ר' וואלף גליק ע"ה צוגאנג צו תורת הנפש- ארבעט עס? האט איינער פערזענליכע עקספיריענס?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

ר' וואלף גליק ע"ה צוגאנג צו תורת הנפש- ארבעט עס? האט איינער פערזענליכע עקספיריענס?

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך פאברואר 20, 2019 7:50 pm

לעצטענס אויסגעקומען צו הערן א האטליין פון א מחנך אין אר"י מיטן נאמען רבי וואלף גליק. 718.298.3777. (רבי וואלף איז נעבעך נפטר געווארן פלוצלינג פאריגען חודש, יהא זכרו ברוך).

מען קען הערן עטליכע אינטערוויוס פון רבי וואלף מיט קול מבשר, ווי ער ברענגט ארויס אז ער איז אויפגעקומען מיט א מעטאד וואס קען היילן כל מיני פראבלעמען גאר עפעקטיוו אין א קורצע צייט, און עס ארבעט גאר אנדערש ווי אלע אנדערע מהלכים. ער הייבט אן אביסל מסביר זיין די יסודות, אבער ווען עס קומט צום שפיץ פונעם מהלך וואס ער רופט בקיצור מיטן נאמען די עיצה, זאגט ער אז ער קען עס נישט זאגן אויפן טעלאפאון נאר מען דארף מאכן או אפוינטמעט מיט אים וואס קען זיין אויך אויפן טעלאפאון, מען דארף זיין אין קאנטאקט מיט אים 3-4 חדשים, און אויב מען פאלאועט אים במשך די צייט איז מען פולקאם אויסגעהיילט און ממש נהפך לאיש אחר גאראנטירט... (רבי וואלף איז שוין טאקע נישטא, אבער ער פלעגט געבן שיעורים פאר מטפלים וואס העלפן אנדערע וכו.)

מיין שאלה איז, צו איינער דא האט עפעס פערזענליכע עקספירענס מיט דעם פראגראם?

פונעם הערן דעם האטליין אן האבן מער פרטים האב איך 2 שטארקע צדדים. איין צד אז עס ארבעט טאקע מוראדיג, און די אנדערע צייט אז עס איז פוסטע חלומות.

די צד אז עס איז יש דברים בגו איז 1) ער זאגט אויפן ליין אז ביז 3-4 חדשים איז מען אויסגעהיילט, דאס איז גאר א קורצע צייט און פאלט אביסל אריין אינעם כלל פון מילתא דעבידא לגלויי, געווענליך די האוקעס פאקעס זאכן געבן נישט קיין טיים פרעים און אודאי נישט אזאלכע קורצע טיים פרעימס 2)ער געט עס איבער פאר תלמידים, און ווי עס שיינט האט ער א מספר פון תלמידים בעלי דעת וואס באשטעטיגן זיינע קלעימס.

אינעם נעקסטען תגובה די סברא שכנגד.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:00 pm

די צד שכנגד אז עס איז הוילע דמיונות האט אויך גאר שטארקע ארגומענטען. 1) די עצם זאך אז איין מעטאד העלפט פאר אלעס שמעקט עפעס נישט ריכטיג. לשיטתו העלפט עס פאר אלעם אנגעהויבן פון שטאלפערן און חינוך, ביז מענטשען פון משוגעים הויז און סקיצאפריניקס, און אלעס אינצווישען. נישט נאר דאס, נאר מען קען אפילו טוען די עיצה מיט איין יעריגע קינדער.. כ'ווייס נישט... עס הערט זיך קאמיש. 2)דער חידוש איז שוין אלט 10 יאר, אויב איז עס טאקע אווי אראפגעלייגט וואלט עס געדארפט אייננעמן די וועלט, אויב נישט די גויאישע וועלט, עכ"פ די אידישע וועלט. למעשה האט עס נאך אפילו נישט קיין אשכול אויף אייוועלט. והדבר אומר דרשוני.

OK, גענוג מיט סברות, די זאך איז דאך לכאורה א פאקט, עס ארבעט יא אדער נישט?

האט איינער דא נאענטע אדער פערזענליכע עקספיריענס?
לעצט פאראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:27 pm

דאס אז ער זאגט ער קען אויסהיילען און 3-4 חדשים פארדעם אליינס קומט זיך אים מלקות
איך האב שוין געהאט אריין געפאלען מיט די סארט חברה וואס שפילען זיך ארום מיט דעספערעט נפשות וואס זענען גרייט אפצוקויפן איעדע לעכעל פון האפענונג

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך פאברואר 20, 2019 8:29 pm

שרייזשע האט געשריבן:דאס אז ער זאגט ער קען אויסהיילען און 3-4 חדשים פארדעם אליינס קומט זיך אים מלקות
איך האב שוין געהאט אריין געפאלען מיט די סארט חברה וואס שפילען זיך ארום מיט דעספערעט נפשות וואס זענען גרייט אפצוקויפן איעדע לעכעל פון האפענונג

איר מאכט סענס. פון אנדערע זייט איז דאך עס א מילתא דעבידא לגלוי, כמבואר בסברותי לעיל.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך פאברואר 20, 2019 9:08 pm

ווי איך האב פארשטאנען, איז זיין מהלך, אז אלעס איז תלוי אין די בחירה פון א מענטש, און אויב א מענטש וועט ''עכט'' ווילן ארויסקריכן פון זיין פראבלעם, קען ער מיטן כח הבחירה דאס טוען. איצט, איך גלויב אז בעצם יש דברים בגו, עס איז דא אזא געדאנק, אבער צו עס העלפט פאר אביסל מער ווי גאר גרינגע זאכן, בין איך שטארק מסופק.
הוי מחשב...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 9:16 pm

מחשב האט געשריבן:ווי איך האב פארשטאנען, איז זיין מהלך, אז אלעס איז תלוי אין די בחירה פון א מענטש, און אויב א מענטש וועט ''עכט'' ווילן ארויסקריכן פון זיין פראבלעם, קען ער מיטן כח הבחירה דאס טוען. איצט, איך גלויב אז בעצם יש דברים בגו, עס איז דא אזא געדאנק, אבער צו עס העלפט פאר אביסל מער ווי גאר גרינגע זאכן, בין איך שטארק מסופק.

אוודאי האט עס אלץ מיט די בחירה
די פראבלעם איז נאר אז די דארפסט ווייזען פאר די קראנקע קאפ ווי זיין בחירה זיינע ליגט!! און אים געבען די טאלס אז ער זאל קענען בוחר זיין און די ריכטיגע וועג פון טראכטען!
און דאס איז די שווערסטע חלק...
וואס און רוב פעלער איז דאס נישט במציאות און 4-3 חדשים
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:35 pm

איך מיין אז ס'איז איינרעדעניש

פרוביר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

תגובהדורך פרוביר » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 5:26 pm

איך האב א קרוב וואס האט באצאלט תבין ותקלין פאר צו זיין ביי זיינע פריווייטע שיערים.
מער ווייניגער - הוילע דמיונות.. אבער עס האט א פוינט אין אן אמת...
די שפיץ פון די עצה איז צו זאגן א פזמון "הייליגער באשעפער, די ווייסט אז איך בין א בשר ודם, אן דיר קען איך גארנישט טון - איך לאז איבער אלעס פאר דיר טוה מיט מיר די בעסטע וואס וואס די ווייסט אז עס איז גוט פאר מיר"
ער האט געטענעהט אז עס העלפט נישט מטעם תפלה, נאר מטעם רפאוה, ווייל ווען א מענשט גיבט אויף הייבן אן זאכן ווערן בעסער..

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 6:21 pm

פרוביר האט געשריבן:איך האב א קרוב וואס האט באצאלט תבין ותקלין פאר צו זיין ביי זיינע פריווייטע שיערים.
מער ווייניגער - הוילע דמיונות.. אבער עס האט א פוינט אין אן אמת...
די שפיץ פון די עצה איז צו זאגן א פזמון "הייליגער באשעפער, די ווייסט אז איך בין א בשר ודם, אן דיר קען איך גארנישט טון - איך לאז איבער אלעס פאר דיר טוה מיט מיר די בעסטע וואס וואס די ווייסט אז עס איז גוט פאר מיר"
ער האט געטענעהט אז עס העלפט נישט מטעם תפלה, נאר מטעם רפאוה, ווייל ווען א מענשט גיבט אויף הייבן אן זאכן ווערן בעסער..



דאס דארף אויך לכאורה צו האבן א אמת אין זיך, זאלן די מומחים דא זאגן.
הוי מחשב...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 7:07 pm

וויאזוי איך קלער האט דאס אן אמת און זיך
נאר עס איז נישט די ווארט אויפגעבען וואס דאס איז יאוש...
מען דארף נישט אויף געבען נאר די ווארט איז מער סבלנות, און מסכים זיין צו שפירען שלעכט, און נישט זיך שלאגען דעמיט...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:02 am

שרייזשע האט געשריבן:וויאזוי איך קלער האט דאס אן אמת און זיך
נאר עס איז נישט די ווארט אויפגעבען וואס דאס איז יאוש...
מען דארף נישט אויף געבען נאר די ווארט איז מער סבלנות, און מסכים זיין צו שפירען שלעכט, און נישט זיך שלאגען דעמיט...


Surrender

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג מארטש 15, 2019 8:18 am

.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט