אנליין קאמפיינס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג ינואר 21, 2019 8:55 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:א קאמפיין פאר א חשוב'ע מרביץ תורה וואס דארף באצאלן ביידע צדדים עד פ"א און נאך חובות פון פארדעם

https://www.charidy.com/marbitztorah/

תזכו למצוות


נישט צו גלייבען די רעוואלוציע. א random טיי פארטי פאר חתונה מאכען פון א יחיד אן מעטשינג מיט צוויי טויזענט תורמים און הונדערט אלפים...

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג ינואר 21, 2019 10:52 pm

הערשקא האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער rayz it איז,
איך פרעג אבער עפעס אנדערש, פארוואס ניצט מען charidy וואס נעמט אראפ אזא גרויסע פראצענט און נישט די חסד פאנד וואס נעמט גארנישט אראפ ?
(איך רעדט נישט ווען עס איז דא מעטשערס אדער די קאמפיין איז נישט פלעקסיבעל, וואס דאס קען מען נאר טון ביי charidy)

ווייל טשערידי לאזט דיר טוישן די נומערן אז מ'זאל ''מיינען" אז אט אט קומט מען שוין אן צום ציהל און דיר משכנע זיין צו משתתף זיין...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:18 pm

משהלע האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:א קאמפיין פאר א חשוב'ע מרביץ תורה וואס דארף באצאלן ביידע צדדים עד פ"א און נאך חובות פון פארדעם

https://www.charidy.com/marbitztorah/

תזכו למצוות


נישט צו גלייבען די רעוואלוציע. א random טיי פארטי פאר חתונה מאכען פון א יחיד אן מעטשינג מיט צוויי טויזענט תורמים און הונדערט אלפים...
צוגעלייגטע
Screenshot_20190121-231649_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20190121-231649_Samsung Internet.jpg (215.85 KiB) געזעהן 1707 מאל

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:52 pm

Teams,
They had a lot of teams

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:59 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:א קאמפיין פאר א חשוב'ע מרביץ תורה וואס דארף באצאלן ביידע צדדים עד פ"א און נאך חובות פון פארדעם

https://www.charidy.com/marbitztorah/

תזכו למצוות


נישט צו גלייבען די רעוואלוציע. א random טיי פארטי פאר חתונה מאכען פון א יחיד אן מעטשינג מיט צוויי טויזענט תורמים און הונדערט אלפים...

זייער אינטערסאנט 100,000 אלעס פין קליינע נתינות. די גרעסטע סכום איז געווען 2000 דאללער

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג ינואר 22, 2019 12:03 am

Ended with $ 109,385

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג ינואר 22, 2019 12:04 am

Like it could've come more but seems like the person said that it's enough for now
!Oif simchas

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג ינואר 22, 2019 12:44 am

Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:50 am

Growth hacker האט געשריבן:Ended with $ 109,385


2199 donors
צוגעלייגטע
Screenshot_20190122-024620_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20190122-024620_Samsung Internet.jpg (273.37 KiB) געזעהן 1613 מאל

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5924
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:15 am

בית המדרש קרעטשניף רחובות
5 מיליון shekel
https://www.charidy.com/veharenu

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:24 am

ווי ערווארט, תולדות אהרן אויף די רייע.
צוגעלייגטע
מצ'ינג תולדות אהרן.jpg
מצ'ינג תולדות אהרן.jpg (219.46 KiB) געזעהן 1512 מאל

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:36 am

נישט כאפען. ס'דא גענוג פאר יעדעם...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג ינואר 22, 2019 3:04 pm

ס'וואקסט ארויס ווי שוועמלעך נאך א רעגן, ס'איז אינטרעסאנט ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן....
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

לחי עולמים
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 15, 2019 10:03 pm

תגובהדורך לחי עולמים » דינסטאג ינואר 22, 2019 3:18 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:ס'וואקסט ארויס ווי שוועמלעך נאך א רעגן, ס'איז אינטרעסאנט ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן....

פאר די עמך גאס קען עס לכאורה נישט לאנג האלטן (חוץ עפעס יוניק), אבער אויב יעדע קאמפיין ארבעט אויס א מהלך צו רעדן צו מענטשן וואס זענען ווארעם אדער מקושר, און זיי בעטן פון ידידים וכו' קען עס האלטן א שטיק צייט, כדוגמת האנעריס ביי א דינער וכדומה

---

moishy56 האט געשריבן:בית המדרש קרעטשניף רחובות
5 מיליון shekel
https://www.charidy.com/veharenu

יישר כח, נישט באמערקט ביים עפענען
viewtopic.php?f=25&t=38873

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:45 am

לחי עולמים האט געשריבן:פאר די עמך גאס קען עס לכאורה נישט לאנג האלטן (חוץ עפעס יוניק), אבער אויב יעדע קאמפיין ארבעט אויס א מהלך צו רעדן צו מענטשן וואס זענען ווארעם אדער מקושר, און זיי בעטן פון ידידים וכו' קען עס האלטן א שטיק צייט, כדוגמת האנעריס ביי א דינער וכדומה

איי דיסעגרי. דער סיבה פארוואס די סארט זאכן זענען מצליח איז אפאר 1) פשוט reach, אסאך קאמפיינס וואס מ'וואלט בעצם געגעבן ווען עס קומט אן צו דיר פלעגט אמאל פשוט קיינמאל נישט אנקומען צו דיר. 2) קאנוויניענס, עס איז דער גרינגסטער וועג צו געבן, דער ק"ק ליגט געסעיווט אינעם בראוזער און מיט דריי קליקס ביסטו פערטיג. 3) in honor, מען וויל געבן אין האנאר פון איינעם יענעם ספעציפיש צו מאכן זען אז האסט געגעבן, פשוט אפליין איז כמעט נישט שייך אזא זאך. ועוד ועוד ועוד.

און דאס אלעס האט גארנישט מיטן hype פון דער פרישער איידיע פון אנליין קאמפיינס. טיי אווענטס לאקאל מאכט נישט היינט ווייניגער געלט ווי פאר צען יאר צוריק ווייל עס איז נישט יוניק יעדער טיי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך ינואר 23, 2019 9:00 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
לחי עולמים האט געשריבן:פאר די עמך גאס קען עס לכאורה נישט לאנג האלטן (חוץ עפעס יוניק), אבער אויב יעדע קאמפיין ארבעט אויס א מהלך צו רעדן צו מענטשן וואס זענען ווארעם אדער מקושר, און זיי בעטן פון ידידים וכו' קען עס האלטן א שטיק צייט, כדוגמת האנעריס ביי א דינער וכדומה

איי דיסעגרי. דער סיבה פארוואס די סארט זאכן זענען מצליח איז אפאר 1) פשוט reach, אסאך קאמפיינס וואס מ'וואלט בעצם געגעבן ווען עס קומט אן צו דיר פלעגט אמאל פשוט קיינמאל נישט אנקומען צו דיר. 2) קאנוויניענס, עס איז דער גרינגסטער וועג צו געבן, דער ק"ק ליגט געסעיווט אינעם בראוזער און מיט דריי קליקס ביסטו פערטיג. 3) in honor, מען וויל געבן אין האנאר פון איינעם יענעם ספעציפיש צו מאכן זען אז האסט געגעבן, פשוט אפליין איז כמעט נישט שייך אזא זאך. ועוד ועוד ועוד.

און דאס אלעס האט גארנישט מיטן hype פון דער פרישער איידיע פון אנליין קאמפיינס. טיי אווענטס לאקאל מאכט נישט היינט ווייניגער געלט ווי פאר צען יאר צוריק ווייל עס איז נישט יוניק יעדער טיי.

