שטארק זיך האט געשריבן:אזוי ווי עטליכע ווילן פארוואס דער קעפל לויטעט 'אבי אבות הקריזיסן'.
די תירוץ
ווייל עס דראעט צו באטרעפן רוב רובם פונעם ציבור ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין.
און, ווי עס זעהט זיך פונעם עולם'ס רעאקציע, איז דא א גרויסער חלק עולם וואס באגרייפט עס נישט, דאס מיינט אז מען וועט זיך חלילה פלוצים טרעפן דערמיט אומצוגעגרייט, בעת וואס מען אין גאר אסאך פעלער זיך אן עצה געבן ווען מען טוט עס באצייטענס.
טא, לאמיר זעהן, וועם באטרעפט דער קריזיס
שרייבט איינער: די וואס האבן חתונה געמאכט און געלעבט אויף קרעדיט קארדס וכדו'
WRONG
דער קריזיס פאסירט 'אפילו' ביי די רענספאנסיבל זשענערעישן, וואס האבן געלעבט 'נאר' פון זייער אינקאם, אפילו זיי האבן אוועקגעלייגט א מעלאנע אינעם IRA,
'אפילו' זיי האבן אן אויסגעצאלט די דירה... און יעצט ריטייערן זיי, האבן זיי נישט אויף צו לעבן פאר מער ווי בערך פופצן יאר.
און דאס איז בעסט קעיס סינעריאו. וויפיל האבן דען א גאנצע מיליאן אינעם IRA?
וויפיל האבן אויסגעצאלט די דירה?
אנשטאט איך זאל אריינקומען מיט הייפאטעטיק נומערן, און דאן דעפענדן מיינע נומערן, אדרבה, ר' בערל, איר זאגט דער קריזיס איז ביי א מיעוטא, נא, קומט אריין מיט א סענעריאו ווי עס איז נישט קיין קריזיס!
איינער נעמט די טשאלאנדזש?
די גרעסטע צרה איז אז ביי מיר האט זיך שוין די קריזיס אנגעהויבן, איך האב נישט קיין געדולד כמעט צו טייפן, נאר א שורה אדער צוויי, און זאכן וואס פארלאנגען אביסל א לענגערע הסבר לאז איך אפ און די ראצערס וואס וואלטן (כמעט) געקענט זיין מיינע אייניקלעך הייבן אן צו זינגען זעסט, זיידי וועפט שוין. (דזשאסט קידינג)
דער פשוט'ער ענטפער צו דעם איז, אונזער ציבור איז שוין דורך דעס, מען ווייסט וויאזוי עס צו הענדלען בדרך כלל, און זייער א גרויסע חלק קען מען נישט אויסרופן אויפן שופר, כמובן להלולל"מ וכו' וכו', נאכאמאל צו ס'איז נישט בעסער מ'זאל האבן אוועק געלייגט א אינשורענס סעיווינגס פון פינף מיליאן דאללער, אודאי, צו ס'גייט נישט זיין ביי אפאר פראצענט מענטשן עק וועלט, אודאי יא.
אבער ביי אכציג פראצענט פונעם ציבור וועט עס זיין בדרך הטבע א "מענעדזשעבל פראבלעם" וואס מ'וועט דארפן סאלוון
אבער דאס איז נאר לגבי חלק פון געלט.
איך בין מודה אז דער חלק הכבוד פון דארפן צוקומען צו די קינדער און איינעיקלעך וכדומה וכדומה וועט זיין טעריבל ביי א גרויסן גרויסן חלק און הלואי זאל מען עס קענען פארמיידן.