קלוגע חכם האט געשריבן:הײמישער זײגער האט געשריבן:דרייטצעך האט געשריבן:עדה האט געשריבן:וויפיל רעכנט אהבת שלום שכר לימוד א חודש?
לויט ווי כ'געדענק $475
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p3047241
סתם די פאקטן פאר די רעקארד:
אהבת שלום האט כהיום 553 תלמודים ותלמודות בלע"ה. - 24 קלאסן.
די "אפציעלע" פרייז איז $450 כמעט קיינער צאלט נישט נישט דיע פרייז. די עעוערעדש פרייז איז בערך 370$.
עס איז כעת נישטא קיין שום אפציעלע פאנדרעיזינג, אויסער א קמפיין וואס מען האט גמאכט א יאר א האלב צוריק פאר א האלב מיליון דאלער צו קויפן (7) באסעס, אין א מלוה מלכה וואס מען האט געמאכט פאריאר פאר די עלטערן וואס האט אריינגעברענגט בערך 100 אלפים. אויסער דעם איז דא איין סאטמארע עושר וואס האט גערופן אז ער וויל שטיצן די מוסד מיט 10 אלפים א יאר, און מען האט טאקע באקומען 2 אדער 3 פעימענטס. וזהו זה.
די מוסד שטייט שוין בערך צוויי א האלב יאר, "קיין איין טשעק" איז ב"ה נישט באצאלט געווארן קיין טאג שפעט. יעדע צוויי וואכן ווערן אלע איינגעשטעלטע (158) באצאלט.
זיי באצאלן שענער וואו פילע אנדערע מוסדות.
זיי באקומען נישט קיין דיים פון די רעגירונג.
רענט אליין (וואס אסאך גרויסע מוסדות האבן נישט) קומט אויס כהיום $69.83 פער קינד.
די מוסד האט נישט קיין שום זייטיגע אינקאם צב"ש פארדינגען זאלן וכדומה.
מאכנ’דיג די קאקולעישען אז עס איז דא 553 תלמידים ותלמידות וואס צאלן 375 א חודש, קומט עס אויס 2,488,500 א יאר. צוטיילנדיג דאס צווישן 158 איינגעשטעלטע קומט עס אויס א עוורעדזש פון 15,750 פער איינגעשטעלטע א יאר.
איך פארשטיי אז צווישן די 158 איינגעשטעלטע איז דא טיטשער’ס וואס קומען נאר צוויי מאל א וואך און מאכן ווייניג געלט, וכדו’ אבער עס מאכן נישט געהעריג קיין סענס די חשבונות
יא יא, קוק אויבער די אשכול פון ווי די תגובה קומט, מהאט שוין בשעתו ארומגערעדט, די נומבערס שטימען פארשטייט זיך נישט