מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אקעי, שכח פארן אהערברענען

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 3:39 pm

ר' נא שכל דיין ערשטע פארגראף האט גענאגעלט די נושא, (איך בין נישט מסכים פולשטענדיג צו דיין לעצטע שורה, יבואר בהמשך אי"ה)
איך וויל נאר מקדים זיין די הנהלת המוסדות מיינען נישט קיין שלעכטץ זיי דארפן טון צוויי זאכן 1)דעקן דעם בודזשעט און 2) צופרידן שטעלן ולכל הפחות שטיל מאכן די וואס שרייען הויעך און פארפירן מיט פרומקייט -ובדרך כלל משתלטים על הציבור בפסיכילאגישע טעראר -, ואין לך שוחד גדול מזה וואס די תורה הקדושה זאגט אויף דעם כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים.
מיין צווייטע הקדמה, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת וויאזוי רביה"ק מסאטמאר האט געוואלט זיין סקול זאל אויסקוקן און וויאזוי די תלמידות זאלן זיין וואס זיי זאלן קענען וכדו' זאל אויפזוכן די ארגינעלע מעמוארן פון הרבנית חי' מייזליש ע"ה אן קיין געמעקעכץ און הסברים.
מיין דריטע הקדמה, ווען מיינע עלטערן האבן חתונה געמאכט האט מען געוואוסט אז מיט א טאכטער מאכט מען איר אינגאנצן חתונה פון איר ארבעט און מ'האט א ברירה איר מיטצוגעבן א שיינע סכום דערמיט, אדער צו דעקן האלב פון די הוצאות החתונה פון נאך א קינד, צב"ש א ברודער, איך געדענק די אידן פלעגן זאגן א טאכטער ברענגט אריין פאר איינס א האלב חתונות.
המשך יבוא אי"V
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג מאי 20, 2019 3:42 pm

ראספשע אין אימעיל:
היות איך האב שוין ליידער נישט קיין רשות כתיבה דא אין דעם פורום, אבער אלס איינער וועלכער איז געבענטשט בבנות, קען איך מיך נישט איינהאלטן, און נישט מער ווי מיט צישטימען צו זיידי בערל
דאס משוגעת פון צווינגען די מיידלעך צו גיין אין צוועלעווטע קלאס מעג אויסגעריסן ווערן מיטן שורש, זיי ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און שפרינגען פון די הויט פאר גארנישט און פאר נישט, און די עלטערן דארפן דאס נאך באצאלן......, והרבה נשאר בקולמוס
ווי אויך די הימל-שרייענדע עוולה פון אויסנוצן טיטשערס מיט אינטערצאלן, מעג אויך אדרעסירט ווערן, כאטש ביי די וועלכע זיצן ביים שיסל, וד"ל....

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מאי 20, 2019 3:49 pm

אדער יא האט געשריבן:ראספשע אין אימעיל:
היות איך האב שוין ליידער נישט קיין רשות כתיבה דא אין דעם פורום, אבער אלס איינער וועלכער איז געבענטשט בבנות, קען איך מיך נישט איינהאלטן, און נישט מער ווי מיט צישטימען צו זיידי בערל
דאס משוגעת פון צווינגען די מיידלעך צו גיין אין צוועלעווטע קלאס מעג אויסגעריסן ווערן מיטן שורש, זיי ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און שפרינגען פון די הויט פאר גארנישט און פאר נישט, און די עלטערן דארפן דאס נאך באצאלן......, והרבה נשאר בקולמוס
ווי אויך די הימל-שרייענדע עוולה פון אויסנוצן טיטשערס מיט אינטערצאלן, מעג אויך אדרעסירט ווערן, כאטש ביי די וועלכע זיצן ביים שיסל, וד"ל....

דוק ותשכח, די 2 זאכן גייען אין איינעם, זייט ס'דא 12טע קלאס וויל יעדער ווערן א טיטשער, און אוב די דימענט איז קליין קען מען באצאלן וויפיל מען וויל, מען רייסט זיך פאר די דשאב.

איך מיין גראדע לשבח, אז די מיידלעך זענען ב''ה פרומער און ווילן נישט גיין אין קיין אפיסעס.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום מאנטאג מאי 20, 2019 3:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 3:53 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:ראספשע אין אימעיל:
היות איך האב שוין ליידער נישט קיין רשות כתיבה דא אין דעם פורום, אבער אלס איינער וועלכער איז געבענטשט בבנות, קען איך מיך נישט איינהאלטן, און נישט מער ווי מיט צישטימען צו זיידי בערל
דאס משוגעת פון צווינגען די מיידלעך צו גיין אין צוועלעווטע קלאס מעג אויסגעריסן ווערן מיטן שורש, זיי ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און שפרינגען פון די הויט פאר גארנישט און פאר נישט, און די עלטערן דארפן דאס נאך באצאלן......, והרבה נשאר בקולמוס
ווי אויך די הימל-שרייענדע עוולה פון אויסנוצן טיטשערס מיט אינטערצאלן, מעג אויך אדרעסירט ווערן, כאטש ביי די וועלכע זיצן ביים שיסל, וד"ל....

דוק ותשכח, די 2 זאכן גייען אין איינעם, זייט ס'דא 12טע קלאס וויל יעדער ווערן א טיטשער, און אוב די דימענט איז קליין קען מען באצאלן וויפיל מען וויל, מען רייסט זיך פאר די דשאב.

איך מיין גראדע לשבח, אז די מיידלעך זענען ב''ה פרומער און ווילן נישט גיין אין קיין אפיסעס.


דאס איז דירעקט דיזיינד געווארן אזוי, זיי קענען נישט גיין אין קיין אפיס ווייל 1) מ'האקט אריין אין זיי אגאנץ יאר די חסרונות פון אפיס, און די מעלות פון טיטשן (וואס צום סוף וועלן זיי באקומען די שוואכע דזשאבס אין סקול ווי כ'וועל שפעטער אי"ה ערקלערן) 2) ווייל מ'לערנט זיי נישט אויס וואס זיי דארפן קענען צו ארבעטן געהעריג אין אפיס 3) ווייל א נארמאלע בעל הבית וועט נישט זוכן א חסיד'יש מיידל וואס איז שוין ניינצן יאר (אסאך מאל א כלה) און ביז זי וועט גוט קענען די ארבעט וועט זי ארויס גיין פון אפיס און ער וועט דארפן אנפאנגען נאכאמאל.
ועוד
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מחשבהטובה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

מענין לענין באותו ענין

תגובהדורך מחשבהטובה » מאנטאג מאי 20, 2019 4:22 pm

דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
כ'מיין אז סאיז דא א שטארקע אונטערשאצונג פון עלטערן און הנהלות וואס ס'מיינט זיין א מלמד אין 2019.
די נושא ווערט מער פארוויטאגט ווען ס'שטייען טאטעס אויפ'ן פארטש פון בית המדרש, 10 אזייגר פארטאגס מיט א קאווע און ציגערעטל, און שיסען מיינונגן און דעות אויף די ארבייט פון די מלמדים, אפגרעדט ווען די גרויסע מויל מאכער ווארפט אריין ווי ווייניג שעות די מלמדים ארבייטן. בשעת ווען די מלמד זיצט שוין צוויי שעה און מוטשעט זיך מיט דיין זוהן!
קטונתי צו פארשטיין די קעפ פון די הנהלה, ווען סאיז דא געלט פאר אלע מיני שטותים, ווי פלאקאטן און סיינס, נייע באסעס, און א מנין סעקרעטעריס גרינגער צו מאכן זייער ארבייט, אפיס דעסקס און די מאדערנסטע אינטערקום סיסטעמ"ס, אבער ווען מ'רעדט צו אויפהייבן די וועידזע"ס פון די מלמדים מיט א פאר דאלער האבן זיי מליון סיבות פארוואס ס'נישט מעגליך.
דא אין די שטעטל ווי איך וואוין האבען מלמדים שוין נישט באקומען קיין אינקרי"ס פאר קרוב צו 15 יאהר זייער ווידזע"ס דריידט זיך ארים 700.00-750.00 דולר א וואך. סאיז נארמאל??
א וואונדער אז סאיז א אפקומעניש פון מנהלים רוחניים צו טרעפען קוואליפיצירטע מלמדים? זיי מוזען זיך באגיין מיט די יונגע אומערפארענע יונגעלייט, וואס דאס איז בס"ה א טרענזישע"ן פון כולל צום ארבייטס פעלד, און כתוצאה מכך מוז מען האלטען און איין טרעינען נייע מלמדים, ומה יעשה הבן וכו.
כמיין אז אנשטאט זיין פארנומען 24 שעה מיט זיכען נייע וועגען און נייע שיטות און חינוך, דארף מען טראכטען ערענסט פון ראדיקאליש טוישן אונזער צוגאנג צו די מלמדים.
אז מוועט זיי צאהלן שיין, וועלען מיר האבן רוהיגערער, מער ערפארענער, מער פראפיסיאנאלע מלמדים, וועלען אונזער קינדער זיין מער צופרידן רוהיג פריילאך, זיי וועלען אנקוקען די חדר מער גונסטיג, גיין און חדר מיט א שמייכעל און בסופו של יום ליב האבן די אייבישטער מיט די תורה אויף א העכערע שטאפל, און בלייבן ערליכע יודען ממשיך צו זיין די מסורה לדורות הבאים.
מה דעתכם?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 20, 2019 4:28 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:ראספשע אין אימעיל:
היות איך האב שוין ליידער נישט קיין רשות כתיבה דא אין דעם פורום, אבער אלס איינער וועלכער איז געבענטשט בבנות, קען איך מיך נישט איינהאלטן, און נישט מער ווי מיט צישטימען צו זיידי בערל
דאס משוגעת פון צווינגען די מיידלעך צו גיין אין צוועלעווטע קלאס מעג אויסגעריסן ווערן מיטן שורש, זיי ווערן משוגע פאר ליידיגגיין און שפרינגען פון די הויט פאר גארנישט און פאר נישט, און די עלטערן דארפן דאס נאך באצאלן......, והרבה נשאר בקולמוס
ווי אויך די הימל-שרייענדע עוולה פון אויסנוצן טיטשערס מיט אינטערצאלן, מעג אויך אדרעסירט ווערן, כאטש ביי די וועלכע זיצן ביים שיסל, וד"ל....

דוק ותשכח, די 2 זאכן גייען אין איינעם, זייט ס'דא 12טע קלאס וויל יעדער ווערן א טיטשער, און אוב די דימענט איז קליין קען מען באצאלן וויפיל מען וויל, מען רייסט זיך פאר די דשאב.

איך מיין גראדע לשבח, אז די מיידלעך זענען ב''ה פרומער און ווילן נישט גיין אין קיין אפיסעס.

איך ווייס נישט ווען מען איז געווארן פרומער, און ווען ס'איז געווארן א דימענד, אבער די לעצטע 30 יאר ווייס איך זיכער אז מ'צאלט פאר טיטשער פעניס, דאס איז נאך פון די צייטן ווען נישט יעדע אפיס האט געהאט א קאמפיוטער
די תירוץ פון דימענד איז א תירוץ פארן באבען, איך ווייס אין א געוויסע פלאץ אין קרית יואל וואס מ'פלעגט אויך צאלן פאר די מיידלעך ווייניג (נישט אזוי ווייניג ווי א טיטשער אבער ווייניגער ווי א נארמאלע אפיס דזשאב, איך רעד יעצט פון 20 יאר צוריק, איך ווייס נישט ווי אזוי מען צאלט היינט) און די תירוץ איז געווען אז מ'קען נישט צאלן מער ווייל דעמאלטס וועלן אלע מיידלעך דארט קומען ארבעטן (די פלאץ האט געהאט א מעלה אז ס'האט נישט געהאט די חסרונות פון א אפיס) און ס'וועט נישט זיין קיין טיטשער'ס, יעצט הער איך גאר אז ס'איז דא א ריזיגע סופליי פון טיטשערס
מען פלאגט זיך גענוג מיט טיטשערס, איך מיין אז בית רחל איז די איינציגע מוסד וואס דארט זענען דא טיטשערס וואס זייערע קינדער לערנען אין די אנדערע מוסדות אין קרית יואל, ביי די העכערע קלאסן קומען א גרויסע חלק טיטשערס פון מאנסי, דאס מיינט אז ס'איז בכלל נישטא קיין אויסוואל, און דאס אלעס האט א סיבה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג מאי 20, 2019 4:55 pm

דאס ברענגען טיטשערס פון מאנסי. איז עפעס א מדרש פליאה וואס כמה קולמוסין נשתברו על זה .
אבער איך וויל נישט יעצט שרייבען דערוועגן.
איך האב ב''ה א שטוב מיט בנות שטארק מצליח אין סקול.
איך שיק זיי נישט אין 12טע קלאס. ווייל וויאזוי קען מען טרעפן א גיטע דשאב ביי די ניינצען.
אפילו אויב יא. מען הייבט אן מיט 11 12 דאללער א שעה.
ביז איר חתונה וועט זי שוין פארדינען גאנצע 300 דאללער א וואך ווען רענט קאסט 1500 א חודש.
ווידער אין סקול צו טיטשען דאס איז געמאכט פאר די רייכערע אידען. וואס קענען אויסהאלטען די איידעמער. אפילו די טאכטער ברענגט כמעט גארנישט אהיים. אבער סאיז א גרויסע כבוד אז מיין טאכטער איז א טיטשער. (אין אנדערע ווערטער סאיז א לאקזשערי וואס בעלי יכולת קענען עפארדען)
אחוץ אויב דער איידעם גייט גלייך ארבייטען. אדער אז זי צופליקט זיך מיט צוויי דשאבס.
נאר וואס יא. איך שיק נישט אין אבי וואסערע אפיס סדארף זיין א גיטע ענווייערמענט. א גיטע שמירה. נישט קיין פערסענאל סעקרעטערי וכדומ'

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 5:13 pm

די ערשטע שורה פון סארקאזי איז א חלק פונעם טייוועלס ראד אין וואס אונזערע מיידלעך געפינען זיך נאכן זיי אויסקוועטשן וואו ספאנדזשעס זאל מען זיי נישט לאזן ווערן גרויס (חוץ די פאר מיוחסים) ווייל אויב יא וועט עס אוועק נעמען דעם קאנטראל (און נאכאמאל, דאס איז נישט פון שלעכטיקייט, ס'קומט פון השוחד יעור עיני חכמים, פקחים, צדיקים)
ס'ליגט אין מיין ליסטע פון דעם פראבלעמאטישן (לכתחלה'דיג אויסגעפלאנטן) סיסטעם, נאכן גאנצן דינען עד הסוף שפייט מען דיך אויס. (אויך מוז מען נעמען אייגענע וואס זענען שוין געווען אין צוועלפטע קלאס ווייל דאס ניצט מען פאר א סטראשע, אבער פרעמדע זענען דאך נישט מחויב)
אנטשולדיגט פאר די שארפקייט אבער זה תוצאות הגעצווינגענע צוועלפטע קלאס
און כ'וועל עס לייגן שלא על הסדר.
ווייזט מיר הייסקול טיטשערס (די גוט באצאלטע סארט) וואס זענען תלמידות פון די אייגענע מוסדות דאס זעלבע אין אלע מוסדות סיי ביי אידיש און סיי ביי ענגליש!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מאי 20, 2019 5:17 pm

זזה האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:זאג, וויפיל מאכט א טיטשער?

א טיטשער ארבייט נישט פאר די געלט. ווען יא וואלט זי נישט דארט געווען. א טיטשער האדעוועט אויף אונזערע קינדער מיט מסירת נפש, און באקומט עפעס א טיפ צו דער זייט.

100%

א טיטשער ווערעט ווען א טאטע טראכט אז זיין טאכטער איז סאמטינג ספעשיל אין וועט באקיומען א בעסערע חתן ווייל זי איז א טיטשער אין זי גייט מיט א סוט דרעעס אין א באלזיקע.
אין די טיט עס נישט פאר די געלט .
אבער איינער וואס בלייבט אין מאכט א גיטע דזשאב באקיומען מער באצאלט.
אין אויך איז זי נישט געווען פעיג צי מאכען טראבעל אלטץ מיידעל.
נעמעט מען א 17 יעריגע מיידעל אין די דיפיינט די גדרי הצנועת...
Sorry for my misspellings

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג מאי 20, 2019 5:27 pm

זיידי בערל
איך כאפ נישט וואס דאס האט מיט קאנטראל שוחד
איך וואלט עס ענדערש אנגעריפען פאלשקייט. ממ''נ אויב זענען זיי א מאדעל וואס די ווילסט אז דיינע תלמידות זאלען אזוי אויפוואקסען ביזטו דאך א גרויסע פעיליער אז דו קענסט נישט צושטעלן גענוג פון קיין אייגענע.
אויב זענען זיי א קלעס וואס די זאגסט פאר יעדען ניין ענק טארען נישט זיין אזוי ווי זיי. וויאזוי קענען זיי זיין טיטשערס?. זיי האבען א געוואלדיגע השפעה מיט זייער לבוש און השקפה און צוגאנג

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 20, 2019 5:31 pm

ועוד, דאס שטאמט פון די "יענעמס גראז איז גריענער" צוגאנג
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מאנטאג מאי 20, 2019 5:39 pm

געשריבן און געמעקט ווייל כ'וויל נישט העצן....
אויב גייט זיך עס רוקן און סיי וועלכע ריכטונג האט עס עניוועי נישט מיט מיין תגובה דא אויף אייוועלט...
לעצט פאראכטן דורך עושר אדיר אום מאנטאג מאי 20, 2019 5:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מאי 20, 2019 5:43 pm

[quote="מחשבהטובה"]דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
די ווילסט איוסטרייען מיין ארבעט פאר איין שעה א טאג???
יעדער האט זיי פאך וואס ער האט געדיולט.

אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
איך האנדעל מיט אנדערע מיני קאסטמערס מיט אלע סופי תיבות ווענדערס מיט זייערע נערווען.
אין אז איך פארליר א קאסטמער האב איך שאדען געלט .
וויפעל קינדער לאט די מלמד ארויס גאנטץ יאר אין קיוקט נישט אויף אים.

זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
איי דאנט טיונק אז זיי באהנדעלען "אלע" קינדער מיט זיידינע הענטשעך.
זיי באניטצעןזיך אסאך מיט working gloves.

Bottom line.
די מלמדים אז זיי perform נישט געשענט נישט גארנישט אז א ארבעטער פארפארמט נישט ווערט ער געפייערט.

מקען אסאך שרייבען...
Sorry for my misspellings

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מאי 20, 2019 5:44 pm

און גוטע טיטשערס בתוכינו קארגט מען בעיבסיטינג ועוד ועוד.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 7:04 pm

סארקאזי האט געשריבן:זיידי בערל
איך כאפ נישט וואס דאס האט מיט קאנטראל שוחד
איך וואלט עס ענדערש אנגעריפען פאלשקייט. ממ''נ אויב זענען זיי א מאדעל וואס די ווילסט אז דיינע תלמידות זאלען אזוי אויפוואקסען ביזטו דאך א גרויסע פעיליער אז דו קענסט נישט צושטעלן גענוג פון קיין אייגענע.
אויב זענען זיי א קלעס וואס די זאגסט פאר יעדען ניין ענק טארען נישט זיין אזוי ווי זיי. וויאזוי קענען זיי זיין טיטשערס?. זיי האבען א געוואלדיגע השפעה מיט זייער לבוש און השקפה און צוגאנג

אויב השי"ת וועט מיר געבן צייט און געדולד, וועט עס אריין קומען אין מיין אויסברוך, איך האלט אז עס איז בכוונה תחלה צו קענען אנהאלטן א פארקרומטע סיסטעם וואס בענעפיטירט די עטליכע און פאר'הרג'ט סיי די חינוך און סיי די פינאנציעלע עתיד פון רובא דרובא פון אונזערע תלמידות, און נאכאמאל די לידערשיפ מיינט נישט קיין שלעכטס און זיי האבן מיליאן הסברים וואס זיי רעדן זיך אליין איין אז ס'מיינט די טובה פונעם ציבור.
פאר איך גיי ווייטער, הלואי וואלט איינער געקענט ברענגען עני ליסט פון בית רחל פון צוואנציג יאר צוריק און קוקן וואו די מיידלעך האבן געלערנט וואס זיי האבן געטון פאר ארבעט און וואספארא שטובער זיי האבן אויפגעשטעלט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 7:07 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
מחשבהטובה האט געשריבן:דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
די ווילסט איוסטרייען מיין ארבעט פאר איין שעה א טאג???
יעדער האט זיי פאך וואס ער האט געדיולט.

אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
איך האנדעל מיט אנדערע מיני קאסטמערס מיט אלע סופי תיבות ווענדערס מיט זייערע נערווען.
אין אז איך פארליר א קאסטמער האב איך שאדען געלט .
וויפעל קינדער לאט די מלמד ארויס גאנטץ יאר אין קיוקט נישט אויף אים.

זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
איי דאנט טיונק אז זיי באהנדעלען "אלע" קינדער מיט זיידינע הענטשעך.
זיי באניטצעןזיך אסאך מיט working gloves.

Bottom line.
די מלמדים אז זיי perform נישט געשענט נישט גארנישט אז א ארבעטער פארפארמט נישט ווערט ער געפייערט.

מקען אסאך שרייבען...

דו ביזט ראנג ראנג ראנג ראנג, אודאי איז דא א אויסנאם אמאל א רחמנות אמאל א מיוחס (סאסייעטי וועט זיין פערפעקט ווען משיח וועט קומען) אבער בדרך כלל זענען די מלמדים מומחים מאוד, צו באוואונדערן וואספארא פירות זיי געבן ארויס און וואס זיי ארבעטן אויף יעדן קינד, איך האב אייניקלעך אין בארא פארק און אין קרית יואל איך שעם זיך פון מיר אליין ווען איך פארהער זיי, און זיי האבן פארשידענע כשרונות נאטורן וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אויך האבן רובא דרובא קינדער

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 7:10 pm

אויך האבן רובא דרובא קינדער א חשק צו לויפן אין חדר, א זאך וואס איז געווען אומדערהערט אין מיינע צייטן חוץ ביי מצויינים שבמצויינים, דאס קומט פון האבן געלונגענע מלמדים וואס ארבעטן ביטער שווער!!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג מאי 21, 2019 12:27 am

יעדער וויל העכערע געהאלטן פאר די מלמדים, אבער ווייניג זענען דאס גרייט צו באצאלן...

זענט איר גרייט גרייט צו צאלן 40-50 פראצענט מער שכ"ל?
איך גלויב אז דער אדמיניסטראטאר וואלט גערן אריבערגעפיהרט די הוספה צו די מלמדים.

שרייב-פעדער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » דינסטאג מאי 21, 2019 12:35 am

El Rushbo האט געשריבן:יעדער וויל העכערע געהאלטן פאר די מלמדים, אבער ווייניג זענען דאס גרייט צו באצאלן...

זענט איר גרייט גרייט צו צאלן 40-50 פראצענט מער שכ"ל?
איך גלויב אז דער אדמיניסטראטאר וואלט גערן אריבערגעפיהרט די הוספה צו די מלמדים.

ווען דער אדמיניסטראטאר העכערט זיין אייגענע וועיזשעס, סעקרעטארן, ועוד ועוד, פרעגסטו אויך די זעלבע שאלה?
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 21, 2019 8:52 am

El Rushbo האט געשריבן:יעדער וויל העכערע געהאלטן פאר די מלמדים, אבער ווייניג זענען דאס גרייט צו באצאלן...

זענט איר גרייט גרייט צו צאלן 40-50 פראצענט מער שכ"ל?
איך גלויב אז דער אדמיניסטראטאר וואלט גערן אריבערגעפיהרט די הוספה צו די מלמדים.

ווער ס'האט קינדער אין מוסדות ווייסט אז פון צייט צו צייט העכערט מען שכר לימוד, און איך פרעג צומאל, איך בין גרייט צו געבן א העכערונג, איך וויל נאר וויסן, מיין קינד'ס מלמד גייט אויך באקומען א העכערונג? :i"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 21, 2019 9:49 am

די אפיס איננגעשטעלטע קריגען קודם א העכערונג, דאן די טיטשערס וואס זייערע עלטערן האבען זיי אריינגערוקט מיט פראטעקציע, דאן איז מער נישט דא פאר די פלעינע...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 21, 2019 9:56 am

א זאך וואס כ'אב נאכגעהערט פון איינעם פון פאריגען דור.
ר' ליפא פריעדמאן'ס געהאלט איז אייביג געווען צעהן טאלעער ווייניגער פון די העכסטע געהאלט. אזוי אום ווען מען האט אים פארגעהאלטן, האט ער געצייגט אז ער איז נישט דער העכסטער באצאלטער ארבעטער.
היינט איז דער אדמיניסטראטאר'ס געהאלט, אזוינס וואס שיינע ביזנעסער קאנען זיך שעמען דערפאר, און ווי פערשטענדליך אז מען מוז דאס צאלען, אזוי אום צו האלטן די אנדערע קאסטען נידעריג. צ.ב.ש. זיין דזשאב איז זיכער צו מאכען אז אנדערע מאכען נישט צופיל וואס לייגט א דרוק אויף די מוסדות קאסע...
דער פוירטשעסאר האט א געהאלט וואס לאזט אים קויפען דירות אויף א שטאנדהאפטן באזיס, וואס וועט אים ברענגן איינקונפט ווען ער פענסיאנירט.
דער בוכהאלטער קאן זיך ערלויבען מער פון אלע זיינע שכנים.
אבער מען האלט די קאסטען נידעריג מיט נישט צאלען פאר די מלמדים און לערערינס
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 21, 2019 9:58 am

El Rushbo האט געשריבן:יעדער וויל העכערע געהאלטן פאר די מלמדים, אבער ווייניג זענען דאס גרייט צו באצאלן...

זענט איר גרייט גרייט צו צאלן 40-50 פראצענט מער שכ"ל?
איך גלויב אז דער אדמיניסטראטאר וואלט גערן אריבערגעפיהרט די הוספה צו די מלמדים.

דאס איז בכלל נישט נוגע צום שמועס איבער טיטשערס וואס מיר וועלן שפעטער ערקלערן איז די עלעמענטרי א געואלדיגע הכנסה פאר יעדע מוסד, נישט סתם, און די הייסקול הוצאות זענען רוב אומנויטיג און פאר די נויטיגע הוצאות וועלן עלטערן גאר גערן צאלן.
בכלל ביי מיידלעך וואס איז נישטא קיין חיוב פון לימוד התורה וואלט געדארפט זיין וואלן פון עלטערן אויף יעדע גרעסערע הוצאה וואס וועט אויך פאלן אויף די עלטערן, און נאך מער אין א גרעסערע מוסד צב"ש סאטמאר מעג זיין קריטעריעס אויב ספעלט זיך אויס. מער עקספענסיוו און ווייניגער עקספענסיוו, און אויב סשטעלט זיך אויס אז קיינער וויל נישט ארויספאלן, קען מען צוריק גיין צו וואלן (די וואס צאלן שכר לימוד קענען שטימען) ואחרי רבים להטות.
צוריק צום נושא פון "מחנכים" די מוסדות אין ווילי (מהר"א) ביז צו די לעגאלע פראבלעמעם האבן געהאט א געוואלדיגע סיסטעם, שכר לימוד איז געגאנגען "בלויז" פאר מלמדים ומחנכות, א עקסטערע קאמיטע, עקסטערע באנק אקאונט, אין אזא פאל זענען די טאטעס סאך מער מסכים צו העכערונגען וכו', הלואי זאל עס יעדע מוסד קענען מאכן.
המשך יבוא אי"V
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 21, 2019 10:01 am

צו געזונט האט געשריבן:א זאך וואס כ'אב נאכגעהערט פון איינעם פון פאריגען דור.
ר' ליפא פריעדמאן'ס געהאלט איז אייביג געווען צעהן טאלעער ווייניגער פון די העכסטע געהאלט. אזוי אום ווען מען האט אים פארגעהאלטן, האט ער געצייגט אז ער איז נישט דער העכסטער באצאלטער ארבעטער.
היינט איז דער אדמיניסטראטאר'ס געהאלט, אזוינס וואס שיינע ביזנעסער קאנען זיך שעמען דערפאר, און ווי פערשטענדליך אז מען מוז דאס צאלען, אזוי אום צו האלטן די אנדערע קאסטען נידעריג. צ.ב.ש. זיין דזשאב איז זיכער צו מאכען אז אנדערע מאכען נישט צופיל וואס לייגט א דרוק אויף די מוסדות קאסע...
דער פוירטשעסאר האט א געהאלט וואס לאזט אים קויפען דירות אויף א שטאנדהאפטן באזיס, וואס וועט אים ברענגן איינקונפט ווען ער פענסיאנירט.
דער בוכהאלטער קאן זיך ערלויבען מער פון אלע זיינע שכנים.
אבער מען האלט די קאסטען נידעריג מיט נישט צאלען פאר די מלמדים און לערערינס

דאס געהאלט פון אן אדמיניסטראטאר קען מען נאך הערן, למעשה האט ער א עול אויפן קאפ, און ס'איז בכלל נישט גרינג, בפרט ווען מען רעדט פון א גרעסערע מוסד, אבער פון דארט און אראפ דארף מען אליין מאכן דעם חשבון, ווער ארבעט שווערער, דער בוכהאלטער פון 9 - 5 מיט א דומם, אדער דער מלמד פון 8 - 6 מיט נשמות, פלאס ביינאכט ווען די עלטערן קאלן אים קאמפלעינען וכו'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 21, 2019 10:02 am

צו געזונט האט געשריבן:א זאך וואס כ'אב נאכגעהערט פון איינעם פון פאריגען דור.
ר' ליפא פריעדמאן'ס געהאלט איז אייביג געווען צעהן טאלעער ווייניגער פון די העכסטע געהאלט. אזוי אום ווען מען האט אים פארגעהאלטן, האט ער געצייגט אז ער איז נישט דער העכסטער באצאלטער ארבעטער.
היינט איז דער אדמיניסטראטאר'ס געהאלט, אזוינס וואס שיינע ביזנעסער קאנען זיך שעמען דערפאר, און ווי פערשטענדליך אז מען מוז דאס צאלען, אזוי אום צו האלטן די אנדערע קאסטען נידעריג. צ.ב.ש. זיין דזשאב איז זיכער צו מאכען אז אנדערע מאכען נישט צופיל וואס לייגט א דרוק אויף די מוסדות קאסע...
דער פוירטשעסאר האט א געהאלט וואס לאזט אים קויפען דירות אויף א שטאנדהאפטן באזיס, וואס וועט אים ברענגן איינקונפט ווען ער פענסיאנירט.
דער בוכהאלטער קאן זיך ערלויבען מער פון אלע זיינע שכנים.
אבער מען האלט די קאסטען נידעריג מיט נישט צאלען פאר די מלמדים און לערערינס

פון וויפיל מוסדות איך ווייס, און כ'קען גראדע גאנץ אסאך מאכן נישט די אדמיניסטראציע באאמטע מער ווי זייערע קאלעגן אין ביזענס מאכן מיט די זעלבע אויפגאבע און די זעלבע אחריות. דאס זענען קאסטבארע מענטשן מיט הויכע קוואליפיקאציעס (און גלייב מיר איך וואלט פאר קיין שום געלט אויף די וועלט נישט אנגענומען די דזשאב פון ידידי עוז רי"ל וואס דארף רייסן שכר לימוד פונעם עולם) און פעיסן עכט שווערע טשעלענדזשעס, און ווען ר' פון ווילי איז אין סכנה צו גיין ח"ו קיין אטעסוויל איז שוין קיינער נישט דא אים מקנא צו זיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט