איך בעט דיר. (זרח בחושך קאמפיין)

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

איך בעט דיר. (זרח בחושך קאמפיין)

תגובהדורך ניי » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:18 pm

איך בעט דיר: ביטע הער מיר אויס.....

היות עס גייט פארקומען א קאמפיין לטובת די מפעל זרח בחושך וואס כשמו כן הוא אויפצולייכטן אידישע קינדער

פון ווי?
זיי זענען אליין אין די טונקל און קיינער קוקט נישט אויף זיי, דאס הייסט "טורמע (סטעיט תפיסות בלע"ז)!
וועסטו וועלן פרעגן: וואס הייסט עס איז דא אסאך ארגענעזאציעס וכו'?
וועל איך דיר ענטפערן -
דא רעדט מען פון די ווייטסטע תפיסות פון די אידישע געגענטער. דאס הייסט נעבן די קאנאדישע גרעניצן וואס נעמט צו פארן פון וויליאמסבורג - בארא פארק א קנאפע 6 גאנצע שעה.

אבער דא גייען אידן עסקנים פון "זרח בחושך" זיי באזוכן וועכענטליך. און מען לייגט אריין 50$ אין זייער אקאונט כדי זיי זאלן האבן אביסעלע ברייטער וואס מען גיבט אין טורמע

אויב די ווילסט מער פארשטיין וועל איך די PDF'ן א אוינטערוויו מיט רפאל ט... פון שטאט מ.ק.
וואס איז געזעצן 16 יאר אין טורמע און זיי האבן אים געהאלפן טריט ביי טריט

FOR ANY Q & A PLEASE ASK WILL ANSWER YOU
דרוק דא

בילד

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

ענגליש ארטיקל

תגובהדורך ניי » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:20 pm

דא האט איר א ענגליש ארטיקל וואס מיר האבן ארוגעשיקט פאר יאר

In the days of the Yurtzeit of the Rebbe R’ Moshe Leib of Sasev

On the 4th of Shevat is the Yurtzeit of the holy Tzaddik Reb Moshe Leib of Sasev, who devoted his life to freeing Jewish imprisoned by the cruel poritzim of his time.

The volunteers of “Zorach Bachoshach ‘’ following in his ways do a tremendous amount for Jewish prisoners who are unfortunately serving prison time, “ZORACH” arranges visits and packages to inmates in various jails and prisons’, and they provide much needed spiritual and emotional support to the Jewish prisoners, helping them get through this dark period of their life, easing their pain and loneliness, while at the same time this connection also helps strengthens their Yiddishkeit and their ties to a life of Torah and Amunah.

“Zorach Bachoshach” is appealing to the public to help us continue this great work, by supporting with any choice of donation. We also offer several options to donate a visit or a package, please ask the the volunteers, or contact the organization, for more info.

Our Rabbis have taught that helping and freeing captives, which is called Pidyun Shavuyim, is one of the highest mitzvah, one of the most important requirments of a Jew.

By supporting “Zorach Bachoshach”, you take part in “Pidyun Shavuyim” called the greatest mitzvah of all.

Here is a brief list of some of the many facilities our organization is currently operating and providing services on a daily basis.
Clinton Correctional Facility Dannemora N.Y.

Woodbourne Correctional Facility

Eastern Correctional Facility Napanoch New York

Five Points Correctional Facility

Wallkill Correctional Facility

Auburn Correctional Facility

Washington Correctional Facility

Altona Correctional Facility

Franklin Correctional Facility

Upstate Correctional Facility

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

אדווערטייזעמענט

תגובהדורך ניי » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:25 pm

[img]
p02-1.jpg
[/img]

דרוק דא
צוגעלייגטע
p02-1.jpg
p02-1.jpg (551.1 KiB) געזעהן 670 מאל

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

02

תגובהדורך ניי » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:29 pm

page size-1.jpg
page size-1.jpg (415.77 KiB) געזעהן 667 מאל

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

תגובהדורך ניי » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:33 pm

ביטע נעמט אייך 2 מינוט דאס אדורך צוליינען
א אינטערוויו פון א איד וואס איז געזיצן אין תפיסה

ליינט און האט הנאה
נתן הירש


ווען איך האב אלס קינד געליינט די מעשיות פון רבי משה לייב סאסובער מיט'ן הארטנעקיגן פריץ, בין איך זיכער געווען אז די סארט מעשיות באלאנגען צו דער עפאכע פון פערד-און-וואגן, וואלד רויבערס, און קרעטשמעס. איך האב נישט געקענט קלערן אז אין דער היינטיגער, פארגעשריטענער ציוויליזאציע זיצן ארענדארן אפ זייערע יארן אין דעמפיגע קעלערן און זעען נישט דעם זון-שיין.
אקעי, די היינטיגע טורמעס זענען נישט פינסטער אין פיזישן זין, אונזערע אידישע ברידער וועלכע שמאכטן צווישן אירע ווענט זענען אבער מער ווי אן אילוסטראציע צו די דעמאלטסדיגע ליידן; זייערע זעלן פארטונקלט און זייערע געמיטער אויסגעלאשן. ווייט ווייט אוועק פון דער רוישיגער וועלט, פון אירע פרייע מענטשן מיט זייער האנדל און וואנדל, פון איר פילפארביגן נאטור און טעכנאלאגישן פארשריט, זיצן זיי צווישן מאטע, ציגלנע מויערן און אן אומעטיגער געזעלשאפט. דאס איז נישט פאר איין חודש אדער יאר, דאס איז זייער גורל פאר זייער לעבן.

קלערט נישט אז ווען עס קומט צו מאטעריאליסטישע געברויכן זענען די היינטיגע ארעסטאנטן מסודר, אדער אז קלעפ און פיזישע אנגריפן זענען א פארגאנגענהייט, ווייל ווי עס שיינט האבן די דעמאקראטישע ווירדן פון מענטשן רעכט נישט באוויזן זיך אריינצובאקומען הינטער'ן שלאס און ריגל פון די טורמעס. און אויב איז דאס אין אלגעמיין, איז דער מצב פילפאכיג ערגער ווען עס קומט צו ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות, וואס זייערע געברויכן פאר כשר'ע עסן און תשמושי קדושה פארלאנגט צו טאפן א וואנט; א הויכע, מאנסטארישע וואנט מיט שטעכל דראט וועלכע מען קען נישט איבערקריכן אזוי לייכט.

אט אבער האט אינעם טונקעלן גיא צלמות א שיין געטון, עס האט זיך אריינבאקומען א שטראל פון ליכטיגקייט. "זרח בחושך" – דאס איז די ארגענעזאציע וועלכע לינדערט דעם פיין פון די יושבי חושך וצלמות. זיי לייגן זיך אריין אין זייער מצב, און זיי זוכן וואו אימער אים צו פארגרינגערן און אויפלייכטן, זאל דאס זיין מיט'ן זיי קומען באזוכן, שיקן עסן פעקלעך, געלט, אדער סיי וואס. "זרח בחושך," דער נאמען וואס דערפרייט פארביטערטע הערצער וועלכע זעען נישט פאר זיך קיין אנדערע האפענונג.

פאלגנד זענען עטליכע ווערטער פון א געוועזענעם ארעסטאנט, א היימישער איד. ער האט ליידער קענענגעלערנט די פעולות חובקות פון "זרח בחושך" אויף די אייגענע ביינער, און גיבט אונז איבער זיין ווארט – אדער ליבערשט זיין הארץ – איבער דער ארגענעזאציע וועלכע האט אריינגעשיינט אין זיין פינסטערן תפיסה קעמערל.

דער איד האט גערעדט איבערגענומען ביז די טיפענישן פון זיין נשמה און מיט א קול געשטיקט פון טרערן, נישט קענענדיג גענוג ארויסברענגען זיינע הרגשים איבער די אנשי החסד. פון מאל צו מאל האבן זיינע שטורמישע געפילן אויך איבערגעפלייצט זייערע ברעגעס און ער איז פארגאנגען אין א געוויין:

צי קען א קאר פארן אן גאזאלין? אוודאי נישט. ממש אזוי איז אן ארעסטאנט אן חיזוק און שטיצע פון אידן אינדרויסן. אז איך קען יעצט רעדן, אז איך בין נארמאל, איז דאס "זרח בחושך" צום פארדאנקן. אן זיי וואלט איך נישט יעצט געווען דא.

איך בין געזיצן אין תפיסה פאר 16 יאר. שטעל דיך פאר וואס דאס מיינט 16 יאר אין תפיסה, טראכט צוריק ביז 16 יאר, פון דעמאלטס ביז צום היינטיגן טאג... איך קען זאגן אז די פעולות פון "זרח בחושך" זענען בוכשטעבליך ווי לופט אויף צו אטעמען. פון דער סעקונדע וואס א באזוכער גייט אוועק נעמט זיך דער ארעסטאנט טראכטן "ווען קומט ער נאכאמאל?"

איך גיי היינט-צו-טאגס אויף דער גאס, איך שטעל מיך אפ, און איך זאג "רבונו של עולם, וואספארא גוטע אידן זענען דא! אידן וואס ראטעווען אנדערע אידן פשוטו כמשמעו!" איך ווייס נישט ווי אזוי אנדערע קוקן מיך אן ווען איך רעד אויף דער גאס צו מיר אליין, מיינע הרגשים זענען אבער אזוי שטארק, איך מוז זיי ארויסברענגען טאג טעגליך.

אוי, ווען איך קען ווען צוריקצאלן פאר זיי א קליין חלק פון וואס זיי האבן מיר געטון... ווען איך שעם מיך ווען נישט וואלט איך אויפגעטרעטן פארנט פון טויזנטער מענטשן, פארציילן פאר דער וועלט וואספארא גוטע אידן עס זענען דא. זיי האבן מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן!

א מענטש אין תפיסה איז גארנישט ווערד. ממש גארנישט. ער איז א בלויזער נומער, ער איז א שטיקל מיסט. קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אים און אין זיין וואוילזיין, עלנד און אליין זיצט ער דארט לאנגע טעג, חדשים, און יארן.

עס איז געווען אמאל איינער – א מעשה שהיה – א מענטש וואס האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן ל"ע. ער איז געווען זייער פארביטערט צוליב פארשידענע זאכן, און ער האט מחליט געווען צו מאכן א סוף צו זיין שלעכט לעבן. איז געווען איינער א פסיכאלאג וואס איז געוואויר געווארן דערפון, און האט באשלאסן אים אפצוהאלטן פון נעמען דעם שריט.

דער פסיכאלאג האט זיך אוועקגעזעצט שמועסן מיט דעם מענטש, און האט געצויגן מיט אים א לאנגן שמועס פון צוויי און א האלב שעה. ער האט אים פרובירט איבערצורעדן איבער אזויפיל גוטע זאכן וואס ער האט יא אין לעבן, זיין צוקונפט וואס קען נאך שיינען, אא"וו פון אלץ וואס ער האט געקלערט עס וועט יענעם קענען באוועגן זיך נישט צו נעמען דאס לעבן. געענדיגט דעם שמועס, האט יענער געזאגט דעם פסיכאלאג, "האסט גע'פועל'ט, איך וועל דאס נישט טון."

עס זענען דורך עטליכע וואכן, און דער פסיכאלאג האט געטראפן יענעם מענטש. "זאג מיר," האט ער יענעם געפרעגט, "איך האב געהאט מיט דיר א לאנגן שמועס, וועלכע זאך פונעם שמועס האט דיך למעשה באוואויגן זיך צוריקצוציען פון דיין באשלוס?"

_"איך וועל דיר זאגן," האט יענער אים געענטפערט. "דער אמת איז אז קיין איין זאך וואס דו האסט מיר געזאגט האט מיך נישט בארירט. אבער ______דאס אז עס איז איינעם ווערד געווען אוועקצוגעבן צוויי און א האלב שעה כדי איך זאל בלייבן לעבן, די זאך פאר זיך האט געגעבן ווערד פאר מיין לעבן גענוג אז איך זאל וועלן ווייטער לעבן!"_

דער נמשל איז פארשטענדליך. דער אויסטערלישער חיזוק וואס אן ארעסטאנט באקומט פון דעם וואס אנדערע אידן נעמען זיך די מי און די צייט אים צו קומען באזוכן, דאס איז ווערד אלעס אין דער וועלט, דאס איז ווערד זיין לעבן. פאר'ן באזוכער איז עס א פראגע פון יא אוועקגעבן די עטליכע שעה אדער נישט, אבער פאר'ן ארעסטאנט איז עס א שאלה צי זיין לעבן איז ווערד עפעס אדער איז ח"ו א שטיקל מיסט.

דער ארעסטאנט איז אין דער האנט פונעם תפיסה וועכטער, יענער קען טון מיט אים וואס נאר זיין הארץ באגערט. זיין גאנצע שלעכטיגקייט קען ער אויסגעבן אויף אים, ואין פוצה פה. ווער רעדט נאך פון א איד. און אויב גייט ער נאך מיט פיאות און א קאפל איז ער ממש א ציל-ברעט וואס ווערט געצילט 24 שעה אין מעת לעת.

בלויז א קליינעם עפיזאד, איינער פון זייער אסאך, געדענק איך ווי איינמאל האט מיך א וועכטער אפגעשטעלט און מיך אונטערזוכט, און ער האט מיך בכוונה געזוכט וויי צו טון. ווען איך האב אים פארגעהאלטן, איז ער מיט כעס געגאנגען צו מיין שטוב, און אוועקגענומען פון מיר אלע מיינע חפצים וואס איך האב געהאט פון יארן, אריין אין מיסטקאסטן.

וואס טוט א פרייער מענטש ווען ער האט נישט וואס צו עסן? ער האט א ברירה צו גיין צום מיסטקאסטן אויף דער גאס און זוכן עפעס עסן... אין תפיסה איז נישט פארהאן אזא אויסוועג. אויב איז איינער הונגעריג האט ער נישט קיין וועג צו שטילן זיין הונגער; ער גייט שלאפן הונגעריג.

_אז אן ארעסטאנט וויל רעדן צו איינעם, צו וועמען קען ער רעדן? ער וויל וויינען אביסל, ווער וויל זען זיינע טרערן? ווער קוקט אויף זיין פארביטערט הארץ און הערט אויס וואס ער גייט אריבער? ______מיר זענען אליין!_

און דא קומט איינער אריין, ער רעדט מיט מיר, ער קושט מיך, ער האט מיך ליב, ער הערט אויס מיינע ליידן – דאס איז עפעס וואס א דרויסנדיגער קען נישט באגרייפן אפילו.

נישט נאר זעליש, נאר די עסן וואס איך פלעג באקומען, וואס דאס האט געמיינט פאר מיר. וואס באקומט אן ארעסטאנט צו עסן? מיסט! ווען איך בין אריין אין תפיסה האב איך געוואויגן 165 פונט, און ווען איך בין ארויסגעקומען האב איך געוואויגן נאר 140 – גאנצע 25 פונט ווייניגער. די עסן פעקלעך האבן מיר ממש צוגעשטעלט איך זאל האבן וואס צו עסן און נישט אינגאצן איינגיין.

געלט. אין תפיסה פלעג איך ארבעטן פאר פינף דאלער ---א חודש. ווען אן ארעסטאנט באקומט געלט קען ער דערמיט קויפן אזעלכע זאכן ווי זייף, שאמפוי, אדער צייט צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן.

שטעל דיך פאר, אן ארעסטאנט באקומט 300 מינוט א חודש צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן. צוטייל עס לויט די טעג, קומט עס אויס צו בלויז צען מינוט א טאג. צען מינוט אין טאג וואס דער ארעסטאנט קען זיין צוגעבינדן צו דער דרויסנדיגער וועלט און אויסטוישן א ווארט מיט איימיצן. אז איך האב געוואלט רעדן צו מיין משפחה אין ארץ ישראל, האב איך געדארפט צאלן אויף דעם 99 צענט א מינוט; קיין קאנאדע 35 צענט, און אין אמעריקע 23 צענט.

