נייעס אינערהאלב COMMSAR

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דערמאנענדיג ר' יודל שווארץ דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז ר' יודל איז גאר שטארק אנערקענט ביי די אלגעמיינע אינסטאנצן וואס רופן אים כסדר זיך צו באראטן אויף פארשידענע SAR מיסיעס. ער איז אן אפיציעלער אינסטראקטער פאר NASAR וואס איז דער נאציאנאלער עידזשענסי וואס פארפיגט אויף אלע SAR אנגעלעגענהייטן אין די פאראייניגטע שטאטן. זיינע קלאסן זענען ברייט בארימט פאר איר דורכדרינגלעכער קלארקייט.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דרך אגב, עס איז דא א קלער צו מאכן א קלאס אין מאנסי פאר א פרישע דור פון SAR פראפעסינאלן. אויב איר זענט אינטערסירט קענט איר מיר שיקן אן אישי.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

חלק י"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איבערנאכט האט די קליינע יודישע קהלה געעפנט זייער הייזער פאר די פילע וואלענטירן צו איבעשאלפן די נאכט. עס איז אינטערסאנט אנצומערקן, אז אין די זעלבע צייט וואס די וואלענטירן אויפן ארט האבן אפגערוהט זייער זעקל ביינער, האבן פרישע גרופעס פון ניו יארק זיך ארויסגעלאזט צו פארן איבערנאכט קיין ווערדזשיניע. ווי דערמאנט איז דאס א באלד אכט שעה'דיגער וועג.


ווי געשמועסט האט זיך דער זוך אנגעהויבן שוין גאר פארטאגס. אבער די עיקר ערענסטע זוך אקציע האט זיך אנגעהויבן בערך 10 אזייגער. חברים פון מאנסט האט אויפגעשטעלט א טענט ממש אויפן ברעג, כדי די פילע וואלענטירן זאלן האבן ווי צו כאפן אביסעל שאטן און א טרינק וואסער. (די פארקינג לאט ווי די קאמענד סענטער האט זיך געפונען, איז געווען בערך א פופצן מינוט וואק צום ברעג)

איך דערמאן זיך יעצט, אז איך האב אויסגעלאזט איין חלק. אין די מיטוואך פארמיטאג שעות איז געקומען שמועות אז קאוסט גארד האט שוין אויפגעהערט צו זוכן. דאס איז נישט געווען ריכטיג. מען האט ווייטער געזעהן זייער שיפלעך זוכן ביז היבש שפעט נאכמיטאג.

דא וויל איך טאקע מסביר זיין, פילע האבן געפרעגט בשעת מעשה, אז אויב די קאוסט גארד האט שוין אויפגעגעבן, איז דאך פשט אז זיי רעכענען אז מען וועט אים שוין מער נישט טרעפן, אויב אזוי פארוואס זוכט מען ווייטער?
אבער די סיבה וואס זיי האבן סוספענדירט די מיסיע איז פשוט וויבאלד די קאוסט גארד האט אן אחריות צו זיין גרייט אויף א רעטונג רוף צו יעדע מינוט. עס איז זעלבס פארשטענדליך, אז בשעת זיי זענען פארנומען מיט איין מיסיע, וועט דויערן פיל לענגער אנצוקומען אויפן ארט פון א פרישע רעטונג רוף. דערפאר האבן זיי געוויסע פראטעקאלן ווי לאנג צו פארברענגן אויף א מיסיע. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען מען רעכענט שוין נישט אז מען וועט קענען ראטעווען דעם מענטש ר"ל.
גענוי פאר די זעלבער סיבה האט קאמסאר אויך באשלאסן זיך אומצוקערן קיין ניו יארק ווען עס איז געווארן נענטער צום שבת. נאכן אנגרייטן די באדן און אראפלייגן די יסודות פאר די זוך אקציע, האט קאמסאר באשלאסן זיך צוריק צו קערן און איבערלאזן די ווייטערדיגע ארבעט פאר די פילע ארגענעזאציעס און וואלענטירן וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם זוך אקציע. קאמסאר האט ווייטער מיטגעהאלטן און ארויסגעהאלפן פון דערווייטנס, ווי מיר וועלן אויסשמועסן, בשעת'ן זיין גרייט לאקאל אין ניו יארק על כל צרה שלא תבא.

נחזור לעניננו, דורכאויס די קומענדיגע פאר טעג איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם ווי אזוי פיל וואלענטירן פון אזוי פיל אנדערע ארגענעזאציעס זענען געזעסן צוזאמען און פלאנירט צוזאמען. מען האט געקענט טאפן אין די לופט דעם געפיל אז יעדער איז דא אן אח לצרה.

ווי שוין דערמאנט, האבן אפילו די גוישע אינסטיטוציעס ארויסגעהאלפן פיל לענגער ווי געווענליך ווערענדיג אינספערירט פון די אחדות וואס כלל ישראל האט באוויזן. די אלגעמיינע גאס, אריינגערעכענט די לאקאלע אינסטאנצן, זענען געכאפט געווארן אין שאק פון די מורא'דיגע אחדות וואס כלל ישראל האט באוויזן. די אלגעמיינע פרעסע האט דאס באריכטעט און עס איז געווען א גרויסע קידוש השם.

אזוי ווי פריער דערמאנט, ווען עס איז געווארן נענטער צו שבת און עס איז געווארן קלאר אז עס איז דא א מעגליכקייט אז דער זוך זאל זיך שלעפן ביז נאך שבת, האט קאמסאר איבערגעגבן די קאמענד פאר חברים פון ראקלענד צו אנהאלטן דעם זוך אקציע. פרייטאג און זינטאג האבן זיי דאס געפירט ביז מען האט אפגעפונען דעם נפטר זינטאג מיטאג איין מייל פון נארט קארעליינע, און דריי הינדערט פיס אריין אין וואסער. דאס איז געווען 7.8 מייל פון ווי ער איז ר"ל פארשוועמט געווארן. ווען נישט די פילע ארגענעזאציעס און וואלענטירן וואס האבן ארויסגעהאלפן וואלט נאך געקענט נעמען א שטיק צייט ביז מען וואלט אים אפגעפונען. אדאנק די איבערמידליכער ארבעט פון כלל ישראל מיטן דעקן די ערד, לופט און וואסער מיט וואלענטירן, האט דער משפחה געקענט ברענגען זייער ליבער טאטע און מאן לקבירה און ברענגן א קליין שטיקעל נחמה צו די ציבראכענע משפחה.

די מאפע פון דעם פלאץ ווי ער איז ר"ל פארשוועמט געווארן און ווי מען האט אים געפונען.


מיט דעם האט זיך געשלאסן דעם ביטערע טראגעדיע וואס האט באטראפן כלל ישראל מיטן טראגישע פרי צייטיגע פטירה פון אן אזא דערהויבענע מלמד, וואס מען האט כסדר געהערט דארט פון מענטשן ווי איבערגעגעבן ער איז געווען צו זיינע תלמידים.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג יולי 22, 2019 9:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דא האבן עסקנים אויפגעשטעלט א פאנד צו ארויסהעלפן די ציבראכענע אלמנה און יתומים זיך שטעלן אויף די פיס אביסעל. די קאמפיין איז שוין אפיציעל אפגעלאפן, אבער מען קען נאך ביישטייערן.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

לאמיר מסיים זיין מיט א געדאנק וואס דער נפטר פלעגט אסאך אריין לייגן אין די קינדער, און ווי מען זאגט איז דער ביך וואס ער האט ארויסגעגעבן אויך באזירט אויף דעם נקודה. זאל דאס זיין לעילו נשמתו.

ווען מען רעדט פון א צדיק און א גדול, טראכט מען געווענליך אז דאס זענען גאר הויכע מדריגות וואס געהערט גארנישט צו מיר. אבער דער אמת איז אז יעדער קען זיך אפלערנען פון א צדיק. ווייל, לדוגמא, דער צדיק רעדט נישט אויס אינמיטן דאווענען. אויב רעדסטו נישט ביים דאווענען, ביסטו שוין מיט איין טריט נענטער צו די מדריגות פון דעם צדיק! הייב אהן נאכמאכן דעם צדיק מיט איין זאך אויף א אמאל וויפיל דו קענסט פארנעמען, וועסטו אליין בקרוב אנקומען צו גאר גרויסע מדריגות.

טייערע ווערטער פון א טייערע יוד. יהא זכרו ברוך.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

היימישער, אויב איך מעג פרעגן, איך פארשטיי אז אלעס איז באשערט.
פארוואס האט געדויערט אזוי לאנג דורך צי פארן א שטח פון 8 מייל, ווי עס קוקט אויס איז געווען דארט עטליכע שיפן מיט דזשעט סקיס, פאר אונז פשוטע מענטשען וואס האבן נישט קיין ערפארונג דאכט זיך אז צו פאר'ן אכט מייל אהין און צוריק ברויך נישט דויערן אזוי לאנג.
אויך וואס איז די פראבלעם צי פארן מיט א קליינע שיף פון ווירדזשיניע צו די קאראליינעס? איז דא אן אפהאלט פון אריבערקראסן די סטעיט דריי הונדערט פיס אריין אין ים. די אלע יאכט שיפן און דזשעט סקיס וואס מען זעט למשל ביים ברעג טיף אריין אין די ים, דארפן האבן ספעציעלע ערלויבעניש יעדע מאל וואס זיי קראסן סטעיט ליינס?
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

היימישער, מיר באלעקן זיך מיט דיינע באריכטן און אינפאמאטיווע תגובות, גיי אן.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ייש"כ געוואלדיג און אלע מעריצים! עס גיבט חשק צו שרייבן.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

צו הרב לעיקוואד'ס שאלה. אהן אריינגיין אין די פרטי פרטים, וואס איז נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער, איז די טבע אז ווי לענגער א גוף איז אין די וואסער, אלס מער שאנסן אז דער גוף זאל ארויפקומען. דערפאר ווען מען זיכט פאר א קערפער אין די וואסער, דארף מען כסדר איבערגיין די זעלבע שטח נאכאמאל און נאכאמאל.

דעם פלאץ ווי מען האט אים עווענטועל געטראפן, האט מען שוין ביז דאן איבערגעגאנגן צענדליגע מאל. זונטאג נאכמיטאג איז געווען באשערט אים צו טרעפן.

לגבי דיין צווייטע פראגע איבער זוכן אין נארט קארעליינע, די סטעטיסטיקס האבן אנגעוויזן אז מען וועט אים טרעפן נאך אין ווידזשניע, מען האט זיך נאר צונויף גערעדט מיט די נארט קאראליינע אינסטאנצן ליתר שאת.

מען דארף דא ארויסברענגען לשבח די אלע שיף וואלענטירן, ובתוכם די מתעסקים ווואלענטירן וואס האבן אים למעשה געטראפן, וואס זיי האבן געפארן אויף דעם זעלבן וואסער אהין און צוריק פאר צענדליגע שעות, אהן זעהן א שטראל פון האפענונג. עס איז באמת געווען א שווערע זאך צו טוהן. אבער דאס אהבת ישראל האט איבערגעוואויגן די שוועריקייט און מען האט געזוכט מיט מסירת נפש ביז מען האט געפונען. מי כעמך ישראל.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דינסטאג יולי 23, 2019 1:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

היימישער גוד דזשאב ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

קודם א ייש"כ פאר אונזער "היימישער הייקער" אייער באשרייבונגען איז זייער אינטערעסאנט! ליידער איז עס יעצט מיט א זויערן טעם, זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט מבשר זיין נאר גוטע בשורות!

