ווען דער מוסד צאלט נישט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

ווען דער מוסד צאלט נישט

תגובהדורך להודות » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:22 pm

א יונגערמאן האט געארבעט אין א מוסד פאר א שארט-טירם דזשאב. צום סוף זמן השכירות האבן זיי אים געגעבן א טשעק.
ביז ער האט עס אריין געלייגט אין באנק איז שוין די אקאונט געווען פארמאכט.
יעצט זאגן זיי ס'איז נישט דא קיין געלט. (איך בין שטארק מסופק צו דער אדמינסטראטער הונגערט, אדער פאר זיין טשעק איז דא פונקט גענוג.)

שפעטער געהערט אז דער אינסטעטוציע איז א שם דבר צו עובר זיין בל תלין, ביומו תתן שכרו, בל תגזול, בל תעשוק, אל תאמר לרעך לך ושוב וכו'.

ווי אזוי קען מען ארויס באקומען געלט פון אזעלכע גנבים?

אוועטאר
יש בו
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:43 pm

די עכטע עצה איז דין תורה (אדער קארט)
וויל ער דאך נישט זיין דער וואס רופט, צו ווייל ס׳קאסט צופים געלט צו פאר סיי וועלכע סיבה, קען ער פרובירן די ״מוסד״ זאל ״אים״ רופן,
דהיינו, ער קען פרעגן א שאלה, אפשר מעג ער צונעמען חפצים פון די מוסד, אויב האבן זיי א טענה צו אים קענען זיי אים רופן צו דין תורה,
אדער אין קארט אויב דעת תורה איז דאס,
אויב קען ער אויפווייזן אז די אקאונט איז שוין געווען פארשפארט ווען ער האט באקומען די טשעק, איז עס א געהעריגע פראד קלאגע,
ער זאל טרייען צו בעטן א statement פון די מוסד, דארטן וועט ער האבן פראאף אז ער האט געארבעט אין די אנגעגעבענע דעיט,
הצלחה רבה
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

עם עקש תתפתל

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:59 pm

א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:06 pm

ייש"כ פאר די עצות.
אבער ווייאלענס (נעמען חפצים וכדו') איז נישט פראקטיש, און גיין אין די"ת /ערכאות להבדיל איז נישט ווערט די געלט/שלעפ/צייט/טרחא.

מ'רעדט נישט פון אזוי פיל געלט.

אבער די חוצפא איז עולה על כל גדותיו און טוט עכט וויי. דיספיקעבעל.
מ'נעמט אומשולדיגע מענטשן, מ'נוצט זיי אויס - איינער מער איינער ווייניגער - און צום סוף הייבט מען נישטאמאל אויף דעם פאון.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:19 pm

מעשים בכל יום, מיט מוסדות אלל אווער די פלעיס, און ביי די טיים מען כאפט זיך אז מען גייט דא נישט זעהן קיין גראצער איז שוין צוויי מאל געטאוישט די הנהלה וואס זיי "נעמען נאר די בודזשעט פון דא און ווייטער". סאיז ווייטאגליך באט א מציאות און א גוטע לעססאן.

מען דארף קענען אראפשלינגען אז אפאר אלפים וועט מען בדרך הטבע נישט זעהן מער. אבער, סאיז אפשר דא א מהלך, נעמען איין מענטש אין די מוסדות און לייגן אויף אים פערזענליך געפערליכע פרעשור.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:24 pm

געדענק איך נישט פונקטליך, אבער געווען א געוויסע קרעדיט וואס האט באלאנגט פאר די אינדווידועלע עלטערן, און דער געוויסער מוסד האט עס גענומען פאר זיך, אן אלטע מעשה.
די עלטערן וואס האבן געזאגט פארן מוסד, 'העסטו באצאלן איז גוט, טאמער נישט וועל איך דיר נעמען ערגעצוואו', זיי האבן צוריק באקומען דאס געלט.
כ'גיי נישט אריין צו ע''פ הלכה מעג מען דאס זאגן, דאס איז נאר א מעשה שהי'.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:24 pm

א מוסד קען מער ארומשלעפן, און זאגן גיי צו יענעם, גיי צום סעקרעטאר, וכו'

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:32 pm

סתם א נאיווע שאלה:
איז מעגליך אז שרייבן א בריוו צו דער וועמענ'ס נאמען באשיינט אלע לעטערהעדס -אן אנגעזעענעם חשוב'ן פערזענליכקייט- זאל עפעס נושא פירות זיין (כאילו ס'גייט אים אן...)? דהיינו ער זאל וויסן (כאילו ער ווייסט נישט...) ווי זוי זיינע חברה פירן זיך אויף?

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:35 pm

להודות האט געשריבן:סתם א נאיווע שאלה:
איז מעגליך אז שרייבן א בריוו צו דער וועמענ'ס נאמען באשיינט אלע לעטערהעדס -אן אנגעזעענעם חשוב'ן פערזענליכקייט- זאל עפעס נושא פירות זיין (כאילו ס'גייט אים אן...)? דהיינו ער זאל וויסן (כאילו ער ווייסט נישט...) ווי זוי זיינע חברה פירן זיך אויף?

ס'ווענדט זיך וואו, ס'דא געוויסע חסידות'ער ווי דער רבי איז ממש אינוואלווד און בעה''ב אויף די מוסדות. לעומת זה איז דא פלעצער וואו דער רבי זיצט און לערנט, און האט קיין שיכות און קיין ווארט אויף די בעלי בתים

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:39 pm

אהער און אהין האט געשריבן:א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.


ווען איך דיפאסיט געלט אין מיין אקואנט קומט נישט ארויף די באלאנס אויף די receipt

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:41 pm

Haklal האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.


ווען איך דיפאסיט געלט אין מיין אקואנט קומט נישט ארויף די באלאנס אויף די receipt

יא, היינט קומט עס שוין נישט ארויף, אבער דאן עטליכע יאר צוריק פלעגט דאס נאך ערשיינען.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:54 pm

אויב האסטו אן אקאונט ביי די באנק קענסטו פרעגן פארן דעפאזיטן צו ס'גייט דורכגיין.

אבער לויט ווי איך שטעל מיך פאר גייט אין די אקאונט קיינמאל מער נישט ליגן דאס געלט

א מוסד איז א אינסטיטוציע וואס מוטשעט זיך אלעמאל מיט געלט, שווער צו גלייבן אז זיי גייען דיר באצאלן.

נאן סטאפ פרעשור איז די איינציגע סעלושען

אגב, איז געווען אין צייטונג ביי א.ז.י. פריעדמאן פאריגע וואך אז דער רבי ז"ל האט געהאלטן ביים פארמאכן די מוסדות צוליב נישט קענען באצאלן חובות, ער האט געטענה'ט אז מ'טאר נישט האלטן אפן די מוסדות דורכ'ן באגנבנ'ן/שולדיג בלייבן מענטשען. ער האט אפי' נישט געוואלט אקצעפטירן א הלואה פון איינעם, וויבאלד ער האט נישט געוואוסט פון ווי מ'גייט עס באצאלן.

אוועטאר
יש בו
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:02 pm

נאך אן אפשען, איז
פאנדרעיזן פאר די מוסד, און פארשטייט זיך קודם אראפנעמען קאמישן,
די איבריגע גייט פארן חוב,
למשל אויב זיי זענען שילדיג 1000 דאללער, שאפט מען 1500, 500 גייט אראפ פאר זיך פארן פאנדרעיסן, ס׳איבריגע איז פארן חוב,
קען גאר זיין אז די מוסד וועט זיך פרייען פאר דעם.
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:52 pm

יש בו האט געשריבן:נאך אן אפשען, איז
פאנדרעיזן פאר די מוסד, און פארשטייט זיך קודם אראפנעמען קאמישן,
די איבריגע גייט פארן חוב,
למשל אויב זיי זענען שילדיג 1000 דאללער, שאפט מען 1500, 500 גייט אראפ פאר זיך פארן פאנדרעיסן, ס׳איבריגע איז פארן חוב,
קען גאר זיין אז די מוסד וועט זיך פרייען פאר דעם.

נישט שלעכט.
ער האט געארבעט, און נאכדעם זאל עק גיין נאכגעלט מיט א זעקל ביי אשרי ובא לציון זיך צו באצאלן...

איך מיין די מוסד זאל דאס פראבירן מיט קאן עדיסאן

אוועטאר
יש בו
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:56 pm

כ'וויס פון איינער פון די אידן וואס ארגעניזאציע פלוני האט אנגעזעצט ל"ע,
טוט אטע דאס,
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:01 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.


ווען איך דיפאסיט געלט אין מיין אקואנט קומט נישט ארויף די באלאנס אויף די receipt

יא, היינט קומט עס שוין נישט ארויף, אבער דאן עטליכע יאר צוריק פלעגט דאס נאך ערשיינען.

איך קען איינעם וואס האט עס געטון ווען ס'האט אויסגעפעלט, בשעתו ווען מ'האט נאך געקענט.
דער שמועס דא האט מיר דעמאנט א מעשה (עס איז נישט נוגע צום שאלה פון להודות, אבער ס'איז אינטערעסאנט):

חשוקי חמד.JPG
חשוקי חמד.JPG (169.99 KiB) געזעהן 1034 מאל

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:03 pm

יש בו האט געשריבן:נאך אן אפשען, איז
פאנדרעיזן פאר די מוסד, און פארשטייט זיך קודם אראפנעמען קאמישן,
די איבריגע גייט פארן חוב,
למשל אויב זיי זענען שילדיג 1000 דאללער, שאפט מען 1500, 500 גייט אראפ פאר זיך פארן פאנדרעיסן, ס׳איבריגע איז פארן חוב,
קען גאר זיין אז די מוסד וועט זיך פרייען פאר דעם.

;l;p-

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:38 pm

אהער און אהין האט געשריבן:א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.

ער האט באקומען א ליידיגע געסיינטע טשעק? טאמער האט ער געפעלשט די חתימה איז עס בענק פראוד

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:40 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:סתם א נאיווע שאלה:
איז מעגליך אז שרייבן א בריוו צו דער וועמענ'ס נאמען באשיינט אלע לעטערהעדס -אן אנגעזעענעם חשוב'ן פערזענליכקייט- זאל עפעס נושא פירות זיין (כאילו ס'גייט אים אן...)? דהיינו ער זאל וויסן (כאילו ער ווייסט נישט...) ווי זוי זיינע חברה פירן זיך אויף?

ס'ווענדט זיך וואו, ס'דא געוויסע חסידות'ער ווי דער רבי איז ממש אינוואלווד און בעה''ב אויף די מוסדות. לעומת זה איז דא פלעצער וואו דער רבי זיצט און לערנט, און האט קיין שיכות און קיין ווארט אויף די בעלי בתים

דאן דארף מען פארהאלטן די רבי פארוואס ער לאזט שרייבן אז די מוסדות זענען בנשיאותו.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:51 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א יוגנערמאן האט געהאט איינער וואס איז אים שולדיג געווען א 8 אלפים, און יענער האט פשוט נישט געהאלטן ביים באצאלן.
דער יונגערמאן האט געהאט עקסעס צו יענעם'ס טשעקס, האט ער גענומען א ליידיגן טשעק, דערנאך האט דער יונגערמאן גענומען יעדן טאג א דאלער, און דעפאזיטעד אין יענעמס אקאונט. איז ארויסגעקומען א רעסיט מיט די אמאונט פון וויפיל געלט ס'דא דארט. ביז ס'ארויסגעקומען איין טאג אז ס'דא גענוג געלט, האט ער אויסגעשריבן א טשעק, און גענומען און געגאנגען.


ווען איך דיפאסיט געלט אין מיין אקואנט קומט נישט ארויף די באלאנס אויף די receipt

יא, היינט קומט עס שוין נישט ארויף, אבער דאן עטליכע יאר צוריק פלעגט דאס נאך ערשיינען.

איך קען איינעם וואס האט עס געטון ווען ס'האט אויסגעפעלט, בשעתו ווען מ'האט נאך געקענט.
דער שמועס דא האט מיר דעמאנט א מעשה (עס איז נישט נוגע צום שאלה פון להודות, אבער ס'איז אינטערעסאנט):

חשוקי חמד.JPG

פיינע מעשה
ברענג אויך די תשובה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:56 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:פיינע מעשה
ברענג אויך די תשובה

פארוואס טאקע נישט? דא האסטו:

Capture1.JPG
Capture1.JPG (99.55 KiB) געזעהן 911 מאל

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:07 am

......און ער ענדיגט צו אז... וצ"ע
פון וועלכע ספר איז דאס?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:08 am

נישטא קיין סאך וואס צו טיען,

איינער האט אמאל אזוי אויסגעשפילט א מוסד גייענדיג צום פאנדרעזעיר און געבעטען טשענטש פון געסטאפטע ווערטלאזע טשעקס, אבער אויב איז עס א קליינע מוסד האט עס א גרעניץ וויפול מאל דו קענסט עס טיען ביז די פאנדרעזיער ענפערט דיר פלי אוועק פון דא....

מען זאגט והוא רחום יכפר עוון, און אויב איז ערליך געלט ימלא השם החסרון.

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:09 am

פעטער שמואל האט געשריבן:......און ער ענדיגט צו אז... וצ"ע
פון וועלכע ספר איז דאס?

חשוקי חמד לר' יצחק זילבערשטיין.
בדרך כלל זענען זיינע מעשיות (שאלות) זאפטיגער ווי די תירוצים.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:21 am

אויב האט ער משפחה/פריינט וואס שיקן אין יענעם מוסד, זאל יענער בעטן/לייגן פרעשור אויף די מוסד אז ער וויל אהין געבן זיינע דמי שכ"ל פאר דעם קרוב זיינעם אז ער זאל נישט גיין ארום טראגן די מוסד אין די גאסן פאר רויבערס

צומאל ארבייט דאס
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דריידל, מומחה יוחס און 17 געסט