כתמר יפרח האט געשריבן:א מין רשעות וואס דא גייט פאר. איך האב געהאט א גאר וויכטיגע אפוינטמענט ביי גרויסע דאקטער וואס איך ווארט שוין זייער לאנג אנצוקומען צו אים, ענדליך די טאג וואס איך האב געדארף גיין צו אים בין איך אויפגעשטאנען זייער פרי צו קענען כאפן א פרי מנין אז איך זאל נאך האבן גענוג צייט נישט צו כאפן די ראש האער שעות קיין מענהעטן, לויף אריין אין שוהל אין כאפ די ערשטע מנין, איך ברויך יעצט גאר וויכטיג צו האבן רואיגקייט אין נישט זיין נארוועז, איך לייג תפילין אין זעץ זיך אראפ רואיגערהייט, ווען פלוצליג רוקט זעך אן א קליינער ראצער 'טיסקעלע מיצוועס' קלאפט ער מיט זיינע פאר גראצער אין האנט, א מין חוצפה דאס, וואס נעמסטו מיר אוועק דאס ביסל מנוחת הנפש, איך איגנאר אים, גייט נישט אריבער קיין צוויי מינוט אודך, א צווייטער בחור'ל מיט די זעלבע תורה, זאג, זיי טראכטן נישט אז איך דארף יעצט חאפן גאר וויכטיגע אפוינטמענט? ענדלעך מ'ענדיגט שמונעסרע איך קוק שוין אויפן זייגער, אין טראך טראך טראך... מוריי בראבויסיי איך גיי נאך געלט פאר א חשובה..., וואס גייט דא פאר? ווי איז דאס ביסעלע רחמנות? נאכ'ן דאווענען לויף איך אהיים פאר א שטיקל צובייס, איך ווארט אויף מיין חבר זאל מיך קומען אויפיקן, אזוי ווי איך הייב אן עסן הער איך ווי ער קלאפט אויפן טיר, איך שאר אפ די ברעקלעך אין לויף צום טיר, אין וועם זעה איך??? א משולח, איך גיי נאך געלט פאר א חשובה...
די פאוינט וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז כלל ישראל זענען רחמנים בני רחמנים אין מיר האבן ב"ה הונדעטער אנגענזאציעס אין מוסדות, הצד השוה שבהם אז יעדער דארף געלט, אין מ'זוכט וועגן וויאזוי צו שנאדערען, אין נישט אלעמאל איז עס געשמאק אבער מ'פארשטייט די נוצרך אויכט. אוודאי ווען די זעלבע משולח קלאפט דריי מאל א טאג אויף מיין טיר (א שטייגער ווי חט"מ) וואלט איך אים .... שוין ... אבער אז מיין טעלעפון קלונגט אביסעלע פאר א צוועק א מעטשינג קאמפיין איז נישט עק וועלט.
איינער אויסער דיר רעדט פון גיין נאכגעלט? מען רעדט נאר פון די וואס זיצען באקוועם זיך ביים טיש (אדער אויפן קאוטש), און קריכן אויף די נערווען פון הונדערטער אידען, ניצענדיג די שוואכקייט וואס אידען האבן פאר מוסדות און נצרכים.
שוין חדשים וואס מ'שמועסט אום מ'גיט עיצות, אפילו גוטע עיצות אבער למעשה איז קיינער נישט גרייט אריין צו שפרינגן דעראין. פאר א פאר חדשים צוריק האב איך מחליט געווען אז עד כאן אומרים בשבת הגדול און איך האב אפגעמאכט אז איך וועל עס סטאפן ביי מיר בכל התוקף.
די ערשטע זאך האב איך געדריקט ביי אלע קאלס וואס האבן געגעבן א אפשען זיך אראפצוסיינען אבער ס'האט גארנישט געהאלפן חוץ ביי איין האט עס יא געארבעט און זייט דעמאלס הער איך נישט פון יענעם.
נאכדעם האב איך אנגערופן אפטימום מיט ווערייזאן און זיי געפרעגט וויזוי מ'בלאקט נאמבערס און יעדע נאמבער וואס איז געווען א ראבא-קאל האב איך געבלאקט.
בנוסף צו דעם האב איך ארויפגעסיינט מיינע אלע פאוןס אויף די ליסט נישט צו באקומען די אלע קאלס.
איך האב שוין א שיינע פאר חדשים נישט באקומען "קיין איין איינציגסטע קאל אויף מיינע מיט די רעביצין'ס סעל'ס". אויף מיין היים טעלעפאון מאכט זיך אמאל אמאל אז איך באקום עפעס און איך בלאק גראד די נאמבער.
אשר על כן טייערע יודן. מ'האט זיך שוין גערעגט, געשאלטן, געעפנט און פארשפארט אשכולות און קיינער איז נישט גרייט זיך צו נעמען צו די ארבעט. טוטס וואס איך האב געטוען און האטס א רואיגע לעבן.
קיינער איז נישט בארעכטיגט ממתיק צו זיין מיינע דינים. און אויב איינער איז מיר עס יא ממתיק איז ער נאך אלץ עתיד את הדין. אויב ס'וואלט געקומען פון איינע פון די תלמידי בעל שם וואלט איך עס יא מקבל געווען בשמחה, נישט ווען ס'קומט פון עדווערטייזמענט און פון יעדע צווייטע שמויגער.
איז אזוי, מגלגלין זכות על ידי זכאי, וחובה על ידי חייב. קען זיין דו דארפסט עפעס אפקומען, אבער ווער האט יענעם געמאלדן אז דייקא ער איז דער שליח דיר צו צוברענגען צו המתקת הדינים?