בלאט 1 פון 4

סעיווען קליינגעלט!

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 6:44 pm
דורך לעכטל
איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 6:45 pm
דורך לעכטל
למעשה וואו וואלט דער געלט אנגעקומען אויב מען לייגט עס נישט דארט?

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 6:46 pm
דורך יש בו
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

מיין שווער האט דאס געטוען ווען זיין עלטסטע זוהן איז געבוירן,
צו זיין בר מצוה האט ער געפונען דארטן ..........10K

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 6:57 pm
דורך א גוטע ניק
ווייניגער און ווייניגער בענק לאזן עס איינקעשן

אגב נאכדעם קענסטו דורך גיין צו עס איז דא קלעקטעבלס וואס מען קען פארקויפן פאר טייער

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 6:58 pm
דורך נו גוט נו שוין
דיינע טאשן ווערן אויסגעליידיגט יעדע נאכט?

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 7:29 pm
דורך טוב ויפה
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

איז עס א זאכליכע זאך?? זאג מיר וויפיל געלט ליגט שוין דארט עלעך דיר ענטפערן!

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 7:39 pm
דורך כשרע טעלעפאן
שוין אמאל געקלערט דערפון, מילא ווען איך נעם די קליינגעלט יעדע נאכט און איך ווארף עס אין גארבידזש וואלט עס געלוינט. אבער למעשה נוץ איך דאך די געלט אדער פאר צדקה אדער אין געשעפט ווען איך דארף באצאלן נוץ איך די טשעינדזש. סא זע איך נישט פונקטליך פון וואו איך שפאר עס, ווייל אויב איך לייג אוועק די געלט דעמאלטס דארף איך נוצן אנדערע פאפירענע. דאס איז נאר א נקודה למחשבה, און אדרבה אפשר בין איך ראנג, איך וועל מיר פרייען צו הערן א הסבר דערויף.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 10:14 am
דורך אחת ואחת
א גוטע ניק האט געשריבן:ווייניגער און ווייניגער בענק לאזן עס איינקעשן

אגב נאכדעם קענסטו דורך גיין צו עס איז דא קלעקטעבלס וואס מען קען פארקויפן פאר טייער


וואס ממינט איר צו זאגן קלעקטעבלס??

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 10:25 am
דורך צו געזונט
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:שוין אמאל געקלערט דערפון, מילא ווען איך נעם די קליינגעלט יעדע נאכט און איך ווארף עס אין גארבידזש וואלט עס געלוינט. אבער למעשה נוץ איך דאך די געלט אדער פאר צדקה אדער אין געשעפט ווען איך דארף באצאלן נוץ איך די טשעינדזש. סא זע איך נישט פונקטליך פון וואו איך שפאר עס, ווייל אויב איך לייג אוועק די געלט דעמאלטס דארף איך נוצן אנדערע פאפירענע. דאס איז נאר א נקודה למחשבה, און אדרבה אפשר בין איך ראנג, איך וועל מיר פרייען צו הערן א הסבר דערויף.

אן איז כמעט אייביג פערהאן א תירוץ פאר וואס נישט צו סעיווען.
ביינונז לייגט מען אוועק די קליינגעלט, און מען קראכט אויף א טאללער אויב דארף מען טשעינדזש. און דאן גייט די טשעינדזש אויך אין די סעיווינגס קאסע.
האמיר איינמאל געמאכט א קליינע קאסע, פאר האבען א קינד. און דין די מאנאטען האמיר געסעיווט גענוג פאר א "גאנצע בעיבי בעדרום סעט" בימים ההם $1000.00

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 11:28 am
דורך א גוטע ניק
אחת ואחת האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:ווייניגער און ווייניגער בענק לאזן עס איינקעשן

אגב נאכדעם קענסטו דורך גיין צו עס איז דא קלעקטעבלס וואס מען קען פארקויפן פאר טייער


וואס ממינט איר צו זאגן קלעקטעבלס??

למשל א פעני וואס מענטשן לאזן זיך צאלן דערפאר

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 11:31 am
דורך אחת ואחת
פון ווי קען וויסען אויב מען האט אזאנס, איך מיין צו פרעגן פון ווען דארף איך טראכטען אז סהאט אפשר א ווערט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 11:35 am
דורך א גוטע ניק
קענסט סערטשען ביי גוגל אדער קוקען ביי איבע וואס עס פארקויפט זיך

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:32 pm
דורך איינס
יש בו האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

מיין שווער האט דאס געטוען ווען זיין עלטסטע זוהן איז געבוירן,
צו זיין בר מצוה האט ער געפונען דארטן ..........10K

אן עוורידזש פון $3 א טאג
ווייט פון קליינגעלט
$3 א טאג איז נישט $3 א טאג, סאיז $20 א וואך און $80 א חודש און דאס מוז גיין יעדן טאג און יעדן אוואך און יעדן חודש

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:39 pm
דורך לעכטל
איך וואלט געזאגט אז די עווריזש איז ביי מיר בערך $5 א וואך,
למעשה איז דא אלע מינע סעווינג'ס אבער ביי דע סארט, פילט מען נישט, ד. מ. מען דארף נישט אוועק רייסן געלט 'ספעשל' פאר די סעווינג, נאר די איבריגע טשענש פונעם טאג, און ס'ווערט עפעס פון דעם שפעטער!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:52 pm
דורך איינס
לעכטל האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די עווריזש איז ביי מיר בערך $5 א וואך,
למעשה איז דא אלע מינע סעווינג'ס אבער ביי דע סארט, פילט מען נישט, ד. מ. מען דארף נישט אוועק רייסן געלט 'ספעשל' פאר די סעווינג, נאר די איבריגע טשענש פונעם טאג, און ס'ווערט עפעס פון דעם שפעטער!

ביז די בר מצוה פון דיין זון וועסטו האבן 3500
אבער נאר ביי די ערשטע קינד

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:57 pm
דורך לעכטל
גערעכט! מען דארף פארשטיין, וויבאלט דאס איז נישט קיין געהעריגע סעווינג, וואס יעדער וואלט געדארפט האבן, ווי למשל אוועק לייגן $250 א וואך וכד', נאר איז 'בדרך אגב' דאס איבערגעבליבענע... במילא דארף עס נישט אנקומען צו ריזיגע נאמבער'ס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 4:27 pm
דורך חסידישער קאך
איך האב עס געטוהן סתם פאר אינטערסאנטקייט אפאר יאר למעשה ווען איך האב געמופט האב איך געזוכט ווי ווייניגער צו שלעפען
און סאיז מיר גיט צינוץ געקומען דעמאלס

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 1:03 pm
דורך לעכטל
אויב מעג איך פרעגן: וויפיל געלט איז דארט געווען?!

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 2:04 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

איך לייג עס איוך אוועק.
פאר די טעגליכע צדקה(פישקע) זעקלעך גייערס

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 6:19 pm
דורך לעכטל
woow!

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 7:29 pm
דורך כשרע טעלעפאן
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

וויפיל געלט בערך ליגט דארט? איך טראכט צו אנהייבן סעיוון

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 10:28 pm
דורך זינגער
לעכטל האט געשריבן:איך לייג שוין אוועק עטליכע יאר (3-4) אין א גרויסע באטעל אלע מיינע קליינגעלט וואס ליגט אין מיין טאש.
וואס זאגט דער עולם, איז עס א זאכליכע זאך, אדער אן אנרעדענישט?..

קענסט לייגען א בילד פון די באטעל?

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 11:56 pm
דורך א גוטן
מענין לענין באותו ענין. איך סעיוו שוין יארן די 1976 drum quarters דורך די יארן האט זיך שוין אנגעזאמלט היפש אסאך. ווייסט איינער צו סהאט עפעס א וועליו?

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 1:53 am
דורך ווישוואש
.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 4:03 am
דורך Of course
איך סעיוו אויך.


אמאל ווען איך בין אין גי גיסטע קען איך אויפקראכן א טולער כדי צו האבן מער טשענדש...


ווי סיז אנגעקומען..?

שוין געקויפט א שיינע פאר תכשיטים פאר דע לעידי דערפון.

און יא, מליידיגט אויס דעם קעשענע יעדן טאג, און איך וואטש די טשעינדש גוט.

אמאל איז עס צען סענט א טאג און אמאל פיר פינף טולער.

און מען מעג אויסליידיגן מיר ווי איינמאל א טאג.