ווייסע בעקיטשע'ס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג מארטש 17, 2019 10:52 pm

יוראפ האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:די פון וואלדמאנ'ס איז גאנץ ביליג. כ'וואלט געזאגט אין די געגנט פון פופציג. (נישט זיכער)

וואלדמאנס זענען ווייעכע סחורה , נישט קיין געהעריגע בעקיטשעס

איינער האט מיר פונקט געזאגט אז ער האט געצאלט דארט א 50'ער

פאר א חאלאט אדער א בעקיטשע?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 17, 2019 11:01 pm

פאר א "געהעריגע" בעקישע ברויכסטו גיין אין קלאודינג סטאר, און צאלן א "געהעריגע" פרייז. (מסתמא נישט ווייניגער ווי צוויי-דריי הונדערט דאלער).

אבער ס'איז שוין באלד פורים! דו ברויכסט שנעל אפמאכן צו דו ווילסט א ווייסע בעקישע אדער א פראק...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג מארטש 17, 2019 11:58 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פאר א "געהעריגע" בעקישע ברויכסטו גיין אין קלאודינג סטאר, און צאלן א "געהעריגע" פרייז. (מסתמא נישט ווייניגער ווי צוויי-דריי הונדערט דאלער).

אבער ס'איז שוין באלד פורים! דו ברויכסט שנעל אפמאכן צו דו ווילסט א ווייסע בעקישע אדער א פראק...

וואו האב איך געשריבן אז איך וויל א בעקיטשע?
#קלאטצקאפ

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 18, 2019 10:20 am

יצחקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פאר א "געהעריגע" בעקישע ברויכסטו גיין אין קלאודינג סטאר, און צאלן א "געהעריגע" פרייז. (מסתמא נישט ווייניגער ווי צוויי-דריי הונדערט דאלער).

אבער ס'איז שוין באלד פורים! דו ברויכסט שנעל אפמאכן צו דו ווילסט א ווייסע בעקישע אדער א פראק...

וואו האב איך געשריבן אז איך וויל א בעקיטשע?
#קלאטצקאפ

אזוי איז משמע געווען פון דא.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:05 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
יצחקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פאר א "געהעריגע" בעקישע ברויכסטו גיין אין קלאודינג סטאר, און צאלן א "געהעריגע" פרייז. (מסתמא נישט ווייניגער ווי צוויי-דריי הונדערט דאלער).

אבער ס'איז שוין באלד פורים! דו ברויכסט שנעל אפמאכן צו דו ווילסט א ווייסע בעקישע אדער א פראק...

וואו האב איך געשריבן אז איך וויל א בעקיטשע?
#קלאטצקאפ

אזוי איז משמע געווען פון דא.

אזוי איז 'משמע' געווען הייסט...

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג אפריל 14, 2019 6:27 pm

לכבוד פסח קעמען גיין א ווייסע בעקיטשע אונטער דעם קיטל?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 14, 2019 6:33 pm

יעקב99 האט געשריבן:לכבוד פסח קעמען גיין א ווייסע בעקיטשע אונטער דעם קיטל?

וואס האסטע דערפון? אונטערן קיטל איז גוט א שווארצע אויך...
אויב ווילט איר נישט טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג אפריל 14, 2019 6:55 pm

מען דארף עפעס גיין אונטערן קיטל? א בעקישע וכדו'?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

האלבע שיך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » זונטאג אפריל 14, 2019 11:12 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:מען דארף עפעס גיין אונטערן קיטל? א בעקישע וכדו'?

ווענט זיך אויב ביסט קאלט אדער הייס..

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג אפריל 14, 2019 11:15 pm

האלבע שיך האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:מען דארף עפעס גיין אונטערן קיטל? א בעקישע וכדו'?

ווענט זיך אויב ביסט קאלט אדער הייס..

מיין תגובה איז לגבי דאס

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:לכבוד פסח קעמען גיין א ווייסע בעקיטשע אונטער דעם קיטל?

וואס האסטע דערפון? אונטערן קיטל איז גוט א שווארצע אויך...
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג אפריל 14, 2019 11:54 pm

היינטיגע אינגעלייט גייען יום הקדוש נאר מיט א קיטל.
אמאל איז יעדער געגאנגען מיט א געהעריגע בעקיטשע און א קיטל דערויף.

פסח, האט מען נישט מקפיד געווען צו גיין א בעקיטשע און א קיטל דערויף.


תיקון טעות:
הערוני המנהל אז ס׳איז א טעות מצידי.

ער איז גערעכט. איך געדענק שוין נישט גענוי צי מ׳גייט מיט א בעקיטשע אונטערן קיטל פסח ביינאכט.

מרן הק׳ מסאקמיר זצ״ל איז יא געגאנגען א בעקיטשע, אבער המון עם וויייס איך נישט גענוי. און יעדער זאל טאן מה שראה אצל אבותיו / רבותיו.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:15 am

מצלמה האט געשריבן:היינטיגע אינגעלייט גייען יום הקדוש נאר מיט א קיטל.
אמאל איז יעדער געגאנגען מיט א געהעריגע בעקיטשע און א קיטל דערויף.

פסח, האט מען נישט מקפיד געווען צו גיין א בעקיטשע און א קיטל דערויף.


תיקון טעות:
הערוני המנהל אז ס׳איז א טעות מצידי.

ער איז גערעכט. איך געדענק שוין נישט גענוי צי מ׳גייט מיט א בעקיטשע אונטערן קיטל פסח ביינאכט.

מרן הק׳ מסאקמיר זצ״ל איז יא געגאנגען א בעקיטשע, אבער המון עם וויייס איך נישט גענוי. און יעדער זאל טאן מה שראה אצל אבותיו / רבותיו.

אונזערע רבי'ס פון פריערדיגע דורות פלעגן אנזאגן צו גיין מיטן געהעריגן קאפטן אינטערן קיטל ביים סדר נישט מיטן טיש בעקיטשע!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:34 am

ווער זענען די רבי'ס אייערע?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג אפריל 15, 2019 9:40 am

גיין מיט א בעקיטשע אינטער די קיטל מיין איך איז פשוט פאר די קעלט וואס איז און ביהמ"ד די הייליגע טעג ווען די עיר קאנדישען ארבעט אויף טויזענט איז עס שוין אריבער אויף פסח אויך אבער איינער וואס איז גענוג ווארעם אונטער די טלית ימים נוראים קעו גין אן א בעקיטשע געווענליך זענען דאס יונגעלייט וואס זענען ווארעם
דאס איז בערך די זעלבע ווי סעלמאן פיש פסח סאיז אמאל נישט געוען צו באקומען מיינט מען אז סאיז שוין א מנהג
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:50 am

שמעתי פעם, איך געדענק נישט קיין מקור, אז דאס וואס מען גייט א בעקיטשע אונטערן קיטל איז משום כבוד יו"ט, אנצוטוהן א בגד לכבוד יו"ט אזוי ווי יעדן יו"ט (די קיטל איז נישט קיין בגד יו"ט, נאר א בגד מתים, עכ"פ לויט איין טעם זיכער), ולפי"ז איז דאס סיי פסח און סיי יוכ"פ.

מוח
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 01, 2018 5:42 am

סטראקעס בעקיטשע

תגובהדורך מוח » דאנארשטאג מאי 02, 2019 7:38 pm

אפשר איז דא כדאי צי שרייבען
מיין חבר האט געדארפט קויפען א טייערע סטראקעס בעקיטשע פאר 1 שבת
סייז 42 L פיין רואיל קלודינג
סהאט געקאסט 700
גרייט צי פאר קויפען 500
ווער סאיז פארענטרסירט ביטע שרייבן אין פרטי

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:13 am

פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:11 am

יעקב99 האט געשריבן:פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.

א ווייסע וועסטעל איז נישט קיין בגד ?איז נישט די ענין פון גיין גאנץ שבת ווייס מיט אלע מלבושים?

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:55 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.

א ווייסע וועסטעל איז נישט קיין בגד ?איז נישט די ענין פון גיין גאנץ שבת ווייס מיט אלע מלבושים?

דער אר"י הקדוש זאגט אז דע וויכטיגסטע איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס, און מ'דארף זאל זיין אלעס צוזאמען פיר בגדי לבן. אבער נישט אלע מלבושים.

אדרבא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 17, 2019 6:00 pm

תגובהדורך אדרבא » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:57 pm

יעקב99 האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.

א ווייסע וועסטעל איז נישט קיין בגד ?איז נישט די ענין פון גיין גאנץ שבת ווייס מיט אלע מלבושים?

דער אר"י הקדוש זאגט אז דע וויכטיגסטע איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס, און מ'דארף זאל זיין אלעס צוזאמען פיר בגדי לבן. אבער נישט אלע מלבושים.


עיינתי בדברי האר"י וואס ווערט גיברענגט בכתבי ר' חיים וויטאל, ולא ראיתי שם אז די וויכטיגסטע איז די בגד עליון. ער רעכינט דארט אויס פיר בגדים כנגד שם הויה, אבער אין ס' שלחן הטהור (סי' רס"ב ס"ח) רעכינט אויס אנדערע פיר בגדי לבנים. לפי זה איז די ד' בגדי לבנים וואס דער אר"י רעכנט אויס איז לאו דוקא, והעיקר ס'זאל זיין פיר ווייסע בגדים.

ובנוגע בגד העליון איז דא וואס שרייבן אז מ'זאל דאס נישט אנטאן משום יוהרא. ביי זיך אין שטוב צו גיין מיט א ווייסע בעקיטשע איז לכאורה נישט דא משום יוהרא.

אגב ראיתי בס' דרכי חיים ושלום של הגה"ק ממונקאטש זצ"ל דלצאת דעת האר"י שיש ללבוש ד' בגדי לבן בשבת והבגד עליון בתוכם, וד' הגה"ק מקאמארנא שצריכין מסי"נ ע"ז ללבוש בגדי לבן "אנו נוהגים שהולכים בבגד לבן למעלה בעת סעודת שבת קודש אבל בתפלה בש"ק מנהג אבותינו ורבותינו הק' זי"ע רובם ככולם בדורינו ודור שלפנינו בבגד שחור שלמעלה וסומכין על מה שבעת התפלה הולכים למעלה בטלית גדול שזהו בגד חשוב לבן משא"כ בעת הסעודה שאין לובשים הטלית למעלה ע"כ לובשים בגד לבן למעלה בסעודת ש"ק ע"כ".

א טלית ווערט אויכט נישט אויס גירעכנט בדברי האר"י, וכנראה שהעיקר שלא יפחות מן ד' בגדי לבנים


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט