קורץ און שארף!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

קורץ און שארף!

תגובהדורך מיקא » מאנטאג מאי 20, 2019 3:35 pm

כ'וויל דא ברענגן קלוגע אויסדרוקן, פון גרויסע און באקאנטע פיגורן - אין די וועלט; בבחינת חכמה בגוים תאמין, וואס זענען אויסגעהאלטן און נוצבארע מעסעדזשעס אין לעבן.
[כ'האב פראבירט, נישט צו נעמען פון אויסגעשפראכענע יודען קעגנער]

אָדער וועל איך געפֿונען אַ וועג, אָדער וועל איך אויסטרעטן א וועג - פּיליפּ סידני

פחד איז ווייטאג וואס קומט פון ערווארטן שלעכטס - אריסטאו

דער הייַנט איז דער תּלמיד פון נעכטן - טאמעס פולער

ווערטער זענען הענג-נאגלן צו הענגען דערויף געדאנקען - הענרי וואַרד בילכער

ווער ס'האט זיך געפונען, וועט זיך שוין נישט פארלירן, און ווער ס'האט פארשטאנען דאס מענטשעלע אין זיך, וועט פארשטיין אסאך אנדערע - סטעפאַן צווייג

דער געוואגטער, הייסט א א ווילדער, ביים פחדן - אריסטאו

זעלבסטמארד איז געזעצליך פארבאטן, דאך, וואס וועט די רעגירונג טון אויב איינער פארלעצט דעם געזעץ.. - דאַמאָן רוניאָן

דאס לעבן איז א מילשטיין, אדער צעגראדזשעט עס דיר, אדער שלייפט עס דיר אויס, ס'ווענדט זיך וויאזוי ס'איז צוזאמגעשטעלט - דזשאַקאָבאָוו עם בראַוד

ליבהאבן מיינט פארליידן, און דאס צו דערטראגן ברויכסטו ליבהאבן, אבער דאן ליידטסו פון ווייניג ליבע; קומט אויס, ליבן איז ליידן, נישט ליבן איז אויך ליידן, צוזיין גליקליך מיינט ליב האבן, קומט אויס אז צוזיין גליקליך דארף מען ליידן, אבער דאס מאכט דיך אומגליקליך. וועגן דעם, צו טרעפן גליק, דארפסטו ליב האבן אדער ליבהאבן צו ליידן, אדער ליידן צוזיין גליקליך.. וואודי אלען

אינעם לעבן-קראָם, קענט איר אלעס קויפן, אבער אלעס האט א פרייז; ביסטו צו קלוג, ביסטו איינזאם. ביסטו זייער אמת'דיג, האסטו פיינט. ליבשאפט קומט מיט נאכגעבן. צוזיין א אקטיוויסט, דארף מען אסאך איינשטעלן; יעדער קויפט זיך איין, כאטש נישט יעדער זעט באלד די הויעכע פרייז - טאַמאַר טור-יאַירי

פאנטאזיע איז חשובער פון וויסנשאפט, ווייל וויסנשאפט איז באגרעניצט, און פאנטאזיע נעמט אריין א וועלט.. - אלבערט איינשטיין

יעדעס ביכל איז נאך א נוסח פונעם וועלט, אויב דו גלייכסט עס נישט, שרייב דיר א צווייטער נוסח - סאַלמאַן רושדיע

דאס אמת קומט פון קרעדיט, ווייטער אונזערע מחשבות און שיטות, זענען גענוי ווי פאפירענע געלט, וואס איז בחינם נעמט יעדער גערן - וויליאמס דזשעימס

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג מאי 20, 2019 3:45 pm

זייער שיין
כשמ"ו כן הוא

samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

תגובהדורך samuel » מיטוואך מאי 29, 2019 12:58 pm

פאנטאזיע איז חשובער פון וויסנשאפט, ווייל וויסנשאפט איז באגרעניצט, און פאנטאזיע נעמט אריין א וועלט.. - אלבערט איינשטיין


פאר'ן ד'זענעראל לעבן.
.(אז איינער הימל פליהט ביים דאווענען, אויך?)
לעצט פאראכטן דורך samuel אום מיטוואך יוני 12, 2019 11:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג יוני 06, 2019 1:50 pm

כ'האב געהערט היינט א אויסדרוק פונעם הייליגער ראפשיצער זיין גרויסע זכות זאל אויף אונז אלע מגין זיין.

די גאר קלוגע זענען כופרים, די גאר פיינע ליגן אין זנות, און די גאר פרומע זענען רשעים; דער וואס איז קלוג פיין און פרום, אה, דאס איז א צדיק!

אוועטאר
shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג יוני 07, 2019 2:47 pm

זייער שיין. יישר כחכם

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:57 pm

מוזיק איז פון די איינציגע זאכן, וואס זעצט און טוט נישט וויי - בּאָבּ מאַרלי

ווער ס'האט ליב רעגן, אבער ווען ס'רעגנט עפענט ער א שירעם; מ'האט ליב זין שטראלן, אבער אלץ זעצט מען זיך אינעם שאטן; מ'האט ליב לופט, אבער ווען ס'בלאזט אריין, קלאפט מען צו דעם פענסטער; ממילא, אז איינער זאגט, כ'האב דיך ליב, וויפיל אמת ליגט דערין? - בּאָבּ מאַרלי

ס'דא אזעלכע וואס ווייסן צו טאנצן אין די רעגן, אנדערע ווערן איינפאך אדורכגעווייקט.. - בּאָבּ מאַרלי


א מענטש ווייסט נישט ווי שטארק ער איז, ביז אין א מצב, ווען צוזיין שטארק איז דאס איינציגסטע עצה - בּאָבּ מאַרלי

Haklal
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:23 pm

very good Miko

Thank u

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 8:36 pm

מוצלח'דיגע מענטשן האָבן גרויסע ביכער שרענק, די אנדערע האבן בלויז גרויסע טעלעוויזיע סקרינס - דזשים ראָהן

א גוטע פירער'ס קונץ איז; צוזיין שטארק - אבער נישט ווילד, א פיינער - אבער נישט שוואך, איבערגעטראכט - אבער נישט פארקלאצט, איידל - אבער נישט צוריקגעצויגן, שטאלץ - אבער נישט קיין בעל גאווה = דזשים ראָהן

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:34 am

מיקא האט געשריבן:מוצלח'דיגע מענטשן האָבן גרויסע ביכער שרענק, די אנדערע האבן בלויז גרויסע טעלעוויזיע סקרינס - דזשים ראָהן

אדער גרויסע סמארטפאון'ס...
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:09 am

מיקא! איר זענט פיינע נייעס!
זיי ממשיך!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:54 pm

זיי דיך אליינס! ווייל אלע אנדערע זענען שוין פארכאפט - אָסקאַר וויילד

רוב מענטשן זענען א צווייטן, ווייל זייערע דיעות איז א צווייטנס, ממילא איז זייער לעבן נאר נאכגעמאכט א צווייטן - אָסקאַר וויילד

א מענטש וואס זוכט א גוטע, שיינע, קלוגע פרוי, זוכט בעצם דריי באזונדערע פרויען.. - אָסקאַר וויילד

אז מ'זאל לעבן, דאס איז זייער א זעלטענע זאך, ווייל רוב מענטשן פשוט עקזיסטירן נאר - אָסקאַר וויילד

אויב עפעס איז דיר גענוג חשוב, דאן כאטש אלעס ווייזט פארקערט, מוזטו ווייטער פראבירן אויספירן דיין ציל - אילאן מאסק

כ'גלייב אז מ'לעבט נישט אויפ'ן וועלט בלויז צו לייזן פראבלעמען, נאר וואס מ'טוט, מוז זיין צום באגייסטערט ווערן - אילאן מאסק
לעצט פאראכטן דורך מיקא אום דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:23 pm

לעכטל האט געשריבן:מיקא! איר זענט פיינע נייעס!
זיי ממשיך!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 4:30 pm

.
לעצט פאראכטן דורך מיקא אום מיטוואך דעצמבער 25, 2019 9:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 4:45 pm

מיקא האט געשריבן:רוב מענטשן זענען א צווייטן, ווייל זייערע דיעות איז א צווייטנס, ממילא איז זייער לעבן נאר נאכגעמאכט א צווייטן - אָסקאַר וויילד


#כח_היחיד
ווען דו סיינסט זיך אויף מיט Sofi און דו לייגסט אריין $100 באקומען אונז ביידע $25, ס'לוינצעך צו אויסטשעקן.

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 9:45 pm

חתונה האבן דארף מען; אויב איז זי גוט, ביסטו גליקלעך, און טאמער נישט, וועסטו ווערן דורכדעם א פילאסאף.. - סאקראטעס

א האלבע וועלט קרעכצט און שוויצט, אז די צווייטע האלב זאל קענען חלומ'ן פון א בעסערע לעבן - הענרי לאָנגפעלאָו

ס'דא ביכער וואס מ'ברויך בלויז טועם זיין, אנדערע ברויך מען שלונגען, און געציילטע וואס מ'ברויך גוט קייען און פארדייען - פראַנסיס בייקאָן

ווען מ'זאגט - דער עולם - איז נישט איין גרופע, און חשובע מענטשן זענען נישט מער ווי א רייע בילדער - פראַנסיס בייקאָן

ווען מ'מאכט ריווח זענען ציטער און זארג די גבאים, און ווען מ'האט צרות זענען טרייסט און האפענונג די גבאים - פראַנסיס בייקאָן

אין גוטע צייטן קען מען קויפן טויזענט זאכן - ווער ס'יאגט זיך, און ווער ס'ווארט אויס מיט געדולדט, באקומט עס צום סוף בחינם.. - פראַנסיס בייקאָן

שטאטישע געזעצן זענען ווי שפינוועבעכטס; די גרויסע פליגן טאנצן דערויף אריבער, און די קליינע ווערן נאטורליך פארכאפט - אַנער דע באַלזאַק

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 11:46 pm

מיקא מאכסט מיר זינקען אין מיינע מחשבות..
ברענג מער אפט.
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 12:36 pm

קענסט לאכען פין די וועלט, אבער ווען די וועלט לאכט צירוק איז ביטער
אז האסטו וואס די דארפסט שמייכל, אין אויב ח"ו נישט כאטשיג האב א שמייכל
געלט איז גארנישט ווערט, אבער אן געלט איז מען אוודאי גארנישט ווערט
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 1:59 pm

עפרות זהב האט געשריבן:אז האסטו וואס די דארפסט שמייכל, אין אויב ח"ו נישט כאטשיג האב א שמייכל

;l;p-
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

מיקא
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 8:57 pm

דער ליידיגער פוסטאק האט נישט ליב צו לערנען, נאר יענעם צו לערנען - מאריא פון עשנבאך

אז ס'וועט רעגענען צוקערלעך, וועט דער אפטימיסט האלטן שיסלען, און דער פעסימיסט א שירעם - חנניא רייכמאן'ס זאמלונג

שיינקייט אן טאלאנט איז אויך א מתנה, ווייל ווער ערווארט פון א בלום צו קענען זינגען - חנניא רייכמאן'ס זאמלונג

די ערשטע יארן לערנט מען אויס דאס קינד רעדן, די קומענדיגע יארן לערנט מען עהם אויס שווייגן - חנניא רייכמאן'ס זאמלונג

א עסקן א טיפש איז ווי א נאגל אן א קעפל, וויפיל מ'פראבירט קען מען דערפון נישט פטור ווערן - חנניא רייכמאן'ס זאמלונג

די אמת איז אזא טייערע זאך, אז יעדער נוצט עס אזוי שפארזאם - מארק טוועין

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 9:41 pm

מיקא האט געשריבן:
די ערשטע יארן לערנט מען אויס דאס קינד רעדן, די קומענדיגע יארן לערנט מען עהם אויס שווייגן - חנניא רייכמאן'ס זאמלונג



געזעהן יארן צוריק אין "חמדה גנוזה" בשם הרה"ק מצאנז זיע"א מיט א הוספה, אז עס איז טאקע א שאד אז מען לערנט זיך רעדן פאר מען לערנט זיך שווייגן....

מיקא האט געשריבן:
די אמת איז אזא טייערע זאך, אז יעדער נוצט עס אזוי שפארזאם - מארק טוועין


:oops: :oops:


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט