בלאט 10 פון 12

מינאוואסקא ח"א

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:24 pm
דורך היימישער הייקער
מיטוואך פרשת פנחס איז געווען א הערליכן וועטער, און א גרופע פון צוואנציג בחורים פון ברוקלין זענען ארויסגעקומען אויף אן אויספלוג צו דעם אויג פארכאפענדע מינעוואסקע סטעיט פארק און דעם קעטסקילס ראיון. זיי האבן זיך אנגעקומען אין די נאכמיטאג שעה'ן, און זיך ארויסגעלאזט אויף א הייק מיטן פלאן צו שפאצירן די 3.2 מייל ביז דעם 'ווערקערדערקיל' וואסערפאל, און דערנאך זיך אומקערן.

דא האט איר בילדער פון דעם וועג און דעם וואסערפאל. עס איז טאקע ממש הערליך שיין. איך פארשטיי זיי!






געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:12 pm
דורך געוואלדיג
אה, עפעס דערפרישנד, זיי ממשיך ביטע

מינאוואסקא ח"ב

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:29 pm
דורך היימישער הייקער
נו, אז איר בעט...

זעה די מאפע פון דעם פלאץ. 'עס איז געהיילייט' דעם וועג וואס די בחורים האבן גענומען.




מערקט ווי די ערשטע חלק וועג איז אנגעצייכנט מיט א רויטע שטריך. דאס איז וואס ווערט אנגערופן א woods road. דהיינו א ברייטע שיינע וועג וואס מען קען טעכניש פארן אויף דעם מיט atv'ס אדער אפילו פיק אפ טראקס. אבער עס איז אפגעשפארט פאר אלגעמיינע באזוכער. עס איז אוועקגעשטעלט נאר אויף צו שפאצירן.


דעם woods road



דרך אגב, דעם חלק וואס מען זעהט אויף דעם בילד קוקט אויס זייער שיין, אבער היבש פלעצער אויף דעם 'ראוד' איז געווען פיל מיט לעכער אין 'פאדעלדס' וואס וואלט געלעכערט די רעדער פון רוב קארס. מען קען נאר פארן מיט טרעקלעך.


די צווייטע חלק פון דעם וועג איז אנגעצייכנט מיט א געהאקטע בלויע און ווייסע ליין. דאס איז שוין סתם א טרעיל, מיט גאר אסאך גרעסער שטיינער וואס שטעקן זיך ארויס. באטראכט דעם בילד. אויב גייט מען מיט סתם שיך איז מען כמעט פארזיכערט זיך גוט אויסצודרייען די פיס.


די טרעיל


געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:17 am
דורך ברוינע באנאנע
נא גיי ווייטער פליז!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:56 am
דורך בשבילי נברא
היימישער הייקער האט געשריבן:די צווייטע חלק פון דעם וועג איז אנגעצייכנט מיט א געהאקטע בלויע און ווייסע ליין. דאס איז שוין סתם א טרעיל, מיט גאר אסאך גרעסער שטיינער וואס שטעקן זיך ארויס. באטראכט דעם בילד. אויב גייט מען מיט סתם שיך איז מען כמעט פארזיכערט זיך גוט אויסצודרייען די פיס.


ווער מיר יעצט געוואר אז מ'דארף גאר האבן ספעציעלע שיך צו גיין הייקן, וואספארא שיך דארף מען זיך מיטנעמען אויף א הייק?

קענסט אפשר אנווייזן עפעס א ביישפיל פון וואס מ'רעדט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:07 pm
דורך היימישער הייקער
אויב גייט מען אויף א שטיינערדיגע פלאץ, דארף מען האבן שיך וואס דעקט צו ביז העכער דעם קנעכל.

א שטייגער ווי דאס




חוץ אויב עס שטערט אייך נישט צו בקומען א רייד ארויס אין א 'ליטער בעסקעט'...

מינאוואסקא ח"ג

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 4:41 pm
דורך היימישער הייקער
די בחורים האבן טאקע מצליח געווען עס צו מאכן ביז צו דעם הערליכן וואסערפאל, אבער ערגעץ דארט האט זיך איין בחור פארוואונדעט זיין פיס. די בחור האט געהאט געפערליכע יסורים און האט נישט געקענט ווייטער גיין. די געטרייע חברים האבן פראבירט אויף כמה אופנים אים צו העלפן גיין, אבער עס האט נישט געארבעט. זיי האבן אפילו פראבירט אים צו האלטן אויף די פלייצעס פון די גאנצע חבורה, אבער זיי האבן גאנץ שנעל איינגעזעהן אז עס וועט דויערן צו לאנג, און זיי וועלן עס שוין נישט מאכן פאר עס ווערט טינקל.

ב"ה איינע פון די בחורים האבן געהאט קאמסארס נומער אויפן טעלעפאון, און זיי האבן זיך תיכף פארבינדן מיט די דיספעטשער. (דאס האט געשפארט טייערע צייט. האסטו קאמסארס נומער געסעיווט? הא?... די נאמבער איז 845-426-5678 וואס שטעלט אויס די ווערטער 845-I-AM-LOST) איינע פון קאמסאר'ס wilderness EMT's האט געגעבן אנווייזינגען דורך דעם טעלעפאון פאר די בחורים ווי אזוי צו מאכן א פראוועזארישע ספלינט ביז קאמסאר וועט אנקומען.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 10:49 am
דורך ברוינע באנאנע
היימישער הייקער האט געשריבן:
ב"ה איינע פון די בחורים האבן געהאט קאמסארס נומער אויפן טעלעפאון,


כהאב מורא אז די בחור דרייט זיך דא אויפן וועלטל ווייל איך וואלט נישט געהאט קיין מושג וואס קאמסאר איז ווען נישט די קלערסט אונז אויף (בד״וו אויב ריפען זיי הצלה וואלטן זיי נישט געריפען קאמסאר?)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 1:45 pm
דורך קו הישר
האלטעך אינמיטן אויס פלאנירן א הייק פאר קומענדיגע וואך. זאפארט שוין אריין געלייגט די נומער אינעם טעלעפאון און אויך אויפן אינפא פאפיר וואס איך נעם מיט.
מיטן אויבערשטענס הילף זאל מען קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו דעם. (די וועסט שוין באקומען שכר פארן מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 2:02 pm
דורך היימישער הייקער
אז דו פלאנסט א הייק, און דו שרייבסט אראפ אינפאו, שלאף איך רואיג. כמותך ירבו. די גרעסטע פראבלעמען ביים הייקן נעמט זיך פון עס נישט נעמען ערנסט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:40 pm
דורך ברוינע באנאנע
הייקער גארנישט פון די לעצטע פאר וואכן ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:53 pm
דורך היימישער הייקער
אוי איז געווען די לעצטע פאר וואכן, עוד חזון למועד. ביזדערווייל האלט נישט דיין אטעם...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:34 pm
דורך צו געזונט
מר. הייקער. קאנסט מיר אפשר געבן דיין פערזענליכע סעל נומער? איך האב נישט ליעב צו הערן וועלכע קנעפל צו דריקן פאר וועלכע געברויך. איך וויל גלייך רעדן צו א מענטש

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:59 pm
דורך אסדר לסעודתא
היימישער הייקער האט געשריבן:אוי איז געווען די לעצטע פאר וואכן, עוד חזון למועד. ביזדערווייל האלט נישט דיין אטעם...

עפעס א משפחה פון מאנסי האט מען געזוכט דעם פרייטאג ביז אין שבת אריין. קאמסאר איז געווען אינוואלווד?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:32 am
דורך היימישער הייקער
ניין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 9:38 pm
דורך א גוטע ניק
שוין לאנג נישט געהערט ב''ה

--
סתם נייעס און וועגן חוה''מ איז גוט צו הערן

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 10:05 pm
דורך היימישער הייקער
ליידער איז די סיבה פון נישט שרייבן, נישט געווען צוליב ווייניג אינצידענטן. תכלה שנה וקללותי'. אולי און דעם צוקומפט וועט מען נאכאמאל שרייבן.

כדי שלא להשאיר את הנייר חלק, דא האט איר איין בילד פון א לעצטיגע טרענירונג.

בילד

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 9:29 am
דורך נישטאמת
היימישער הייקער האט געשריבן:ליידער איז די סיבה פון נישט שרייבן, נישט געווען צוליב ווייניג אינצידענטן. תכלה שנה וקללותי'. אולי און דעם צוקומפט וועט מען נאכאמאל שרייבן.

כדי שלא להשאיר את הנייר חלק, דא האט איר איין בילד פון א לעצטיגע טרענירונג.

בילד

א גרויסן ישר כח מר הייקער. מיר באלעקן זיך מיט דיינע באריכטן. קיפ איט אפ!

קענסט פליז מער מסביר זיין וואס דא קומט פאר אויף דע בילד? וואס דע זאק\קאוט וואס דע מענטש האט אן אין איז זיין פיס בדוקא ארויסגעשטעקט?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 10:09 am
דורך היימישער הייקער
עוד חזון למועד

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 10:45 am
דורך היימישער הייקער
א גוטע ניק האט געשריבן:סתם נייעס און וועגן חוה''מ איז גוט צו הערן


דרך אגב, אז דו רעדסט פון חוה"מ, עס איז דא א קורצע צוויי מינוטיגע סעיפטי טיפ איבערזיכט וועגן הייקן אויף קאמסאר'ס ליין. עס איז שטארק כדי עס אויסצוהערן איידער מען גייט הייקן. 845-426-5678. דריקט 2 פאר יידיש, און דערנאך 9 פאר די טיפס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 2:28 pm
דורך ברוינע באנאנע
היימישער הייקער האט געשריבן:ליידער איז די סיבה פון נישט שרייבן, נישט געווען צוליב ווייניג אינצידענטן. תכלה שנה וקללותי'. אולי און דעם צוקומפט וועט מען נאכאמאל שרייבן.

כדי שלא להשאיר את הנייר חלק, דא האט איר איין בילד פון א לעצטיגע טרענירונג.

בילד

די גוי אויף די טרטשער איז TOM ?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 2:30 pm
דורך היימישער הייקער
יאפ!

געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2020 11:34 pm
דורך נישטאמת
היימישער הייקער האט געשריבן:עוד חזון למועד

שוין דריי חדשים פארביי. מר הייקער, מיר קוקן ארויס איר זאלט ממשיך זיין דא. וואס איז די מעשה מיט די ארויס געשטעקטע פיס?

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2020 7:24 pm
דורך היימישער הייקער

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2020 7:28 pm
דורך קהלס נאר
היימישער הייקער האט געשריבן:https://rocklandreport.com/missing-suffern-teen-found-deceased-in-lake-antrim/

אידיש קינד ?