כ'וועל זיך בעסער מסביר זיין מיין פראגע, דאס געדאנק פון מאכן אן קאמפיין אינערהאלב די קהילה האט נישט קיין באדייטענטע סיבה ס'זאל זיך אפשוואכן, די שאלה איז נאר, דאס וואס די קאמפיין איז הויפטזעכליך געבויעט די נתינות זאלן זיך פארשפרייטן אויף א ברייטערן פארנעם, ס'זאל אריינעמען אויף פון אנדערע קהילות אדער סתם עמך אידן וועלכע זענען חברים פון איינע פון די זאמלערס, צום ביישפיל וואס האט פאסירט מיט מיר אליינס, אין א קרוצע אפשניט פון צייט האב איך באקומען רופן פון ידידים איבער וויזשניץ, דושינסקי, בעלזא, מכנובקא, וכו' וכו', ווילאנג וועט אנהאלטן די פרישקייט אז מען לייגט אריין א נתינה אויפן פעידזש פון א חבר און מ'לייגט צו א גוט ווארט... ס'שווער אפצוזאגן...
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 23, 2019 9:38 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:כ'וועל זיך בעסער מסביר זיין מיין פראגע, דאס געדאנק פון מאכן אן קאמפיין אינערהאלב די קהילה האט נישט קיין באדייטענטע סיבה ס'זאל זיך אפשוואכן, די שאלה איז נאר, דאס וואס די קאמפיין איז הויפטזעכליך געבויעט די נתינות זאלן זיך פארשפרייטן אויף א ברייטערן פארנעם, ס'זאל אריינעמען אויף פון אנדערע קהילות אדער סתם עמך אידן וועלכע זענען חברים פון איינע פון די זאמלערס, צום ביישפיל וואס האט פאסירט מיט מיר אליינס, אין א קרוצע אפשניט פון צייט האב איך באקומען רופן פון ידידים איבער וויזשניץ, דושינסקי, בעלזא, מכנובקא, וכו' וכו', ווילאנג וועט אנהאלטן די פרישקייט אז מען לייגט אריין א נתינה אויפן פעידזש פון א חבר און מ'לייגט צו א גוט ווארט... ס'שווער אפצוזאגן...

לדעתי, פאר אייביג.

עס איז נישט אז ביז היינט האסטו נישט געגעבן פאר די קהילות וועגן דו האסט נישט גענוג געלט אדער ביסט אויפגערעגט אויף זיי... פשוט ס'האט דיר קיינער נישט געבעטן. יעצט אז איינער בעט יא, א חבר דיינער וואס דו ווילסט אים ווייזן אז ער מיינט ביי דיר א טראפ, וועסטו געבן שיינערהיינט...

ווען גייט געבן מתנות יעדן טאג פאר געוויסע איווענטס אויסוועפן?... אזוי גייט עס, אידן זענען נתבעים ונותנים נאר פשוט ביז היינט איז נישט געווען די נתבעים....

מענין לענין, געהערט א זיס ווארט. אידן זענען נטבעים ונותנים (מיט א טי"ת).... מען דערטרינקט זיך - מען האט נישט קיין געלט - אבער מען גיבט ווייטער צדקה!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

לחי עולמים
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 15, 2019 10:03 pm

תגובהדורך לחי עולמים » מיטוואך ינואר 23, 2019 10:36 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:כ'וועל זיך בעסער מסביר זיין מיין פראגע, דאס געדאנק פון מאכן אן קאמפיין אינערהאלב די קהילה האט נישט קיין באדייטענטע סיבה ס'זאל זיך אפשוואכן, די שאלה איז נאר, דאס וואס די קאמפיין איז הויפטזעכליך געבויעט די נתינות זאלן זיך פארשפרייטן אויף א ברייטערן פארנעם, ס'זאל אריינעמען אויף פון אנדערע קהילות אדער סתם עמך אידן וועלכע זענען חברים פון איינע פון די זאמלערס, צום ביישפיל וואס האט פאסירט מיט מיר אליינס, אין א קרוצע אפשניט פון צייט האב איך באקומען רופן פון ידידים איבער וויזשניץ, דושינסקי, בעלזא, מכנובקא, וכו' וכו', ווילאנג וועט אנהאלטן די פרישקייט אז מען לייגט אריין א נתינה אויפן פעידזש פון א חבר און מ'לייגט צו א גוט ווארט... ס'שווער אפצוזאגן...

לדעתי, פאר אייביג.

עס איז נישט אז ביז היינט האסטו נישט געגעבן פאר די קהילות וועגן דו האסט נישט גענוג געלט אדער ביסט אויפגערעגט אויף זיי... פשוט ס'האט דיר קיינער נישט געבעטן. יעצט אז איינער בעט יא, א חבר דיינער וואס דו ווילסט אים ווייזן אז ער מיינט ביי דיר א טראפ, וועסטו געבן שיינערהיינט...

ווען גייט געבן מתנות יעדן טאג פאר געוויסע איווענטס אויסוועפן?... אזוי גייט עס, אידן זענען נתבעים ונותנים נאר פשוט ביז היינט איז נישט געווען די נתבעים....

מענין לענין, געהערט א זיס ווארט. אידן זענען נטבעים ונותנים (מיט א טי"ת).... מען דערטרינקט זיך - מען האט נישט קיין געלט - אבער מען גיבט ווייטער צדקה!

די חלק איז א גרויסע חידוש

ווייל נניח אז ער וועט געבן פאר א פרעמדע זאך לכבוד זיין חבר, וועט אבער לכאורה די סכומים אסאך פאלן, מיטן תירץ אז עס איז א טעגליכע זאך
למשל בדרך כלל קיינער גיבט נישט אין ביהמ"ד מער ווי א דאללער, אפילו פאר א חבר, פשוט ווייל אין לדבר סוף.

ויש להאריך הרבה, אבער אדרבה הלואי כדבריך נאר נישט מיטן טי"ת נאר מתוך עושר וכבוד.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:11 am

https://www.charidy.com/dinov

image026.jpg
image026.jpg (52.39 KiB) געזעהן 1103 מאל

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:57 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:https://www.charidy.com/dinov

image026.jpg

פארוואס האבן זיי נישט געמאכט א פרי-דאנעיט אפשען?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:28 pm


ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:37 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מרכז עזרה ויעוץ

אויב דאס מיינט אנליין קאמפיין
דעמאלטס מאכט מיין געשעפט יעדן טאג א שיינע עטליכע אנליין קאמפיינס....

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:43 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:מרכז עזרה ויעוץ

אויב דאס מיינט אנליין קאמפיין
דעמאלטס מאכט מיין געשעפט יעדן טאג א שיינע עטליכע אנליין קאמפיינס....

קוק אהער, ס'דא רבנים וואס האלטן אז א אנליין קאמפיין איז מותר לצורך פרנסה, געהעריג מיט א וועבסייט (און 'אייוועלט' איז אין די קאטעגאריע אגב)

סדא א מדריגה ווייניגער, אז מען מאכט יא אז מען קען באצאלן דורכן אינטערנט, מען איז געהעריג באהאפטן, נאר מען האט נישט קיין וועבסייט וואס איז ציענד אז יונגעלייט זאלן האבן א רייץ דארט צו באזוכן קוקן די נומערן - און דאס איז דער קאמפיין

ס'דא די שטערקסטע מדריגה, אז מען איז גענצליך אפגעהאקט פון די כלים מען האט קיין שיכות נישט מיט די אינטערנעט, גארנישט, דאס איז געווען דער קמפיין זומער דורך עזרי און יעצט ווינטער דורך דושינסקיא.
פאארשטאנען????????

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:45 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:מרכז עזרה ויעוץ

אויב דאס מיינט אנליין קאמפיין
דעמאלטס מאכט מיין געשעפט יעדן טאג א שיינע עטליכע אנליין קאמפיינס....

קוק אהער, ס'דא רבנים וואס האלטן אז א אנליין קאמפיין איז מותר לצורך פרנסה, געהעריג מיט א וועבסייט (און 'אייוועלט' איז אין די קאטעגאריע אגב)

סדא א מדריגה ווייניגער, אז מען מאכט יא אז מען קען באצאלן דורכן אינטערנט, מען איז געהעריג באהאפטן, נאר מען האט נישט קיין וועבסייט וואס איז ציענד אז יונגעלייט זאלן האבן א רייץ דארט צו באזוכן קוקן די נומערן - און דאס איז דער קאמפיין

ס'דא די שטערקסטע מדריגה, אז מען איז גענצליך אפגעהאקט פון די כלים מען האט קיין שיכות נישט מיט די אינטערנעט, גארנישט, דאס איז געווען דער קמפיין זומער דורך עזרי און יעצט ווינטער דורך דושינסקיא.
פאארשטאנען????????

ניין
איר רעדט נישט צום זאך אין דעם נושא.
מיט אנטשילדיגונג

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:12 pm

די יסוד ההצלחה איז געטרייע טיעמס
יעדער צוועק וואס האט אמת׳ע טיעמס ( נישט סתם ארייפגעלייגט נעמען) און בא-ארבעט גוט די טיעם בעפארן קומפיין אעז עפ״ר מצליח

סטמר ביקור חולים האט לכ׳ געפעלט טיעמס

אויכעט די flexible campaigns זענען אסאך שוואכער וואו די all or nothing campaigns
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט