בלאט 2 פון 3

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 6:40 pm
דורך לעכטל
איר דארפט צו סעיוון זייער אסאך! וויפיל יאר סעיפט איר שוין אזוי?!

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 11:07 am
דורך לעכטל
:roll:
איינס האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די עווריזש איז ביי מיר בערך $5 א וואך,
למעשה איז דא אלע מינע סעווינג'ס אבער ביי דע סארט, פילט מען נישט, ד. מ. מען דארף נישט אוועק רייסן געלט 'ספעשל' פאר די סעווינג, נאר די איבריגע טשענש פונעם טאג, און ס'ווערט עפעס פון דעם שפעטער!

ביז די בר מצוה פון דיין זון וועסטו האבן 3500
אבער נאר ביי די ערשטע קינד

יא! דאס איז אבער נאך א סעפרייז וואס איך דארף נאך יעצט נישט וויסן...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:08 pm
דורך לעכטל
טוב ויפה האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

איז עס א זאכליכע זאך?? זאג מיר וויפיל געלט ליגט שוין דארט עלעך דיר ענטפערן!

איך ווייס עכט נישט וויפיל ס'איז דא דארט, אבער הכל ריווח...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:34 pm
דורך צייט שטיפער
איך בין איינמאל געווען בי א הכנסת ס"ת, האט דער אריינגעבער געזאגט בייי זין דרשה,אז יארן צוריק איז אים בייגעפאלן אריינצוגעבן א ס"ת, אבער אזוי ווי דאס קאסט דאך, האט ער אריינגענומען א 5 גאלאן וואסער באטל (וואס מען ניצט פאר די קאלער'ס) די ב"ב האט פארשטייט זיך געקוקט מיט בייז בליק'ן אנא יכנס הפשתן הזה, אבער ער מיט א פעסטקייט איז מזביר די מטרה דערפון.

נאך א שטיק צייט זאגט אים די אשת חיל, דער באטל שטייט מיר אין וועג, דו וועסט דארפן אפאר מאל מגולגל ווערן נאר אנצוקומען האלב פון דער סכום, נעם עס ארויס פון דא...

למעשה האט ער באצאלט פארן ספר תבלין ותרקלין

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:35 pm
דורך nmi
וויזוי הייסט ער נאר? הערשי??? פון ק"י פלעגט יארן גיין נאך געלט מיט א זעקעלע און געשריבן א ספר דערמיט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:40 pm
דורך ראש חדשים
nmi האט געשריבן:וויזוי הייסט ער נאר? הערשי??? פון ק"י פלעגט יארן גיין נאך געלט מיט א זעקעלע און געשריבן א ספר דערמיט

און אויך האט ער געארבייט און געפאנדרעיזט, דרך אגב ער איז געגאנגן נאך געלט פאר זיין חבר גערשי, און ווען ער האט געזעהן אז מען קען אנקומען צו דעם ציל האט ער אליינס געשריבן א ספר תורה!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:41 pm
דורך צו געזונט
האסט עטליכע. גרשי, שלומי, שכי

געשריבן: דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:46 pm
דורך ראש חדשים
צו געזונט האט געשריבן:האסט עטליכע. גרשי, שלומי, שכי

שכי גייט טאקע נאך געלט אבער ער איז נאכנישט אנגעקומען צום ציל,

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 5:21 pm
דורך לעכטל
צייט שטיפער האט געשריבן:איך בין איינמאל געווען בי א הכנסת ס"ת, האט דער אריינגעבער געזאגט בייי זין דרשה,אז יארן צוריק איז אים בייגעפאלן אריינצוגעבן א ס"ת, אבער אזוי ווי דאס קאסט דאך, האט ער אריינגענומען א 5 גאלאן וואסער באטל (וואס מען ניצט פאר די קאלער'ס) די ב"ב האט פארשטייט זיך געקוקט מיט בייז בליק'ן אנא יכנס הפשתן הזה, אבער ער מיט א פעסטקייט איז מזביר די מטרה דערפון.

נאך א שטיק צייט זאגט אים די אשת חיל, דער באטל שטייט מיר אין וועג, דו וועסט דארפן אפאר מאל מגולגל ווערן נאר אנצוקומען האלב פון דער סכום, נעם עס ארויס פון דא...

למעשה האט ער באצאלט פארן ספר תבלין ותרקלין

איך האב אמאל געטראכט צו ניצן די געלט טאקע פאר מצוות למשל: א שיינע אתרוג! וכדו' - אגב איך קען צאלן ווי א מענטש אן סעיוון געלט דערפאר ב"ה, אבער ס'איז א עקסטערע חשובות אז מען איז פארנומען דערמיט א גאנץ יאר! [ווי אמאליגע צייטן ווי דער איד האט זיך אוועק געלייגט פרוטה לפרוטה צו קענען קויפן דעם אתרוג!] :smile: :smile:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:49 am
דורך לעכטל
געדענק איך ווען איך בין געווען קליין בין איך אמאל געווען אין מנהעטן און עס איז געווען דארט א גלאזענע באקס אנגעפילט מיט 'פעניס' עס איז געשטאנען דארט א סיין אז עס איז דא דארט א מיליאן דולר!!! (פון פעניס) עס רען זיין ס'איז דארט אויך געשטאנען פון ווי זיי האבן עס ציזאמגעשטעלט...
יא! פרוטה לפרוטה מצטרפת!

פיראמיד פון פעניס!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:49 am
דורך לעכטל
אריזאנע – א מאן וועלכער האט געארבעט דריי יאר צו בויען א פיראמיד הונדערטער טויזנטער פעניס, האט איינגעווארפן דעם פיראמיד און ער האט דאס איינגעקעשט ביי זיין לאקאלע קעשינג געשעפט. דער מאן אין אריזאנע האט יעדן טאג אביסל צוגעלייגט צום פיראמיד, נאך עטליכע פעניס, אבער ער האט דאס געבויט אויף א וועג אז ס'האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין קלעב אדער סיי וואס עס צוזאמצוהאלטן. יעצט האט ער געוואלט זען וויפיל געלט ער האט "אינוועסטירט" אינעם פיראמיד און האט דאס איינגעווארפן. מ'האט ביים ענדע אפגעציילט 1,030,315 פעניס, וואס איז אויסגעקומען אז ער האט באקומען 10,303.15, יא, אריבער צען טויזנט דאלער!

קרעדיט: דער איד

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:58 am
דורך חוח בין השושנים
לעכטל האט געשריבן:אריזאנע – א מאן וועלכער האט געארבעט דריי יאר צו בויען א פיראמיד הונדערטער טויזנטער פעניס, האט איינגעווארפן דעם פיראמיד און ער האט דאס איינגעקעשט ביי זיין לאקאלע קעשינג געשעפט. דער מאן אין אריזאנע האט יעדן טאג אביסל צוגעלייגט צום פיראמיד, נאך עטליכע פעניס, אבער ער האט דאס געבויט אויף א וועג אז ס'האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין קלעב אדער סיי וואס עס צוזאמצוהאלטן. יעצט האט ער געוואלט זען וויפיל געלט ער האט "אינוועסטירט" אינעם פיראמיד און האט דאס איינגעווארפן. מ'האט ביים ענדע אפגעציילט 1,030,315 פעניס, וואס איז אויסגעקומען אז ער האט באקומען 10,303.15, יא, אריבער צען טויזנט דאלער!

קרעדיט: דער איד

ער קעשט כאטש ארויס א דאלער פאר יעדע שעה וואס ער האט אינוועסטעד אינעם פיראמיד?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:17 am
דורך לעכטל
דאס ברענגט גוט ארויס דעם: "פרוטה לפרוטה מצטרפת"
אז פון סעיוון פעניס (איך ווייס נישט ווי לאנג עס האט אים גענומען) קען עס ווערן די סכום פון
$10,303.15
איבער צען טויזנט דאלער!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:27 pm
דורך חלות
איך האב גלייך נאך מיין חתונה געמאכט אזא בענק פאר טשענדז 5 יאר נאך די חתונה האב איך עס איינגעקעשט און געהאט אנגעסעווט כמעט 6,000$

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:00 pm
דורך שטומפיג
איך סעיוו שוין אזוי בערך א 10 חדשים, איך האב עס אפאר מאל געציילט אינמיטן (אוי, דו קענסט נישט די גמרא אין סימן ברכה שרוי אלא.........), על פי חשבון דארף דארט צו ליגן ארום 400 דאללער.
אפשר וועל איך לתועלת הלומדים היינט נאכט ציילן נאכאמאל (ס'איז אן ערנסטע עבודה).
דרך אגב, איך מיין אז קיין איין באנק נעמט שוין נישט היינט LOSS, אין ראללס זענען נאך יא דא וואס נעמען, כמדומה לי.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:54 pm
דורך דניאל אויערבאך
שטומפיג האט געשריבן:דרך אגב, איך מיין אז קיין איין באנק נעמט שוין נישט היינט LOSS

LOOSE

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 4:53 pm
דורך א גוטע ניק
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:דרך אגב, איך מיין אז קיין איין באנק נעמט שוין נישט היינט LOSS

LOOSE
מ'גייט אין ססטאר איז דא א קוין מעשין מ'טוישט עס איין פאר א גיפט קארד

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 5:11 pm
דורך שטומפיג
א גוטע ניק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:דרך אגב, איך מיין אז קיין איין באנק נעמט שוין נישט היינט LOSS

LOOSE
מ'גייט אין ססטאר איז דא א קוין מעשין מ'טוישט עס איין פאר א גיפט קארד

אבער אויף קעש בעטן זיי 12%

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 5:45 pm
דורך splinter
שטומפיג האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:דרך אגב, איך מיין אז קיין איין באנק נעמט שוין נישט היינט LOSS

LOOSE
מ'גייט אין ססטאר איז דא א קוין מעשין מ'טוישט עס איין פאר א גיפט קארד

אבער אויף קעש בעטן זיי 12%

Valley national bank נעמט נאך, אבער מ'מוז האבן א אקאונט.
און אויך מיז עס זיין פאר דעפאזיט, און מ'קען מאכן די וווידראול די אנדערע טאג.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 6:46 pm
דורך מחשב
לעכטל האט געשריבן:אריזאנע – א מאן וועלכער האט געארבעט דריי יאר צו בויען א פיראמיד הונדערטער טויזנטער פעניס, האט איינגעווארפן דעם פיראמיד און ער האט דאס איינגעקעשט ביי זיין לאקאלע קעשינג געשעפט. דער מאן אין אריזאנע האט יעדן טאג אביסל צוגעלייגט צום פיראמיד, נאך עטליכע פעניס, אבער ער האט דאס געבויט אויף א וועג אז ס'האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין קלעב אדער סיי וואס עס צוזאמצוהאלטן. יעצט האט ער געוואלט זען וויפיל געלט ער האט "אינוועסטירט" אינעם פיראמיד און האט דאס איינגעווארפן. מ'האט ביים ענדע אפגעציילט 1,030,315 פעניס, וואס איז אויסגעקומען אז ער האט באקומען 10,303.15, יא, אריבער צען טויזנט דאלער!

קרעדיט: דער איד


וואס קומט אויס בערך קרוב צו אכט הונדערט פעניס א טאג!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:42 pm
דורך א גוטע ניק
שטומפיג האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:דרך אגב, איך מיין אז קיין איין באנק נעמט שוין נישט היינט LOSS

LOOSE
מ'גייט אין ססטאר איז דא א קוין מעשין מ'טוישט עס איין פאר א גיפט קארד

אבער אויף קעש בעטן זיי 12%

אין ShopRite האבן זיי גוטע ברענדס און WM נישט קענסט קוקן דא https://www.coinstar.com/findakiosk?Sea ... oductId=42

מזל טוב!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:09 pm
דורך לעכטל
איך האב היינט געענדיגט אנפילן א באטל (3 ליטער) מיט קליינגעלט!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:33 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לעכטל האט געשריבן:איך האב היינט געענדיגט אנפילן א באטל (3 ליטער) מיט קליינגעלט!

דאס באטל אליין איז אויך ווערד 5 סענט!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:51 am
דורך לעכטל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך האב היינט געענדיגט אנפילן א באטל (3 ליטער) מיט קליינגעלט!

דאס באטל אליין איז אויך ווערד 5 סענט!


אה אה :lol:
דאס הייסט אז נאכן גיין אויפטוישן די קליינגעלט, דארף איך אויפטוישן די באטל אויך..

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:22 am
דורך אחת ואחת
מחשב האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:אריזאנע – א מאן וועלכער האט געארבעט דריי יאר צו בויען א פיראמיד הונדערטער טויזנטער פעניס, האט איינגעווארפן דעם פיראמיד און ער האט דאס איינגעקעשט ביי זיין לאקאלע קעשינג געשעפט. דער מאן אין אריזאנע האט יעדן טאג אביסל צוגעלייגט צום פיראמיד, נאך עטליכע פעניס, אבער ער האט דאס געבויט אויף א וועג אז ס'האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין קלעב אדער סיי וואס עס צוזאמצוהאלטן. יעצט האט ער געוואלט זען וויפיל געלט ער האט "אינוועסטירט" אינעם פיראמיד און האט דאס איינגעווארפן. מ'האט ביים ענדע אפגעציילט 1,030,315 פעניס, וואס איז אויסגעקומען אז ער האט באקומען 10,303.15, יא, אריבער צען טויזנט דאלער!

קרעדיט: דער איד


וואס קומט אויס בערך קרוב צו אכט הונדערט פעניס א טאג!

10,303.15X(365X3)=940