גיב אקסיגען פאר דיינע ארומיגע איידער ס'איז צו שפעט...!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

גיב אקסיגען פאר דיינע ארומיגע איידער ס'איז צו שפעט...!

תגובהדורך אילו זכינו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:05 pm

מיינס א נאנטער ידיד, א מיטגלידער פון דו געטרייע 'חברה הצלה' האט מיר לעצטענס דערציילט א ערשטהאנטיגע מעשה, וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, און געהאט די זכיה צו זיין דער 'זכאי' וואס דער בורא האט מגלגל געווען א געוואלדיגער זכות דורך אים.

געווען איז עס אין א פרייטאג צונאכטס ווען ער איז אראפגעגאנגען נאך דער סעודה, צוצוגיין צו א 'שבע ברכות' פון א נאנטער זיינער. אריינקומענדיג צו די שמחה געט אים די מחותן א רוים אריין אין אויער, אפשר געסטו א זוך אינטער די זיידע, ער האט זיך עפעס פריער אפגערעדט אויף לייכטע 'טשעסט פעין'.

נישט טראכטענדיג קיין צוויי, איז ער גלייך צוגעגאנגען צום זיידן צוזאמען מיט'ן מחותן, נאכן געבן 'מזל טוב', האט ער זיך פארגעשטעלט אלץ א 'חברה הצלה' מיטגליד, און אים געבעטן ארויסצוקומען אין די זייט פאר א אינטערזוכונג, גלייכצייטיג האט ער אריבערגערופן א צווייטער וואלונטיר, מיט די נוטיגע געצייג. נאך א קורצע צייט האט מען שוין געהאלטן נאכן אינטערזוכונג, און דער מאשין האט געוויזן אז אלעס קלאפט ב"ה.

אונזער וואלונטיר האט זיך אבער נאך געשפירט ווייט פון רואיג, טענה'נדיג אז ס'געפעלט אים עפעס נישט וויאזוי די זיידע זעהט אויס, דעריבער שלאגט ער פאר, אים אריינצופירן אין שפיטאל פאר אן אפציעלע גרונטליכע אינטערזיכונג, וואס קען אפטמאל אויפכאפן זאכן וואס מ'קען נישט זען אויפן אי. קעי. דזשי.

האט זיך אבער אנגעהויבן א גאנצע דין ודברים, די זיידע האט געטענה'ט אז וויבאלד דער מאשין האט געוויזן אז אלעס איז בסדר, וויל ער אהיימגיין אין נישט הערן פון גארנישט. עטליכע פון זיינע קינדער האבן זיך אויך געשטעלט אויף זיין זייט, זאגענדיג אז מ'זאל נישט סתם אזוי אפמוטשענען זייער פאטער. דער 'הצלה אינגערמאן' האט אבער נישט נאכגעלאזט, און געזאגט אז וויבאלד ער פילט דאך נאכנישט אינגאנצן רואיג, איז נישט דא פון וואס צו רעדן אין מ'גייט שוין אריין, ווייל יעדע מינוט קען שפילן אן ערענסטע לעבענס ראלע.

דעם קומענדיגן שבת נאכמיטאג האט מען שוין געהאלטן נאכ'ן אריינגעלייגן א 'סטענד' אין איינס פון די הויפט אדערן פון דעם איד, וואס איז געווען גענצליך פארשטאפט רח"ל, און ווען נישט ער וואלט אריינגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל, וואלט ער חלילה געליטן פון א מאסיווער הארץ אטאקע אינמיטן די נאכט, וואס קיינער וויל נישט טראכטן וויאזוי עס וואלט זיך געקענט אויסלאזן ה"י.

מאנטאג דערויף איז דער איד, די זיידע פון די שמחה, שוין געווען אינדערהיים געזונט און פריש, צו די גרויס שמחה פון די גאנצע משפחה. די סעודת הודאה איז געפראוועט געווארן צוזאמען מיט די לעצטע שמחת השבע ברכות. חסדי ה' כי לא תמנו.

מאנטאג נאכמיטאג, באקומט דער הצלה מעמבער וואס איז געווען די מלאך מן השמים, צו ראטעווען דעם איד'ס לעבן, א טעלעפאן רוף פונעם 'בעל הנס'. מיט טרערן אין די אויגן, און מיט גרעניצלאזע הרגשים, האט ער זיך נישט געקענט צוזאמקלויבן ארויסצוברענגען די ריכטיגע דאנק ווערטער, אויסצודריקן זיינע געפילן פון דאנקבארקייט. 'נאך א מזל האסט זיך נישט געלאזט פון מיר', האט ער פארענדיגט דעם רירענדן טעלעפאן רוף.


דרייען זיך ארום מענטשן ארום אונז, נישט איינס, נישט צוויי, און אויך נישט דריי. ווי דו גייסט און ווי דו שטייסט, באגעגענען מיר זיך כסדר מיט אומצאליגע אידן וואס קענען אזוי וויכטיג נוצן א גוט ווארט, א ווארימע שמייכל, א.א.וו. ממש ווי אקסיגען צום אטעמען, נישט קיין טראפ ווינציגער. גאנץ מעגליך אז אויב דיין בני בית וועט נישט באקומען איר ערליך פארדינטער גוט ווארט, אויף איר באמת שווער אריינגעלייגטע ארבעט פארן טאג, וועט זי כאפן א הארץ אטאקע, מסתמא נישט קיין פיזישע, אבער א גייסטישע קען אסאך מאל זיין נאך אסאך ערגער, אדער אפשר וועט עס זיין א מח אטאקע, נישט אלעמאל א טאטאלע אבער א טיילווייזע איז נישט אויסגעשלאסן.

די 'הצלה אידן' וואס געבן זיך אפ מיט די פאלן זאגן, אז זיי קענען נישט נאכקומען די פארלאנג. זיי בעטן זיך צו אונז צוהעלפן עס פארמיידן! יא. אמאל קען עס פארמיטן ווערן מיט בלויז 'איין איינציגע ווארט'.

אויב ס'קומט אן שווער - וואס איז צומאל אן אפטער ערשיינונג, נאכדעם וואס פאר דעם 'רעסיפיענט' פאר וועם מ'וויל עס געבן, איז שוין אין א מצב וואס ער ווארפט עס אפ. מיינט אבער נאכנישט אז ער דארף עס נישט, פארקערט רוב מאל ווען א קאמפלימענט ווערט אפגעווארפן איז עס א רעכטער סימן אז יענער איז אזוי אויסגעהונגערט דערנאך, אז ער קען זיך ניטאמאל באהערשן און צוזאמקלויבן עס צו עסן נארמאל. מיט די ריכטיגע יושב הדעת, וועט מען אבער אלעמאל קענען טרעפן א אינטערערדישער וועג, וויאזוי יענעם צו מאכן שפירן גוט אן דעם וואס ער זאל ניטאמאל כאפן אז ער האט יעצט באקומען א פולע דאזע דערפון.

אין יעדן פאל האלט אבער פאר די אויגן אז איין טאג וועט יענער דיר קומען באדאנקען, אין מיט טרערן אין די אויגן וועט ער דיר אנטפלעקן ווי שטארק יענע ווארט, געדאנק, אדער חיזוק האט פאר אים אויסגעמאכט. און אז די טאג וועט נישט אנקומען וואס ער זאל דיר עס קומען זאגן, איז זייער מעגליך אז ער געדענקט ניטאמאל ווי, וויאזוי, אין דורך וועם ער האט זיך צוריקגעכאפט. אבער אז דו געדענקסט יא , וועסטו זיך עס אליין קענען זאגן אויב ס'וועט דיר אויספעלן.
לעצט פאראכטן דורך אילו זכינו אום מוצ"ש פאברואר 09, 2019 10:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:15 pm

יישר כח אילו זכינו!!

זייער א וויכטיגע און לעבענס - רעטענדע נושא

און געדענקט!! די ערשטע געראטעוועטע לעבן, נאך אזא שמייכל/גוט ווארט איז....

דיין אייגענע לעבן. לויפט און גיבט און איבערצייגט אייך אליין
. . . . . . .

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:36 pm

Wow.

יישר כחכם, זייער שיין וויכטיג און ריכטיג.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:06 am

;l;p-

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:20 am

על דברי"ם העולם עומד

מורא'דיגע אויפריכטיגע ווערטער, וועלכע קענען ראטעווען וועלטן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 3:39 pm

wow
הנני מצטרץ להנ"ל לגודל המצונ כי רב הוא
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 7:56 pm

יש'כ פארן אזוי קלאר ארויסברענגען די ענין
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

Haklal
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 9:09 pm

זייער שיין אראפגעגעבן
יישר כח

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 11:22 pm

shimon7323 האט געשריבן:Wow.

יישר כחכם, זייער שיין וויכטיג און ריכטיג.
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 11:26 pm

shimon7323 האט געשריבן:Wow.

יישר כחכם, זייער שיין וויכטיג און ריכטיג.

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:19 pm

יהא רעוא אז מען זאל שטענדיג געדענקען די טייערע דיבורים
יישר כח


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט