לידיעת הציבור! פעיד פאמיליע ליעוו!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

לידיעת הציבור! פעיד פאמיליע ליעוו!

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:38 am

איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:26 am

רעדנדיג גראד, קען מען נישט "מאכן" קיין געלט דערפון, נאר מ'קען באקומען באצאלט אפילו מען ארבייט נישט.

איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט?

(איך האב שוין גענוצט PFL)

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:04 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

אפשר זאגסטו מיר איך ברויך וויסן זייער וויכטיג

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:06 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

אפשר זאגסטו מיר איך ברויך וויסן זייער וויכטיג

מזל טוב... שמחה ונחת געזונטערהייט...

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:07 pm

nmi האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

אפשר זאגסטו מיר איך ברויך וויסן זייער וויכטיג

מזל טוב... שמחה ונחת געזונטערהייט...

אמן

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:21 pm

די ערשטע זאך לאמיר זאגן אין איין פאראגראף וואס איז דאס paid family leave.

דאס איז א מאנדאדירטע פעיראל טאקסירטע אינשורענס איינגעשטעלט אין נ.י. סטעיט אין 2018, א בחינה ווי אנעפלוימענט אדער דיסעביליטי אינשורענס, וועלכע צאלט א מאקסימום $124 פער טאג, פאר יעדע טאג וואס מען פעלט פון די ארבייט פאר די גאנצע יאר פון נאכן געבורט פון א קינד, אדער פאר יעדע טאג וואס מען פעלט פון די ארבייט צוליב פארוויילן אין שפיטאל מיט א חולה אין די משפחה ח"ו, ביז א מאקסימום פון 10 וואכן א יאר.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:33 pm

מיינט דאס אז מען ברויך נישט ממשיך זיין מיט די וועיזשעס אין יענע תקופה און יענע קען נעמען פון די פעיד פעמילי ליעוו?
וועט די פרימיום פארן עמפלויער ארויפגיין לכבוד דעם?
נאט אייך א גרינע...


בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:36 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

איך גלייב אז עס איז נאר פאר די ווייבל /מאמע וואס ארבעט נישט פאר די טאטע ווען ער האט א קינד. ריכטיג?

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:10 pm

ביז ווען נאך מ'האט א קינד קען מען זיך ווענדן צו דעם פראגראם?

אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

תגובהדורך האש שלי » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:19 pm

בבל האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איר קענט מאכן אפאר טויזנט דאללאר אין פאל פון געבוירט פון א קינד בשטומ"צ דורכן בילן אייער אינשורענס פון פעיד פעמיליע ליעוו. איך האב לעצטנס דאס געזאגט פאר עטליכע בעלי שמחה, און קיינער האט נישט געהאט די מינדעסטע ידיעה דערפון בעפאר.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה אראפגעבן אין קורצן די רעגולאציעס און פראצעדורן פון די אפליקאציע, און די ארומיגע דעטאלן.

איך גלייב אז עס איז נאר פאר די ווייבל /מאמע וואס ארבעט נישט פאר די טאטע ווען ער האט א קינד. ריכטיג?

ניין. די טאטע קען אויך באקומען, איך מיין צוויי טעג.
בא לחזק ונמצא חוזק

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:32 pm

אילו זכינו האט געשריבן:ביז ווען נאך מ'האט א קינד קען מען זיך ווענדן צו דעם פראגראם?

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר יעדע טאג וואס מען פעלט פון די ארבייט פאר די גאנצע יאר פון נאכן געבורט פון א קינד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:41 pm

נישט קיין חילוק טאטע מאמע, PFL באקומט יעדער די זעלבע 6 וואכן ביז א יאר נאכן האבן א קינד.

אויסער דעם איז דא מעטערניטי ליעוו, אז די מאמע קען נעמען אףף "און נישט באקומען באצאלט" פאר איך מיין נאך צוויי וואכן (אויסער די 6 וואכן PFL).

מבאקומט נאר באצאלט א חלק פון די געהאלט. 2018 איז געווען 50 פראצענט, און ס'גייט ארויף פאר די קומענדיגע פאר יאר.

נישט די בעה"ב אין נישט די ארבעטער גייט אויסמאכן צו מ'נעמט אףף צו נישט וויבאלד יעדער צאלט עניוועי א פרימיום פון יעדע אינקאם. אין אנדערע ווערטער ס'א שאד עס נישט צו נעמען וויבאלד דו צאלסט עס עניוועי איין.

ביי די ענדע יאר באקומט מען א 1099 און מ'דארף געהעריג באצאלן טעקס אויף די PFL פארדינטע געלט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:17 pm

לאמיר שנעל פארענטפערן אפאר הערות.

- אין 2019 איז עס ארויף צו 10 וואכן. אזוי אויך איז עס ארויף צו %55 פון די אינקאם.
- עס גייט אן ביז איין יאר נאכן האבן א קינד, אבער מען מוז דאס אריינגעבן די אפליקאציע ביז 18 טעג נאכן נעמען די ערשטע טאג off צו קענען צוריקבאקומען בענעפיטן אויף למפריע.
- צו קענען געניסן פון די מאקסימום בענעפיטן, איז ריכטיג צו פארדינען א 13 מיאות א וואך אדער מער, (בעפארן אראפרעכענען טעקס)
- מען מוז נישט ארויסנעמען די וואקאציע טעג אין איין צו. מען קען עס נעמען periodic. יעצט 2 טעג. ימים טובים צייט נאך אפאר. וואקאציע נאך אפאר. אריינווארפן א קורצע ווינטער פרייטאג. א.א.וו. אבער אויב איז פאראן אינמיטן א "לאך" פון 3 חדשים, מוז מען דאן פונדאסניי אריינגעבן אן אפליקאציע.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:40 pm

בנוגע רעכענען טעג וואס מען ארבייט במילא נישט ווי שבת און זונטאג:

די אינשורענס פירמע באזירט זייער באשלוס לויט וועלכע טעג אין די וואך מען האט געארבייט די לעצטע 8 וואכן. איר וועט אפילו טרעפן אינשורענס פירמעס וועלכע האבן דאס אלס א באזונדערע פראגע אויפן אפליקאציע. דעריבער איז נישט ערווארטעט אז זיי וועלן באצאלן דערפאר. נאר וואזסע דען.

- עס איז דאך וויכטיג אריינצוווארפן אין די טעג אויפן אפליקאציע עטליכע דאטומען פון זונטאגס וכדו', אלס טאקטיק, וויבאלד די אינשורענס פירמע אגענטן זאלן זיך האבן אויף וואס אנצוכאפן און נישט זוכן אנדערע זאכן פון וואס אראפצורעכענען. וכך נהגתי צום גרויס פרייד פון די אינשורענס אגענט.

- אין אזא פאל אז מען ארבעט בלויז 5 טעג א וואך, באקומט מען באצאלט מער, ווייל דאן ווערט 5 באזונדערע טעג גערעכנט ווי א גאנצע וואך off

- ימים טובים און חוה"מ באצאלן זיי געהעריג אזוי לאנג ווי עס וועט נישט קומען א חכם און זיי אויפקלערן דערוועגן. (איך ווייס נישט צו ס'איז מעגליך פאראן אן הלכה שאלה דערביי, זאלן די תלמידי חכמים אריינקומען)
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך פאברואר 06, 2019 3:23 pm

למעשה וואס טוה איך יעצט? צו וועם דארף איך רעדן? ווי באקומט מען אן אפליקאציע... וכו'
יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 3:52 pm

Horizontal האט געשריבן:למעשה וואס טוה איך יעצט? צו וועם דארף איך רעדן? ווי באקומט מען אן אפליקאציע... וכו'
יישר כח

פאלגענד איז די אפליקאציע.

http://www.wcb.ny.gov/content/main/forms/PFL2.pdf

א חלק פילט דער ארבייטער אויס און גיט עס פארן בעה"ב, דאן מוז דער בעה"ב אויספילן זיין חלק און עס צוריקגעבן פארן ארבייטער ביז 3 טאג. (במאמר המוסגר: ווארט נישט אויף קיין כבוד, פילט עס אליינס אויס, און גיט עס פארן בעה"ב צו אינטערסיינען.)

דערנאך שיקט אלעס אריין פארן אינשורענס פירמע, צוזאמען מיט די נויטיגע דאקומענטן דארט אויסגערעכנט.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך פאברואר 06, 2019 3:59 pm

א גרויסן יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך פאברואר 06, 2019 5:01 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:למעשה וואס טוה איך יעצט? צו וועם דארף איך רעדן? ווי באקומט מען אן אפליקאציע... וכו'
יישר כח

פאלגענד איז די אפליקאציע.

http://www.wcb.ny.gov/content/main/forms/PFL2.pdf

א חלק פילט דער ארבייטער אויס און גיט עס פארן בעה"ב, דאן מוז דער בעה"ב אויספילן זיין חלק און עס צוריקגעבן פארן ארבייטער ביז 3 טאג. (במאמר המוסגר: ווארט נישט אויף קיין כבוד, פילט עס אליינס אויס, און גיט עס פארן בעה"ב צו אינטערסיינען.)

דערנאך שיקט אלעס אריין פארן אינשורענס פירמע, צוזאמען מיט די נויטיגע דאקומענטן דארט אויסגערעכנט.

זאג מיר נאך עפעס, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז איך ברויך האבן עפעס א אינשורענס פון פארדעם??
יישר כח
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 5:20 pm

Horizontal האט געשריבן:זאג מיר נאך עפעס, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז איך ברויך האבן עפעס א אינשורענס פון פארדעם??
יישר כח

נישט דו ברויכסט, דו האסט! (כ'האף אזוי) גענוי ווי סאשעל סעקיוריטי א.ד.ג. ברויכסט נאר געוואויר ווערן פון דיין באס וועלכע פירמע דאס איז,
אדער קענסטו רופן די סטעיט אגענטור פרעגן אויף 844-337-6303
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:53 pm

תגובהדורך בארד אין פיאות » מיטוואך פאברואר 06, 2019 6:50 pm

Shelter point is very good and fast, for the boss and the worker
לעצט פאראכטן דורך בארד אין פיאות אום מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:09 pm

יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:49 pm

די פאר שעה פרייטאג באקומט מען באצאלט אווערטיים ביי אסאך ביזנעסער. אבער א וואך וואס דו ריעטשד במילא נישט די אווערטיים שעות, ווי .צ.ב.ש. ימים טובים סעזאנען אדער סיי וועלכע אנדערע וואך ווען עס קומט נישט אויס אווערטיים אפילו מיטן פרייטאג, לוינט זיך טאקע נישט אריינצוקומען צו די ארבייט יענעם פרייטאג.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:07 pm

shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )

כ'האב געפרעגט אמאל א בעה"ב פון א קאמפעני פארוואס ער צאלט אזוי ווייניג פאר זיינע יודישע ארבעטער? ענטפערט ער מיר זיי זאלן זיך פרייען אז כ'געב זיי ארבעט. מיט דעי געלט קען איך ווען האבן אסאך מער גוים...

דער יוד איז 100% גערעכט. ס'איז נישט קיין סוד אז אנצוקומען צו א גוטע קאמפעני וואס זאל דיר אויפנעמען אלץ ארבעטער איז ביטער ביטער שווער. און דעי אנדערע קאמפעניס וואס נעמען אן גרינג קען מען פליען די זעלבע שנעל ווי ער האט דיר אויפגענומען און מ'האט נישט דעי אלע בענעפיטס.

ע"כ טייערע יודן האטס שכל און מאכטס נישט אז ענקערע בעלי בתים זאלן פארגיין דעם אפעטיט פון אויפנעמען יודישע ארבעטער'ס. פון עביוזן א סיסטעם קומט קיינמאל נישט ארויס קיין גוטס און רוב מאל האט מען ביטער חרטה.

און פאר דיר #שמעון. אשריך אז דו ביזט נישט פון יענע חברה און האלט עס אן. ס'איז אום אחריות'דיג. אום מענטשליך און אום נארמאל אזוי אויסצוניצן א בעה"ב וואס טוט דיר די גרעסטע טובה אין דיין לעבן און איז די גוטע שליח פונעם אייבישטער דיר צו געבן פרנסה

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:17 pm

shimon7323 האט געשריבן:יא, די היימישע ביזנעסער גייען פיין ליידן פון דעם, ביי אונז האט מען קינדער מער ווי די גוים, מיינט עס אפיציעל אז מיט דער צייט גייט דער עולם נאר ארבעטן איין טאג ווייניגער יעדער וואך.

יעך אליין האב דריי חברים און איין פלאץ וואס פעלן אפיציעל פרייטאג אויף דעם חשבון. ( פרייטאג איז דער חשבון אז זיי צאלן ווי א געהעריגע טאג, ממילא לוינט זיך עס מער )


פארשטייט זיך אז די בעה"ב וועט קענען אראפרעכענען פון דיין וועידזש פאר די טאג וואס דו קומסט נישט אריין און פון PML באקומסטו נאר האלב, סא פארדינסט נישט קיין געלט, די איינציגסטע פארדינסט וואס דו האסט איז, אז אויב ביסטו פויל אריינצוקומען קענסטו לעגאל פארפעלן אריינצוקומען.

און די פארלוסט פאר היימישע ביזנעסער איז אז מען קען נישט פירן קיין ביזנעס ווען יעדן צווייטן טאג וועט א צווייטער פעלן.

אבער ארבייטער, זייט געווארענט! אביוז נישט די סיסטעם ווייל דיין בעה"ב וועט שנעל פטור ווערן פון דיר!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:20 pm

אז אן ארבייטער נעמט די PFL וועט עס אויסמאכן פארן בעה"ב לגבי די פרימיום?
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Volunteer און 10 געסט