א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 04, 2019 1:15 pm

בס"ד

לעבן אינעם הווה מיינט, זיך לאזן מעורר ווערן פון כלים הווים. פונעם יעצט. לעבן אינעם הווה מיינט אנקוקן די יעצטיגע מציאות. לעבן מיט די יעצט. פארדייען די שוועריגקייטן פונעם יעצט.

איך געדענק אלץ בחור'ל, כשעלה במחשבתי אז איך דארף מעביר סדרה זיין, האב איך מיך אוועקגעדרייט דערפון. כ'מיין, פלעין מעביר סדרה זיין? דאס זאל איך יעצט טון? פלעין דעס? אבער למעשה האב איך נישט פארדינט פון אפשטופן. איך בין נאר אנטלאפן פון מיינע פליכטן. איי עסטע פרעגן, נו, ווען וועל איך האבן מיין חיות? די תירוץ איז, עס וועט קומען.

א נפש וואס ליידט פון OCD קען ליידן דערפון געפערליך. ס'מוטשעט. איך טראכט צו OCD איז א ריאקציע. ס'בלאזט אויף א דאגה, און ס'איז מטשטש דאס גלייכן שכל. איך האב געזעהן דארט אין זיין ספר, און ס'איז באקאנט: נישט פרובירן צו פארענטפערן אויב מ'האט שוין פארענטפערט. OCD איז א זאך וואס מ'דארף אפשטעלן ווען ס'איז נאך קליין.

לאמיר כאפן. וואס א חילוק א מצב וואס איז OCD און א מצב וואס איז נישט OCD? די חילוק איז, די OCD, די ענגזייעטי, צו די מצב הנפש אין יענע מינוטן, איז גורם אז דער מענטש זאל זיך זייער שרעקן פון די פראבלעם. איך האב עס שוין געשריבן ערגעץ. מענטשן קענען - דער אייבערשטער זאל אפהיטן און היילן - האבן OCD מיט בשר בחלב, אבער אויף זייער א דקות'דיגע שטאפל. אויב איך האב פריער געגעסן פליישיג, און איך האב געעפנט די באטל וואסער, ווערט דאך די דעקל פארפליישיגט, און יעצט ווערט די גאנצע וואסער פליישיג, און נאכדעם וועל איך עס נוצן פאר מילכיג? שומו שמים על זאת. דאס גאנצע מחשבה ווערט פיהל - ובדעת חדרים ימלאו - די גאנצע מחשבה ווערט אנגעפיהלט מיט דעם פחד. און דער מענטש וויל פטור ווערן. און דארט שטייט אין זיין בוך/ספר אז ס'איז נישט שייך קיין אבסעשאן אן קיין קאמפולשאן. דאס מיינט, אז דער מענטש וועט בהכרח פרובירן זיך צו בארואיגן דערפון.

ס'איז אזוי אז טיפערע זאכן זענען געווענליך אינוואלווד אין א נפש וואס ליידט פון OCD. אזא סארנא זאכן.

יעצט, פארוואס סתם אזוי א מענטש האט נישט למשל די ענגזייעטי פון בשר בחלב? ווייל דאס דערשרעקט אים נישט אזוי. און ער פארלירט נישט זיין גלייכן שכל, זיין גלייכן חשבון. זיין גלייכן שיקול הדעת. ער זעהט עס ווי א קליין ברעקל. ער קען עס אנכאפן. ער איז העכער און מער און גרעסער פון די קליינע ברעקעלע. שאלה'לע. בעת דער וואס ליידט פון OCD זעהט דעם ברעקל מיט א מייקראסקאפ. ס'ווערט אין זיין קאפ מער שרעקעדיגער ווי ס'איז. ס'נעמט אים איבער.

OCD קען גורם זיין יסורי נפש. און מ'קומט אפ דערמיט. המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור אז ער זאל אונז העלפן זיך אויסצולערנען לעבן אינעם הווה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג ינואר 06, 2019 2:32 pm

בס"ד.

(ווען איך שרייב 'א מענטש' מיין איך 'מיך', און מענטשן וואס זענען גלייך צו מיר, ווארן איך בין נאך קיינמאל נישט געווען יענער, און פון וואנעט זאל איך וויסן יענעמ'ס מהלך המחשבה) דאכט זיך אז 'מחשב' האט געשריבן א מחשבה איז פון לשון שפינען, חושב ורוקם. דאס מיינט אז איין מחשבה דרייט אריין די מחשבה אין א אנדער מחשבה. וכו' וכו'. לויט וויפיל עקספיריענס איך האב, זענען רובא דרובא מחשבות הבל וריק. ס'איז אינטערעסאנט צו אינאכט נעמען אט די דאזיגע פאקט. אבער רוב מחשבות וואס א 'מענטש' טראכט, און ס'דמיונ'ט זיך אים פארשידענע בנינים און פאקטן, וויאזוי זאכן זענען, און בעיקר וואס יענער טראכט... איז חלומות שחלמו אחרים על אחרים שלא היו ושלא יהיה מעולם. אין די זעקס טויזענט יאר איז דאס נישט געווען, און אין די זעקס טויזנט יאר וועט אט אזאנס קיינמאל פאסירן. עס איז נישט אריינגעשריבן אין די בוך פון זאכן וואס עס פאסירן.

פארוואס איז דאס אזוי, אז א מענטש חשבונ'ט אויס וואס יענער טראכט? (לויט וויפיל איך ווייס יעצט... מוז ניט זיין אזוי אין פאקט)

א מענטש וויל וויסן.

א מענטש האט נישט ליב צו לעבן אין די unknown. (אנ(ק)נאון... דל ממנו את הק') א מענטש האט נישט ליב צו לעבן אין די אומוויסן. א מענטש האט נישט ליב צו הערן א פלוצימ'דיגע קראך. א פלוצלינגדיגער זעץ. די מצב איז שטיל און רואיג... און פלוצלינג, בום... א מענטש ווערט אויפגערעגט. אויפגעברויזט. אויפגעבאבלט. גרייט פאר א קריג. פאר א דיפענס. פארוואס טאקע? וואס ערשאפט דעם אויפברויז? ענטפער וואס איך קלער: זאג מיר פארדעם. ווילסט ארויפטאנצן אויף א אויפגעבלאזענעם 'דרינג' אז ס'זאל אפהילכן א זעץ פון דיין קליינעם פינף און זעכציג פונטיגע קערפער'ל. זאג מיר פארדעם... נאכדעם קענסטו טאנצן. ווילסט שאקלן די טיש? זאג מיר פארדעם.

ס'איז שווער פאר א 'מענטש' צו זיין אין די אנ(ק)נאון. אין די אומוויסן. ס'שפירט זיך ווי מ'הערט נישט וואס עס טוט זיך ארום. איך קום אריין אין ביהמ"ד און איך ווייס נישט וואס יענער טראכט? פלאנט? האט אין מיינד? גייט טון? לאמיר כאטשיג אויס'דמיונ'ן וואס יענער might be טראכטינג. בערך... זאג מיר בערך וואס יענער טראכט. בערך יענעמ'ס חשבונות. געמער א בלורי סקעטש פון בערך וואס יענער טראכט. אדער כאטשי א פרעם. (א ראם) דאס קען צומאל ארויסגיין פון איר (לשון נקיבה?) איידעלן גדר. ווען מ'שפינט און מ'שפינט חשבונות וואס יענער טראכט... אהער... אהין... ניין נישט דעס טראכט יענער, ער טראכט דעס! פיין. און יעצט? דעס. און יעצט? דעס. און יעצט וואס טראכט יענער? דעס. דאס ארבעט, אפשר צומאל אונטערנבאוואוסטזיין, אבער אין די בעגראונד ארבעט אזא פראסעס... ווילאנג מ'מאכט נישט קיין סטאפ דערצו. ווייל דו שטערסט מיך פון דאווענען און פון לערנען. די קאפ ווערט ליטערלי (נישט ממש אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט) פארכאפט אין יענעם.

לעבן אינעם הווה, מיינט: זיין גרייט צו לעבן אין די unknown. זיין גרייט אז איינער קען 'פלוצלינג' געבן א שריי אויס, און איך בין נישט געווען געווען גערישט דערצו. ווייסט, אזוי ווי א מענטש וואס הערט ווי יענער היסט, און היסט, און היסט, און היסט, און היסט נאכאמאל, און נאך אביסל הייבט ער זיך אן צוצוגרייטן צום קומענדיגן היס. אזוי אז ס'זאל נישט זיין קיין סורפרייז. ס'קאסט כוחות זיך צו איינגעוואוינען צו לעבן אין די 'אומוויסן'. "איך ווייס טאקע נישט וואס יענער פלאנט..." איך ווייס נישט. I have no idea at all. איך לעב מיך מיין לעבן, און שוין. איך גיי מיך מיין וועג. אבער כאטש לעב איך אינעם הווה. בס"ד

לעבן אינעם הווה מיינט, אויב א מענטש איז צוגעוואוינט פון קליינווייז אן, צו חשבונ'ן וואס יענער האט אין פלאן... דארף מען זיך צוגעוואוינען זיך אפצוטשעפענען דערפון. זיך אויספלאגן דערפון. און לעבן אינעם יעצט... מיט די זאכן וואס איך דארף/וויל טון.

פליישמאן ר' שרגא נ"י איז זייער פארנומען דערמיט. אויסצולערנען מענטשן, גיי נישט אריין אין יענעמ'ס קאפ... דו טו וואס דו ווילסט, און לאז יענעם טון וואס יענער וויל... חשבון נישט אויס יענעמ'ס פלענער. אבער די פאקט אז איך קען דורכגיין מיין גאנצע לעבן ביז אהער, און זעהן (כי עין בעין יראו) באשיינפערליך, אז רובא דרובא חשבונות זענען געווען הבל, לופט, נישט מציאות'דיג. ענערגיע פון מיין קאפ איז געגאנגען אויף דברים שאינם מציאותיות.

די רייץ צו קענען 'וויסן' וואס יענער האט אין פלאן, איז אזוי, אז ס'שטופט צו מאכן א חשבון. אבער א חשבון וואס לאזט זיך אויס פאלש, אדער אפילו אויב אמת, זאכן וואס מ'גייט קיינמאל נישט נוצן. די אניאגראם איז אביסל אזוי. יענער איז א זעקסער מיינט: אז יענער פלאנט אזוי און טראכט אזוי... ס'איז אבער דברים וואס פארבלייבן אינעם דמיון. מיט'ן מציאות האט עס קיין שייכות. נו, אויב אזוי, צו וואס לוינט זיך צו טראכטן? לאז אפ. לעב אינעם הווה. זיי דיך מחבר מיט'ן הווה.

צומאל זעה איך אזוי קלאר אז ס'איז כמעט נישט שייך צו זיין אפגעהיטן, נאר אויב מ'לעבט אינעם יעצט. די גאנצע יצר הרע איז צו בלייבן פארשטעקט ערגעץ אינעם עבר. לעבן אינעם הווה איבט די פסיכיק צו קענען גרינגער איינהאלטן ולא תתורו. ווייל ער געוויינט זיך צו גיין ווייטער. האב איך געזעהן עפעס, און? איך גיי ווייטער. ער געוואוינט זיך צו צו לעבן אינעם יעצט.

מיט תפילה צו השי"ת, (צו השם) אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיך צוגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה. אז מ'לעבט נישט אינעם הווה, קען מען נישט מקבל זיין דאס גוט'ס פונעם לעבן. מ'דאווענט, און מ'זאגט אזאנע גוטע זאכן, אבער די קאפ איז געבליבן איינגעשטעקט אינעם עבר. א שאד. ס'איז א שאד נישט צו לעבן אינעם יעצט. אבער דער עיקר איז תפילה ותחנונים. המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:58 pm

בס"ד

צומאל דאכט זיך מיר אז איך קען ארויפלייגן די געשעעניש בדרך הטבע פון מיינע אראפפארן פון סדר, צו דעם אז איך האב געלעבט נישט אינעם הווה, וואס דערפאר בין איך אראפ פון סדר.

ס'דא צומאל ווען א 'מענטש' (ענק ווייסן שוין וואס איך מיין מיט די ווארט א 'מענטש') טוט זאכן וואס איינער אין אים זאגט אים לפני המעשה, ובשעת מעשה, אז טו עס נישט. האלט דיך צוריק דערפון. אבער ס'דא צומאל ווען דער 'מענטש' פאלגט נישט זיין אייגענעם געוויסן. ס'טאקע דא מענטשן וואס פאלגן יא זייער אייגענעם געוויסן. אבער ס'דא וואס הערן זיך נישט צו. נישט אלעמאל. צומאל יא, און צומאל פאלגט מען נישט. יעצט...

איז דא צומאל ווען א אינערליכער קול זאגט: ניין! טו עס נישט! און מ'פאלגט נישט דעם אינערליכן קול. און מ'טרעפט זיך הערן recalculating route. ניין, ס'איז טאקע נישט געלונגען. ס'איז טאקע געווען נישט ריכטיג וואס איך האב געטון. איך האב מיך ווען געדארפט צוהערן... יא, אמת, איך האב געהערט ווי דו זאגסט מיר, "טו עס נישט", און איך האב נישט צוגעהערט, און יעצט זעה איך שוין קאנצעקווענצן...

צום ביישפיהל: מ'טרעפט זיך מיט א גוטן פריינד. קומט צו קריכן דער יענער אינערליכער און זאגט: "זאג אים אגוטן טאג, און גיי ווייטער... אויב דו גייסט עס נישט טון, אויב דו גייסט יא זיך לאזן פארציען אין א שמועס, גייסטו פארברענגען צייט, און עס גייט זיין שווער, ס'גייט זיך פילן זייער נישט גוט..." אבער מ'לאזט זיך פארפירן, און מ'שמועסט, און ס'פארציהט זיך, אבער נישט סתם, נאר אזוי אלץ עונש עד שתצא מאפכם... און הווה אהער, הווה אהין, מיט די גאנצע הווה, האט מען נישט געפאלגט די אייגענע געוויסן, און ס'איז זייער ביטער...

יעצט...

לויט ווי איך וויל זאגן, אז אויב דער מענטש וועט נישט טראכטן וואס עס איז געווען, נאר ווייטער לעבן אינעם הווה, האט ער בעסערע שאנסן ארויסצוקריכן און זיך מסדר זיין. פארוואס? ווייל לאמיר נעמען א ביישפיהל אז ער האט יא צוריקגעטראכט, און אנגעהויבן זיך עסן אויף וואס עס איז געווען. דאס אליין אז א מענטש טראכט צוריק וואס עס איז געווען, מאכט אז מ'זאל נישט האבן אזויפיל חשק אנצוגיין מיט'ן טאג, אדער מיט'ן נאכט. און דאס אליין אז מ'האט נישט קיין חשק, מיינט אז מ'הערט אויף צו לעבן אינעם הווה. ווייל לעבן אינעם הווה מיינט "איך וויל דעם יעצט וויאזוי דער יעצט איז". און אז מ'הערט אויף צו לעבן אינעם הווה, איז מען צוריק ביים אנהייב.

איך געדענק אז איך האב געהאט א נישט גוטע געוואוינהייט פון גיין שלאפן שפעט. אבער וואס מיינט דא 'שפעט'? אפילו דרייע. דאס ווערט באגלייט מיט ציפעדיגע געוויסן ביסן וואס ס'טוט גארנישט אויף מער ווי כפרת עוונות, אויב. וויאזוי טאקע בין איך ארויסגעקראכן פון דעם? איך בין געזיצן ביי 'מתבונן', און ביי איין סעשאן איז ארויסגעקומען אז די סיבה וואס ס'האלט מיך אויף איז, "איך האב נאכגארנישט אויפגעטון היינט, איך קען נאכנישט גיין שלאפן" אין 'צעטיל' שפראך איז עס: "איך קען מיך נישט ערלויבן צו גיין שלאפן, ווייל גיין שלאפן מיט'ן וויסן אז איך האב גארנישט געטון מיט'ן טאג, מיינט אז איך בין גארנישט ווערד" און לאמיר זאגן אז א טאג וואס מ'טוט נישט אויף איז טאקע ווערד אז עס זאל זיך שפירן 'גארנישט ווערד'. וויאזוי בין איך אבער ארויסגעקראכן פון די געוואוינהייט פון גיין שלאפן ביטער שפעט? איך האב באשלאסן ביי מיר אז איך גיי גיין שלאפן מיט א ביטערע טעם אין מויל. און אזוי איז געווען! איך האב מיך צוגעוואוינט צו גיין שלאפן מיט א ביטערע טעם אין מויל. צעבראכן. צעקלאפט. ביטער. אבער עווענטועל, האט זיך מיר יא געלוינט צו גיין שלאפן מיט דעם טעם.

דאס איז געווען די וועג וואס השי"ת האט מיר באלאכטן ארויסצונעמען פון דעס מין צודרייטע זאך פון גיין שלאפן שפעט. חרטה געפילן גייט העלפן? איך רעד נישט דא פון חרטה געפילן, איך רעד דא פון אויפהערן לעבן אינעם הווה און אנהייבן זיין אין א מצב פון "הלוואי וואלט יעצט נישט געווען אזוי ווי ס'איז". די צייט הערט אויף צו זיין טייער. אלעס האט נישט די ווערד וואס עס פלעגט האבן. ווייל מיין קאפ איז יעצט פארנומען אז איך האב געטון וואס איך האב נישט געדארפט. און מ'לעבט בדיעבד. שוין, איך טו דיר א טובה איך לעב. בדיעבד מיינט אבער נישט לעבן אינעם הווה. לעבן אינעם הווה מיינט: אז איך גיי צו דערצו בדרך "איך וויל די יעצט".

מי שרוצה לחיות ימות את עצמו. די גאנצע זאך פארוואס מ'פאלט דורך און מ'גייט ארויס פון סדר, וויל איך זאגן, אז ס'האט צו טון ווייל מ'גייט ארויס פונעם הווה. און אויב מ'איז ארויס פונעם הווה, דארף מען ווי שנעלער צוריקגיין צום הווה. און נישט טראכטן: הלוואי וואלט יעצט נישט געווען וויאזוי ס'איז יעצט. ווייל די רגע מ'הייבט אן טראכטן, "הלוואי איז יעצט אנדערש" גייט מען ארויס פונעם הווה, און דאס מאכט אז מ'זאל ווייטער צוריקפאלן. און זיך נישט קענען ארויסזעהן.

המשך יבוא אי"ה
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:22 pm

נשמה האט געשריבן:נאכנישט. איך האב עס דורכגעליינט ביי איינעם וואס האט עס יא געקויפט, פון דעקל צו דעקל. די עבודה תמידית פון די זאכן דאס דארף איך טון, און דערפאר דארף איך עס קויפן אי"ה. און יעדן טאג ליינען אביסל. בפרט דאס ענין פון לעבן אינעם הווה. און נישט זוכן צו קאנטראלירן. און אקצעפטירן.

איך, אפילו איך שרייב דא וועגן לעבן אינעם הווה, און בעיקר פארגעסן וואס מ'האט געטון א רגע צוריק, און גיין ווייטער, פון דעסט וועגן איז מיר נישט געלונגען דאס צו עררייכן. אפשר נאר אביסל. איך האף מיט'ן אייבערשטענס הילף דאס צו עררייכן.



אבער דער ספר פון רב הילמאן רעד פון נאך זאכן.


נשמה האט געשריבן:היינט האב איך נישט באוויזן צו לעבן אויף דעם מהלך פון דעם וויהייסטעס. נעכטן ביינאכט אפשר אביסל. ס'איז נישטא קיין ברירה, איך מוז זיין גרייט אויף אלעם אבי דאס צו קענען דורכפירן. דאס איז מער ווי לעבן אין די מאמענט. דאס איז מער ווי לעבן אינעם הווה. דאס צוריק טראכטן, און איבער טראכטן, קומט פון א פחד פון לאזן אונטער זיך א חורבן. :lol: די איינציגע עצה איז לכאורה זיך איבערצייגן אז ס'געשעהט גארנישט. אדער אז ס'איז גארנישט וואס עס געשעהט יא. און אז ס'לוינט זיך ענדערש דעם וועג ווי די אנדערע וועג. איך גלייב נישט אז מיט'ן איבערטראכטן קען א מענטש אנקומען ערגעץ אין זיין לעבן. פארפאלן נישטא קיין ברירה. איך מוז פרובירן צו לעבן אויף דעם וועג, און זיך איבערצייגן, והשם יעזור. המשך יבוא אי"ה


ר' נשמה טייערער, לפי הבנתי ארבעט איר אויף זייער א געהויבענע מדה הנקרא בקשת האמת, אמת האט נישט קיין שיעור, ושמעתי בשם הרה''ק ר' יעקעלע מפשעווארסק זצ''ל אז הרה''ק משינאווע זצוק''ל איז געווען גאנצע 10 פראצענט אמת'דיג, און ער איז אפשר 2 פראצענט אמת'דיג! פלאי פלאות.

איר האט עס אריינגעלייגט אין א ענין פון לעבן מיטן הווה.

הכלל, לויט ווי איך קען דעם רב הילמאן איז זיין כוונה דייקא די היפוך פון דיין גאנצן צוגאנג דא, זיין עיקר נקודה איז דוקא צו זיין רואיג און צופרידן אן אריינטראכטן צו מען האט יוצא געווען אדער מען האט גענוג געטון, איך קען דעם איד "פונדערנאנט" נאר אביסל ( "פונדערנאנט" נאר אביסל ?! א היכי תמצי און וואס איך וויל נישט מאריך זיין.) אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז דער איד איז קיינמאל נישט אזוי טיף געגאנגען ווי די נעמסט עס! דוקא פארקערט, ער איז בשתי רגליו בעולם העשיה, בעת וואס די האסט ליב צו שוועבן הויעך אדער צו גראבן טיף טיף בעולם הנפש.

האסט געמאכט א גאנצע עבודה פון די נקודת הלייכטקייט.

רב הילמאן זאגט: זיי רואיג! דער באשעפער וויל דיין רואיגקייט! ער וויל זאלסט יעצט פשוט דאווענען אן חשבונות פון נעכטן אדער מארגן! נעם נישט אן די עבודת השם אזוי שווער! דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום!
נשמה זאגט: איך וויל זיין רואיג! איך בין נאכנישט רואיג! איך גיי ארבעטן זייער שווער עס צו עררייכן! רב פליישמאן פארלאנגט נאר אביסל, רב הילמאן נעמט עס צו די נעקסט לעוועל, איך האב נאך א סאך ארבעט! עס איז אן עבודה תמידית! ס'איז נישטא קיין ברירה, איך מוז זיין גרייט אויף אלעם אבי דאס צו קענען דורכפירן!

די כאפסט?

נשמה מיט הילמאן זענען שני הפכים.
-- -- --

לדעתי א ניק אויף די אינטערנעט, גיי אן מיט דיין יגיעה, לייג עס אבער נענטער צום ענין פון עבודת השם בלתי לשם לבדו אן פניות, אדער צום ענין פון מאמין ובוטח זיין אז יעדע אטעם קומט פונעם באשעפער, פרנסה קומט נישט פון דיין אפיס, און מען דארף מכיר טובה זיין להשי''ת, אדער לייג דיין יגיעה אין מדת ענווה, זיי זיך מייגע מכיר צו זיין ווי קליין א מענטש איז בכלל, ווי קליין די ביסט קעגן יעדן איד מיט זיינע אייגענע מעשים טובים לפי מצבו, אדער ארבעט אויף די אלע אויבענדערמאנטע ענינים, שכן ארץ ורעה אמונה והתענג על השם.

אבער לייג נישט דיין גאנצער יגיעה אונעם ענין פון לעבן מיטן הווה, לעבן מיטן הווה איז א ענין פון דאווענען מיט א פארשטאפטע הארץ, לעב מיטן הווה ווען דו קענסט זיך נישט פלאגן! ווען די מוחין זענען בקטנות! געדענק וואס הרה''ק מצאנז האט אינז אויסגעלערנט: א איד טאר נישט גיין ליידיג, אז ער קען נישט לערנען זאל ער זאגן א תהילים, אז ער קען נישט זאגן תהילים זאל ער גיין נאך געלט פאר אנדערע אידן, אז ער קען נישט גיין נאך געלט זאל ער גיין אין מקווה.

ולאנשים בזמנינו קען מען זאגן, אז דו קענסט נישט עוסק זיין אין די ענינים וואס פארלאנגט מח, זאג א קאפיטאל תהילים, העלף ארויס דיין קאסטומער, העלף דיין אידענע, קאל אן דיין מאמע שמועס מיט איר! זי וועט זיך מחייה זיין און די וועסט אריינכאפן א מצוה!

איך בין מסופק צו דיין שווערע יגיעה אנצוקומען צו לעבן מיטן הווה וועט דיר ברענגן א תועלת ברוחניות ובגשמיות, איך ציטער אז עס זאל נישט זיין יגיעך לריק.

בגשמיות זעה צו נעמען דאס לעבן דוקא מיט א לייכטקייט, און צומאל: לופטער זיך אויס! באטראכט שיינע ביימער, שיינע מעלערייען, וכדו' האסט הנאה פון תורת הנפש? לופטער זיך אויס דערמיט, אבער זע צו נעמען דאס לעבען דוקא מיט א לייכטקייט, און אז דו קענסט נישט נעמען לייכטקייט, איז נישט. אויך נישט גארנישט. פלאג זיך נישט צו עררייכן דאס לייכטקייט.
ליין די מעשה פונעם חכם מיטן תם מהרה''ק מברסלב, ליין איבער פשוטע אידן וואס לעבן פשוט און זענען צופרידן, און לאז די מעשה זאל דיר איבערנעמען, ארבעט נישט זיי נאכצומאכן ווייל דו קענסט נישט!

ידידך, מוקירך, בילתי מכירך
דערבארומדיגער.
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג ינואר 07, 2019 11:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:36 pm

נשמה האט געשריבן:בס"ד.


מיט תפילה צו השי"ת, (צו השם)


איך גלייך נישט איבערצוהאקן שלא מן הענין, אבער איך ווינדער מיר זייער, וואס איז פשט פון די ציטירטע?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:46 pm

נשמה האט געשריבן:איך געדענק אז איך האב געהאט א נישט גוטע געוואוינהייט פון גיין שלאפן שפעט. אבער וואס מיינט דא 'שפעט'? אפילו דרייע. דאס ווערט באגלייט מיט ציפעדיגע געוויסן ביסן וואס ס'טוט גארנישט אויף מער ווי כפרת עוונות, אויב. וויאזוי טאקע בין איך ארויסגעקראכן פון דעם? איך בין געזיצן ביי 'מתבונן', און ביי איין סעשאן איז ארויסגעקומען אז די סיבה וואס ס'האלט מיך אויף איז, "איך האב נאכגארנישט אויפגעטון היינט, איך קען נאכנישט גיין שלאפן" אין 'צעטיל' שפראך איז עס: "איך קען מיך נישט ערלויבן צו גיין שלאפן, ווייל גיין שלאפן מיט'ן וויסן אז איך האב גארנישט געטון מיט'ן טאג, מיינט אז איך בין גארנישט ווערד" און לאמיר זאגן אז א טאג וואס מ'טוט נישט אויף איז טאקע ווערד אז עס זאל זיך שפירן 'גארנישט ווערד'. וויאזוי בין איך אבער ארויסגעקראכן פון די געוואוינהייט פון גיין שלאפן ביטער שפעט? איך האב באשלאסן ביי מיר אז איך גיי גיין שלאפן מיט א ביטערע טעם אין מויל. און אזוי איז געווען! איך האב מיך צוגעוואוינט צו גיין שלאפן מיט א ביטערע טעם אין מויל. צעבראכן. צעקלאפט. ביטער. אבער עווענטועל, האט זיך מיר יא געלוינט צו גיין שלאפן מיט דעם טעם.

דאס איז געווען די וועג וואס השי"ת האט מיר באלאכטן ארויסצונעמען פון דעס מין צודרייטע זאך פון גיין שלאפן שפעט.

זייער גוט!
דאס איז טאקע די נקודה ביי מיר, איך האב נאכגארנישט אויפגעטון היינט, איך קען נאכנישט גיין שלאפן.

--

אגב @מתבונן האט זיך שוין מתגלה געווען אלץ חיים מאיר פערל, ער האט לכאורה אינזין געהאט ענקער שמועס (אדער נאך אזוינע שמועסן) אין זיין ערשטע "נפשי" ארטיקלן ווי ער האט ארומגערעדט איבער הממ.. דאכט זיך מיר ער רופט עס "ריקאנסיליעישען" - א קאנצעפט אז בלויז כאפן די נקודה וואס עס שטערט די לעבן איז שוין א געוואלדיג גוטע געפיל, אפילו אויב מען ווייסט נאכנישט וויאזוי מען קען עס יעצט מיט די נייע פארשטאנד לייזען און מאכן דאס לעבן בפועל גרינגער.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:50 pm

שיחות הרן כ׳ו
אצל העולם השכחה היא חסרון גדול בעיניהם. אבל בעיני יש בהשכחה מעלה גדולה. כי אם לא היתה שכחה, לא היה אפשר לעשות שום דבר בעבודת ה'. אם היה זוכר כל מה שעברת לא היה אפשר לו להרים את עצמו לעבודתו יתברך בשום אופן. גם היו מבלבלים את האדם מאד כל הדברים שעוברים עליו. אבל עכשיו, על ידי השכחה, נשכח מה שעבר. ואצלו הדרך שכל מה שעבר והלך נפסק והולך לחלוטין, ואינו חוזר בדעתו עוד כלל. ואינו מבלבל כלל עצמו עוד במה שכבר עבר והלך וכו'. וענין זה הוא דרך עצה טובה גדולה מאד בעבודת ה', כי על פי רוב יש להאדם בלבולים רבים וערבוב הדעת מאד ממה שחלף ועבר, בפרט בשעת התפילה, שאז באים עליו כל הבלבולים ומערבבים ומעקמים את דעתו ממה שכבר עבר. לפעמים יש לו בלבולים מענין המשא ומתן שלו ועסקי ביתו וכיוצא, באשר כי לא טוב עשה בענין זה וכיוצא וכך היה צריך לעשות וכיוצא בזה הדבר. ויש שמבלבלים אותו בעת עבודתו בתורה או בתפילה וכיוצא. בהפגמים שפגם מקודם, באשר שבענין זה לא עשה כהוגן נגדו יתברך, וכיוצא בזה הרבה מאד. כאשר ידוע לכל אדם בעצמו. על כן השכחה היא עצה טובה גדולה מאד לזה, שתכף ומיד שחולף ועובר הדבר, יעביר ויסלק אותו מדעתו לגמרי ויסיח דעתו מזה לגמרי. ולא יתחיל לחשוב עוד במחשבתו בענין זה כלל והבן הדבר היטב, כי הוא דבר גדול מאד:

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:21 pm

בס"ד

@דערבארומדיגער. אזוי ווי א מענטש וואס וויל בויען זיינע מוסקלן, אזוי ווי א מענטש וואס וויל ארבעטן אויף זיין שטומע, אזוי אויך וויל איך ארבעטן צו לעבן אינעם הווה. ס'האט זייער אסאך בענפיטן. אזוי ווי איינער וואס האט א לויזע שטריק אויפן גיטאר, און ער דארף עס מאכן שטייפער, און אוודאי אויב איז עס צו שטייף זאגט אים איינער: "געב אכטונג, ס'קען זיך איבעררייסן", אבער אויב ס'איז זייער לויז, לאט מען אים עס מאכן שטייף. איך דארף זייער אסאך ארבעטן צו לעבן אינעם הווה. דו האסט נישט קיין אהנונג ווי ווייט איך לעב נישט אינעם הווה. מיין עבודה איז נישט מחייב דעם וועם זיין גיטאר איז כמעט גע'טאונט, מיין עבודה איז ווייל מיין שטריק איז זייער לויז.

לב יודע מרת נפשו, ויודע צדיק נפש בהמתו. ווען דו זעהסט אז איך שרייב שטייף, קען זיין אז מיר פעלט עס אויס. חחח. אסאך מאל קענסטו זעהן ווי איינער שרייבט שטרענג קעגן עפעס, מעגליך אז אים פעלט עס אויס.

חיים מאיר זאל זיין געזונט און שטארק, ויצליח בעזהשי"ת, האט געשריבן ערגעץ אויפ'ן וועלטל, וואס איז משמע אז איינער וואס האט OCD האט באמת אין די אנדערע זייט פון די ספעקטרום צופיל קלות, מער ווי א צווייטן. דערפאר איז ער מחמיר. דו קענסט צומאל זעהן, ווען דו הייבסט אן ארבעטן מיט איינעם וואס האט OCD, אז פלוצלינג זעהסטו אז יענער איז צופיל מקיל. וואונדער דיך נישט, ווייל יענער איז באמת אין איין עק צופיל קל. דאס שרייבט חיים מאיר, ער שרייבט עס פון איינעם, אז איינער וואס עסט ווייניג (אנארקסיע) האט באמת אויך איינער וואס עסט צופיל. דערפאר דארף מען אכטונג געבן ווען מ'היילט OCD, צו היילן די אנדערע עק אויך. געדענק: אויב איינער איז מחמיר, קען זיין אז ווייל די אנדערע עקסטרים איז בקלות, דערפאר איז ער מחמיר. קען זיין. ווייל ער דארף זיך מתגבר זיין אויף די קלות. און אויב וועסטו אים מקיל זיין, וועט עס אינגאנצן ארויפפליען. ס'מוז נישט זיין פאקטיש וואס איך שרייב דא, און קיינער דארף עס נישט אננעמען ערנסט.

און די זעלבע זאך ווען דו זעהסט איינעם רילעקסן אויף א קאוטש, ראש השנה, קען זיין דאס קומט מחמת ביי אים איז די ראש השנה זייער וואגיג. און ווען זעהסט איינעם וואס באווייזט צו זיין ערנסט אגאנץ ראש השנה אין איין ציה, קען זיין אז ביי אים איז די ראש השנה גאנץ געשמאק. וכן תדין אשאר דברים. אבער ס'איז נאר בדרך 'ס'קען זיין'.

איך וויל ארויסברענגען אז איך זוך צו ארבעטן צו לעבן אינעם הווה. ס'גייט מיך שווער, אבער מיט'ן אייבערשטענס הילף האף איך עס צו באווייזן.

און דאס וואס איך שרייב (השם) ווייל איך וויל ארויסברענגען אז ס'דא מענטשן וואס זאגן 'השם', בעהט 'השם', רעד צו 'השם', טענקיו 'השם'. שוין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 09, 2019 1:40 pm

בס"ד.

די סיבה פארוואס איך שרייב דא איז: ווייל איך דארף חיזוק אינעם ענין פון לעבן אינעם הווה. אליין איז מיר שווער זיך צו שלאגן מיט מיין משיכה וואס וויל דירעקט נישט לעבן אינעם הווה, ווען איך שרייב דא, און איך ווייס אז מ'לייענט עס, ווערט מיר גרינגער זיך צו שלאגן מיט מיין יצר וואס שלעפט מיך צו לעבן נישט אינעם הווה. קיינער זאל נישט מיינען אז ס'איז מיר שווער צו לעבן אינעם הווה. ס'איז מיר נישט שווער, שווער מיין איך צוזאגן, 'פאסטן', 'תענית דיבור', 'זיך טובל'ן אין א קאלטע מקוה', אבער א שטופ דארף איך יא. אזוי איז עס. ווען א מענטש דארף זיך מתגבר זיין אויף זיך אליין, מיט זיך אליין, פון זיך אליין, דארף ער זיין מיט זיך אליין, און זיך אליין געבן די reward פאר'ן זיך שטארקן, און אליין זיך גוט שפירן מיט זיך אליין.

ווען איך בין אליין, מיט מיר אליין, און קיינער איז נישט נעבן מיר, נאר דער אויבערשטער, ווי ס'שטייט אם יסתר איש במסתרים וכו', דאס אליין אז איך שרייב דא העלפט מיר - בעזהשי"ת - זיך שטארקן און יא לעבן אינעם יעצט. דערפאר שרייב איך דא. וועט איינער זאגן, וואס איז די עסק? לעב אינעם הווה. נו, לעב אינעם הווה און שוין. ס'גייט אבער נישט אזוי. א 'מענטש' איז ווי א מאשין מיט מאכטפולע אנגייענדע תהלוכות וואס ארבעטן פון זיך אליין, און עס שלעפט. און איינע פון מיינע עבודות איז, דאס צוריקצוהאלטן. צוריקהאלטן איז נישט די געזונטסטע ווארט, די ווארט איז, שטעלן די מאכטפולע מאשין אויפן פלאץ. ווען ס'איז פורים נאכמיטאג, קען איך טון וואס איך וויל, וויאזוי איך וויל, אבער סתם אזוי מוז איך אויך צוריקהאלטן, בעסער געזאגט: עס שטעלן אויפן פלאץ. און עס האלטן אויפן פלאץ. מיטהאלטן מיט די פלוס פון לעבן. נישט פארבלייבן שטעקן. איך האף אז יעדע מענטש איז אזוי. און לויט ווי איך שטעל מיך פאר איז יעדער אזוי, איינער מער, איינער ווייניגער.

מיט אביסל שרייבן דא יעדן טאג, קען מען עס בעזהשי"ת באווייזן. נישט אלעס וואס איך טו אויף צו באווייזן אינערליכע ארבעט קען איך מיטטיילן, ס'דא וואס באלאנגט נאר פאר מיר, מיין בחירה, מיין פארשטאנד, מיין נסיון, מיין התגברות, מיין קשר וואס גייט פארבלייבן נאר צווישן מיר און באשעפער.

לעבן אינעם הווה איז א Art. דער מענטש וואס לעבט אינעם הווה, ווערט געוואר זאכן וואס קיינער קען אים דאס נישט אויסלערנען בדיבור פה. אפילו אויב א מענטש ליינט וועגן לעבן אינעם הווה, איז עס נישט די זעלבע ווי פאקטיש לעבן דערמיט. עס טון. א מענטש וואס זעהט וויאזוי יענער דרייווט א קאר, קען נישט וויסן וויאזוי עס צו מאנעוורירן ווען ער גייט למעשה האלטן דעם רעדל. ס'איז אנדערש ווי ווען ער שפירט דעם רעדל. ווען ער שפירט די קאר ווייסט ער וואס צו טון. וויאזוי עס צו טון. ער ווערט געוואר זאכן וואס ער קען נישט לערנען נאר מיט זיינע אויערן.

ס'דא וואס זעען די עמקות וואס לעבן אינעם הווה ברענגט צום נפש, צום געזונט פונעם נפש, צום שפרודל פונם נפש, אבער זיי קענען נישט צופיל מיטטיילן. ווייל עקספיריענס קען מען נישט מיטטיילן. איך קען דיר נישט אריינלייגן א טשיפ אז דו זאלסט שפירן וואס איך שפיר.

ס'איז ניטאמאל קיין שאלה צו עס לוינט זיך צו ארבעטן דערויף. אזוי ווי ס'איז נישט קיין שאלה צו ס'לוינט זיך אנדערע לעבנסוויכטיגע זאכן. איך לערן אפ לעבן אינעם הווה, לויט וויאזוי ר' שרגא לייגט דאס אראפ. זיין אפן צום הווה. איך געדענק, נישט מער ווי א פאר חדשים צוריק, ווען איך האב געזאגט תהלים, האב איך געמיינט אז איך 'מוז' שפירן. היינט מיט'ן איבערזעצן 'לימודים לדעת' פארשטיי איך סך טיפער, איך פארשטיי אז דער אויבערשטער איז דער וואס שיקט אריין א 'שפיהר', מ'דארף נאר זיין אפן צום הווה, און גליסטן צו איהם. ס'איז זאכן וואס מ'קען זיך נישט אויסלערנען דורך די אויערן אליין. אויב מ'ווייסט דורך עקספיריענס פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג צו לעבן אינעם הווה, איז עס ניטאמאל קיין שאלה צו ס'לוינט זיך.

גיי צו ר' שרגא פליישמאן זז"ג און הער נאכאמאל ווי ער זאגט "לעב אינעם הווה". גוט מארגן... איך האב שוין געהערט אז איהר זאגט עס, און איך האב עס שוין פרובירט, ס'מאכט כמעט גארנישט בעסער... וואס איז די האקעריי דא? אבער לעבן אינעם הווה איז אן עבודה אויף וואס מ'דארף הארעווען. ס'איז א פארמולע וואס האט אין זיך זייער אסאך פאר די געזונטהייט פונעם נפש, פאר רוחניות, גופניות, וכו'.

קיינער דארף נישט רעאגירן צו מיין געשרייבעכצער, ס'איז גענוג אז דו ליינסט עס, און דו האסט הנאה דערפון. המשך יבוא בעזהשי"ת.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:50 pm

נשמה'לע, איך קען נישט זאגן אז איך פארשטיי אלעס וואס דו שרייבסט דא, אבער מען זעט אז דו זאגסט עפעס. עטליכע פון דיינע פונקטן האט ביי מיר געמאכט א סאך סענס.

נישט קיין סאך ליינען דא, אבער דער וואס באזיכט דא איז א טראכטער און קען זיין ליידט דערפון. איך פלעג מקנא זיין די וואס טראכטן נישט און עס פעלט זיי גארנישט. היינט וואלט איך זיך נישט געטוישט מיט זיי.

איז דיין עצה נישט צו טראכטן פון דער עבר נאר פון דער הוה און וואס דארף מען יעצט אין דער הוה, און אין דער עתיד טון?

איז דען OCD נאר אז מען טראכט פון דער עבר? יא, דער שורש דערפון איז דער עבר, אבער יעצט אין די הוה ווען עס שפראצט נייע ווארצלן איז דער ענקזייאיטי א יעצטיגן ענקזייאיטי, און א שרעק אויף דער עתיד.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:26 pm

רני פלט האט געשריבן:נשמה'לע, איך קען נישט זאגן אז איך פארשטיי אלעס וואס דו שרייבסט דא, אבער מען זעט אז דו זאגסט עפעס. עטליכע פון דיינע פונקטן האט ביי מיר געמאכט א סאך סענס.

נישט קיין סאך ליינען דא, אבער דער וואס באזיכט דא איז א טראכטער און קען זיין ליידט דערפון. איך פלעג מקנא זיין די וואס טראכטן נישט און עס פעלט זיי גארנישט. היינט וואלט איך זיך נישט געטוישט מיט זיי.

איז דיין עצה נישט צו טראכטן פון דער עבר נאר פון דער הוה און וואס דארף מען יעצט אין דער הוה, און אין דער עתיד טון?

בעזהשי"ת

איך וואלט נישט געקליבן צו שרייבן: איך האב אן עצה אז מ'זאל נישט טראכטן פונעם עבר, נאר פון די הווה". ווי איינער זאגט: ס'איז גארנישט געווען. איך קלויב צו שרייבן: "איך וויל ארבעטן צו לעבן אינעם הווה". לעבן אינעם הווה מיינט 'זיך צובינדן צום יעצט'. זיך מעורר זיין פונעם יעצט. איך רעד צו א מענטש וואס זיין קאפ איז אלעמאל צוגעבינדן צו וואס עס איז געווען. למשל מיין קאפ, מיין מח, איז אלעמאל צוגעבינדן צו וואס עס איז געווען. נישט דוקא אז איך 'טראכט איבער די געשעעניש' דאס איז געווען, און יענץ איז געווען, דאס אויך. נאר בעיקר מיין קאפ איז נישט דאהי צום יעצט. בעסער געזאגט: מיינע געפילן, מיינע emotions, זענען געבליבן אנגעדרייט פון זאכן וואס עס איז שוין עבר. אזוי ווי איינער גייט אוועק פון ביהמ"ד אבער זיין געפיל שטורעמט נאך מיט די ארגומענטן וואס ער האט געהאט מיט איינעם אין ביהמ"ד. אפילו אויב ער 'טראכט' נישט דערפון. איז אבער זיינע געפילן דארט סטאק. און ווען ער קומט אהיים גריסט ער נישט מיט שמחה. פארוואס? ווייל זיינע געפילן זענען נאך דארט.

דאס איז נישט דוקא א פראבלעם. ס'דא קינדער וואס זענען זייער צוגעוואוינט צו טראכטן און איבערלעבן אין זייער דמיון זאכן וואס עס האט פאסירט. סתם. זיי גייען עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל איבער. זיי קענען אויך איבערלאכן פון א דשאוק נישט קעננדיג אויפהערן. זיי האבן ליב זיך נאכאמאל צו מעורר זיין פון אזאך וואס עס איז שוין געווען. דאס איז גורם צו פארשידענע אנשטויסונגען אין די פלוס פון לעבן. איך גלייב אז ס'איז סך שווערער צו זיין ערליך און אפגעהיטן, ווען מ'לעבט אזוי. א מענטש דארף האבן התגברות היצר. און מושל זיין אויף זיין יצר. (איך מיין מיך) אזאנע קינדער אדער ערוואקסענע, וועלן אויך איבערטראכטן נעגעטיווע זאכן. יענער האט געמאכט א תנועה וואס האט מיך געשטערט. און ס'טראכט זיך נאכאמאל און נאכאמאל איבער, און די עמאושענס זענען אין יענע מצב וואס עס איז שוין געווען. און מ'קען נישט אנגיין מיט'ן טאג געהעריג. מ'ווערט עקסיידעט פאר א געוויסע זאך, און די קאפ בלייבט דארט. מ'ווערט ממש צוגעקלעבט דערצו. און די עבודה איז זיך איינגעוואוינען צו לעבן דייקא אינעם הווה.