צום שלוס, ווען א קהלה פארמאגט בלויז איין ספר תורה, דארף עס די קהלה פארקויפן אויף צו קענען אויסלייזן געפאנגענע. די דאזיגע מצוה איז אומשאצבאר און איז די גרעסטע וואס איז נאר דא.

איך הער אז עס גייט פארקומען א געלט אקציע לטובת "זרח בחושך," וויל איך זאגן בלויז איין זאך, אז יעדער דאלער פאר דער הייליגער ארגענעזאציע איז עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן זיין חשיבות. עס איז נישט קיין שאלה אז דער רבונו של עולם וועט צוריקצאלן טויזנט מאל און נאכמער וואס מען גיבט פאר "זרח בחושך," מיט געלט, פרנסה א גאנץ לעבן, נחת פון די קינדער, גוטע שידוכים, און אלעס וואס א איד קען זיך נאר ווינטשן

אינטערוויו מיט רפאל ט פון מ. ק.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:15 am

עפעס רבנים? עסקנים? וואס שטייען דערינטער?

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

הנהלת המוסד

תגובהדורך ניי » מיטוואך ינואר 09, 2019 11:39 am

די מנהל המוסד איז ר' יואל כהנא הי"ו - זון פון טאהשע רבי'ס גבאי
רבנים: הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדורפער שליט"א (ער איז שוין אסאך געפארן אין תפיסה מיט די עסקנים)
הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א
איז זייער אינוואלווד אין די ארגענעזאציע. און שטיצן עס גאר שטארק
וואס נאך?
יעצט איז צייט צו העלפן...

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

אינטערוויו אויף קול מבשר

תגובהדורך ניי » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:26 pm

אויף קול מבשר
3-1
1906
איז דא א אינטערוויו מיט די מנהל המוסד ר' יואל כהנא איבער די פעולות פון זרח בחושך
און אויך מיט ר' רפאל ט (אויף קול מבשר ניק: ר' מנחם)
וואס מיט אים איז געווען די אינטערוויו וואס איז אויף דע-חסד-פאנד

הערט און האט הנאה

קליק דא צו מנדב זיין

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

תגובהדורך ניי » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:23 pm

רבותי!!
היינט איז די יארצייט פון ר' משה לייב סאסוב'ער זי"ע וואס עוסק געווען כל ימיו אין פדיון שבוים

נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה און זייט זיך משתתף לטובת ארגון זרח בחושך
וואס גייט באזוכן אין די ניו יארקע סטעיט טורמע'ס נעבן די קאנאדישע גרעניצן
ווי אידן שמאכטן אפ און כמעט וואס מען קוקט זיך אום אויף זיי
(צוליב די ווייטקייט פון די אידישע געגענטער)

קוועטש דא, אין געב וויפיל די קענסט!!
טוה אויפשיינען די ארגענעזאציע
די אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו די ארגענעזאציע
אמן

ניי
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

ליסטע פון טורמעס נעבן די גרעניצן

תגובהדורך ניי » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:25 pm

סירטש אביסל בנוגע די תפיסות

Here is a brief list of some of the many facilities our organization is currently operating and providing services on a daily basis.
Clinton Correctional Facility Dannemora N.Y.

Woodbourne Correctional Facility

Eastern Correctional Facility Napanoch New York

Five Points Correctional Facility

Wallkill Correctional Facility

Auburn Correctional Facility

Washington Correctional Facility

Altona Correctional Facility

Franklin Correctional Facility

Upstate Correctional Facility

רוף דיר אן הייס

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:10 pm

ניי האט געשריבן:סירטש אביסל בנוגע די תפיסות

Here is a brief list of some of the many facilities our organization is currently operating and providing services on a daily basis.
Clinton Correctional Facility Dannemora N.Y.

Woodbourne Correctional Facility

Eastern Correctional Facility Napanoch New York

Five Points Correctional Facility

Wallkill Correctional Facility

Auburn Correctional Facility

Washington Correctional Facility

Altona Correctional Facility

Franklin Correctional Facility

Upstate Correctional Facility

רוף דיר אן הייס


ביטע רופט אייך אן ווארעם !


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלעקבארד און 19 געסט