאג און פאר מיר דארפט איר געבן די ערשטע חודש אפאר הונדערט דאללער... זאג איך איר זייט געזונט הצלחה וברכה

א דירה איז אנדערש ווי א אפיס
ער האט אפגלאזט אנדערע אפציעס וואס ער האט געהאט ווייל דאס איז זיין ווייב געפאלען די מערסטע
ער האט געמוזט אוועק מופן יענע וואך צולוב סיבות
קויפט & פארקויפט נייע/גענוצטע אייטעמס nyebaytrader@gmail.com

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג יולי 12, 2019 4:16 pm

וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » פרייטאג יולי 12, 2019 4:17 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
מארמאראש האט געשריבן:איך האב א חבר וואס האט ב"ה געטערפען א דירה אין וומסברג וואס איז זייער פאסיג פאר אים
ווען עס קומט צו געבען די דיפאסיט זאגט ער אים: איך בין נישט די בעל הבית איך בין נאר א רענטעל אגענט, די מיזט מיר צוגעבען 35 הונדערט דאלאר וואס איז א חודש רענט
מיין חבר האט זיך אנגעהויבען טענעהן אז די האסט עס ס"ה אריינגלייטג נעכטען אין די דבר יום ביומו, פארוואס עפעס קום איך דיר 35 הונדערט דאללער איך קען דיר געבען 500 דאלער פאר די פאר שעה וואס די האסט זיך מטפל געווען, אבער איך האב נישט קיין עקסטערע 35 הונדערט דאללער וואס איז כמעט א חודש געהאלט, אבער סהאט גארנישט געהאלפן איך דארפסט 35 הונדערט אז נישט קענסטו נישט דינגען די דירה.

איך הער אז עס ווערט מער און מער איינגעריסן מען דארף עפעס טוהן צו סטאפן

אנגעהויבען האט זיך עס אז די לענדלער דארף צאלען איין חודש אבער קיין איין לענדלאר האט נישט געהאלטען ביים באצלען ווייל פאר פינף און צוואנציג דאלער אין די דבר יום ביומו באקומט ער 100 קאלס און מארגען איז עס פארדינגען
האבן זיי אנעצה זיי זאגען פארן לענדלאר די דארפסט גארנישט טוהן איך ברענג דיר די טענענט זיי וועלן שוין באצאלען א פרייז

איך האב א קרוב וואס האט אריינגעלייגט אין די דבר יום ביומו אז ער האט א דירה צו פארדינגען רופט אים אהן א אגענט: זאג פאר די אלע אז וואס האבן דיר גערופן אז עס איז שוין נישט עוועליבל איך העל די שאפן איינעם פאר 2 הונדערט מער א חודש ..

איך פארשטיי אויב די לענדלאר וויל זיך נישט מוטשענען און ער איז מסכים צו צאלען געזונטערהייט
אדער איך קום צו א בראקער איך זאג אים: שאף מיר א דירה אן דעים וואס איז זאל דארפן קאלען, ארום גיין , זיכען, נאו פראבלעם, אבער גיין אוועק כאפן אלע דירות אין יעדער מוז דיר צאלן עקסטער דאס איז א געפערליכע פארברעך
איך קוק עס אהן ווי איינער זאל גיין בוקען אלע היימישע חתונה זאלען פאר די נעקסטע 3 יאר יעדער ווער עס וויל חתונה מאכן מוז אים צאלען 1000 דאללער

איז דאס יושר ??

ראשית כל דאס איז בכלל נישט ניי און גייט שוין אן יארן לאנג, איך האב נייעס פאר דיר אז זייער אסאך מענטשן אין וויליאמסבורג צאלן 2 חדשים רענט פארן בראקער,איין חודש פונעם לענדלארד און איין פונעם טענענט, יעצט געהערט אז אין קרית יואל איז דא אסאך בראקערס וואס באקומען צווישען 2 און דריי חדשים רענט פארשטייט זיך אויף קלענערע דירות

ערטשטענס טאמער דיין חבר קען זיך ערלויבן צו צאלן רענט 3500 אין ווילי דעמאלס איז נישט מער ווי נארמאל אז ער האט געטראפן א שיינע דירה וואס ער פלאנט צו וואינען אפאר יאר, צו צאלן מעקלעריי דאס איז סדר העולם כאטשיג א חודש רענט ;טאמער דיין חבר האט דעם אכטער וואס צאלט אים די חלק הניכר פון 3500 דאן קען ער זיכער זיך אנשטרענגן אים צו צאלן 3500 שדכנות ,פאר וואס ביים קויפן א דירה פארשטייסטו יא אז א בראוקער מאכט 30 אדער 40 אלפים ?

