18 מיליאן שקל אן קיין מעטשינג אין 30 שעה - מרכז מוסדות בעלזא

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

18 מיליאן שקל אן קיין מעטשינג אין 30 שעה - מרכז מוסדות בעלזא

תגובהדורך כתמר יפרח » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:29 pm

די בעלזא מוסדות אין א"י לאט זיך ארויס מיט אן אנליין קאמפיין אויפצוטרייבן אכצען מיליאן שקל אין 30 שעה,

די חידוש פין די קאמפיין איז קודם אז עס איז נישט דא קיין מעטשינג, דאס הייסט אז די נאמבער וואס מ'זעהט אויפן סקרין איז די ריכטיגע סכום וואס קומט אריין.

אויכט, אלע אנליין קאמפיין'ס איז די עיקר געלט קומט אריין פין די אייגענע נדיבים, משא"כ דא ווילן זיי נישט אז בעלזא אינגערלייט זאלן אריין לייגן געלט, די גאנצע געלט זאל קומען פין אינדרויסן.

מ'דארף אויכט באטאנען אז די 18 מיליאן איז נישט די פיינעל גאול, ס'קען זיין מער אדער וויניגער, זיי ווארטן קודם אז די עולם זאל זיך אונטערנעמען א סכום וואס זיי גייען אריינברענגן אין לויט דעם גייט מען מאכן די גאול.

צו ס'וועט זיי געלונגן? מעמער זעהן....
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:40 pm

לענ"ד לא יצליח

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:42 pm

פ
צוגעלייגטע
9EEFEA35-FC03-4EE2-BB66-A6D25FA14103.jpeg
9EEFEA35-FC03-4EE2-BB66-A6D25FA14103.jpeg (182.27 KiB) געזעהן 3304 מאל
09224B8B-E700-4200-B651-86142FA76D35.jpeg
09224B8B-E700-4200-B651-86142FA76D35.jpeg (210.87 KiB) געזעהן 3304 מאל
A4F23D03-0268-463E-8147-D693B04C22ED.jpeg
A4F23D03-0268-463E-8147-D693B04C22ED.jpeg (350.19 KiB) געזעהן 3304 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:46 pm

-
צוגעלייגטע
F2EB7F87-AE15-4C4D-8D52-145E83B23F0D.jpeg
F2EB7F87-AE15-4C4D-8D52-145E83B23F0D.jpeg (290.52 KiB) געזעהן 3292 מאל
E070AB66-95EE-40B2-A46E-E5D1020A990F.jpeg
E070AB66-95EE-40B2-A46E-E5D1020A990F.jpeg (300.52 KiB) געזעהן 3292 מאל
4F8CD664-FAE9-4F7C-9CEF-E99041343B3A.jpeg
4F8CD664-FAE9-4F7C-9CEF-E99041343B3A.jpeg (325.12 KiB) געזעהן 3292 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:47 pm

משהלע האט געשריבן:לענ"ד לא יצליח

נישט פארהאן אזא זאך ביי א גרויסע חסידות.

#כבוד בית רבינו

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:48 pm

דרשות איבערן גאנצע וועלט אלס הכנה צום וועלטליכע קומפיין
צוגעלייגטע
37A8F710-7987-434F-BB1D-5F02AD0E5212.jpeg
37A8F710-7987-434F-BB1D-5F02AD0E5212.jpeg (64.82 KiB) געזעהן 3285 מאל
0C2CD8A4-CDE8-46E1-B906-66A122C796AA.jpeg
0C2CD8A4-CDE8-46E1-B906-66A122C796AA.jpeg (70.01 KiB) געזעהן 3285 מאל
EC3AC3CC-E23A-4997-8935-C95C258E8D6E.jpeg
EC3AC3CC-E23A-4997-8935-C95C258E8D6E.jpeg (59.32 KiB) געזעהן 3285 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:50 pm

משב״ק ר״א ווינד שליטא ביים כנס הסברה

אייניקעל פונעם רבין רעדט ביים אסיפה
צוגעלייגטע
228F7EFD-389A-483B-B886-26D93A14F7F6.jpeg
228F7EFD-389A-483B-B886-26D93A14F7F6.jpeg (82.21 KiB) געזעהן 3278 מאל
C65E426A-E3E7-477C-9163-E334CD783FEF.jpeg
C65E426A-E3E7-477C-9163-E334CD783FEF.jpeg (60.73 KiB) געזעהן 3278 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש ינואר 05, 2019 10:55 pm

בעיסעקלי בעלז אין ארץ ישראל האט יעצט א לאך פון 6 מיליון נאכדעם וואס 2 גרויסע עשירים וואס פלעגן געבן עטליכע מיליון ג יאר קענען יעצט נישט געבן מער ( איינער פון זיי איז די געלט געפרוירן דורך די טראמפ סאנקציעס)
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג ינואר 06, 2019 7:19 am

ר' שלום, עלטסטער אייניקל פונעם רב שליט"א איז ספעציעל געפארן קיין אייראפע צו אויפטרעטן לטובת דעם קאמפיין.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 06, 2019 9:11 am

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:לענ"ד לא יצליח

נישט פארהאן אזא זאך ביי א גרויסע חסידות.

#כבוד בית רבינו

מען דארף רעדן מיטן עולם צו פארשטיין פארוואס איך זאג עס.

אויב איז עס מצליח איז עס נאר ווייל די עולם קערט וועגן די רב פערזענליך. די עולם איז נישט ווארעם בלשון המעטה און איז א תוצאה פון זיין אנגעווייטאגט אויף די הנהלת המרכז רבות בשנים. די עולם גיבט געלט פערזענליך ווייל מען שטופט שטארק, אבער יעצט בעט מען נישט אייגענע געלט, נאר אז מען זאל מתרים זיין פרעמדע. דאס גייט זייער שווער טאמער עס גייט נישט צופיל אן פארן עמך צו בעטן א באקאנטער געלט. עס איז נישט די היזיגע מוסדות. די גאול איז זייער הויך אן קיין מעטשינג.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » זונטאג ינואר 06, 2019 9:24 am

וואס עפעס? האט געשריבן:בעיסעקלי בעלז אין ארץ ישראל האט יעצט א לאך פון 6 מיליון נאכדעם וואס 2 גרויסע עשירים וואס פלעגן געבן עטליכע מיליון ג יאר קענען יעצט נישט געבן מער ( איינער פון זיי איז די געלט געפרוירן דורך די טראמפ סאנקציעס)

וואס מיינט דאס ?
איראן ? חיזבאלא ? רוסלאנד ?
פון ווי נעמט בעלז וואס טראמפ לאזט נישט ?

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 06, 2019 11:25 am

שמערלער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:בעיסעקלי בעלז אין ארץ ישראל האט יעצט א לאך פון 6 מיליון נאכדעם וואס 2 גרויסע עשירים וואס פלעגן געבן עטליכע מיליון ג יאר קענען יעצט נישט געבן מער ( איינער פון זיי איז די געלט געפרוירן דורך די טראמפ סאנקציעס)

וואס מיינט דאס ?
איראן ? חיזבאלא ? רוסלאנד ?
פון ווי נעמט בעלז וואס טראמפ לאזט נישט ?

https://www.google.com/url?sa=i&source= ... 8251341455

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג ינואר 06, 2019 11:59 am

איך האלט אז זיי גייען יא מצליח זיין

בעלזא רב האט א שטארקע השפעה אויף די חסידים.

