וואס צו טוהן מיט א געכאפטע סקווירל

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

וואס צו טוהן מיט א געכאפטע סקווירל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

איך האב אפאר קעידשעס אין מיין פארטש צו כאפן סקווירלס,
יעדע מאל איך כאפ א סקווירל טראג איך עס אוועק און איך לאז עס ארויס אין א וואלד.

אנפאנג איז עס נאך געווען פאן, אבער היינט האב איך שוין נישט געדולד דערצו, סוי וויל איך עס הרגענען; וויל איך הערן וואס די עולם זאגט דערצו
    -איז דא א פראבלעם פון צער בעלי חיים?
    -וויאזוי קען מען עס הרגנען מיט די ווייניגסטע צער?
    -איך ווייס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נישט ליגעל צו הרגענען, איז עס ליגעל אין ניו יארק?
    -איז א פראבלעם עס just צו לאזן אויסגיין פון הונגער?
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

קאך עס אפ לכבוד יו'ט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

שנלר האט געשריבן:קאך עס אפ לכבוד יו'ט


און שנייד כאטש אפ זייער וויידל בעפאר, וועסטו האבן פאר א שטריימל לכבוד יוט
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

:grin: :grin: :grin:
ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

הער אויף לייגן קעידשעס בדוק ומנוסה די פראבלעם וועט אוועק גיין...

סריעס פארוואס זיי נישט לאזן לויפן ווי יעדער טוט זיי מאכן שאדן צו וואס?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

הוי, אבער נאך ווי,
זיי עסען איוף די אוינינג מיט די סוכה ברעטער, אלעס,
יעדעס יאר מאכען זיי נעסטן ביי מיר און עס קומט ארויס נאך א 5 שטיק
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ס'איז א איסור זיי לאזן אויס הונגערן, עס ליגט א חיוב צו געבן עסן פאר א בעל חי וואס איז אין דיין רשות, נאכמער, זיי דארפן עסן פאר דיר.

א גמרא אין ברכות דף מ עמוד א' "דאמר רב יהודה אמר רב אסור לאדם שיאכל קודם שיתן מאכל לבהמתו שנאמר ונתתי עשב בשדך לבהמתך והדר ואכלת ושבעת"
בילד
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

די ווייניגסטע צער איז איינצוטינקען די קעידש אין א גארבידש קען מיט הייס וואסער און בליעטש, לאזן איינגעטונקען פאר א האלבע מינוט, כך אמר לי ה'עקסטעמינעיטאר.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

שיק קיין ברסלב. ודוק.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צו וואס פעלט אויס דאס גאנצע פארכאפונג?
איז נישטא עפעס אזא מאכערייקע וואס גערוכט פון וואס די מאויקאשלעך אנטלויפן?
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

מיך האט מען אמאל געזאגט בערך אזוי, אז א סקווירל קומט צוריק צו די פלאץ וואס ער איז געוואוינט אפילו פון מיילן ווייט, און די איינציגסטע עצה איז עס צו הרגענען. אבער עס וועט אייביג זיין נייע.
איך אליינס האב עס אין מיין בעקיארד, איך בין שוין צוגעוואוינט דערצו, זיי האבן מיר ב"ה דערווייל נאכנישט געמאכט קיין ערענסטע שאדנס.
חוץ ווען מען לאזט עסן אינדרויסן. אמאל איז געווען א קערידזש אנגעקלעבט מיט עסן האבן זיי עס אויפגעגעסן מיט א חלק פון די סחורה פון די קערידזש.
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

פומפדותא האט געשריבן:ס'איז א איסור זיי לאזן אויס הונגערן, עס ליגט א חיוב צו געבן עסן פאר א בעל חי וואס איז אין דיין רשות, נאכמער, זיי דארפן עסן פאר דיר.

א גמרא אין ברכות דף מ עמוד א' "דאמר רב יהודה אמר רב אסור לאדם שיאכל קודם שיתן מאכל לבהמתו שנאמר ונתתי עשב בשדך לבהמתך והדר ואכלת ושבעת"


איש האשכולות האט געשריבן:די ווייניגסטע צער איז איינצוטינקען די קעידש אין א גארבידש קען מיט הייס וואסער און בליעטש, לאזן איינגעטונקען פאר א האלבע מינוט, כך אמר לי ה'עקסטעמינעיטאר.


יישר כח פאר די נוצבארע אינפארמאציע
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

פליגל האט געשריבן:צו וואס פעלט אויס דאס גאנצע פארכאפונג?
איז נישטא עפעס אזא מאכערייקע וואס גערוכט פון וואס די מאויקאשלעך אנטלויפן?


איך קום שוין פון דארט, גארנישט העלפט נישט פאר זיי
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איש האשכולות האט געשריבן:די ווייניגסטע צער איז איינצוטינקען די קעידש אין א גארבידש קען מיט הייס וואסער און בליעטש, לאזן איינגעטונקען פאר א האלבע מינוט, כך אמר לי ה'עקסטעמינעיטאר.

מעג מען דאס טאהן עפ"י הלכה?
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פליגל האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:די ווייניגסטע צער איז איינצוטינקען די קעידש אין א גארבידש קען מיט הייס וואסער און בליעטש, לאזן איינגעטונקען פאר א האלבע מינוט, כך אמר לי ה'עקסטעמינעיטאר.

מעג מען דאס טאהן עפ"י הלכה?

ביי מיר האט ער עס געטהון פאר א ראקון וואס איז געווען א משלחת וחוזרת, א דיין האט מיר דאן געגעבן א היתר צו הרג'ענען,

איך האב בלויז געענטפערט אויף זיין שאלה "וועלכע ס'איז די ווייניגסטע צער"

ביי מאוקושלעך ברויך מען עקסטער פרעגן
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

ביי מיר האט עס דער עקסטרעמינעטאר גענומען צו א צווייט מקום, און ס'איז ברוך השם נישט צוריקגעקומען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הענג א בילד פון ר'שייעלע
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

עס איז דא א קריעם וואס מען שמירט אויף די פלאץ ווי זיי קריכן ארויף, איין מאל זיי רירן אן די קריעם ציפט עס זיי געפערליך און זיי קומען מער קיינמאל נישט צוריק.
קאסט בערך 10 דולר, עס איז דא צו קויפן ביי
THE BUG CLINIC
674 N Main Street
Spring Valley, NY 10977
845.356.2837
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

דער שיבער האט געשריבן:עס איז דא א קריעם וואס מען שמירט אויף די פלאץ ווי זיי קריכן ארויף, איין מאל זיי רירן אן די קריעם ציפט עס זיי געפערליך און זיי קומען מער קיינמאל נישט צוריק.
קאסט בערך 10 דולר, עס איז דא צו קויפן ביי
THE BUG CLINIC
674 N Main Street
Spring Valley, NY 10977
845.356.2837



דארף מען אוודאי אבאכט געבן אויב שמירט מען ווי קינדער קענען דערנאך צוקימען למשל ווי בעיבי'ס קריכן ס'קען זיין שעדליך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
so now what
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך so now what »

דער שיבער האט געשריבן:עס איז דא א קריעם וואס מען שמירט אויף די פלאץ ווי זיי קריכן ארויף, איין מאל זיי רירן אן די קריעם ציפט עס זיי געפערליך און זיי קומען מער קיינמאל נישט צוריק.
קאסט בערך 10 דולר, עס איז דא צו קויפן ביי
THE BUG CLINIC
674 N Main Street
Spring Valley, NY 10977
845.356.2837


וואס איז די נאמען פון די קריעם, איך האב געהערט אז וואס מען געט פאר די ראטן קען אויך העלפן פאר דעם.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

כ'ווייס פון איינעם וואס האט אויך געהאט צו הערן פון דעי מאוקאשלעך ביז ער האט איינמאל אויפגעזיכט די לאך און אריינגעגאסן א פלעשל בליטש מיט א פלעשל עמאוניע... ס'איז געקומען א ביסל רויך פאר א פאר שעה און מער האט ער פון זיי נישט געהערט. זיי געווארנט אז קיינער זאל נישט טאטשן אדער אריין אטעמען די שמעק אדער רויך דערפון ווייל ס'קען זיין א גרויסע סכנה
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ארבעטער האט געשריבן:איך האב אפאר קעידשעס אין מיין פארטש צו כאפן סקווירלס,
יעדע מאל איך כאפ א סקווירל טראג איך עס אוועק און איך לאז עס ארויס אין א וואלד.

אנפאנג איז עס נאך געווען פאן, אבער היינט האב איך שוין נישט געדולד דערצו, סוי וויל איך עס הרגענען; וויל איך הערן וואס די עולם זאגט דערצו
    -איז דא א פראבלעם פון צער בעלי חיים?
    -וויאזוי קען מען עס הרגנען מיט די ווייניגסטע צער?
    -איך ווייס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נישט ליגעל צו הרגענען, איז עס ליגעל אין ניו יארק?
    -איז א פראבלעם עס just צו לאזן אויסגיין פון הונגער?

קאל אן די צער בעלי חיים גרופע און זיי וועלן עס קומען אפנעמען יעדע שעה...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פאקטען האט געשריבן:הער אויף לייגן קעידשעס בדוק ומנוסה די פראבלעם וועט אוועק גיין...

סריעס פארוואס זיי נישט לאזן לויפן ווי יעדער טוט זיי מאכן שאדן צו וואס?

די וועווערקעס זענען טאקע זייער קיוט און זיס... אבער ביז זיי קומען צו דיר!!

זיי מאכן לעכער אין די דעכער פון די הייזער פאר זייער נעסטן,
זיי צולעכערן די גארביטש קאנעס, און שיטן אויס די גארביטש אויפן ערד אויב זיי דערשמעקן א כזית מאכל אין איינע פון די גארביטש בעגס..
זיי צורייסן סחורה וואס זיי טרעפן אינדערויסן כדי צו קענען בויען דערפון זייערע נעסטן.
און איבער אלעם קענען זיי גורם זיין בלעקאוטס דורכן קייען ווייערס צו אויסשארפן זייערע ציינער.
אסאך מאל טוען זיי גאר אויפעסן און צולעכערן די ווייסער לייטונג פייפס!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

nmi האט געשריבן:כ'ווייס פון איינעם וואס האט אויך געהאט צו הערן פון דעי מאוקאשלעך ביז ער האט איינמאל אויפגעזיכט די לאך און אריינגעגאסן א פלעשל בליטש מיט א פלעשל עמאוניע... ס'איז געקומען א ביסל רויך פאר א פאר שעה און מער האט ער פון זיי נישט געהערט. זיי געווארנט אז קיינער זאל נישט טאטשן אדער אריין אטעמען די שמעק אדער רויך דערפון ווייל ס'קען זיין א גרויסע סכנה


וויזוי טרעפט מען די לאך? איך לייד אויך געפערליך פון די חברה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אגב אז מ'רעדט שוין פון סקווירילס, איך מוטשעמיך מיט א ענדליכע פראבלעם, טאמער איינער קען מיר העלפן וועט זיין א גרויסע ישועה פאר מיר

איך וואוין אויפן דריטען שטאק און איך דארף ארויפגיין 3 שטאק פון פארטש סטעפס, און די כמובן די סקווירילס און נאך באשעפענישן האבן ליב צו ארומטאנצן ארויף און אראפ די סטעפס, און ס'האט זיך שוין געמאכט עטליכע מאל ווען איך האב ארויפגעוואקט די סטעפס פארחלומטערהייט און פלוצלינג איז מיר אנטקעגן געקומען א קעצי אדער א סקווירעל, און די פחד און עקל איז הימל שרייענד, כ'האב שוין אויך געהאט אז ווען איך בין אנגעקומען אויפן דריטען שטאק שפעט ביינאכט האב איך באגעגענט א ריזיגע רעקאן!! פעךךךךךךךךךך די שוידער און קעל אומדערדרעגליך....

אזויפיל האב איך מיר אויסגעלערט נישט צו לאזן קיין גארבטס בעגס אינדרויסן קיינמאל און ס'ארבעט גאנץ פיין.

מיין שאלה איז צו איינער ווייסט פון א ספרעי וואס קען מאכן אז קיין שום 4 פיסיגע עלעמענט זאל זיך פארגלוסן צו שטיין אין די ד' אמות פון מיין פאלאץ??
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”