ווען דער מוסד צאלט נישט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:44 am

אביסל חיזוק... אפשר...

געהאט אויך א מוסד וואס איז מיר געקומען פעיראל פון איבער א האלבע יאר, נאך א וויילע איז מען נישט צוריק ארבעטן אבער דער חוב איז קיינמאל נישט געצאלט געווארן און עס איז כמעט ווי נתייאש געווארן (יעדע מאל מען האט עס אויפגעברענגט האט עס געברענגט ענליכע געפילט ווי דערמאנט אויבן...).

לעצטענס נאך א שיינע פאר יאר באקומען מיר א רוף פונעם בוקקופער צו וועמען מען דארף מאכן די טשעקס צו! אויפגעפיקט דעפאזיטעד און מען האט אביסל געלט אין באנק...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 8:59 am

El Rushbo האט געשריבן:אגב, איז געווען אין צייטונג ביי א.ז.י. פריעדמאן פאריגע וואך אז דער רבי ז"ל האט געהאלטן ביים פארמאכן די מוסדות צוליב נישט קענען באצאלן חובות, ער האט געטענה'ט אז מ'טאר נישט האלטן אפן די מוסדות דורכ'ן באגנבנ'ן/שולדיג בלייבן מענטשען. ער האט אפי' נישט געוואלט אקצעפטירן א הלואה פון איינעם, וויבאלד ער האט נישט געוואוסט פון ווי מ'גייט עס באצאלן.

אז די קענסט ברענג אהער א פיקטשור פון דעים
ייש"כ

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:33 pm

איינער האט געטון דאס פאלגענדע:
גענומען א טשעק פון גמ''ח פאר 10 אלפים, געקעשט ביי יענעם מוסד, און אנגעקאלט דעם גמ''ח אז דער טשעק איז פארלוירן און זאלן סטאפן דעם טשעק. דער מוסד האט אים גערופן צו דין תורה, און ער האט געווינען. און דער מוסד האט זיך געלערנט א לעקציע.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:46 pm

אהער און אהין האט געשריבן:איינער האט געטון דאס פאלגענדע:
גענומען א טשעק פון גמ''ח פאר 10 אלפים, געקעשט ביי יענעם מוסד, און אנגעקאלט דעם גמ''ח אז דער טשעק איז פארלוירן און זאלן סטאפן דעם טשעק. דער מוסד האט אים גערופן צו דין תורה, און ער האט געווינען. און דער מוסד האט זיך געלערנט א לעקציע.

עם חכם ונבון... ;l;p-
ווייסט איינער צו ס׳מותר לכתחילה?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:48 pm

Graphic24 האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איינער האט געטון דאס פאלגענדע:
גענומען א טשעק פון גמ''ח פאר 10 אלפים, געקעשט ביי יענעם מוסד, און אנגעקאלט דעם גמ''ח אז דער טשעק איז פארלוירן און זאלן סטאפן דעם טשעק. דער מוסד האט אים גערופן צו דין תורה, און ער האט געווינען. און דער מוסד האט זיך געלערנט א לעקציע.

עם חכם ונבון... ;l;p-
ווייסט איינער צו ס׳טאקע מותר לכתחילה?

ער האט דאך געווינען דעם דין תורה.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:50 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:איינער האט געטון דאס פאלגענדע:
גענומען א טשעק פון גמ''ח פאר 10 אלפים, געקעשט ביי יענעם מוסד, און אנגעקאלט דעם גמ''ח אז דער טשעק איז פארלוירן און זאלן סטאפן דעם טשעק. דער מוסד האט אים גערופן צו דין תורה, און ער האט געווינען. און דער מוסד האט זיך געלערנט א לעקציע.

עם חכם ונבון... ;l;p-
ווייסט איינער צו ס׳טאקע מותר לכתחילה?

ער האט דאך געווינען דעם דין תורה.

דאס פארשטיי איך אז לאחר המעשה זענען זיי אייניג און פ״וו זאל ער דארפן צוריק געבן.. מיין שאלה איז צו מ׳מעג דאס לכתחילה טון, ווי אויך די אנדערע פריערדערמאנטע עצות פון נעמען חפצים וכדו׳...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:06 pm

וואס טוצעך מיט א מוסד וואס איז שולדיג חדשים לאנג !!! פאר די מלמדים און האלטן נישט ביים באצאלן
און אין די צייטינגען שרייבט מען אז מען איז זייער נזהר צו באצאלען צייטליך........

אוועטאר
קלמן הלוי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 4:12 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס טוצעך מיט א מוסד וואס איז שולדיג חדשים לאנג !!! פאר די מלמדים און האלטן נישט ביים באצאלן
און אין די צייטינגען שרייבט מען אז מען איז זייער נזהר צו באצאלען צייטליך........

מ'עסט זיך דאס געזינט אדער חזרט מען די ערשטע אני מאמין
איך פרעג נאר!

יש בו
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 4:41 pm

די איידיע איז צו מאכן די מוסד זאל דיר רופן
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 5:15 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס טוצעך מיט א מוסד וואס איז שולדיג חדשים לאנג !!! פאר די מלמדים און האלטן נישט ביים באצאלן
און אין די צייטינגען שרייבט מען אז מען איז זייער נזהר צו באצאלען צייטליך........

כ'האב געהערט אמאל פון א עסקן (וי"א עקסן...) אז ווען מ'זאגט אז ס'איז דא געלט גיט דער עולם, אז מ'פאקט זיך אויס די פראבלעמען און מ'וויינט אז ס'איז נישטא קיין געלט קומט נישט אריין קיין געלט. ויהי לפלא

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 5:20 pm

דריידל האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.

ער האט באקומען א ליידיגע געסיינטע טשעק? טאמער האט ער געפעלשט די חתימה איז עס בענק פראוד

אויב האסטו פרוף אז זיי זענען דער עס שולדיג איז עס דאך גרינגער
אמאל האב איך געהערט אז א דזשאדזש האט געזאגט איינעם, ריכטיג האסט עס נישט געסיינט אבער ביסט עס דאך שולדיג גיב עס יעצט.
בנוגע א כ''ק אדמור איז אינוואלווד אין רוחניות און נישט אייביג אין גשמיות, איין מעשה האב איך געהערט אז א כ''ק אדמור האט געזאגט פאר איינעם אז טאמער האסטו נישט קיין ברירה טוה די ארבייט פאר מיין מוסד...
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

אשלג
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 5:55 pm

מ'דארף מאכן א wall of shame (אשכול, וועבסייט) פון אלע מוסדות ישיבות וכו' וואס צאלן נישט אדער שלעפן ארום כדי שידע הציבור ויזהר און אנדערע זאלן נישט אריינפאלן און אויך אז קיינער וועט נישט אהינגיין ארבעטן וועלן זיי זיין געצווינגען צו באצאלן.

הארציג
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:29 pm

תגובהדורך הארציג » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:13 pm

און נאכדעם קומען די מוסדות וויינען אז זיי זוכן ארבייטער / פאנדרעיזערס, ווען זיי זאלן פארשטיין און טריעטן די ארבייטער פונקט ווי זיי פארשטייען די ארבייטער אין זייער אייגענע ביזנעס וואלטן זיך די מוסדות ווייניגער געמוטשעט!

יש בו
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:37 pm

הארציג האט געשריבן:און נאכדעם קומען די מוסדות וויינען אז זיי זוכן ארבייטער / פאנדרעיזערס, ווען זיי זאלן פארשטיין און טריעטן די ארבייטער פונקט ווי זיי פארשטייען די ארבייטער אין זייער אייגענע ביזנעס וואלטן זיך די מוסדות ווייניגער געמוטשעט!

מזל טוב צו דיין ערשטע תגובה
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 9:29 pm

הארציג האט געשריבן:און נאכדעם קומען די מוסדות וויינען אז.....

די עלטערן צאלען נישט שכר לימוד און די וואס יא, האנדלען אראפ עד קצה אחרון מילא קען מען נישט צאלען געהעריג.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:23 pm

גראדע איך האב אויך די זעלבע פראבלעם
א מוסד אין ב"פ איז מיך שולדיג אסאך געלד אין קיינער אינטערסירט עס נישט
דין תורה איז נישט קיין אפציע.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:48 pm

כ'בין נישט אין הימל אבער יש דין ויש דיין, מיטגעהאלטן פון דער נאנט אז דער אחראי אויף די געלט פון א געוויסע מוסד האט מיאוס באוואשן איינעם וואס ער האט אויפגענומען צו ארבעטן פאר די מוסד, יענער האט עס טיף אראפגעשלינגען און זיך גלייך מייאש געווען [דער אדמו"ר פון יענע מוסד האט עס אויך גענומען שטארק צום הארצן אבער גארנישט געקענט טוען דערצו], 2 טעג דערויף איז יענעמס ביזנעס ארויף אין פלאמען (ס'איז געווען בילדער דא אויפן וועלטל... [קענסט עס זוכן ס'איז שוין געווען יארן צוריק און נאך צענדליגע פייערן אינצווישן...]) ממש פאר די סיזען... [ער האט זיך טאקע צום סוף צוריקגעבויעט און גייט ב"ה ווייטער אן, אבער געהאט פיינע שאדענס און גרויסע קאפוויי און עגמ"נ חדשים לאנג וואס כ'וואונטש נישט פאר קיין שום איד]

שעבאשנוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:50 pm

נאך איין מזל ביזט נישט אין הימל

דער איד האט אריינגעשארט אן ערענסטע אפויטעקע פון די אינשורענס

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:57 pm

בכלל נישט, ער האט צוריקבאקומען נאר די שאדענס [כ'קען גוט ביידע], און נאר נאך א שיינע שטיק צייט, און איינוועגס פארלוירן א שיינע פאר קאסטומערס ווייל ער האט זיי נישט געקענט צושטעלן די סחורה

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:10 pm

עצה למוסדות.PNG
עצה למוסדות.PNG (194.53 KiB) געזעהן 503 מאל
כשמ"ו כן הוא

הארציג
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:29 pm

תגובהדורך הארציג » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 10:41 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
הארציג האט געשריבן:און נאכדעם קומען די מוסדות וויינען אז.....

די עלטערן צאלען נישט שכר לימוד און די וואס יא, האנדלען אראפ עד קצה אחרון מילא קען מען נישט צאלען געהעריג.

מיין רבי פלעגט זאגן: "א תירוץ האסטו אן עם הארץ בלייבסטו" אדער "האסט א גוטע תירוץ אבער די קשיא איז נאכאלץ שווער".
די שאלה איז פארוואס איז דא א באורד - הנהלה אין א מוסד? צו זאגן תירוצים און "ריעקטן" צו יעדע פראבלעם, דאס קען דאך אויך טוהן דער שלימזל פון קאווע שטובל. א הנהלה דארף ארבייטן פראו-עקטיוו צו פראדוצירן ווי מער, יעצט גיי זאג א תירוץ פאר דיין געטרייער ארבייטער - וואס ער איז דער וואס קאלעקט אדער רעיז'ד פאר דיר די געלט - "איך האב נישט צו באצאלן וייל בלאַ בלאַ בלאַ, וואס געשעהט נאכדעם? דער ארבייטער פארלירט דעם אפעטיט און ברענגט נאך ווייניגער געלט פארן מוסד, וחוזר חלילה, ואין לדבר סוף.
כ'מיין עס איז שוין געקומען די צייט צו ווערן אביסל ערפארן פון די אלטע טעותים.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 1:40 pm

הארציג האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
הארציג האט געשריבן:און נאכדעם קומען די מוסדות וויינען אז.....

די עלטערן צאלען נישט שכר לימוד און די וואס יא, האנדלען אראפ עד קצה אחרון מילא קען מען נישט צאלען געהעריג.

מיין רבי פלעגט זאגן: "א תירוץ האסטו אן עם הארץ בלייבסטו" אדער "האסט א גוטע תירוץ אבער די קשיא איז נאכאלץ שווער".
די שאלה איז פארוואס איז דא א באורד - הנהלה אין א מוסד? צו זאגן תירוצים און "ריעקטן" צו יעדע פראבלעם, דאס קען דאך אויך טוהן דער שלימזל פון קאווע שטובל. א הנהלה דארף ארבייטן פראו-עקטיוו צו פראדוצירן ווי מער, יעצט גיי זאג א תירוץ פאר דיין געטרייער ארבייטער - וואס ער איז דער וואס קאלעקט אדער רעיז'ד פאר דיר די געלט - "איך האב נישט צו באצאלן וייל בלאַ בלאַ בלאַ, וואס געשעהט נאכדעם? דער ארבייטער פארלירט דעם אפעטיט און ברענגט נאך ווייניגער געלט פארן מוסד, וחוזר חלילה, ואין לדבר סוף.
כ'מיין עס איז שוין געקומען די צייט צו ווערן אביסל ערפארן פון די אלטע טעותים.

עס איז נישט קיין "תירוץ" אויף א קשיא נאר אן ענפער אויף א שאלה...

געווענדליך איז די הנהלה נישט קיין כישוף מאכער אדער ביליאנערען... און מעדזשיק קענען זיי נישט מאכן. איז אז עס איז נישטא קיין געלט אריין איז נישטא ארויס, דער חשבון איז זייער זייער סימפעל.

נאר - כדניאל - איך האף אז עס איז נישט די זעלבע מענטשן וואס האבן מורא'דיג שטארקע געפילן אנקעגן דער עוולה פונעם מוסד ווען זיי צאלן שפעט אדער ווייניג, און זיי האבן אויך שטארקע געפילן ווען דער סטראגלינג מוסד מוטשעט די עלטערן אביסל צו פיל צו באצאלן זייער מצומצם'דיגע שעיר אין די עקספענסעס.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:33 am

נישט אלע "מלמדים" האבן זיך די רעכט אפצורעדן, די "טויגליכע" מלמדים האבן די רעכט, די אנדערע זאלן זיין פריילך אז זיי האבן א דשאב.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:40 am

הא?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:46 am

ווישוואש האט געשריבן:הא?

:lol:
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט