מגבית 'שלא יבוש המעיין' - קידוש השם קאמפיין פאר מוסדות דושינסקיא

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » זונטאג ינואר 06, 2019 7:12 pm

קומטס מיט פשט'לעך ארויף אראפ, די מציאות איז א דשינסקיא האט געמאכט א U TURN טראץ וואס זיי האבען געוויסט וויפיל שווערער ס'וועט זיין, זיי האבען פארמיטן אסאך באזוכער אויפן געוועב והעיקר האבען זיי פארמיטן צו טיילווייז ליגעלעזירן די אינטערנעט פאר זייערע אינגעלייט

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג ינואר 06, 2019 7:45 pm

למעשה בין איך ממש יעצט הערשט געוואר געווארן נאך די סוטמאכע היינט מיט קרן חתנים

אז דשונסקיא האט מען יא געקענט געבן געלט דורך'ן אינטערנעט און די זעלבע קרן חתנים נאר פשוט די נומבערס זעט מען נישט , סא מה הועילו חכמים בתקנתן?האב איך עפעס נישט גוט געהערט ? אדער פארשטאנען? אדער עס איז א חלק פונעם ליצנות פונעם הייטיגן דור אזוי זיך שפילן מיט די זאכן

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 9:58 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה בין איך ממש יעצט הערשט געוואר געווארן נאך די סוטמאכע היינט מיט קרן חתנים

אז דשונסקיא האט מען יא געקענט געבן געלט דורך'ן אינטערנעט און די זעלבע קרן חתנים נאר פשוט די נומבערס זעט מען נישט , סא מה הועילו חכמים בתקנתן?האב איך עפעס נישט גוט געהערט ? אדער פארשטאנען? אדער עס איז א חלק פונעם ליצנות פונעם הייטיגן דור אזוי זיך שפילן מיט די זאכן

איך בין אויך געווען אזוי אויפגעברויזט ווי דו (אדער נאך מער ווייל איך בין בטבע א גרעגטער) אבער שפעטער האב איך פארשטאנען אז שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען, נאר די עיקר רייץ איז מיטצוהאלטן ווי האלט מען מיטן געלט און צו שיקן לינקס ווייז יעדן וויפיל דו געסט לכבוד מיר (רעסטאראנט - געדענקסט נאך האסט עס מיר געטון ביי די פדיון שבויים געזעץ) דאס האט מען אפגעהאלטן ביי ביידע פעלער.
זיי האבן ביידע גע'טענה'ט אז מ'קען עס סייווי נישט אראפנעמען נאכן ארויפלייגן לויט די קאנטראקט וכו' איך האלט ס'איז א תירוץ פארן באבען, אבער מיר זענען שוין היינט בעצם בוחר הרע במיעוטו (ווי איז ר' שאול יצחק זצ"ל ווען מיר דארפן אים?)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג ינואר 06, 2019 10:11 pm

lebediger berel האט געשריבן:

סא די פראבלעם איז די רייץ פון געבן געלט נישט די אינטערנעט?

איך בין בכלל נישט גערעגט נאר איך פארשטיי עס פשוט נישט , איך פרוביר עס צו פארשטיין

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 10:15 pm

אז דער רייץ צו געבן געלט גייט "דורך דעם אינטערנעט" דאס איז דער עיקר פראבלעם
אלע אנדערע פראבלעמען זענען אז מיר לעבן אין ת"ש ע"ט טו טאויזענט ניינטין בלע"ז און מעמאכט חוזק פון דיר און פון מיר און פון דיין רבי'ן און פון מיין רבי'ן וכן להלאה עד ביאת הגואל במהרה, ווער ס'רעדט זיך איין אנדערש לעבט אין עולם הדמיון והההבל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג ינואר 06, 2019 10:20 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה בין איך ממש יעצט הערשט געוואר געווארן נאך די סוטמאכע היינט מיט קרן חתנים

אז דשונסקיא האט מען יא געקענט געבן געלט דורך'ן אינטערנעט און די זעלבע קרן חתנים נאר פשוט די נומבערס זעט מען נישט , סא מה הועילו חכמים בתקנתן?האב איך עפעס נישט גוט געהערט ? אדער פארשטאנען? אדער עס איז א חלק פונעם ליצנות פונעם הייטיגן דור אזוי זיך שפילן מיט די זאכן

איך בין אויך געווען אזוי אויפגעברויזט ווי דו (אדער נאך מער ווייל איך בין בטבע א גרעגטער) אבער שפעטער האב איך פארשטאנען אז שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען, נאר די עיקר רייץ איז מיטצוהאלטן ווי האלט מען מיטן געלט און צו שיקן לינקס ווייז יעדן וויפיל דו געסט לכבוד מיר (רעסטאראנט - געדענקסט נאך האסט עס מיר געטון ביי די פדיון שבויים געזעץ) דאס האט מען אפגעהאלטן ביי ביידע פעלער.
זיי האבן ביידע גע'טענה'ט אז מ'קען עס סייווי נישט אראפנעמען נאכן ארויפלייגן לויט די קאנטראקט וכו' איך האלט ס'איז א תירוץ פארן באבען, אבער מיר זענען שוין היינט בעצם בוחר הרע במיעוטו (ווי איז ר' שאול יצחק זצ"ל ווען מיר דארפן אים?)

סא די פראבלעם איז די רייץ פון געבן געלט נישט די אינטערנעט?

איך בין בכלל נישט גערעגט נאר איך פארשטיי עס פשוט נישט , איך פרוביר עס צו פארשטיין

פשוט מאוד. ווען ס'העט ווען געווען געהעריג אקטיוו וואלטן טויזענעטער מענטשן באזוכט דעם וועבזייט און מער ווי איין מאל. משא''כ יעצט ווען ס'איז א טויטע דף מיט א באקס אריינצולייגן ס'קרעדיט קארד. קיין איין בחור וואס ארבעט יעצט פאר קרן חתנים איז נישט געווען נייגעריג ארויפצוגיין, ווייל מ'זעהט גארנישט...!

והוא פשוט מאוד. די פדיון שבוים פעידזש האט געהאט הונדערעטער טויזענטער באזוכער וואס האבן געוואלט 'מיטהאלטן'. סתם צו געבן א קרעדיט קארד קען איך עס שוין טון אויפן טעל....

מוצאי שב''ק האט א חבר מיינער געדארפט זיין איינע פון די 'קאמפיינערס' אונטער די קרן חתנים ראפעל. ער האט געלייגט א טשערידי לינק אויף זיין וואפטסעפפ סטעטוס און געבעטן דעם עולם צו ברענגן געלט מיט זיין לינק. צוויי שעה נאכן זמן ווען מ'האט מחליט געווען פון 'אויבן' צו גיין אופפליין האט ער סוספענדירט זיין קאמפיין ווייל מ'גייט סייווי נישט זעהן וועם ער האט אריינגעברענגט..

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

הוא אשר דברתי בוחר הרע במיעוטו

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 10:21 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג ינואר 06, 2019 10:25 pm

לעבעדיגער בערל, א טויטע וועבסייט נאר אריינצולייגן א קרעדיט קארד איז די אפעציעלע וועג פון UTA צו צאלן שכר לימוד... שוין אן אלטע עבירה.. סא איז עבר ושנה נעשית לו כהיתר נישט כבוחר הרע במיעוטו :oops:

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג ינואר 06, 2019 10:28 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה בין איך ממש יעצט הערשט געוואר געווארן נאך די סוטמאכע היינט מיט קרן חתנים

אז דשונסקיא האט מען יא געקענט געבן געלט דורך'ן אינטערנעט און די זעלבע קרן חתנים נאר פשוט די נומבערס זעט מען נישט , סא מה הועילו חכמים בתקנתן?האב איך עפעס נישט גוט געהערט ? אדער פארשטאנען? אדער עס איז א חלק פונעם ליצנות פונעם הייטיגן דור אזוי זיך שפילן מיט די זאכן

איך בין אויך געווען אזוי אויפגעברויזט ווי דו (אדער נאך מער ווייל איך בין בטבע א גרעגטער) אבער שפעטער האב איך פארשטאנען אז שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען, נאר די עיקר רייץ איז מיטצוהאלטן ווי האלט מען מיטן געלט און צו שיקן לינקס ווייז יעדן וויפיל דו געסט לכבוד מיר (רעסטאראנט - געדענקסט נאך האסט עס מיר געטון ביי די פדיון שבויים געזעץ) דאס האט מען אפגעהאלטן ביי ביידע פעלער.
זיי האבן ביידע גע'טענה'ט אז מ'קען עס סייווי נישט אראפנעמען נאכן ארויפלייגן לויט די קאנטראקט וכו' איך האלט ס'איז א תירוץ פארן באבען, אבער מיר זענען שוין היינט בעצם בוחר הרע במיעוטו (ווי איז ר' שאול יצחק זצ"ל ווען מיר דארפן אים?)

סא די פראבלעם איז די רייץ פון געבן געלט נישט די אינטערנעט?

איך בין בכלל נישט גערעגט נאר איך פארשטיי עס פשוט נישט , איך פרוביר עס צו פארשטיין

פשוט מאוד. ווען ס'העט ווען געווען געהעריג אקטיוו וואלטן טויזענעטער מענטשן באזוכט דעם וועבזייט און מער ווי איין מאל. משא''כ יעצט ווען ס'איז א טויטע דף מיט א באקס אריינצולייגן ס'קרעדיט קארד. קיין איין בחור וואס ארבעט יעצט פאר קרן חתנים איז נישט געווען נייגעריג ארויפצוגיין, ווייל מ'זעהט גארנישט...!

והוא פשוט מאוד. די פדיון שבוים פעידזש האט געהאט הונדערעטער טויזענטער באזוכער וואס האבן געוואלט 'מיטהאלטן'. סתם צו געבן א קרעדיט קארד קען איך עס שוין טון אויפן טעל....

מוצאי שב''ק האט א חבר מיינער געדארפט זיין איינע פון די 'קאמפיינערס' אונטער די קרן חתנים ראפעל. ער האט געלייגט א טשערידי לינק אויף זיין וואפטסעפפ סטעטוס און געבעטן דעם עולם צו ברענגן געלט מיט זיין לינק. צוויי שעה נאכן זמן ווען מ'האט מחליט געווען פון 'אויבן' צו גיין אופפליין האט ער סוספענדירט זיין קאמפיין ווייל מ'גייט סייווי נישט זעהן וועם ער האט אריינגעברענגט..

סא דשונסקיא רבי האט נישט קיין פראבלעם פון געבן געלט דורך די אינטערנעט בעצם נאר אז עס ווערט א רייץ און מען מאכט א פומבי

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 10:29 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:לעבעדיגער בערל, א טויטע וועבסייט נאר אריינצולייגן א קרעדיט קארד איז די אפעציעלע וועג פון UTA צו צאלן שכר לימוד... שוין אן אלטע עבירה.. סא איז עבר ושנה נעשית לו כהיתר נישט כבוחר הרע במיעוטו :oops:

ווי איז ר' שאול יצחק זצ"ל ווען מיר דארפן אים? :-(
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » זונטאג ינואר 06, 2019 10:36 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה בין איך ממש יעצט הערשט געוואר געווארן נאך די סוטמאכע היינט מיט קרן חתנים

אז דשונסקיא האט מען יא געקענט געבן געלט דורך'ן אינטערנעט און די זעלבע קרן חתנים נאר פשוט די נומבערס זעט מען נישט , סא מה הועילו חכמים בתקנתן?האב איך עפעס נישט גוט געהערט ? אדער פארשטאנען? אדער עס איז א חלק פונעם ליצנות פונעם הייטיגן דור אזוי זיך שפילן מיט די זאכן

איך בין אויך געווען אזוי אויפגעברויזט ווי דו (אדער נאך מער ווייל איך בין בטבע א גרעגטער) אבער שפעטער האב איך פארשטאנען אז שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען, נאר די עיקר רייץ איז מיטצוהאלטן ווי האלט מען מיטן געלט און צו שיקן לינקס ווייז יעדן וויפיל דו געסט לכבוד מיר (רעסטאראנט - געדענקסט נאך האסט עס מיר געטון ביי די פדיון שבויים געזעץ) דאס האט מען אפגעהאלטן ביי ביידע פעלער.
זיי האבן ביידע גע'טענה'ט אז מ'קען עס סייווי נישט אראפנעמען נאכן ארויפלייגן לויט די קאנטראקט וכו' איך האלט ס'איז א תירוץ פארן באבען, אבער מיר זענען שוין היינט בעצם בוחר הרע במיעוטו (ווי איז ר' שאול יצחק זצ"ל ווען מיר דארפן אים?)

סא די פראבלעם איז די רייץ פון געבן געלט נישט די אינטערנעט?

איך בין בכלל נישט גערעגט נאר איך פארשטיי עס פשוט נישט , איך פרוביר עס צו פארשטיין

פשוט מאוד. ווען ס'העט ווען געווען געהעריג אקטיוו וואלטן טויזענעטער מענטשן באזוכט דעם וועבזייט און מער ווי איין מאל. משא''כ יעצט ווען ס'איז א טויטע דף מיט א באקס אריינצולייגן ס'קרעדיט קארד. קיין איין בחור וואס ארבעט יעצט פאר קרן חתנים איז נישט געווען נייגעריג ארויפצוגיין, ווייל מ'זעהט גארנישט...!

והוא פשוט מאוד. די פדיון שבוים פעידזש האט געהאט הונדערעטער טויזענטער באזוכער וואס האבן געוואלט 'מיטהאלטן'. סתם צו געבן א קרעדיט קארד קען איך עס שוין טון אויפן טעל....

מוצאי שב''ק האט א חבר מיינער געדארפט זיין איינע פון די 'קאמפיינערס' אונטער די קרן חתנים ראפעל. ער האט געלייגט א טשערידי לינק אויף זיין וואפטסעפפ סטעטוס און געבעטן דעם עולם צו ברענגן געלט מיט זיין לינק. צוויי שעה נאכן זמן ווען מ'האט מחליט געווען פון 'אויבן' צו גיין אופפליין האט ער סוספענדירט זיין קאמפיין ווייל מ'גייט סייווי נישט זעהן וועם ער האט אריינגעברענגט..

ס'זייער סימפעל אין קלאר מענטשן מאכען זיך אדער פארשטייען באמת נישט אזא פשוט'ע נ''מ פין קענען געבן דאנעישאן'ס דורך א לינק ביזן לאזען לויפן די קאמפיין 'לייוו' דורך די וועב, ס'פעלט הסבירם?

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » זונטאג ינואר 06, 2019 10:42 pm

עס ווינדערט מיר טאקע אויף קרן חתנים פארוואס האבן זיי טאקע נישט געמאכט א דוגמא אזוי ווי ביים דושינסקיא קאמפיין צו קענען געבן אויפן טעלעפאן פאר יעדעם באזונדער?
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך אין שטעטל » זונטאג ינואר 06, 2019 10:52 pm

געהערט פין א חשובע איד אין שוהל היינט,
אז מ'איז מחליט אראפ צו גיין למחצה לשליש ולרבוע איז א גוטע זאך, יעדע ביסל ווייניגער אינטערנעט איז לטובה אין קטן נישט שאטן,
נאר די מושג אז די שרייסט לקדש שם שמים אין מ'איז כביכול מנתק לגמרי פין די אינטערנעט בעת ווען די נעמסט געהעריג אן דאנעישען'ס אויפן וועב, שיקסט ארום אימעלס מיט לינקס,
דאס ס"ה לערענט אויס פארן דור אז די קענסט געהעריג האבן אינטערנעט אבער דו דארפסט נאר פארקויפן אז די האסט נישט. (א שטייגער ווי אייוועלט קדושים)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג ינואר 06, 2019 10:57 pm

אין שטעטל האט געשריבן:געהערט פין א חשובע איד אין שוהל היינט,
אז מ'איז מחליט אראפ צו גיין למחצה לשליש ולרבוע איז א גוטע זאך, יעדע ביסל ווייניגער אינטערנעט איז לטובה אין קטן נישט שאטן,
נאר די מושג אז די שרייסט לקדש שם שמים אין מ'איז כביכול מנתק לגמרי פין די אינטערנעט בעת ווען די נעמסט געהעריג אן דאנעישען'ס אויפן וועב, שיקסט ארום אימעלס מיט לינקס,
דאס ס"ה לערענט אויס פארן דור אז די קענסט געהעריג האבן אינטערנעט אבער דו דארפסט נאר פארקויפן אז די האסט נישט. (א שטייגער ווי אייוועלט קדושים)

מיסטער, איר ווייסט וואס כביכול מיינט?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג ינואר 06, 2019 11:00 pm

אין שטעטל האט געשריבן:געהערט פין א חשובע איד אין שוהל היינט,
אז מ'איז מחליט אראפ צו גיין למחצה לשליש ולרבוע איז א גוטע זאך, יעדע ביסל ווייניגער אינטערנעט איז לטובה אין קטן נישט שאטן,
נאר די מושג אז די שרייסט לקדש שם שמים אין מ'איז כביכול מנתק לגמרי פין די אינטערנעט בעת ווען די נעמסט געהעריג אן דאנעישען'ס אויפן וועב, שיקסט ארום אימעלס מיט לינקס,
דאס ס"ה לערענט אויס פארן דור אז די קענסט געהעריג האבן אינטערנעט אבער דו דארפסט נאר פארקויפן אז די האסט נישט. (א שטייגער ווי אייוועלט קדושים)

זאג נאר, עפעס פעלט דיר אויף וואטסעפפ?... צו וואס קומסטו בכלל אהער צו די צבוע'ניקעס?!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג ינואר 06, 2019 11:49 pm

מ'האט מיר געמעקט א תגובה היינט דא. און איך בין נישט אינטערסירט צו זיין א כותב ע"מ למחוק, אבער דא איז געווען נאך א טעכנישע אישו צוליב א עקסקלוסיווע אגריעמענט וואס האט אראפגענומען די קאמפיין פון אנליין.

אבער היינט איז א וועלט ווי מ'קען קאמפיינען אויפן אינטערנעט (מיט פראפעסינאלע קליפס און עדס) צו געבן געלט פאר א קאמפיין וואס איז מנותק פונעם אינטערנעט...

און מ'קען בויען א קארעריע פון גיבן דרשות אויף אינטערנעט און מגנה זיין די טמנע כלי...

כלל ישראל איז נישט משוגע!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג ינואר 06, 2019 11:54 pm

צולייגער האט געשריבן:
אין שטעטל האט געשריבן:געהערט פין א חשובע איד אין שוהל היינט,
אז מ'איז מחליט אראפ צו גיין למחצה לשליש ולרבוע איז א גוטע זאך, יעדע ביסל ווייניגער אינטערנעט איז לטובה אין קטן נישט שאטן,
נאר די מושג אז די שרייסט לקדש שם שמים אין מ'איז כביכול מנתק לגמרי פין די אינטערנעט בעת ווען די נעמסט געהעריג אן דאנעישען'ס אויפן וועב, שיקסט ארום אימעלס מיט לינקס,
דאס ס"ה לערענט אויס פארן דור אז די קענסט געהעריג האבן אינטערנעט אבער דו דארפסט נאר פארקויפן אז די האסט נישט. (א שטייגער ווי אייוועלט קדושים)

זאג נאר, עפעס פעלט דיר אויף וואטסעפפ?... צו וואס קומסטו בכלל אהער צו די צבוע'ניקעס?!

;l;p-

אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך אין שטעטל » זונטאג ינואר 06, 2019 11:58 pm

צולייגער האט געשריבן:
אין שטעטל האט געשריבן:געהערט פין א חשובע איד אין שוהל היינט,
אז מ'איז מחליט אראפ צו גיין למחצה לשליש ולרבוע איז א גוטע זאך, יעדע ביסל ווייניגער אינטערנעט איז לטובה אין קטן נישט שאטן,
נאר די מושג אז די שרייסט לקדש שם שמים אין מ'איז כביכול מנתק לגמרי פין די אינטערנעט בעת ווען די נעמסט געהעריג אן דאנעישען'ס אויפן וועב, שיקסט ארום אימעלס מיט לינקס,
דאס ס"ה לערענט אויס פארן דור אז די קענסט געהעריג האבן אינטערנעט אבער דו דארפסט נאר פארקויפן אז די האסט נישט. (א שטייגער ווי אייוועלט קדושים)

זאג נאר, עפעס פעלט דיר אויף וואטסעפפ?... צו וואס קומסטו בכלל אהער צו די צבוע'ניקעס?!

כ'האב קיינעם געמיינט פרעזענדליך....
דרך אגב האבעך נישט קיין וואסעפפ ב"ה

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:06 am

El Rushbo האט געשריבן:מ'האט מיר געמעקט א תגובה היינט דא. און איך בין נישט אינטערסירט צו זיין א כותב ע"מ למחוק, אבער דא איז געווען נאך א טעכנישע אישו צוליב א עקסקלוסיווע אגריעמענט וואס האט אראפגענומען די קאמפיין פון אנליין.

אבער היינט איז א וועלט ווי מ'קען קאמפיינען אויפן אינטערנעט (מיט פראפעסינאלע קליפס און עדס) צו געבן געלט פאר א קאמפיין וואס איז מנותק פונעם אינטערנעט...

און מ'קען בויען א קארעריע פון גיבן דרשות אויף אינטערנעט און מגנה זיין די טמנע כלי...

כלל ישראל איז נישט משוגע!

;l;p-

די גרעסטע זשוק איז די וואס פארשטייען אז סאיז נישט ליצנות

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:10 am

אין שטעטל האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
אין שטעטל האט געשריבן:געהערט פין א חשובע איד אין שוהל היינט,
אז מ'איז מחליט אראפ צו גיין למחצה לשליש ולרבוע איז א גוטע זאך, יעדע ביסל ווייניגער אינטערנעט איז לטובה אין קטן נישט שאטן,
נאר די מושג אז די שרייסט לקדש שם שמים אין מ'איז כביכול מנתק לגמרי פין די אינטערנעט בעת ווען די נעמסט געהעריג אן דאנעישען'ס אויפן וועב, שיקסט ארום אימעלס מיט לינקס,
דאס ס"ה לערענט אויס פארן דור אז די קענסט געהעריג האבן אינטערנעט אבער דו דארפסט נאר פארקויפן אז די האסט נישט. (א שטייגער ווי אייוועלט קדושים)

זאג נאר, עפעס פעלט דיר אויף וואטסעפפ?... צו וואס קומסטו בכלל אהער צו די צבוע'ניקעס?!

כ'האב קיינעם געמיינט פרעזענדליך....
דרך אגב האבעך נישט קיין וואסעפפ ב"ה

אשרי לך. באמת
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:08 pm

סיי דושינסקי און סיי קרן חתנים האבן נישט געקענט אראפ נעמען אינגאנצן זייער פעידזש פון טשערידי צוליב ווער עס האט שוין אמאל געמאכט א קאמפיין ביי זיי ווייסט אז זיי האבן א לעגאלע קאנטראקט וואס מען קען נישט צוריק צוען, ממילא עםעס מוז בלייבן דארט.

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:35 pm

דער עולם האט אביסל שווערעקייטן מיט דעם הסבר

צדקה קאסע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » דינסטאג ינואר 08, 2019 12:41 am

קאץ און מויז האט געשריבן:סיי דושינסקי און סיי קרן חתנים האבן נישט געקענט אראפ נעמען אינגאנצן זייער פעידזש פון טשערידי צוליב ווער עס האט שוין אמאל געמאכט א קאמפיין ביי זיי ווייסט אז זיי האבן א לעגאלע קאנטראקט וואס מען קען נישט צוריק צוען, ממילא עםעס מוז בלייבן דארט.

אלץ איינער וואס האט שוין געארבעט מיט אפאר ארגענזאציעס און מוסדות אויף טשערידי קאמפיינס וויל איך קלארשטעלן די פאקטן.
1) מ'מוז נישט אראפ נעמען די פעידש פון טשערידי, מ'קען לייגן א באהאלטענע לינק וואס גייט נישט ארום אויף די גאס,
2) די תירוץ פון לאזן די ק.ק. פעידש פאבליק צוליב די קאנטראקט, איז א שקר וואס דערוילעם קויפט אפ פאר גרויס געלט, ס'שטייט נישט אין קאנטראקט אז די פעידש מוז בלייבן "פאבליק".

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:49 am

א סינגל וואס איז ארויס לכבוד די קאמפיין, אויפן ניגון "מלוך" פון יונגערליך סידי, פארפאסט און געזינגען דורך ר' משולם גרינבערגער.
ניגון "שלא יבוש המעין"

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:17 pm

א געוואלדיגע קידוש השם
צוגעלייגטע
DwfAlsgXgAEmj7Q.jpg
DwfAlsgXgAEmj7Q.jpg (187.64 KiB) געזעהן 218 מאל

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט