פרייזן האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:פרייזן האט געשריבן:איינער האט די צעטל פון סאטמאר מהרי''י??
מען ווארט נאך אז די ריכטיגע עסקנים דארט זאלן זיך אויפוועקן
טול קורה מבין עיניך!
viewtopic.php?p=1957251#p1957251
די האסט א צעטל מיט א לאגא אדער נאר וואס איינער האט גשרייבן דא אויף אייועלט??
דעיס איז געקומען אין אימעל צו אלע עלטערן אפאר וואכן צירוק
קאוד: וועל אויס אלע
ה' תמוז תשע"ט
לכבוד הורי התלמידים וכל הקהל הקודש שיחיו שיחיו,
אחרי דרך מבוא השלום – ווי מיר אלע ווייסן, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס און אינספעקציעס אויף אלע פריוואטע מוסדות און סקולס, וואס וועט ח"ו ענדיגן דעם ערליכן חינוך כפי המסורה, וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט אוועקגעשטעלט, וואס און ווי אזוי מיר זאלן און און שטרעבן צו ערציען אונזערע קינדערלעך בעז"ה.
דער געזעץ וועט פארלאנגן ח"ו, צווישן אנדערע, צו לערנען מער ווי פיר שעה פער טאג לימודי חול אין זיבעטע און אכטע קלאס, און דריי שעה אין היי-סקול (ישיבה קטנה). עס פארלאנגט אז מ'זאל לערנען 12 סאבדזשעקטס. עס וועט ברענגן כסדר'דיגע אינספעקציעס, און עס וועט געבן די אויטאריטעט פאר די לאקאלע סקול באורדס צו באשליסן ווער עס איז געאייגנט מחנך צו זיין אונזערע קינדער.
דאס איז א גזירה נגד תורתנו הקדושה און קעגן אונזער ערליכן חינוך, וואס מיר קענען נישט דערלאזן ח"ו.
די סטעיט נעמט איצט אן קאמענטארן איבער'ן געזעץ. עס איז וויכטיג צו לאזן הערן אונזער קעגנערשאפט און טענות דערויף.
די כלל ישראל ארגאניזאציע וואס שטייט אויפ'ן פראנט צו פארטיידיגן דעם ערליכן חינוך, פערל"ס, האט אונטערגענומען א בריוו קאמפיין, אז אלע עלטערן זאלן שיקן בריוון קעגן די גזירה, וואס וועט אריינגעגעבן צו די סטעיט.
צו שיקן א בריוו דארפט איר בלויז גיין צו voice.pearlsny.org
פולט אריין אייער נאמען, אדרעס, אי מעיל, און די צאל קינדער וואס גייען אין מוסדות התורה. אויב ווילט איר שיקן אן אויטאמאטישן בריוו אנגעגרייט דורך פערל"ס, דרוקט Send the Email,
איר קענט אויך דריקן Show Letter צו זען דעם בריוו. אויב איר ווילט עס ארומטוישן, אריינלייגן נאך קאמענטארן א.ד.ג., קענט איר דריקן אויבען, אויף די לינקע זייט, Edit Text. וועט איר זענט פערטיג, דריקט Send the Email.
געדענקט: ס'איז קריטיש וויכטיג אז יעדע יחיד זאל לאזן הערן אונזער קעגנערשאפט כדי עס זאל קומען א גרויסע צאל קאמענטארן קעגן דעם געזעץ, בעז"ה אפצושלאגן די גזירה. מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן, נאר אלע עלטערן זאלן שוין אריינשיקן זייערע בריוון דורך דעם וועב-סייט.
בזכות וואס מיר טוען וואס מיר קענען צו באשיצן דעם ערליכן חינוך, און בזכות וואס מיר וועלן מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה, וועט דער אייבירשטער העלפן מיר זאלן אלע זעהן הצלחה אינעם ערליכן חינוך פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, און מיר וועלן אי"ה אלע זוכה זיין צו זען זרעא חיי וקיימא בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות באמת, על דרך הסלולה לנו דורך אבותינו ורבותינו זי"ע, און לכל הברכות האמורות בתורה.
בכבוד רב,
הנהלת הישיבה