איך וויל דא ארויסברענגן אביסל א זייטיגע נושא ווי מ'זעהט דעם "אהבת חינם" פון כלל ישראל, בפרט אין די טעג ווי מיר שטייען יעצט...
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין איינע פון די סטעיטס אויף ביזנעס יענע וואך ווען דער מלמד ז"ל איז פארשוועמט געווארן, צוזאמען מיט אונז איז געווען נאך יודן פון אלע ערליי וואס איר קענט זיך נאר פארשטעלן! מיר האבן געהאט מניינים אויף שחרית מנחה מעריב דארטן האבן אלע מיטגעדאוונט פון איינער א חסידישע רב וואס איז אויך געווען מיט אונז מיטן ברייטן היט און שווארצע זאקן וכו' פארן עמוד האט געדאוונט א בעל הבית'ישע חסידישע יוד, ביי חזרת הש"ץ האט א ספרד'ישע יוד געדוכנט... נאכן דאווענען האט איינער א ליטוואק געזאגט דברי תורה יעדן טאג, אא"ו... (אפי' אזעלכע וואס צום דאווענען האבן זיי זיך צוגעדעקט דעם בלויזן קאפ...)
עניוועי, מיטוואך אינדערפרי האבן זיך אלע צאמגענומען נאכן דאווענען און געזאגט תהילים פסוק בפסוק פאר דעם מלמד, דער ספרדי מיטן חסידישען, דער ליטוואק מיטן רב, כאטש וואס לכאורה קיינער האט נישט געקענט דעם מלמד, עפעס א יוד פון ווערדזשיניע, אבער אז א יוד איז אין א צרה איז יעדער מתפלל פאר אים!

האבעך געטראכט די זעלבע מיט די אלע ארגענעזעשינס, כאטש וואס די אלע יודן וואס זענען ארויסגעפארן העלפן זיכן איבערלאזנדיג די שטוב מיט די ארבעט, וכו' וכו', און אע"פ וואס זיי האבן מיט דעם יוד און זיין קהלה קיינמאל נישט געהאט און לכאורה גייען קיינמאל נישט האבן קיין שום שייכות, אעפ"כ א יוד איז אין א צרה, זענען מיר אלע גרייט צו טוען וואס מ'קען צו העלפן צו איז עס מיט תפלה אדער מיט פיזיקעל העלפ, מיר זענען גרייט!
בלייבט נאר איבער אויסצושרייען מי כעמך ישראל!
אוי וויי הייליגער באשעפער יעצט אין די טעג געב א קוק אויפן אמת'ן פינטעלע וויפיל אהבת חנם ס'איז דא ביי דיינע קינדערלעך און ברענג אונז שוין דעם גואל צדק און נעם אונז שוין צוריק אהיים בב"א!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אמן!

זייער שיין ארויסגעברענגט, אמת ויציב!
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

היימישער ביטע זייט מסביר, וויאזוי זוכט מען אונטער די וואסער
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

בדרך כלל זוכט מען די עיקר אויפן אויבערפלאך, וויבאלד א קערפער שווימט ארויף מיט די צייט, אין דער טיפעניש פונעם ים זענען אומבאגרייפבאר גרויס. עס איז גראדע יא דא וועגן צו זוכן אינטער די וואסער, אבער דאס פארלאנגט שוין א לענגערע באשרייבונג. יבא יומו אי"ה.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

געוואלדיג האט געשריבן:היימישער, מיר באלעקן זיך מיט דיינע באריכטן און אינפאמאטיווע תגובות, גיי אן.

גא"מ
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

רבותי, איך בעט ענק ברחמים וברצון
גייטס נישט ארויס הייקן מארגן!

איך בין געהארגעט מיד, מיטוואך האמיר געמאכט א הייק/פיקניק פאר נדיבים בעם טיף אין וואלד, אריין געשלעפט און ארויסגעשלעפט אפאר הינדערט פונט סחורה. (ב"ה הערליך שיין געווען).

קוים נאכן אהיים קומען איז געקומען א רוף פון די קעטסקילס צו ארויסשלעפן א פארוואונדעטער בחור פון וואלד, בינעך שוין אנגעקומען אהיים 3:30 פארטאגס. קוים נאכן שלאפן א פאר שעה אין גיין צו די ארבעט, פארט מען קיין ווערמאנט, א פיר שעה'דיגן וועג. איך בין נארוואס אהיים געקומען און איך האב נישט קיין כח. אלזא, גייטס נישט הייקן מארגן, שכח... איך בין שוין צו מיד צו וויסן צו איך מיין עס אמת'דיג אדער פאר א דזשאוק. עמיר מארגן זעהן.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

שלום עליכם אלעס אקעי
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

היימישער הייקער האט געשריבן:רבותי, איך בעט ענק ברחמים וברצון
גייטס נישט ארויס הייקן מארגן!

איך בין געהארגעט מיד, מיטוואך האמיר געמאכט א הייק/פיקניק פאר נדיבים בעם טיף אין וואלד, אריין געשלעפט און ארויסגעשלעפט אפאר הינדערט פונט סחורה. (ב"ה הערליך שיין געווען).

קוים נאכן אהיים קומען איז געקומען א רוף פון די קעטסקילס צו ארויסשלעפן א פארוואונדעטער בחור פון וואלד, בינעך שוין אנגעקומען אהיים 3:30 פארטאגס. קוים נאכן שלאפן א פאר שעה אין גיין צו די ארבעט, פארט מען קיין ווערמאנט, א פיר שעה'דיגן וועג. איך בין נארוואס אהיים געקומען און איך האב נישט קיין כח. אלזא, גייטס נישט הייקן מארגן, שכח... איך בין שוין צו מיד צו וויסן צו איך מיין עס אמת'דיג אדער פאר א דזשאוק. עמיר מארגן זעהן.

געווארט מיט שפאנונג צו וויסן אויב אונזער היימישער הייקער האט דאס מאל אויך אלעס איבער געלאזט און געלאפן העלפן א צווייטן יוד אין נויט.
מיר קוקן ארויס אויף אפדעיטס און עקספיריענסעס (ווען די ביסט צוריק צום כוחות)
כה לחי!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היימישער הייקער האט געשריבן:רבותי, איך בעט ענק ברחמים וברצון
גייטס נישט ארויס הייקן מארגן!

איך בין געהארגעט מיד, מיטוואך האמיר געמאכט א הייק/פיקניק פאר נדיבים בעם טיף אין וואלד, אריין געשלעפט און ארויסגעשלעפט אפאר הינדערט פונט סחורה. (ב"ה הערליך שיין געווען).

קוים נאכן אהיים קומען איז געקומען א רוף פון די קעטסקילס צו ארויסשלעפן א פארוואונדעטער בחור פון וואלד, בינעך שוין אנגעקומען אהיים 3:30 פארטאגס. קוים נאכן שלאפן א פאר שעה אין גיין צו די ארבעט, פארט מען קיין ווערמאנט, א פיר שעה'דיגן וועג. איך בין נארוואס אהיים געקומען און איך האב נישט קיין כח. אלזא, גייטס נישט הייקן מארגן, שכח... איך בין שוין צו מיד צו וויסן צו איך מיין עס אמת'דיג אדער פאר א דזשאוק. עמיר מארגן זעהן.

מיר ווארטן אויף פרישע צען חלקים פון ביידע אקציעס באזונדער!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:רבותי, איך בעט ענק ברחמים וברצון
גייטס נישט ארויס הייקן מארגן!

איך בין געהארגעט מיד, מיטוואך האמיר געמאכט א הייק/פיקניק פאר נדיבים בעם טיף אין וואלד, אריין געשלעפט און ארויסגעשלעפט אפאר הינדערט פונט סחורה. (ב"ה הערליך שיין געווען).

קוים נאכן אהיים קומען איז געקומען א רוף פון די קעטסקילס צו ארויסשלעפן א פארוואונדעטער בחור פון וואלד, בינעך שוין אנגעקומען אהיים 3:30 פארטאגס. קוים נאכן שלאפן א פאר שעה אין גיין צו די ארבעט, פארט מען קיין ווערמאנט, א פיר שעה'דיגן וועג. איך בין נארוואס אהיים געקומען און איך האב נישט קיין כח. אלזא, גייטס נישט הייקן מארגן, שכח... איך בין שוין צו מיד צו וויסן צו איך מיין עס אמת'דיג אדער פאר א דזשאוק. עמיר מארגן זעהן.

מיר ווארטן אויף פרישע צען חלקים פון ביידע אקציעס באזונדער!!

אין פון די הייק/פיקניק פון די נדיבים בעם
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

היימישער הייקער האט געשריבן:רבותי, איך בעט ענק ברחמים וברצון
גייטס נישט ארויס הייקן מארגן!

איך בין געהארגעט מיד, מיטוואך האמיר געמאכט א הייק/פיקניק פאר נדיבים בעם טיף אין וואלד, אריין געשלעפט און ארויסגעשלעפט אפאר הינדערט פונט סחורה. (ב"ה הערליך שיין געווען).

קוים נאכן אהיים קומען איז געקומען א רוף פון די קעטסקילס צו ארויסשלעפן א פארוואונדעטער בחור פון וואלד, בינעך שוין אנגעקומען אהיים 3:30 פארטאגס. קוים נאכן שלאפן א פאר שעה אין גיין צו די ארבעט, פארט מען קיין ווערמאנט, א פיר שעה'דיגן וועג. איך בין נארוואס אהיים געקומען און איך האב נישט קיין כח. אלזא, גייטס נישט הייקן מארגן, שכח... איך בין שוין צו מיד צו וויסן צו איך מיין עס אמת'דיג אדער פאר א דזשאוק. עמיר מארגן זעהן.

רבותי, מען קען זען פון דעם ערשעפטן תגובה ווי וויכטיג עס איז צו האבן נאך מעמבערס פון קאמסאר. יא, היימישע הייקער האט זיך אריינגעלייגט בלב ונפש צו העלפן בויען קאמסאר און זוכן פארלוירענע מענטשן, אבער עס איז quite obvious אז דער גוף האט א שיעור וויפיל ער קען פארנעמען. ע''כ, ווער עס קען זאל זיך טרעינען צו זיין א טייל פון קאמסאר און ארויסהעלפן דא. אנהייב וועט עס זיין פאן, און שפעטער אן ערנסטער responsibility ...
ע''כ היימישע הייקער , גיב אונז אינפארמאציע, ווי קען מען זיך טרעינען? ערגעץ האבעך געזען אז עס גייט פארקומען א טרעינינג.
mi a nagy ügy
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אזוי ווי שוין פריער געמאלדן, איז דא יעצט א קלער צו מאכן נאך א קלאס פאר פרישע וואלעינטירן. אויב זענט איר אינטערסירט, און איר זענט גרייט צו אינוועסטירן צייט דערפאר, דאן שיקט מיר אן אישי. אויב עס וועט זיין כאטשיג 5-6 ערענסטע קאנדידאטן, וועט מען ארבעטן עס זאל צושטאנד קומען.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

און אזוי ווי איר האט געזאגט, מען דארף טאקע וויכטיג האבן נאך 'מען פאוער'.
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:רבותי, איך בעט ענק ברחמים וברצון
גייטס נישט ארויס הייקן מארגן!

איך בין געהארגעט מיד, מיטוואך האמיר געמאכט א הייק/פיקניק פאר נדיבים בעם טיף אין וואלד, אריין געשלעפט און ארויסגעשלעפט אפאר הינדערט פונט סחורה. (ב"ה הערליך שיין געווען).

קוים נאכן אהיים קומען איז געקומען א רוף פון די קעטסקילס צו ארויסשלעפן א פארוואונדעטער בחור פון וואלד, בינעך שוין אנגעקומען אהיים 3:30 פארטאגס. קוים נאכן שלאפן א פאר שעה אין גיין צו די ארבעט, פארט מען קיין ווערמאנט, א פיר שעה'דיגן וועג. איך בין נארוואס אהיים געקומען און איך האב נישט קיין כח. אלזא, גייטס נישט הייקן מארגן, שכח... איך בין שוין צו מיד צו וויסן צו איך מיין עס אמת'דיג אדער פאר א דזשאוק. עמיר מארגן זעהן.

מיר ווארטן אויף פרישע צען חלקים פון ביידע אקציעס באזונדער!!

אין "מאמענטאל" אינעם "מאמענט" פארגאנגענע וואך איז דא עפעס, א משהו באריכט איבער צוויי "קאמסאר" רעטונג אקציעס.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

עוד חזון למועד, איך האף נאך בל"נ ברייטער אוישמועסן דא. מען דארף נאר אנקומען דערצו.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”