בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
ט: א גוטן
ק: א בעסערן
ט: וויאזוי איז געווען מיט די צעטיל?
ק: ס'איז אמת.
ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן אז איך בין מצליח, איך נעם די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן.
איך נעם עסק: איך שפיר עפעס אומבאקוועם דערמיט. ס'פעלט מיין 'איך' דערפון. אזא סארט "איך וויל מצליח זיין לויט וויאזוי איך וויל, און איך וויל נישט דשאסט נעמען וואס השי"ת געט מיך" ווייל איך שפיר אז סוף טאג וועל איך נישט זיין
געהערט. מיין ווייטאג וועט בלייבן דערשטיקט.
ט: איך זעה אז ס'איז דיך שווער זיך פארצושטעלן. שטעל דיך פאר ווי א אנדערע מענטש וואס קוקט אויס ווי דיר, איז מצליח, אבער 'אינגאנצן'. ער נעמט די הצלחות וואס השי"ת וויל אים געבן, אבער אזוי '
אינגאנצן'.
ק: ניין.
ט: וואס ניין?
ק: א נאר.
ט: וואס א נאר?
ק: ווען מ'איז נישט מצליח ברענגט מען זיך ארויס.
ט: יא?
ק: ער ווערט געשלעפט פון הצלחות, און ער לאזט זיך שלעפן.
ער לאזט זיך.
ט: און? אז ער לאזט זיך? ס'איז דאך אזוי גוט, ניין? ער איז מצליח! דאס איז וואס דו ווילסט ניין?
ק: איך האב אלץ געהאט אזא זאך
דאס נישט צוצולאזן. ס'טאר נישט גיין!
ט: וואונדערט זיך?
ק: איך קען נישט ארויסברענגען
וואס איך וויל.
ט: נישט נאר וויל איך וויסן וואס דו ווילסט, איך וויל וויסן וואס דו ווילסט, און פארוואס דו ווילסט עס. איך בין גרייט צו הערן. געדענק דו האסט א געלעגנהייט
ק:
מ'פרעגט נישט מיין דיעה. מ'הייסט נאר.
ט: לגבי וואס דרייט זיך ארום דיין דיעה?
ק: איך וויל זיין דער וואס שטופט, און נישט דער וואס ווערט געשלעפט.
ט: אלעמאל געווען אזוי אין דיר?
ק: ענטפערט נישט.
ט: האב נישט מורא צו זאגן דעם אמת. מ'דארף מודה זיין על האמת.
ק: ווען איך האב געזעהן אז איך פארליר קאנטראל
ט: אויף וואס פארליר איך קאנטראל?
ק: צו קענען טון וואס איך וויל.
ט: איז נישט וואס דו ווילסט, מצליח זיין?
ק: ניין, ס'איז עפעס טיפער פון דעם.
ט: וואס איז די טיפער?
ק: אין מיין דמיון איז עס כאילו איך כאפ מיך אן אין א הארטע פלאסטישע געביידע. און איך זאג: דאס וויל איך.
ט: אקעי, כאפ עס אן נאך שטערקער, ווער נאנט דערמיט, זייער נאנט, און דערשפיר מער וואס איז דאס וואס דו ווילסט עררייכן?
ק: ס'קומט ארויף א געפיל פון: מ'קען נישט טון מיט מיר וואס מ'וויל. איך וועל ענק ווייזן.
ט: אקעי. דאס מאל זאלסטו דיך פארוואנדלן אין דעם פלאסטישן הייזקע. און זאג מיר מער...
ק: איך ווייס נישט פארוואס. אבער ס'קומט ארויף: האסט געמיינט אז מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל. ניין! ס'וויל זייער שטארק געזאגט ווערן. איך ווייס אבער נישט צו ס'מאכט סענס. איך שפיר אויך א פארלייכטערונג ווען איך זאג עס. "ווארף זיך נישט ארום מיט מיר, איך בין דא.
איך בין יא דא".
ט: ס'וויל זיך דיר זיין די פלאסטישע הייזקע?
ק: איך וויל בעיקר מ'זאל דאס יעדער וויסן. "זעה מיך. דאס בין
איך. ווארף מיך נישט אוועק אז איך זאל מיך נישט דערקענען"
ט: זיך אנצוכאפן אין דעם פלאסטישער הייזקעלע ווערט שטערקער ווען דו ווילסט דיך זעהן מצליח זיין?
ק: יא.
ט: וואס זענען די ווערטער...
ק:
איך וויל זאלסט מיך זעהן. עס קומט מיט מיט אזא געפיל צו וויינען.
ט: זאג וואס מ'האט נישט געזעהן.
ק: מ'האט מיך נישט געזעהן. מ'האט פארגעסן פון מיר. מ'האט מיך נישט באמערקט. קיינער האט נישט געזעהן. איך בין געווען אליין. ס'האט קיינער נישט געקוקט. ס'איז קיינעם נישט געווען אינטערעסאנט. איך וויל נישט זיין די פלאסטישע הייזקעלע, אבער איך וויל אויך נישט...
ט: וואס?
ק: איך וויל אז מ'זאל מיך יא האבן געזעהן...
ט: ס'איז געווען פיינפול די שפיר אז מ'זעהט דיך נישט?
ק: יא.
ט: וויאזוי אנטלויפסטו דערפון?
ק: שמייכלט. דורכ'ן נישט מצליח זיין.
ט: וויאזוי?
ק: יעדער איז מצליח, אבער איך בין אנדערש. איך בין נישט מצליח.
ט: זיך פארשטעלן ביידע. סיי די ווייטאג פון די שפיר אז מ'זעהט מיך נישט. און סיי די עצה פון נישט מצליח זיין.
ק: שעמט זיך.
ט: וואס האט איינס מיטן צווייטן?
ט: פון די פלאץ אז קיינער זעהט דיך נישט. זאג: אויב איך גיי עכט עכט עכט נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן...
ק: מיינט מוחל זיין דערויף. וויאזוי קען איך עס מוחל זיין.
ט: וואס שפירט יענע חלק ווען דו זאגסט: איך בין מוחל וואס איך שפיר יעצט, איך גיי מיך אויסדרייען און נעמען די הצלחות וואס השי"ת געט מיך.
ק: ניין.
ט: פארוואס? זיי נישט קיין נאר. דריי דיך אוועק און דשאסט נעם די הצלחות פון השי"ת און שוין.
ק: דאס מיינט אז איך עקזיסטיר נישט
עכט.
ט: פארוואס נישט? דשאסט דריי דיך אויס, און שטרעק אויס דיין האנט, און נעם די הצלחות וואס השי"ת וויל דיך געבן?
ק: די גאנצע דשוס פון מיין עקזיסטענץ איז דארט. איך האב געוואלט אז מ'זאל מיך מיך זעהן! און קיינער האט זיך נישט וואוסנדיג געמאכט.
ט: וואס איז די עקזיסטענץ וואס דו גייסט באקומען טאמער מ'קוקט יא?
ק: איך בין א זאך. אבער איך וויל נישט עכט אז מ'זאל מיך זעהן,
ווייל איך שעם מיך. אבער דאך איך האב פארלוירן א געלעגנהייט. ווען זיי וואלטן געקוקט, וואלט איך מיך מער געטראפן. יעצט, בין איך נישט
דעס.
ט: זאג זיי: איך בין זייער קלאר איבערצייגט אז נאר אויב ענק קוקן אויף מיר און זעהן מיין עכטע איך, נאר דעמאלטס קען איך טרעפן מיין עקזיסטענץ. אויב נישט האב איך נישט קיין וועג וויאזוי דאס צו טרעפן.
ק:
ט: וואס וואלט געווען אויב דו ביסט מוחל אז דו האסט פארפאסט די געלעגנהייט.
ק: וויאזוי קען איך מוחל זיין. אזוי גייט עס? סתם ווייטאג און זיך גיין ווייטער?
ט: זיך זעהן מצליח זיין. וואס קומט ארויף?
ק: ס'פעלט מיין 'איך'.
ט: און זאג: איך קען אפשר פרובירן צו אויסשטרעקן מיין הענט צו נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן, אבער מיין 'איך' גייט פעלן. ווייל איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו טרעפן מיין 'איך' נאר אויב מ'קוקט אויף מיר. ענק האבן נישט געקוקט, נישט באמערק, געענדיגט. און אויך קען איך נישט מוחל זיין אז מ'האט נישט באמערקט. סתם ליידן, און זיך גיין ווייטער.
ק: טאקע אזוי.
ט: אין יענע חלק וואס ווייסט צו זאגן פון די ווייטאג אז מ'באמערקט דיך נישט, וואס ערווארטסטו גייט געשעהן, אויב דו ביסט עכט עכט מוחל.
ק: איך געב אויף אויף קאנטראל. איך לאז מיך אריינשטופן אין די ענדלאזיגקייט פון נישט באמערקט, דאס מיינט פון אומעקזיסטירנד.
ט: פארוואס? דשאסט זיי מוחל. און נעם די הצלחות.
ק: איך קען נישט.
ט: פארוואס? וואס גייט זיין.
ק: איך לאז מיך אריינפאלן אין אומעקזיסטירנדער עקזיסטענץ.
ט: און וואס עררייכסטו אז דו ביסט נישט מצליח, אז דו כאפסט אוועק דיין האנט פון נעמען די הצלחות?
ק:
יעצט עקזיסטיר איך.
ט: זיך זעהן מצליח זיין, וואס קומט ארויף?
ק: שמייכלט. איך ווער אויס עקזיסטירנד. אוודאי וויל איך נישט.
צעטיל: איך קען אפשר פרובירן צו אויסשטרעקן מיין הענט צו נעמען די הצלחות וואס השי"ת וויל מיך געבן, אבער מיין 'איך' גייט פעלן. איך גיי שפירן אומעקזיסטירנד. ווייל איך האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו טרעפן
א 'איך' נאר אזא איך וואס מ'באקומט ווען מ'באמערקט מיין טיפע איך. ענק האבן נישט געקוקט, נישט באמערקט, געענדיגט. און אויך קען איך בשום אופן נישט מוחל זיין אז מ'האט נישט באמערקט. ווייל דאס מיינט זיכער מסכים זיין צו זיין אומעקזיסטירנד.
והשם הטוב יעזור