אגב כ'מיין אז בעלזא איז געוועהן די ערשטע צו מאכן אזא קאמפיין.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 5:27 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:בעיסעקלי בעלז אין ארץ ישראל האט יעצט א לאך פון 6 מיליון נאכדעם וואס 2 גרויסע עשירים וואס פלעגן געבן עטליכע מיליון ג יאר קענען יעצט נישט געבן מער ( איינער פון זיי איז די געלט געפרוירן דורך די טראמפ סאנקציעס)

וואס איז דאס טראמפ סאנקציעס?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג ינואר 06, 2019 6:10 pm

קוק צוויי תגובות ארויפציר.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

טורקא
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:22 am

תגובהדורך טורקא » מאנטאג ינואר 07, 2019 5:45 am

משהלע האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:לענ"ד לא יצליח

נישט פארהאן אזא זאך ביי א גרויסע חסידות.

#כבוד בית רבינו

מען דארף רעדן מיטן עולם צו פארשטיין פארוואס איך זאג עס.

אויב איז עס מצליח איז עס נאר ווייל די עולם קערט וועגן די רב פערזענליך. די עולם איז נישט ווארעם בלשון המעטה און איז א תוצאה פון זיין אנגעווייטאגט אויף די הנהלת המרכז רבות בשנים. די עולם גיבט געלט פערזענליך ווייל מען שטופט שטארק, אבער יעצט בעט מען נישט אייגענע געלט, נאר אז מען זאל מתרים זיין פרעמדע. דאס גייט זייער שווער טאמער עס גייט נישט צופיל אן פארן עמך צו בעטן א באקאנטער געלט. עס איז נישט די היזיגע מוסדות. די גאול איז זייער הויך אן קיין מעטשינג.

לאמיר טראכטען צוזאמען די גאול איז 18 מליון שקלים אויף דולרס איז עס כמעט 5 מליון דולר, יעצט בעלזא איז היינט בליעה"ר בערך 8 טויזנט משפחות,ממיילא צווישען 8 טויזנט משפחות איז נישט גאר א שווערע זאך אז 250 מענטשען וואס האבען ביזנעסעס זאלען צושטעלן 20 טויזנט דולר און די האסט שוין 5 מליון דולר

און יעצט לאמיר גיין ווייטער, ביי די קומפיין פון מוסדות דושינסקי האט מען געברענגט אנע דופלען בערך 6 מליון שקלים, פון אויסלאנד איז אריינגעקומען כמעט 1 מליון אפי' ווייניגער (נאכאמאל אן דופלען), דאם הייסט אז די ארץ ישראלדיגע חסידים האבען געברענגט מער פון 5 מליון שקל ווייל זיי פילען זיך מער נאנט צו דעם, יעצט לגבי בעלזא איז דא אין ארץ ישראל בליעה"ר מער ווי 4 טויזנט משפחות, איז אויב אז אפי נאר 2 טוזנט אינגעלייט זאלען ברענגען נאר 5 טוזנט שקל קומט מען שוין אן צו 10 מליון, און עס איז דא אסאך וואס קענען ברענגען אסאך מער, און ביי די גרויסע כנס יענע וואך אין ירושלים וואס איז נישט געווען פאר אלעמען איז טאקע אריינגעקומען התחייבות'ען פון 5 מליון שקל און מוצ"ש און אשדוד איז אריינגעקומען התחייבות'ען פון 3 מליון ש"ח א.א.וו. ממיילא וויל איך ארויסברענגען אז אויב מען קומט נישט אן צו 18 מליון שקל איז עס א גרויסע בושה פאר בעלזא, וועגען דעם דארפען זיך אלע אינטערגארטלען און מיט אביסל הארץ און א קליינע מסירת נפש קען מען אנקומען צו אסאך אסאך מער פון 18 מליון שקל

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:01 am

טורקא האט געשריבן:

עס מעכט סענס אז די ישראלים זאלן זיין ווארעם פאר עס און אפשר קען דאס זיין גענוג. אחרי ככלות הכל לעבן איבער טויזענט פון זיי פון די קאסע....

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:33 am

לענ״ד גייט רוב געלט קומען פון א״י עסקנים (נישט די תורמים- נאר די בעטערס)
לעצט פאראכטן דורך וואס עפעס? אום מיטוואך ינואר 09, 2019 12:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג ינואר 07, 2019 9:22 am

טורקא האט געשריבן:און יעצט לאמיר גיין ווייטער, ביי די קומפיין פון מוסדות דושינסקי האט מען געברענגט אנע דופלען בערך 6 מליון שקלים, פון אויסלאנד איז אריינגעקומען כמעט 1 מליון אפי' ווייניגער (נאכאמאל אן דופלען), דאם הייסט אז די ארץ ישראלדיגע חסידים האבען געברענגט מער פון 5 מליון שקל ווייל זיי פילען זיך מער נאנט צו דעם

טעות, די תושבי ארץ ישראל פןן דושינסקיא האבן געשאפט פון אמעריקאנער קרובים און ידידים. רוב געלט פון די חסידים בארה''ק איז געקומען פון אויסלאנד.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

טורקא
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:22 am

תגובהדורך טורקא » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:17 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טורקא האט געשריבן:און יעצט לאמיר גיין ווייטער, ביי די קומפיין פון מוסדות דושינסקי האט מען געברענגט אנע דופלען בערך 6 מליון שקלים, פון אויסלאנד איז אריינגעקומען כמעט 1 מליון אפי' ווייניגער (נאכאמאל אן דופלען), דאם הייסט אז די ארץ ישראלדיגע חסידים האבען געברענגט מער פון 5 מליון שקל ווייל זיי פילען זיך מער נאנט צו דעם

טעות, די תושבי ארץ ישראל פןן דושינסקיא האבן געשאפט פון אמעריקאנער קרובים און ידידים. רוב געלט פון די חסידים בארה''ק איז געקומען פון אויסלאנד.

איך האב געמיינט צו זאגען אז די ארץ ישראל'דיגע חסידים האבען עס געברענגט ווייל זיי זענען נאנט צו דעם און נישט קיין חילוק פון ווי דער עיקר אז זיי האבען עס געברענגט

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:49 pm

מען רעדט דא כאילו דושינסקי איז אנגעקומען צום גאול, ווער זאגט? אז עס איז נישט געוועהן אונליין קענען זיי זאגן וואס זיי ווילן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:54 pm

זינגער האט געשריבן:מען רעדט דא כאילו דושינסקי איז אנגעקומען צום גאול, ווער זאגט? אז עס איז נישט געוועהן אונליין קענען זיי זאגן וואס זיי ווילן.

ר איד איר האט א גרויסע טעות עס איז קיין חילוק פון אנליין קאמפיינס ביז טעלעפאן קאמפיינס לגבי צו איך זאל עס גלייבן
והא ראיה אז די בתי מדרשים געלט ווערן ארויפגעלייגט און פון ווי קען מען וויסן אויב עס איז אמת?
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:57 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:מען רעדט דא כאילו דושינסקי איז אנגעקומען צום גאול, ווער זאגט? אז עס איז נישט געוועהן אונליין קענען זיי זאגן וואס זיי ווילן.

ר איד איר האט א גרויסע טעות עס איז קיין חילוק פון אנליין קאמפיינס ביז טעלעפאן קאמפיינס לגבי צו איך זאל עס גלייבן
והא ראיה אז די בתי מדרשים געלט ווערן ארויפגעלייגט און פון ווי קען מען וויסן אויב עס איז אמת?

You can spot an anomaly online in no time.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:53 am

Meanwhile,
בעלזא כולל אין לאנדאן קאמפיין היינט פאר א האלב מיליאן פונט.

https://www.charidy.com/belzlondon

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך ינואר 09, 2019 8:00 am

משהלע האט געשריבן:Meanwhile,
בעלזא כולל אין לאנדאן קאמפיין היינט פאר א האלב מיליאן פונט.

https://www.charidy.com/belzlondon

בעלזא כולל אין לאנדאן charidy קאמפיין, איז ''מיט'' מעטשינג,

מרכז מוסדות בעלזא קאמפיין, גייט זיין אן קיין מעטשינג.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנאפער ידען, רבי משה און 17 געסט