גוטע אפיס בענקל

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
mmn
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

גוטע אפיס בענקל

תגובהדורך mmn » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:05 pm

א גוטן טייערע יודן, ביטע העלפטס ארויס א איד וואס זיצט 8 9 שעה א טאג איינגעשפארט אין אפיס און ליידט פון געפערליך ריקן ווייטאג. וואס איז א גוטע בענקל צו קויפן

אוועטאר
mmn
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:00 pm

NOBODY???? :-( :shock: :cry: :?: :?: :?: :?: :?:

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:50 pm

Ergonomic Mesh Office Chair, Komene Swivel Desk Chairs High Back Computer Task Chairs with Adjustable Backrest, Headrest, Armrest and Seat Height for Conference Room (Black with Sponge Cushion)
https://amzn.to/2TDxHfB

REDUCING THE RISK OF BACK PAIN
Traditional chairs tend to leave you feeling uncomfortable, which puts a lot of pressure and stress on your back. This ergonomic office chair's technical design will help to support the natural curve of your spine and designed with enough height to support the whole of your back. Adjustable back angle control (increments of 90 / 100 / and 110 degrees) allow you to move back 90 degrees allowing you to stretch and move comfortably.

נישט אייביג איז די בענקל די פראבלעם עס קען אויך זיין ווי אזוי מען קוקט אין די סקרין
Ecco שיך פאר גאר ביליגע פרייזען
https://amzn.to/2O1Ct07

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

משק ביתי
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:26 pm

כאפ דא אבליק גוטע טיפס אויף זיצן און אפיס בכלל וויאזוי עס אפעקטירט
https://www.mayoclinic.org/healthy-life ... t-20046169
https://www.ergonomics.com.au/how-to-sit-at-a-computer/

דאס איז א בענקל פאר בלויז 99 וואס די סעלער זאגט אז סדארף זיין גאר גוט פארן רוקן
https://amzn.to/2HCKY0P
BestMassage Ergonomic High-Back Massage Chair, PU Leather Reclining Home Office Chair Computer Desk Task Executive Chair with Lumbar Support Swivel Rolling Chair for Women, Men




דא איז א ליסטע פון בענקלעך וואס זענען און די קאטעגאריע "גוט פארן רוקן"
(פארשטייט זיך נישט אלעס וואס די סעלער שרייבט איז אמת מדארף קוקן און די רעוויוס)
https://amzn.to/2O2n8wx

דאס זענען עדדזאסטבל טישן וואס קען ציניץ קומען צי מאכן א פינקליכע פיט געאייגנט איש לפי ריקונ"ו
https://amzn.to/2T0dJ9D


ווי זאגט משה? לאזט מיר וויסן וויאזוי סאיז געווען....

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:06 pm

בס"ד
איך וואונטש א רפואה שלימה, וויאזוי שלאפט איר, אולי איז כדאי צו נעמען סליפינג פילס, ביי מיר העלפט עס און אז איך בין אויסגערוט זענען די יסורים גרינגער צו פארנעמען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:45 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
איך וואונטש א רפואה שלימה, וויאזוי שלאפט איר, אולי איז כדאי צו נעמען סליפינג פילס, ביי מיר העלפט עס און אז איך בין אויסגערוט זענען די יסורים גרינגער צו פארנעמען,

Is it healthy to take every night sleeping pills?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:59 pm

Jobless האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
איך וואונטש א רפואה שלימה, וויאזוי שלאפט איר, אולי איז כדאי צו נעמען סליפינג פילס, ביי מיר העלפט עס און אז איך בין אויסגערוט זענען די יסורים גרינגער צו פארנעמען,

Is it healthy to take every night sleeping pills?

No

אוועטאר
mmn
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:04 am

איך שלאף ב"ה בעסער ווי איך דארף! אויב די קינדער לאזן
עס קען אויך זיין וויאזוי די קאמפיוטער אי אויסגעשטעלט אבער היות איך ברויך סייוי א בענקל וויל איך עס קודם פרובירן
און א גרויסע שכוח פארן ענטפערן. האט איינער עפעס פערזענליכע ערפארונג?

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:57 am

mmn האט געשריבן:איך שלאף ב"ה בעסער ווי איך דארף! אויב די קינדער לאזן
עס קען אויך זיין וויאזוי די קאמפיוטער אי אויסגעשטעלט אבער היות איך ברויך סייוי א בענקל וויל איך עס קודם פרובירן
און א גרויסע שכוח פארן ענטפערן. האט איינער עפעס פערזענליכע ערפארונג?


איך בין בעצם אינעם זעלבען פעקל ווי דיר. לעצטענס איז בעסער ווייל 1) כ׳האב געטוישט בענקלעך, 2) איך האב מיך אויסגעלערענט פארשידענע סטרעטשינג עקסערסייזעס וואס העלפט צוריק עפענען די פארזעצטע קערפער, 3) איך נעם ברעיקס פון מיין בענקעל אפאר מאל א טאג בעיקר איין גרויסע לאנטש ברעיק.

לאמיר צונעמען די דריי זאכן.

1) געטוישט בענקלעך. איך בין געגאנגען צו א געשעפט ווי מען קען זיך אראפזעצן און אויספרובירן דעם בענקל. ס׳דא זייער אסאך סארט בענקלעך, יעדע איינס אנדערש פונעם צווייטען. איך וואלט דיר אבסעלוטלי נישט געראטן צו קויפן א בענקעל אונליין וויבאלד עס איז אוממעגליך צו זען אפי׳ פון די בעסטע בילד וויאזוי עס פילט במציאות. פערזענליך, און דאס האב איך געזען ביי מיר, וואלט איך דיר געזאגט אז דו וואלסט לכאורה ליב געהאט א טייט פאסטשור סארט אפיס בענקעל ד.ה. א שטייפע אפיס בענקעל. איך זאג עס ווייל מענטשן וואס ווערן אומרואיג און Fidgety אין א אפיס טשער געווענליך וועלן זיי פילן Released ווען זיי זעצן זיך ארויף א הארטע באנק. יעצט איך גיי דיר נישט זאגן צו קויפן א הארטע באנק אין דיין אפיס נאר ענדערש א באקוועמע בענקעל וואס פארמאגט א שטייפע פאסטשור. קליינע דעטאלן שפילן א ריזיגע ראלע אין דעם דעריבער גיי אליינס אראפ אין א געשעפט און עס לוינט זיך די איבריגע פאר טאלער וואס עס קאסט א גוטע בענקעל.

2) טרעטשינג עקסערסייז. די גוף פון א מענטש איז נישט אויסגעשטעלט צו זיצן א גאנצען טאג, דא עקא אז די קאמפיוטער-אפיס ארבייט-קולטור האט פאראורזאכט א מענטשן-ווערן ראבאטן רעאליטעט, און רוב גוטע דזשאבס היינט דארף דער קערפער זיצן ל״ע פארכמורעט און פארטראפעצט בשעת ווען די נאטורליכע געזונטע נוטיגע הארמאנען וואס ווערן פרודעצירט דורך קערפערליכע באוועגונג ווערט אונטערדרוקט ווי אין מאדורע׳ס רעזשים. וואס געשעט איז, די אונטערדריקטע הארמאנען רופן צוזאם א מאסן פראטעסט און זיי שטויסן און שטופן און פרובירן זיך אויסצורייסן פון דעם קליינטשיג פארשטיקטע תפיסה אין וואס זיי זענען. דיין רוקן ווייטאג איז דער רעדל וואס פלאקערט ביים פראטעסט! די גוטע נייעס איז אז מען קען מאכן ספעציעלע עקסערסייז וואו מען סטרעטשט אויס די פארשטאפטע אנגעשטויסענע הארמאנען, אזוי אז זיי האבן מער פלאץ צו אטעמען און זיי קענען ווייטער אנגיין מיטן באשעפערס באפעל צו קעיר נעמען פון דיין קערפער.

3) נעמען ברעיקס. אלס טייל פון די מענטשן-ווערן ראבאטן עפאכע האט אנגעהויבו ווערן א נארמאלע זאך אז מען קויפט לאנטש (סדא נעבעך אזאנע וואס עסן אינגאנצען נישט קיין לאנטש אינמיטן טאג, ווייל זיי זענען אזויגערופענע ווארקאהאליקס… יענץ געלעכער. ווען עפעס גייט נישט וואו זיי ווילן וועט די גאנצע שטאט הערן פון זיי איבער זייער ביטערע שיקזאל אז זיי. האבן גארנישט געגעסן היינט..) און מען עסט עס נישט מער און נישט ווייניגער ביים קאמפיוטער, דארט ווי מען זיצט א גאנצען טאג! פארוואס? רבוש״ע דו זיצט נישט גענוג ביים סקרין פארוואס קענסטו נישט קעיר נעמען פון דיינע אייגענע געברויכן? א וואונדער אז דו נעמסט נישט קעיר פון אנדערע? מען קען נישט זיין א גוטע ארבעטער, בעה״ב, אא״וו אויב מען קימערט זיך נישט מיט די אייגענע געברויכן. יעצט א חוץ פון דעם איז דאך עס 1 מיט 1 פארוואס דאס שאפט רוקן וויי.

דאס איז מיין אייגענע עקספיריענס. ואין חכם כבעל הנסיון
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:44 am

חכם ווייסעך נישט, אבער בעל נסיון בינעך. זייער שיינע תגובה. אפשר ווייזטו וועלעכע בענקל דו האסט למעשה געקויפט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:50 am

ממש אזוי האט געשריבן:
mmn האט געשריבן:איך שלאף ב"ה בעסער ווי איך דארף! אויב די קינדער לאזן
עס קען אויך זיין וויאזוי די קאמפיוטער אי אויסגעשטעלט אבער היות איך ברויך סייוי א בענקל וויל איך עס קודם פרובירן
און א גרויסע שכוח פארן ענטפערן. האט איינער עפעס פערזענליכע ערפארונג?


איך בין בעצם אינעם זעלבען פעקל ווי דיר. לעצטענס איז בעסער ווייל
דאס איז מיין אייגענע עקספיריענס. ואין חכם כבעל הנסיון


זייער אינפארמאטיווע אפהאנדלונג
יא ממש אזוי!...

אפשר ביסטו דיר אביסל מער מסביר פון וואספארא עקסערסייזעס דו רעדסט, אדער עפעס א מראה מקום פאר אזעלכע סארט?

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:34 am

אויב ביזטו גרייט זיך צו לאזן קאסטן דאן look no further פון די צוויי פאלגענדע

https://www.steelcase.com/products/office-chairs/leap

https://www.hermanmiller.com/products/s ... ron-chairs
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:20 pm

ממש אזוי האט געשריבן:און מען עסט עס נישט מער און נישט ווייניגער ביים קאמפיוטער, דארט ווי מען זיצט א גאנצען טאג! פארוואס? רבוש״ע דו זיצט נישט גענוג ביים סקרין פארוואס קענסטו נישט קעיר נעמען פון דיינע אייגענע געברויכן?

עסן אין פיצא שאפ וועט העלפן פאר דעם?

וואס האסטו געמיינט צו זאגן מ'זאל עסן שטייענדיג??


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט