לידיעת הציבור! פעיד פאמיליע ליעוו!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:28 pm

nmi האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )


טייערע יודן האטס שכל און מאכטס נישט אז ענקערע בעלי בתים זאלן פארגיין דעם אפעטיט פון אויפנעמען יודישע ארבעטער'ס. פון עביוזן א סיסטעם קומט קיינמאל נישט ארויס קיין גוטס און רוב מאל האט מען ביטער חרטה.

און פאר דיר #שמעון. אשריך אז דו ביזט נישט פון יענע חברה און האלט עס אן. ס'איז אום אחריות'דיג. אום מענטשליך און אום נארמאל אזוי אויסצוניצן א בעה"ב וואס טוט דיר די גרעסטע טובה אין דיין לעבן און איז די גוטע שליח פונעם אייבישטער דיר צו געבן פרנסה

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:09 pm

אויב מעג איך אוועקגיין פון די נושא, צו... unemployment... איז געוועהן אן ארבייטער, וואס זי האט געריפן די בעל הבית ערב יום כיפור איבערבעטן, ווייל זי האב באקומען א personal phone call אינמיטן די ארבייט, און געניצט די קאמפאני פעדער צו אפשרייבן א טעלעפאון נומבער. די בעל הבית איז געוועהן זייער איבערגענומען פון איהר ערליכקייט. האב איך געזאגט, אויב וואלט זי געריפן איבערבעטן אז זי האט גענומען א פערזענליכע טעלעפאן קאלל אויף דיין צייט, וואלט איך געוועהן נתפעל. אבער פארן נוצן דיין פעדער צו שרייבן א טעלעפאן קאל? איך פיהל אביסל ווי דאס איז בבחינת אבא היאך מעשרים את המלח...

נו... גייט דורך אפאר חדשים, און די ווייבל האט א בעיבי למזל טוב. נאך א פאר וואכן, פיילט זי פאר unemployment! ריף איך אהן און פרעג, היתכן? האסט געפרעגט רשות? קיינער האט אייך נישט אוועקגעשיקט. איהר קענט צירוק קומען אויב איהר ווילט. זאגט זי מיך אז זי האט געפרעגט איהר רב, און ער האט געזאגט אז איך מעג. זאג איך איהר אז איך בין גאנץ נתפעל פון איהר רב וואס האט געפסקענט אהן אויסהערן ביידע צדדים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:59 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )


פארשטייט זיך אז די בעה"ב וועט קענען אראפרעכענען פון דיין וועידזש פאר די טאג וואס דו קומסט נישט אריין און פון PML באקומסטו נאר האלב, סא פארדינסט נישט קיין געלט, די איינציגסטע פארדינסט וואס דו האסט איז, אז אויב ביסטו פויל אריינצוקומען קענסטו לעגאל פארפעלן אריינצוקומען.

און די פארלוסט פאר היימישע ביזנעסער איז אז מען קען נישט פירן קיין ביזנעס ווען יעדן צווייטן טאג וועט א צווייטער פעלן.

אבער ארבייטער, זייט געווארענט! אביוז נישט די סיסטעם ווייל דיין בעה"ב וועט שנעל פטור ווערן פון דיר!



פארשטייט זיך אז דער בעה"ב דארף נישט צאלן פאר יענע טאג.
נאר פרייטאג צאלן זיי די זעלבע פראצענט געלט ווי עני אנדערע טאג אפילו מיר אידן ארבעטן נאר א האלבע, ממילא נעמט דער עולם נאר פרייטאג ווייל דעמאלט באקומט מען אפילו מער ווי אן דעם.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

תגובהדורך צוקער זיס » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:59 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:זאג מיר נאך עפעס, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז איך ברויך האבן עפעס א אינשורענס פון פארדעם??
יישר כח

נישט דו ברויכסט, דו האסט! (כ'האף אזוי) גענוי ווי סאשעל סעקיוריטי א.ד.ג. ברויכסט נאר געוואויר ווערן פון דיין באס וועלכע פירמע דאס איז,
אדער קענסטו רופן די סטעיט אגענטור פרעגן אויף 844-337-6303

העלט אינשורעס ?
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס

so now what
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:30 am

ר' יום טוב האט געשריבן:לאמיר שנעל פארענטפערן אפאר הערות.

- אין 2019 איז עס ארויף צו 10 וואכן. אזוי אויך איז עס ארויף צו %55 פון די אינקאם.
- עס גייט אן ביז איין יאר נאכן האבן א קינד, אבער מען מוז דאס אריינגעבן די אפליקאציע ביז 18 טעג נאכן נעמען די ערשטע טאג off צו קענען צוריקבאקומען בענעפיטן אויף למפריע.
- צו קענען געניסן פון די מאקסימום בענעפיטן, איז ריכטיג צו פארדינען א 13 מיאות א וואך אדער מער, (בעפארן אראפרעכענען טעקס)
- מען מוז נישט ארויסנעמען די וואקאציע טעג אין איין צו. מען קען עס נעמען periodic. יעצט 2 טעג. ימים טובים צייט נאך אפאר. וואקאציע נאך אפאר. אריינווארפן א קורצע ווינטער פרייטאג. א.א.וו. אבער אויב איז פאראן אינמיטן א "לאך" פון 3 חדשים, מוז מען דאן פונדאסניי אריינגעבן אן אפליקאציע.


איך האב אריין געשיקט א פאר חדשים שפעטער אין זיי האבן נישט געמאכט קיין פראבלעמן

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 9:20 am

צוקער זיס האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:זאג מיר נאך עפעס, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז איך ברויך האבן עפעס א אינשורענס פון פארדעם??
יישר כח

נישט דו ברויכסט, דו האסט! (כ'האף אזוי) גענוי ווי סאשעל סעקיוריטי א.ד.ג. ברויכסט נאר געוואויר ווערן פון דיין באס וועלכע פירמע דאס איז,
אדער קענסטו רופן די סטעיט אגענטור פרעגן אויף 844-337-6303

העלט אינשורעס ?

מ'קען טשעקען דא

http://www.wcb.ny.gov/icpocinq/icpocsearch.jsp

מתוקים
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:26 am

א גוטן טאג.
קען מיר איינער ביטע ענפערן קלאר איך האב ב"ה געהאט א קינד 5 חדשים אויף צוריק און מיין אידענע ארבעט נישט
איז שייך איך זאל עפעס פארדינען פון דעם פראגראם ??

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:58 am

עס איז ראטזאם עס איינצוטיילן אין צוויי.
צוערשט גיט מען אריין אן אפליקאציע פאר די ערשטע העלפט יאר, מיט אלע טעג וועלכע מען וועט ביילייפיג נעמען off אין די קומענדיגע האלבע יאר.
און א האלבער יאר ארום, גיט מען אריין א פרישע אפליקאציע אין וועלכן מען בילט די איבעריגע טעג פון די 2'טע חלק יאר. די סיבה דערצו איז סיי פראקטיש, ווייל אין א קורצערע צייט אפשניט קען מען גרינגער פאראויס וויסן איבער די פלענער וועלכע טעג מען וועט פעלן, און אויך ווייל עס איז ווארשיינליך דא א "לאך" lapse פון 3 חדשים אין איין ציה ווען מען מ'נעמט נישט ארויס א טאג, וואס דאן מוז מען לעגאל פיילן א פרישע אפליקאציע.

עס איז פאראן אן אפציע אויף די אפליקאציע אריינצושרייבן אז די דאטומען זענען בלויז estimated. אבער סיי וויאזוי קען מען - ביי רוב אינשורענס פירמעס - סיי ווען איינמעלדן די אינשורענס איבער סיי וועלכע טוישונגען אינעם דאטום.

די אפליקאציע זעלבסט איז ריכטיג עטליכע מאל איבערצוגיין, זיכער צו מאכן אז אלע דעטאלן זענען ריכטיג אויסגעפילט.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:24 am

פליגל האט געשריבן:וועט די פרימיום פארן עמפלויער ארויפגיין לכבוד דעם?
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:17 pm

מתוקים האט געשריבן:א גוטן טאג.
קען מיר איינער ביטע ענפערן קלאר איך האב ב"ה געהאט א קינד 5 חדשים אויף צוריק און מיין אידענע ארבעט נישט
איז שייך איך זאל עפעס פארדינען פון דעם פראגראם ??

גא"מ

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:19 pm

פליגל האט געשריבן:אז אן ארבייטער נעמט די PFL וועט עס אויסמאכן פארן בעה"ב לגבי די פרימיום?


ניין

so now what
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 6:48 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז ראטזאם עס איינצוטיילן אין צוויי.
צוערשט גיט מען אריין אן אפליקאציע פאר די ערשטע העלפט יאר, מיט אלע טעג וועלכע מען וועט ביילייפיג נעמען off אין די קומענדיגע האלבע יאר.
און א האלבער יאר ארום, גיט מען אריין א פרישע אפליקאציע אין וועלכן מען בילט די איבעריגע טעג פון די 2'טע חלק יאר. די סיבה דערצו איז סיי פראקטיש, ווייל אין א קורצערע צייט אפשניט קען מען גרינגער פאראויס וויסן איבער די פלענער וועלכע טעג מען וועט פעלן, און אויך ווייל עס איז ווארשיינליך דא א "לאך" lapse פון 3 חדשים אין איין ציה ווען מען מ'נעמט נישט ארויס א טאג, וואס דאן מוז מען לעגאל פיילן א פרישע אפליקאציע.

עס איז פאראן אן אפציע אויף די אפליקאציע אריינצושרייבן אז די דאטומען זענען בלויז estimated. אבער סיי וויאזוי קען מען - ביי רוב אינשורענס פירמעס - סיי ווען איינמעלדן די אינשורענס איבער סיי וועלכע טוישונגען אינעם דאטום.

די אפליקאציע זעלבסט איז ריכטיג עטליכע מאל איבערצוגיין, זיכער צו מאכן אז אלע דעטאלן זענען ריכטיג אויסגעפילט.


יעדעס מאל ווען איך האב גענומען א טאג, האב איך געשיקט א אימעל 6-7 טעג שפעטער האב איך באקומען א טשעק

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 7:10 pm

האט די בעה"ב שאדן ווען מען נעמט פעיד פעמילי ליעוו?
February Baby Sale
https://amzn.to/2TuvdMj
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 7:25 pm

הרב_שלום האט געשריבן:האט די בעה"ב שאדן ווען מען נעמט פעיד פעמילי ליעוו?

זיין גאנצע ביזנעס צופארט אים. אז 2 פון זיין 5 ארבעטערס קומען נישט איין טאג, ארבעטן נישט די אנדערע 3 כדבועי

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 7:41 pm

nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:האט די בעה"ב שאדן ווען מען נעמט פעיד פעמילי ליעוו?

זיין גאנצע ביזנעס צופארט אים. אז 2 פון זיין 5 ארבעטערס קומען נישט איין טאג, ארבעטן נישט די אנדערע 3 כדבועי

אפילו די אנדערע 3 ארבעטן יא כדבעי, אבער פאר א סיבה האט ער די 2 אלס ארבעטער, און אויב זיי פעלן ווערט די ארבעט נישט געטון!

חיים בלעו
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:56 pm

תגובהדורך חיים בלעו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:13 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אז אן ארבייטער נעמט די PFL וועט עס אויסמאכן פארן בעה"ב לגבי די פרימיום?


ניין


די קאמפעני (עמפלויער בלע"ז) צאלט קיין רויטער צענט פאר פעיד פעמילי ליעוו. זעראו. די גאנצע שטאטישע בענעפיט פאנד איז פינאנצירט גענצליך דורך די ניו יארק ארבייטער. יעדער ארבייטער צאלט אראפ פונעם פעי-טשעק. די מקסימום וואס אן ארבייטער קען אריינצאלן דורכאויס 2019 איז 107.97, פאר א +70k פארדינער. די אינשורענס קאמפעניעס זענען דא בלויז צו באהאנדלן די אדמיניסטראטיוו חלק פון אורלוב קלעימס.
לעצט פאראכטן דורך חיים בלעו אום דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:38 pm

וואס טוט זיך מיט ניו זשערסי? איז דארט אויך דא paid family leave?

חיים בלעו
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:56 pm

תגובהדורך חיים בלעו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 9:48 pm

יא.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:01 pm

nmi האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

כ'האב געפרעגט אמאל א בעה"ב פון א קאמפעני פארוואס ער צאלט אזוי ווייניג פאר זיינע יודישע ארבעטער? ענטפערט ער מיר זיי זאלן זיך פרייען אז כ'געב זיי ארבעט. מיט דעי געלט קען איך ווען האבן אסאך מער גוים...


און איך בין דיר מבטיח אז אויב דער בעה"ב איז נאך נישט קיין עני ואביון וועט ער בקרוב זיין, נישט נאר ווייל ער גלייבט אין די כי בגלל הדבר הזה יברכך ה', נאר ער ווייסט נישט וואסערע קאפוויי גויאישע ארבעטערס ברענגט, וויפיל h.r. פראבלעמען, און ראסע פראבלעמען, ליידער היינט צוטאגס ג'ענדער פראבלעמען, איקוועל פעי, און יא פעיד ליעוו, און אווערטיים, און הערשט טויגן זיי אויף חרוסת, ער חלומ'ט בהקיץ.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:05 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:האט די בעה"ב שאדן ווען מען נעמט פעיד פעמילי ליעוו?

זיין גאנצע ביזנעס צופארט אים. אז 2 פון זיין 5 ארבעטערס קומען נישט איין טאג, ארבעטן נישט די אנדערע 3 כדבועי

אפילו די אנדערע 3 ארבעטן יא כדבעי, אבער פאר א סיבה האט ער די 2 אלס ארבעטער, און אויב זיי פעלן ווערט די ארבעט נישט געטון!


מען קען דאס טון ווען מ'נעמט באמת אורלויב.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:08 pm

דממה דקה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

כ'האב געפרעגט אמאל א בעה"ב פון א קאמפעני פארוואס ער צאלט אזוי ווייניג פאר זיינע יודישע ארבעטער? ענטפערט ער מיר זיי זאלן זיך פרייען אז כ'געב זיי ארבעט. מיט דעי געלט קען איך ווען האבן אסאך מער גוים...


און איך בין דיר מבטיח אז אויב דער בעה"ב איז נאך נישט קיין עני ואביון וועט ער בקרוב זיין, נישט נאר ווייל ער גלייבט אין די כי בגלל הדבר הזה יברכך ה', נאר ער ווייסט נישט וואסערע קאפוויי גויאישע ארבעטערס ברענגט, וויפיל h.r. פראבלעמען, און ראסע פראבלעמען, ליידער היינט צוטאגס ג'ענדער פראבלעמען, איקוועל פעי, און יא פעיד ליעוו, און אווערטיים, און הערשט טויגן זיי אויף חרוסת, ער חלומ'ט בהקיץ.


ריכטיג, פון מיין קליינע עקספיריענס, א אידישע ארבייטער איז ווערט דאפעלט און ארבייט במציאות סאך מער ווי דער אינו יהודי.

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:12 pm

דממה דקה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

כ'האב געפרעגט אמאל א בעה"ב פון א קאמפעני פארוואס ער צאלט אזוי ווייניג פאר זיינע יודישע ארבעטער? ענטפערט ער מיר זיי זאלן זיך פרייען אז כ'געב זיי ארבעט. מיט דעי געלט קען איך ווען האבן אסאך מער גוים...


און איך בין דיר מבטיח אז אויב דער בעה"ב איז נאך נישט קיין עני ואביון וועט ער בקרוב זיין, נישט נאר ווייל ער גלייבט אין די כי בגלל הדבר הזה יברכך ה', נאר ער ווייסט נישט וואסערע קאפוויי גויאישע ארבעטערס ברענגט, וויפיל h.r. פראבלעמען, און ראסע פראבלעמען, ליידער היינט צוטאגס ג'ענדער פראבלעמען, איקוועל פעי, און יא פעיד ליעוו, און אווערטיים, ער חלומ'ט בהקיץ.

אבי גערעדט. אווער טיים באקומען יודן אויך. און די אנדערע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען דעי וואס זענען אריינגעפאלן מיט די יוניען...

ס'איז אמת אז מיט גוים איז מען נישט אזוי פלעקסיבל אווי מיט יודן אבער אין רוב גרעסערע קאמפעניס זיכט מען ווי מער גוים און די יודן נאר פאר מענידזשמענט אדער פאר שווערע קאפ ארבעט וואס נאר א גמרא קאפ קען.

פאר א יוד מוזטו געבן א ריזיגן וועידזש אקעגן דעם גוי און דו מוזט אים פארשטיין ווען...

א יוד קענסטו נישט אנשרייען ווען ער קומט אן א שעה שפעט אווי די שרייסט אן דעם גוי פארן קומען 5 מינוט שפעט.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:20 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:האט די בעה"ב שאדן ווען מען נעמט פעיד פעמילי ליעוו?

זיין גאנצע ביזנעס צופארט אים. אז 2 פון זיין 5 ארבעטערס קומען נישט איין טאג, ארבעטן נישט די אנדערע 3 כדבועי

אפילו די אנדערע 3 ארבעטן יא כדבעי, אבער פאר א סיבה האט ער די 2 אלס ארבעטער, און אויב זיי פעלן ווערט די ארבעט נישט געטון!


מען קען דאס טון ווען מ'נעמט באמת אורלויב.

נאר פאר או באצאלטער טעג מן הסתם און עס דארף זיין א ארבעט טאג
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:36 pm

nmi האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

כ'האב געפרעגט אמאל א בעה"ב פון א קאמפעני פארוואס ער צאלט אזוי ווייניג פאר זיינע יודישע ארבעטער? ענטפערט ער מיר זיי זאלן זיך פרייען אז כ'געב זיי ארבעט. מיט דעי געלט קען איך ווען האבן אסאך מער גוים...


און איך בין דיר מבטיח אז אויב דער בעה"ב איז נאך נישט קיין עני ואביון וועט ער בקרוב זיין, נישט נאר ווייל ער גלייבט אין די כי בגלל הדבר הזה יברכך ה', נאר ער ווייסט נישט וואסערע קאפוויי גויאישע ארבעטערס ברענגט, וויפיל h.r. פראבלעמען, און ראסע פראבלעמען, ליידער היינט צוטאגס ג'ענדער פראבלעמען, איקוועל פעי, און יא פעיד ליעוו, און אווערטיים, ער חלומ'ט בהקיץ.

אבי גערעדט. אווער טיים באקומען יודן אויך. און די אנדערע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען דעי וואס זענען אריינגעפאלן מיט די יוניען...

ס'איז אמת אז מיט גוים איז מען נישט אזוי פלעקסיבל אווי מיט יודן אבער אין רוב גרעסערע קאמפעניס זיכט מען ווי מער גוים און די יודן נאר פאר מענידזשמענט אדער פאר שווערע קאפ ארבעט וואס נאר א גמרא קאפ קען.

א יוד קענסטו נישט אנשרייען ווען ער קומט אן א שעה שפעט אווי די שרייסט אן דעם גוי פארן קומען 5 מינוט שפעט.

איך קען נאר איבערזאגן אז איר ווייסט נישט וואס איר רעדט, איך מענעדש 30 גוי'שע ארבעטערס נישט קיין יוניאן ארבעטערס, און ווען פלוני מיט אלמונית האבן זיך צו שטארק באפריינדעט און דערנאך זיך צוקריגט איז די גאנצע קאמפעני געגאנגען חאדאראם, און ווען אלמוני האט פאר כעס געניצט א ראסיסטישע אויסדריק אויף פלונית איז עס ווייטער די קאמפאני פראבלעם, און ניין די קענסט נישט שרייען אויף קיין ארבעטער אפילו אויף גוים, און אידן עפי"ר פיילן נישט פאר אנאימפלוימענט, און גוים רובא דרובא פיילן יא.

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:47 pm

אוי וויי טוה מיר א טובה איך ארבעט מיט מער גוים פון דיר און קיינער קריגט זיך נישט. אויב יא נעמט מען קער נאך פאר עפעס קען פאסירן. וועם מ'ווארפט איז מען גרייט אז ער גייט פיילן אנעמפלוימענט און ס'לוינט זיך נאך אלץ.

איין זאך יא. כ'וויל נישט אז די אשכול זאל אויסקוקן ווי די לעצטערע אשכולות וואס מ'טענהט זיך אויף פאר פייער און פאר וואסער.

באדעם ליין. א יעדע נארמאלע גוי איז נישט באזארגט פאר א דזשאב. אז מ'קאפעט אים פון איין קאמפעני גייט ער צו א צווייטע. זייער אסאך יודן דרייען זיך ארום אן קיין קאפ און זיכן א מינימום דזשאב כאטש אויסצופילן דעם טאג און אהיים ברענגן א שטיקל ברויט אויפן טיש און נאך 12 אינטערוויוס וויל אים נאך קיינער נישט אן נעמען. פיגער אויס אליין די ריזן דערפון


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוינע באנאנע און 17 געסט