די עבודה פון לעבן אינעם הווה איז אויך ביי די געלערנטע אלגעמיינע באפעלקערונג, וואס זיי טענה'ן אויך אז ס'איז געזונטער. אזוי ווי זיי טענה'ן אז ס'איז געזונט צו טרינקען וואסער און מאכן עקסערסייז, און זיך אויסרעדן צו א חבר. דאס איז סתם די געזונט פון די נפש. שוועריגקייטן פון די נפש קומט אדער קלאפט אויס מיט'ן נישט לעבן אין די הווה, א געזונטע נפש שיינט ארויס מיט דעם אז ער קען לעבן אינעם הווה. ווען א מענטש גייט דורך ל"ע א טראומע, לעבט זיין אונטערבאוואוסטזיין נישט אינעם הווה. בכלל קוקט א מענטש אן די לעבן לויט וויאזוי ער האט זיך עס אויסגעלערנט די ערשטע מאל ווען ער האט זיך עס אויסגעלערנט. אדער אזוי געוואלט זיך אויסלערנען.

לעבן אינעם הווה מיינט: זיין אפן און גרייט צום הווה, צום יעצט, זיך לאזן גענצליך ווערן איבערגענומען פונעם הווה. נישט קיין חילוק וואס דער יעצט איז. אזא בחינה ווי התהלך עמו בתמימות. וואס עס קומט יעצט, מיט דעם לעב איך. און איך האף צום אייבערשטן. אויב היינט איז עשרה בטבת און ס'שנייט, און איך האב אריינגעטרעטן אין א פאדל וואסער, זאל זיין. מיט דעם דיל איך. השי"ת זאל אוודאי אפהיטן, און ער היט, אבער דאס מיינט לעבן אינעם הווה. האנדלן מיט די הווה. און ווען א מענטש לעבט אינעם הווה, און איז מסכים צום הווה. הייבט ער אן אייינצוזעהן אז דער אייבערשטער שיקט אים גוט'ס אויף א געוואלדיגן פארנעם. והאיש משתאה לה לדעת ההצליח ה' דרכו אם לא? און ער זעהט טאקע אז דער אייבערשטער איז מיט אים. ווייל ער שטעלט זיך אויס צו זעהן.

וויפיל מאל האט א מענטש געשעענישן וואס עס איז נאך אזא געשעעניש ווי והנה רבקה יצאת, וויפיל מאל קען א מענטש זעהן אז ס'דא א געטליכע האנט וואס פירט צו זאכן. אז מ'שטעלט זיך אויס דערצו זעהט מען מער.

א מענטש קען האבן דאגות פון זאכן וואס ער האט מורא אז ס'גייט מיט איהם פאסירן. איז דא צוויי מינע וועגן: איין וועג איז, ער ווערט דערשראקן דערפון, און ער זארגט זיך דערוועגן, "ווער ווייסט..." און ער האנדלט מיט א זאך וואס ער קען סייווי זיך נישט אינגאנצן פארזיכערן. טאמער איך גיי מיך יעצט זארגן, גייט עס מאכן אז איך זאל נישט האבן די פראבלעם? ס'האט אמאל געהאלפן אויב איך זארג מיך? אויב איך טו צום זאך קען עס העלפן ב"ה. אבער זיצן און זארגן? כמעט אלעמאל אדער אפילו אלעמאל שטעלט זיך ארויס אז זארגן טוט גארנישט אויף. אזוי ווייזט די פאקט איינמאל און נאכאמאל. ס'מאכט נאר צודרייט. מ'איז נישט קיין מענטש. מ'האט נישט קיין געדולד צו די זיסע קינדערלעך, און צו קיינעם. וכו' וכו'. און אפילו אויב איך וואלט מיך נישט געזארגט, וואלט אויך געווען גוט. השי"ת פארלאזט נישט. און אפילו אויב ס'איז מיר געווען ביטער שווער, ביטער שווער, האט די זארג גארנישט צוגעלייגט. סתם אנגעצויגן די מצב. עס געמאכט שווער. וואס האב איך דערפון?

ענדערש איז כדאי צו לעבן אינעם הווה. "וואס ס'איז איז". און איך מאך מיך גרייט צו האנדלן דערמיט און לעבן דערמיט. לאמיר זאגן ס'איז פורים, און "אוי איך וואלט געוואלט אז פורים זאל זיין לעבעדיגער, אדער בעסער, אדער אהער אדער אהין..." דאס מיינט אז דער מענטש לעבט נישט אינעם הווה. ער לעבט "איך וואלט געוואלט אז ס'זאל זיין אזוי און אזוי..." און וואס ס'געשעהט איז: אז דער מענטש קומט נישט צום טעם. ווייל ער איז נאר פארנומען וויאזוי ער וואלט געוואלט ס'זאל זיין.

לעבן אינעם הווה האט אין זיך אסאך מער ווי סתם "טראכט נישט וואס עס איז געווען". סך מער ווי "זיי צופרידן מיט וואס עס איז יעצט". לעבן אינעם הווה מיינט אויך "זיך עפענען צום הווה". וואס דער הווה גייט מיך מאכן שפירן גיי איך שפירן. און איך גיי מיך לאזן.

לאמיר זאגן: א מענטש הערט ווי מ'קלאפט אינדרויסן אויפן גאס, איז דא צוויי וועגן. איינס: "ס'קען נישט דא זיין אביסל שטיל?... אויף די נערווען קריכן זיי..." אדער ס'גייט צו א בעל תפילה וואס קריכט. לעבן אינעם הווה מיינט, וואס ס'איז איז.

ס'איז נישט שווארץ און ווייס, אוודאי דארף מען נוצן שכל צו פארשטיין ווען יא, אפשר אמאל דארף מען טוישן, אבער דאס אז ס'האלט זיך אין איין ארויסשטעלן אז לעבן נישט אינעם הווה ברענגט גארנישט, און אז לעבן אינעם הווה, ברענגט אויסדרוקליך יא, דאס שטארקט די רצון צו בוחר זיין צו לעבן אינעם הווה.

איז דען OCD נאר אז מען טראכט פון דער עבר? יא, דער שורש דערפון איז דער עבר, אבער יעצט אין די הוה ווען עס שפראצט נייע ווארצלן איז דער ענקזייאיטי א יעצטיגן ענקזייאיטי, און א שרעק אויף דער עתיד.


אין א געוויסע זין, יא. א מענטש גייט ארויס פון דערהיים, אין די ערשטע רגע איז ער רואיג וויסנדיג אז ער האט איבערגעלאזט די הויז סעיף. יא? אבער ווייל ער איז אזוי צוגעוואוינט צו לעבן אינעם עבר. פאסירט צוויי זאכן, איינ'ס, אפילו בשעת ער האט פארמאכט די טיר, איז זיין קאפ נישט געווען אויפן פלאץ. און שפעטער געדענקט ער טאקע נישט געהעריג וואס ס'איז געווען. אבער דאס איז נאכנישט OCD. די צווייטע זאך וואס ס'געשעהט איז: אז אנהייב שפאצירט ער פרייליך און צופרידן, און ער טראכט צוריק, און דאן הייבט זיך אן די ספיקות: אבער אפשר... ווער זאגט... דאס מאל נישט... דאס מאל מוז איך גיין קוקן... און ס'שטייגט מער און מער... ביז ער האלט נישט אויס די ענגזייעטי... און ער דרייט זיך אויס... גייט צוריק... צו טרעפן אז... די טיר איז פארמאכט... די סאמע ערשטע רגע, איז נישטא קיין ספק. די סאמע ערשטע רגע איז דער מענטש נארמאל, און געזונט.

OCD איז נאר א ריאקציע פון די Fight Flight Freez, סיסטעם. ס'איז א ריאקציע. ס'איז אזוי ווי א מענטש וואס שטעלט זיך אויף פון בענקל צו גיין, און אפ... איינער שלעפט אים צוריק... און ער דארף זיך אויסדרייען קוקן ווער ס'איז... אבער ער האט אנגעהויבן צו גיין ווי יעדע געזונטע מענטש.

איך וויל זאגן אז א OCD הייבט אן גיין געהעריג ווי יעדעם. נאר ס'איז א טאנץ צוריק פונעם הווה צום עבר. ווייל ער איז אזוי צוגעוואוינט צו לעבן אין עבר.

OCD 'אן אבסעסיע' איז מער א זארג וואס ווערט נאך די ערשטע רגע. אויב זאל א מענטש קיינמאל נישט האבן אפילו איין רואיגע רגע, וואס קען מען פארלאנגען פון א מענטש אז ער זאל זיין 'נארמאל'? אזוי איז ביי אים נארמאל. חחחח. איך מיין ארויסצוברענגען, אז די וואס ליידן פון OCD, זייער מח ארבעט אויף ביידע אופנים, סיי די נארמאלע רואיגע וועג. די געזונטע וועג. און נאכדעם ערשט קומט אריין די אבסעשאן. אדרבה גריבל וועסטו זעהן אז אזוי ארבעט עס.

דער מענטש איז גאנץ צופרידן, נאר די אבסעשאן איז וואס האלט אים אין איין ארויסנעמען פון די רואיגקייט.

OCD איז א ריאקציע צו לעבן אינעם עבר. איך האב געטון נישט גוט. איך האב נישט געזאגט גוט די ווארט. איך האב יא געדארפט מחמיר זיין. איך בין געווען ראנג.

ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו לעבן אינעם 'הווה', מקבל זיין וואס עס איז אינעם הווה. אטאמאטיש האט ער ווייניגער רעאקציעס. ווי מער הווה, אלץ ווייניגער ריאקציעס. געדענק: ווי מער Reactions אלץ מער [נעבעך] OCD. או סי די איז א אינערליכער ריאקציע. דער מענטש וויל זיך ראטעווען. ווי מער א מענטש לעבט אינעם הווה, אלץ ווייניגער איז ער אין 'ריאקציע מאוד'. און אלץ ווייניגער וועט זיין ריאקציע סיסטעם זיין אנגעצינדן.

מ'קען זעהן, ווען דו וועסט [חלילה] קריטיקירן א OCD, וועלן פלוצלינג זיינע אבסעשאנס ארויפגיין. פארוואס? ווייל קריטיק מאכט אז א מענטש זאל 'ריאקטן'. ער זאל זיך וועלן ראטעווען. ס'נעמט אים ארויס פון 'לעבן אינעם הווה'. געדענק: לעבן אינעם הווה מיינט: "זיין צופרידן מיט די הווה". און נישט ריאקטן דערקעגן. א OCD ריאקט קעגן די הווה. ער איז קעגן וואס עס פאסירט אינעם יעצט. ער איז נישט צופרידן מיט וויאזוי עס איז. ער לעבט נישט אינעם הווה. ער איז נישט מקבל דעם הווה. "אוי, איך האב געטראכט... הי..."

איז דען OCD נאר אז מען טראכט פון דער עבר? יא, דער שורש דערפון איז דער עבר, אבער יעצט אין די הוה ווען עס שפראצט נייע ווארצלן איז דער ענקזייאיטי א יעצטיגן ענקזייאיטי, און א שרעק אויף דער עתיד.


יעצט, אויב א מענטש געוואוינט זיך צו לעבן אינעם הווה, איז אפילו ער זעהט עפעס וואס צינד אן זיינע Reactions, צום ביישפיהל ער זעהט א צעטעלע אויפן פלאר, און ער הייבט אן טראכטן אז ס'איז שמות, און ער דארף עס אויפהייבן. אויב איז ער צוגעוואוינט צו לעבן אינעם הווה. האט ער מער שיקול הדעת. און זיין מח איז נישט אנגעצינדן. און ער קען דילן דערמיט. לעבן אינעם הווה, פארבעסערט די געזונט פונעם נפש.

דיין קשיא איז אבער: צו קען לעבן אינעם הווה, ארויסנעמען איינעם פון OCD? די ענטפער, ס'איז נישט נאר לעבן אינעם הווה. ס'איז אויך מקבל זיין וויאזוי עס איז די הווה. דאס פארווייניגערט די זיך שלאגן מיט לעבן. און עווענטואל אויב מ'ארבעט שטארק אויף דעם מהלך קען עס באווייזן גאר טיפע זאכן אינעם נפש. איך רעד פון א מענטש וואס ארבעט דערמיט, אז אגאנצן טאג זאל ער אזוי זיין.

דאס ענין פון לעבן אינעם הווה, האט זייער א שטארקע כח אויף די נפש. נישט סתם. מ'דארף דאס אבער טון 'אינגאנצן'. ס'קען אסאך מאל זיין, אז איין מינוט אין טאג, איז געווען וואס ביי יענע געשעעניש דארפסטו דיך צוגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה.

א שרעק אויפן עתיד, האב איך שוין געשריבן אויבן, אז 'לעבן אינעם הווה' מיינט אננעמען דעם עתיד. זיך נישט שלאגן דערמיט. ר' שרגא און אויך הילמאן שרייבן פון דעם. 'לאז דיך פירן'. המשך יבוא אי"ה, והשם יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:34 pm

פ"וו רופסטו עס נישט אן 'לעבן מיט אמונה כסדר' ?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:47 pm

אדער יא האט געשריבן:פ"וו רופסטו עס נישט אן 'לעבן מיט אמונה כסדר' ?

ווייל די ווערטער 'לעבן מיט אמונה כסדר' זאגט נאך נישט די 'בטחון' דערפון. ס'איז 'הווה' וואס דארף ווערן ארויסגעדרוקט, ס'איז 'קבלה', ס'איז די 'השלך על ה' יהבך', ס'איז די 'גול על ה' דרכך', און אויף דעם דארף זיין די עבודה. ווען דו וועסט זאגן פאר איינעם 'לעבן מיט אמונה כסדר', קען ער נאך אלץ נישט האבן געארבעט ריכטיג.... כאפסט? מ'דארף זיכער מאכן צו ציהלן צום פונקט. והכל בעזרת השי"ת.

לעבן אינעם הווה, האט אויך אין זיך דעס וואס דער רמב"ן שרייבט די וואך פרשת בא: שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 11, 2019 2:47 pm

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ.

באמת וואלט איך אפשר נישט געדארפט יעצט רעדן וואס עס איז געווען. ווייל איך דארף מיך דאך קאנצענטרירן אויף וואס ס'איז יעצט. אבער איך שרייב נאר ווייל איך דארף חיזוק צו לעבן אינעם הווה. מיך איינגעוואוינען בעזרת השי"ת צו לעבן אינעם הווה. יעדעס מאל וואס איך גיי ארויס פונעם יעצט, זעה איך אז ס'וואלט בעסער געווען אז איך וואלט אכטונג געגעבן צו לעבן אינעם 'יעצט'. איך שרייב עס נישט וועגן א געוויסע עבר, ווייל וואס עס איז געווען איז דאך נישט נוגע צום הווה, איז פארוואס זאל איך אפילו טראכטן דערפון. איך שרייב עס אבער יא וועגן מיין רצון זיך אייגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה דייקא. ממש איך זעה נישט קיין שום אנדערע וועג וויאזוי צו מצליח זיין אויב מ'לעבט [איך לעב] נישט-אינעם-הווה.

באמת, אויף אזאך וואס עס איז שוין געווען, קען מען דערויף טראכטן הימלישע חשבונות. ס'דא צומאל ווען מ'וויל א מענטש זאל נתעורר ווערן צו תשובה, און צו תיקון המעשים, און צו שבירת הלב, הכנעה, ודומה לו, וואס מ'מאכט ער זאל טועם זיין א דורכפאל, צו אנדערע חשבונות.

ווען א 'מענטש' גייט ארויס פונעם 'יעצט' טוט ער זאכן וועגן 'חשבונות', ער הערט אויף צו טון זאכן וואס עס איז נוגע צום 'יעצט'. ער זעהט מער נישט 'נאר' וואס עס 'יעצט', און ער הייבט אן זעהן זאכן וואס ס'האט נישט צו טון בנוגע דעם הווה. א שמועס וואס עס איז נוגע צום הווה האט א חיות אין זיך. מה שאינו כן - לפי דעתי - א שמועס וואס האט מיט 'חשבונות' ענדיגט זיך נישט, און ס'האט כמעט נישט קיין חיות אין זיך. אויב בעת מ'שמועסט מיט איינעם, אויב מ'איז קאנצענטרירט 'וואס איז יעצט?', "לאמיר רעדן זאכן וועגן וואס עס איז נוגע 'יעצט' ! ", אזא שמועס, האט א ציהל, ס'האט א נארמאלע ענדע. אויב מ'פארגעסט פון דעם אז מ'דארף לעבן אינעם הווה, ווערט 'מען' אריינגעשלעפט אין א ענדלאזער 'חשבונות' שמועס, וואס אפילו ווען ס'ענדיגט זיך, בלייבט מען מיט א ביטערער טעם.

(און יא מ'דארף אגאנצן צייט האלטן קאפ דערויף. ס'שווער? נו, דורכפעלער איז פילפאכיג שווערער. א טערעפיסט האלט אויך קאפ בשעת ער רעדט מיט'ן קלייענט. האלטן קאפ איז 'מיינדפולנעס', 'אווערנעס'. א 'בהמה' האלט נישט קאפ, דערפאר איז ער א 'בהמה'. און מ'דארף איהם האלטן אין א פארמאכטן שטאל, אבער א 'מענטש' דארף האלטן קאפ. אזוי ווי א דרייווער דארף האלטן קאפ, און בשעת ער איז שיכור, און ער קען נישט האלטן קאפ, טאר ער נישט דרייווען.)

לאמיר זיך מחזק זיין צו לעבן אינעם הווה. און אפילו ווען איך בין אליין און קיינער איז נישט מיט מיר נאר קודשא בריך הוא, זאל איך לעבן אינעם 'הווה' ! ברוך השם איך זעה א געוואלדיגע פארבעסערונג. ממש יעדן טאג מער און מער. יעדעס מאל איך בין מיך 'מתגבר' און איך לעב אינעם 'הווה', ברעך איך דורך ב"ה נאך און נאך. אלעס בזכות די עצה וואס השי"ת האט אונז געגעבן דורך זיינע גוטע שליחים צו לעבן אינעם 'הווה'. חזק ונתחזק. דער אייבערשטער זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער, הכל בכוחו, מכוחו, לכוחו. המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג ינואר 13, 2019 2:02 pm

בעזהשי"ת.

מיין ציהל איז אנצוקומען מער און מער צו לעבן אינעם הווה.

מ'לעבט אינעם הווה דורך די 'אטענשאן'. דהיינו, וואס אין די מענטש לעבט אינעם הווה? די גוף איז אלעמאל סיי ווי אזוי אין א געוויסע פלאץ, ווען מ'וויל לעבן אינעם 'הווה' האט עס נישט צופיל מיט'ן גוף, ס'האט מיט די 'אטענשאן' ; מיט די 'מיינד'. ס'איז די 'אטענשאן' וואס מ'זוכט אז ס'זאל זיין 'דאהי'.

וועלן לעבן אינעם הווה וועל איך יעצט צעטיילן אויף צוויי. איינס, ווען דער 'מענטש' ווייסט און ער וויל, און ער טוט פעולות מיט זיין 'אטענשאן' צו זיין אינעם 'הווה', אבער ער שפירט אז ער איז נישט עכט, עכט אינעם הווה נאר ער פרובירט. און נאכדעם איז דא ווען דער מענטש 'שפיהרט' אז ער האט עס. ער איז אין די 'הווה' ; אין די present ; אינעם 'יעצט'. בשעת מ'ארבעט צו זיין אינעם הווה, איז אויך עפעס 'הווה'. צוביסלעך.

מ'קען צומאל באמערקן אז די יצר וואס דרויעט און וויל איבערנעמען דעם מענטש, ווערט 'אויס', אויב ס'געלונגט אריינצוקומען אינעם 'הווה'. תולדות אהרן רבי זצ"ל שרייבט אזוי אין א בריוו אז די ענין פון 'יצר' איז צומאל סתם 'נערווען' וואס דער מענטש איז דארט געבליבן שטעקן. OCD קען מען צומאל צוגלייכן צו א CD וואס בלייבט סטאק ביי איין שטיקל, און ס'גייט איבער און איבער און איבער און איבער און איבער און איבער, און ס'האלט אן די מיינד פון די מענטש, ס'האלט אן די עמאושענס פון די מענטש ביי א געוויסע מצב. ר' שאול קליין נ"י האט מיר מסביר געווען אמאל, אז יעדע מענטש האט אזא Recycling סיסטעם אין זיך. וואס דאס האלט אין איין ריסייקלן די מצב וויאזוי די 'מיינד' איז אין א געוויסע מאמענט. ס'מאכט עס אויס. ווען דער 'נפש' איז געזונט, ארבעט דער ריסייקלינג סיסטעם גוט.

אזוי ווי א ספרינג וואס האט א default, וויאזוי ס'שטעלט זיך אויס סתם אזוי, אָן עס אויסציהען, אדער צאמשטופן. ציהסט עס אויס ; שטופסט עס צאם = ווערט עפעס דערמיט. אבער ווען דו לאזט עס אפ, שפרינגט עס צוריק צום דיפאלט ; צום מצב וויאזוי ס'קומט סתם אזוי. אזוי אויך קען מען ממשיל זיין די 'מיינד' פון א מענטש. די 'מיינד' פון א מענטש ווערט נפעל דורך Stimuli, אויסערליכע און אינערליכע, אבער איז דא אזא ריסייקלינג סיסטעם וואס ס'טוט עס צוריק שטעלן אויפן דיפאלט.

ווען א מענטש פארט אין א קאר, און ער קוקט ארויס פון פענסטער, מוז ער בהכרח לעבן אינעם 'הווה', דהיינו, אין די סצענע וואס עס איז יעצט פאר זיינע אויגן. ער קען נישט קוקן אויף איין פלאץ און בלייבן דארט, אפילו אויב ער וויל, ווייל די קאר צווינגט אים צו טוישן צום קומענדיגן סצענע, און אזוי ווייטער און ווייטער. דאס מיינט לעבן אינעם הווה. מ'דארף האלטן אין איין גיין. מיטגיין מיט די מצב. נישט מיט די 'גוף'. די 'גוף' קען אדער 'גיין' אדער 'שטיין', אבער די 'מיינד' ; די אטענשאן, דארף מיטגיין צום קומענדיגן סצענע.

לעבן אינעם הווה פארבעסערט דעם ריסייקלינג סיסטעם. אויב מ'געוואוינט זיך איין זיך אפצולאזן פון וואס עס איז געווען און גיין צום קומענדיגן סצענע.

יעצט. איך ווייס פון Coherence Therapy און איך ווייס אז ס'דא צוויי וועגן וויאזוי א מענטש קען זיך טוישן. אדער Counteractive אדער Transformative.

איך מיין צו זאגן אזוי.

ס'דא צוויי וועגן וויאזוי א 'מענטש' וויל זיך טוישן. איין וועג איז: אריינקריכן אין זיך, און קוקן וואס איז די 'שורש' וואס ס'מאכט מיך טאקע נישט וועלן לעבן אינעם הווה', וואס ס'מאכט מיך לעבן וואס עס איז געווען ? וואס טאקע מאכט מיך צעדרייט ? וואס שטערט מיך ? און ס'קען פאקטיש זיין אסאך זאכן וואס ס'קומען פאר אין די אונטערבאוואוסטזיין, פארוואס די 'מיינד' פון א מענטש ארבעט וויאזוי ס'ארבעט. צומאל איז די 'שטער' וואס מאכט אז די Recycling system זאל נישט ארבעטן געהעריג, גאר עפעס אנדערש ווי דער מענטש שטעלט זיך פאר.

פון דעסט וועגן שפיהר איך אז דער מענטש אלץ א יוד איז סיי ווי אזוי אין א שטענדיגע מלחמה, ללחום עם יצרו הרע, ולהתגבר עליו.

לאמיר זאגן אז טאטע מאמע האבן אריינגעלייגט זייער זוהן אין א Playroom, וואס דארט, כדי צוצוקומען צו די טויס, דארף די קינד גאנץ שווער ארבעטן. און מיט דעם אלעם גייט עס נישט ווי ער וויל. ווייל טאטע מאמע ווילן אז דאס קינד זאל ווערן קלוג. יעצט, לאמיר זאגן אז א שכן קומט אריין, און ער וויל אויסהיילן די 'שורש' פון די שוועריגקייט. ער וויל נישט אז דאס קינד זאל דארפן קאונטער-אקטן די שוועריגקייטן. און ער מאכט אז די טויס זאלן זיין צום האנט. "דא האסטו, דארפסט דיך נישט שלאגן מער". וועסטו זאגן אז די מהלך פון די שכן איז די מהלך מיט וואס מ'דארף גיין ביי דעם פאל, אדער דו וועסט זאגן, אז דא איז יא וויכטיג דוקא די Counteractivity? די זעלבע זאך, אפילו א מענטש פארשטייט אז ס'וואלט טאקע כדאי געווען צו גיין צום 'שורש' און נישט סתם אז מ'זאל זיך דארפן מתגבר זיין, נאר זאכן זאלן ארבעטן חד וחלק, איז דא א מהלך ; א 'יש לומר', אז יעצט, דא, דווקא נישט, אז א מענטש דארף האבן אין זיך א כח התגברות.

אויב וואלט א מענטש נישט געדארפט האבן אין זיך א כח התגברות, פארוואס האט הקב"ה אזוי באשאפן א מענטש? ער האט אים געדארפט באשאפן מיט סוויטשעס. יעצט וויל איך נישט, און איך לעש עס אויס. און יעצט יא, איך צינד עס אן. דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז א מענטש זאל זיך דארפן שלאגן. איך גיי ארויס אויפן גאס... אופ... איך מוז מיך מתגבר זיין... נאר גדול העצה ורב העליליה.

לאמיר זאגן א קינד וואס איז געקומען חול המועד האלטן אין א פלאץ ווי מ'דארף קריכן און אנקומען צו א געוויסע ציהל. די ארכיטעקטן וואס האבן דיזיינט דאס פלאץ האבן געמאכט אז ס'זאל דייקא זיין שווער צו קריכן, אז מ'זאל דארפן ארבעטן מיט פיהל כוחות צו קענען דערגרייכן צום ציהל. פרעג דאס קינד א שאלה? פארוואס איז עס אזוי שווער? פארוואס דארף איך מיך מוטשען מיט מחשבות? פארוואס דארף איך אויסגיסן מיין הארץ יעדן טאג צום רבש"ע אז איך זאל בלייבן ערליך? פארוואס בין איך ארומגענומען מיט פלאקערדיגע נסיונות וואס ווילן מיר דייקא נאר אריינשלעפן אין עומקא דתהום רבא? פארוואס מוז איך פארשטיין די עמקות פון א תאווה? פארוואס ציהט עס מיר אזוי? פארוואס מוז איך דייקא לערנען יעדן טאג שעות און אולי האי וכולי האי האב איך התגברות? פארוואס קען איך נישט שטעלן גלייכע טריט? פארוואס אז איך האב שוין נעכטן באזיגט מיין יצר הרע, קומט ער היינט נאכאמאל מיט די זעלבע Power אדער שטערקער, און רעד מיר איין און נישט סתם נאר דייקא צו זאכן וואס פאסט פאר דור המבול? ס'וואלט דען נישט גרינגער געווען ווען איך הייל דעם 'שורש'?

אבער ווער זאגט מיר אז הקב"ה וויל איך זאל יעצט היילן דעם שורש? דער אייבערשטער האט דען נישט געקענט באשאפן א מענטש מיט א סוויטש? הקב"ה וויל מיך געבן 'שכר'... דער אייבערשטער ווייסט פון Memory reconsolidation, ער האט דאך געמאכט די ניוראנס... און פון דעסטוועגן, זעהט אויס אז יעצט וויל ער אז איך זאל מיך סתם מתגבר זיין נאכאמאל און נאכאמאל. און פשוט זאגן ניין! און ניין! און ניין! נאכאמאל און נאכאמאל. די גמ' זאגט 'יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ויום...

דאס מיינט נישט אז מ'דארף נישט היילן דעם 'שורש', אדרבה ואדרבה. מ'דארף טון וואס מ'קען... ווי ווייט מ'קען... בעזהשי"ת. אבער דאס אז ס'דא אזא זאך ווי היילן א שורש מיינט נאך נישט אז א מענטש דארף זיך אפלאזן פון התגברות היצר. פון Counteractive. דאס גליסטן צו היילן די שורש, טאר נישט אוועקנעמען פון אונזער היימישע Counter-activity. פון אונזער היימישן התגברות היצר. פון זיך שלאגן.

מילא ביים אלגעמיינעם מענטש, ער דארף דאך סייווי נישט די ענין פון התגברות. אויב גליסט ער צו אייזקריהם, וועל איך אריינפירן זיין אטענשאן אין זיין אונטערבאוואוסטזיין, און זעהן וואס מ'קען דארט ריקאנסאלידעטן. אבער א יוד מיט Counteractivity איז דאך אלעמאל געווען איינס. לאמיר דאס נישט אפלאזן, כאטש מ'דארף באמת היילן דעם שורש.

וועט מיין שרייבן דא מיר העלפן? נישט עכט. וואס וועט מיר העלפן? תפילה... און רצון... די בחירה איז מיינס. און אויך די נסיון איז מיינס. איך דארף בוחר זיין בטוב, נישטא קיין אנדערע ברירה...

האב איך געוואלט שרייבן אז: די התגברות פון לעבן אינעם הווה איז אן התגברות היצר. והשם הטוב יעזור.

המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:17 pm

בעזהשי"ת

מיין ציל פון שרייבן דא איז ווייל איך וויל מיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם 'יעצט'. איך בין אזוי איינגעוואוינט צו לעבן איבעראל אבער נישט 'דאהי', און מיט דעם וואס איך שרייב דא וויל איך אז השי"ת זאל מיך העלפן אז איך זאל קענען זיך מתגבר זיין צו לעבן אינעם הווה.

מושי, א דרייצן יעריגער האט געזאגט צוויי קינדער יאנקי און חזקי אז זיי זאלן אויסלייגן העלצעלעך, Blocks, אויפן פלאר, און ער האט זיי געזאגט די רולס: "יעדע שטעקעלע זאל זיין גראד געלייגט, און צווישן יעדעם זאל זיין אפגעטיילט פונקטליך ווי די ברייט פון א העלצל". יאנקי נעמט דעם ערשטן העלצל און לייגט עס אראפ גראד, פונקטליך, בדחילו, און דערנאך גייט ער, און ער נעמט נאך א העלצל און לייגט עס גראד און אפגעטיילט פונעם ערשטן די ברייט פון א העלצל, און דערנאך גייט ער צום קומענדיגן העלצער, נעמט עס, שטעלט עס, און גייט צום קומענדיגן, און אזוי ווייטער...

חזקי, נעמט דעם ערשטן העלצל, לייגט עס גלייך, און ער גייט צום קומענדיגן העלצעל און לייגט עס ווי מושי האט געזאגט, און ווען ער לייגט דעם דריטן, קוקט ער צוריק צום ערשטן זען צו ס'איז טאקע גראד געלייגט. און ביים לייגן דעם פערט'ן, קוקט ער צו די ליידיגע פלאץ צווישן די העלצעלעך ביז אהער איז טאקע די פונקטליכע שיעור, און ער האלט אין איין צוריקקוקן...

ווער לעבט אינעם הווה? יאנקי לעבט אינעם הווה. ער גייט מיט מיט'ן הווה. חזקי, לעבט נישט אינעם הווה. ער קוקט אגאנצן צוריק זיכער מאכן צו ער האט נישט געמאכט א טעות, און אויב יא וויל ער עס פאררעכטן, פארוואס לאזן א מיסטעק ווען מ'קען עס פאררעכטן, חזקי, קען זיך דאס נישט ערלויבן. און נישט ווייל יאנקי קען זיך יא ערלויבן א מיסטעק, דערפאר קוקט ער נישט צוריק, נאר ווייל ער לעבט אינעם הווה טראכט ער פונעם הווה.

די פחד פון איבערלאזן אונטער זיך א טעות, קען אויך זיין די גורם צו לעבן אינעם עבר.

למעשה שטעלט זיך ארויס, אז יאנקי איז מער רואיגער, און קומט מער אן, בעת חזקי קומט אפ דערמיט. ווייל ער איז נערוועז וועגן וואס ער האט געטון, צו ס'גוט געטון געווארן.

ס'דא צומאל מצבים אין לעבן וואס טוט וויי, אבער ס'פארמירט דעם נפש. אז מ'לעבט מיט'ן הווה, מ'גייט מיט דערמיט, מ'לאזט זיך בייגן, ווערט מען בעסער.

א מענטש קען פרובירן צו דערגיין: פארוואס וויל איך נישט לעבן אינעם הווה, אבער ווען א מענטש טאנצט אריין, און זאגט, "איך האלט אין איין לעבן אינעם הווה, און ווי האב איך צייט צוריקצוקוקען" און דאס איז וואס ער טוט למעשה, ער איז זיך מתגבר, דאס העלפט. ווייל די מענטש איבערצייגט זיך, אז פון לעבן אין די הווה געשעהט נישט דאס וואס ער מיינט אז ס'גייט געשעהן. ער מיינט אז טאמער מ'טראכט נישט אגאנצן צוריק, גייט מען מאכן א מיסטעק, און יעצט זעהט ער אז ס'געשעט נישט דאס וואס ער מיינט.

די עיקר זאך וואס טוישט די מהלך המחשבה, די געדאנקען גאנג, די אופן וויאזוי די 'מיינד' ארבעט, איז 1) דורך טון, און 2) שטיין מיט א אפענע מויל און ערווארטן אז די פראבלעם זאל געשעהן... און 3) זעהן אז ס'געשעט נישט. צום ביישפיל: לעבן אין די מאמענט, זיך מתגבר זיין און יא לעבן אינעם יעצט, און אפילו בשעת מ'האט מורא אז א טעות גייט זיך ארויסווייזן, לעבט מען דאך אינעם הווה, און מ'ווארט אז די טעות זאל זיך ארויסשטעלן, און מ'זעהט אז ס'געשעהט נישט קיין שום שלעכטס. דאן טוישט זיך א מענטש. פשוט, ער איבערצייגט זיך אין זיין עקספיריענס אז ס'געשעט נישט וואס ער מיינט אז ס'גייט געשען

מ'קען צעטיילן דאס לעבן אינעם הווה אויף צוויי, איינס איז די הנאה פון לעבן אינעם הווה, דהיינו, א מענטש וויל דערגרייכן א געוויסע קונץ. אזוי ווי א קינד וואס וויל באווייזן אז ער קען אויפהויבן אסאך ספרים אויף איינמאל, די זעלבע, א 'מענטש' וויל הנאה האבן אז ער קען לעבן אינעם הווה. אויב ס'וואלט נישט געווען אזא זאך ווי 'לעבן אינעם הווה', איז אויס וועלט. ווייל פון וואס זאל ער שעפן סיפוק. ער האט מער הנאה פון דעם אז ער לעבט אינעם הווה. און די צווייטע איז: דער מענטש האט הנאה פון די עיקר לעבן. דאס געט מיך השי"ת און מיט דעם לעב איך.

המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:50 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך ווייס נישט וויאזוי עס גייט ביי אנדערע זולתי, מיין עקספיריענס איז אז ווען מ'וויל אנהייבן לעבן אינעם הווה, דארף מען זיין גרייט זיך צו בייגן צום הווה. און ס'איז שווער. די בייגן געשעט ווען ס'איז שווער. צום ביישפיל, איך וויל אויפשטיין פרי, און איך שטיי אויף שפעט, (כאילו להכעיס...) און אנשטאט טראכטן "אזא שאד ס'איז יעצט שפעט..." פריי איך מיך מיט'ן הווה וויאזוי עס איז. דאס מאכט אז איך זאל האבן מער שאנסן אויפצושטיין פרי ; נארמאל. פארוואס? וואס איז די לאגיק דערפון? פארוואס דארף דאס מאכן אז איך זאל אויפשטיין פרי? וויאזוי? איך פארשטיי יעצט, אז די סיבה פארוואס א מענטש שטייט אויף שפעט איז, ווייל ער איז נישט בייגעדיג. ער איז נישט פלעקסיבל. ער בייגט זיך נישט צום סיסטעם. אוודאי האט אלעס א 'שורש'.

יעצט

אויפשטייענדיג שפעט, און געוואלט אויפשטיין פרי, וואס איז יענע מינוטן שווערער פאר א 'מענטש'? (איך מיין מיך...) צו לעבן און זיין צופרידן מיט די הווה, אדער זיך רעגן, און זוכן אויף וואס אנצולייגן די שולד? ס'איז שווערער צו לעבן אין די הווה, און זיין צופרידן דערמיט. די סיבה פארוואס מ'שטייט אויף שפעט איז אויך ווייל מ'בייגט זיך נישט צום הווה. מ'לאזט זיך פירן פון וואס מ'וויל. טראכט איך, אז יעדעס מאל א מענטש שטייט פאר א פרשת דרכים, אדער קען איך יעצט זיין צופרידן און מסכים זיין צו וויאזוי עס איז און לעבן וויאזוי עס איז, אדער זיך אויפעסן, טאקע דאן איז די צייט זיך אויסצולערנען צו מסכים זיין צו וויאזוי עס איז.

א 'מענטש' איז שטייף. מ'דארף ווערן בייגעדיג. ס'דא צומאל [קען זיין נאר ביי מיר?...] ווען זאכן גייען דייקא אנדערש ווי איך וויל. א ווארט וויאזוי איך געדענק עס פון ר' יאנקעלע מ'פעשעווארסק זצ"ל, ס'איז נאך נישט געווען א טאג וואס ס'איז געגאנגען וויאזוי מ'וויל, דארף מען וועלן וויאזוי ס'גייט. א מענטש האט רצוניות, אוודאי, אבער מיין עקספיריענס איז, אז זיך אויסצולערנען צו לעבן אינעם הווה, איז נאר ווען מ'גייט דורך די ביטערקייט פון זיך בייגן צום יעצט.

א מענטש האט א דורכפאל, און ער לעבט דערמיט, ער פארדייעט עס, ער אנטלויפט נישט דערפון, מיט דעם לערנט ער זיך אויס צו לעבן אינעם הווה. אויב אבער דער מענטש טראכט: "מארגן גיי איך מצליח זיין, און ס'גייט זיין אזוי גוט, און מער גייט עס נישט פאסירן, און אלעס גייט גיין, און איך גיי מיך שטארקן..." דאס מיינט אז דער מענטש האט זיך נישט געבויגן צום הווה. און ווען ס'וועט קומען מארגן, און ס'וועט זיין א נסיון, די יצר וועט אים זאגן "טו וואס ס'שמעקט דיר..." וויאזוי זאל זיך די מענטש בייגן צום הווה, און אננעמען אז אפילו ס'איז יעצט אומבאקוועם טו איך נישט וואס ס'שמעקט מיר? אמער, ער וויל דאך ס'זאל אים גיין גוט! ער וויל זיך נישט בייגן..

איך חלום צו זיין דער מענטש וואס גייט שלאפן פרי און שטייט אויף פרי און טוט זיינע פליכטן, און איז מצליח... אבער דער חלום אליין איז נאר א 'פרי' פון זיך נישט בייגן צום הווה. מיין עקספיריענס ביז אהער ווייזט מיר אז כדי צו לעבן אינעם הווה, מוז מען דורכגיין די שוועריגקייט צו מסכים צום הווה וויאזוי עס איז נאר. די רגע א 'מענטש' רעגט זיך אויף די מצב, עסט ער פון די שפייז וואס ווערט פראדוצירט פון זיין נישט לעבן אינעם הווה. און דאס גייט מאכן אז ער זאל ווייטער נישט לעבן אינעם הווה. און ווייטער זיך נישט בייגן. און נישט בייגן = דורכפאל. א דורכפאל, א אפגעפעניעטע צייט, קומט פון נישט מסכים זיין צום הווה.

מיין עקספיריענס ביז אהער איז, אז עכט זיך אויסלערנען לעבן אינעם הווה, איז נישט גראד די זיסע חלום וואס לעבן אינעם הווה ברענגט. יא, עווענטואל איז עס סך בעסער צו לעבן אינעם הווה. אבער די אנהייב איז ביטערע געפילן. די געפיל פון אנטוישונג. די געפיל פון בייגן די "איך וויל..." צום 'הווה'.

די אלע מענטש וועם איך זעה מצליח זיין, זיי זענען נאר מצליח ווייל זיי האבן זיך געבויגן!!! און בייגן, דארף מען זיך אויך נאכ'ן דורכפאל! אויב נאכ'ן דורכפאל טראכט מען "ווי גוט וואלט געווען ווען איך בין מצליח און איך האב נישט דעם דורכפאל..." מיינט דאס נאר נאך א דורכפאל. מ'דארף זיך בייגן צום הווה. און אזוי ארום זיך בייגן צום באשעפער.

המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:13 pm

נשמה, וועסט מיר מוחל זיין, אז געוויסע שטריכן אין דיינע רייד שטערן מיר, פון א אידישקייט שטאנדפונקט, און אויך פון מענטשליכע קוק ווינקל. אבער איך פארשטיי אז דו טוסט דאס אלס ההכרח לא יגונה, דערפאר ציסטו אויף א עקסטערם, צו דינייעלן זאכן וואס שטערן דיר אז דו וואלסט דאס געקענט פארמיידן. מיר וואלט אויסגעקוקט, אז עס דארף זיין א באלאנס צווישן: "עס איז געשעהן א פראבלעם..." און: "אבער לאמיר גיין ווייטער..." נישט איגנארירן דעם פראבלעם. אבער נאכאמאל, קען זיין אז דו גייסט אויף עקסטרעם מיטן פלאן אנצוקומען צום מרכז.

בהצלחה.
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 16, 2019 2:06 pm

מחשב האט געשריבן:נשמה, וועסט מיר מוחל זיין, אז געוויסע שטריכן אין דיינע רייד שטערן מיר, פון א אידישקייט שטאנדפונקט, און אויך פון מענטשליכע קוק ווינקל. אבער איך פארשטיי אז דו טוסט דאס אלס ההכרח לא יגונה, דערפאר ציסטו אויף א עקסטערם, צו דינייעלן זאכן וואס שטערן דיר אז דו וואלסט דאס געקענט פארמיידן. מיר וואלט אויסגעקוקט, אז עס דארף זיין א באלאנס צווישן: "עס איז געשעהן א פראבלעם..." און: "אבער לאמיר גיין ווייטער..." נישט איגנארירן דעם פראבלעם. אבער נאכאמאל, קען זיין אז דו גייסט אויף עקסטרעם מיטן פלאן אנצוקומען צום מרכז.

בהצלחה.


מחשב האט געשריבן:צו דינייעלן זאכן וואס שטערן דיר אז דו וואלסט דאס געקענט פארמיידן


טאקע מיט דעם וואס איך לעב אינעם הווה, טאקע מיט דעם פאררעכט איך דאס וואס איך וואלט געקענט פארמיידן. כאפסט? לעבן אינעם הווה מיינט נישט 'לאזן דעם עבר זיך איבער'חזר'ן חלילה'... לעבן אינעם הוה מיינט נישט 'איגנארירן דעם פראבלעם אז ס'זאל נאכאמאל געשען'... לעבן אינעם הווה מיינט: איך פאררעכט דעם פראבלעם. טאקע מיט דעם פאררעכט איך דעם פראבלעם, אז איך לעב אינעם הווה. די חרטה וואס א מענטש האט נאכ'ן דורכפאל קען קומען מצד דעם זעלבן יצר וואס האט געמאכט דעם דורכפאל.

דער זעלבער יצר וואס האט אים נעכטן איינגערעדט צו פאלגן און מורד זיין אין די פאקט אז מ'קען נישט טון וואס מ'וויל, און וואס ס'שמעקט אן, דער זעלבער יצר אבער דער זעלבער, רעגט זיך יעצט פארוואס ער איז דורכגעפאלן... ס'איז די זעלבע רצון "איך וויל ס'זאל גיין ווי איך וויל..."... ער קען נישט ערלויבן צו שפירן די אומבאקוועמליכקייט פון זיך בייגן צום הווה, און ער קען נישט ערלויבן צו שפירן דעם אומבאקוועמליכקייט פון האלטן נאך א חטא. נישט ווייל דער אייבערשטער לאזט נישט. נאר ווייל "איך וויל נישט".

מיין חבר האט מיר עס נאך נאכגעזאגט אין חדר. ווען נתן הנביא איז געקומען צו דוד המלך, (ללמד לדורות תשובה...) בבא אליו נתן הנביא כאשר בא אל בת שבע, האט ער באלד אנגעהויבן חנני אלקים כחסדיך, כרוב רחמיך מחה פשעי. ער איז באלד דערויף אריין אין די מצב פון תשובה. ער האט געוואוסט: יעצט האלט איך ביי א מצב פון תשובה. ער האט זיך געבויגען. כי פשעי אני אדע וחטאתי נגדי תמיד. לך לבדך חטאתי והרע בעיניך עשיתי. ער האט געדילט מיט'ן הווה. מ'טרעפט אז ער האט זיך גערעגט אויף זיך אליין? אז ער האט זיך געוואונטשן צו האלטן פאר'ן דורכפאל? למה חטאתי? למה לא שמרתי את עצמי? אילו שמרתי את עצמי היה כל כך טוב. הייתי צדיק. והייתי רגל הרביעי במרכבה... ואילו שמרתי את עצמי לא הייתי צריך לעשות תשובה. אך... למה עשיתי ככה... למה... למה... יעצט דארף איך נאך תשובה טון אויכעט צו אלע מיינע צרות... אך... דאס טרעפט מען ביי דוד המלך? אדער מ'טרעפט באלד דערויף ווי זיין הארץ ווערט צעבראכן אויף פיצלעך... און ער בעהט תגלנה עצמות דכית. הסתר פניך מחטאי וכל עוונתי מחה. ער דילט מיט'ן הווה. כביכול דוד המלך, מ'קען נישט פארשטיין. אבער לגבי אונז.

דאס ענין פון נישט מסכים זיין צום מצב. דאס ענין פון זיך רעגן, דאס קומט פון די זעלבע יצר וואס האט געשטופט צום דורכפאל. די יצר פון איך וויל ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל. יעצט וויל איך האלטן פאר'ן דורכפאל. און דאן האב איך געוואלט וואס איך האב געטון. די זעלבע יצר.

"פארוואס וויל איך זיין וואויל? ווייל איך וויל? אדער ווייל 'דער אייבערשטער' וויל? אויב וויל איך זיין וואויל ווייל דער אייבערשטער וויל, דאן דארף איך מיך בייגן צום פאקט אז איך האלט שוין יעצט ביים שטאפל פון חטאתי. און מסכים זיין דערצו. און תשובה טון. און לעבן דערמיט. אבער אויב איך רעג מיך יעצט און איך בין נישט מסכים צום פאקט אז איך בין דורכגעפאלן, איך וויל כאילו האלטן פארן דורכפאל. דאס קומט ווייל איך וויל אז ס'זאל גיין אזוי ווי איך וויל. ודא עקא. ווייל נישט נאר יעצט וויל איך אז ס'זאל גיין אזוי ווי איך וויל, נאר אפילו קודם החטא, בין איך דורכגעפאלן אויך נאר ווייל איך האב געוואלט אז ס'זאל גיין ווי איך וויל. די רגע א מענטש איז מסכים צו טון תשובה, און איז מסכים צו לעבן מיט די הווה, מיט די יעצטיגע מציאות, איז ער אויך מסכים צו לעבן מיט די איין איינציגע אמת'ע מציאות. און זיך בייגן דערצו.

די סיבה פארוואס א מענטש פאלט דורך איז ווייל ער בייגט זיך נישט צום מציאות. למשל: ס'איז האלב עלעף באנאכט, און איך האב א זייגער וואס האט זיך צעבראכן, און איך וויל עס פאררעכטן נאך איידער איך גיי שלאפן. דאס איז וואס איך וויל. איך בין נישט מסכים צום הווה, אז דאס איז עס, דאס איז די מציאות. און זיי מסכים. איך וועל מוזן גיין שלאפן מיט די געפיל אז די זייגער'ל ארבעט נישט. נאר איך טו וואס איך וויל, און מארגן אז איך שטיי אויף שפעט נאכן נישט האבן פארראכטן דעם זייגער, וויל איך זיין א נארמאלער מענטש וואס שטייט אויף פרי. ווייטער וואס איך וויל.

אויב זאל חרטה האבן נאך א דורכפאל קומען מצד הטוב, פארוואס העלפט עס נישט, נאר אדרבה מ'זעהט קלאר אז דייקא דאס איז גורם נאך און נאך דורכפעלער, וויאזוי קען דאס זיין? נאר י"ל אז די סיבה פארוואס א מענטש פאלט דורך איז נאר ווייל ער בייגט זיך נישט צום הווה.

און נאכאמאל אויב דו זעהסט אז איך שרייב זאכן וואס לפי דעתך קענסטו דאס נישט פארנעמען, יודישקייט, אדער מענטשליך, זאלסטו מיך מעורר זיין. אבער זאלסט וויסן, אז פונקט פארקערט. מיין עצה צו פאררעכטן איז דייקא ווען מ'לעבט מיט'ן הווה. בעזרת השי"ת.

המשך יבוא אי"ה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך ינואר 16, 2019 7:01 pm

הוהא בין איך אויפגעשפרינגען פון דיין תגובה! אזוי אמת און שיין! א מענטש וואס קען אזוי לעבן, לעבט אין א "עכטע" וועלט, א וועלט ווי אייגענע עגאיסטישקייט עקזיסטירט נישט, א וועלט ווי דער אלמעכטיגער באשפער איז דער וואס פירט און דאמינירט. א וועלט פון "ביטול", איך 'דארף' נישט זיין גוט און וואויל; איך 'וויל' זיין גוט און דינען השי"ת, אין איך וויל נאר טוען זאכן וואס גייען מיר 'דערנענטערען' צו אים, נישט דאס וואס מיין געפיל שטופט דערצו, דעריבער גיי איך זיך נישט עסן אויף 'מיין' דורכפאל, נאר צוריק, צוריק, ציען צו קודשא בריך הוא.

איך האב נאר אלס אנגעקוקט אז דאס צו עררייכן, מוז מען ארבייטן אויפן 'שורש', פון אנערקענען אז עס עקזיסטירט נישט קיין 'איך', אלס פירט השי"ת, איך 'קען' סייווי גארנישט, נאר איך 'וויל', איך שטרעב, איך גלוסט, אנצוקומען צו מיין שלימות. ביזטו מחדש אז מ'קען אנקומען דערצו דורך א חיצוניות'דיגע הרגל, פון נישט צוריקטראכטן, און דו זאגסט אז מ'קומט דורך דעם אן טאקע צו די ריכטיגקייט. איך וואלט נישט אזוי פארשטאנען, אבל יתכן, ואולי, והלוואי!

(אפשר רעדסטו טאקע פון ארבייטן אויף ביידע צוזאמען).
הוי מחשב...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 16, 2019 8:01 pm

מחשב האט געשריבן:הוהא בין איך אויפגעשפרינגען פון דיין תגובה! אזוי אמת און שיין! א מענטש וואס קען אזוי לעבן, לעבט אין א "עכטע" וועלט, א וועלט ווי אייגענע עגאיסטישקייט עקזיסטירט נישט, א וועלט ווי דער אלמעכטיגער באשפער איז דער וואס פירט און דאמינירט. א וועלט פון "ביטול", איך 'דארף' נישט זיין גוט און וואויל; איך 'וויל' זיין גוט און דינען השי"ת, אין איך וויל נאר טוען זאכן וואס גייען מיר 'דערנענטערען' צו אים, נישט דאס וואס מיין געפיל שטופט דערצו, דעריבער גיי איך זיך נישט עסן אויף 'מיין' דורכפאל, נאר צוריק, צוריק, ציען צו קודשא בריך הוא.

איך האב נאר אלס אנגעקוקט אז דאס צו עררייכן, מוז מען ארבייטן אויפן 'שורש', פון אנערקענען אז עס עקזיסטירט נישט קיין 'איך', אלס פירט השי"ת, איך 'קען' סייווי גארנישט, נאר איך 'וויל', איך שטרעב, איך גלוסט, אנצוקומען צו מיין שלימות. ביזטו מחדש אז מ'קען אנקומען דערצו דורך א חיצוניות'דיגע הרגל, פון נישט צוריקטראכטן, און דו זאגסט אז מ'קומט דורך דעם אן טאקע צו די ריכטיגקייט. איך וואלט נישט אזוי פארשטאנען, אבל יתכן, ואולי, והלוואי!

(אפשר רעדסטו טאקע פון ארבייטן אויף ביידע צוזאמען).

לעבן אינעם הווה, איז נישט דוקא א חצונית'דיגע הרגל. לעבן אינעם הווה איז אזאך וואס ארבעט אויס בעזרת השי"ת. מ'דארף אבער קענען כאפן דעם ריכטיגן הווה און עס באמת טון, און עס נעמט צייט און אין חכם כבעל נסיון וכו'. אבער ס'איז נישט דווקא א חיצונית'דיגער הרגל. דאס רירט אן ביז די עמקי הלב ממש. נאר דאן העלפט עס ב"ה. איך רוף לעבן אינעם הווה ווי ר' שרגא האט עס אראפגעלייגט אין לימודים לדעת. ס'קאסט כוחות הנפש זיך איינגעוואוינען דערצו. ובעיקר ווייל מ'דארף עס טון. מ'דארף טון וואס מ'ווייסט אז ס'איז ריכטיג צו טון. און אויך אינעווייניג אין מיין קאפ דארף איך עס טון, ווען קיינער זעהט נישט. קיינער, אפילו 'מחשב'. און נישט נאר רעדן דערפון ; קלערן דערפון ; שרייבן דערפון ; ליינען דערפון, נאר עס טון. עס טון אין די פנימיות. און ווי ס'שטייט לא ברעש ה', לא ברוח ה', לא באש ה', קול דממה דקה. מ'דארף דאס פלעין טון. אריינקומען אין די הווה. און זיך מעורר זיין פון כלים הווים דוקא. וויאזוי עס איז נאר. און דאס פאדערט כוחות, און דערפאר שרייב איך דא, ווייל איך דארף חיזוק.

ממש איך זעה נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי צו ווערן בעסער, נאר דורכן זיך איינגעוואוינען צו דעם והשם הטוב יעזור. זעהט אויס אז אמאליגע צייטן האט מען מער געלעבט אינעם הווה, און דערפאר איז דער געזונטער נפש טאקע געווען געזונט. איך האב אריינגעטראכט אין מיר, און איך האב געזעהן אז ממש נישט נארמאל, וואס ס'קומט פאר מיט מיר.

די ENFP האבן די זאך זייער שטארק. ממש די מחשבות רעש'ן, רוישן, שטורעמען. ווי מער איך הייב אן צו לעבן אינעם הווה, אלץ מער מערק איך ווי ווייט איך לעב נישט 'דאהי'.

וואס איך טראכט אבער איז, אז ס'דארף זיין בלי הפסק. ווייל דייקא אויב מ'לעבט אגאנצן טאג אינעם הווה, און מ'לאזט עס נישט אפ, דייקא דאס טוישט די מהלך המחשבה. אויב אבער ס'קומט א שוועריגקייט און מ'לאזט נאך, דארף מען נאכאמאל אנהייבן לעבן אינעם הווה. אבער די זאך איז אז יעדע 'דורכפאל' ציילט. ווייל מ'כאפט וואו מ'איז ארויס פונעם הווה. און א דורכפאל ציילט אויך נאר אויב מ'גייט גראד צוריק צום הווה די מערסטע שייך. און דאס מיינט אז מ'זאל עסן די דורכפאל, און נישט פרובירן זיך פארגיטיגן דורכן צום ביישפיהל פארזעצן די שמועס. מיט די האפענונג אז אפשר וועט ווערן גוט...

למשל, איך האב מיך לעצטענס אויסגעלערנט אז ווען מ'גייט אריין אין א זאך וואס איז Open ended, גייט מען נישט ארויס מיט ריווח. און די גאנצע 'לעבן אינעם הווה' ארבעט עפעס נישט ווען מ'גייט אריין אין א זאך וואס איז Open ended. צום ביישפיהל: מ'גייט אריין אין א ספרים סטאר, סתם צו קוקן ספרים, אן קיין חשבון ווען דאס דארף זיך ענדיגן, האב איך גארנישט פון 'לעבן אינעם הווה'. און דאס גייט אריין אפילו די קלענסטע תנועות. דו מוזט פארשטיין אז איך גיי צום עקסטרים, ווייל אנדערש האב איך מורא וועל איך בלייבן אזוי ווי איך בין. און נאר איינער וואס איז געפערליך, זאל דאס פרובירן. אבער איך מוז.

יעדע זאך וואס ס'האט נישט קיין ענדע ווען דאס גייט זיך ענדיגן איז א סכנה פאר די מין זאך וואס לעבן אינעם הווה זאגט צו אז ס'גייט אויפטון. ס'איז אביסל אינטערעסאנט, ווייל א בעל חי, צום ביישפיהל א פייגל, לעבט עכט אינעם הווה. און זיי זענען אלעמאל אין א זאך וואס איז open ended. ביי זיי איז נישטא אזא זאך ווי "איך גיי יעצט שמועסן מיט א חבר, און איך האף אז ס'גייט זיך נישט פארשלעפן..." ביי זיי איז נישט דא אזא זאך. א פייגל, א בעל חי, וואס זי וויל טוט עס. זיי לעבן עכט אינעם הווה.

איך געדענק פאריאר זומער האב איך געזעהן א פייגעלע זינגען אויף א צווייג, זי שפרינגט און טאנצט, עכט הווה. אבער א מענטש איז פארט נישט א בהמה, און אויב א מענטש וועט זאגן איך לעב אינעם הווה און שוין, זאל זיין וואס זאל זיין, איז דאס נישט קיין יתרון המדבר יותר מן החי. א מענטש לעבט דאך דוקא מיט א חשבון.

מיר קומט אויס, אז יעדע קליינע זאך וואס איך ווייס נישט ווען דאס גייט זיך ענדיגן איז א סכנה צו צעשטערן דאס מין אויפטו וואס 'לעבן אינעם הווה' קען צוברענגען. מ'גייט ארויס פון קאנטראל. לעבן אינעם הווה מיינט נישט 'פורים נאכמיטאג', כאפסט? פורים נאכמיטאג קען מען עכט לעבן אינעם הווה. חחחח. מ'לעבט, מ'שרייט, מ'רעדט, מ'לעבט אינעם הווה.

למשל, אויב איינער קומט רעדן צו מיר, און יענער האט די קאנטראל ווי לאנג די שמועס גייט זיך ציען. דאס איז לפי מיין יעצטיגע פארשטאנד, ארויס פון די בענעפיטן פון לעבן אינעם הווה. כאטש איך לעב אויך אינעם הווה, און איך לאז יענעם שמועסן, און איך האלט מיט, און איך האלט מיך צום הווה. פון דעסטוועגן שפיר איך אז אויב ס'איז ממש נישט באקאנט ווען די ענדע וועט זיין, האט עס נישט די וועליו וואס לעבן אינעם הווה אנטשפרעכט. ווייל מ'געט אויף בידים די קאנטראל. יענער ווערט אין קאנטראל.

ס'האלט מיר אין איין בייפאלן חידושים ווען און וויאזוי דאס דארף צו ברענגען גוטס. און איך שרייב עס אראפ דא.

יעצט, הער גוט, אמאל ווען איך פלעג באקומען א הרהור תשובה אז איך גיי מער נישט פעניען, או איך גיי ארויסקריכן, און איך גיי שוין אויפשטיין פרי, און איך גיי שוין זיין וואויל, און איך גיי מער נישט רעדן סתם שטותים, און אז איך גיי שוין... האב איך אלעמאל געדארפט ווארטן ביז ביינאכט אז איך זאל קענען גיין שלאפן פרי, און ביז צופרי אז איך זאל קענען אויפשטיין פרי, אבער יעצט טו איך איין זאך וואס די זאך גייט (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) מיך העלפן ב"ה ארויסקריכן. איך גיי אריין אינעם הווה.

יעצט, ס'דארף אבער ווערן געמאכט ריכטיג. לעבן אינעם הווה איז מער ווי 'סתם נישט צוריקטראכטן'. סך מער. ס'איז זיך מעורר זיין פון כלים הווים בלי שום נגדיות כלפיהם אפילו א משהוא.

המשך יבוא אי"ה
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 2:22 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מיין ציהל איז צוצוקומען, זיך איינגעוואוינען, צו לעבן אינעם הווה.

עס גייט מיך שווער. אבער אין פארשידענע צייטן אין טאג, געלונגט עס מיר יא. און דער אייבערשטער זאל מיר העלפן אויף ווייטער. צומאל זעה איך מיט א קלארקייט, אז יעדע רגע וואס איך טראכט צוריק, טו איך א שאדן פאר מיר. די טובה וואס 'נישט צוריקטראכטן' קען ברענגען און ברענגט ב"ה, איז פיהל מער ווי די 'צוריקטראכטן' קען אפשר ברענגען. קדושה האט אויך שייכות מיט'ן די ענין פון לעבן אינעם הווה, ווייל די מחשבה איז נישט צוזייט און צושפרייט. 'לעבן אינעם הווה' נעמט ארויס פון דמיון. און ווי ווייניגער דמיון אלץ מער שמירה.

'לעבן אינעם הווה' לערן איך אפ 'זיך עפענען צום הווה'.

ווי מער מ'לערנט זיך אויס און מ'איבט זיך צו לעבן אינעם הווה, און גענצליך אפלאזן דעם רגע וואס איז שוין געווען, אלץ מער געוואוינט זיך איין דער מח זיך צו קענען קאנצענטרירן בשעת מ'לערנט.

ס'דא צומאל ווען 'חשבון הנפש', און די רצון צו מתקן די מעשים, און ווערן בעסער, און די אופן וויאזוי מ'וויל עס עררייכן, איז נישט לצד הטוב. אויב מ'זעהט אז די רצון צו מתקן זיין די מעשים ברענגט 'טוב', עס ברענגט א ריינע השפעה, איז א סימן אז ס'קומט מצד הקדושה. אבער אויב מ'זעהט אז א געוויסע 'חשבון הנפש' 'צוריקטראכטן' און זיך 'בארעכענען', ברענגט נישט עפעס העכער נאר עס ברענגט אלעמאל פארקערט, דארף מען שטיין ווייט דערפון. דאס איז די שוועריגקייט מיט OCD. איינער וואס ליידט פון OCD מיינט לפי תומו אז די וועג וויאזוי ער 'בארעכנט' זיך און 'ער לאזט זיך מעורר זיין צו תשובה' און ער זאגט זיך 'מוסר' האט שייכות צו די ענין פון 'תשובה'...

מ'מוז פארשטיין אז פונקט אזוי ווי ס'דא וואס ליידן פון OCD און זיי ווילן שפירן אז זיי זענען ריין, און טאמער זיי הייבן אן שפירן אז זיי זענען נישט ריין, וועלן זיי זיך וועלן אפבאדן, און אפוואשן זייערע קליידער, כדי צו שפירן נאכדעם די נאכגעלאזנקייט פון זייער ענקזייעטי, "אה, יעצט בין איך ריין..." און יעדער פארשטייט אז דאס האט גארנישט מיט 'וזרקתי עליכם מים טהורים'. ווייל ריינקייט וואס מ'רייניגט זיך פון א 'דמיון', האט נישט קיין שום שייכות מיט 'ריינקייט וואס מ'עררייכט דורך רייניגן עכטע אומריינקייט'. די זעלבע זאך איז דא OCD ליידענדע וואס זיי האבן אין זיך א אינערליכער שטופ זיך צו רייניגן פון 'חטא'. און מיר קוקט אויס אז דאס פירט נישט לצד הטוב.

OCD איז זייער ענליך צו די ריכטיגע עבודת השם און דערפאר איז אזוי שווער אפצוטיילן איינס פון צווייטן. אזוי ווי מ'פארשטייט אז די רצון צו 'אמת'ע ריינקייט' איז ענליך צו די רצון פון א OCD ליידענדער זיך צו רייניגן. ביידע האבן דעם זעלבן רצון. ביידע ווילן זיין ריין. בעת ביים ערשטן האט עס נישט מיט'ן דמיון, ס'הייבט זיך נישט אן ביים דמיון, און ס'טוישט גארנישט דעם דמיון, האט עס אבער יא מיט'ן דמיון ביים ליידענדער. די זעלבע, מ'מוז פארשטיין אז ס'דא אזא מציאות ביים OCD ליידענדער, אז דאס וואס ער שפירט אז "אך... איך בין נישט טהור לפני ה'... מלא חטא... איך מוז שפירן אז איך בין ריין. איך מוז תשובה טון, ווייל איך מוז שפירן ריין. דאס קומט נישט מצד עבודת השם.

והשתא.

יא, אמת, ס'קען זיין אז דער OCD ליידענדער דארף זיך טאקע רייניגן פאר'ן אייבערשטן, און מ'קען אלעמאל 'תשובה' טון. יא אמת. אבער דער 'געפיל' וואס זאגט "איך בין נישט ריין פארן הייליגן באשעפער, דאס פירט נישט לצד הטוב" ווייל דאס קומט נישט מצד הטוב. דאס איז דמיון. א OCD וואס מיינט אז ער איז 'טהור' פאר'ן הייליגן באשעפער, ווייל ער שפירט טהור איז עס אויך דמיון.

איך האב נישט געזאגט אז מ'דארף זיך נישט רייניגן פאר'ן הייליגן באשעפער. ס'שטייט דאך 'לפני ה' תטהרו'. אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מיטהרים ומי מטהר אתכם... איך האב געזאגט אז דאס מין זאך ווי פירן די תשובה טון לויט וויאזוי איך שפיר, איז דמיון. איך זאג אז שפירן "אה... יעצט שפיר איך שוין 'ריין'..." דאס איז pure extra version דמיון.

פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז דער וואס ליידט פון ריינקייט-OCD, אפילו ער גייט אין שאוער, ווייל יעדער דארף, און אפילו ער וואשט די וועש, ווייל יעדער דארף, איז אבער זיין רצון דערצו, ווייל ער וויל פטור ווערן פון די שפיר אז ער איז 'נישט ריין'. די סיבה פארוואס ער טוט עס, איז נישט די זעלבע ווי ביי יעדע מענטש. יעדער מענטש רייניגט, ווייל ער וויל נישט זיין שמוציג, נישט ווייל ער וויל נישט שפירן שמוציג. די זעלבע ווען א OCD 'שפירט' אויף א געוויסע זאך אז ס'איז 'טמא'. ס'קען זיין אז שכל'דיג איז עס טמא ומטמא, אבער די גאנץ שטארקע רייץ זיך צו רייניגן דערפון קומט ווייל ער וויל זיך 'שפירן' ריין. אז מ'מישט אריין געפיל און שפיר דאס איז די פראבלעם.

און וואס איז די פראבלעם? אויב ס'איז טמא, שפירט ער דאך ריכטיג, ניין?

די פראבלעם ווען מ'גייט מיט די 'שפיר', "איך פיל מיך נישט ריין, און איך וויל מיך פילן ריין..." איז, ווייל א 'שפיר' קומט פון די עמאושענס. אויב מ'שפירט אויף א געוויסע זאך אז ס'איז טמא און מטמא, מיינט עס אז מ'וויל צוליב א סיבה שפירן אז ס'איז טמא ומטמא און בלייבן מיט דעם שפיר, און אויב מ'וויל אזוי שפירן, וויאזוי קען מען דערפון פטור ווערן? דו ווילסט דאך נישט פטור ווערן דערפון. דער מענטש וויל דאך יעצט שפירן אז ער איז 'טמא'. דער מענטש אליין מאכט זיינע 'געפילן'.

פונקט אזוי איז ביי דער וואס ליידט פון cleanliness, OCD, ער וויל שפירן 'אומריין', ס'דא ביי אים אזאך וואס וויל ער זאל דוקא אזוי שפירן. א געוויסע 'חלק' וואס וויל יעצט דוקא שפירן אומריין. און ער דארף זיך גאר שטארק אכטונג געבן כדי יוצא צו זיין. דאס איז דמיון.

אויב מ'גייט מיט די שכל איז סך גרינגער. אויב איך האב חלילה געגאנגען אן נעגל וואסער, סאו מיין שכל זאגט מיר אז איך בין טמא. און אויב איך גיי נאכדעם זאגן א קאפיטל תהלים מיט כוונה, דארף עס מיר מאכן ריין. ניין? אבער אויב מ'וויל רעגיסטרירן ביי זיך אין געפיל אז מ'איז טמא ווייל מ'האט גערעדט לשון הרע, גייט נישט העלפן וויפיל קאפיטלעך מ'גייט זאגן. ווייל דער מענטש וויל יעצט שפירן אז ער איז טמא.

נאר צדיקים האבן געקענט גיין לויט'ן געפיהל. אבער סתם מענטשן קען עס זיין פראסט דמיון.

לעבן אינעם הווה קען ארויסנעמען פון דעם בעזרת השי"ת המשך יבוא והשם הטוב ישמור ויעזור. אז איך זאל זיין אמת'דיג ריין פאר'ן הייליגן באשעפער.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 8:25 pm

בס"ד

לעבן אינעם הווה האט א כח ארויסצונעמען פונעם 'איגו'. דאס איז ווארשיינליך די סיבה פארוואס דאס קען היילן.

פארוואס נעמט דאס ארויס פונעם 'איגו'? ווייל די 'איגו' באנוצט זיך מיט די 'דמיון' און 'עמאושענס' זיך צו קענען דערהאלטן. כדי דער 'איגו' זאל זיך דערהאלטן, דארף דער מענטש 'האלטן קאפ' "איך בין דאס און דאס... איך בין דער און דער..." (מ'כאפט נישט אז מ'האלט קאפ) און דער מענטש דארף האלטן שטייף זיינע מוסקלן דאס צו דערהאלטן. דער מענטש דארף דינען אזוי ווי די אייזענעס וואס האלטן אויסגעשפרייט דעם שירעם. טראכט צום ביישפיהל א מענטש וואס עקט אויף א פלעי. ער דארף זיך האלטן צו די 'אידענטיטעט'. וואס וואלט געווען ווען א מענטש עקט אויף א פלעי, און ער הייבט אן לעבן אינעם הווה. ער פארלירט זיך...

סאו, ס'איז נישט נאר 'לעבן אין די הווה', ס'איז אויך די נאכלאזונג פון די 'איגו', פון זיך דערהאלטן. זייער אסאך פראבלעמען פון מענטשן קומט פון: 'איגו'. אנכיות. ואנכי עומד בין ה' וביניכם.

א 'איגו' פון א מענטש בויט זיך ווען א מענטש שפירט אז ער דארף עס בויען. און ווען שפירט א מענטש אז ער דארף עס בויען? ווען ער שפירט אז זיין 'איך' ווערט געטשעפט. ס'ווערט וויי געטון. ווען א קינד ווערט געטשעפעט, וועט דאס קינד 'בויען זיין איגו אלץ א באשיץ. טראכט: וואס געשעהט מיט א קינד ווען ער ווערט געטשעפעט? ער ווערט שטייף. ער הייבט אן ווערן 'עפעס'... פארוואס? ווייל ער האלט אז יענע 'עפעס' וועט מען נישט קענען צושטערן. אויב חלילה מ'טשעפעט צופיל א קינד? הייבט ער אן נישט צו רעדן צו קיינעם. פארוואס? ווייל ער באשיצט זיך.

מיין שאלה איז, צו קען לעבן אין די הווה, העלפן פאר אונטערדרוקטע Rage, כעס, אונטערדרוקטע ווייטאג, א געפיל אז מ'קען נישט זאגן וואס מ'וויל, בקיצור סארנא? לכאורה לויט ווי ר' חיים מאיר האט אראפגעלייגט אין המספיק גאזעט, דאס אליין אז מ'אנערקענט אז די סימפטאם וואס מ'שפיהרט קומט פון עפעס טיפער אין די אונטערבאוואוסטזיין, וואס די באוואוסטזיין וויל נישט אז מ'זאל יענץ שפירן, און מ'נעמט עס נישט אן אז דאס וואס איך שפיר, דאס איז די זאך וואס שטערט באמת, דאס אליין האט אויך עפעס פאטענציאל צו העלפן, אמנם סארנא סארט טערעפי איז פארשטייט זיך אלעמאל טיפער און מער אפעקטיוו. דאס הייסט אוודאי אז מ'קען און מ'גייט צו א טערעפיסט איז אוודאי בעסער. טראכט איך אזוי: ווען א מענטש מאכט זיך נישט וואוסנדיג פון א זאך וואס שטערט אים, און ער לעבט אינעם הווה, מיט דעם געט ער דעם מעסעדש פאר זיין מח, איך ווייס אז: נישט דאס דרוקט מיר.

ר' חיים מאיר'ס ארטיקלן אין המספיק איז מורא'דיג. גארנישט וואס איך ווייס קומט צו, צו די טיפקייט פון אריינקריכן אין די אונטערבאוואוסטזיין. עכ"פ, דאס איז זיכער, אז סתם לעבן אינעם הווה, וועט נאכנישט ארבעטן. און זיכער נישט גראד. ס'דארף לכאורה נעמען אפאר יאר, ביז מ'גייט טאקע ארויס פון א שוועריגקייט. יעדן טאג ווערט געבויט אויפן פריערדיגן טאג. (ווי איך וועל נאך שרייבן דערפון כיד ה' יתברך הטובה עלי) דאס וואס איז זיכער איז, אז 'לעבן אינעם הווה' אלץ א וועג צו אנטלויפן פון די אונטערבאוואוסטזיין קען מאכן ערגער. ווייל די אונטערבאוואוסטזיין וועט אלעס טון, צו באקומען זיין אטענשאן. והדבר פשוט מאוד. 'לעבן אינעם הווה' העלפט (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) נאר ווען מ'איז על כל פנים גרייט צו אנערקענען אז עפעס טיפער דרוקט מיר. עפעס פון וואס איך וויל אנטלויפן. און מ'דארף זיך אליין אויסהערן.

'לעבן אינעם הווה' קען אבער פארגרינגערן צוצוקומען טיף. ווייל ס'קלארט אויס די מחשבות. המשך יבוא והשם הטוב יעזור וישמור אותי מאוד מאוד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 8:53 pm

אין די לעצטע תגובה וואס דו האסט מיר ציטירט, האסטו זייער זייער קלאר ארויסגעברענגט דער מהלך, צו מערסטן האט מיר געכאפט דאס:
ס'איז זיך מעורר זיין פון כלים הווים בלי שום נגדיות כלפיהם אפילו א משהוא.


דאס איז ''חיווי תחושת ההוה'', 'מיטלעבן' מיט יעצט, עס איז דער 'חיובי' פון יעצט, נישט דער 'שלילי' פון פריער. איך וואונדער מיר נאר ווי אזוי דו פראקטיצירסט דאס, למשל ווען דו גייסט אין גאס טראכסטו: "דער מענטש גייט יעצט דא..." "דער קאר דרייט זיך אזוי ווילד איין..." יעצט בלאזט א ווינט... אזוי טראכסטו? איך פארשטיי אז אויב דו לאזט דיינע מחשבות לויפן, טרעפסטו דיר אין א פארגאנגענע וועלט, רוב זאכן וואס דרייען זיך אינעם מענטשן'ס מח איז נישט קשור צו 'הוה', אדער איז עס 'טאריע' וואס אולי געשעהט עס יעצט גראדע ערגעץ ווי אויפן ערד קוגל, אדער איז עס מעמארי, הייסט דאס אז דו לעסט נישט אין הוה. אדער ווערסטו א ראבאט, וואס טראכט נאר פון וואס עס געשעהט יעצט, איך וויל פארשטיין, ווייל איך וויל זעהן וואס עס קען מאכן פאר א מענטש ווי מיר.
הוי מחשב...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 9:01 pm

מבשרי אחזה אלוקי!! שטארק געזאגט!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארויף און 14 געסט