בלאט 1 פון 1

אפיס ביפפער

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 4:42 pm
דורך התרגשות
איך זוך עפעס אזא סארט כלי....

א מנהל פון א חדר זיצט ביי זיך אין אפיס, און וויל מיט א קוועטש אויף א באטטען "פעידזשען" די סגן מנהל/סעקרעטאר, וועלכע דרייט זיך ערגעץ אויף איינע פון די שטאקן פון די בנין.

בקיצור: די מנהל גיבט א דריק א קנעפל - די סגן מנהל באקומט א "ציטער", און ווייסט אז די מנהל זוכט איהם

- אמאליגע ביפפערס זענען נישט קיין אפשען (געדויערט צו לאנג, דיילן א נומבער, נאכדעם אריינלייגן די אייגענע נומבער)
- סמארטפאון/וואסעפפ וכדו' איז פארשטייט זיך נישט קיין אפציע פאר א חדר

ס'דא גענוג סארטן ביפער אלערט סיסטעמן, געמאכט פאר עלטערע מענטשן אדער פאציענטן, צו רופן א נורס/עיד אד"ג.

אבער איך זוך עפעס מיט די פאלגענדע מעגליכקייטן:

- זאל זיין א קליינע ווייערלעס כלי, וואס די סעקרעטאר זאל גרינגערהייט קענען טראגן אויפ'ן הויזן אדער אין טאש
- זאל קענען דריזלען - נישט נאר קלונגען
- זאל קענען אויפכאפן עטליכע הונדערט פיס (אדער עטליכע שטאק אפגערוקט)


עני הילף?
למצוה גדולה יחשב

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 4:44 pm
דורך ווישוואש
טעקסט איז נישט קיין אפציע?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 4:46 pm
דורך התרגשות
ווישוואש האט געשריבן:טעקסט איז נישט קיין אפציע?

פארגעסן צו שרייבן... ניין טעקסט איז נישט קיין אפציע

שכח!

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 4:53 pm
דורך קנאפער ידען
איך גלייב שווער אז עס איז דא עפעס וואס קען גיין אפאר הונדערט פיס/עטליכע שטאקן.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:09 pm
דורך שמעלץ טאפ

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:15 pm
דורך שמעלץ טאפ
search on google for 'restaurant paging system' or 'staff paging system' you will find many options.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:21 pm
דורך התרגשות
קנאפער ידען האט געשריבן:איך גלייב שווער אז עס איז דא עפעס וואס קען גיין אפאר הונדערט פיס/עטליכע שטאקן.

חלום חלמתי פון עפעס אזאנס, וואס איך זעה אויף עמעזאן...

דא שטייט אז ס'גייט ביז 500 פיס, אבער איך זעה נישט קיין מעגליכקייט פון ווייברעיט

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:26 pm
דורך התרגשות
שכח פאר אלע פוירסט ריספאנדערס...

שמעלץ-טאפ

איך האב נאכנישט ארויס גענוי ווי אזוי די רעסטאראנט סיסטעם ארבייט - אבער די פרייז איז היבש טייער VS די ביליגע מאשינדל וואס איך האב אנגעצייכענט פון עמעזאן

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:34 pm
דורך קרייסלער
רוב שפיטעלער באגייען זיך מיט א פעזשינג סיסטעם

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:42 pm
דורך התרגשות
שפיטעלער קענען אינוועסטירן אלפים ורבבות פאר א ברייטע סיסטעם

עניטינג, קראנט און ביליג, פאר א יחיד'שער באנוץ?

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 5:49 pm
דורך שמעלץ טאפ
התרגשות האט געשריבן:שפיטעלער קענען אינוועסטירן אלפים ורבבות פאר א ברייטע סיסטעם

עניטינג, קראנט און ביליג, פאר א יחיד'שער באנוץ?

for cheap you can probably find on Aliexpress
https://www.aliexpress.com/wholesale?ca ... ing+system

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 6:45 pm
דורך פעטער שמואל
עני אלטע 'נעקסטעל' פאון אפי אן סערוויס דארף צו ארבעטן ווי א וואלקי טאקי. גיי ארויף אויף איבעי און קענסט טרעפן גענוצטע נעקסטעל פאונס פאר שפאט ביליג.

ליין דא פאר מער:
https://www.skifactz.com/wifi/?p=114

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 6:53 pm
דורך התרגשות
פעטער שמואל:
נישט א מנהל און נישט קיין סגן מנהל קענען רעדן אויף א וואלקי טאלקי (אוי וועט עס זיין א געלעכטער בי די קינדער)

עס דארף זיין שנעל, שטיל און באשיידן, אווי א באזזער אד"ג

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 10:07 pm
דורך איש האשכולות
אפשר איז דאס גוט? זיי שרייבן אז ס'גייט איבער א מייל.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 10:16 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
מ׳שיקט ארויס א קינד פון קלאס ״גיי רוף די מנהל״

צומאל איז דאס ארויסשיקן דעם יונגל די פראַבלעם סאלווער זעלבס..

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:37 pm
דורך אהער און אהין
אן עצה, מ'זאל קויפן א כלי, ס'הייסט א סעלפאון, מען דרוקט געוויסע קנעפלעך, און מען קען אנקומען דירעקט צו דעם געזוכטן.
מען קען דאס באקומען אין געשעפטן וואס רופן זיך 'סעלפאון סטארס'.