וויאזוי זיך צו באשיצען פון אגרעסיווע פאנדרעיזערס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 17, 2019 10:37 am

קיסריה האט געשריבן:ווייל ער קאלט פון אנדערע נאמבערס

אומגלויבליך!!

דיין זון איז צו איידל. אנשטאט זאגן איך בין נישט עוועילעבל זאל ער זאגן קריך אראפ פון מיר
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג מארטש 17, 2019 10:46 am

הענדימען האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ווייל ער קאלט פון אנדערע נאמבערס

אומגלויבליך!!

דיין זון איז צו איידל. אנשטאט זאגן איך בין נישט עוועילעבל זאל ער זאגן קריך אראפ פון מיר

- ער קען דאס נישט זאגן!
דארף איך אים העלפן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מארטש 17, 2019 11:02 am

מחנך ב2018 האט געשריבן:איך וועל מיטטיילן עטליכע סיטואציעס וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי מיינס א קרוב זייענדיג ביי יענעם איידערהיים.

איינער דערציילט מיר אן ענליכע מעשה. ער איז א פשוטער בעל פרנסה, ער האט א ביזנעס וואס איז צייטנווייז מצליח, און ער האט זיך איינמאל ביישטייערט מיט א סכום הגון פאר א געוויסן צוועק פון א מוסד אין ארץ ישראל פאר וועם זיינס א גרויסע קאסטומער האט געמאכט א מסיבה פרטית.
זינט דאן האט ער א געווענליכן טאג אריבער צוואנציג! באזוכער משולחים באלאגערן זיין טיהר. יעדן פארנאכטס שטעלן זיך אפ אנגעפילטע קארס, אויף אזוי ווייט אז פאר די שכנים ארום גייט עס שוין אויף די געהירן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 17, 2019 11:06 am

קיסריה האט געשריבן:ער קען דאס נישט זאגן!

ער גייט זיך מוזן אויסלערנען

דער אייבישטער זאל העלפן, די רבי געלט זאל נישט זיין צו טייער

איך האב באצאלט זייער אסאך

קיסריה האט געשריבן:דארף איך אים העלפן.

ניוואדע אזוי

נישט נאר אלס טאטע. אפילו אלס פשוט'ער איד וואס זעהט װי א צווייטער איד גייט אריינפאלן

ראטעווען א איד פון שאדן איז א חלק פון השב תשיבם און לא תוכל להתעלם און צומאל אויך לא תעמוד על דם רעך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » זונטאג מארטש 17, 2019 12:09 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
מחנך ב2018 האט געשריבן:איך וועל מיטטיילן עטליכע סיטואציעס וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי מיינס א קרוב זייענדיג ביי יענעם איידערהיים.

איינער דערציילט מיר אן ענליכע מעשה. ער איז א פשוטער בעל פרנסה, ער האט א ביזנעס וואס איז צייטנווייז מצליח, און ער האט זיך איינמאל ביישטייערט מיט א סכום הגון פאר א געוויסן צוועק פון א מוסד אין ארץ ישראל פאר וועם זיינס א גרויסע קאסטומער האט געמאכט א מסיבה פרטית.
זינט דאן האט ער א געווענליכן טאג אריבער צוואנציג! באזוכער משולחים באלאגערן זיין טיהר. יעדן פארנאכטס שטעלן זיך אפ אנגעפילטע קארס, אויף אזוי ווייט אז פאר די שכנים ארום גייט עס שוין אויף די געהירן.

אוי אוי. די משלוחים דרייווערס זענען געפערליך. ממש לאזן נישט במנוחה. אלעס ווייל מ'האט ביי מיסטעיק אמאל רחמנות געהאט אויף איינעם אין אים געגעבן אן עקסטערן הונדערטער.

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » זונטאג מארטש 17, 2019 4:03 pm

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » זונטאג מארטש 17, 2019 5:07 pm

איך פלעג אמאל האבן זייער א שלעכטע בליק אויף משולחים אין געלט גייערס.
ביז כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן אין זייער מצב, אין ס'האט מער ממש אנגעהויבן רייסן ביים הארץ, וואסערע שרעקליכע גילגולים די מענטשן גייען דורך.

זענען אוועק פון דערהיים פאר וואכן אין חדשים, וואלגערען זיך אין די היצן אין די פרעסטן לויפן פון איין ביהמ"ד צום צווייטן פאר די פאר גראשן, אין די נעכט לויפן זיי ארום ביי די טירן
רוב עפענען ניטאמאל. עסן נישט נערמאל, כאפט דא א סענדוויטש, דארט א שטיקל קעיק פון א לחיים.

אין ס"ה נאך דעם גאנצן ראולער קאוסטער וויפל מאכט ער שוין, קוים וואס ער טראגט עפעס אהיים. בקיצור קיינער פון אונז קען זיך אפי' נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט, ווייל מען איז עס קיינמאל נישט דורך אויף די אייגענע בארד ב"ה.

במילא.. אמאל ווען מען טרעפט נעבעך א אנגעווייטאגטע משולח וואס פירט זיך אויף אביסל ווילד, זאל מען אריינטראכטן פון וואס עס קומט, נישט פון שלעכטיקייט. נאר פון ווייטאג..
ער האט א משפחה וואס ווארטן ער זאל אהיימברענגען אפאר דאללער, מען זאל קענען קויפן ברויט אין מילך, פשוטו כמשמעו, פאר ווער ס'ווייסט.
אין זיי זענען ס"ה מענטשן אזוי ווי אונז, אין ס'קומט א פוינט וואס מען דערהייבט נישט די פרעשור, קען עס אויסגיין אביסל אויפן נותן, פשוט פון צובראכנקייט אין פארלוירענקייט.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג מארטש 17, 2019 5:31 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:איך פלעג אמאל האבן זייער א שלעכטע בליק אויף משולחים אין געלט גייערס.
ביז כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן אין זייער מצב, אין ס'האט מער ממש אנגעהויבן רייסן ביים הארץ, וואסערע שרעקליכע גילגולים די מענטשן גייען דורך.

זענען אוועק פון דערהיים פאר וואכן אין חדשים, וואלגערען זיך אין די היצן אין די פרעסטן לויפן פון איין ביהמ"ד צום צווייטן פאר די פאר גראשן, אין די נעכט לויפן זיי ארום ביי די טירן
רוב עפענען ניטאמאל. עסן נישט נערמאל, כאפט דא א סענדוויטש, דארט א שטיקל קעיק פון א לחיים.

אין ס"ה נאך דעם גאנצן ראולער קאוסטער וויפל מאכט ער שוין, קוים וואס ער טראגט עפעס אהיים. בקיצור קיינער פון אונז קען זיך אפי' נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט, ווייל מען איז עס קיינמאל נישט דורך אויף די אייגענע בארד ב"ה.

במילא.. אמאל ווען מען טרעפט נעבעך א אנגעווייטאגטע משולח וואס פירט זיך אויף אביסל ווילד, זאל מען אריינטראכטן פון וואס עס קומט, נישט פון שלעכטיקייט. נאר פון ווייטאג..
ער האט א משפחה וואס ווארטן ער זאל אהיימברענגען אפאר דאללער, מען זאל קענען קויפן ברויט אין מילך, פשוטו כמשמעו, פאר ווער ס'ווייסט.
אין זיי זענען ס"ה מענטשן אזוי ווי אונז, אין ס'קומט א פוינט וואס מען דערהייבט נישט די פרעשור, קען עס אויסגיין אביסל אויפן נותן, פשוט פון צובראכנקייט אין פארלוירענקייט.

זייער שטארקע דיבורים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מארטש 17, 2019 5:34 pm

גראדע דא און קרית יואל באקומט יעדער משולח א קארטל צו קויפן עסן מעדני מלך א פול קורס מיעל נאך בעסער ווי איך האב אינדערהיים

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מארטש 17, 2019 5:46 pm

הענדימען האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:וען א פרעמדער פארשוין וואס איך ווייס נישט ווער דאס איז, קלאפט אין מיין טיר אז ער גייט נאך געלט, און ביים עפענען פארלאנגט ער גלייך אריינצוקומען, נישט ווייל ער וויל א טרונק אדער גיין אין ביה"כ, און אויך נישט ווייל ס'איז קאלט אדער הייס... דאן זאג איך אז מיר קענען רעדן אינדרויסן.

מיט דעם בינעך מסכים מיר דיר $100 און על זה נאמר
הענדימען האט געשריבן:וען איך שמעק עפעס נישט גלאטיג וועל איך געווענליך בלייבן שטיין ביים טיר

אמאהל אין דערהיים האט מען געהאט קלענער דירות. מען האט אבער געוויסט וואס מיינט הכנסות אורחים.
מען האט געהאלפן פארפלאגטע אידן. אפילו אויב זיי האבן אביסל געשמעקט.

און יא! כבדיהו וחשדיהו! אוואדאי, בפרט היינט אין א מעשיגענע וועלט.

אבער טייערע אידן! הכנסות אורחים איז א מצוה. און א מצוה קומט נישט אייביג אהן גרינג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » זונטאג מארטש 17, 2019 5:51 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:איך פלעג אמאל האבן זייער א שלעכטע בליק אויף משולחים אין געלט גייערס.
ביז כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן אין זייער מצב, אין ס'האט מער ממש אנגעהויבן רייסן ביים הארץ, וואסערע שרעקליכע גילגולים די מענטשן גייען דורך.

זענען אוועק פון דערהיים פאר וואכן אין חדשים, וואלגערען זיך אין די היצן אין די פרעסטן לויפן פון איין ביהמ"ד צום צווייטן פאר די פאר גראשן, אין די נעכט לויפן זיי ארום ביי די טירן
רוב עפענען ניטאמאל. עסן נישט נערמאל, כאפט דא א סענדוויטש, דארט א שטיקל קעיק פון א לחיים.

אין ס"ה נאך דעם גאנצן ראולער קאוסטער וויפל מאכט ער שוין, קוים וואס ער טראגט עפעס אהיים. בקיצור קיינער פון אונז קען זיך אפי' נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט, ווייל מען איז עס קיינמאל נישט דורך אויף די אייגענע בארד ב"ה.

במילא.. אמאל ווען מען טרעפט נעבעך א אנגעווייטאגטע משולח וואס פירט זיך אויף אביסל ווילד, זאל מען אריינטראכטן פון וואס עס קומט, נישט פון שלעכטיקייט. נאר פון ווייטאג..
ער האט א משפחה וואס ווארטן ער זאל אהיימברענגען אפאר דאללער, מען זאל קענען קויפן ברויט אין מילך, פשוטו כמשמעו, פאר ווער ס'ווייסט.
אין זיי זענען ס"ה מענטשן אזוי ווי אונז, אין ס'קומט א פוינט וואס מען דערהייבט נישט די פרעשור, קען עס אויסגיין אביסל אויפן נותן, פשוט פון צובראכנקייט אין פארלוירענקייט.

That's very true. However, what most people here are complaining is about 2 different types of colectors. 1) The "professional" fundraisers, they are usually very well taken care of and well groomed and can become pretty aggressive. 2) The meshiluchim "drivers" .They put you on their list for no reason and bombar you daily with loads of meshiluchim who are under the impression that you're a real rich guy so they're not happy with any normal donation

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג מארטש 17, 2019 6:15 pm

משולחים און פאנדרעיזערס זענען 2 באזונדערע ענינים אונגאנצען

א משולח איז א יוד וואס גייט נאך געלט פאר זיך פאר סיי וועלעכע סיבה הכנסת כלה צרכי רפואה וכו. אזא יוד נישט קיין חילוק וויאזוי ער פירט זיך אויף דארף מען אים דן זיין לכף זכות און ארויסהעלפן מיט וואס סשייך

א פאנדרעיזער איז געווענדליך איינער מיט א געשליפן צינג וואס איז באצאלט פון א מוסד וואס פון די איז אויך דא 2 מיני איינער וואס ווייסט פון א גבול און ליידער זענען דא וואס ווייסען נישט (פונקט ווי לייף אינשורענס)
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג מארטש 17, 2019 10:57 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:האלט אן עקסטער צדקה קאסע (באנק קאנטע, קרעדיט קארט וכו׳) וואס צדקה גיבט מען נאר פון דארט, בפשטות וואלט דאס געווען ווי מ׳לייגט אוועק די מעשר,

טייל פון דארט בהשכל ודעת און וויפיהל ס׳דא איז דא...

מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!

וכן אנו נוהגין, זינט מיר האבן געזען דעם באוואוסטן משל פונעם דובנער מגיד, עס גיבט זיך סאך גרינגער און מ'געבט וויפיל מ'קען.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:51 am

שמואל בארג האט געשריבן:

חברים טייערע אויף מעשר/צדקה איז די איינציגסטע זאך וואס אינזער טאטע אין הימל זאגט אינז קלאר ער וועט דיר נישט שילדיג בלייבן נאכמער אינזער טאטע איז גרייט אויף א פראבע "פראבירט מיר אויס וועט איר זעהן אז די ברכה וועט אריינקומען"
אלץ א שטיקל עסקן קען איך אייך זאגן די גוטע הערצער וואס כלל ישראל פארמאגט די געבן אייביג אין פאר יעדעם פאר אלע ארגענעזעשאנס.
די וואס נישט ליידער קיינמאל פאר קיינעם!
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:45 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:האלט אן עקסטער צדקה קאסע (באנק קאנטע, קרעדיט קארט וכו׳) וואס צדקה גיבט מען נאר פון דארט, בפשטות וואלט דאס געווען ווי מ׳לייגט אוועק די מעשר,

טייל פון דארט בהשכל ודעת און וויפיהל ס׳דא איז דא...

מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!

וכן אנו נוהגין, זינט מיר האבן געזען דעם באוואוסטן משל פונעם דובנער מגיד, עס גיבט זיך סאך גרינגער און מ'געבט וויפיל מ'קען.

חברים טייערע אויף מעשר/צדקה איז די איינציגסטע זאך וואס אינזער טאטע אין הימל זאגט אינז קלאר ער וועט דיר נישט שילדיג בלייבן נאכמער אינזער טאטע איז גרייט אויף א פראבע "פראבירט מיר אויס וועט איר זעהן אז די ברכה וועט אריינקומען"
אלץ א שטיקל עסקן קען איך אייך זאגן די גוטע הערצער וואס כלל ישראל פארמאגט די געבן אייביג אין פאר יעדעם פאר אלע ארגענעזעשאנס.
די וואס נישט ליידער קיינמאל פאר קיינעם!

הָבִיאוּ אֶת כָּל הַמַּעֲשֵׂר אֶל בֵּית הָאוֹצָר וִיהִי טֶרֶף בְּבֵיתִי, וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת אָמַר ה' צְבָאוֹת אִם לֹא אֶפְתַּח לָכֶם אֵת אֲרֻבּוֹת הַשָּׁמַיִם וַהֲרִיקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דָי' (מלאכי ג, י)

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:14 pm

ס'איז דא 2 באזונדערע זאכן.

א. עניים
ב. ארגונים

פאר עניים איז מען מחוייב צו געבן פאר יעדעם איינעם, עי' רמ"א הל' צדקה. מ'טאר קיינעם נישט אוועקשיקן ליידיג, נישט קיין רוסקי און נישט קיין איזראעלי משולח. פאר ארגונים איז נישטא קיין שום חיוב, נאר א מצוה.

ליידער מישט מען ארום די יוצרות. פאר אלע ארגס.קאם לויפן די קארטליך חודש'ליך ווייל זיי געבן א זמירות ביים דינער און א רעסיט. ווידער דעם אביון און משולח לאזט מען שטארבן פאר הונגער ווייל ער עביוזט...

אידן האט שכל. מ'דארף האבן א זכיה צו קענען געבן פאר עניים הגונים, נישט פאר שיינע בענדס און זאפטיגע דרשנים.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:23 pm

איך מאך א הקדמה
רוב משולחים געלט גייערס זענען ערליכע וואוילע אידן אין מדארף זיי אויפנעמען מיט מיטגעפיל,
און איך פרוביר אזוי צוטון ווען מעגליך

מיין יודענע האט מיר דערציילט בערך מיט א יאר צירוק אז א חברטע האט איר פארציילט אז:
א משולח האט געקלאפט אויפן טיר אין א מוצאי שבת פונקט ווען די משפחה האט געהאלטן ביים ארויסגיין
דער איד בעט זיך ער וויל אריינקומען,
זאגט מען אים, נישט יעצט, איך האלט יעצט ביים ארויסגיין פון שטוב,
הייבט ער אן מוטשענען ער וויל אריינקומען פאר א מינוט צוויי
נישט האבענדיג קיין ברירה האט מען אים אריינגעלאזט,

(די הויז האט אויסגעקוקט ווי א הויז פון א קינדער געבענטשטע משפחה אין א ווינטערדיגע מוצאי שבת פיל מיט טויס אויף דער ערד)
אזוי ווי ער איז אריינגעקומען,האט ער ער ארויגעטרעטן אויף א טוי וואס איז געליגן אויך די ערד און .......
אראפגעפאלן גערופן הצלה אריין אין שפיטאל
To make the long story short
ער האט געסאוט
און דער אינגערמאן האט זיך געפלאגט מיט לויערס צו פרובירן פייטן די לאו סאוט
די צוויי מינוט רחמנות אויף אן אכזר האט אים אפגעקאסט שווערע געלט און עגמת נפש

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:45 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:האלט אן עקסטער צדקה קאסע (באנק קאנטע, קרעדיט קארט וכו׳) וואס צדקה גיבט מען נאר פון דארט, בפשטות וואלט דאס געווען ווי מ׳לייגט אוועק די מעשר,

טייל פון דארט בהשכל ודעת און וויפיהל ס׳דא איז דא...

מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!

וכן אנו נוהגין, זינט מיר האבן געזען דעם באוואוסטן משל פונעם דובנער מגיד, עס גיבט זיך סאך גרינגער און מ'געבט וויפיל מ'קען.

חברים טייערע אויף מעשר/צדקה איז די איינציגסטע זאך וואס אינזער טאטע אין הימל זאגט אינז קלאר ער וועט דיר נישט שילדיג בלייבן נאכמער אינזער טאטע איז גרייט אויף א פראבע "פראבירט מיר אויס וועט איר זעהן אז די ברכה וועט אריינקומען"
אלץ א שטיקל עסקן קען איך אייך זאגן די גוטע הערצער וואס כלל ישראל פארמאגט די געבן אייביג אין פאר יעדעם פאר אלע ארגענעזעשאנס.
די וואס נישט ליידער קיינמאל פאר קיינעם!

העלא ר' עסקן, הייבסט שוין ווייטער אן מיט דיינע מעשיות? די גוטע הערצער ווי די ריפסט זיי זענען אסאך מאל שילדיג אין גראסערי און שכר לימוד. וואס איז די חכמה ארויסצורייסן געלט פון אזעלכע אידן?

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:51 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך מאך א הקדמה
רוב משולחים געלט גייערס זענען ערליכע וואוילע אידן אין מדארף זיי אויפנעמען מיט מיטגעפיל,
און איך פרוביר אזוי צוטון ווען מעגליך

מיין יודענע האט מיר דערציילט בערך מיט א יאר צירוק אז א חברטע האט איר פארציילט אז:
א משולח האט געקלאפט אויפן טיר אין א מוצאי שבת פונקט ווען די משפחה האט געהאלטן ביים ארויסגיין
דער איד בעט זיך ער וויל אריינקומען,
זאגט מען אים, נישט יעצט, איך האלט יעצט ביים ארויסגיין פון שטוב,
הייבט ער אן מוטשענען ער וויל אריינקומען פאר א מינוט צוויי
נישט האבענדיג קיין ברירה האט מען אים אריינגעלאזט,

(די הויז האט אויסגעקוקט ווי א הויז פון א קינדער געבענטשטע משפחה אין א ווינטערדיגע מוצאי שבת פיל מיט טויס אויף דער ערד)
אזוי ווי ער איז אריינגעקומען,האט ער ער ארויגעטרעטן אויף א טוי וואס איז געליגן אויך די ערד און .......
אראפגעפאלן גערופן הצלה אריין אין שפיטאל
To make the long story short
ער האט געסאוט
און דער אינגערמאן האט זיך געפלאגט מיט לויערס צו פרובירן פייטן די לאו סאוט
די צוויי מינוט רחמנות אויף אן אכזר האט אים אפגעקאסט שווערע געלט און עגמת נפש

היינו טעמא דגעלט גייערס והיינו טעמא דהיטשעס (אויסגעשמיעסט אין א באזינדערע אשכול ערגעצן).

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 18, 2019 3:08 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך מאך א הקדמה
רוב משולחים געלט גייערס זענען ערליכע וואוילע אידן אין מדארף זיי אויפנעמען מיט מיטגעפיל,
און איך פרוביר אזוי צוטון ווען מעגליך

מיין יודענע האט מיר דערציילט בערך מיט א יאר צירוק אז א חברטע האט איר פארציילט אז:
א משולח האט געקלאפט אויפן טיר אין א מוצאי שבת פונקט ווען די משפחה האט געהאלטן ביים ארויסגיין
דער איד בעט זיך ער וויל אריינקומען,
זאגט מען אים, נישט יעצט, איך האלט יעצט ביים ארויסגיין פון שטוב,
הייבט ער אן מוטשענען ער וויל אריינקומען פאר א מינוט צוויי
נישט האבענדיג קיין ברירה האט מען אים אריינגעלאזט,

(די הויז האט אויסגעקוקט ווי א הויז פון א קינדער געבענטשטע משפחה אין א ווינטערדיגע מוצאי שבת פיל מיט טויס אויף דער ערד)
אזוי ווי ער איז אריינגעקומען,האט ער ער ארויגעטרעטן אויף א טוי וואס איז געליגן אויך די ערד און .......
אראפגעפאלן גערופן הצלה אריין אין שפיטאל
To make the long story short
ער האט געסאוט
און דער אינגערמאן האט זיך געפלאגט מיט לויערס צו פרובירן פייטן די לאו סאוט
די צוויי מינוט רחמנות אויף אן אכזר האט אים אפגעקאסט שווערע געלט און עגמת נפש

א שיינע מעשה, און קען זיין אמת אויך. ממילא? זאל מען מער קיינמאהל נישט אריינלאזן א איד אין שטוב?
איך האב מצבים ווען איך קען נישט געבען. דאן, ווען א איד וויל אריינקומען, זאג איך שיין אין קלאהר. איהר קענט אריינקומען, און באקומען א ווארימע טיי אויך. אבער איצט אויפן מינוט קען איך קיין געלט נישט געבען. און ווען איך קען געבען נאר א צענער, געב איך דאס. און עס איז דא צייטן ווען איך קען געבן נאר א סינגעל געב איך דאס.

וואס איך פראביהר צו זאגן איז אז אריינרופן אן אורח און משולח איז א אידישע מנהג. אין דייטשלאנד האט מען געגעבן פאר א משולח פון א ספעציעלע קאסע. אבער אין גאליציע, קארפאטן רוס, וכו', האט מען איהם געלזאט ארומגיין. איין אידענע האט איהם געגעבן א האלבע קארטאפל, און א צווייטע האט איהם ציגענייט אפאר צירוסענע קנעפ. מען האט מכבד געוועהן משולחים ווי אויך צרכי אידן.

און קלאהר! מען דארף זיך באהיטן פון די וואס נוצן אויס ווייכע הערצער. אבער ווייכע הערצער דארף מען האבן! וע"ז אמרו חז"ל: כבדהו וחשדהו. אבער כבדהו דארף זיין!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג מארטש 18, 2019 3:11 pm

דריידל האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:האלט אן עקסטער צדקה קאסע (באנק קאנטע, קרעדיט קארט וכו׳) וואס צדקה גיבט מען נאר פון דארט, בפשטות וואלט דאס געווען ווי מ׳לייגט אוועק די מעשר,

טייל פון דארט בהשכל ודעת און וויפיהל ס׳דא איז דא...

מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!

וכן אנו נוהגין, זינט מיר האבן געזען דעם באוואוסטן משל פונעם דובנער מגיד, עס גיבט זיך סאך גרינגער און מ'געבט וויפיל מ'קען.

חברים טייערע אויף מעשר/צדקה איז די איינציגסטע זאך וואס אינזער טאטע אין הימל זאגט אינז קלאר ער וועט דיר נישט שילדיג בלייבן נאכמער אינזער טאטע איז גרייט אויף א פראבע "פראבירט מיר אויס וועט איר זעהן אז די ברכה וועט אריינקומען"
אלץ א שטיקל עסקן קען איך אייך זאגן די גוטע הערצער וואס כלל ישראל פארמאגט די געבן אייביג אין פאר יעדעם פאר אלע ארגענעזעשאנס.
די וואס נישט ליידער קיינמאל פאר קיינעם!

העלא ר' עסקן, הייבסט שוין ווייטער אן מיט דיינע מעשיות? די גוטע הערצער ווי די ריפסט זיי זענען אסאך מאל שילדיג אין גראסערי און שכר לימוד. וואס איז די חכמה ארויסצורייסן געלט פון אזעלכע אידן?

איך ווייס נישט וואס טיט זיך אין גראסערי, אבער די מציאות איז אז די אידן געבן מיט א גוט הארץ פאר אלע....
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 18, 2019 3:54 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!

וכן אנו נוהגין, זינט מיר האבן געזען דעם באוואוסטן משל פונעם דובנער מגיד, עס גיבט זיך סאך גרינגער און מ'געבט וויפיל מ'קען.

חברים טייערע אויף מעשר/צדקה איז די איינציגסטע זאך וואס אינזער טאטע אין הימל זאגט אינז קלאר ער וועט דיר נישט שילדיג בלייבן נאכמער אינזער טאטע איז גרייט אויף א פראבע "פראבירט מיר אויס וועט איר זעהן אז די ברכה וועט אריינקומען"
אלץ א שטיקל עסקן קען איך אייך זאגן די גוטע הערצער וואס כלל ישראל פארמאגט די געבן אייביג אין פאר יעדעם פאר אלע ארגענעזעשאנס.
די וואס נישט ליידער קיינמאל פאר קיינעם!

העלא ר' עסקן, הייבסט שוין ווייטער אן מיט דיינע מעשיות? די גוטע הערצער ווי די ריפסט זיי זענען אסאך מאל שילדיג אין גראסערי און שכר לימוד. וואס איז די חכמה ארויסצורייסן געלט פון אזעלכע אידן?

איך ווייס נישט וואס טיט זיך אין גראסערי, אבער די מציאות איז אז די אידן געבן מיט א גוט הארץ פאר אלע....

פארוואס נישט? קרן עזר וועט שוין ארויסבעילן.

ווי זאגט מיר א גראסערי מאן? ער זעהט מענטשן וואס האבן א גרויסע בעלענס אבער זיי פארגעסן נישט אריינציווארפן א פינעווער פאר עזר למזון ווען מ'מאכט די ארדער. א צווייטער זאגט מיר אז אן עסקן האט אים געבעטן געלט פאר א עפעס א טיי אווענט. ווען ער האט געזאגט אז ער האט נישט צו דעקן זיינע אייגענע קאסטן זאגט דער עסקן, נישט קיין פראבלעם קודם גיב און מ'וועט מאכן א טיי אווענט פאר דיר אויך.

ס'זיכער דא אזעלכע וואס האבן און גיבן טאקע אייביג אבער איינער וואס איז א פאנדרעיזער דארף האלטן פאר די אויגן אז ס'איז מעגליך אז דער וועם מ'בעהט פאר געלט האט טאקע נישט, אפילו טאמער שטעלט ער אן א פנים פון א נגיד.

פארוואס דער וואס גייט נאך געלט דארף מען גלייבן אז ער האט נישט און ווען א יונגערמאן זאגט פאר'ן פאנדרעיזער אז ער האט נישט דרייט מען אים א קאפ מיט העדטשעקס און חודש'ליכע פעימענטס?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מארטש 18, 2019 3:56 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז דא 2 באזונדערע זאכן.

א. עניים
ב. ארגונים

פאר עניים איז מען מחוייב צו געבן פאר יעדעם איינעם, עי' רמ"א הל' צדקה. מ'טאר קיינעם נישט אוועקשיקן ליידיג, נישט קיין רוסקי און נישט קיין איזראעלי משולח. פאר ארגונים איז נישטא קיין שום חיוב, נאר א מצוה.

ליידער מישט מען ארום די יוצרות. פאר אלע ארגס.קאם לויפן די קארטליך חודש'ליך ווייל זיי געבן א זמירות ביים דינער און א רעסיט. ווידער דעם אביון און משולח לאזט מען שטארבן פאר הונגער ווייל ער עביוזט...

אידן האט שכל. מ'דארף האבן א זכיה צו קענען געבן פאר עניים הגונים, נישט פאר שיינע בענדס און זאפטיגע דרשנים.

שטארק גענוגעלט!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג מארטש 18, 2019 4:09 pm

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:צו אלעמען ערשט איז וויכטיג צו מאכן ביי זיך געוויסע פאליסי'ס בנוגע צדקה. עס מיינט נישט אז מען זאל געבן ווייניגער צדקה - עס איז מיטן ציהל אז עס זאל נישט פארגיין דעם אפעטיט פון גיבן.

ביי מיר איז עס ווי פאלגענד:

1 - אין מיין הויז קומט נישט קיינער אריין. עס איז פריוואט. מיר קענען רעדן אינדרויסן ביים טיר בסדר.

2 - עס איז נישטא אזא זאך ווי מיין קרעדיט קארד לויפט ערגעץ. אז די ווילסט נעקסטע חודש א פרישע נתינה, שטעל דיך פריש אין די ליין.

3 - אז איך האלט נישט ביים גיבן פאר סיי וועלכע סיבה, זאג איך גלייך אז איך קען נישט יעצט געבן. און פארטיג. מאכט נישט אויס צו דער בעטער איז א שיינער איד. (דאס איז זייער שווער, אבער מיר האבן זיך אויסגעלערנט עס דורכצוברעכן)

4 - מיר האבן אויך באשלאסן אין ליכט פון די לעצטע עביוסיוו טאקטיקן, אז מיר גיבן נישט קיין שום טעלעמארקעטינג אדער אנליין דאנעישאן.

5 - משפחה איז ערשט פאליסי. מיר קוקן קודם אויב עמיצער אין די משפחה דארף פינאנציעלע הילף, איידערן גיבן פאר עפעס א אלוועלטליכע אויסשטאטישע ארגענאזעישאן.

6 - סיי וועלכע גרעסערע סכום, איז מיטן צושטימונג פון די בני בית.

מיר האבן שוין געהאט מער ווי איין ארגענאזאציע וואס אירע פאנדרעיזער פלעגן מיר אמאל שטארק מוטשען אבער אן ערפאלג. מיט די צייט האבן זיי מיר אפגעלאזט זעענדיג אז ס'איז א שאד די ארבייט. אבער א שיינעם טאג האב איך אראפגעסווייפט ביי די ארגענאזעישאן עטליכע מיאות פון אייגענעם ווילן.

עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.

גם אני נוהג!
איך האב נישט געוויסט אז מיינע פאליסיס זענען פאבליק

וואס די חידוש דיין רבי האט נישט געלערנט און חדר פון סדום?

קענסט די ווארט ענדערש א פארשאלטענע הונדערטער ווי איידער א געבענטשטע דאלאר?
געב ענדערש א שיינע נתינה וואס אגב קען ער מיט דעם קויפן א באטל וואסער ווי איידער א דאלאר צוויי מיט א גלעזל וואסער
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 18, 2019 4:16 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:

קענסט די ווארט ענדערש א פארשאלטענע הונדערטער ווי איידער א געבענטשטע דאלאר?
געב ענדערש א שיינע נתינה וואס אגב קען ער מיט דעם קויפן א באטל וואסער ווי איידער א דאלאר צוויי מיט א גלעזל וואסער

מ'רעדט דאך ווען איינער גיבט וויפול ער קען, זאל ער אויך אריינווארפן א גוט ווארט און א גלעזל וואסער

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go און 7 געסט