וואס טוט מען, ווען מען באקומט נישט קיין Support?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

וואס טוט מען, ווען מען באקומט נישט קיין Support?

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:17 am

איך וויל עפענען א ביזנעס אבער מיין ב״ב גיבט מיר נישט קיין סופארט דערצו.

איך וויל מאכן א געוויסע אינוועסטמענט אבער מיין ב״ב גיבט מיר נישט קיין סופארט.

איך וויל קויפן א געוויסע טייערע אייטעם אבער מיין ב״ב איז נישט מסכים.

וכו׳ וכו׳

איך בין זיכער אז יעדע פארהייראטער מענטש קומט אין באגעגעניש מיט אזאנע מצבים. איך רעד נישט דא פון א רעגילמעסיגע דיסאגרימענט, איך רעד פון א Move וואס מען וויל טון.

וואס איז די ריכטיגע וועג זיך אומצוגיין? וויפיל דארף מען נאכגעבן? וויפיל דארף מען קענען גיין אן סופארט?

קום אריין מיט א מהלך. ביטע נאר פון אייגענע ערפארונג. נישט קיין טעאריעס. עס וועט מיר זיין א הילף.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:34 am

ס׳זייער א כלליות׳דיגע ענין און קען קומען פון פארשידענע סיבות, אן וויסן די פרטים ארום און ארום איז זייער שווער צו ענטפערן; ווי למשל איז די רעדע פון פשוט נישט באקומען סופארט און חיזוק אדער ס׳רעדע פון זיך דוקא אנטקעגן שטעלן...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

עציץ נקוב
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:37 am

פון די כללים פון ר' מנדל שפרן
ועוד עצה חשובה ביותר: "קודם כול, כמובן, חשוב לשאול גם את דעת האישה שבינה יתרה ניתנה לה. אל תעשה עסקה שאשתך שוללת אותה
ליידער האב איך מיטגהאלטן א מעשה וואס יענער האט שוין יארן לאנג נישט פרנסה געהעריג נאך וואס ער האט נישט געפאלגט זיין ווייב און האט געטון א שריט אין זיין ביזנעס, און פארדעם האט ער יא געהאט. חוץ די סיבה פון ר' מנדל שפרן איז דא נאך א סיבה און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס א מחנך דארף זיך דורך שמיסן מיט אנדערע ווען עס קומט צו זיין אייגענע קינדער. דאס איז די כלל אבער עס איז דא א יוצא מן הכלל און דאס דארפסטו וויסן פארוואס זי געט נישט די חיזוק און לויט דעם קען מען אפשר שאצן צו דא איז אנדערש

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:53 am

אויב באקומסטו נישט קיין סופארט אויף א כסדר'דיגע אופן דאן איז דאס א שטיקל פראבלעם, וואס איך וואלט נישט געוואלט אריינרעדן.

אבער אויב איז דאס נאר אויף געוויסע פעלער דא און דארט, אויף זאכן וואס דו האסט שטארק חשק אבער זי שטעלט זיך קעגן, דאן פאלג איר! בפרט ביי פינאנציעלע ענינים. אז נישט וועסטו ווארשיינליך חרטה האבן. דער מציאות איז אז א פרוי האט א מער באזעסענעם און ניכטערן בליק אויף פילע זאכן וואס ס'זעט אויס גלאנציג אבער ס'שמעקט נישט אזוי גוט.

מען זאגט נאך פון אן אדם גדול אז מען זאל קיינמאל נישט מאכן א פיינענשל דיסישן אויב די בני בית שטעלט זיך אקעגן. דאס איז דער כור המבחן אויב ס'איז א קראנטע אינוועסטמענט.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:22 pm

זייער א גוטע פראגע, אויב דיין ווייב איז קעגען אזאך איז זייער שווער זאלסט האבן כוח זיך צו מחזק זיין און אשווערע סיטשעוועשן.

אפשר טראכט א מהלך אז זי זאל "יא" מסכים זיין, און זיין אויף איין זייט מיט דיר , טריי צו רעדן צו איר אויף איר שפראך אז זי זאל יא שטיצען די מאוו.
אויב די פוינט וואס די ווילסט טהון איז די "ריכטיגע" וועג, וועסטו קענען איר איבערצייגן , אדער דו אדער א צווייטער, ווייל דעס איז דאך די די ריכטיגע זאך ואמת מארץ תצמח.
. אויב אבער איז עס נישט טאקע 100 פראצענט גוט איז זי אפשר גערעכט און אפשר געב דו אויף!
סאוי פרעג א באזעסנער, וועמענס דעה איז מער קלוגער.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:40 pm

מיין שאלה איז, עס קען דאך נישט זיין אז זי איז שטענדיג גערעכט, בלויז ווייל זי הייסט 'פרוי' ווייסט זי בעסער פון דער וואס הייסט 'מאן'? היתכן דבר כזה? דאס איז איינמאל איינס. דערנאך - און גראדע ביי מיר איז דאס בערך אזוי - צומאל איז דער מאן מער אן אידיאליסט, און די פרוי איז מער איינע וואס איז באקוועם וויאזוי עס איז און האט מורא פון נעמען ריזיקעס. איז, ווער זאגט אז זי רעדט פון בינה יתירה אפשר רעדט זי פון פחד יתירה? איך מיין, ס'איז גאנץ געשמאק ווען די מאן האט א סטעדי דזשאב און ברענגט אריין א סטעדי אינקאם, נאכאלעם ווער וויל דען פילן ווי זאכן זענען נישט קלאר. די שאלה איז הייסט דאס בינה יתירה?

נ.ב. מאכט נישט קיין טעות, איך בין זייער מחשיב מיין ב"ב, איך ווייס זייער גוט אז זי קען צומאל האבן א גוטע שמעק אויף א זאך. ביי דעם ספעציפישן פאל פיל איך ווי עס איז איר פחד מער ווי אלעס. דעריבער וויל איך וויסן אויב עס האט עמיצער אמאל געמאכט א Move פון דעם סארט און געהאט אזא מין זאך ווי איך שילדער?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:42 pm

פון מיין עקספיריענס יעדע זאך וואס איך האב געטוען נישט מיט איר סופארט איז געגאנגן לאדמה און וואס ס'איז געווען מיט איר סופארט איז געגאנגן מיט גרויס סוקסעס. יעדע זאך וואס איך טוה רעד איך מיט איהר אדורך ערשט, און דערנאך פרעג איך דעת תורה.

מענטשן מיינען אז א פרוי וואס איז ביזי אגאנצן טאג קע"ה האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אויפן וועלט וכ"ש אין ביזנעס. איך האב אויך אזוי געמיינט די ערשטע פאר יאר למעשה קען איך ענג זאגן אז זייער קאפ איז נאך מער קלארער פון אונזער. זיי האבן נישט קיין פרעשער פון פרנסה און פון אנדערע זאכן. זיי האבן איין דאגה פון האלטן די שטוב אויפגערוימט און בשמחה.
יעצט ווען די ווילסט עפעס טוען קומט אלץ ארויף פארשידענע אנדערע געדאנקן ווי פון ווי וועל איך האבן די געלט דערפאר? פון ווי וועל איך לעבן ביז איך וועל צוריק מאכן פראפעט וכו' וואס דעס נעמט אוועק די קלארקייט פון קאפ.

איז מיין עצה. אויב פילסטו זיך נישט קאמפטערבל מיט דעם וואס זו סופארט דיר נישט פרעג אן (אמת'ע) דעת תורה וואס צו טוען. אבער נישט טוען אליין

הצלחה בכל עניניך

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:00 pm

אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.

עני זאך בנוגע די הויז, ווי קויפן א הויז, וועליכע געגענט, דארט דארפסטו שוין איינמאל האבן זייער סופפארט, בעסער געזאגט, דארט זענען זיי בעלבאס. און ביי דעים האט ביי מיר געארבייט אסאך הסבר, אסאך קאפי'ס אויסגעטרינקן ציזאמען פאר איך האב געקויפט א הויז.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:15 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.


און וואס מיינט די גמרא איזיל ואימליך בדביתהו?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:15 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.


איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:25 pm

nmi האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.


איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

א דעת תורה וואס פארשטייט אויך צי ביזנעס, אדער פרעג א ביזנעס קאוטש, שמועס עס גוט דורך, אזוי ווען דו ביסט אליין קלאר, קענסטו גאנץ שנעל איבער רעדן, אז זי זאל אויך אזוי האלטן, וועסטו באקימען סופארט.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום זונטאג דעצמבער 09, 2018 12:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:31 pm

אינטערעסאנט ווי יעדער רעדט בסך הכל פון זיין אייגענע ווייב אבער מגעט עצות פאר יענעם...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:35 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.

און וואס מיינט די גמרא איזיל ואימליך בדביתהו?

איך האב עכט נישט וואס צי ענטפערן, אבער אויף א זאך וואס זיי פארשטייען נישט איז נישט שייך זיי צי פרעגן. אבער די אמת איז אז יעדער איז אנדערש, ס'דא פרויען וואס פארשטייען גראדע יא צי ביזנעס, ס'עכט נישט שייך אראפ צילייגן א כלל.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:35 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.


איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

א דעת תורה אין ביזנעס? בעסער פרעג ביזנעס קאוטש, ווי קומט אריין דעת תורה?

פאר איינער וואס פרעגט אזא שאלה איז שווער מסביר צו זיין
אבער אסאך פרעגן די שאלה פארקערט, א ביזנעס קאוטש ? פרעג א דעת תורה!

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:37 pm

דעפרעסט האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי יעדער רעדט בסך הכל פון זיין אייגענע ווייב אבער מגעט עצות פאר יענעם...

דאס איז טאקע די מעלה. אז מען איז זעלבסט דערביי, בבחינת מבשרי אחזה, נישט מען טיילט בלויז יענעם איין..
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

nmi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:49 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:אויב דו רעדסט פון א ביזנעס מאוו וואלט איך דיר געצה'ט צי שטיין ווייט פון זייער עפראוטש. זיי פחדענ'ן פון אינוועסמענטס, בעסער געזאגט זיי פארשטייען נישט דערצו. ס'אייביג געשמאקער צי באקימען סופארט, אבער ס'איז אויך געשמאקער צי מאכן געלט.


איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

א דעת תורה אין ביזנעס? בעסער פרעג ביזנעס קאוטש, ווי קומט אריין דעת תורה?

איך קען דיר עס נישט מסביר זיין אבער דאס איז די פאקט. עכ"פ ביי מיר

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:57 pm

nmi האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:[
איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

א דעת תורה אין ביזנעס? בעסער פרעג ביזנעס קאוטש, ווי קומט אריין דעת תורה?

איך קען דיר עס נישט מסביר זיין אבער דאס איז די פאקט. עכ"פ ביי מיר

וואס זאלעך טוהן אז מיין דיין הייסט מיר גיין צי ביזנעס קאוטש? :grin: די בעסטע דעת תורה וואס ער האט מיר געקענט געבן, אנטשטאטס מיר איינרעדן אז ער פארשטייט צי ביזנעס.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:18 pm

איך זאג דיר איין זאך, אז סאיז אייביג דא שווערע צייטן, (איך ווינטש דיר סזאל פארן ווי פידל) און מברויך א שטופ , אויב גייסטו אהיים קומען איין טאג מיט א באבלאזענע מוט, און דיין ווייב וועט דיר צו געבען מנה אחת כפים..... וואזוי פלאנסטו צו גיין ווייטער נאך דעם ?!

סאוי איך זיך דיר נישט אפצורעדן, פארקערט האסט עפעס וואס זעהט אויס רעלעוואנט ! שפרינג אריין ! נאר וואס דען ! שלעפ איר מיט אינעם וואגן..
מאך זיכער אז דיין מאוו איז ארבעטנדיג און א קאפיטל תהלים מיט עקשנות..
“We don't grow when things are easy; we grow when we face challenges.”
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:26 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:[
איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

א דעת תורה אין ביזנעס? בעסער פרעג ביזנעס קאוטש, ווי קומט אריין דעת תורה?

איך קען דיר עס נישט מסביר זיין אבער דאס איז די פאקט. עכ"פ ביי מיר

וואס זאלעך טוהן אז מיין דיין הייסט מיר גיין צי ביזנעס קאוטש? :grin: די בעסטע דעת תורה וואס ער האט מיר געקענט געבן, אנטשטאטס מיר איינרעדן אז ער פארשטייט צי ביזנעס.


עני רעפרענס פון א ביזנעס קאוטש?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

טוט זיך...?
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:00 pm

דעפרעסט האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי יעדער רעדט בסך הכל פון זיין אייגענע ווייב אבער מגעט עצות פאר יענעם...

מתאמרא משמי' דהרה'ק מ'ראפשיץ זי''ע
אמאל האט די רעביצין געפרעגט דעם ראפשיצער.. ממילא דער רב זאגט יעדן טאג שלא עשני אשה... אבער היינט האב איך געהערט ווי יענקל דער שניידער זאגט אויך, ער איז אויך מער פון מיר...?
האט דער רב גע'ענטפערט ''יעדער זאגט עס אויף די אייגענע....''

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:46 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:[
איך דיסעגרי מיט דיר. יעדע פרוי איז אנדערש און אויב די רעביצין שטייט נישט מיט בעסער פרעג א דעת תורה און נישט טוען אליין קיינמאל

א דעת תורה אין ביזנעס? בעסער פרעג ביזנעס קאוטש, ווי קומט אריין דעת תורה?

איך קען דיר עס נישט מסביר זיין אבער דאס איז די פאקט. עכ"פ ביי מיר

וואס זאלעך טוהן אז מיין דיין הייסט מיר גיין צי ביזנעס קאוטש? :grin: די בעסטע דעת תורה וואס ער האט מיר געקענט געבן, אנטשטאטס מיר איינרעדן אז ער פארשטייט צי ביזנעס.


עני רעפרענס פון א ביזנעס קאוטש?

אין וועלכן געגנט?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:13 pm

דער גמרא זאגט דאך כל ההולך אחר עצת אשתו סופו ......

געב איר אביסל סאפארט אויף זי טוט וועסטו צוריקבאקומען

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:22 pm

לאנדאנער האט געשריבן:דער גמרא זאגט דאך כל ההולך אחר עצת אשתו סופו ......

געב איר אביסל סאפארט אויף זי טוט וועסטו צוריקבאקומען

די גמרא זאגט ווען יא און ווען נישט

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:24 pm

צ/ק

אויב א ווייב גיט נישט קיין support איז די בעסטע זאך עס נישט צו טוהן. נישט ווייל זי ווייסט בעסער, פשוט ווייל זי איז די ווייב

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:25 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:צ/ק

אויב א ווייב גיט נישט קיין support איז די בעסטע זאך עס נישט צו טוהן. נישט ווייל זי ווייסט בעסער, פשוט ווייל זי איז די ווייב

ריכטיג
כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט