אדווערטייזמענט: צום ערשטן מאל אויסשליסליך פאר'ן היימישן עולם...

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: צום ערשטן מאל אויסשליסליך פאר'ן היימישן עולם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

צום ערשטן מאל אויסשליסליך פאר'ן היימישן עולם...

אן אייגענע דירה איז א ברכה. ס'איז אן שיינער עקסטענשאן פון הרחבת הדעת און דערצו אויך א לייטישער אינוועסטמענט.

אזוי, בכל אופן, דארף עס צו זיין. אזוי קומט עס.

ס'מאכט זיך אבער, אז דאס מציאות ריקט זיך אריין אין בילד און פארדרייט די יוצרות, און אנשטאט די ברכה וואס קומט מיט א דירה נאה, טרעפט מען זיך מיט א מיצר אין קאפ און א קריץ אין הארץ. עס דארף נישט אזוי זיין, אבער בפועל מאכט זיך, אז במקום וואוינען אין מנוחה פאלט מען אריין אין א תפיסה פון דאגה און זארג.

כמעט אלע פאלן פון היים-אייגנטימערשאפט וואס פירן צו פארקערטע רעזולטאטן ווי עס קומט, זענען א תוצאה פון א נישט-געזונטן צוגאנג צו דער גאנצער נושא. די וועלט פון ריעל-עסטעיט מקח-וממכר איז פרעמד פאר רוב פון אונז, וועלכע דרייען זיך נישט דארט באופן קבוע, און דערפאר איז זייער גרינג צו פארלירן דעם וועג און אנשטאט א געלאסענעם שפאציר אויפ'ן דרך המלך פון דער הצלחה וואס קומט מיט'ן "שליש בקרקע" טרעפט מען זיך אריינטרעטן אין בלאטע מיט שטעק-שיך.

בעלמא דבלע"ז קען מען דעם ענין אלס Responsible Home-Ownership. קויפן א הויז איז סך ווייניגער קונץ ווי קויפן א הויז אויף א פאראנטווארטליכן אופן – ווען מיט דער דירה צי הויז קומט מיט די ברכה און הרחבה וואס דאס ברענגט. דער דאזיגער קריטישער פרט, אריינצוטרעטן אין א מקח אויף א דירה מיט א געזונטן צוגאנג, איז אבער אפטמאל אומ'רחמנות'דיג אפוועזנהייט און פריער צי שפעטער באווייזן זיך די פירות אין דער פארעם פון קאפ-ווייטאג און הארץ-ווייטאג.

געטריי צו איר עיקר ציל פון צושטעלן הדרכה און ממשות'דיגע ראט פאר פאראנטווארטליכער היים-אייגנטימערשאפט, האט Ark Mortgage גענומען די אינציאטיווע פון אראפברענגען א בארימטן עקספערט מיט לאנגיעריגער דערפארונג אין דעם פעלד, Dale Vermillion, וועלכער ברענגט צום טיש גענוי דאס, פינקטליכע און קלארע אנווייזונגען וויאזוי צוצוטרעטן צו פלאנען, צוגרייטן, קוקן, און קויפן אן אייגענע דירה, וואס זאל בעז"ה ברענגען הרחבת הדעת און דינען אלס געלונגענער אינוועסטמענט לאורך ימים ושנים טובים.

אין דער ערשטער פון א סעריע אזעלכע סעמינארן, וועט דער נאציאנאל-בארימטער עקספערט דעם קומענדיגן דינסטאג אוונט אויפטרעטן אין מאנסי, מיט למעשה'דיגע עצות און אנווייזונגען צו אדרעסירן די דירה-געברויכן פונעם היימישן יונגערמאן.

טיקעטס פאר סעמינער קויפט מען דורכ'ן רופן 888-275-8566, אדער דורכ'ן כאפן א ווירטואלן שפאציר צו www.arkmortgage.com/event

ספעציעל פאר חברי-אייוועלט

ניצט דעם קופאן קאוד IVELT2018 פאר א הנחה פון 35 פראצענט!

געדענקט! ס'איז א שעה פון אינפארמאציע וואס וועט אייך שפארן א סך געלט און נאך מער עגמת נפש.

וואס איז Responsible Home-Ownership?

פינאנציעל גערעדט: וואס מיינט גרייט?

וואס איז די מעלה פון א Buyer’s Market?

צום ערשטן מאל אויסשליסליך פאר'ן היימישן עולם...


World-Renowned trainer, speaker, consultant and Fox News contributor

Dale Vermillion

Best-Selling Author Navigating the Mortgage Maze

Call or register online – 888-275-8566 * www.arkmortgage.com/event




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

די וועפסייט גיט נישט קיין אפציע אריינצילייגען א קופאן קאוד
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”