Congregation Kahal Chasidim Of North Miami Beach
כי אתה ה' באש הצתה
א הערליכע בית ה', א בית המדרש ווי הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן דאווענען און לערנען יעדן טאג מן הבוקר עד הערב, א געשמאקער ווינקל מיט א ווארעמער אידישער טעם, איז ליידער פארטיליגט געווארן אין א שרעקליכן פייער.
בית המדרש 'קהל חסידים אין נארט מיאמי ביעטש' איז ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט צוליב די טויזענטער באזוכער פון איבער דער גארער וועלט וועלכע פארברענגען זייער אפרוה טעג אין דעם בית המדרש, ווי זיי קענען דאווענען אין לערנען מיט הרחבת הדעת און זיך דערקוויקן די כוחות.
דער געגענט נארט מיאמי ביעטש פאר זיך איז א הערליכע אידישע געגנט, ערליך און באשיידן, ווי עס וואוינען הונדערטער אידן יראים ושלמים, וואס פאר זיי איז דער בית המדרש זייער רוח החיים! זייער צווייטע היים!
דער בית המדרש איז אין די פארגאנגענע חדשים דורכגעגאנגען א ריזיגן איבערבוי פראיעקט, שווערע הונדערטער טויזענטער דאלאר זענען אינוועסטירט געווארן צו פארשענערן און פארבעסערן דעם בית המקדש מעט.
אבער דעם פארגאנגענעם מיטוואך פר' ויגש, זענען די צוויי געטרייע עסקנים ר' חיים מייזעלס און ר' ארי לענעראוויטש אריינגעקומען אין ביהמ"ד אינמיטן טאג, און האבן דערזען א שוידערליכע סצענע... "דער ביהמ"ד פלאקערט!"
א שוידערליכער עלעקטרישער פייער האט דורכגעריסן דעם בית המדרש, און אנגעזייעט שווערע חורבנות, וועלכע וועט קאסטן אסטראנאמישע סכומים צו פאררעכטן, און צום באדויערן זענען די שאדנס פיל גרעסער ווי די דעקונג פון די אינשורענס פאליסי.
די לאקאלע איינוואוינער זענען שוין אויסגעזעקלט פון דעם בוי פראיעקט וואס זיי האבן נארוואס פארענדיגט, און האבן פשוט נישט די געלט צוריק צושטעלן דעם הייליגן ביהמ"ד על מכונה ועל תלה.
ובאש אתה עתיד לבנותה!
טייערע אידן!
לאמיר זיך אנגארטלען מיט פייערדיגע שטיצע צוריק צו בויען דעם הייליגן ביהמ"ד נאך שענער פון פריער.
זייט זיך משתתף מיט הערליכע סכומים, כדי דער הייליגער מקום זאל נישט בלייבן שבור ורצוץ.
https://thechesedfund.com/kahalchasidim/rebuild