דאס ביזטו מודה אז עס איז נישט אזוי שווער צו טרעפן א טענעט ווייל די לענדלאר וויל נישט באצלען די פרייז (ער קען שאפען א סעקרטערי וואס זאל דילען מיט די טענענס פאר 500 א וואך ..)
אין די טענענט האט אויך נישט גאהייערט די ברויקער
נאר וואס דען די לענדלאר האט קיינמאל נישט אריינגעטראכט (אדער ווייסט ער אפילו נישט) אז עס גייט אזויפיל קאסטען פארן טענט
איך קען טאקע א לענדלאר א וואילע איד וואס די בראקערס לויפען אים נאך ער איז נישט מסקים בשום אופן
נאר וואס דען די בראקערס כאפן אלע דירות ממילה האט די טענעט נישט קיין ברירה
עס איז אזוי ווי איינער זאל ווערן א בראקער פאר חתונה זאלן די וועסט נישט קענען דינגען א חתונה זאל נאר אויב די צאלסט נאך דריי אלפים פארן בראקער אז די צאלסט שוין אכציג טויזעט דאללער פארן חתונה מאכן קעסטו צאלען פארן ברוקער פארן דיר ברענגען די זאל
די בראקער איז א היימישע איד ער דארף דאך צאלען שכר לימוד ס"ה האט מען געוועטליך איינמאל חתונה ..

סא פארוואס קוקטסטו
קויפט & פארקויפט נייע/גענוצטע אייטעמס nyebaytrader@gmail.com

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 4:30 pm

ער שרייבט נישט זיכט איר א דירה מיר וועלען אייך צושטלען
ער ארבעט צו כאפן יעדע דירה אויף די מארקעט און ער בעט נאך אפאר טויזענט דאללער
נישט תורהדיג און נישט געזעצליך
אזויווי איינער זאל אויסקויפן אלע ברויט און עס פארקויפן פאר צען דאלער
צוגעלייגטע
Screenshot (5).png
Screenshot (5).png (159.61 KiB) געזעהן 1061 מאל
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג יולי 12, 2019 4:40 pm

מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

וואס האט איינס מיט דער צווייטער? סאו דו ווילסט צאלן מער פארן שדכן, איך מיין אויך אז עס קומט אים מער...

נארוואסדען? א שדכן האט נישט אויף וואס צו בעיסן דער פרייז במילא צאלט מען אים די ווייניגסטע וואס שייך... (די גוטע שדכנים לאזן זיך קאסטן אסאך מער ווי $1500) און דער בראוקער האט א געוויסע חשבון וואס ער קען זאגן מיט א חודש (אדער א האלבע חודש וכדו') רענט.
השמש האט געשריבן:ער שרייבט נישט זיכט איר א דירה מיר וועלען אייך צושטלען
ער ארבעט צו כאפן יעדע דירה אויף די מארקעט און ער בעט נאך אפאר טויזענט דאללער
נישט תורהדיג און נישט געזעצליך
אזויווי איינער זאל אויסקויפן אלע ברויט און עס פארקויפן פאר צען דאלער

דער עד ווייזט נאר דער פארקערטע ווי דו זאגסט. ער כאפט גארנישט. עס איז דא א מארקעט פון לענדלארדס וואס עס איז זיי נישט גרינג אליינס זיך צו אפגעבן מיט די דירות (זיי האבן נישט קיין פופציג דירות מיט א אפיס צו קעיר נעמען דערפון) און ער שטעלט זיי צו א סערוויס צו קעיר נעמען פון צו פארדינגען דער דירה און באקומען דערפאר א גוטע פרייז (פעיר מארקעט - און מארקעט מיינט דער מארקעט דא אין דעם פלאץ פאר אזא סארט דירה - וועליו) אזוי אז דער לענדלארד זאל נארמאל קענען קאווערן אלע עקספענסעס (אויב ער האט נאך) און מאכן א שיינע פראפיט (אזויווי יעדער וויל מאכן פון יעדע ביזנעס דיעל.)

די גראסעריס וואס "קויפן אויס" אלע ברויט פון די בעקערייען און דיסטריביוטערס און פארקויפן עס מיט א מארקאט טוען גארנישט שלעכט. און דער איין בראוקער האט נישט קאנטראל אויף "אלע דירות" אז דו זאלסט קענען איינרעדן איינעם אז ער קען אליינס הייבן פרייז, אויב וועט ער בעטן מער ווי מארקעט וועליו (כמדומה אז א מייקר שער איז מער ווי א פיפטעל מער) וועט עס קיינער נישט דינגען וזהו.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג יולי 12, 2019 4:54 pm

מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

א שדכן היינטיגע טעג באקומט א מינומים פון 3000 , 1500 פאר א צד

דא האסטו די תירוץ טאקע וועגן דעם זעט אזוי די שדכנות ביזנעס , עס איז נאך היינט נישט אנגענומען ווי א ביזנעס און טאקע וועגן דעם, ווען איז ווען א ביזנעס וואלט נישט געווען קיין שידוך קריזעס, משא"כ בראקעריזש איז א ביזנעס נישט פון היינט , ריעל עסטעיט בראקעריזש איז אייביג געווען , איך וועל אייך זאגן א סוד פארוואס די לענדלארדס גלייכן די בראקערס, וועגן זיי ענדיגן צו די דיעל , און די לענדלארדס זענען די שיינע אידן צום טיש...אלעס גייט אויפן בראקערס חשבון

און עטס האטס גאר רחמנות אויפן לענדלארד ווי ממש די בראקערס צווינגען די לענדלארדס ...ניטאמאל כאפט עטס וואס דא קומט פאר, מען רופט עס די בראקער טוט די שמוציגע ארבעט און וועגן דעם לאזט ער נעמען פונעם טענענט 3500 אדער ווי אסאך בראקערס באקומען סיי פונעם טענענט און סיי פונעם לענדלארד א חודש און די לענדלארדס איז אקעי וועגן די בראקערס קומען נישט מיט קיין גאנס צו די לענדלארדס אז די מיזט עס פארדינגען דורך מיר
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג יולי 12, 2019 5:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 4:56 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

וואס האט איינס מיט דער צווייטער? סאו דו ווילסט צאלן מער פארן שדכן, איך מיין אויך אז עס קומט אים מער...

נארוואסדען? א שדכן האט נישט אויף וואס צו בעיסן דער פרייז במילא צאלט מען אים די ווייניגסטע וואס שייך... (די גוטע שדכנים לאזן זיך קאסטן אסאך מער ווי $1500) און דער בראוקער האט א געוויסע חשבון וואס ער קען זאגן מיט א חודש (אדער א האלבע חודש וכדו') רענט.
השמש האט געשריבן:ער שרייבט נישט זיכט איר א דירה מיר וועלען אייך צושטלען
ער ארבעט צו כאפן יעדע דירה אויף די מארקעט און ער בעט נאך אפאר טויזענט דאללער
נישט תורהדיג און נישט געזעצליך
אזויווי איינער זאל אויסקויפן אלע ברויט און עס פארקויפן פאר צען דאלער

דער עד ווייזט נאר דער פארקערטע ווי דו זאגסט. ער כאפט גארנישט. עס איז דא א מארקעט פון לענדלארדס וואס עס איז זיי נישט גרינג אליינס זיך צו אפגעבן מיט די דירות (זיי האבן נישט קיין פופציג דירות מיט א אפיס צו קעיר נעמען דערפון) און ער שטעלט זיי צו א סערוויס צו קעיר נעמען פון צו פארדינגען דער דירה און באקומען דערפאר א גוטע פרייז (פעיר מארקעט - און מארקעט מיינט דער מארקעט דא אין דעם פלאץ פאר אזא סארט דירה - וועליו) אזוי אז דער לענדלארד זאל נארמאל קענען קאווערן אלע עקספענסעס (אויב ער האט נאך) און מאכן א שיינע פראפיט (אזויווי יעדער וויל מאכן פון יעדע ביזנעס דיעל.)

די גראסעריס וואס "קויפן אויס" אלע ברויט פון די בעקערייען און דיסטריביוטערס און פארקויפן עס מיט א מארקאט טוען גארנישט שלעכט. און דער איין בראוקער האט נישט קאנטראל אויף "אלע דירות" אז דו זאלסט קענען איינרעדן איינעם אז ער קען אליינס הייבן פרייז, אויב וועט ער בעטן מער ווי מארקעט וועליו (כמדומה אז א מייקר שער איז מער ווי א פיפטעל מער) וועט עס קיינער נישט דינגען וזהו.

אויב די גארסעריס וועלן בעטען 10 דאללער א ברויט וועט יעדער צאלן ווי א טאטעלע נא וואס דען גראסערי האט מורה פונעם געזעץ (געווען א בעקערי אין וומסבג וואס האט פארקויפט פאר פסח א בילקעלע פאר 5 טאלער איז געווען א מסור וואס האט זיי געמסרט איז אריינגעקומען אן אינספעקטאר וואס האט עס געקויפט און געגעבען א טיקעט פון פינף אלפים + כסדר דיגע בזוכען און פראבלעמען

די בראקער גייט צום לענדלער און איך דארף באצאלען ??
עס איז נישט קיין יושר, תורהדיג, געזעצליך,
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג יולי 12, 2019 4:58 pm

השמש האט געשריבן:ער שרייבט נישט זיכט איר א דירה מיר וועלען אייך צושטלען
ער ארבעט צו כאפן יעדע דירה אויף די מארקעט און ער בעט נאך אפאר טויזענט דאללער
נישט תורהדיג און נישט געזעצליך
אזויווי איינער זאל אויסקויפן אלע ברויט און עס פארקויפן פאר צען דאלער

בכלל נישט לא דובים ולא יער, קיינער צווינגט נישט קיינעם , עס איז א פרי מארקעט, און מאך נישט די לענדלארדס ווי צדיקים , זיי ווייסן פונקטליך וואס די בראקערס טיען און א סיבה ארבעטען זיי מיטן בראקער...ודו"ק
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג יולי 12, 2019 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 4:59 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

א שדכן היינטיגע טעג באקומט א מינומים פון 3000 , 1500 פאר א צד

דא האסטו די תירוץ טאקע וועגן דעם זעט אזוי די שדכנות ביזנעס , עס איז נאך היינט נישט אנגענומען ווי א ביזנעס און טאקע וועגן דעם, ווען איז ווען א ביזנעס וואלט נישט געווען קיין שידוך קריזעס, משא"כ בראקעריזש איז א ביזנעס נישט פון היינט , ריעל עסטעיט בראקעריזש איז אייביג געווען , איך וועל איך זאכן א סוד פארוואס די לענדלארדס גלייכן די בראקערס, וועגן זיי ענדיגן צו די דיעל , און די לענדלארדס זענען די שיינע אידן צום טיש...אלעס גייט אויפן בראקערס חשבון

און עטס האטס גאר רחמנות אויפן לענדלארד ווי ממש די בראקערס צווינגען די לענדלארדס ...ניטאמאל כאפט עטס וואס דא קומט פאר, מען רופט עס די בראקער טוט די שמוציגע ארבעט און וועגן דעם לאזט ער נעמען פונעם טענענט 3500 אדער ווי אסאך בראקערס נעמען סיי פונעם טענענט און סיי פונעם לענדלארדס א חודש

די לעדלאר וויל נישט טוהן די שמיציגער ארבערט זאל ער גערן באצאלען פארן ברוקער וואס בין איך שילדיג ??
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג יולי 12, 2019 5:02 pm

השמש האט געשריבן:

האב איך דיר גענטפערט אז זייער אסאך לענדלארדס באצאלן טאקע און די טענענטס אויך , אבער וויבאלד עס איז דא א מאנגעל אין דירות געשעט דאס , פארשטייט זיך אז די ווילסט דיך שלאגן מיט די פאקט אז נישט דאס איז די קעיס ,אבער אז די ווילסט וואינען אין וויליאמסבורג דארפסטו באצאלן די פרייז
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג יולי 12, 2019 5:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 5:03 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:ער שרייבט נישט זיכט איר א דירה מיר וועלען אייך צושטלען
ער ארבעט צו כאפן יעדע דירה אויף די מארקעט און ער בעט נאך אפאר טויזענט דאללער
נישט תורהדיג און נישט געזעצליך
אזויווי איינער זאל אויסקויפן אלע ברויט און עס פארקויפן פאר צען דאלער

בכלל נישט לא דובים ולא יער, קיינער צווינגט נישט קיינעם , עס איז א פרי מארקעט, און נאך נישט די לענדלארדס ווי צדיקים , זיי ווייסן פונקטליך וואס די בראקערס טיען און א סיבה ארבעטען זיי מיטן בראקער

במציאות איז בכלל נישט שווער צו טרעפן א טענעט יעדער וואס האט א דירה צו פארדינגען לויפן די בראקערס נאך אז מען זאל זיי עס געבען וואס פאר די הנאה כל דהו וועט די טענעט דארפן ארויף צאלען א טייערן פרייז .
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 5:06 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

א שדכן היינטיגע טעג באקומט א מינומים פון 3000 , 1500 פאר א צד

דא האסטו די תירוץ טאקע וועגן דעם זעט אזוי די שדכנות ביזנעס , עס איז נאך היינט נישט אנגענומען ווי א ביזנעס און טאקע וועגן דעם, ווען איז ווען א ביזנעס וואלט נישט געווען קיין שידוך קריזעס, משא"כ בראקעריזש איז א ביזנעס נישט פון היינט , ריעל עסטעיט בראקעריזש איז אייביג געווען , איך וועל איך זאכן א סוד פארוואס די לענדלארדס גלייכן די בראקערס, וועגן זיי ענדיגן צו די דיעל , און די לענדלארדס זענען די שיינע אידן צום טיש...אלעס גייט אויפן בראקערס חשבון

און עטס האטס גאר רחמנות אויפן לענדלארד ווי ממש די בראקערס צווינגען די לענדלארדס ...ניטאמאל כאפט עטס וואס דא קומט פאר, מען רופט עס די בראקער טוט די שמוציגע ארבעט און וועגן דעם לאזט ער נעמען פונעם טענענט 3500 אדער ווי אסאך בראקערס נעמען סיי פונעם טענענט און סיי פונעם לענדלארדס א חודש

די לעדלאר וויל נישט טוהן די שמיציגער ארבערט זאל ער גערן באצאלען פארן ברוקער וואס בין איך שילדיג ??

האב איך דיר גענטפערט אז זייער אסאך לענדלארדס באצאלן טאקע און די טענענטס אויך , אבער וויבאלד עס איז דא א מרנגעח אין דירות געשעט דאס , פארשטייט זיך אז די ווילסט דיך שלאגן מיט די פאקט

איך האב גערעט מיט אפאר אידן לענדלארס וואס די בראקערס האבן זיי געזאגט אז ער דארך גארנישט געבען
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 5:07 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

א שדכן היינטיגע טעג באקומט א מינומים פון 3000 , 1500 פאר א צד

דא האסטו די תירוץ טאקע וועגן דעם זעט אזוי די שדכנות ביזנעס , עס איז נאך היינט נישט אנגענומען ווי א ביזנעס און טאקע וועגן דעם, ווען איז ווען א ביזנעס וואלט נישט געווען קיין שידוך קריזעס, משא"כ בראקעריזש איז א ביזנעס נישט פון היינט , ריעל עסטעיט בראקעריזש איז אייביג געווען , איך וועל איך זאכן א סוד פארוואס די לענדלארדס גלייכן די בראקערס, וועגן זיי ענדיגן צו די דיעל , און די לענדלארדס זענען די שיינע אידן צום טיש...אלעס גייט אויפן בראקערס חשבון

און עטס האטס גאר רחמנות אויפן לענדלארד ווי ממש די בראקערס צווינגען די לענדלארדס ...ניטאמאל כאפט עטס וואס דא קומט פאר, מען רופט עס די בראקער טוט די שמוציגע ארבעט און וועגן דעם לאזט ער נעמען פונעם טענענט 3500 אדער ווי אסאך בראקערס נעמען סיי פונעם טענענט און סיי פונעם לענדלארדס א חודש

די לעדלאר וויל נישט טוהן די שמיציגער ארבערט זאל ער גערן באצאלען פארן ברוקער וואס בין איך שילדיג ??

האב איך דיר גענטפערט אז זייער אסאך לענדלארדס באצאלן טאקע און די טענענטס אויך , אבער וויבאלד עס איז דא א מרנגעח אין דירות געשעט דאס , פארשטייט זיך אז די ווילסט דיך שלאגן מיט די פאקט

פארוואס דארף ער באקומען צוויי מאל ??
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג יולי 12, 2019 5:28 pm

השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:ער שרייבט נישט זיכט איר א דירה מיר וועלען אייך צושטלען
ער ארבעט צו כאפן יעדע דירה אויף די מארקעט און ער בעט נאך אפאר טויזענט דאללער
נישט תורהדיג און נישט געזעצליך
אזויווי איינער זאל אויסקויפן אלע ברויט און עס פארקויפן פאר צען דאלער

בכלל נישט לא דובים ולא יער, קיינער צווינגט נישט קיינעם , עס איז א פרי מארקעט, און נאך נישט די לענדלארדס ווי צדיקים , זיי ווייסן פונקטליך וואס די בראקערס טיען און א סיבה ארבעטען זיי מיטן בראקער

במציאות איז בכלל נישט שווער צו טרעפן א טענעט יעדער וואס האט א דירה צו פארדינגען לויפן די בראקערס נאך אז מען זאל זיי עס געבען וואס פאר די הנאה כל דהו וועט די טענעט דארפן ארויף צאלען א טייערן פרייז .

זעט אויס איר זענט נישט א לענדלארד, עס איז מער בכבוד'ג פארן לענדלארד נישט צו דארפן זיך דורעכקומען מיטן טענענט מיט אלע דיטעילס בעק און פארט און סיינען די ליעס ,און עס איז אים ווערט די געלט אדער אז די זאלסט עס באצאלן,און נאכדעם קומען די טענענטס אויף אייוועלט און באשמיצען די בראקערס.. און זיי האבן גאר רחמנות אויפן לענדלארד און וואספאר א צדיק ער איז...סא פארדעם גלייכן די לענדלארדס די בראקערס ! נאכאמאל קיינער צווינגט נישט קיינעם, עס איז דא א סיבה פארוואס די לענדלארדס דיעלן מיט די בראקערס , און פאר דיר שפילט די לענדלארד א מעקעלע אז די בראקערס איז די חיה , כאפסט ? און עס ארבעט טאקע א מחיה ווי קיינער כאפט נישט דא די מעשה
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג יולי 12, 2019 5:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג יולי 12, 2019 5:31 pm

השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס איז די פשט אז א שדכן פאר א שידוך צאלט מען 1500 און פאר א דירה 3500

דארף מען נישט באצאלן מער פאר א שדכן?

א שדכן היינטיגע טעג באקומט א מינומים פון 3000 , 1500 פאר א צד

דא האסטו די תירוץ טאקע וועגן דעם זעט אזוי די שדכנות ביזנעס , עס איז נאך היינט נישט אנגענומען ווי א ביזנעס און טאקע וועגן דעם, ווען איז ווען א ביזנעס וואלט נישט געווען קיין שידוך קריזעס, משא"כ בראקעריזש איז א ביזנעס נישט פון היינט , ריעל עסטעיט בראקעריזש איז אייביג געווען , איך וועל איך זאכן א סוד פארוואס די לענדלארדס גלייכן די בראקערס, וועגן זיי ענדיגן צו די דיעל , און די לענדלארדס זענען די שיינע אידן צום טיש...אלעס גייט אויפן בראקערס חשבון

און עטס האטס גאר רחמנות אויפן לענדלארד ווי ממש די בראקערס צווינגען די לענדלארדס ...ניטאמאל כאפט עטס וואס דא קומט פאר, מען רופט עס די בראקער טוט די שמוציגע ארבעט און וועגן דעם לאזט ער נעמען פונעם טענענט 3500 אדער ווי אסאך בראקערס נעמען סיי פונעם טענענט און סיי פונעם לענדלארדס א חודש

די לעדלאר וויל נישט טוהן די שמיציגער ארבערט זאל ער גערן באצאלען פארן ברוקער וואס בין איך שילדיג ??

האב איך דיר גענטפערט אז זייער אסאך לענדלארדס באצאלן טאקע און די טענענטס אויך , אבער וויבאלד עס איז דא א מרנגעח אין דירות געשעט דאס , פארשטייט זיך אז די ווילסט דיך שלאגן מיט די פאקט

פארוואס דארף ער באקומען צוויי מאל ??

דארפן דארף מען גארנישט , דארפן דארף מען נאר שטארבען , אז מען קען באקומען צוויי אדער דריי דאן פארוואס נישט? געהערט ממש לעצטענס אז אין קרית יואל נעמען עטליכע בראקערס צווישען 2 און דריי מאל די רענט, פארשטייט זיך מען רעדט פון בערך 1500 דאלאר רענט דירות נישט 3500

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג יולי 12, 2019 7:44 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:א שדכן היינטיגע טעג באקומט א מינומים פון 3000 , 1500 פאר א צד

דא האסטו די תירוץ טאקע וועגן דעם זעט אזוי די שדכנות ביזנעס , עס איז נאך היינט נישט אנגענומען ווי א ביזנעס און טאקע וועגן דעם, ווען איז ווען א ביזנעס וואלט נישט געווען קיין שידוך קריזעס, משא"כ בראקעריזש איז א ביזנעס נישט פון היינט , ריעל עסטעיט בראקעריזש איז אייביג געווען , איך וועל איך זאכן א סוד פארוואס די לענדלארדס גלייכן די בראקערס, וועגן זיי ענדיגן צו די דיעל , און די לענדלארדס זענען די שיינע אידן צום טיש...אלעס גייט אויפן בראקערס חשבון

און עטס האטס גאר רחמנות אויפן לענדלארד ווי ממש די בראקערס צווינגען די לענדלארדס ...ניטאמאל כאפט עטס וואס דא קומט פאר, מען רופט עס די בראקער טוט די שמוציגע ארבעט און וועגן דעם לאזט ער נעמען פונעם טענענט 3500 אדער ווי אסאך בראקערס נעמען סיי פונעם טענענט און סיי פונעם לענדלארדס א חודש

די לעדלאר וויל נישט טוהן די שמיציגער ארבערט זאל ער גערן באצאלען פארן ברוקער וואס בין איך שילדיג ??

האב איך דיר גענטפערט אז זייער אסאך לענדלארדס באצאלן טאקע און די טענענטס אויך , אבער וויבאלד עס איז דא א מרנגעח אין דירות געשעט דאס , פארשטייט זיך אז די ווילסט דיך שלאגן מיט די פאקט

פארוואס דארף ער באקומען צוויי מאל ??

דארפן דארף מען גארנישט , דארפן דארף מען נאר שטארבען , אז מען קען באקומען צוויי אדער דריי דאן פארוואס נישט? געהערט ממש לעצטענס אז אין קרית יואל נעמען עטליכע בראקערס צווישען 2 און דריי מאל די רענט, פארשטייט זיך מען רעדט פון בערך 1500 דאלאר רענט דירות נישט 3500

טענו חיטים והודה לו בשעורים
מען רעדט דא פון וויליאמסבורג נישט פון קרית יואל נישט פון קרית טאהש אויך נישט פון שיכן סקווירא
אין וויליאמסבורג איז זייער גרינג צו טרעפן א טענעט
איך רעדט פון עקספיריענס מען לייגט אריין אין די דבר יום ביומו אדער די גוט מארגן
א דירה שיינע 3 בעדרום דירה צו פארדינען אין נייע וויליאמסבורג גרייט ארייצומופען רופט ...
מען באקומט אסאך פאן קאלס מען גיט איבער די דיטעליס מען קען עס זעהן היינט 7 אזייגער נאכמיטאג
מען שמועסט אויס די פאר דיטעליס אויף מארגן האט מען שוין א טענעט
און דאס טוט די בראקער
די סערוויס איז ווערט וויפיל די לענדער וואלט געהאלטן ביים באצאלן
וואס איז געווטליך צווי דריי הונדערט ביז 500 דאללער.
האבן די בראקערס געזעהן אז קיין איין לענדלער האלט זיי נישט ביים באצאלן זענען זיי אויפגענומען אז די טענעט זאל עס באצאלן
סך הכל איז עס בככל נישט ווערט אזויפיל נאר די לענדלארס גייט עס נישט אהן ווייל די טענעט באצאלט עס במילא
זיי רופן אהן יעדער איינער וואס האט א דירה צו פארדינגן פארשטייט זיך אז די לענדלער איז מסכים ווייל ער באקומט די סערוויס וואס איז ווערט דריי הונדערט דאלער בחנם
די טענענט קען נישט טרעפן די אזוי אויך ווייניגער דירה מוז ער כל כרחך מוז ער באצלען
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש יולי 13, 2019 10:06 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:דער מייקרי שער, זאלסטו לאזן הענגען אויף א צוקער שטריק, אין צענטער פון שטאט.

איינער וואס צאפט יידיש בלוט, זאלסטו קיין פעני נישט באצאלן.

העכערן די פרייז פאר איינער וואס קען זיך נישט ערלויבען צו קויפן, מיט צוויי הונדערט דאללאר יעדער חודש מהיום והלאה, 2400 א יאהר, פארוואס? ווייל ער וויל פארדינען אן איינמאליגער 200 טאלער.

קוקט נישט אויס מזרע ישראל, מ'דארף אפילו נישט בודק זיין זיין יחוס.

טשיל איט מען! ער צאפט נישט קיינעמס בלוט און אויב יענער זוכט ביליג איז דא גענוג אנדערע פלעצער צו קויפן פאר ביליגער און ער דארף נישט דינגען אין דער טייערסטער שטאט.

אינטערעסאנט אז חז"ל האבן יא גאר שטארק אראפגעריסן מייקרי שער. זיי איז נישט בייגעפאלן די פשוט'ע עצה אז מען זאל קויפן אין א צווייטע שטאט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש יולי 13, 2019 10:09 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: ער איז דא צו העלפן דער לענדלארד

זייער גוט געזאגט.

און אט דאס האבן אונזער רבי'ס גערופן מיט'ן איידעלע נאמען "מייקרי שער" אדער "מפקיעי שערים", און די זכות זאל זיי ביישטיין בזה ובבא, און פאר אלע נאכפאלגער.

אויך דאס איז פארוואס ווי אונז הייליגער אידען קומען ווערט אוטומאטיש געהויבן פרייזן, דערנאך זינגט מען סופליי ענד דימענד ניגון, וואס באמת האט עס גארנישט מיט סופליי אדער דימענד, נאר מיט אזעלכע הייליגער מייקרי שער וואס אונזער רבי'ס האבן שוין דערמאנט, וואס זענען נעבאך נאר דא צו העלפן.... יא יא....

אולי אויב "אונזערע רבי'ס" הייסן "פארווייטאגט".

מפקיעי שערים זענען ווען מענטשן טוען געוויסע פעולות (לימיטן סופליי וכדו', אדער מאנאפאליסטישע זאכן ווי זיך אפשמועסן מיט אנדערע סופלייערס אז קיינער זאל נישט געבן אונטער א געוויסע פרייז) און הייבן דער יעצטיגער נארמאלער פרייז (און דער פאקט אז עס איז טייער מאכט עס נישט אויס נארמאל) מיט א גרויסע פערצענט (ביסיידס די פוינט איז עס נאר פאר געזאגט געווארן אויף וויכטיגע צרכים - צרכי אוכל נפש - און ווען איינער וויל דייקא קויפן אן אייז קרעים מיט גאלדענע שטויב ברעקלעך אין זיך הייסט נישט דער סוחר א מייקר שער סייוועלכע פרייז ער זאל נאר בעטן.)

פארקויפן/פארדינגען עפעס פאר פעיר מארקעט וועליו (יא יא, דיין אזוי פארהאסטער "סופליי ענד דימענד") האט דערמיט קיין שייכות.

סאו מאכן א גרויסע אסיפה אין ויואל משה וואו די בראוקערס זענען מסביר פאר אלע לענדלארדס אז מען קען בעטן מער הייסט מייקר זיין די שער?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2019 9:39 am

אין מיינע אויגן איז די איינציגע אומעטישקייט דא געווען, אז די בראקער האט נישט געזאגט פאראויס אז ער איז א בראקער, און ער האט נישט געשריבן אויף די עד אז ער איז א בראקער. גראדע איז עס אומלעגאל אויך. און א לייסענסד בראקער/אגענט וועט מוזן זאגן פאראויס.

לגבי מייקרי השער, חז"ל האבן נישט געמאכט תקנות אויף דירות, און זיי האבן יא געמאכט אנדערע תקנות לגבי א שוכר און משכיר. און אפילו די תקנות אקעגן מייקרי השער ביי עסן האבן זיי קודם געזאגט/פרובירט נישט צו קויפן, א דוגמא פיש לכבוד שבת. ממילא לויט דעם טוט דא דער שוכר אן עוולה.
וואוינען אין א ספעסיפיק שטאט איז נישט קיין צרכי נפש, חוץ ווען עס איז א שעת מלחמה וכדו' און דעמאלטס איז יא דא תקנות.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג יולי 14, 2019 9:42 am

צ"ק

ווער עס נעמט אים אויף דארף באצאלן האט די לענדלארד אים אויפגענומען זאל די לענדלארד באצאלן.
אויב די טענענט נעמט אים אויף ער זאל אים זוכן א דירה זאל די טענענט באצאלן
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 14, 2019 9:54 am

לעיקוואד האט געשריבן:וואוינען אין א ספעסיפיק שטאט איז נישט קיין צרכי נפש, חוץ ווען עס איז א שעת מלחמה וכדו' און דעמאלטס איז יא דא תקנות.

בעלויניס "גראבע פינטל"
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 14, 2019 10:00 am

ידענא אז אין די אלגעמיינע מארקעט אין ניו יארק סיטי איז דאס די נארם, דער בראוקער קריגט א חודש אדער 15% פון א יאר, אבער: 1) זיי זענען לייסענסד און האלטן זיך צו די פארשריפטן. 2) איינער וואס האט בלויז איינמאל אין לעבן מתפלל גוועזן מעומק לבבו "הט לבי אל עדותיך ואל אל בצע" קען דאס נישט טאן פאר אחינו בשרינו.

דאס איז אלעס איז אין נעווי יארק סיטי, אין אנדערע גענגנטן איז דאס נישט נארמאל אין די דרויסענדע מארקעט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2019 11:03 am

nmi האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:וואוינען אין א ספעסיפיק שטאט איז נישט קיין צרכי נפש, חוץ ווען עס איז א שעת מלחמה וכדו' און דעמאלטס איז יא דא תקנות.

בעלויניס "גראבע פינטל"

האסט מיך אפגעוואנדען מיט עפעס זאכליך?

אינטערסאנט, אלע ערליכע רבנים און גדולי הדור, סיי אין א אמעריקע און סיי אין א"י וואס שטיצן אלע נייע געגענטער און שטופן זייערע חסידים צו מופן אויב מען וויל זיי אויסהערן, האלטן אנדערש ווי דיר.

אגב קיין איין דיין, האט נאכנישט מברר געווען אז וואוינען אין וומסב"ג גייט אריין אין כלל פון קענען קויפן ברויט, ווי אויך האט קיין איין רעגירונג נאכנישט דערקלערט אזוי.

אפילו די רענט קאנטראל געזעצן איז געווען מעיקרא נאר צוליב א שעת חירום, און עס איז אויך פארשטענדליך אז א רעגירונג זאל וועלן האבן אלע סוגי פארדינערס אין די שטאט.

שטעל דיך פאר אז אן ארימאן וועט נישט קענען וואוינען אין א שטאט, ווער וועט טוען די ביליגע ארבעט וואס מען דארף פאר די שטאט, אבער גיין זאגן אז דאס איז צרכי נפש, לית מאן דאמר.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג יולי 14, 2019 12:10 pm

איך האב לעצטענס מיטגעהאלטען א פאל ווי דער טענענט איז געגאנגענן רעדן צום בעה"ב אז אראפלייגען דריי חדשים פאראויס - סעקיורעטי, בראוקער, ערשטע חודש רענט - איז צו שווער און אפשר קען מען האנדלען, דער בעה"ב איז אויפגעשפרינגען זאגענדיג אז ער צאלט שוין א פי פאר'ן בראוקער און דו דארפסט אים גארנישט צאלן, דער בראוקער האט דא געוואלט מאכען צוויי מאל געלט.

איך פארשטיי אז עס איז נישט אייביג אזוי, אבער יעדער לענדלער וויל האבן א גיטע רילעשענשיפ מיטען טענענט, אויב טרעפט איר א דירה וואס שמעקט אייך דאן כאפט א שמועס מיטען לענדלער.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט