א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מארטש 01, 2019 3:19 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: א גוטן... וויאזוי איז געווען צו זיין אין טאטש מיט דיין צעטיל ?

ק: (נעמט ארויס די צעטיל פון זיין טאש...) 'אויב איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן, אז די מצב פארלאנגט פון מיר אינגאנצן אן אנדערע סארט 'זיין וואויל' ווי עס האט מיר פארלאנגט זייענדיג א יונגעל אין חדר, ערווארט איך אז...' איך קען שפירן אז עפעס טוישט עס...

ט: סאו, לאמיר זעהן... איך וויל זאלסט עקספיריענסן אין דיינע Felt Emotions דייקא דייקא אין דיינע Felt Emotions, - אויב דו קענסט באשטיין - ווי דו קומסט אריין אין ביהמ"ד צווישן מענטשן... דו עפנסט א סידור... דו דאווענסט... וויסנדיג ביי דיר - זייער קלאר, נאר פאר דאס מאל - אז עס איז נישטא יעצט פאר דיר וואס צו טראכטן... סאו דו דאווענסט יעצט, זיך געפינענדיג מיט א 'פארשטאנד', מיט א 'שכל' - וואס דו האסט נישט געווענליך - אז עס איז נישטא וואס צו טראכטן... כאטש געווענליך אין גענוי די זעלבע Setting וועסטו זיך טרעפן Somehow טראכטן, איבערטראכטן, קלערן, דאס יענץ... אבער דאס מאל האסטו דיך געטראפן 'פארשטייענדיג' אז עס איז נישטא אין וואס צו טראכטן... אבער די רגע עס ווערט דיך 'אומבאקוועם' זיך טרעפנדיג מיט אזא 'שכל', זאלסטו ליינען דעם צעטיל, 'אויב איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן, אז די מצב פארלאנגט פון מיר אינגאנצן אן אנדערע סארט 'זיין וואויל' ווי עס האט מיר פארלאנגט זייענדיג א יונגעל אין חדר, דאן ערווארט איך אז ?...' און זאג מיר וואס עס פאסירט מיט דיר ?

ק: דאן ערווארט איך אז איך פארליר מיינע חברים.

לויט ווי איך פארשטיי יעצט, האב איך אין מיך א געברויך, א Need, צו שפירן Connected, און די רגע איך לאז מיך אנערקענען אז איך בין שוין ערוואקסן פארליר איך דעם שפיר פון Connection. ווייל איך 'ערווארט' עפעס...

ט: (הייליגער באשעפער העלף מיר, העלף מיר... נאר מיט דיין כח, אילותי לעזרתי חושה) די איינציגע וועג צו פאקטיש זיין קאנעקטעד, איז נאר ווען איך שפיר קאנעקטעד, אויב איך פארליר די שפיר פון קאנעקשאן דאן ...

ק: וואס מיינט קאנעקשאן ?

ט: איך פרעג דיר 'טייערקייט' וואס מיינט קאנעקשאן ?

ק: ("קלייענט" איז צומישט...)

ט: וויאזוי האט מען קאנעקשאן ?

ק: איך ווייס טאקע נישט... ווען איך שפיר קאנעקשאן...

ט: לאמיר דיך פרעגן... און איך פרעג דיינע טיפע טיפע Emotional Knowings, און איך וויל אז דיינע טיפע Emotional Knowings זאלן הערן מיין קשיא... און איך וויל זאלסט מיר פון דארט ענטפערן דעם אמת, וויאזוי דער אמת איז... ס'דארף נישט זיין אינטערעסאנט, ס'מעג זיין טרוקענער ווי טרוקען... אבער ס'דארף זיין דעם אמת, אבער ס'דארף זיין דעם אמת... ווען ווייסטו ביי דיר אז דו ביסט קאנעקטעד ?

ק: איך ווייס טאקע נישט.

ט: ענטפער דעם 'אמת'... דו ווילסט שפירן קאנעקשאן ?

ק: יא.

ט: לאמיר דיך פרעגן... ווען שפירסטו יא קאנעקשאן, און ווען שפירסטו נישט קאנעקשאן... דו ווייסט ?

ק: יא

ט: ווען ?

ק: ווען איך שפיר א הארציגע קשר בין איך קאנעקטעד...

ט: און אויב דו שפירסט נישט, אבער יענער איז גוט צו דיר ?

ק: איז עס נישט אינטערעסאנט.

איך שטעל מיך פאר אז די Schema וואס דארף ווערן באנייט איז, אז איך בין קאנעקטעד, טראץ וואס איך שפיר נישט קאנעקטעד... און זיין צופרידן אן 'שפירן' קאנעקטעד...

ט: וואסערע שייכות האט דאס נישט קענען זיין אן 'טראכטן', מיט דעם אז דו מוזט 'שפירן' מקושר...

ווייל ווען איך טראכט נישט, ווער איך מיט מיר אליין, און דאס מיינט אויפהערן צו זיין מקושר...

סאו מיין צעטיל איז ווי פאלגענד: איך בין נאר מקושר אויב איך שפיר מיך מקושר, איך דארף אנהאלטן דעם שפיר, אבער אויב איך שפיר אליין איז עס פאקטיש אויס קשר...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 03, 2019 3:13 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ט: אגוטן דיך מיינע טיפסטע Emotional Knowings, איך וויל דיך אויסהערן, דו זאלסט מיך פארציילן, איך וויל דיך הערן... איך וויל דיך פרעגן אז דו זאלסט מיר זאגן וויאזוי דו האסט געשפירט ליינענדיג דעם צעטיל? (בעת איך פרוביר מיט'ן הייליגן באשעפער'ס הילף אכטונג צו געבן אז ס'זאל נישט זיין רעזיסטענס. און איך פרוביר דאס צו עררייכן דורך שטארק אקצעפטירן, מיך ווייזן צוטרוי, עמפאטיע, וכו', ויוסיף חכם לפי הבנתו.)

ק: בעת איך בין געווארן אויפמערקזאם אז די סימפטאם פון וואס איך וויל פטור ווערן - ב"ה - פאסירט אין מיר, די סימפטאם פון 'איבערטראכטן', 'טראכטן', האב איך מיך פרובירט צו אויפמערקזאם מאכן, און זיך אריינברענגען אין די Emotional Truth וואס עס איז ארויפגעקומען ביי די פאריגע סעשאן, אז: די סיבה פארוואס איך דארף האבן וואס צו טראכטן, און איך קען נישט זיין אן טראכטן, איז ווייל איך האב מורא ארייצופאלן אין מיר אליין, און איך וויל שפירן א קשר, און וואס איך ווייס איז, אלץ א שטארקער Core Emotional Knowing, אז איך בין נאר 'מקושר' אויב איך שפיר אויף עפעס א וועג 'מקושר', אז אויב איך שפיר אליין ווערט עס געוואוסט ביי מיר אלץ פאקטיש אויס קשר, און איך קען זאגן אז דער דעלימא האט געמאנט מעשים פון מיר...

ט: (איך געב אכטונג נישט ארויסצוגיין פון די Experiential Emotional level. איך וויל בעיקר דשאסט פארטיפן מיין באוואוסטזיין אין דעם Emotional Truth, איך זאל ווערן מער באוואוסטזיניג דערויף...) איך וויל - אבער נאר מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו ביסט יעצט אין א מצב וואס דו פארשטייסט אז דער דילעמא שפילט זיך אפ אין דיר... און איך בין זייער נייגעריג צו וויסן וויאזוי דו ווייסט יעצט דיינע Emotional Knowings... וואס איז דיין עקספיריענס יעצט ?

ק: פחד !... איך דארף זיך נעמען טון אזאך וואס מיין טאטע האט מיר געהייסן.... און איך שפיר אז ס'שווער צו טון... איך שפיר ווי דאס טון מאכט מיך אויס קאנעקטעד... ווי ביז יעצט בין איך געווען מקושר, און דוקא מיט'ן טון ווערט עס אויף עפעס אן אופן אויס... דאס טון נעמט עס אוועק... און איך קען שפירן ווי איך ווער צעמישט בשעת איך נעם מיך טון... אזוי ווי ספיקות... און דאס געשעט אויך ווען מיין ווייב הייסט מיך 'טון'... ווי דאס 'טון' זאל מיך ארויסנעמען פון די 'קאנעקשאן'...

(איך שפיר ווי איך וויל ארויסגיין פון די "אומוויכטיגקייטן" וואס איך שרייב דא... אבער איך ווייס דאך אז ס'איז נישט "אומוויכטיג"... איך געב אכטונג בעזהשי"ת פון 'ווידערשטאנד'...)

מיין שאלה דא איז "פארוואס זאל 'טון' מיך ארויסנעמען פון 'שפירן מקושר'..."

ט: האסט מיר געזאגט אז דו ווערסט צעמישט ווען דו הייבסט אן טון... דו וואלסט מיר געקענט מער ארויסברענגען אין ווערטער דער 'צעמישעניש' ? איך בין זייער זייער אינטערעסירט...

ק : א שפיר ווי מ'דארף מיך נישט מער... אזוי ווי ביז יעצט בין איך געווען זיכער מיט עפעס, און ביים פאלגן (אוי איז דא רעזיסטענס) שפיר איך אז איך גיי ארויס פון די זיכערקייט...

ט: (איך וויל מיך מער פארטיפן אין די 'זיכערקייט' והשם יהא בעזרי...) איך וויל - אבער נאר מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן אז מ'הייסט דיך גארנישט טון (קלייענט שמייכלט...) וואס שפירסטו דאן ?

ק: (קלייענט ציטערט... און איז אביסל ארויסגעלאפן פון די Emotional level, דער "טערעפיסט" ברענגט אים צוריק...)

ט: האב נישט מורא 'צדיק'ל' פאר מיר קענסטו אלעס זאגן... זאג... איך גיי דיר גארנישט טון...

ק: איך ווייס טאקע נישט פארוואס, אבער ס'שפירט זיך סך בעסער ווען איך דארף נישט טון... ("קלייענט" וויל ארויסלויפן פון די גאנצע זאך... עס אפלייקענען און שוין... אבער "טערעפיסט" לאזט נישט...)

ק: פארוואס מאכט מיך פאלגן און טון שפירן אזוי 'וואקלדיג', און פרובירן צוריקצוכאפן מיין 'זיכערקייט' ?

ט: וואס מאכט סענס אין דיין לעבן אז דאס מאכט דיך שפירן אז דו פארלירסט 'קשר' ?

ק: ווען מ'הייסט מיך עפעס 'טון'...

ט: איך וויל - אבער מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן, און עקספיריענסן, און זיין מיט דיינע טיפסטע Emotional Knowings... וואס עס פאסירט מיט דיר לגבי פארלירן קשר... אז דו ביסט 'יעצט' א קינד, און דו שפירסט שטארק מקושר... און דאן הייסט מען דיך טון... וואס מיינט דאס אין דיין Emotional וועלט לגבי דעם שפיר פון קשר... וואס הייבסטו אן צו שפירן אין אט די רגעים... לגבי דעם די רגע מ'הייסט דיך טון ? (איך געב זייער אכטונג אויף רעזיסטענס...)
(איך האב זייער אסאך מאל געטוישט די 'פראגע' אויף אזא אופן אז ס'זאל מיר באוואוסטזיניגן אויפן אמת...)

ק: ווען דו זאגסט די ווערטער "און דו שפירסט שטארק מקושר" קען איך מיך עס נישט פארשטעלן, ס'לאט זיך נישט, ס'וויל נישט...

דאס מאכט מיך טראכטן, אז ס'דא אין מיר א רצון נישט צו זיין 'מקושר'...

ט: איך וויל - אבער נאר מיט דיין פולסטע הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו קומסט יעצט אריין אין ביהמ"ד... און דו ווייסט ביי דיר מיט גאר א שטארקע קלארקייט, אז ס'פעלט נישט אויס צו טון אפילו דאס מינדעסטע צו זיין מקושר, ווייל אויף עפעס אן אופן ווייסטו קלאר אז דו ביסט מקושר, דו גייסט אן מיט די Knowing אז דו ביסט מקושר... סאו, דו דארפסט נישט טראכטן, דארפסט גארנישט, גארנישט טון צו זיין מקושר... דו לערנסט, דו דאווענסט, צו הייבסטו אן צו שפירן עפעס 'אומבאקוועם' ווען דו גייסט אזוי אן ?...

ק: איך וויל נישט זיין מקושר... איך וויל נישט ! איך וויל זיין אליין... ס'איז צופיל פאר מיר... איך האב נישט קיין כח... אבער איך וויל נישט שפירן אליין...

ט: אינטערעסאנט, ווייל דו האסט מיר געזאגט אז דו ווילסט נישט שפירן 'אליין', און דו האסט מורא צו שפירן אליין ? איך וויל זאלסט מיר זאגן: "אויב איך גיי וויסן אז איך בין מקושר דאן..."

ק: איך האב נישט קיין כח צו קיינעמ'ס שוועריגקייטן ! איך וויל נישט זיין מקושר...

ט: איך וויל נישט זיין מקושר ווייל איך ערווארט אז ...

ק: ס'גוט צו זיין אליין...

ט: אקעי, סאו, זאג אזוי: זייער גוט אז איך שפיר מיך אליין...

ק: ס'שווער...

ט: וואס האט צו טון איינס מיט'ן צווייטן, וואס האט צו טון דאס אז פון איין זייט ווילסטו פאקטיש זיין אליין, און פון די אנדערע זייט ווילסטו נישט שפירן אליין, מיט'ן האבן וואס צו טראכטן ?

איך לעז די אויבנדערמאנטע דילעמא מיט'ן טראכטן...

סאו איך מאך מיך אזא צעטיל: פון איין זייט וויל איך זיין אליין, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך נישט שפירן אליין, און די איינציגע עצה פאר דעם דילעמא איז: האבן וואס צו טראכטן אזוי בלייב איך פאקטיש אליין, אבער איך שפיר נישט אליין... דשאסט ערלויבן צו וויסן אז איך בין שוין מקושר ? בשום אופן ! איך קען דאס נישט ערלויבן...

והשם הטוב יעזור המשך יבוא אי"ה...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:39 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

בשעת מ'טוט קאוהירענס טערעפי ווערט די סימפטאם ווייניגער - ב"ה, ווייל לדוגמא מיין סימפטאם הנקרא 'איבערטראכטן', צוריקטראכטן, טראכטן, ווען עס קוקט מיר אויס אז איך דארף 'איבערטראכטן', 'אריינטראכטן', 'מאכן זיכער', אבער איך פרוביר זיך צו נישט לאזן פארפירן פון די אויבערפלעכליכע פארשטאנד, אז עס איז באמת דא זייער וויכטיג וואס צו טראכטן, און אויב נישט גייט זיין געפערליך, נאר איך פרוביר מיט'ן הייליגן באשעפער'ס הילף זיך מייחס צו זיין צום 'פארשטאנד' פון די מצב, אז דאס קומט צוליב מיין אומליבשאפט צו שפירן 'אליין', און נישט ווייל עס איז דא וואס צו טראכטן.

טיף אינעווייניג אין מיר ווייס איך צו זאגן פון די 'אומבאקוועמליכקייט' צו שפירן אליין, וואס ליגט באגראבן אין מיר. אדער בעסער געזאגט די 'ליידן' פון שפירן אליין, איך ווייס צו זאגן פון דעם פראבלעם, עס ווייסט זיך מיר - אין מיין אונטערנבאוואוסטזיין - אז דא איז פארהאן א פראבלעם פון שפירן אליין וואס ס'מאכט ענג, איז אין די רגע איך האב וואס צו טראכטן, איז עס ווי א מענטש זומער וואס זעהט פון דערווייטענס א געלעגנהייט פאר אביסל לופט, ער לויפט אהין, דאס טראכטן געט מיר (לויט ווי איך פארשטיי ביז אהער...) א געוויסע מין פארעם פון שפירן קאנעקטעד... אדער נישט שפירן 'אליין'... און די סיבה דערצו איז, די אומוויליגקייט צו ערלויבן אז מ'איז מקושר...

כאטש די מחשבות וואס דינט אלס 'אנטלויף' פון די ענגשאפט, זענען צומאל פשוט'ע 'דמיונות', און איך ווייס אין מיין 'שכל' אז זיי זענען 'דמיונות', פונדעסטוועגן, די שוועריגקייט צו שפירן ענג ווערט למעשה לויזער דורך 'טראכטן', סאו פאר מיין אונטערבאוואוסטזיין איז נישט קיין חילוק 'דמיון אדער נישט דמיון...' אבי מ'ווערט באקוועם; אויס ענג.

ווען מ'טוט קאוהירענס טערעפי דארף מען אנווענדן אלע כוחות בעזר השי"ת זיך צו מייחס זיין צום 'געשעעניש' פון די פלאץ אין זיך וואס דארף האבן דעם סימפטאם... פון די פלאץ אין זיך וואס פאר אים איז וויכטיג די סימפטאם. דאס איז די אויפגאבע פונעם צעטיל...

ט: אגוטן וואס הערט זיך... וואס טוט זיך... וויאזוי גייט עס ? און בעיקר בין איך זייער זייער נייגעריג צו וויסן וויאזוי דו האסט געשפירט אין דיינע טיפע Felt Senses ווען דו האסט פרובירט צו ווערן אויפמערקזאם אויף די 'אמת' פון דעם צעטיל ?

ק: (קלייענט קען זיך נישט ברענגען צו ווערן אין טאטש מיט די אמת פונעם צעטיל... ער וויל זיך נישט אידענטיפיצירן מיט עס... אבער פריער האט דער "קלייענט" געהאט צו פארציילן וועגן דעם צעטיל, ווי ווייט אמת דאס איז, און ווי ווייט (אזוי שרייבנדיג הייבט דער "קלייענט" אן צוריקצוקומען... און איך געב אכטונג אז ס'זאל נישט געשען 'רעזיסטענס'... ) זיין אומליבשאפט צו שפירן אליין טרייבט אים צו פארשידענע מעשים... און אז ער וויל אז דער "טערעפיסט" זאל אים בעסער אויסהערן וועגן דעם... בעיקר די ווערטער "פון איין זייט וויל איך זיין אליין..." דאס קלינגט עפעס נישט צו אים... בעת נעכטן און אויך היינט האט ער מיר פארציילט גאנצעטע מעשיות ווי אמת דאס איז...

אויך האט ער מיר פארציילט אז זיין עיקר פראבלעם איז די פאריגע צעטיל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: "ווען איך טראכט נישט, ווער איך מיט מיר אליין, און דאס מיינט אויפהערן צו זיין מקושר. איך בין נאר מקושר אויב איך שפיר מיך מקושר. איך דארף אנהאלטן דעם שפיר. אבער אויב איך שפיר אליין, איז עס פאקטיש אויס קשר."

איך וויל בעיקר - בסיעתא דשמיא - געבן א קוק וואס איך, אדער בעסער געזאגט א 'אפטיילונג' אין מיר, ערווארט אז עס גייט פאסירן, אויב איך ווייס אז איך בין מקושר מיט א געזונטער נארמאלער קשר, א קשר וואס פאדערט נישט קיין שום באזונדערע מחשבה אדער מעשה עס אנצוהאלטן. א קשר וואס ערלויבט צו שפירן אליין. א קשר וואס איז סאליד. עס ערלויבט. עס באפרייט...

די פאלגנדע וואס איך שרייב איז נאר לויט ווי איך פארשטיי יעצט. איך טאפ אין די פינסטער. איך פרוביר. און איך בעהט השי"ת זאל מיר העלפן. קען זיין ס'גייט עפעס ארויפקומען, און ס'קען טאקע זיין אז נישט.

איך נוץ א ביהמ"ד צווישן אסאך מענטשן - מענטשן וואס איך וויל - כאטש פון איין אפטיילונג אין מיר - יא שאפן מיט זיי א קשר, נישט סתם מענטשן אין א איינמאליגע ביהמ"ד אין שטאט ג. וואס איז אינגאנצן פרעמד פאר מיר - אז ס'זאל ווערן Engaged די Part אין מיר וואס סיי וויל נישט 'זיין' מקושר - אדער אריינלאזן אין זיך אז מ'איז מקושר - מיט א נארמאלער קשר, און סיי וועלן זיין מקושר, און א ביהמ"ד איז א פלאץ וואו עס מוז בהכרח ארויפקומען דער 'דילעמא', "זאל איך יא ערלויבן א געהעריגער קשר, זאל איך נישט ? " "איך בין מקושר ? איך בין נישט ? " א ביהמ"ד צווישן מענטשן איז א פלאץ ווי דער דילעמא פון "ארום קשר" דארף ווערן Engaged אין מיר. ס'איז זיכער אז דאס דארף ארויפברענגען אין מיר, אין מיינע Emotions, דער דילעמא... אויב עס איז דא אין מיר אזא דילעמא, דארף ארויפקומען אזא וואקלדיגקייט ארום דעם דילעמא, און איך דארף דאס דערשפירן אויב איך לייג צו "אטענשאן".

ט: איך וויל - אבער נאר לויט דיין הסכמה - אז דו זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו גייסט יעצט 'אן' אין ביהמ"ד צווישן מענטשן... און עקספיריענסן דיינע טיפע געפילן, דשאסט פאר א פאר רגעים, געבן אזא מיינונג, עס אזוי פארשטיין, - דשאסט פאר א פאר רגעים ממש - אבער מיט זייער א שטארקער קלארקייט, אז דו ביסט מקושר מיט א געהעריגער, נארמאלער, געזונטער, קשר... סיי פון זייער זייט זענען זיי 'נארמאל' מקושר צו דיר, ככל גברין יהודאין, און סיי דו פון דיין זייט ביסטו 'נארמאל' מקושר צו זיי, ווי א יוד צווישן יודן... געבן אזא מיינונג אז עס איז אזא קשר וואס פאדערט נישט פון דיר קיין שום מאדיפיקאציע, נישט במעשה, און נישט במחשבה, און נישט מיט געפיל... נישט פון זייער זייט, און נישט פון דיין זייט... גיי אזוי אן פאר א וויילע... מיט אזא מיינונג אז עס איז דא אזא סארט קשר, דארפן יעצט דיינע מחשבות זיין באפרייט פון סיי וואס עס האט צו טון מיט מאכן קשר, אפשאצן קשר, שטערקער מאכן קשר, ס'איז אלעס גוט און מסודר הונדערט פראצענט ! אין להוסיף, ואין לגרוע... גיי אן מיט אזא מיינונג פאר א וויילע... וויאזוי שפירט זיך עס אין דיינע Emotions וויסנדיג אז עס איז אזוי יעצט... מיט אזא סארט קשר... צו קענסטו שפירן 'עפעס' אן אומבאקוועמליכקייט וואס הייבט אין אריינצוקומען אין דיר ? וואס איז יעצט ? שרייב עס אראפ...

איך האב עס געהערט א גוטע פאר מאל... איך האב געפילט זייער א קוים מערקבארער 'אומבאקוועמליכער שפיר' וואס איך האב נישט געקענט מאכן אין ווערטער... איך האב פשוט געפאוקעסט מיין אטענשאן צו דעם 'שפיר'... עס אנגעהאלטן אין מיין 'אטענשאן'... און סתם געפאוקעסט דערויף ווי מיט א לעזער בים... ביז עס האט אנגעהויבן צו באקומען ווערטער...

ק: איך האב Pain וואס דאס ווערט נישט מיטגעטיילט. און דאס ווערט פארהוילן אויב עס איז דא קשר.

ט: און וואס האט צו טון האבן Pain און זיין פארנומען מיט 'קשר' ?

ק: איך זוך עס מיט וועם מיטצוטיילן...

ט: און וואס האט צו טון 'ערלויבן אז מ'איז שוין מקושר מיט א נארמאלער קשר' מיט דעם אז 'דו זוכסט מיט וועם מיטצוטיילן' ?

פון דעם פארט אין דיר וואס זוכט מיט וועם מיטצוטיילן דיין Pain, פון דעם Part דייקא, וויל איך - אבער אינגאנצן נאר לויט דיין הסכמה - אז דו זאלסט זאגן, "אויב איך ערלויב מיך צו וויסן אז איך האב א נארמאלער געזונטער קשר, ווייל..."

וועל איך פארגעסן פון מיין Pain.

איך מאך מיר אזא צעטיל: א נארמאלער געזונטער קשר איז נאר מיט איינעם מיט וועם איך קען מיטטיילן מיינע טיפסטע Pain... אויב עס נישט דא בין איך גענצליך אליין... יענער וויל נישט הערן מיין Pain ? אויס קשר...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 06, 2019 2:12 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'זייער מעגליך אז ס'דא אין מיר א Presupposition פון "איך בין אליין..." אדער אולי אז א געוויסע Emotional state מיינט אז איך בין אליין.

לאמיר זיך פארשטעלן א קינד וואס ערגעץ וואו און ווען באשליסט ער די פאלגנדע Presupposition: "איך בין אליין..." אדער "איך קען בלייבן אליין..." און דאס מאכט אים מורא האבן פון דערליידן דאס שפירן אליין... אדער די 'ליידן וואס ער ערווארט אז ס'גייט קומען אויב ער גייט בלייבן אין דעם Emotional State וואס ער לערנט אפ אז דאס מיינט 'בלייבן אליין'... ער וויל נישט ! עס טוט אים וויי. ער וויל זיך דערהיטן דערפון... וואס טוט ער ? ער האט אסאך אויסוואלן, ער קען רעדן הויעך... פארפירן... איבער דרייען... בעיקר זיכער מאכן זיך נישט צו שפירן אין דעם געוויסע Emotional State. זיך צו פראטעקטן. ער טוט א 'עפעס' זיך צו פראטעקטן...

ס'קען זייער מעגליך זיין אז די געוויסע State פון וואס ער האט מתחלה אן מורא געהאט, איז סתם א פחד וואס ער מיינט נאר אזוי... ס'קען זיין אז דער Emotional State מיינט נישט זיין אליין... ס'קען זיין נאך זאכן... דאס איז אבער די ערשטע סטעפ, אז די קלייענט זאל אינטעגרעטן, און דערשפירן אין זיין באוואוסטזיין אט דעם 'פחד'... פון וואס ער אנטלויפט...

ווען איך מאך די סעשאן פרוביר איך צו זיצן אנגעלאנט, דאס מאכט אז מיין 'אטענשאן' זאל מיר אריינפאלן צו מיינע געפילן, ווי איידער אין 'קאפ'... (ווען א מענטש לערנט בייגט ער זיך איין אין די הייליגע גמ', ווייל ער נוצט 'קאפ'...) און ווען איך הער מיך צוריק, אדער אפילו ווען איך רעד אריין, כדי מיך צו 'באוואוסטזיניגן' מער און מער, טיפער און טיפער, אויף מיינע Felt Senses, אויף מיין טיפע Emotional Knowings, לייג איך מיין האנט אויף מיין Chest Area, דאס העלפט מיין 'אטענשאן' זאל זיך באוואוסטזיניגן אויף וואס איך 'שפיר'... מער ווי אויף וואס איך 'ווייס'... און - ווי שוין כמה פעמים באטאנט - איך געב אכט אויף Resistance. והכל בעזרת השי"ת

נישט אלע שפירונגען זענען דוקא אין יענע ארט. ס'דא ווען מ'וויל צולייגן די 'אטענשאן' צו שטייפקייט אין די פיס... אין די הענט... אין די בויך... אין קאפ... אבער אז איך לייג מיין האנט אויף יענעם ארט, אויף די Chest area, מאכט דאס אז איך זאל בכלל צולייגן מיין אטענשאן צו מיינע 'שפירונגען'... וואס דאס איז אויסטערליש וויכטיג. די 'קערפער' ווייסט, און קען דיר זאגן זייער אסאך... אבער געב אכט אויף רעזיסטענס. והכל רק בכח השי"ת.

ט: אגוטן דיך, מיינע טיפסטע Emotional Knowings, איך וויל דיך הערן, און איך וויל רעדן צו דיר, וויאזוי איז געווען דאס ליינען דעם צעטיל ?

ק: איך האב געליינט די צעטיל וואס דו האסט מיר געגעבן אז: ("קלייענט" נעמט ארויס די צעטיל...) א נארמאלער געזונטער קשר איז נאר מיט איינעם, מיט וועם איך קען מיטטיילן מיינע טיפסטע Pain... און אויב עס איז נישטא בין איך גענצליך אליין... און איך מוז האבן וואס צו טראכטן... יענער וויל נישט הערן מיין Pain ? אויס קשר...

ט: און וויאזוי איז געווען צו זיין In Touch מיט דעם צעטיל ?

ק: איך האב איינגעזעהן אז דאס איז דער אמת. אבער היינט ביים דאווענען בין איך געווארן אביסל מער אין טאטש מיט מיין 'זיין אליין' וואס ס'קען זיין אז פון דעם אנטלויף איך... און אז דאס מאכט אז איך זאל זוכן וואס צו טראכטן... ס'איז זייער א טיפע Knowing, און ס'שפירט זיך, ס'באוואוסטזיניגט זיך, כאילו איך בין אין זייער א יונגע Age... איך קען אויך שפירן אז איך האב זייער מורא פון עס... בעסער געזאגט ס'דערשפירט זיך נישט געהעריג... ס'שפירט זיך אביסל, אבער איך קען מיך נישט האלטן דערין מער ווי א פאר סקונדעס, און נאכדעם שפירט זיך עס נאכאמאל נאר פאר אביסל, און איך קען מיך נישט האלטן דערין... אבער איך קען שפירן אז דארט ליגט עפעס א גאנצע מעשה, אז דאס איז עס פון וואס איך אנטלויף...

ט: Wow, אזוי אינטערעסאנט צו הערן פון דיר דעס... עכט אינטערעסאנט... איך בין אזוי נייגעריג אז דו זאלסט מיך דאס פארציילן... האסט נישט קיין אהנונג ווי נייגעריג איך בין צו הערן פון דיר די זאך... איך בין אזוי נייגעריג... איך בעהט דיך פארצייל מיר עס... Wow... (איך געב אכטונג פון די resistance "איך בין נישט קיין בעבי... און זאג מיר נישט Wow..."

ק: איך ווייס נישט... סתם... איך דערמאן מיך עפעס ווי איך בין א קליין יונגעל וואס איז אליין... איך ווייס ? איך ווייס אליין נישט... סתם, עפעס א מין פחד פון זיין אליין... עפעס א מין געפיל אז איך בין אליין... איך קען אבער נישט דילן דערמיט... איך טראכט צו איך דארף בכלל דילן דערמיט... אפשר איז עס סתם שטותים... און לאמיך אפ מיט די גאנצע זאך...

ט: איך בין יא זייער נייגעריג צו וויסן וואס דאס איז...

ק: איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער אלעמאל קומט מיך ארויף א פיקטשער ווי איך בין א קליין יונגעל אין כתה א', און איך גיי אין עפעס א פרעמדער חדר, און איך קען נישט קיינעם, און איך שפיר מיך אליין... די בילד מעטשט מיט די 'אליין געפיל' מיט וואס איך הייב אן צו ווערן אין טאטש...

ט: האסט ליב געהאט צו זיין אין יענע מצב ווען דו האסט געשפירט די סארט "אליין"...

ק: ניין, פארשטייט זיך אז נישט. פארשטייט זיך אז נישט. איך האב "געשוואוירן" אז דאס זאל מער נישט פאסירן... (דהיינו, א באשלוס צו אנטלויפן פון אזא סארט מצב...)

(איך אפעליר צו יענע part וואס איז יעצט א קינד... און האט נאר די שכל וואס איך האב פארמאגט אלץ קינד... האט נאר די ערווארטונגען וואס איך האב פארמאגט אלץ קינד...)

ט: וואס מיינט עס פאר דיר, דאס אז דו טרעפסט דיך יעצט אין אזא מצב ?

ק: ס'מיינט אז איך דארף קענען מער דאס פלאץ... ס'מיינט אז איך דארף טון אז ס'זאל נישט געשען... ס'האט מיר געמאכט זייער ענג שפירן, ווייל איך האב געטראכט: "יעצט בין איך גארנישט ווערד..."

אן Overt Statement מיינט דא, א סטעטמענט וואס ווערט ארויס גערעדט גלייך פון די עמאושענס ארויס...

ט: איך וויל - אז דו זאלסט מאכן אן Overt Statement צו די מצב ארום, פון די Part אין דיר וואס פילט יעצט א קינד זאלסטו מאכן אן Overt Statement, און זאגן די Emotional Truth, אבער איך בעהט דיך זייער זייער זייער שטארק, אז דער Overt Statement זאל זיין אמת, אמת, אמת, ס'זאל שפירן אמת'דיג, און אז ס'זאל זיין אמת'דיג, זאג נישט קיין פאלשע זאכן אז ס'זאל 'אויסנעמען', בשום אופן, זאלסט נאר זאגן זאכן וואס איז אמת אמת אמת, ווייל נאר מיט'ן אמת קען א מענטש אנקומען, דערפאר בעהט איך דיר זייער שטארק אז דו זאלסט נאר זאגן דעם 'אמת', זאג דעם אמת וואס דו פיהלסט יעצט, זאג א Overt Statement וואס די אמת פון די מצב איז פאר דיר...

ק: איך בין פרעמד, איך שפיר ווי איך שיין נישט ארויס, קיינער זעהט נישט מיין 'ספעציעלקייט', קיינער זעהט נישט וואס איך בין, מ'מאכט זיך נישט וואוסנדיג וואס איך בין עכט, ס'אלעס זייער Plain און פשוט, און איך האב עס נישט ליב, ווייל מ'זעהט נישט מיין ספעציעלקייט...

ט: איך וויל זאלסט עקספיריענסן אין דיינע Felt Senses וויאזוי דו ביסט יעצט אין יענע חדר צווישן די יונגלעך, און איך וויל אז דו זאלסט זאגן - פון יענע פארט וואס פילט יעצט דעס, מיט יענע שכל, נישט מיט די היינטיגע שכל, מיט יענע 'שכל', אויב די מצב גייט בלייבן טאג איין טאג אויס די זעלבע זאך... און ענדיג דעם סטעטמענט פון יענע שכל...

ק: גייט מיך קיינער מער נישט געבן קיין פערזענליכע קער. איך גיי ווערן פארלוירן, און בטל. 'אומזעהבאר'.

ט: וואס האט צו טון 'מורא האבן אז דו גייסט מער נישט באקומען קיין פערזענליכע קער', מיט מורא האבן צו שפירן אליין, (און דערפאר דארפן האבן וואס צו טראכטן) ?

ק: איך דארף אנטלויפן פון שפירן אליין, ווייל ס'מיינט אז איך גיי ווערן פארלוירן, אז מ'האט פארגעסן פון מיר... מ'גייט מיך מער נישט זעהן.

ק: סאו, איך מאך מיך אזא צעטיל: שפירן אליין מיינט אז קיינער גייט מיך מער קיינמאל נישט באמערקן... איך גיי ווערן מער און מער בטל, און אומזעהבאר... אזוי אז מ'גייט מער נישט קער נעמען פון מיר. ווען איך שפיר אליין, מיינט עס אז מ'האט פאקטיש פארגעסן פון מיר. און טאמער איך טו גארנישט דערצו, ערווארט איך אז מ'גייט זיך מער נישט באציען צו מיר. איך דארף מאכן זיכער אז מ'זעהט מיך.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:26 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך האף דער עולם האט הנאה פון מיינע שרייבעכצער דא. איך וואלט געוואלט מ'זאל זיך דערפון ארויסלערנען זאכן. אז מ'זאל זיך דערפון ארויסלערנען אז צומאל דארף מען ב"ה קריכן טיפער, און זיך נישט אפשטעלן דשאסט ביים אנהייב.

ט: אגוטן מיין טייערער Emotional Knowings, איך ווייס אז דו גייסט דורך אסאך, איך וואלט געוואלט מיט דיך כאפן א טיפע שמועס און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן. וויאזוי האט זיך ביי דיר עקספיריענסד די צעטיל ?

ק: ס'האט אביסל געהאלפן, אבער דאך שפיר איך אז די 'אליין' וואס איך וויל נישט שפירן דארף ווערן מער אויסגעשמועסט Experientially. איך האב עפעס א 'סימפטאם' וואס איך וויל וויסן צו ס'האט שייכות מיט אונזער ביז יעצטיגע שמועסערייען...

ט: וואס פונקטליך איז די 'סימפטאם' פון וואס דו רעדסט ?

ק: אז עפעס וואונטש איך מיך אלעמאל אז איך זאל באקומען א געוויסע ריספאנס בפרט שפיר איך עס ווען איך טרעף בחורימ'לעך וכו'... (זעהט אויס אז זיי וועקן אויף אין מיר די Emotional Knowings, די Inner Child, וואס איך האב אין מיר פון חדר און פון ישיבה וכו'...)

ט: איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן ווי דו זעהסט אזא איינעם וואס ערוועקט אין דיר שטארק דעם 'ריספאנס', אין אזא מצב וואו דער סימפטאם געשעהט געווענליך שטארק, און דו גריסט אים... און עקספיריענס דיינע טיפסטע געפילן די סקונדע פאר דו באקומסט צוריק פון אים סיי וועלכע ריספאנס... וואס איז דיין ערווארטונג אין יענע רגעים ?

ק: ס'קומט מיר ארויף ווי א מענטש וואס מאכט זיכער אז די פארבינדונג צווישן צוויי מקוואות איז געהעריג אפן אויף אן אופן אז די וואסער זאל פליסן אהין און צוריק, אז ס'איז נישטא קיין געגנשטאנד וואס שטערט די פלוס...

(איך Pause די ריקארדינג, די רגע איך שפיר אז ס'פאדערט מיר צייט צו דערשנאפן א געוויסע טיפקייט, וואס אויב די ריקארדינג וואלט געפארן ווייטער, וואלט עס צוריק איינגעזינקען אין מיינע טיפענישן, אנדעם וואס איך זאל דאס מאכן פאר "ווערטער". )

ט: לאמיר זיין 'אמת'דיג', און נישט פארדרייען קיין 'פאקטן', לאמיר מודה זיין אויף די אמת'ע אמת, ווייל נאר אזוי וועל איך געהאלפן ווערן ב"ה, חותמו של הקב"ה אמת, סאו, לאמיר מודה זיין אויף די אמת, די אמת העלפט!!! אבער שקר מאכט צו... לאמיר זאגן פון די Part אין מיר וואס טרעפט אז עס איז טאקע נישטא קיין שום געגנשטאנד: "אויב עס בלייבט אזוי אן א געגנשטאנד, ערווארט איך אז..."

ק: (איך געב אכט אויף רעזיסטענס...) איך שפיר אזוי ווי אז מיין וואסער ווערט ערלויבט צו ווערן אריבער געגאסן צו דיינע...

ט: לאמיר זאגן, אבער איך בעהט דיך אז ס'זאל זיין 'אמת'דיג'! "אויב מיין וואסער ווערט ערלויבט צו ווערן אריבערגעגאסן צו דיינע... ערווארט איך אז..."

ק: ערווארט איך אז איך בין יא עפעס ווערד, ווייל נאר ריינע וואסער לאזט מען אריבער.

ט: וויאזוי שפירסטו אין דיינע טיפסטע טיפענישן... וויאזוי איז דיינע וואסער?

ק: איך האב מורא אז מ'דארף עס נישט... (איך פיר יעצט אריין מיין אטענשאן מער און מער צו די טיפע Knowing אין מיר, וואס שפירט אן Emotional Wound אז מיינע "וואסער" איז נישט באדארפט. איך פאוקעס דערויף מער און מער... איך קען שפירן אז דאס איז א וואונד פון גאר מיינע יונגסטע יארן... וואו מ'דארף נישט מיינע... ס'איז שווער צו ווערן אין Touch דערמיט... ס'איז פיל גרינגער זיך איינצורעדן און זיך פארשטעלן א "עכט איז יא אלעס גוט..." דערפאר געב איך אכטונג פון רעזיסטענס...)

ט: צו ווייסטו וואסערע מעסעדש האסט באקומען וואס האט דיך געמאכט טראכטן אז דיינע וואסער זענען 'נישט' ?

ק: איך קען מיך נישט דערמאנען... נאר אזויפיל אז איך האב אלעמאל אזוי געשפירט...

ט: ווען ווייסטו אז מ'דארף עס נישט ?

ק: ווען מ'לייגט נישט צו אטענשאן צו וואס איך האב צוזאגן...

ט: איך וויל זאלסט זעהן דיינע חברים און זאגן: "איך האב אויך עפעס צו זאגן... הערטס מיך אויך אויס... אפשר איז אויך אינטערעסאנט מיינע געדאנקען..."

ק: זאגט עס...

ט: וויאזוי פילט זיך עס?

ק: אזא מין רצון צו וויינען... איך שפיר ווי ס'טוט מיך זייער וויי... איך שפיר מיך ווי א ברעקעלע... Unneeded... מיין קול בלייבט דערשטיקט... ס'גייט זיי נישט אן מיינע מחשבות... איך דארף זייער 'פארפירן' אז מ'זאל זיך צוהערן צו מיר... אז נישט הערט מען נישט... קיינער קוקט נישט אויס אינטערעסירט... מ'הערט מיך נישט...

(פון דא איז די ערשטע לשון, וואס איך טראכט יעצט אז ס'איז נישט אזוי גוט...)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, דשאסט פאר יעצט, אז אזוי ווי יעדע מענטש וואס קען האבן גוטע געדאנקען וואס דער רבש"ע שיקט אריין אין קאפ, אזוי איז מיין קאפ... און אז נישט וועגן דעם געבן זיי נישט אטענשאן צו מיר...

ק: איך הייב מיך אן וואונדערן, פארוואס טאקע מאכן זיי זיך נישט צו טון... און ס'איז מיר שווער צו אנגיין אן וויסן א 'פארוואס'...

ט: לאמיר זאגן: "אויב איך גיי לעבן אז איך ווייס נישט אויף די התנהגות פון די ארומיגע א 'פארוואס', ערווארט איך אז..." און ענדיג דעם זאץ פון דיינע טיפענישן...

ק: איך וועל מיך נישט וויסן וויאזוי צו גיידן ווייטער... אזוי ווי א GPS וואס פארלירט די סיגנאל... און די קאר שטעלט זיך אפ...

ט: וואס האט צו טון "וויסן וויאזוי זיך צו גיידן" מיט פארשטיין א 'פארוואס' צו יענעמ'ס התנהגות ?

ק: ווייל נאר לויט יענעמ'ס 'פארוואס', פיר איך מיין התנהגות...

ט: וואס מיינט די ווערטער?

ק: אז אן וויסן יענעמ'ס סיבה פארן טון וואס ער טוט, האב איך נישט קיין גיידענס וויאזוי פארצוזעצן ווייטער...

סאו איך מאך מיר אזא צעטיל: איך אליין האב נישט קיין אהנונג וואס צו טון ווייטער... און נאר ערשט ווען איך שטעל מיך פאר די 'פארוואס' צו יענעמ'ס אויפפירונג, נאר ערשט דאן ווייס איך וויאזוי זיך צו פירן, אן וויסן די 'פארוואס' צו יענעמ'ס התנהגות, פארליר איך די המשך וויאזוי זיך צו פירן...

(ביז אהער איז די ערשטע לשון ואיבעית אימא...)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן, ווי איך זעה אז זיי געבן מיר נישט קיין 'אטענשאן'... און דאן, אנשטאט טראכטן און שפירן אז זיי טוען דאס ווייל דיינע מיינונגען, דיין "וואסער", (מים הנובעות מן הדעת...) איז ווייניג ווערד, לאמיר פרובירן פאר דאס מאל, דשאסט פאר יעצט, צו אנקוקן אז ס'האט גארנישט צו טון וועגן מיר... וויאזוי שפירט זיך, אנצוגיין מיט א Meaning אז ס'האט גארנישט צו טון וועגן מיר ??? און צו קומט ארויף עפעס אן אומבאקוועמליכקייט ???

ק: איך שפיר נישט מיין עקזיסטענץ...

ט: וואס האט א שייכות 'וועלן שפירן דיין עקזיסטענץ', מיט: 'געבן א מיינונג אז ס'איז עפעס וועגן דיר' ???

ק: אזוי שפיר איך - עכ"פ - אז יענער 'ווייסט' פון מיין עקזיסטענץ. און אויך אז איך אליין 'געדענק' מיין עקזיסטענץ... איך עררייך ביידע מיט איינמאל...

ט: ווייל נאר ווען דו שפירסט אז יענער 'ווייסט' פון דיין עקזיסטענץ, שפירסטו אז דו עקזיסטירסט. און אויך נאר ווען דו אליין געדענקסט פון דיין 'עקזיסטענץ' שפירסטו אז דו עקזיסטירסט. און וואס האט א שייכות "דיין שפירן אז דו דארפסט איבערצייגן אז דיין וואסער איז יא 'ערלויבט'..." "מיט'ן וועלן שפירן דיין עקזיסטענץ?"

ק:ווייל נאר אויב איך וויל שפירן מיין עקזיסטענץ, מוז נישט געבן פאר מיר 'אטענשאן' מיינען עפעס וועגן מיר...

ט: און וואס האט שייכות 'די ריספאנס וואס דו ווילסט באקומען' מיט'ן 'וועלן שפירן דיין עקזיסטענץ' ?

ק: ווייל נאר דאס האט גורם געווען אז איך דארף יעצט האבן אן 'איבערצייגעניש' אז מיין 'וואסער' איז יא 'ערלויבט', און יא גוט... ווען איך זאל ווען נישט וועלן שפירן מיין עקזיסטענץ, וואלט איך דען געדארפט געבן א מיינונג אז נישט געבן אטענשאן מיינט מיך פערזענליך...

די צעטיל איז: "אויב נישט געבן זייער אטענשאן צו מיר, מיינט נישט מיר פערזענליך, הער איך אויף צו שפירן מיין 'עקזיסטענץ'...און איך וויל דאך יא שפירן מיין עקזיסטענץ, דערפאר מיינט דאס יא מיר פערזענליך, און דערפאר דארף איך יעצט א ריספאנס פון דיר צו ווערן איבערצייגט אז מיין 'וואסער' איז יא ערלויבט, די איינציגע וועג צו שפירן מיין עקזיסטענץ איז אז ס'מיינט עפעס וועגן מיר פערזענליך... אויב נישט, הייב איך אן צו שפירן ארויס פון עקזיסטענץ..."

ומחוורתא כזו הלישנא... כי בזה נכלל גם הפריערדיגע צעטיל

ווייל די סיבה פארוואס איך דארף וויסן די 'סיבה' צו יענעמ'ס אויפפירונג, איז צוליב געדענקען מיין 'עקזיסטענץ'. אזוי ווערט מיין התנהגות אנגעהוקט מיט יענעמ'ס, אזוי ארום געדענקט זיך מיר מיין עקזיסטענץ.

אבער איך וועל ליינען ביידע. וירא שמים יוצא ידי שניהם.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:41 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אויב איינער מוטשעט זיך שטארק מיט א פחד פון הרהורים אפילו אין מצבים וואס מ'דארף טרעפן פון אונטער די ערד אזאך וואס זאל דאס גורם זיין, און ס'ברענגט אים אריין אין א 'אנגעצויגנקייט', דער מענטש איז 'פארנומען' צו פייטן אגאנצן טאג זיך צו האלטן 'ריין', קען זיין אז דאס קומט פון א אינערליכער רצון וואס זוכט וואו מ'קען יא טרעפן וואס צו טראכטן, אנשטאט זיך צו שלאגן דערמיט, מאך א קאוהירענס טערעפי סעשאן על זה הדרך:

קודם דארף מען זיך זייער קלאר מאכן וואס די 'סימפטאם' איז. למשל:

ט: איך וויל מיט דיך רעדן אן ענין, איך ווייס אז דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, אבער איך וויל בעסער אויסשמועסן און פארשטיין די שורש וואס ברענגט אז ס'זאל דארפן ווערן געפירט אזא שארפע מלחמה וואס צאנקט אויס דיינע כוחות...

ק: אדרבה ואדרבה, איך וואלט מיך זייער געפריידט צו אדרעסירן דעם נושא, ווייל איך וויל ביידע, איך וויל סיי זיין כולו לה', און איך וויל אויך זיין כולו לה'. די ערשטע כולו לה' מיינט: אז וויל אז איך זאל זיין אנגעפיהלט נאר מיט'ן אייבערשטן, און די צווייטע כולו לה' איז, אז איך זאל קענען נוצן מיינע כוחות צום אייבערשטן, און נישט דארפן זיין פארנומען מיט אזא מלחמה, וואס לאט נישט נוצן די כוחות צום אייבערשטן...

(איך וויל דא קלאר מאכן, איך אדרעסיר די 'אנגעצויגנקייט' ארום די 'מלחמה', ווי איר וועט שפעטער זעהן...)

ט: לאמיר ארויפברענגען אין מיין 'מחשבה', אין מיין 'דמיון', א מצב וואו דער 'אנגעצויגנקייט', און 'געשלעג' נישט אריינגעכאפט צו ווערן חלילה, ווערט שטארק אנגעצינדן... און לאמיר עקספיריענסן מיינע טיפסטע Emotional Knowings וואו איך בין באמת דארט יעצט... איך שפיר עס אין אלע מיינע ביינער... איך שמעק די פלאץ... און לאמיר פרובירן - דשאסט פאר א פאר מינוט - צו לעבן מיט א Meaning, און אזוי 'פארשטיין' די מצב וואו איך בין יעצט... אז די מצב איז אויף אזא אופן: אז ענדליך האט מיך השי"ת געהאלפן ברוב רחמיו וחסדיו, נאך אסאך תפילות ותחנונים... טייכן טרערן... האט ער מיר געהאלפן... אז עס קען גארנישט געשעהן אפילו אויב דער יצר וויל זייער שטארק... צו לעבן מיט די 'פארשטאנד' - דשאסט פאר אפאר מינוט - אז איך בין 'יעצט' אין אזא פלאץ וואס האט א געוויסער כח, אז וויפיל דער 'יצר' זאל נאר זוכן, און נישטערן, און וועלן... גייט זיך אים נישט טרעפן קיין שום מין וועג וויאזוי 'ארויפצוברענגען' אין מיר עפעס וואס טויג נישט... עס גייט נישט גיין... ווייל עס קען נישט גיין... עס גייט נישט געשען... סאו, איך מוז יעצט זיין זייער זייער זייער רואיג, און אויסטערליש רילעקסד... און אנגיין ווי א פרייער פויגל... און איך דארף מער נישט טראכטן - אפילו נישט א פיצל - וועגן דעם גאנצן נושא...

לאמיר אנגיין אזוי, און עקספיריענסן מיינע טיפסטע Emotional Knowings אז אויף קיין שום מין וועג קען נישט געשעהן בשום פנים ואופן עפעס וואס איז נישט גוט... וויסנדיג מיט א שטארקע קלארקייט אז מיין מחשבה בלייבט יעצט בהכרח ריין... אן דעם וואס איך זאל דארפן פירן דאס מינדעסטע מלחמה... איך בין אזוי רואיג, ווייל איך Expect אין מיינע טיפסטע Emotional Knowings, ווי כאילו איינער פירט מיך פון אינדרויסן און עס גייט נישט געשען, ווייל עס קען נישט געשעהן... סאו, איך בין אזוי רואיג... וראה זה דבר פלא... ממש ווי דוד המלך 'כי לבי חלל בקרבי'... איך קען אנגיין די 'רואיגסטע' וואס א מענטש קען אנגיין... און איך ווייס זייער קלאר אז עס איז נישטא קיין שום מין וועג וויאזוי דער יצר זאל אויף מיר קענען האבן שליטה... דערפאר בין איך אזוי רואיג און זארגלאז...

וויסן מיט זייער זייער א קלארע קלארקייט אז צייטן האבן זיך געטוישט ב"ה, און אזאנע מחשבות קומען מער נישט... עס קען נישט! סאו איך גיי אהין און צוריק, איך דריי מיך, און איך פריי מיך, איינזעענדיג און וויסנדיג זייער זייער שארף און קלאר - די שארפסטע און קלארסטע - אז דאס איז א פאקט שטערקער ווי שטאל... ס'קומט נישט אריין !!! איך רעד מיט מענטשן, איך פארברענג, איך טרינק, איך לערן, איך דאווען, און איך דערזעה מיך מיט א פאקט וואס איז ווי א פארשפארטער ראוד מיט א שטייטערנעם בעריקאדע... איך בין מחשבות פריי!!!

און אזוי גייט דורך דעם גאנצן טאג... און יעצט איז די קומענדיגער טאג און ווייטער דעם זעלבע שטאלענעם פאקט שטעלט זיך פאר מיר ווי א ריזיגער עקשנות'דיגער פעלז, עס געשעהט נישט! איך דריי מיך און פריי מיך מיט א געוואלדיגער רואיגקייט, זארגלאז, נישט טראכטענדיג מער וועגן אזא פראבלעם בכלל... וויסנדיג אז ענדליך בין איך צוגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה... איך מאך צו די אויגן און איך געב א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, יעצט קען איך לערנען רואיג, און דאווענען רואיג... איך דארף מער נישט טראכטן וועגן דעם גאנצן נושא... עס געשעהט מער נישט...

און אזוי גיי איך אן מער און מער... עס קומט שב"ק, און אלעס זארגלאז און רואיג... איך קען ממש נישט גלייבן אז א מענטש זאל קענען זיין אזוי רואיג וויאזוי איך שפיר... די גאנצע זאך איז א פארגאנגענהייט... איך קוק נישט צוריק קיין איין רגע טראכטנדיג אז "אפשר דאך דארף איך מורא האבן..." קיין איין רגע קוק איך נישט צוריק... עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן... עס עקזיסטירט מער נישט... איך דאווען, איך לערן, איך ארבעט, איך שרייב אויף אייוועלט, זארגלאז... ווייל עס געשעט מער נישט...

וואס הייבסטו אן צו שפירן 'אומבאקוועם' ?

ק: אוי איז דאס געווען א סימפטאם דעפרייוועשאן. וואס עס קומט ארויף איז, א שארפע ווייטאג. איך הייב אן שפירן אלץ א שטארקער פאקט, ווי איך בין ממש גארנישט ווערד... 'ווערדלאז'. דאס איז נישט א Knowing אין קאפ, איך רעד פון א שפיר וואס דערציילט א פאקט! וואס אזא Knowing שאפט אין די Emotions אלץ א פאקט וועגן מיך. אויך קומט ארויף א שפיר פון: "וואס האב איך צו זוכן אויף דער וועלט???" "איך טו גארנישט 'אויף' !!!" איך וויל שפירן אז איך טו 'אויף'... די 'אויף' וואס ווערט נישט 'געשפירט' אין מיר, אויב איך בין 'סימפטאם' פריי, איז די זאך דא... די 'ארויסברענגען'... "איך האב גארנישט 'וואס' ארויסצוברענגען..."

איך האב מיך נישט אין וואס 'אנצוהאלטן'... א שפיר ווי איינער וואס ווערט פארלוירן אין די 'גארנישטקייט', אין די 'ווערדלאזיגקייט', און ער 'האלט זיך אן אין עפעס'.

עס דערמאנט מיך ווי איך בין א יונגעל, ס'איז פרייטאג נאכמיטאג, איך שטיי און קוק ווי א טרעקטער גרובט א גרוב ערגעץ, פילנדיג אין אלע מיינע ביינער אז: אז ? אז איך בין פלעין גארנישט !!!

ט: וואס האט שפירן "איך בין פלעין גארנישט..." מיט מאכן זיכער מיט אלע כוחות אז אזא מלחמה האלט זיך אן אין קראפט ?

ק: א צאל זאכן ! 1) עס נעמט מיר אוועק די אטענשאן פון יענע פרייטאג פלעינע גארנישטקייט געפיל. 2) עס מאכט מיר א דמיון אז איך זאל שפירן ווי איך ברענג ארויס פון זיך עפעס, אמער, איך האב מיך מיט וואס צו שלאגן אויף דער וועלט, דו קענסט נישט זאגן אז 'איך בין גארנישט', קוק: זעהסט דאך ווי איך שלאג מיך מיט'ן יצר. סאו איך בין יא ווערד... איך פייט! זעהסט ? איך בין יא עפעס.

סאו, איך מאך מיר אזא צעטיל: איך קען נישט ערלויבן אריינצולאזן און לאזן אין מיין באוואוסטזיין דעם פאקט פון מיין 'ווערדלאזיגקייט' וואס איך שפיר יעצט פרייטאג נאכמיטאג ביים טרעקטער, די שפיר אז איך בין ממש גארנישט ווערד. סאו, איך מוז האבן דער מלחמה צו שפירן אז איך האב 'וואס' ארויסצוברענגען פון מיר, און שפירן אז איך טו עפעס 'אויף', כדי צו שפירן אז איך בין יא ווערד. דער מלחמה פארנעמט מיין גאנצע אטענשאן, אבער ערלויבן די ווערדלאזיגקייט אריינצוקומען איז אומאויסהאלטבאר...

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט