עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:51 pm

נאכן פליען לעצטענ'ס מיט א פליגער, אין האבענדיג גוטע עקספיריענ'ס ברוך השם, וואלט איך געוואלט מיט טיילן געוויסע אינטערעסאנטע קרישקעלעך וואס האט ציגעהאלפן צום סוקסעס פונעם רייזע.

צום ערשט, דארפט איר געדענקן אז א פליגער איז נישט אייער אייגענע קאר מיט אייגענע סטארידזש פלאץ, א פליגער האט די מינימום סטארידזש ספעיס, אין ווייניגער ווי די שטעלסט דיך פאר, אלזא געדענקט נישט צו קומען מיט שאפינג בעג'ס אין תפילין באטל, שטריימל, הוט, אין עסן, מיט 3 צייטונגען, ווייל דאס וועט אייך נישט געבן קיין ראויגקייט ביים נסיעה, דאס מאכט אונגעשטויסן מיט נישט באקוועם, די שכינים ווערן נערוועז, אין די מערסטע איז אז דאס מאכט יעדן טראכטן אין קוקן אויף אייער זייט, מיט ווייזענדיג אז די ביסט דא די לעצטע מיט פולע האנט באגאדזשן און די הענט, אלזא:

נעמט מיט א זיי קליינע באקוועמע האנט-פאקיט.
71iYr0xm62L._SL1500_.jpg
71iYr0xm62L._SL1500_.jpg (239.29 KiB) געזעהן 2758 מאל


דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:58 pm

א פאספארט האט מען מיר אויסגעלערנט אז מ'האלט עס אין קעשענע און נישט אינעם באגאדזש
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:05 pm

די ערשטע זאך װען מ׳זעצט זוך אראפּ נעם ארויס אלע dutyfree books װאס ליגט און פארנט בּײ די פיס,ס׳װעט זײן אסאך בּאקװעמער,יעדע inch מאכט אױס
(קבּלתּי מכ״ק אדמו״ר מ׳חאצאצק על הפליגער )

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:11 pm

אה יע, געוואלדיגע געדאנק.

בכלל גוט צו הערן עקספיריענס פון ׳געפלויגענע׳, לאזט אייך הערן ויפוצו מעדנותיך חוצה.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:24 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נעמט מיט א זיי קליינע באקוועמע האנט-פאקיט.

וואס איז שלעכט מיט די געווענליכע האנט-באגאזש וואס יעדער נוצט? (בעסער ווי 3 שאפינג בעגס איז עס זיכער..)
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מי יעלה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:26 am

תגובהדורך מי יעלה » מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:31 pm

דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.[/quote]
ווי פיט א תפילין בייטעל מיט א שטריימעל ? - און בכלל ווי פאסט פאר א חסידישער איד צו גיין מיט אזא בעג אויף די אקסעל מיט א הוט און רעקל ?

מי יעלה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:26 am

תגובהדורך מי יעלה » מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:32 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן פליען לעצטענ'ס מיט א פליגער, אין האבענדיג גוטע עקספיריענ'ס ברוך השם, וואלט איך געוואלט מיט טיילן געוויסע אינטערעסאנטע קרישקעלעך וואס האט ציגעהאלפן צום סוקסעס פונעם רייזע.

צום ערשט, דארפט איר געדענקן אז א פליגער איז נישט אייער אייגענע קאר מיט אייגענע סטארידזש פלאץ, א פליגער האט די מינימום סטארידזש ספעיס, אין ווייניגער ווי די שטעלסט דיך פאר, אלזא געדענקט נישט צו קומען מיט שאפינג בעג'ס אין תפילין באטל, שטריימל, הוט, אין עסן, מיט 3 צייטונגען, ווייל דאס וועט אייך נישט געבן קיין ראויגקייט ביים נסיעה, דאס מאכט אונגעשטויסן מיט נישט באקוועם, די שכינים ווערן נערוועז, אין די מערסטע איז אז דאס מאכט יעדן טראכטן אין קוקן אויף אייער זייט, מיט ווייזענדיג אז די ביסט דא די לעצטע מיט פולע האנט באגאדזשן און די הענט, אלזא:

נעמט מיט א זיי קליינע באקוועמע האנט-פאקיט.
71iYr0xm62L._SL1500_.jpg


דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.

ווי פיט א תפילין בייטעל מיט א שטריימעל ? - און בכלל ווי פאסט פאר א חסידישער איד צו גיין מיט אזא בעג אויף די אקסעל מיט א הוט און רעקל ?

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:49 pm

מי יעלה האט געשריבן:דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.
ווי פיט א תפילין בייטעל מיט א שטריימעל ? - און בכלל ווי פאסט פאר א חסידישער איד צו גיין מיט אזא בעג אויף די אקסעל מיט א הוט און רעקל ?

ווילאנג סהאט נישט מיט אידישקייט ווי קומט בכלל אריין צו ספאסט צו נישט #היפקראטיע

אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:00 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן פליען לעצטענ'ס מיט א פליגער, אין האבענדיג גוטע עקספיריענ'ס ברוך השם, וואלט איך געוואלט מיט טיילן געוויסע אינטערעסאנטע קרישקעלעך וואס האט ציגעהאלפן צום סוקסעס פונעם רייזע.

צום ערשט, דארפט איר געדענקן אז א פליגער איז נישט אייער אייגענע קאר מיט אייגענע סטארידזש פלאץ, א פליגער האט די מינימום סטארידזש ספעיס, אין ווייניגער ווי די שטעלסט דיך פאר, אלזא געדענקט נישט צו קומען מיט שאפינג בעג'ס אין תפילין באטל, שטריימל, הוט, אין עסן, מיט 3 צייטונגען, ווייל דאס וועט אייך נישט געבן קיין ראויגקייט ביים נסיעה, דאס מאכט אונגעשטויסן מיט נישט באקוועם, די שכינים ווערן נערוועז, אין די מערסטע איז אז דאס מאכט יעדן טראכטן אין קוקן אויף אייער זייט, מיט ווייזענדיג אז די ביסט דא די לעצטע מיט פולע האנט באגאדזשן און די הענט, אלזא:

נעמט מיט א זיי קליינע באקוועמע האנט-פאקיט.
71iYr0xm62L._SL1500_.jpg


דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.


עצה טובה קא משמע לן , צו האבן א קליינע רענצעל אויף פיר רעדער דייקא , וועגן אנקומען ביזן פליגער מיט די געפעק אויפן ריקען ,הייבט זיך שוין אן מיט א לינקע פיס , וועגן די ריקן קומט דיר אראפ , א מחיה צו פירן א קליין רענצעלע מיט טאשן, מיט פיר רעדער ,וואס נוצט אויס די ווייניגסטע כח עס צו שלעפען

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:02 pm

Builder האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן פליען לעצטענ'ס מיט א פליגער, אין האבענדיג גוטע עקספיריענ'ס ברוך השם, וואלט איך געוואלט מיט טיילן געוויסע אינטערעסאנטע קרישקעלעך וואס האט ציגעהאלפן צום סוקסעס פונעם רייזע.

צום ערשט, דארפט איר געדענקן אז א פליגער איז נישט אייער אייגענע קאר מיט אייגענע סטארידזש פלאץ, א פליגער האט די מינימום סטארידזש ספעיס, אין ווייניגער ווי די שטעלסט דיך פאר, אלזא געדענקט נישט צו קומען מיט שאפינג בעג'ס אין תפילין באטל, שטריימל, הוט, אין עסן, מיט 3 צייטונגען, ווייל דאס וועט אייך נישט געבן קיין ראויגקייט ביים נסיעה, דאס מאכט אונגעשטויסן מיט נישט באקוועם, די שכינים ווערן נערוועז, אין די מערסטע איז אז דאס מאכט יעדן טראכטן אין קוקן אויף אייער זייט, מיט ווייזענדיג אז די ביסט דא די לעצטע מיט פולע האנט באגאדזשן און די הענט, אלזא:

נעמט מיט א זיי קליינע באקוועמע האנט-פאקיט.
71iYr0xm62L._SL1500_.jpg


דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.


עצה טובה קא משמע לן , צו האבן א קליינע רענצעל אויף פיר רעדער דייקא , וועגן אנקומען ביזן פליגער מיט די געפעק אויפן ריקען ,הייבט זיך שוין אן מיט א לינקע פיס , וועגן די ריקן קומט דיר אראפ , א מחיה צו פירן א קליין רענצעלע מיט טאשן, מיט פיר רעדער ,וואס נוצט אויס די ווייניגסטע כח עס צו שלעפען

סאיז דא צו באקומען אזאנע וואס האבן סיי רעדלעך און סיי א צו טראגן אויפן רוקן

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:14 pm

מי יעלה האט געשריבן: ווי פאסט פאר א חסידישער איד צו גיין מיט אזא בעג אויף די אקסעל מיט א הוט און רעקל ?

אפשר זענט איר מסביר די פראבלעם? מיר האבן שוין געזען אידן ערנסטע תלמדי חכמים מיט אזאנס אויפ'ן רוקן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:50 pm

מי יעלה האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן פליען לעצטענ'ס מיט א פליגער, אין האבענדיג גוטע עקספיריענ'ס ברוך השם, וואלט איך געוואלט מיט טיילן געוויסע אינטערעסאנטע קרישקעלעך וואס האט ציגעהאלפן צום סוקסעס פונעם רייזע.

צום ערשט, דארפט איר געדענקן אז א פליגער איז נישט אייער אייגענע קאר מיט אייגענע סטארידזש פלאץ, א פליגער האט די מינימום סטארידזש ספעיס, אין ווייניגער ווי די שטעלסט דיך פאר, אלזא געדענקט נישט צו קומען מיט שאפינג בעג'ס אין תפילין באטל, שטריימל, הוט, אין עסן, מיט 3 צייטונגען, ווייל דאס וועט אייך נישט געבן קיין ראויגקייט ביים נסיעה, דאס מאכט אונגעשטויסן מיט נישט באקוועם, די שכינים ווערן נערוועז, אין די מערסטע איז אז דאס מאכט יעדן טראכטן אין קוקן אויף אייער זייט, מיט ווייזענדיג אז די ביסט דא די לעצטע מיט פולע האנט באגאדזשן און די הענט, אלזא:

נעמט מיט א זיי קליינע באקוועמע האנט-פאקיט.
71iYr0xm62L._SL1500_.jpg


דארטן פיט די פאספארט, תפילין בייטל, וויכטיגע דאקומענט ווי געלט וכו', טעלעפאון, טשארדזשעס, שליסלעך, קעמל, ליין מאטיריאל, עסן, קראקס, ווייפעס, וכו'.
אין סע טראגט זיך גרינג, סע פיט העכער אייך, גרינג צו נעמען, און סע איז איין בעג, אנטשאטס 4 שאפינג בעגס מיט די תפילין בייטל.

ווי פיט א תפילין בייטעל מיט א שטריימעל ? - און בכלל ווי פאסט פאר א חסידישער איד צו גיין מיט אזא בעג אויף די אקסעל מיט א הוט און רעקל ?


שלום עליכם מי יעלה.

קודם כל בארואיגט אייך..

צווייטנס א ניק אויף אייוועלט איז נישט געמאכט צו אונפירקלען אדער קאטשקענען, ליינט איבער די תקנה.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:14 pm

גראדע די פיר רעדעלדיגע איז זייער גוט ביזן פליגער, ס'פארט א מחיה ס'שלעפט נישט אראפ די ריקן אדער הענט.

אבער.... א גרויסע אבער..... אויפן גאנצן וועג איז עס נישט אזוי פראקטיש, מ'לייגט עס ארויף אויבן און דארט בלייבט עס דורך'ן גאנצן וועג, און גאנץ קהל טוט זיך מורא'דיג באדאנקן פארן עס ארויף ברענגען אויפן פליגער,

איך נוץ א צוויי רעדעלדיגע האנט באגאזש, דאס מיינט אז ס'איז א ווייכע סארט, נישט ווי די פיר רעדעלדיגע, ווייל ס'איז א האנט באגאזש וואס מ'האלט געווענליך אין די הענט, אבער דאך האט עס צוויי רעדער פאר ביזען פליגער, און אויפן פליגער קוועטש איך עס אריין אונטערן שכן'ס סיט און איך קען אפי' האלטן מיין פיס אויף דעם, און בעיקר כאב עס א גאנצע צייט לעבן מיר, און ווען ס'כאפט די תאוה געט מען א כאפ אריין נאך א פאפקאר.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:23 pm

איי איי איי מיינע פריינט!! ווען איך זאל קענען אמאל פארן אליינס..... יא יא אזוי ווי איר הערט אליינס! מיט דריי שאפינג בעגס, מיט די תפילין בייטל, און אויך דעם שטריימל, כוואלט אפילו מיטגענומען א פעקל פאר משה זרח'ן, אבער אליינס






אן א דריי פיר צדיקים אויפן קאפ!! ברויך מען קיין שום עצות ווי אזוי צו פליען באקוועם.....אה הא איז באקוועם!!

# איר דארפט דאס איינמאל מיטלעבן
. . . . . . .

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:58 pm

כא כא כא האט געשריבן:גראדע די פיר רעדעלדיגע איז זייער גוט ביזן פליגער, ס'פארט א מחיה ס'שלעפט נישט אראפ די ריקן אדער הענט.

אבער.... א גרויסע אבער..... אויפן גאנצן וועג איז עס נישט אזוי פראקטיש, מ'לייגט עס ארויף אויבן און דארט בלייבט עס דורך'ן גאנצן וועג, און גאנץ קהל טוט זיך מורא'דיג באדאנקן פארן עס ארויף ברענגען אויפן פליגער,

איך נוץ א צוויי רעדעלדיגע האנט באגאזש, דאס מיינט אז ס'איז א ווייכע סארט, נישט ווי די פיר רעדעלדיגע, ווייל ס'איז א האנט באגאזש וואס מ'האלט געווענליך אין די הענט, אבער דאך האט עס צוויי רעדער פאר ביזען פליגער, און אויפן פליגער קוועטש איך עס אריין אונטערן שכן'ס סיט און איך קען אפי' האלטן מיין פיס אויף דעם, און בעיקר כאב עס א גאנצע צייט לעבן מיר, און ווען ס'כאפט די תאוה געט מען א כאפ אריין נאך א פאפקאר.....

האסט מיר ארויסגעכאט די ווערטער פון מויל. כ'האב נאר איין זאך געוואלט צולייגן אז די שטריימל פיט אינעם רענצל וואס ס'גייט אינטן פונעם פליגער
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:41 am

איך נוץ אויך א צוויי רעדלדיגע (שגץ בייק) האנד באגאזש, וואס האט די מעלה אז עס פארט אויף רעדער ביזן קרעטשמע, און האט די באקוועמליכקייט פון א באגאזש.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 11:32 am

תגובהדורך הארסי(פערד) » דינסטאג פאברואר 19, 2019 9:31 am

מ'קען ביטע אריין קימען מיט בילדער ? וועכע האנט באגאדטש מען רעדט דא ? שקויך
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » דינסטאג פאברואר 19, 2019 9:40 am


קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג אפריל 14, 2019 5:05 pm

איז דא עפעס עצה צו קענען אדורך גיין סעקיורטי שנעלער
און נישט דארפן ווארטן אויף די לאנגע ליינס און עירפארט?

yalah
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מאנטאג אפריל 15, 2019 4:26 am

פליען ביזנעס קלאס
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מאנטאג אפריל 15, 2019 9:24 am

א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:10 pm

TSA pre
קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא עפעס עצה צו קענען אדורך גיין סעקיורטי שנעלער
און נישט דארפן ווארטן אויף די לאנגע ליינס און עירפארט?
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:14 pm

פרישוואסער האט געשריבן:א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?

איך זיך נאך א עצה בכלל צו קענען שלאפן אויפן פליגער און דו רעדסט שוין פון שלאפן באקוועם...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

זעהער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

תגובהדורך זעהער » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:30 pm

פרישוואסער האט געשריבן:א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?

שלאפט נישט א נאכט פארדעם וועט איר פיין שלאפן אפילו ס'איז נישט באקוועם

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:41 pm

nmi האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?

איך זיך נאך א עצה בכלל צו קענען שלאפן אויפן פליגער און דו רעדסט שוין פון שלאפן באקוועם...



... מיין דאקטאר האט מיר פארשריבען שלאף טאבלעטען, ס'האט נישט געארבייט אזוי ווי איך וואלט געוואלט...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט