איז אייער נאנטע געווען אין א קינדערטראנספארט? קומט דא אריין!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

איז אייער נאנטע געווען אין א קינדערטראנספארט? קומט דא אריין!

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:46 am

אפצוצייכענען אכציג יאר זינט די קינדערטראנספארטען וואס האבן ארויסגעראטעוועט טויזענטע קינדער פון די נאצישע נעגל, ווערט יעצט פארטיילט דורך די Claims Conference א איינמאליגע "פארגיטיגונג" פון 2500 € פאר באטייליגטע פון די טראנספארטן וואס זענען געווען דעמאלט קינדער און האבן זיך נעבעך געמוזט שיידן פון זייערע עלטערן אויף שטענדיג נישט וויסענדיג וואס וועט זיין די גורל איינער פונעם אנדערן.

צו באקומען דאס געלד מוז מען אריינשיקן אן אפליקעישען, עס מוז ווערן אריינגעגעבען דורך דעם מענטש זעלבסט. עס זענען דא נאך אפאר תנאים ווי איר קענט ליינען פאלגענד ציטירט פון זייער סייט.

מיר מוזן געדענקן אז גארנישט אויף אונזער וועלט קען פארגיטיגען און צוריקבאצאלען די צער און מיטמאכענישן פון די יודען, זייערע עלטערן און משפחות עד היום הזה. טראץ דעם איז א שאד אויף יודיש געלד און אויב קען איינער באקומען דעם דאזיגען סכום זאל ער עס וואויל באקומען און מצוה לפרסם.

דא האט איר א קורצע באשרייבונג פון זייער סייט און דערנאך א לינק און די אפליקעישען פארם.

בשורות טובות!

Kindertransport.JPG
Kindertransport.JPG (100.12 KiB) געזעהן 887 מאל


זייער סייט

די אפליקעישען
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:56 am

יישר כח!

פון וועלכע אידישע שטעט האט מען שוין אין די יארן אוועקגענומען קינדער?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:59 am

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח!

פון וועלכע אידישע שטעט האט מען שוין אין די יארן אוועקגענומען קינדער?



פון וויען צום ביישפיל...
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:18 am

פארוואס קומט זיך עס נישט פאר די יורשים?
מיין זיידע ע"ה איז געווארן אוועקגעריסן פון זיין מאמע אלס קינד, און איר מער קיינמאל נישט געזען.
געטראגן מיט זיך דעם צער אלע יארן, וואס האט פארשטייט זיך משפיע געווען אויך אויף די קינדער...
יא, ער איז נפטר געווארן פאר יאנואר 1 2019
איז וואס???

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:10 am

לכאורה האבן זיי נישט צופיל €2500 אוועקגעלייגט....
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:17 am

נחוניא האט געשריבן:פארוואס קומט זיך עס נישט פאר די יורשים?
מיין זיידע ע"ה איז געווארן אוועקגעריסן פון זיין מאמע אלס קינד, און איר מער קיינמאל נישט געזען.
געטראגן מיט זיך דעם צער אלע יארן, וואס האט פארשטייט זיך משפיע געווען אויך אויף די קינדער...
יא, ער איז נפטר געווארן פאר יאנואר 1 2019
איז וואס???

אויף וועם פרעגסט די קושיות?
The specific eligibility criteria were determined by the German government.
http://www.claimscon.org/2018/12/kindertransport/


אוועטאר
ברכי נפשי
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

תגובהדורך ברכי נפשי » מיטוואך אפריל 03, 2019 12:28 pm

די קינדער טראנספארטן זענען מערסטנס געקומען פון עסטרייך און טשעכאסלאוואקיע ניין?
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 03, 2019 12:51 pm

ברכי נפשי האט געשריבן:די קינדער טראנספארטן זענען מערסטנס געקומען פון עסטרייך און טשעכאסלאוואקיע ניין?

זעה https://www.jewishvirtuallibrary.org/th ... rtransport
The Kindertransport was the movement of German, Polish, Czechoslovakian and Austrian Jewish children to England before the outbreak of World War II.


דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:35 pm

נער'נים, זאלן זיי עס מאכן 10 יאר ארום קענען זיי טיילן דאפעלט..


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Avrumy, באגלייבט, די נייגעריגער, דריידל, פייערקרעקערס, שנלר און 22 געסט