אבי אבות הקריזיסן: BABY BOOMER RETIREMENT

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

אבי אבות הקריזיסן: BABY BOOMER RETIREMENT

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אפריל 09, 2019 8:08 pm

עס איז הימל און ערד און:
National Retirement Planning Week
וכאן הבן שואל:וואס איז דאס נוגע פאר אונז?
הבן שואל, עס איז נוגע פאר דיר און מיר, אויב אייערע עלטערן דערנענטערן זיך צו רעטייערמענט עידזש.

יא דיין טאטע פארט נאך ב"ה קיין פארטי-סעווען מיטן באס, ער גייט טאקע אריין טעגליך אריין אין די ארבעט, אבער עס איז אן אפענער סוד, אז דאס וועט נישט אנהאלטן פאר זייער לאנג...

דערווייל ווי-נישט-ווי, סטראגלט מען עס אויס, צווישן דיין מעשר, און זיינע וועידזשעס, קמחא דפסחא וכדו'. גייט עס נאך מיט. אבער וואס וועט זיין 'יענע' טאג

יענע טאג וואס די קופערנע יארן מאכן פלאץ פאר די א.ג. גאלדענע יארן, ווען ער גייט מער נישט אין דער ארבעט אריין. צי ער האט עס אליין פארלאזט, צי ער האט געכאפט דעם רמז. אדער ער וויל זיך פשוט צוריקזעצן אין בית המדרש לערנען די תורה הקדושה, איך שיהי'.

מהיכן ירק זה חי, ווי קריגט מען ירקות צום לעבן...

וועט איר דאך פרעגן, מען האט דאך די אלע יארן איינגעצאלט אינעם IRA?

גוט אז דו פרעגסט, אלזא נעם ביטע א קאלקולעיטער (בד"וו עס זענען דאס אנליין גענוג און נאך רעטייערמענט פלענינג קאלקולעיטער טולס, גוגעלט עס), און אויב ביסטו קוראזשפול גענוג צו טראכטן פון ריעליטי, רעכן ווי פאלגענד:


טאטי ווי אלט איז: פינעף און זעכציג, זיבעציג, פינעף און זיבעציג.

אקעי וויפיל האט ער אינעם IRA? לאמיר זאגן א מיליאן טאלער? דאס איז שוין אין גוטען פאל, רוב עולם האט דאס אויך נישט.

וויפיל יאר קען מען לעבן פאר דעם געלט?

טעקסעס (נישט די גרעניץ שטעטל) וויפיל רייסט אוועק?

און אויב חלילה מען ברויך אן עיד, וועט מעדיקעיט צאלן דערפאר?


און יעצט די אומבע'טעמ'טע שאלה וואס מען טראכט און מען פארכט זיך איר ארויסצוזאגן:

און ווען טאטי וועט אי"ה זוכה לאריכות ימים,
וואס איז דעמאלטס?
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום מיטוואך אפריל 10, 2019 12:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג אפריל 09, 2019 8:19 pm

זיי מוחל שרייב איבער דיין תגובה מיט אביסל רעספעקט.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג אפריל 09, 2019 8:23 pm

לדעתי א איד מיט א געבענטשטע משפחה מיט קינדער איז נישט אזוי געפערליך ווי ביי להבדיל די גוים, צווישן 10 קינדער איז לכאורה דא א מינימום געהאלט פאר 1 קאפל פלאס די ריטייערטמענט פאנד פין די גאווערמענט. כנלע'' ד

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג אפריל 09, 2019 8:24 pm

בר דעת האט געשריבן:זיי מוחל שרייב איבער דיין תגובה מיט אביסל רעספעקט.

:?:
Please explain

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג אפריל 09, 2019 8:35 pm

זיי מוחל און ליין איבער די תגובה מיט די אויגן גלעזער פון א זעכציג יעריגע איד, אדער מיט אביסל שכל ווי א בן ארבעים.

אויב זעהסטו נישט וואס איז ראנג זעמיר אויף גרויסע צרות

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:47 pm

זיי נישט ברוגז. איך האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט דא זאגן, ארויסברענגען אדער פרעגן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:53 pm

שטארק זיך האט געשריבן:עס איז הימל און ערד און:
National Retirement Planning Week
וכאן הבן שואל: הו קעירס?
הבן שואל: צדיק'ל, יא, דיך מיינעך, פאר דיר איז עס נוגע.

יא דיין טאטע שלעפט זיך נאך קיין פארטי-סעווען מיטן באס... ווארום ער מידעך האבן פון וואו אהיימצוקומען... איך און דו ווייסן גאנץ גוט, אז דאס וועט נישט אנהאלטן פאר זייער לאנג, דור הולכ'ט און דור בא'ט...

דערווייל ווי-נישט-ווי, סטראגלט מען עס אויס, צווישן דיין מעשר, און זיינע וועידזשעס, קמחא דפסחא וכדו'. גייט עס נאך מיט. אבער וואס וועט זיין 'יענע' טאג

יענע טאג וואס די קופערנע יארן מאכן פלאץ פאר די א.ג. גאלדענע יארן, ווען גייט מער נישט אין דער ארבעט אריין. צי ווייל עס איז געווען כופין אותו עד שיאמר יוצא אני. צי ער איז שוין אפגעמוטשעט פון זיין אבסעליט (אומוויכטיג) אין די ארבעטס קראפט, אדער ער וויל זיך צוריקזעצן אין בית המדרש לערנען די תורה הקדושה, איך שיהי'.

מהיכן ירק זה חי, ווי קריגט מען ירקות צום לעבן...

וואס הייסט כ'האב דאך אלע יארן איינגעצאלט אינעם IRA?

שטייסט אפשר נעבן א קאלקיולעיטער, ביסטו קוראזשפול גענוג צו טראכטן פון ריעליטי? נעם עס ארויס... און רעכן ווי פאלגענד:


טאטי ווי אלט איז: פינעף און זעכציג, זיבעציג, פינעף און זיבעציג.

אקעי וויפיל האט ער אינעם IRA? א שלימה'לע א מיליאן טאלער? דאס איז שוין אין גוטען פאל, רוב עולם האט דאס אויך נישט.

ווי אלט איז טאטי 'בארעכטיגט' צו לעבן פאר דעם געלט?

טעקסעס (נישט די גרעניץ שטעטל) וויפיל רייסט אוועק?

און אויב חלילה מען ברויך אן עיד, וועט מעדיקעיט צאלן דערפאר?


און יעצט וואס איר טראכט און זאגט חלילה נישט ארויס:

און אויב טאטי איז זוכה לאריכות ימים,
וואס איז דעמאלטס?



איר רעדט צום דבר,
נו, זייט ממשיך ביטע,

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:25 pm

בר דעת האט געשריבן:זיי מוחל און ליין איבער די תגובה מיט די אויגן גלעזער פון א זעכציג יעריגע איד, אדער מיט אביסל שכל ווי א בן ארבעים.

אויב זעהסטו נישט וואס איז ראנג זעמיר אויף גרויסע צרות


יאפס פעיסן ריעליטי, איז ביטער שווער, נאך שווערער איז, נישט צו פעיסן
ער רירט דאך אן א גאר וויכטיגע נושא, די בעסטע וואס ער קען טוען איז צו רעדן צו יעדן און צו קיינעם,

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:35 pm

יוד אלף האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:זיי מוחל און ליין איבער די תגובה מיט די אויגן גלעזער פון א זעכציג יעריגע איד, אדער מיט אביסל שכל ווי א בן ארבעים.

אויב זעהסטו נישט וואס איז ראנג זעמיר אויף גרויסע צרות


יאפס פעיסן ריעליטי, איז ביטער שווער, נאך שווערער איז, נישט צו פעיסן
ער רירט דאך אן א גאר וויכטיגע נושא, די בעסטע וואס ער קען טוען איז צו רעדן צו יעדן און צו קיינעם,

דאס איז די פראבלעם אז ער "רירט" עס נאר אן. אבער די עולם האט נישט קיין אנונג וואס ער וויל מיט דעי תגובה ארויסברענגען?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:39 pm

א שווערע נושא, גאנץ לעצטנס האב איך געטון דערין נאכן אריינפאלן אין געוויסע עסקנות, ס'איז א שווערע עסק.

מ'מוז עפעס אויפקומען באצייטנס.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:50 pm

גרויסע קריזיס.
הערליך געשריבן און געשילדערט. אבער צום סוף פון דיין באשרייבונג ביסטו געווארן אביסל אויסגעמוטשעט און געשריבן צו בקיצור.
דו דארפסט ארויסברענגען און אויסרעכנען אלע מעגליכקייטן וויאזוי עס קען זיך אויסשפילן און די אפציעס וואס זענען דא. אויך די מעגליכע תיקונים וואס מ'דארף און קען טוהן
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פינחס
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:52 pm

מיט די היינטגע לייף סטייל קרדיט קארד חתונה מאכן איז נישט עכט שייך צו טין
די פראבלעם פאנגט זיך נישט אן דארט... עס ענדיגט זיך דארט

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך אפריל 10, 2019 8:48 am

פארוואס רופט ער עס אן אבי אבות הגם ס'איז גרויסער פראבלעם
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מיטוואך אפריל 10, 2019 9:23 am

nmi האט געשריבן:
אבער די עולם האט נישט קיין אנונג וואס ער וויל מיט דעי תגובה ארויסברענגען?


Awareness, obviously

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:13 am

נישט לאנג האב איך געשריבן דא דערוועגן די צווייטע זייט מטבע.

פאר איינער וואס פארדינט "נארמאל" אגאנץ לעבן, ער לעבט אויסגערעכנט און מיט א פלאן, ער האט אן אויסגעצאלטע דירה צו די זייט, ברויך דאס עכט נישט צו זיין א "קריזיס".

אויב קריזיס, הויבט זיך עס אן פיל פריער. יעצט הויבן אן חתונה מאכן די וועלכע האבן שוין געקויפט זייער דירה פאר די היינטיגע באבל פרייזן, זיך אנגעבארגט א הון תועפות, געלאקט פאר א 30 יעריגע מארגעדזש פון א דריי פערטל געהאלט, און זיי האבן נישט קיין פלאן פאר א פרוטה לפורטה אפילו ביים ערשטן קינד'ס חתונה. מען דארף פאר געוויסע צאמשטעלן פאר די בר מצוה.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:12 pm

בר דעת האט געשריבן:זיי מוחל שרייב איבער דיין תגובה מיט אביסל רעספעקט.

איר זענט הודערט פראצענט גערעכט, לחרפתי האב איך עס געשריבן היבש פרעך. און מען רעדט דא פון אונזערע אייגענע עלטערן וואס האבן אין רוב פעלער געטוהן כל מה שביכלתם צו ליהנות מיגיע כפיהם. די נושא דארף באהאנדעלט ווערן רעספעקטפול אין סענסיטיוו.

וועל איך עס קעראגירן (אויב מען קען 'פארריכטן די תגובה') און אויסבעסערן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כ'האב אפילו נישט געליינט די אשכול

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:19 pm

אבער סתם בליקענדיג גאר אויבנאויף וויל איך זאגן אזוי
עס גייט זיין א שטארקע פינאנציעלע קריזיס ביי גאר א פיצעלע פראצענט פונעם ציבור.
אבער
סעאיז שוין און סגייט ווערן סאך ערגער ביי ניינציג פראצענט אלץ א פיזישער און עמאציאנעלער קריזיס - וואס צו טון מיטן טאג, און צו האלטן דעם קאפ און כבוד מיט די דיגניטי איז צען מאל א גרעסערע פראבלעם.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:32 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:נישט לאנג האב איך געשריבן דא דערוועגן די צווייטע זייט מטבע.

פאר איינער וואס פארדינט "נארמאל" אגאנץ לעבן, ער לעבט אויסגערעכנט און מיט א פלאן, ער האט אן אויסגעצאלטע דירה צו די זייט, ברויך דאס עכט נישט צו זיין א "קריזיס".

אויב קריזיס, הויבט זיך עס אן פיל פריער. יעצט הויבן אן חתונה מאכן די וועלכע האבן שוין געקויפט זייער דירה פאר די היינטיגע באבל פרייזן, זיך אנגעבארגט א הון תועפות, געלאקט פאר א 30 יעריגע מארגעדזש פון א דריי פערטל געהאלט, און זיי האבן נישט קיין פלאן פאר א פרוטה לפורטה אפילו ביים ערשטן קינד'ס חתונה. מען דארף פאר געוויסע צאמשטעלן פאר די בר מצוה.

פאראאכטן. ואתכם הסליחה
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:34 pm

lebediger berel האט געשריבן:אבער סתם בליקענדיג גאר אויבנאויף וויל איך זאגן אזוי
עס גייט זיין א שטארקע פינאנציעלע קריזיס ביי גאר א פיצעלע פראצענט פונעם ציבור.
אבער
סעאיז שוין און סגייט ווערן סאך ערגער ביי ניינציג פראצענט אלץ א פיזישער און עמאציאנעלער קריזיס - וואס צו טון מיטן טאג, און צו האלטן דעם קאפ און כבוד מיט די דיגניטי איז צען מאל א גרעסערע פראבלעם.

זיידי בערל ס'שוין דא היינט אהבת קדומים פראבלעם סאלווד

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:39 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אבער סתם בליקענדיג גאר אויבנאויף וויל איך זאגן אזוי
עס גייט זיין א שטארקע פינאנציעלע קריזיס ביי גאר א פיצעלע פראצענט פונעם ציבור.
אבער
סעאיז שוין און סגייט ווערן סאך ערגער ביי ניינציג פראצענט אלץ א פיזישער און עמאציאנעלער קריזיס - וואס צו טון מיטן טאג, און צו האלטן דעם קאפ און כבוד מיט די דיגניטי איז צען מאל א גרעסערע פראבלעם.

זיידי בערל ס'שוין דא היינט אהבת קדומים פראבלעם סאלווד

אוי הלואי, הלואי, 2 פראצענט געסאלווט, 98 פראצענט געבליבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:46 pm

בבל האט געשריבן:לדעתי א איד מיט א געבענטשטע משפחה מיט קינדער איז נישט אזוי געפערליך ווי ביי להבדיל די גוים, צווישן 10 קינדער איז לכאורה דא א מינימום געהאלט פאר 1 קאפל פלאס די ריטייערטמענט פאנד פין די גאווערמענט. כנלע'' ד

אין פאל וואס די קינדער זענען פארמעגליך ביסטו מסתם גערעכט, עכ"פ וואס עס איז נוגע די הארטע נומערן.

דער פראבלעם איז נאר אז ביי א גרויסן חלק ציבור, קענען די קינדער זעלבסט, וועמענס לעבן עקספענסעס זענען אין די דאזיגע ביים העכסטן שטאפל, זיי סיי צאלן שכר לימוד און מאכן חתונה ועוד ועוד, קענען שווערליך עפארדן אהערצושטעלן א סטאבילע תמיכה בדרך כבוד פאר די עלטערן.

והשנית, וואלטן זיך פילע עלטערן ליבערשט לעבן אין עניות ווי צו זיין סמוך על שולחן בניהם, דוק ותשכח
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום מיטוואך אפריל 10, 2019 12:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11231
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:48 pm

אבי אבות הקריזיסין איז עס זיכער נישט

--
בערל האקט
די עמאציאנעלער קריזיס איז נאר אנהייב דאס מיינט מען קען נישט שלום מאכן מיטן מצב אז מען איז געווארן אלט
אבער איינמאל מען פעיסט פעקט און מען איז פולי אין אז עס איז נישט קיין בושה צו זיצן אין זקנים איז עס גאלדענע יארן

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:55 pm

שטארק זיך האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:לדעתי א איד מיט א געבענטשטע משפחה מיט קינדער איז נישט אזוי געפערליך ווי ביי להבדיל די גוים, צווישן 10 קינדער איז לכאורה דא א מינימום געהאלט פאר 1 קאפל פלאס די ריטייערטמענט פאנד פין די גאווערמענט. כנלע'' ד

אין פאל וואס די קינדער זענען פארמעגליך ביסטו מסתם גערעכט, עכ"פ וואס עס איז נוגע די הארטע נומערן.

דער פראבלעם איז נאר אז ביי א גרויסן חלק ציבור, קענען די קינדער זעלבסט, וועמענס לעבן עקספענסעס זענען אין די דאזיגע ביים העכסטן שטאפל, זיי סיי צאלן שכר לימוד און מאכן חתונה ועוד ועוד, קענען שווערליך עפארדן אהערצושטעלן א סטאבילע תמיכה בדרך כבוד פאר די עלטערן.

והשנית, וואלטן זיך פילע עלטערן ליבערשט לעבן אין עניות ווי צו זיין סמוך על שולחן בניהם, דוק ותשכח

הה"ד לעיל עמאציאנעל און כבוד קריזיס "וואס איז עכט"
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:56 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אבער סתם בליקענדיג גאר אויבנאויף וויל איך זאגן אזוי
עס גייט זיין א שטארקע פינאנציעלע קריזיס ביי גאר א פיצעלע פראצענט פונעם ציבור.
אבער
סעאיז שוין און סגייט ווערן סאך ערגער ביי ניינציג פראצענט אלץ א פיזישער און עמאציאנעלער קריזיס - וואס צו טון מיטן טאג, און צו האלטן דעם קאפ און כבוד מיט די דיגניטי איז צען מאל א גרעסערע פראבלעם.

זיידי בערל ס'שוין דא היינט אהבת קדומים פראבלעם סאלווד

אוי הלואי, הלואי, 2 פראצענט געסאלווט, 98 פראצענט געבליבן

זאלן זיי זיך נישט שעמען זיך איינצישרייבן אהין

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 10, 2019 1:44 pm

אזוי ווי עטליכע ווילן פארוואס דער קעפל לויטעט 'אבי אבות הקריזיסן'.
די תירוץ
ווייל עס דראעט צו באטרעפן רוב רובם פונעם ציבור ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין.
און, ווי עס זעהט זיך פונעם עולם'ס רעאקציע, איז דא א גרויסער חלק עולם וואס באגרייפט עס נישט, דאס מיינט אז מען וועט זיך חלילה פלוצים טרעפן דערמיט אומצוגעגרייט, בעת וואס מען אין גאר אסאך פעלער זיך אן עצה געבן ווען מען טוט עס באצייטענס.

טא, לאמיר זעהן, וועם באטרעפט דער קריזיס
שרייבט איינער: די וואס האבן חתונה געמאכט און געלעבט אויף קרעדיט קארדס וכדו'
WRONG

דער קריזיס פאסירט 'אפילו' ביי די רענספאנסיבל זשענערעישן, וואס האבן געלעבט 'נאר' פון זייער אינקאם, אפילו זיי האבן אוועקגעלייגט א מעלאנע אינעם IRA,
'אפילו' זיי האבן אן אויסגעצאלט די דירה... און יעצט ריטייערן זיי, האבן זיי נישט אויף צו לעבן פאר מער ווי בערך פופצן יאר.

און דאס איז בעסט קעיס סינעריאו. וויפיל האבן דען א גאנצע מיליאן אינעם IRA?
וויפיל האבן אויסגעצאלט די דירה?

אנשטאט איך זאל אריינקומען מיט הייפאטעטיק נומערן, און דאן דעפענדן מיינע נומערן, אדרבה, ר' בערל, איר זאגט דער קריזיס איז ביי א מיעוטא, נא, קומט אריין מיט א סענעריאו ווי עס איז נישט קיין קריזיס!

איינער נעמט די טשאלאנדזש?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט