מאכן שמחות אינדערהיים, הילף און עצות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

מאכן שמחות אינדערהיים, הילף און עצות

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 24, 2019 11:32 am

היות מען האט גערעדט אין אנדערע אשכול'ת וועגן מאכן שמחות אינדערהיים, נישט טרעפנדיג דא אויף אינזער וועלטל א אשכול דערוועגן במקום שאין איש עפען איך עס יעצט אויף

ווי געשריבן דא איז די שענסטע שמחה אינדערהיים מיט א היימישע טעם דארט האט נאכגעפאלגט מיט אסאך גא''מ, ווי אויך קאסט עס סאך ביליגער. אבער שווערער מען דארף עס קענען דערהייבן.
ע'כ ווער עס האט עצות, איידיעס זאל אריינקומען לזיכי הרבים

בענק און טישן
עסן, ווי אויך א ליסט
גראסערי ארדער
קלייניקייטן
און נאך

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 24, 2019 11:39 am

איך האב א זעלטענע חשובע שוואגער וואס ווען איך דארף מאכן א שמחה ריפט ער מיר אן אז ער גייט מיך העלפן,ער קימט מיט צי אויפפיקן די טישן און בענק גרייט אן ציזאמען מיט מיר און גייט נישט אוועק פאר אלעס איז ציריק געטראגן און געלייגט אין פלאטץ, סקימט מיר אן ב'' ה סאך גרינגער. ממנו ילמדו וכן יעשו, ווען איינער פין דיינע קרובים דארפן מאכן א שמחה אינדערהיים, עס איז זייער שווער, אז איר קענט, ריף אום אן אז איר גייט אום העלפן

אוועטאר
Borough Park
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג מאי 24, 2019 3:58 pm

נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 24, 2019 4:01 pm

Borough Park האט געשריבן:נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער

גא"מ. ביי קליינע שמחות קומט אויס טייערער צו מאכן אינדערהיים. אבער ס'האט א ספעציעלע געשמאק
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 24, 2019 4:05 pm

nmi האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער

גא"מ. ביי קליינע שמחות קומט אויס טייערער צו מאכן אינדערהיים. אבער ס'האט א ספעציעלע געשמאק

אפילו אויב מען נעמט נישט קיין קעיטרער מיט סערוויר'ס?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 24, 2019 4:19 pm

בבל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער

גא"מ. ביי קליינע שמחות קומט אויס טייערער צו מאכן אינדערהיים. אבער ס'האט א ספעציעלע געשמאק

אפילו אויב מען נעמט נישט קיין קעיטרער מיט סערוויר'ס?

על פי רוב.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3213
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג מאי 24, 2019 4:25 pm

nmi האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער

גא"מ. ביי קליינע שמחות "די היינטיגע מאדע, מיט וועיטערס און קליענערס" קומט אויס טייערער צו מאכן אינדערהיים. אבער ס'האט א ספעציעלע געשמאק

אמאל אינדערהיים האט מען אליין אנגעגרייט, סערווירט, און אראפגערוימט. און יעדער, אפילו נישט נאנטע משפחה געסט האבען צוגעהאלפן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 24, 2019 4:28 pm

צו געזונט האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער

גא"מ. ביי קליינע שמחות "די היינטיגע מאדע, מיט וועיטערס און קליענערס" קומט אויס טייערער צו מאכן אינדערהיים. אבער ס'האט א ספעציעלע געשמאק

אמאל אינדערהיים האט מען אליין אנגעגרייט, סערווירט, און אראפגערוימט. און יעדער, אפילו נישט נאנטע משפחה געסט האבען צוגעהאלפן

אבסעלוטלי נישט. ווען איך מאך שלום זכור אינדערהיים קומט עס אויס היבש טייערער ווי אין ביהמ"ד. א סעודת ברית איז אויך היבש טייערער אינדערהיים און איך נעם נישט קיין וועיטערס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 24, 2019 4:30 pm

איך רעד שוין פון דעם וואס ביר קויף איך אין די גוי'שע געשעפטן פאר אונטער העלפט פרייז פונעם משמש.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

שמחות

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג מאי 24, 2019 7:02 pm

בס"ד
מאכען שמחות אינדערהיים קען נאר איינער וואס האט א גרויסע דירה און פריזערס איז מאי הועילו חכמים בתקנתם פאר די ארימעלייט, נאר די עצה איז אז די קליינע בתי מדרשים וואס מען ניצט נאר פאר שבת זאל מען קענען אינדערוואכען מאכען שמחות פאר א ביליגע פרייז און האבען א לסט פון וואלאנטירס וועלכעכע וועלען צושטעלען די עסן,
מען קען האבען א ליסט פון 150 אדער 200 וואלאנטירס און נאר אייןמאל א האלב יאר וועט מען בעטען יענעם
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 24, 2019 7:10 pm

;l;p-
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
מאכען שמחות אינדערהיים קען נאר איינער וואס האט א גרויסע דירה און פריזערס איז מאי הועילו חכמים בתקנתם פאר די ארימעלייט, נאר די עצה איז אז די קליינע בתי מדרשים וואס מען ניצט נאר פאר שבת זאל מען קענען אינדערוואכען מאכען שמחות פאר א ביליגע פרייז און האבען א לסט פון וואלאנטירס וועלכעכע וועלען צושטעלען די עסן,
מען קען האבען א ליסט פון 150 אדער 200 וואלאנטירס און נאר אייןמאל א האלב יאר וועט מען בעטען יענעם

אפילו די בתי מדרשים וואס זענען פארדינגען איבערן וואך פאר פלעיגרופס וכדומה קען מען עס אויך טוען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 24, 2019 7:49 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
מאכען שמחות אינדערהיים קען נאר איינער וואס האט א גרויסע דירה און פריזערס איז מאי הועילו חכמים בתקנתם פאר די ארימעלייט, נאר די עצה איז אז די קליינע בתי מדרשים וואס מען ניצט נאר פאר שבת זאל מען קענען אינדערוואכען מאכען שמחות פאר א ביליגע פרייז און האבען א לסט פון וואלאנטירס וועלכעכע וועלען צושטעלען די עסן,
מען קען האבען א ליסט פון 150 אדער 200 וואלאנטירס און נאר אייןמאל א האלב יאר וועט מען בעטען יענעם

לדעתי טאר עס אבער נישט הייסן פאר ארימע לייט ווייל אויב יא וועט ניטמאל די ארימלייט אהין גיין און אפגערעדט די מיטל קלאס( וואס זיי זענען פינקט אזוי נצרכום איבערהויפט אין אמעריקע מ. לול''ל ). סדארף זיין געמאכט אויף עפעס א וועג( אזוי ווי אולם עקשטיין און פרדס פיגה )וואס אפילו און בעלי בתים און עשירום זאלן נישט האבן קיין שום פראבלעם

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מוצ"ש מאי 25, 2019 11:04 pm

@בבל איך דיסאגרי מיט דיר אויף ביידע נקודות, איך רעד פון איקספיריענס, עס איז נישט ביליגער, און אויך נישט שענער צו מאכן א שמחה אינדערהיים.

נעם א דוגמה פון א שבת שבע ברכות, א זאל קומט שוין מיט טישן בענקלעך טישטוכער קאוט רעקס און גרויסע אויווען'ס, משא"כ ווען מען מאכט א שמחה אינדערהיים דארף מען אלעס דינגען.

ווען עס קומט צו עסן באצאלט די קעיטעראר האלסעיל פרייז אויף יעדן פראדוקט, און דו באצאלסט ריטעיל פרייזן, די גרעסטע חילוק אין פרייז איז ביי פיש און פלייש.

בנוגע וואס הייסט שיין איז שווער צו זאגן, ווייל ביי יעדן הייסט שיין עפעס אנדערש, אבער ביי מיר הייסט שיין ווען אלע געסט האבן באקוועם פלאץ צו זיצן, און יעדער enjoyed די שמחה, והעיקר די בעל שמחה קומט נישט אן וואו א הרוג ביי זיין שמחה.
די עכטע אויפגאבע פון א בעל שמחה איז צו קענען יעדן שיין אויף נעמען, און אפנעמען מזל טוב'ס.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מאי 26, 2019 10:15 am

א וואך נאכט איז זיכער פיל ביליגער אינדערהיים, עכ"פ ביי מיר וואס איך האב אלעס אלעס צוגעשטעלט אליינס, די טישן בענקלעך, און די עסן.

צו מאכן אין א זאל, חוץ וואס עס קאסט די געלט צו דינגען דעם זאל, איז עס די ארבייט פון שלעפן אלע עסן און צוגעהער צום זאל, אויב מען טוט דאס אליינס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » זונטאג מאי 26, 2019 10:41 am

וואכנאכט אינדערהיים ווען מ'שטעלט אלעס צו אליינ'ס, איז בערך א צענטל די פרייז פון נעמען א קעיטערער.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מאי 26, 2019 10:56 am

א צענטל? חלומ'סט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » זונטאג מאי 26, 2019 11:39 am

בס"ד

איך האב שוין געמאכט א וואכנאכט-ברית ביי מיר אינדערהיים, ס'איז געווען הערליך. כ'ווער אויפגעלייגט ווען כ'דערמאן זיך נאר פון דעם.

די טישן צו דינגען האט געקאסט אריבער 100$, און ס'איז געווען די שווערע האלצערנע בענק ארמגענימען מיט אזא אייזן ארום און ארום אז אויב ס'רייבט זיך אריין אין וואנט זאל זיך די באנק נישט צורייבן, דו האסט געמיזט זעהן די וואנט נאכדעם, אבער ס'האט זיך אלעס געלוינט.
(אין די פרייז פון א שמחה זאל קומט אויך אריינגערעכענט וויפיל ס'קאסט איבערצופעינטן, ער טוט דאס נישט לשם מצוה, האב איך עס אויך אריינגערעכענט...)

כ'ווארט שוין קוים צו מאכן נאך א שמחה אינדערהיים,

עצה טובה זיך איינצוקויפן לייכטע פלעסטיק טישן-בענק צוביסליך ס'קאסט נישט צופיל מער צו האבן אייגענע, נאך אפאר שמחות איז עס אויסגעצאלט.
די מעניא ביי א שמחה אינדערהיים דארף זיין,

ברית

טישן איבערגעצויגן מיט פלעסטיק טישטעכער וואס קען אריין אין מיסט ווי ס'שטייט און גייט.
פלאץ פאר 15-20 מענטשן.

אנגעגרייט אויף יעדע פלאץ
(שיינע) פלעסטיק קאפ, נעפקין'ס,
א בילקע
געפילטע פיש, ושמשי' כגון כריין, טאמעטא דיפ, וכו' עד שידו מגעת.

אויפן טיש פאר ידען
וואסער, סאדע.
איבריגע קאפס, לעפעלער,
איבריגע געפילטע

וועדזשטעבעל זיפ, מיט קניידל.

פלייש, פערפעל, קיגל.

קאמפאוט.

מים אחרונים.

דאס גיימער בעז"ה אויך געבן ביים בר מצוה, און ביים שבע ברכות און הלוואי ביים חתונה.
אויב דארף איינער א טשעדזש, קען מען גיין צו א צווייטנס שמחה.

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » זונטאג מאי 26, 2019 12:28 pm

רבונא דכולי האי! ווער מאכט א וואך נאכט אין א זאל?... א קעיטערער?... איר זענט אינגאנצן...?!
וואס איז שוין א וואך נאכט?... א לקח ולחיים!... [א מנין מצומצם וואשט זיך אויף א בילקע און מ'גיבט א שטיקל געפילטע פיש מיט קוגל...]
א מין צעדרייטע וועלט... וואס פון א וואך נאכט קען אלץ ארויסוואקסן...
און אגב, עס וואלט געווען א גוטע געדאנק צו מאכן א גמ"ח פון טישן און בענק צו ארויסבארגן פאר שמחות... לפי ידיעתי איז אין סקווער דא אזא גמ"ח.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג מאי 26, 2019 11:05 pm

לדעתי האט געשריבן:בס"ד

איך האב שוין געמאכט א וואכנאכט-ברית ביי מיר אינדערהיים, ס'איז געווען הערליך. כ'ווער אויפגעלייגט ווען כ'דערמאן זיך נאר פון דעם.

די טישן צו דינגען האט געקאסט אריבער 100$, און ס'איז געווען די שווערע האלצערנע בענק ארמגענימען מיט אזא אייזן ארום און ארום אז אויב ס'רייבט זיך אריין אין וואנט זאל זיך די באנק נישט צורייבן, דו האסט געמיזט זעהן די וואנט נאכדעם, אבער ס'האט זיך אלעס געלוינט.
(אין די פרייז פון א שמחה זאל קומט אויך אריינגערעכענט וויפיל ס'קאסט איבערצופעינטן, ער טוט דאס נישט לשם מצוה, האב איך עס אויך אריינגערעכענט...)

כ'ווארט שוין קוים צו מאכן נאך א שמחה אינדערהיים,

עצה טובה זיך איינצוקויפן לייכטע פלעסטיק טישן-בענק צוביסליך ס'קאסט נישט צופיל מער צו האבן אייגענע, נאך אפאר שמחות איז עס אויסגעצאלט.
די מעניא ביי א שמחה אינדערהיים דארף זיין,

ברית

טישן איבערגעצויגן מיט פלעסטיק טישטעכער וואס קען אריין אין מיסט ווי ס'שטייט און גייט.
פלאץ פאר 15-20 מענטשן.

אנגעגרייט אויף יעדע פלאץ
(שיינע) פלעסטיק קאפ, נעפקין'ס,
א בילקע
געפילטע פיש, ושמשי' כגון כריין, טאמעטא דיפ, וכו' עד שידו מגעת.

אויפן טיש פאר ידען
וואסער, סאדע.
איבריגע קאפס, לעפעלער,
איבריגע געפילטע

וועדזשטעבעל זיפ, מיט קניידל.

פלייש, פערפעל, קיגל.

קאמפאוט.

מים אחרונים.

דאס גיימער בעז"ה אויך געבן ביים בר מצוה, און ביים שבע ברכות און הלוואי ביים חתונה.
אויב דארף איינער א טשעדזש, קען מען גיין צו א צווייטנס שמחה.

;l;p-
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » מאנטאג מאי 27, 2019 5:45 pm

פאר א סארווער האט מען גענומען א קאפל פון די קאזינס...
ס'איז געוועהן א מחיה!!
וויבאלד זיי זענען געוועהן ביים חתונה האט מען זיי נישט געקענט ניצן פאר פנים חדשות.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג מאי 31, 2019 12:48 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
מאכען שמחות אינדערהיים קען נאר איינער וואס האט א גרויסע דירה און פריזערס איז מאי הועילו חכמים בתקנתם פאר די ארימעלייט, נאר די עצה איז אז די קליינע בתי מדרשים וואס מען ניצט נאר פאר שבת זאל מען קענען אינדערוואכען מאכען שמחות פאר א ביליגע פרייז און האבען א לסט פון וואלאנטירס וועלכעכע וועלען צושטעלען די עסן,
מען קען האבען א ליסט פון 150 אדער 200 וואלאנטירס און נאר אייןמאל א האלב יאר וועט מען בעטען יענעם

שוין דא א ארגעזעשאן "ברית החסד"

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יוני 05, 2019 2:27 pm

nmi האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:נישט אייביג קומט עס אויס ביליגער מיין מאמע מאכט עס שוין יארן אינדערהיים זי זאגט אז זי טוט עס כדי צו פילען אז זי מאכט א שמחה און נישט זי קומט צי א שמחה אבער זי ווייסט נישט צי ס׳קומט אויס ביליגער

גא"מ. ביי קליינע שמחות "די היינטיגע מאדע, מיט וועיטערס און קליענערס" קומט אויס טייערער צו מאכן אינדערהיים. אבער ס'האט א ספעציעלע געשמאק

אמאל אינדערהיים האט מען אליין אנגעגרייט, סערווירט, און אראפגערוימט. און יעדער, אפילו נישט נאנטע משפחה געסט האבען צוגעהאלפן

אבסעלוטלי נישט. ווען איך מאך שלום זכור אינדערהיים קומט עס אויס היבש טייערער ווי אין ביהמ"ד. א סעודת ברית איז אויך היבש טייערער אינדערהיים און איך נעם נישט קיין וועיטערס.

אויב די זכר אינדרהיים איז געווען טייערער ווי אין שול איז עס ווייל די האסט אנגעגרייט אסאך מער בכמות ובאיכות ווי די שמש גרייט אן. אבער פארגעס נישט אז רוב שיריים פון די זכר קענסטו ניצן ביים וואכנאכט למשל ניסלעך טשוקלודס טשיפס ציגעמאכטע פלעשער משקה וכו. סא איז נישט טייערער ווי אים שול

אין לגבי א ברית סעודה אינדרהיים פארשטיי איך נישט ווי אזוי סקאסט אפילו נאנט צי די בערך $500 וואס די שמש בעט פאר 15 פארשענס. ווען איך האב עס געמאכט לעצטע מאל אינדרהיים האט עס מיר כמאט גארנישט געקאסט. איך האב אלעס געהאט אבריגע פון די וואכנאכט חוץ די פלייש אין בילקעס וואס מיין מאמע זאל געזונט זיין האט געמאכט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

פראקטיש עס זאל זיין גרינגער אין נישט שווערער.

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך יוני 05, 2019 2:41 pm

אביסל פון מיין עקספיריענ'ס.

קויפן טישן איז נישט קיין שלעכטע איידיע.

איך האב גענימען אפאר טעג פאר די שמחה א צעטל געמאסטן די דייניג רום סייז, פינקלעך ווי אלעס וועט זיין, אוסגערעכענט וויפל טישן אין בענקלעך מע דארף, יעדער זאל זיין באקוועם ווי א זאל, געמאכט א שטיקל דיזיין, געקויפט איינמאל א שיינע טישטעך אין מע ניצט דאס איבער כסדר.

מע האנדלט זיך אן שיינע דישעס, סע איז גוט א ביסל ליכט מיט א שיינע פלאווער'ס, סע קאסט אינטער א 50$.

מע דארף אונגרייטן אסאך גארבעדזש בעג'ס, אסאך קאלטע וואסער, מיט איבריגע קאפס.

מעניו האט מען פינקלעך אופגעשריבן וואס ווען ווי..

געהאט א ספיקער מיט שיינע סאלידע מוזיקא, לחיים איז ברוך השם געווען ברייט.

די עולם האט זייער הנאה געהאט, געמאכט א פאון קאל צו די געלאדענטע געסט אז ביי מיר אונדערהיים זאל מען אדער קומען 8:00 אדער צום בענטשן.

יעדער איז געווען אין צייט

א פרייליך אידל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 10:47 am

תגובהדורך א פרייליך אידל » מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

:-( :-( :-(
[image]
[/image]

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:46 pm

פריילעכע נייעס פאר תושבי קרית יואל

איינער האט געעפנט א חסד ארגאניזאציע לטובת הציבור
אלעס פאר א שמחה טישן און בענק וואס פיט אין א מיני ווען, קיגל אויוונס, טישטכער( א וואלענטיר וועט עס אויסוואשן???), זמירות, עסצייג גלעזלעך און נאך
'' נאר אויב עס ווערט געמאכט א פשוטע אויפן אינדערהיים''
מען דארף אלעס אליין אויפפיקן פון א בעיסמענט און צוריק לייגן
מען דארף איינלייגן 100 $ מען באקומט צוריק 75$( סה 25 )
די אדרעס איז אויף קארלסבורג
טעלעפאן נומער?????(

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 3:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט