אבי אבות הקריזיסן: BABY BOOMER RETIREMENT

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

El Rushbo האט געשריבן:בכלל די עטיטוד פון געוויסע אין די אשכול אז מ'פארלאזט זיך לכתחילה אויף יענעמ'ס געלט (אין דעם פאל אויף קינדער) איז זייער נישט אויסגעהאלטן

קודם כל רעדט מען כלל נישט פון לכתחלה, נישט דאס שטייט אינעם אשכול.
נאכדעם, 80 פראצענט פונעם ציבור מאכט שוין ליידער אזוי חתונה (מיט יענעמ'ס געלט באיזה אופן שהוא)
און נאכדעם, צו רופן עס "אבי אבות הקריזיסן" מיינט אז ס'איז ממש נישטא קיין עצה אפילו מיט יענעמ'ס געלט
והרביעית והוא העיקר, אז ליידער זעט אויס ביי מענטשן אז ווען קינדער טוען פאר א טאטע אדער זיידע אז ס'איז יענעם'ס געלט וכו' דער אמת איז אבער אז מ'קען נישט צוריק צאלן פאר עלעטערן יהי' איך שיהי'.
עס שמעקט דא פון א סעילס פיטש פון פאליסיס וכדו' (מעגליך סאיז נאר א ריח אבער דאס שמעקט דא)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

איינע פין מיינע זיידעס ע'' ה האט מען סוף ימיו געדארפט אויסהאלטן מיר האט עס אויסגעקיקט זייער בדרך כבוד'יג. איך האב קיינמאל נישט געהערט רעדן דערפון אינדערהיים אדער פין מיינע פעטערס צי קאזינס
( פין ווי ווייס איך עס? ווייל ביי די שבעה איז געווען א טעיפ וואס איך האב געלייגט צי ריקארדן אלע מעשיות אין זיי האבן נישט אויסגעלאשן ווען זיי האבן גערעדט וועגן איבעריגע געלט וואס מען האט איינגעצאלט )
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

אין מיין ביהמ״ד שאפט מיין רב קרוב צו 100,000 דאלאר פאר צרכי החג פון עלטערע אידן וועלכע מוטשן זיך אריינצוברענגן דעם יום טוב.

יט, עלטערע בעלי בתים, האבן נישט אנגעפארט גענוג, און איינקויפן לכבוד יו״ט איז שווער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3534
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ווייזער האט געשריבן:אין מיין ביהמ״ד שאפט מיין רב קרוב צו 100,000 דאלאר פאר צרכי החג פון עלטערע אידן וועלכע מוטשן זיך אריינצוברענגן דעם יום טוב.

יט, עלטערע בעלי בתים, האבן נישט אנגעפארט גענוג, און איינקויפן לכבוד יו״ט איז שווער.

איך זע נאכנישט ביי מיר זעלבסט די צרכי החג. אלעס אינאיינעם, די חילוק פון א געווענליכע וואך גראסערי, מצות און פלייש, קומט מיר אויס ביי אונטער טויזנט דאללאר. קען זיין ס'איז פאראן פילע אזעלכע וואס האבן דאס אויך נישט. די גרעסטע הוצאה מיינע איז די חוה"מ טריפס און די בדיקת חמץ חדר/סקול.

אויב קומען געסט אויף יו"ט, דאן זאלן זיי זיך משתתף זיין מיט די הוצאות.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

ר' יום טוב האט געשריבן:

גראסערי, מצות, וויין, פיש, פלייש אויף פסח = 1500 מינימום.

אויב האט עס עמיצער פאר אונטער אן אלף׳ל, באקומט ער עס פון א קמחא דפסחא.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

מצות איז ארום 5-600 טאללער. פיש איז "עקסטער" 150-200 טאללער. פלייש איז "עקסטער" 300 טאללער. וויין/גרעיפ דזשוס איז "עקסטער" 150-200 טאללער (ווייל אגאנץ יאהר נוצט מען אויך וויין, פיש און פלייש, נאר פסח דארף מען מער)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

צו געזונט האט געשריבן:מצות איז ארום 5-600 טאללער. פיש איז "עקסטער" 150-200 טאללער. פלייש איז "עקסטער" 300 טאללער. וויין/גרעיפ דזשוס איז "עקסטער" 150-200 טאללער (ווייל אגאנץ יאהר נוצט מען אויך וויין, פיש און פלייש, נאר פסח דארף מען מער)

וויין אויף א געווענליכן שבת - צוויי כוסות. (פערטל באטל) פונקטליך $5.
פלייש א געווענליכע וואך: $75 (שוין מיט טשולנט).
חלות שב״ק: $10.00

ביטע הערט אויף רעדן שטותים:
פון א געווענליכע וואך ביז פסח איז הימל און ערד.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דערפאר האב איך געשריבען "עקסטער" דאס מיינט אין צוגאב צו די געווענליכע שבת ארדער.
איך שרייב אראפ יעדעס יאהר אלע אויסגאבען, און בכללשרייב איך אראפ פונקטליך וויפיל איך צאל יעדע וואך פאר יעדע זאך.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ווייזער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:אין מיין ביהמ״ד שאפט מיין רב קרוב צו 100,000 דאלאר פאר צרכי החג פון עלטערע אידן וועלכע מוטשן זיך אריינצוברענגן דעם יום טוב.

יט, עלטערע בעלי בתים, האבן נישט אנגעפארט גענוג, און איינקויפן לכבוד יו״ט איז שווער.

איך זע נאכנישט ביי מיר זעלבסט די צרכי החג. אלעס אינאיינעם, די חילוק פון א געווענליכע וואך גראסערי, מצות און פלייש, קומט מיר אויס ביי אונטער טויזנט דאללאר. קען זיין ס'איז פאראן פילע אזעלכע וואס האבן דאס אויך נישט. די גרעסטע הוצאה מיינע איז די חוה"מ טריפס און די בדיקת חמץ חדר/סקול.

אויב קומען געסט אויף יו"ט, דאן זאלן זיי זיך משתתף זיין מיט די הוצאות.

גראסערי, מצות, וויין, פיש, פלייש אויף פסח = 1500 מינימום.

אויב האט עס עמיצער פאר אונטער אן אלף׳ל, באקומט ער עס פון א קמחא דפסחא.

יום טוב רעדט פון די 'דיפרענס' צווישן פסח און א גאנץ יאר, איה''נ די טאטעל קען זיין 1500, אבער נישט עפעס געפערליך מער ווי א גאנץ יאר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אז מען רעדט פון פסח הוצאות, איך האב געמאכט א אשכול מיט א ליסט
viewtopic.php?f=3&t=36539&p=1637712
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

lebediger berel האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:בכלל די עטיטוד פון געוויסע אין די אשכול אז מ'פארלאזט זיך לכתחילה אויף יענעמ'ס געלט (אין דעם פאל אויף קינדער) איז זייער נישט אויסגעהאלטן

קודם כל רעדט מען כלל נישט פון לכתחלה, נישט דאס שטייט אינעם אשכול.
נאכדעם, 80 פראצענט פונעם ציבור מאכט שוין ליידער אזוי חתונה (מיט יענעמ'ס געלט באיזה אופן שהוא)
און נאכדעם, צו רופן עס "אבי אבות הקריזיסן" מיינט אז ס'איז ממש נישטא קיין עצה אפילו מיט יענעמ'ס געלט
והרביעית והוא העיקר, אז ליידער זעט אויס ביי מענטשן אז ווען קינדער טוען פאר א טאטע אדער זיידע אז ס'איז יענעם'ס געלט וכו' דער אמת איז אבער אז מ'קען נישט צוריק צאלן פאר עלעטערן יהי' איך שיהי'.
עס שמעקט דא פון א סעילס פיטש פון פאליסיס וכדו' (מעגליך סאיז נאר א ריח אבער דאס שמעקט דא)

א טאטע דארף אנקוקן די קינדערס געלט ווי 'יענעמ'ס'. משא"כ די קינדער.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

El Rushbo האט געשריבן:

איך בין מודה מיט דיר אויף לכתחלה שבלכתחלה, די שאלה איז ווען מ'האלט שוין דארט, צו מ'דארף עס אנעמען ווי א צרה א פראבלעם, א אומ'יושר, דער ענטפער איז קלאר אז ניין, און למען הקארעקטקייט, איך האב ב"ה לאויט"א א טאטע מאמע שווער שוויגער, און דער שווער זז"ג האט נאך גאר אלטע עלטערן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו מיינסט, קלערסט אז דער עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות גילט נישט אויב דער פינאנצירער איז א קינד?

אוודאי אויב דארף מען ח"ו צוקומען צו איינעם זאל עס זיין א קינד ווי איידער די קמחא דפסחא אקאונט, אבער די 'רואיקייט' וואס מענטשען טראגן אז 'מיין קינד וועט שוין מאכן עפעס' כאילו ס'איז עפעס א אינשורענס פאליסי (איך רעד אפי' ווען די קינדער האבן יא שכל און געלט און טוען צו די זאך) איז נישט אויסגעהאלטן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

El Rushbo האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו מיינסט, קלערסט אז דער עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות גילט נישט אויב דער פינאנצירער איז א קינד?

אוודאי אויב דארף מען ח"ו צוקומען צו איינעם זאל עס זיין א קינד ווי איידער די קמחא דפסחא אקאונט, אבער די 'רואיקייט' וואס מענטשען טראגן אז 'מיין קינד וועט שוין מאכן עפעס' כאילו ס'איז עפעס א אינשורענס פאליסי (איך רעד אפי' ווען די קינדער האבן יא שכל און געלט און טוען צו די זאך) איז נישט אויסגעהאלטן.

עלראשבאוי, איך בין שוין גענוג לאנג דא אויף אייוועלט, (נאך פאר רובאשקין איז אריין אין תפיסה) איר מיינט עפעס, ביטע קום צום פוינט, ווייל קיין שום טאטע וואס איך קען, (אין כ'קען גאנץ אסאך ב"ה) טראכט נישט אזוי לכתחלה, ענדיג דיין סענטענס ביזן סוף.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

איך קען איטליכע וואס ארבייטן שוין לאנג נאכן רעטייערמענט עידזש.. כ׳זאג נישט אז מ׳ברויך ארבייטן ביז ס׳לעצטן טאג - אבער פון דא קוקט אויס אז ס׳נישט קיין מציאות צו ארבייטן אויף דער עלטער...??
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א גוט יאר טייערע אידן,
דער עולם דא קאמענטירט דא זייער זאכליך, און איך צוקומען צו צוויי זאכן

הא', אביסל ארומשמועסן איבער די פונקטן וואס דער עולם האט ארויפגעברענגט

והב', אהערברענגן איינס אדער עטליכע סינעריאוס פון איך האב אדער אליינס 'געזעהן', געהערט אדער געקלערט... וואס וועט ענק געבן א מער לעבעדיגע ריעל-לייף בילד איבער וויאזוי א טיפישער רעטייערמענט לויטן היינטיגן מצב, שפילט זיך אויס אין מציאות, נעמנדיג אין באטראכט אלע פאקטארן ווי: עלטער, סאושל סעקיוריטי, IRA, יא אדער נישט אייגענע דירה, געזונט צושטאנד אאז"וו.
דאס וועט האפנטליך אריבערפירן די דעבאטע פון טעאריע צו פראקטישץ
געדענקט אז אין פאקט איז דער קריזיס דערווייל נאר בכח, וויבאלד די בומערס הייבן ערשט היצט אן צו רעטייערן.

סאו קודם צו די מגיבים החשובים שיח'.

שכח על ראשבא פארן ארויסברענגן די געוואלדיגע נקודה, אז אפיציעל פלאנירן זיך פארלאזן אויף יענעמס געלט איז נישט דער תירוץץ כאטש וואס אוודאי, אויב קומט עס דערצו איז עס די קינדער, אויב האבן זיי די מינדעסטע מענטשהייט אין זיך, געוויס נעמען רעספאסעביליטי. אבער דאס צו מאכן פאר א לכתחילה, חס ושלום,

ווי בי בעק אי"ה
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

Graphic24 האט געשריבן:איך קען איטליכע וואס ארבייטן שוין לאנג נאכן רעטייערמענט עידזש.. כ׳זאג נישט אז מ׳ברויך ארבייטן ביז ס׳לעצטן טאג - אבער פון דא קוקט אויס אז ס׳נישט קיין מציאות צו ארבייטן אויף דער עלטער...??

אדרבה, ווען עס איז דא די מעגליכקייט, די רצון איז עס די געוואונטשענסטע זאך.

דער פראבלעם איז נאר, עס מאכט זיך אפט וואס מען איז נישט בכח, און אויב ארבעט מען פאר יענעם, צומאל וויל ער פרישע כוחות, ועל כולם, ס'פארהאן אידן וואס קוקן ארויס אויף די תקופה אלס די 'ברנה יקצורו' צייט, ווען מען פארנעמט זיך מיט'ן שעפען נחת און מיט זאכן וואס זיי שפירן פאר וויכטיג אויפצוטאן אויף די וועלט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

נאך א נקודה וואס קען אפשר צוגעבן.

די מציאות איז אז היינט איז לכאורה דא א קלענערע פראצענט 'ארבייטער' ווי אמאל.

@בערל.

איך מיין גארנישט ספעציפיש, די היינטיגע 'גרינגקייט' וואס מענטשען האבן צו נעמן יענעמ'ס געלט האט אמאל נישט עקזעסטירט. איך בין קיינעם נישט דן, אבער ס'מאכט דאס נישט אויס טעות.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

El Rushbo האט געשריבן:נאך א נקודה וואס קען אפשר צוגעבן.

די מציאות איז אז היינט איז לכאורה דא א קלענערע פראצענט 'ארבייטער' ווי אמאל.

@בערל.

איך מיין גארנישט ספעציפיש, די היינטיגע 'גרינגקייט' וואס מענטשען האבן צו נעמן יענעמ'ס געלט האט אמאל נישט עקזעסטירט. איך בין קיינעם נישט דן, אבער ס'מאכט דאס נישט אויס טעות.

@עלראשבאו
דו האסט יא גערעדט ספעציפיש פון עלטערן נעמען פון קינדער, און דאס איז א פאקטישע מיסרעפרעזענטירונג פון פאקטן. קיין שום נארמאלע מענטש וואס איך קען אין דעם מצב מאכט דאס נישט פאר א לכתלה.
ס'איז סאך מער ביי קמחא און ביי הכנסת כלה וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שטארק זיך האט געשריבן:א גוט יאר טייערע אידן,
דער עולם דא קאמענטירט דא זייער זאכליך, און איך צוקומען צו צוויי זאכן

הא', אביסל ארומשמועסן איבער די פונקטן וואס דער עולם האט ארויפגעברענגט

והב', אהערברענגן איינס אדער עטליכע סינעריאוס פון איך האב אדער אליינס 'געזעהן', געהערט אדער געקלערט... וואס וועט ענק געבן א מער לעבעדיגע ריעל-לייף בילד איבער וויאזוי א טיפישער רעטייערמענט לויטן היינטיגן מצב, שפילט זיך אויס אין מציאות, נעמנדיג אין באטראכט אלע פאקטארן ווי: עלטער, סאושל סעקיוריטי, IRA, יא אדער נישט אייגענע דירה, געזונט צושטאנד אאז"וו.
דאס וועט האפנטליך אריבערפירן די דעבאטע פון טעאריע צו פראקטישץ
געדענקט אז אין פאקט איז דער קריזיס דערווייל נאר בכח, וויבאלד די בומערס הייבן ערשט היצט אן צו רעטייערן.

סאו קודם צו די מגיבים החשובים שיח'.

שכח על ראשבא פארן ארויסברענגן די געוואלדיגע נקודה, אז אפיציעל פלאנירן זיך פארלאזן אויף יענעמס געלט איז נישט דער תירוץץ כאטש וואס אוודאי, אויב קומט עס דערצו איז עס די קינדער, אויב האבן זיי די מינדעסטע מענטשהייט אין זיך, געוויס נעמען רעספאסעביליטי. אבער דאס צו מאכן פאר א לכתחילה, חס ושלום,

ווי בי בעק אי"ה

סאו פארקויפ "שוין" דעם פראדוקט אדער איידיע וואס דו ווילסט פארקויפן און לאמיר דעבאטירן דעם פראדוקט אויף די מעריט דערפון!!!!!!!!!!!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
האיש
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האיש »

למעשה וויפיל דארף מען האבן ביי די 70? כ'מיין 40 אלפים איז גענוג
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

שטארק זיך איז ב"ה אריין אין די אינשורענס ליין,

מען בעט יעדעם איינעם זאל עם ארויס העלפן אנצוהאלטען די אבי אבות הקריזיסען סומוטאכע, כדי ער זאל קענען אריינברענגען ווי מער פאליסיס, ממילא וועט ער האבן מיט וואס צו ריטייערען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ארבעטער האט געשריבן:שטארק זיך איז ב"ה אריין אין די אינשורענס ליין,

מען בעט יעדעם איינעם זאל עם ארויס העלפן אנצוהאלטען די אבי אבות הקריזיסען סומוטאכע, כדי ער זאל קענען אריינברענגען ווי מער פאליסיס, ממילא וועט ער האבן מיט וואס צו ריטייערען

פאר א ווערטל איז עס זיכער גוט.
יעדער מעג פארקויפן זיין פראדוקט און ארויסברענגען דעם געברויך דערפאר, מען טאר עס נאר נישט ערגער מאכן וואו ס'איז.
עס ליגט מיר אין קאפ און צווישן די פינגער א לאנגע תגובה בנושא זה, כ'מיין אז כ'וועל עס קיינמאל נישט אנקומען אפצוטייפן כמבואר לעיל איך קריזיס שוין אביסל.
איך וועל נאר קודם אפגעבן א קליינע עפיזאד ווס בדידי הוה עובדא, פאר אסאך אסאך יארן צוריק בין איך געווען אינוואלווד אויפצושטעלן א קרן יתומים פאר א משפחה דא אין בארא פארק 53 סט. מתפלל. רוב שותפים לדבר מצוה זענען געווען עלטערע אידן עסקנים מדור הקודם כמעט אלע היינט בעולם העליון ר' ז"ב ז"ל ר' אי"ג פון ווילי וכו'
דעמאלטס איז נאך נישט געווען קיין ערבים נאר לייף אינשורענס, און דער גרעסטער בעל צדקה פון בארא פארק בימים ההם האט אונז אויפגענומען זייער זויער ער האט גע'טענה'ט אז מיטן שטיצן אזעלכע צוועקן מיט גרויסע געלטער בויט מען חוסר אחריות אז מענטשן פארלאזן זיך אויף צדקה, און מ'קויפט נישט לייף אינשורענס וכו' און ער וועט געבן א סכם אבער נישט וואס מ'ערווארטעט. עס איז פארגעקומען א רוחניות'דיגע דעבאטע מיט ר' אי"ג ז"ל און יבלח"ט דעם איד אבער סהטא נישט קיין סאך אויסגעמאכט.
דערנאך האט מען אריבערגעברענגט דעם בוטשער סטאר ביכל פארן עושר און אים געוויזן (כ'מיין סאיז נאכנישט געווען קאמפיוטערייזט) אז יעדע וואך איז געווען א גאנצע דין ודברים מיטן נפטר צו מ'וועט אים יא קענען ארויס געבן פלייש אויף שבת אדער נישט, דער עושר האט זיך פארבינדן מיטן מענידזשער פערזענליך כ'געדענק נישט צו רעטעק איז שוין געווען אדער נאך פאר זיינע צייטן, עכ"פ ער האט געהאט מיט אים א לאנגע שמועס אויפן טעלעפאן מברר צו זיין די אמיתת הדברים, כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דער בוטשער האט פארציילט אבער כ'געדענק אז דער עושר האט זיך געווישט די טרערן ווען ער האט געהערט אז צוזאמען מיט אים האט געדאווענט א איד וואס האט יעדן פרייטאג געדאהג'עט וויאזוי וועט זיין טשיקן פאר שבת.
ער האט למעשה געגעבן צוויי דאללער פאר יעדן דאללער וואס מיר הבן געשאפן.
וואס כ'מיין ארויס צוברענגען אז ווען סאיז נישטא אויף שבת נישטא אויף מינימום קען מען נאך נישט טראכטן פון אויב און פון שפעטער.
הרבה הרבה יותר נשאר בקולמוס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א פחד'יגע מעשה, בערל.

אויפן פארלאנג פון עולם האב איך זיך געוואנדן צו א פיינענשיעל עקספערט וואס ספעציעלזירט זיך אויף דעם געביט, ער דערציילט א מעשה שהיה פון א געוויסן ר' לייבל (נאמן, אומשטענדן געטוישט), ווען דו פרעגסט א פרעמדן זאגט ער אז דער האט זיך נישט פארוואס צו זארגן ביים רעטייערן, אבער ווען ער זעלבסט האט געמאכט זיינע חשבונות איז איהם שווארץ געווארן פאר די אויגן,

איך גיב דא איבער דאס ווארט פאר דעם פיינענשל עדווייזער וואס האט זיך געפארעט מיט קעיס.

און ביטע, איידער איר רעאגירט, לייענט עס גרונטליך.

והנה, און נון:
Leibel is most probably what you would call the most disgruntled person you have ever met. as he walked in to my office it didn't take me long to understand why he is ... nebech, and why his kids believe a phone call occasionally is enough to be yotzei.
financially he was in a real mess being displaced from his job to make room for some young whipper snapper at age 62 left him with no income $700k in a IRA and a house valued at 750 no mortgage and no real plan on how to cover his costs.
although you might assume that his expenses should be pretty low at this point in life paying property taxes at nearly a thousand dollars a month and close to 2 thousand in support for his half estranged kids which he was afraid to lose all the way plus plans to remarry and coming from a 120k income living off his social security which at this point would be approx. 1900 a month is far from enough... the IRA could definitely last for 9-10 years but what are chances to outlive that???
So he BH ended up buying a lifetime annuity which as a single person gave him 3450 a month and he took out a 'reverse mortgage' which as a lump sum qualified for 335k and hopefully by taking the money only when needed it should end u being a whole lot more... and if he can push taking his social security no at each 70 he will receive close to 3500 a month!!!! laibel after figuring out what he can do to fix up his life walked out with such a wide smile and healthy attitude straight back that even his kids would love to meet him now...
I know this situation is unique but so is yours, do you want to know your options?

איבערליינענדיג די אייגנארטיגע פרשה אט זיינע מיינע באבאטונגן:
1. ווי גוט דער מענטש איז געשטאנן פינאנציעל, אבער ביי רעטייערמענט איז געווען צרות.
2. וויפיל די חילוק אין יארגאנג מאכט אויס ביים אנהייבן קלעימן סאושל סעקיוריטי
3. ווי איבערראשנד ווייניג א נישט שלעכטע IRA קלעקט אויף למעשה.
4. וויאזוי די סעלושענס מוזן זיין קאסטומעזירט צום קליענט און סיטואציע

וואס זענען אייערע באאבאכטונגן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שטארק זיך האט געשריבן:א פחד'יגע מעשה, בערל.

אויפן פארלאנג פון עולם האב איך זיך געוואנדן צו א פיינענשיעל עקספערט וואס ספעציעלזירט זיך אויף דעם געביט, ער דערציילט א מעשה שהיה פון א געוויסן ר' לייבל (נאמן, אומשטענדן געטוישט), ווען דו פרעגסט א פרעמדן זאגט ער אז דער האט זיך נישט פארוואס צו זארגן ביים רעטייערן, אבער ווען ער זעלבסט האט געמאכט זיינע חשבונות איז איהם שווארץ געווארן פאר די אויגן,

איך גיב דא איבער דאס ווארט פאר דעם פיינענשל עדווייזער וואס האט זיך געפארעט מיט קעיס.

און ביטע, איידער איר רעאגירט, לייענט עס גרונטליך.

והנה, און נון:
Leibel is most probably what you would call the most disgruntled person you have ever met. as he walked in to my office it didn't take me long to understand why he is ... nebech, and why his kids believe a phone call occasionally is enough to be yotzei.
financially he was in a real mess being displaced from his job to make room for some young whipper snapper at age 62 left him with no income $700k in a IRA and a house valued at 750 no mortgage and no real plan on how to cover his costs.
although you might assume that his expenses should be pretty low at this point in life paying property taxes at nearly a thousand dollars a month and close to 2 thousand in support for his half estranged kids which he was afraid to lose all the way plus plans to remarry and coming from a 120k income living off his social security which at this point would be approx. 1900 a month is far from enough... the IRA could definitely last for 9-10 years but what are chances to outlive that???
So he BH ended up buying a lifetime annuity which as a single person gave him 3450 a month and he took out a 'reverse mortgage' which as a lump sum qualified for 335k and hopefully by taking the money only when needed it should end u being a whole lot more... and if he can push taking his social security no at each 70 he will receive close to 3500 a month!!!! laibel after figuring out what he can do to fix up his life walked out with such a wide smile and healthy attitude straight back that even his kids would love to meet him now...
I know this situation is unique but so is yours, do you want to know your options?

איבערליינענדיג די אייגנארטיגע פרשה אט זיינע מיינע באבאטונגן:
1. ווי גוט דער מענטש איז געשטאנן פינאנציעל, אבער ביי רעטייערמענט איז געווען צרות.
2. וויפיל די חילוק אין יארגאנג מאכט אויס ביים אנהייבן קלעימן סאושל סעקיוריטי
3. ווי איבערראשנד ווייניג א נישט שלעכטע IRA קלעקט אויף למעשה.
4. וויאזוי די סעלושענס מוזן זיין קאסטומעזירט צום קליענט און סיטואציע

וואס זענען אייערע באאבאכטונגן?

אויב דו ביזט א פיינענשל אדווייזער, און דאסאיז דיין פרנסה מה טוב ומה נעים, מאך נאר נישט נאך דעם עין הרע אדווערטייזמענט אז יעדער גייט שטארבן מיט א מ... מ.... ח"ו אויבמ'רופט אים נישט שוין און מ'גיט אים די קרעדיט קארט.
סייוויזוי וואונטש איך דיר זאלסט עומד בנסיון זיין און קענען אינגאנצן פארקוקן דיין אינטערעסע און אינזין האבן בלב שלם וגמור בלי שום נגיעה דיינע קליענטן.
ובזה אסיים ואומר שים שלום טובה וברכה און זאלן אלע אידן מאכן אסאך געלט און זיך נישט לאזן פארפירן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”