בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 9:45 am
דורך קרעמער
איך זעה אז דער אשכול רעדט פון סעקשאן 8, וויל איך אויפברענגן א פראגע וואס א ידיד האט געפרעגט. עס איז אים מורא'דיג נוגע און ער זוכט הילף גאר דרינגענד:
זיין בעל הבית פארמאגט צענדליגער טענענטס, און סעקשאן 8 צאלט פאר א חלק פון זיי א טייל פון די רענט.
לעצטנס ווען זיי האבן באשלאסן אז מען דארף לייגן די צוימען אויף די פענסטער, האט דער בעה"ב געהאלטן אז דאס שטעלט א "פייער העזערד" (אזוי ווי מיר האבן געשריבן אין אן אנדערע אשכול) און האט נישט אויסגעפאלגט. אלס רעזולטאט האבן זיי אפגעשטעלט די טשעקלעך פון אלע סעקשאן 8 טענענטס.
זעהנדיג אז ער שפילט זיך דא מיט א ריזיגע געלט שאדן, האט ער שנעל גערופן אן ארבייטער און מען האט מסדר געווען די ספעציעלע "ווינדאו געיטס" וואס זיי פארלאנגן. זיי זענען צוריקגעקומען אונטערזוכן, און די טשעקלעך האבן צוריק אנגעהויבן קומען, אבער נאר פאר א טייל טענענטס. פאר די איבריגע טענענטס האבן זיי נאכנישט געשיקט קיין פיאסטער שוין עטליכע חדשים, און די חובות לויפן אין די צענדליגער טויזנטער.
איז די שאלה צו אייך חשוב'ע מיטגלידער, האט איינער פון אייך ערפארונג אין די נושא? צו וועמען קען מען זיך ווענדן דערוועגן? זאל מען נעמען א לאיער? וועלכער לאיער איז גוט פאר די צוועקן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 10:24 am
דורך וויכטיג מאכער
שלום יוסף הערשקאוויטש הייסט אן עקספערט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 1:28 pm
דורך יהיה כן
קרעמער
קאנטאקט מיך אין אישית זייער וויכטיג
פארעפענטליכט: שבת פבואר 11, 2012 10:38 pm
דורך גולש
ווייסט איינער אינפארמאציע איבער "hamden" סעקשאן 8 סלאטס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 5:20 pm
דורך maybeeynot
קרעמער האט געשריבן:איך זעה אז דער אשכול רעדט פון סעקשאן 8, וויל איך אויפברענגן א פראגע וואס א ידיד האט געפרעגט. עס איז אים מורא'דיג נוגע און ער זוכט הילף גאר דרינגענד:
זיין בעל הבית פארמאגט צענדליגער טענענטס, און סעקשאן 8 צאלט פאר א חלק פון זיי א טייל פון די רענט.
לעצטנס ווען זיי האבן באשלאסן אז מען דארף לייגן די צוימען אויף די פענסטער, האט דער בעה"ב געהאלטן אז דאס שטעלט א "פייער העזערד" (אזוי ווי מיר האבן געשריבן אין אן אנדערע אשכול) און האט נישט אויסגעפאלגט. אלס רעזולטאט האבן זיי אפגעשטעלט די טשעקלעך פון אלע סעקשאן 8 טענענטס.
זעהנדיג אז ער שפילט זיך דא מיט א ריזיגע געלט שאדן, האט ער שנעל גערופן אן ארבייטער און מען האט מסדר געווען די ספעציעלע "ווינדאו געיטס" וואס זיי פארלאנגן. זיי זענען צוריקגעקומען אונטערזוכן, און די טשעקלעך האבן צוריק אנגעהויבן קומען, אבער נאר פאר א טייל טענענטס. פאר די איבריגע טענענטס האבן זיי נאכנישט געשיקט קיין פיאסטער שוין עטליכע חדשים, און די חובות לויפן אין די צענדליגער טויזנטער.
איז די שאלה צו אייך חשוב'ע מיטגלידער, האט איינער פון אייך ערפארונג אין די נושא? צו וועמען קען מען זיך ווענדן דערוועגן? זאל מען נעמען א לאיער? וועלכער לאיער איז גוט פאר די צוועקן?
i have the same issue with the city now for 7 months of unpaid sc.8 while the Gates was installed & all inspections & paper work its over $10.000 could some one help me thanks in advance
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 1:27 pm
דורך שנאפס
גולש האט געשריבן:ווייסט איינער אינפארמאציע איבער "hamden" סעקשאן 8 סלאטס?
האמדען איז אין קאנעקטיקוט, עפעס אפדעיטס איז דא?
תן חלק לשבעה וגם לשמונה - חלק אכט
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 7:05 pm
דורך חסדי אבות
איך האב געזוכט און געזוכט און נישט געפינען אז עס זאל זיין אן אשכול אויף די נושא.
עס וואלט ראטזאם געווען אז דער עולם זאל שערן אינפארמאציע איבער חלק אכט, ווי אויך אנדערע פראגראמען וואס אידן קענען דערפון הנאה האבן. למשל, וואו קען מען יעצט באקומען חלק שמונה?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 9:41 pm
דורך מצב כללי
ווען די חברה זעהן אז מען שרייבט חלק ח' זעהן זיי אז סאמטינג איז פישי.
איך זאג אלץ אז די NSA וואס הערט אינטער מיינע טעלעפאון שמועסן, האט אנגעשטעלט אז ווען זיי הערן די ווערטער חלק ח', אדער ווען מען רעדט פון די ביכער, צינד עס אן א רויטן לעמפעל, אמער איז עפעס אומלעגאל צו רעדן אויפ'ן טעלעפאון פון סעקשאן 8? עס איז דאך א שטאטישע פראגראם.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 9:46 pm
דורך green
לדעתי איז הערשקאוויטש די בעסטע אין דעם געביט
בדידי הוה עובדא יעדער האט געטענה'ט אז ס'איז א פארפאלענע פייט אינקלאדעד UJO און UJC אפילו קאמיונטי קאנסאלטונג האט געזאגט בלא אבער ר' ש י הערשקאוויטש האט עס מיר ערלעדיגט אונטער א וואך עס איז ווערט געווען יעדן גרייצער
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 26, 2014 9:50 pm
דורך green
ער האט א האט ליין פאר אינפארמאציע 7124328574
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:41 pm
דורך שנאפס
green האט געשריבן:לדעתי איז הערשקאוויטש די בעסטע אין דעם געביט
בדידי הוה עובדא יעדער האט געטענה'ט אז ס'איז א פארפאלענע פייט אינקלאדעד UJO און UJC אפילו קאמיונטי קאנסאלטונג האט געזאגט בלא אבער ר' ש י הערשקאוויטש האט עס מיר ערלעדיגט אונטער א וואך עס איז ווערט געווען יעדן גרייצער
ווען האסטו אריינגעגעבן דיין ערשטע אפליקאציע?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 3:59 pm
דורך יהיה כן
green האט געשריבן:לדעתי איז הערשקאוויטש די בעסטע אין דעם געביט
בדידי הוה עובדא יעדער האט געטענה'ט אז ס'איז א פארפאלענע פייט אינקלאדעד UJO און UJC אפילו קאמיונטי קאנסאלטונג האט געזאגט בלא אבער ר' ש י הערשקאוויטש האט עס מיר ערלעדיגט אונטער א וואך עס איז ווערט געווען יעדן גרייצער
אמת, אויך געהאט א ענליכע עקספיריענס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 27, 2014 4:01 pm
דורך שנאפס
יהי' דו מעגסט אויך ענטפערן מיין פראגע
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 14, 2014 2:27 pm
דורך זיידע ומומחה
הערשקאוויץ און זיין עומד על ימינו ביניק האבען מצליח געווען ערלעדיגען פאר אינז אן ענין וואס זיי האבען אליין געהאט גרויסע ספיקות
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 2:26 pm
דורך קיקיון
אויב מען דארף עפעס וואס דארף ניט די השתדלת פון מומחים שיקען דרינגענד שיקען צי סעקשאן 8
קען מען דאס שיקען מיט UPS
איך האב געשיקט נעכטען נ"מ און 10:00 אינדערפרי האב איך שוין געהאט א RECEIPT
דא איז דער אדרעס פון ברוקלין אפיס
