אינפארמאציע געזוכט איבער סטאריק בתים

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

אינפארמאציע געזוכט איבער סטאריק בתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

אנרופענדיג א נומער וואס עמיצער האט מיר געגעבן פאר ר' דוד סטאריק'ס בתים האב איך גערעדט מיט א איד אין ירושלים וועלכער האט באשטעטיגט אז איך רעד טאקע מיט סטאריק בתים מאכער און האט גערן אנגענומען מיין באשטעלונג, די פארגאנגענע וואך מערק איך א מעלדונג פון ר' דוד'ן אז ער גייט צושטעלן ווארקשאפ קלאסן דאהי ווי די ציקונפטיגע בחורים'לעך וועלן קענען מיטהאטלן לעבעדיג ווי ער פאבריצירט זייערע תפילין, איך פויל זיך נישט און רוף באלד אן בעטן אז מיין באשטעלונג זאל ער אפשטופן כדאי מיין אינגל זאל אויך קענען מיטהאלטן, אבער דער איד האט נישט קיין אנונג פון וואס איך רעד און פון קיין שום באשטעלונג... נאך געציילטע מינוטן שטעלט זיך ארויס אז ער האט א ברודער אין ירושלים ר' מאיר סטאריק וועלכער פארמאגט גראדע זיין אייגענעם בתים פאבריק און מיט אים האב איך גאר גערעדט... אלזא בין איך אין א שטיקל דילעמא, איך גלויב אז איך קען נאך צוריקציען מיין ארגינעלן באשטעלונג נאר איך זוך עס נישט צו טון, איך וואלט זעהר דאנקבאר געוועזן אויב עמיצער ווייסט צו באשטעטיגן צו אויסער דעם אייניגן משפחה נאמען זענען די בתים אויך פון אן ענליכן קאליבער אדער איש על מחנהו ואיש על דגלו און וועלכע פון די צוויי זענען די בארימטע סטאריק בתים.

ייש"כ למפרע

נ.ב. מען קען אויך ענטפערן אין אישי אויב מער אויסגעהאלטן.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אויב מעך איך פרעגן וויפיל האט ער דיר געבעטען. אין ווילאנג פאראויס דארף מען באשטעלען. אין צי ער שיקט עס קיין נ.י. אדער די דארפסטו זיכן א שליח ?
סאיז מיר נוגע
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

איך האב עס מיר נישט פארצייכנט, נאר דוכט זיך ערגעץ צווישן צוועלף און דרייצן הונדערט, די היזיגע פארקויפן עס פאר עטוואס טייערער נאר געווענליך שוין מיט רצועות און פארנייען\פארקלעבן די בתים, ער זארגט שוין וואזוי עס זאל אנקומען דא אהער.

אבער ווי פריער ערווענט, דאס איז בנוגע ר' מאיר'ס בתים, וויפיל ר' דוד בעט בין איך נישט זיכער, איך מיין אז טייערער.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עס איז אויך דא אדווערטייזט איינער אין קרית יואל פארגעסן זיין נאמען וואס פארקויפט סטאריק בתים בהכשר הג"ר וואזנער סאטמאר (מהר"א )מאנסי מיט בילדער וואו דער וואזנער קוקט די בתים אין ארץ ישראל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

הבית המיוחד הייסט די פון ק"י
ר' מאירס בתים זענען גוטע סחורה זיי זענען שוין יארן אין די ליין מיט זייער טאטן ז"ל, ר' דוד איז געגאנגען פאר זיך אביסל מער יוניק און פרייוועט קלייענט
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”