אנליין קאמפיינס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שטאק האמער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 01, 2018 2:21 pm

תגובהדורך שטאק האמער » מאנטאג פאברואר 18, 2019 2:32 pm

שטאק האמער האט געשריבן:8 קינדער קרעכצן דעם "ברוך דיין האמת"!

דער חורבן איז גרויס, אין לשער, אבער מיר טארן דאס נישט פארגרעסערן און לאזן זיך פארשטערקערן!

דער וואונד איז נאך ברייט אפען, און זאלץ גיסט זיך אן אויפהער אין די יעצטיגע מאמענטן!

אומאויפהערליכע קוועלער פון זוידיגע טרערן פליסן נאך אין די אויגן פון די פאמילע און אלע וועלכע זענען באקאנט מיט ר' ישראל זעליג שרייבער ע"ה, א ירא שמים מרבים און א אהוב לכל מכיריו ויודעיו.

א געטרייער פאטער צו זיינע 8 קינדערלעך. א קיימא לן פון פינף יאר האט ער זיך ל"ע געראנגלט. א נהנה מיגיע כפו. מיט אימערמענטשליכע כוחות האט ער זיך געמוטשעט צו ברענגען ברויט פאר זיין קינדער-געבענטשטע פאמיליע און זיי שפייזן לויט די מעגליכקייטן און אומשטענדן.

נאכן זיין פארוואגלט פון שפיטאל צו שפיטאל און פון דאקטאר צו דאקטאר, אונטערוועגנס פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען און רפואה אנגעלעגנהייטן, ווען די אייגענע קינדער האבן נישט געזען זייער פאטער פאר די אויגן פאר גאר א לאנגע תקופה איבערלאזנדיג געצוואונגענערהייט א פאמילע פון אכט קינדער, בלי משען ומשענה.

צו די גרויס ווייטאג פון זיין פאמיליע, חברים און ידידים איז ער יונגערהייט, בדמי ימיו אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט, רח"ל.

מיר, זיינע חברים, ידידים און גוטע פריינד האבן א הייליגער פליכט!

מיר קענען נישט צוזען ווי אחינו בני ישראל שלא טעמו טעם חטא הונגערן און לייגן זיך שלאפן הונגעריג, פיינפול און ווייטאגליך.

מיר נעמען זיך צוזאם און מיט א ברודערליכע געטריישאפט וועלן מיר בס"ד שטעלן די אלמנה ושמונה בניה אויף די פיס

און געלט טאר נישט זיין פאר זיי קיין אפהאלט און שטער ווען אין אייער נתינה ווענדט זיך זייער צוקונפט!

דעם טאטן קען מען נישט צוריקברענגען וואס דאס איז גענוג א גרויסער בראך, אבער געלט טאר ווי פארשטענדליך נישט זיין דער אפהאלט!

קול דמי אחינו צועקים! הצילנו!

עס ליגט אויף אונז א חוב קדוש צו ראטעווען די פאמילע פון צוזאמענבראך

לאמיר נישט לאזן די מאמע און קינדער איינשלאפן פון הונגער און פיין!

געלט קען ראטעווען זייער צוקונפט!

https://www.charidy.com/orphans/williamsburg

כלל ישראל!! כלל ישראל!!
וואס גיי מיר ענטפערען ביים בי"ד של מעלה? שטייט אן אלמנה מיט אכט יתומים אין וויינען אין מען קען נישט שאפען קיין 500,000 $
אלע צוועקן קענען אנקומען צו זייער גאול און דווקא אזא וויכטיגע צוועק קען נישט אנקומען?

אפשר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:24 pm

שטאק האמער האט געשריבן:

די פראבלעם דא איז, אז עס איז נישט דא קיין מעטשינג.
אבער מיט דעם אלעם ברויך מען אנקומען צום ציל ווילאנג דער עולם איז נאך ווארעם.
רבותי האטס רחמנות

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג פאברואר 19, 2019 11:59 am

אוועטאר
covfefe
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:39 pm

תגובהדורך covfefe » דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:23 pm

ישיבת בנין עולם – וויליאמסבורג

א אייגנארטיגע ישיבה, בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו

מיט'ן דערהער אז יעדער איד איז א "עולם מלא" איז געווארן אויפגעשטעלט די ישיבה "בנין עולם", וועלכע איז "כשמו כן הוא" א ישיבה מיט גאר געניטע "סדרי הלימוד" א קאמבינאציע פון א ווארימע ישיבה אטמאספערע מיט א פראפעסינאלע סטעף, מיטן ציהל צו אויפבויען א יעדן בחור צום מאקסימום שיינקייט.

די ישיבה איז געגרינדעט גאווארן בשנת תשס"ה לפ"ק, דורך געטרייע עלטערן און עסקנים, נאכן איינזעהן די גרויסע חלל ווען עס איז נישט געוועהן ביים היימישען ציבור "אפילו איין מוסד" מיט די סארט מהלך, און נאכן אנערקענען די קריטישע חובת השעה, איז בעז"ה ערפילט דעם חלל מיטן אויפבוי פונעם מוסד "בנין עולם".

די ישיבה פון אינדרויסן ציהט נישט קיין ספעציעלע אויג, און רופט נישט ארויס קיין עקסטערע אויפמערקזאמקייט, - אבער און תוכן איז די ישיבה איינס און די וועלט ווערנדיג געפירט דורך א העכסט געניטע און פראפעסינאלע סטעף, אויסגערופענע מחנכים יראי השם, ומומחים בתורת הנפש, וועלכע געבן זיך איבער מיט לייב און לעבן, און טוען יותר מהמשוער מיט מאקסימאלע ליבשאפט און געטריישאפט ארויף צו ברענגן יעדן בחור אויפן העכסטן ניווא.

אויסער די מומחיות פון די פראפעסינאלע סטעף, איז צו באוואונדערן ווי גאנצע סטעף איינס ביי איינס, זענען הארציגע אידן מלא רגש, וועלכע דערהערן די חשיבות פון יעדע איינציגע "נפש מישראל", אחוץ דאס לערנען מיט די בחורים דורכ'ן טאג נעמען זיי איבער די גאנצע וועזן פונם בחור ווי יעדע תלמיד באזונדער ווערט באגלייט זיינע גאנצע 24 שעה ברוחניות ובגשמיות אוועק צו שטעלן יעדן תלמיד אינדיווידיאל אויפן העכסטן פאטענשאל ווי ער קען אנקומען.

די ישיבה איז אויסגעשטעלט מיט א רייכע סדר היום, די לימודים און פראגראמען ווערט אויסגעשטעלט אויף אן אויפן ארויסצוברענגען און אויסצושארפן די כוחות פון די טייערע בחורים, און בעיקר אויף אן אופן וואס זאל זיין באליבט ביי די טייערע תלמידים וואס ערמעגליכט זיי בעזהשי"ת א האפענונג פאר א לעכטיגע צוקונפט :

א פריוואטע הערליכע קעמפ ווערט צוגעשטעלט פאר די תלמידי הישיבה במשך די צוויי חדשים פונעם זוממער ווי די בחורים זאלן קענען אנהאלטן די סדר הלימודים פון א גאנץ יאר און פארברענגען מיט אינטערסאנט פראגראמען און א לעבעדיגע אטמעספערע בשבת אחים גם יחד

די ישיבה האט שוין ב"ה זוכה געווען אוועק צו שטעלן צענדליגע ליכטיגע תלמידים, און באגלייט זיי אוועקצושטעלן שיינע אידישע שטיבער.

טייערע חבר: מיר גייען ארויס מיט אן
איינמאליגן קאמפיין
"הבנים בני"
מיטן ציהל צו גרייכן
פינף הינדרעט טויזנט דאללער
$500,000
קורץ און שארף אין בלויז
"זעקס אין דרייסיג שעה” !!

טייערע חבר:
מיר מוזן האבן אייער מאקסימאלע הילף!!!האט שכל און לייגט צו א פלייצע צו העלפן די וואס באשעפטיגן זיך יומם ולילה צו ארויסהעלפן די טייערע תלמידים און קויפט אייך איין זכותים אויף ביידע וועלטן!

https://www.charidy.com/buni

אוועטאר
שיך פון גאלד
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:40 pm

הלכות אנליין קאמפיינס

תגובהדורך שיך פון גאלד » דינסטאג פאברואר 19, 2019 6:56 pm

אמאל פלעגן דינערס האבן אורחי הכבוד`ס, היינט זעמער אלע געווארן 'אורחים' פאר אונזערע מוסדות, באונס וברצון. אט זענעם אנווייזונגען ווי אזוי צו באהאנדלען די סיטואציע:
*קרובים*
פאר קרובים און געשמאקע שוואגערס איז נישטא קיין וועג ארויס, מ'מוז געבן
*שכנים*
געבן פונקט וויפיל זייער ווייב האט געגעבן ביי די צדקה פארטי אינגערהיים
*ארבייטער*
געבן שיין, און צוצייכענען די קאמפאני נאמען, ביי די קאמענטס מיט 'גוד דשאב` דענעבן
*חברים*
דאס איז די שווערע סוגיא. טייל געבן בכפיה, טייל דרייען זיך ארויס ווייל מ'האט שוין געגעבן, רוב פאלן און געבן, בעיקר אז זיי זאלן באקומען ביי זייער אייגענע קאמפיין.
*תירוצים*
אויב יענער לייגט נאר אויפן סטעטוס איז אסור זיך וויסנדיג צומאכן.
אויב מ'באקומט אימייל, זאל מען ספעמען.
אויב מ'באקומט טעקסט, זאל מען פשוט איגנארן.
אויב מ'באקומט וואטסאפ זאל מען דוקא ליינען און ענטפערן מיט thumbs up עמוידשי
פאר טעלעפאן קאלס זענען מומחים מייעץ מ'זאל ענטפערן “שיק מיר א לינק“ און ווייטער אנגיין. ווייל אויב מ'הייבט אהן זיך פארעטנפערן, ברעכט מען זיך שנעלער.
*שונות*
יש אומרים מ'זאל געבן $1 פאר יעדער וואס בעהט (אדער 50¢ אויב ס' איז א מעטשטינג) , און צוצייכענען אין די קאמענטס אז ס`איז נמאס ומאיס.
*מי כעמך ישראל*

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך פאברואר 20, 2019 6:48 am

מכון ''אור לישרים - לאנדאן'' קאמפיין
https://www.charidy.com/ol

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך פאברואר 20, 2019 5:12 pm

covfefe האט געשריבן:
ישיבת בנין עולם – וויליאמסבורג
https://www.charidy.com/buni

נאך ווייניגער ווי 6 שעה
און נאר %62
:?: :oops: :?: :oops: :?: :oops:
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » מיטוואך פאברואר 20, 2019 6:58 pm

אחים ביחד שעל ידי חי לייפליין

קומט ארויף מיט א 2 מיליאן דאלאר אנליין קאמפיין
צוגעלייגטע
20190220_185639-540x538.jpg
20190220_185639-540x538.jpg (104.02 KiB) געזעהן 1563 מאל

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 7:07 pm

moishy56 האט געשריבן:Copy paste

חסידות גור עומדת לצאת לקמפיין מצ'ינג המוני באמצעות רבבות החסידים בארץ ובעולם, כאשר יעד המגבית צפוי לעמוד, באם לא יהיו שינויים, על סך של מאה מיליון שקלים.

ימי המצ'ינג יתמקדו בשני ימים ה'-ו' אדר ב'.

קודם לכן, בכ"ו באדר א' יערך מעמד מקדים בהיכל 'ארנה' בירושלים, בראשות האדמו"ר מגור ורבבות החסידים, שם יניעו את ההמונים לפעולה לגיוס הסכום האדיר.

.

דה מארקר 21.2.19_Page_01.jpg
דה מארקר 21.2.19_Page_01.jpg (475.11 KiB) געזעהן 1478 מאל

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 10:58 pm

בעלז אין א”יהאט לעצטענס א event וואו מהאט צוזאמגערופן פארשטייער פון אלע גרויסע איזראלי חברות
סאיז געווען א שטארקע סוקסעס

גור מאכט עס אביסעל אנדערש
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך פאברואר 27, 2019 6:31 am

"וועד להצלת בתי עלמין באייראפע",
בראשות הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ר"י הרמה מלאנדאן
https://www.charidy.com/cpjce

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:33 am

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:40 am

וועכענטליכע בעלזע קאמפיין. גבעת זאב.

https://www.charidy.com/belzgz/

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:32 pm

איך מיין אז ווען טראמפ האט שכל מאכט ער א טשערעדי קאמפיין פאר זיין גרעניץ וואנט...

חסידישער קאך
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:35 pm

שוין געמאכט

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך פאברואר 27, 2019 8:58 pm

חסד 24/7
כמעט יעדע איד אין ניו יארק האט שוין נהנה געווען פון זיי (אויף שמחות געזונטערהייט)
http://www.rayze.it/chesed247/

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:02 pm

משהלע האט געשריבן:וועכענטליכע בעלזע קאמפיין. גבעת זאב.

https://www.charidy.com/belzgz/

און א וודאי מצליח געווען. די עולם לאזט זיך מעלקען.

נעקסט קומט בעלזא שטיבל 12.

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:23 pm

איך וויל טאקע מעלדן דא בשער בית רבים פאר אלע מיינע ביז יעצטיגע פריינד און פאר אלע קומענדיגע פריינד,
אז אזוי ווי ס׳לעצטענס געווארן א טאג טעגליכע ערשיינונג צו באקומען אימעילס פון אלץ נאנטע חבר זאל איך מיך באשטייערן צום מעכטיגע מעטשינג קאמפיין וואס גייט אן פאר נאר 36 שעה, (ווער האט דיך געבעטן ? מאך עס פאר 37 שעה? האסטו געזען?)
מעלד איך דאס פאלגענדיגע קליפ און קלאר!!! איך בלייב ענקער חבר זייער גערן, אבער אן געלט. פינטל פינטל פינטל...

אוי טייערע חבר הארציגע חבר מיר וועלן זיך ווייטער זען אוי.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:26 pm

מוסדות מונקאטש מאנסי , יעדע דאלאר געדאפעלט

300,000 דאלאר קאמפיין

https://rayze.it/munkatchmonsey/aadler
צוגעלייגטע
3273-9610-updatedBanner-1.jpg
3273-9610-updatedBanner-1.jpg (427.19 KiB) געזעהן 959 מאל
לעצט פאראכטן דורך Builder אום דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:30 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:חסד 24/7
כמעט יעדע איד אין ניו יארק האט שוין נהנה געווען פון זיי (אויף שמחות געזונטערהייט)
http://www.rayze.it/chesed247/

בלויז 3 שעה צו גיין, האלט נאך ביי האלב פונעם גאול.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:57 am

משהלע האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:וועכענטליכע בעלזע קאמפיין. גבעת זאב.

https://www.charidy.com/belzgz/

די עולם לאזט זיך מעלקען.

נעקסט קומט בעלזא שטיבל 12.

לייען: 'די קרעדיט קארדס לאזן זיך סווייפן'...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג מארטש 01, 2019 2:04 pm

נייטרא טשעסטער מאכט א האלב מיליאן דאלער מעטשינג קאמפיין קומענדיגע וואך.

https://www.dryveup.com/nitrachester/
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

כשרע טעלעפאן
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג מארטש 01, 2019 2:22 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:וועכענטליכע בעלזע קאמפיין. גבעת זאב.

https://www.charidy.com/belzgz/

די עולם לאזט זיך מעלקען.

נעקסט קומט בעלזא שטיבל 12.

לייען: 'די קרעדיט קארדס לאזן זיך סווייפן'...

ווילאנג טשעיס און עימעקס וועלן ביישטייערן צום קאמפיין (טיילן מוציא'ס) וועט זיין סוקסעס..

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג מארטש 03, 2019 6:50 pm

Charidy האט נאך א Competition... ב״ה יודן מאכן פרנסה..

https://metchy.com/kosov/

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג מארטש 04, 2019 4:14 pm

באיאן בארא פארק מאכט קומפיין
נהרדא ישיבה אויכעט

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט