די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 9:18 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:2) ה"י, דאס אידאך דער שפיץ פין די ריסק וואס מ'רעדט.

דאס הייסט אבער נישט נעמען א ריסק פונקט ווי פארן אין א קאר הייסט נישט קיין ריסק. אויב זאל ער יעדער זיין אזוי איבערפארזיכטיג וועט די וועלט אונטערגיין. דאס הייסט פאראנויע אדער פאביע

אַבּערוואַס האט געשריבן:3) ס'איז אוואי דא אזא קאנסעפט, אבער וואס איז די שאנס אז מ'זאל שפורן דעם חילוק? און וויפיל דארף מען זיין גרייט צו צאלן דערפאר? מ'דארף אלעמאל זיין ריזאנעבל און וויסן אויב ס'לוינט און מ'קען עפארדן די פרייז.

לאמיר גיין איינס ביי איינס
אבער וואס איז די שאנס אז מ'זאל שפורן דעם חילוק?

ווענד זיך אינעם מענטש. רוב מענטשן שפירן נישט גענוג באקוועם אין א געדינגענע דירה אז זיי זאלן אריינלייגן געלט. ווער יא האט געווענליך א קאנטראקט און אויך נאר אויף א שטיק צייט (כ'רעד נישט פון אפארטמענט בילדינג וואס איז א נושא פאר זיך)

און וויפיל דארף מען זיין גרייט צו צאלן דערפאר?

מ'צאלט נישט דערפאר. ס"ה לייגט מען ארויס דאס געלט אביסל פריער און מ'באקומט עס צוריק ווען מ'ריטייערט אן א רענט עקספענס אדער פריער

מ'דארף אלעמאל זיין ריזאנעבל און וויסן אויב ס'לוינט און מ'קען עפארדן.

אמת

די פרייז

דאס נישט. ס'נישט עפעס וואס מ'צאלט א פרייז. ס"ה לייגט מען אויס. קענסט עס רופן אינוועסטמענט

אַבּערוואַס האט געשריבן:4) כ'פארשטיי אז מסברא איז דאס אייער פוינט אוו וויא, אבער ס'איז פאקטיש נישט אזוי (כ'מיין אז ממש חוץ באופן יוצא מן הכלל) כ'האב נישט יעצט קיין געדולד אריינצוגיין אין קיין אריכות פארוואס דאס איז אזוי (ס'האט עטליכע סיבות), אבער באופן כללי איז רענט ביליגער. אדרבה גיי ארויס אין גאס און טשעק עס אויס.

שארט טערם ביסטו גערעכט (אויך נישט אייביג) לאנג טערם איז קויפן בלי שום ספק ביליגער

ווילסט מיר זאגן אז אלע לענדלארדס זענען פשוט צדיקים וואס ווילן אויסהאלטן כלל ישראל מיט דירות?
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 9:58 am

אבערוואס, ס'איז מיר שווער אריין צו גיין אין דין ודברים, נישט ווייל ס'האט נישט קיין תירוצים נאר ווייל איך קען נישט שרייבן. פארדעם האב איך מיין חתימה


לאמיר דיר נאר פרעגען, אויף דיין הנחה אז ס'דא א גרויסע ריסק אז די פרייז קען אראפ גיין איבערהויפט ביי קאנדאוס. קענסטו מיר אפשר געבן דריי משלים פון מענטשען וואס זייער פראפערטי/קאנדאו איז היינט ווייניגער ווערד ווי די פרייז וואס זיי האבן באצאלט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 12:31 pm

הענדימאן, מ'קען דורכגיין שטיקל ביי שטיקל און זיך דינגען אויף יעדע פוינט ארויף און אראפ, און ווי געשמועסט ס'איז נישט אלעמאל "ריכטיג אדער נישט", קויפן אדער נישט איז אלעמאל תלוי אין די דיינעמיקס פין די סיטואציע, די יא אדער ניין קען זיך ווענדן פין וואספארא קאנדישען/סייז דירה/הויז מ'רעדט און אין וועלכע געגענט, די דעסיזשן קען אפי' אמאל זיין לויט די מארטגעדזש ראטע וכדו'.

לגבי די ריסק חלק אין אייער מעשה, אויב האט יענער יונגערמאן געהאט א גרויסע מארטגעדזש אן קיין בעקאפ פלאן, איז דאס געהעריג גענומען א ריסק! ווייל איבער 30 יאר קען געשען פארשידענס, און די היינטיגע מארטגעדזשעס זענען צו הויך חודש'ליך צו קענען אנגיין אן צו האבן גרויסע געלטער הענדי דערפאר.

וועגן ביליגער אדער טייערער צווישן דינגען און קויפן און אזוי אויך די אנדערע דיטעיל'ס קען מען טענה'ן א גאנצע טאג, די ריכטיגע וועג וואלט ווען געדארפט זיין אויסצושמוען א געוויסע הייפאטעטיקעל סינעריאו (אדער עטליכע) און מאכן די מעט.

פארוואס און וויאזוי טאקע לענדלארדס געבן אוועק ביליגער האב איך פריער אנגעמערקט אז ס'זענען דא פארשידענע סיבות, אבער דאס נעמט א אריכות פאר זיך און מ'קען שפעטער צוריקומען דערצו, פאר יעצט קען מען דאך דזשאסט נוצן די פאקטן ווי געשריבן מיט'ן מאכן א עקזעמל קאמפעריסען.
______

יאצמך,

אראפגיין אין פרייז מיינט לאו דוקא אז מ'דארף פארקויפן פאר ווייניגער (כאטש כ'האב דאס שוין אויך געזען), ס'מיינט לויט די אינפלעישען, ווי כ'האב געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, אין אנדערע ווערטער אפי' ער קריגט פאקטיש די זעלבע אדער מער דאלארן פאר זיין קאנדא, קען ער אבער נישט טון מיט זיין געלט מער. אמת, אין די היימישע געגנטער קען זיך מאכן אז די דימענד ווערט אזוי הויך, אז מ'קען אמאל יא פאקטיש ארויסקעשן מער וועליו, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע וועג פין קוקן פארדעם אויף די וועליו וואס מ'קויפט (חוץ ביי גאר א גוטע דיעל, ווי למשל גאר נאנט צו א גרויסע קהילה ביהמ"ד וכדו').

אויסערדעם, איר האט זיך געשטעלט אויף איין נקודה, אבער ס'איז דא נאך נקודות ביי א קאנדא וואס קען טוישן די וועליו. און ווי געשמועסט, מ'דארף רעדן פין א געוויסע משל צו קענען מאכן א געהעריגע קאמפעריסאן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 12:37 pm

אבערוואס. די מציאות ווייזט אז סלוינט יא צו קויפן

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 12:49 pm

דברים אלו האט געשריבן:אבערוואס. די מציאות ווייזט אז סלוינט יא צו קויפן

יו היט דע נעיל אן איטס העד! ענד איי קלערלי עגרי! ס'ווענצעך נאר "וועלכע" מציאות..!!

איך זוך נישט קיינעם צו דיסקארעדזשן, אבער די הייפ וואס גייט פאר אין די היימישע מארקעט צו קויפן, און עס פראבירן אויסצוגלאנצן און מאכן שטימען באופן לא אופן, איז רעדיקיולעס! און מאכט פאר זייער אסאך מענטשן באמת "נישט" קיין סענס!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:02 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:יאצמך,

אויסערדעם, איר האט זיך געשטעלט אויף איין נקודה, אבער ס'איז דא נאך נקודות ביי א קאנדא וואס קען טוישן די וועליו. און ווי געשמועסט, מ'דארף רעדן פין א געוויסע משל צו קענען מאכן א געהעריגע קאמפעריסאן.


פאר דעם האב איך געשריבן מיין הקדמה, איך שרייב זייער שווער, און די צייט ערלויבט נישט קיין לאנגע מעשות. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, האב איך אנגעכאפט איין שטארקע פוינט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 4:45 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:איר נעמט א גוטע מהלך אויפצובויען די סוגיא פין אונטן ארויף, כאטש ס'קריכט אביסל אוועק פינעם עצם נושא האשכול, אבער איר האט א פיינע שריפט, און ווילאנג דער עולם איז צופרידן מיט דעם מהלך, דזשאסט קיפ איט אפ!

יישר כח. איך בין העכסט צופרידן מיטן קאמפלימענט און גיי ניטאמאל קוקן צו ווייטער האסטו געשריבן קריטיק :)

נו, אוודאי איז דער ענין נישט שווארץ און ווייס. ווען איין צד וואלט געווען קלאר כולו מעלה און דער צד שכנגד א פולשטענדיגער וימש-חושך כולו חסרון, וואלט דאן יעדער געקויפט און קיינער נישט געדינגען. אויב קויפן וואלט אנגעקומען אזוי גרינג ווי דינגען, וואלטן אויף דער וועלט נישט געוואוינט קיין לענדלארדס און דינגערס וואלטן אויך נעבעך אינגאנצן אויסגעראטן געווארן מעל פני האדמה. קויפן/דינגען, פונקט ווי יעדע אנדערע זאך אויף דער וועלט, איז א געמיש פון דאס און יענץ. אלעס וואס איך זאג איז, אז אינעם סך הכל איז באופן כללי קויפן א מער שכל'דיגער און ריווח'דיגער מהלך ווי דינגען. ס'איז כולו מעלות? לאו דווקא. ס'האט חסרונות? לכאורה. אבער דער נמנו וגמרו איז לכאורה אז בדרך כלל טוב לו שקנה משלא קנה. אזוי זעט עס אויס פון מיין אייגענער דערפארונג, אזוי הער איך פון אנדערע, און אזוי איז משמע פון וואס כ'האב אנגעיאגט צו לייענען.

איך בין זיכער אז נאך מיין דרשה און דיין תוכנ'דיגער תגובה, איז די טעמע נאך ווייט פון אויסגעשעפט. איך אליין האב נישט אויסגעשמועסט אלעס וואס איך, בקוצר בינתי, האב צו דערציילן איבער דעם ענין, ווייל דאס איז דאך נישט קיין שיעור כללי, נאר אזא אויסשמועס און צוזאמשמועס. דער ציל איז דאך אונז צו העלפן אביסל אנכאפן די נושא, נישט אריינצוקריכן בעובי הסקעפאלדס. און נאך אלעם בין איך נישט איבערצייגט אז איך בין גערעכט און איך האלט זיך בכל אופן נישט פאר קיין עקספערט. הלכה למעשה דארף יעדער זיך דורכרעדן מיט זיין רב, וואס פסק'נט אים אלע אנדערע דיני ממונות.

דאס איז אמאל זיכער, אז נאך אלע מעשיות און בענעפיטס וואס קומען מיטן פארמאגן אן אייגענע נחלה (אפילו א קאנדא – וואס איז פארט נכסי דלא ניידי, אפילו אויב דאס בעלות פון געוויסע חלקים האט מען בשותפות מיט אנדערע), דארף דער חשבון שטימען. מ'טאר נישט קויפן קיין הויז אויב דער חשבון שטימט נישט, פונקט ווי מען טאר נישט עפענען דעם בעסטן ביזנעס, אויב די פינאנצן זענען נישט דערמיט מסכים. דערפאר דארף מען זיך ראשית כל דורכרעדן מיט א Mortgage Adviser, וואס וועט דיר העלפן מאכן דעם חשבון.

אין סך הכל, בלייבן לכאורה נישט קיין ערנסטע סיבות פאר עמיצן צו בלייבן דינגען ווי איידער זיך איינהאנדלען אן אייגענע דירה. עס קומט אבער יא צו די אויסגאבע פון א דאון פעימענט -– דאס געלט וואס א קונה לייגט אראפ ביים קויפן א הויז. דינגען א דירה פאדערט נישט אראפצולייגן א גרעסערן סכום געלט פאר'ן זיך אריינציען – הגם ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. א לענדלארד וועט געווענליך פארלאנגען א 'סעקיוריטי דעפאזעט', און אין רוב פאלן וועט די אויפגאבע פון 'איבערפרישן' דאס הויז, וואס מיינט געווענליך א באדייטנדן סכום געלט, פאלן אויפ'ן טענענט. בכל אופן, איז דער סכום געווענליך קלענער ווי די סומע וואס פאדערט זיך פאר א דאון פעימענט.

א דאון פעימענט באטרעפט רוב מאל מער ווי דאס געלט וואס מ'דארף אריינלייגן אין א געדינגענער דירה. ס'איז אמת, אבער אין דער זעלבער צייט איז עס געווענליך ווייניגער געלט ווי מ'וואלט געמיינט. אוועקלייגן און זיך אפשפארן, אדער אפילו פארשאפן דאס געלט, איז אויך לייכטער ווי ס'וואלט געקענט אויבנאויף אויסזען. יעדנפאלס, איז פיל שכל'דיגער זיך אנצושטרענגען יעצט אויפצוקומען מיט'ן דאון פעימענט, ווי שפעטער מיט'ן וואקסנדן רענט. ס'איז זאכליכער און פראקטישער. אזוי זאגט דער שכל און דאס מציאות, אויף וויפיל ס'איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען דערמיט, איז דערמיט מסכים.

דער פראצעדור פון קויפן –- פלאנירן, זיך אומקוקן, מאכן חשבונות, און פאסן א באשלוס –- קלינגט קאמפליצירט, און ס'איז טאקע נישט אזוי פשוט און גראד. דער ריכטיגער מארטגעדזש אדווייזאר וועט אייך אבער פאר'פשוט'ערן דעם ענין און פלאנירן יעדן שריט מיט אייך אינאיינעם. יענער וועט אויפברענגען יעדן פרט און אינאיינעם מאכן א פלאן, וואס וועט שטימען מיט אייערע געברויכן און מעגליכקייטן.

לגבי דעם ענין פונעם טעקס ריטוירן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:קודם כל, די חלק פין די מארטגעדזש וואס קען בכלל גערעכנט ווערן אלס הוצאה פאר די גאווערנמענט, איז נאר די אינטערעסט. זאת ועוד וואס דער מענטש דארף פארדינען גענוג אז די הוצאה זאל אים עפעס אויסמאכן, וואס אסאך אחב"י זענען דוקא נישט אין דעם מצב. און ועל כולם האט די טראמפ טעקס רעפארם טיף אריינגעשניטן אין די גאנצע מעשה מכמה צדדים, אזוי אז מ'רעדט נישט פין קיין גרויסע זאכן סיי וויאזוי.


עס זעט זייער אויס אז דו האסט א שיינע ידיעה אין דעם ענין, הגם מיר זעט אויס אז איך יא גערעכט – טאקע בפרט פאר די פון אונז וואס באקומען צוריק געלט פון דער רעגירונג. דער טראמפ טעקס רעפארם, כפי קוצר בינתי, האט נישט עכט אוועקגענומען די טעקס-בענעפיטס, און אין א געוויסן זין איז עס נאך בעסער ווען עס קומט צו Itemized deductions, וואס איז מער קרוב אל המציאות פונעם היינטיגן מצב, ווען א גרויסער פראצענט פונעם עולם ארבעט ווייס-געשטימט וד"ל ודו"ק ואכמ"ל והוא רחום יכפר עוון וכו'. אבער, איך זאג דאס נישט אלץ גרויסער קענער אין דער סוגיא פון טעקס רעטוירנס (איך בין זייער ווייט פון א מבין אויף די זאכן), נאר אויף וויפיל איך האב פארשטאנען פון מיינע אייגענע טעקס רעטוירנס.

יישר כח פארן אויסקלארן דיין פערספעקטיוו אין דער נושא. נאר אזוי וועלן מיר אלע אינאיינעם ארויסקומען מיט א שטיקל קלארקייט...
דיסקלעימאר גדול ונורא: איך ארבעט ביי Ark Mortgage, אבער איך גיב זיך נישט אפ מיט מארטגעדזשעס. איך שמועס אויס ענינים און פרוביר ענטפערן פראגעס בשייכות דער נושא אויף ווי ווייט מיינע ידיעות לאזן.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 4:52 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:עס זעט זייער אויס אז דו האסט א שיינע ידיעה אין דעם ענין, הגם מיר זעט אויס אז איך יא גערעכט – טאקע בפרט פאר די פון אונז וואס באקומען צוריק געלט פון דער רעגירונג. דער טראמפ טעקס רעפארם, כפי קוצר בינתי, האט נישט עכט אוועקגענומען די טעקס-בענעפיטס, און אין א געוויסן זין איז עס נאך בעסער ווען עס קומט צו Itemized deductions, וואס איז מער קרוב אל המציאות פונעם היינטיגן מצב, ווען א גרויסער פראצענט פונעם עולם ארבעט ווייס-געשטימט וד"ל ודו"ק ואכמ"ל והוא רחום יכפר עוון וכו'. אבער, איך זאג דאס נישט אלץ גרויסער קענער אין דער סוגיא פון טעקס רעטוירנס (איך בין זייער ווייט פון א מבין אויף די זאכן), נאר אויף וויפיל איך האב פארשטאנען פון מיינע אייגענע טעקס רעטוירנס.


נישט געליינט די גאנצע, אבער מיט דעם איז לפי ידיעתי אבערוואס גערעכט, מ'האט ארויף געריקט די סטענדערט אבער אויך געקעפט די דיאקשאן. (הגם נאר פאר די דאך איבערן קאפ אין נישט אינוועסטמענט)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:03 pm

רבותי לאמיר רעדן פון אזא מציאות איינער וואס צאלט ביליג רענט און קיינער יאגט אים נישט ארויס אבער ער האט אוועקגעלייגט מער ווי גענוג פאר א דאון פעימענט וואס לוינט מער דינגען אדער רענטן?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:23 pm

דברים אלו האט געשריבן:רבותי לאמיר רעדן פון אזא מציאות איינער וואס צאלט ביליג רענט און קיינער יאגט אים נישט ארויס אבער ער האט אוועקגעלייגט מער ווי גענוג פאר א דאון פעימענט וואס לוינט מער דינגען אדער רענטן?

לעניות דעתי.

זיץ אין די געדינגענע און קויף א צווייטע פאר אינוועסטמענט און סעקיוריטי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:36 pm

יאצמעך האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:רבותי לאמיר רעדן פון אזא מציאות איינער וואס צאלט ביליג רענט און קיינער יאגט אים נישט ארויס אבער ער האט אוועקגעלייגט מער ווי גענוג פאר א דאון פעימענט וואס לוינט מער דינגען אדער רענטן?

לעניות דעתי.

זיץ אין די געדינגענע און קויף א צווייטע פאר אינוועסטמענט און סעקיוריטי.

ווי לוינט צו קויפן פאר אינוועסטמענט?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:44 pm

דברים אלו האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:רבותי לאמיר רעדן פון אזא מציאות איינער וואס צאלט ביליג רענט און קיינער יאגט אים נישט ארויס אבער ער האט אוועקגעלייגט מער ווי גענוג פאר א דאון פעימענט וואס לוינט מער דינגען אדער רענטן?

לעניות דעתי.

זיץ אין די געדינגענע און קויף א צווייטע פאר אינוועסטמענט און סעקיוריטי.

ווי לוינט צו קויפן פאר אינוועסטמענט?

דארט וואו די ווילסט וואוינען ווען די מצב פון דינגען וועט זיך טוישן, ליין איבער מיין תגובה.

דיסקלעימער: איך רעדט פון קויפן א דירה פערספעקטיוו און נישט ווען איינער האט איבריג געלט און וויל וויסן וואס קומט ערשט אינוועסטמענט אדער א דירה.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:51 pm

יאצמעך האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:עס זעט זייער אויס אז דו האסט א שיינע ידיעה אין דעם ענין, הגם מיר זעט אויס אז איך יא גערעכט – טאקע בפרט פאר די פון אונז וואס באקומען צוריק געלט פון דער רעגירונג. דער טראמפ טעקס רעפארם, כפי קוצר בינתי, האט נישט עכט אוועקגענומען די טעקס-בענעפיטס, און אין א געוויסן זין איז עס נאך בעסער ווען עס קומט צו Itemized deductions, וואס איז מער קרוב אל המציאות פונעם היינטיגן מצב, ווען א גרויסער פראצענט פונעם עולם ארבעט ווייס-געשטימט וד"ל ודו"ק ואכמ"ל והוא רחום יכפר עוון וכו'. אבער, איך זאג דאס נישט אלץ גרויסער קענער אין דער סוגיא פון טעקס רעטוירנס (איך בין זייער ווייט פון א מבין אויף די זאכן), נאר אויף וויפיל איך האב פארשטאנען פון מיינע אייגענע טעקס רעטוירנס.


נישט געליינט די גאנצע, אבער מיט דעם איז לפי ידיעתי אבערוואס גערעכט, מ'האט ארויף געריקט די סטענדערט אבער אויך געקעפט די דיאקשאן. (הגם נאר פאר די דאך איבערן קאפ אין נישט אינוועסטמענט)

איך געדענק אז מ'האט די נושא אויסגעקנעטן אין די "טראמפ טעקס רעפארם" אשכול, כ'געדענק נישט אויף די מינוט פונקטליך אלע פרטים, אבער ס'איז מיר דעמאלטס אויסגעקומען ווי כ'האב געשריבן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:57 pm

יא יא סוף 17' איז מען געשטאנען אין די ליינס צו באצאלן פראפערטי טעקס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

וואו הייבט מען אן (1)

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:56 am

למעשה, ווייס איך יעצט שוין אליין נישט וועלכע ברירה, קויפן אדער דינגען, איז געזונטער פאר א מענטש'ס נערוון און פינאנצן. מיר דאכט זיך נאך אלץ אז נאכ'ן וועגן די חסרונות קעגן די מעלות פון ביידע, איז קויפן פארט א בעסערער מהלך, אבער דאס אז איך מיין אזוי מיינט נאכנישט אז כ'בין גערעכט. בכל אופן איז זיכער אז דער חשבון דארף שטימען, און דעם חשבון דארף מען מאכן מיט א ניכטערן קאפ און מיט די פאסיגע מענטשן.

אבער דער אמת איז, אז די גאנצע קויפן-דינגען נושא האט זיך דא אריינגעגליטשט מורא'דיג בדרך אגב. (אבי מ'זאגט אז 'אגב' איז הארט און טרוקן!) מיר רעדן דאך בעצם פון מארטגעדזשעס און זיינע ענפים און תולדות. דאס הייסט, אונזער אייגנטליכע נושא הייבט זיך אן נאכ'ן סיום פונעם קויפן-דינגען דיון. אויב איר דארפט, צי האט שוין, א מארטגעדזש, איז דאך דערפון געדרינגען אז איר שטייט שוין מיט עטליכע שריט נאך דער החלטה – שוין געקויפט, אדער שטייט פאר'ן קויפן.

איז, לעולםםםםםם (איר קענט דעם ניגון, א-יא?) וואלט מען דאך יעצט געדארפט אריבערשפרינגען צום גביר-באנק אין שטוב און אנהייבן רעדן תכלית. (די הלוואה וועגן וועלכער מיר האבן גערעדט מיט א דריי וואכן צוריק – זי איז שוין גרייט? אה, אקעי. וועל איך צוריקקומען לאמיר זאגן – אין א צוויי-דריי טעג ארום? גוט, בסדר. יא, יא. אוודאי פארשטיי איך. בשורות טובות. כל טוב.) נאר, אז דער שמועס האט זיך שוין יא אנגעהויבן מיט קויפן א דירה, לאמיר שוין פאר'ן זעלבן געלט ווייטער טראגן דעם מארטגעדזש מיט עמיצן וואס וויל ארויסנעמען אזא הלוואה לצורך קויפן א הויז.

ווי פארשטענדליך, וועלן א סך פון די פרטים נישט זיין נוגע פאר עמיצן וואס וויל ארויסנעמען א מארטגעדזש בתורת 'ריפיינענס' – איינער וואס וויל ארויסנעמען א מארטגעדזש-הלוואה אויף א הויז וואס ער האט שוין פריער געקויפט. געוויסע חלקים זענען אבער אויך נוגע ביי א ריפיינענס, און בכל אופן וועט דער ריפיינענס-מארטגעדזש גאר אינגיכן זיך באקוועם אריינגליטשן אינעם שמועס.

והשאלה נשאלת: וואו הייבט מען אן? ווען איינער האט מחליט געווען אז ס'איז צייט צו פארמאגן א שטיקל נחלה אויף דער וועלט, וואס זאל זיין דער סאמע ערשטער שריט?

דער תירוץ איז נישט אזוי זעלבספארשטענדליך ווי אנדערע וואלטן געוואלט מיינען, און דער ערשטער שריט איז נישט זיך צו נעמען שפאצירן איבער'ן מארק פון דירות און הייזער. ווייל איידער מ'לאזט זיך ארויס קויפן, דארף מען וויסן וואס מען קען זיך דערלויבן – וואס שטימט מיט די מעגליכקייטן און וואספארא סארט שטיק קרקע וועט דינען דעם געפאדערטן צוועק.

די זאכן, וויפיל געלט דו ביזט ביכולת אויסצוגעבן – וועלכן סוג פרייז הויז זאל מען אנהייבן זוכן – געפינען זיך אינעם תחום המושב פון א Mortgage Advisor. אויף יענעם ליגט די פאראנטווארטליכקייט זיך ראשית כל אוועקצוזעצן מיט אייך און מאכן א פלאן, וואס זאל זיין מיוסד אויפ'ן מציאות.

אינעם ערשטן שמועס, נאכ'ן שלום עליכם/עליכם שלום, וועט דער Mortgage Advisor מיט אייך אויסשמועסן די עיקרים: דעם סכום פון חודש'ליכע מארטגעדזש-פעימענטס וואס שטימט מיט אייער בודזשעט, און וויפיל געלט איר קענט און זאלט ווידמען פאר'ן דאון-פעימענט והמסתעף.

א מארטגעדזש, ווי געשמועסט פריער אין דעם אשכול, איז אנדערש ווי רענט און בלייבט נישט לויפן לעולם ועד. רענט בלייבט מען צאלן עד כי יבוא שילה, אבער א מארטגעדזש איז מען מסיים. פון דער אנדערער זייט, קומט א מארטגעדזש מיט א געוויסן עקשנות און אומבויגזאמקייט, ווייל אנדערש ווי דעם לענדלארד, וועלכער איז געווענליך א היימישער מאנ"ש, איז די באנק נישט קיין בן ברית, ביי וועמען מ'קען זיך דורכאויס א שווערן דורכגאנג איינבעטן צו ווארטן נאך אביסל. די באנק וויל זען איר געלט יעדן חודש אן קיין חכמות, און וויבאלד א מארטגעדזש בלייבט לויפן אויף תקופה פון 15, 20, 25, צי 30 יאר (ווי ס'איז מיט רוב מארטגעדזשעס), דארף מען אוועקשטעלן דעם באצאלן-סיסטעם אויף געזונטע יסודות.

בקיצור, דער סכום וואס איר וועט צאלן חודש'ליך דארף מאכן סענס און שטימען מיט אייערע מעגליכקייטן. איז, זעצט מען זיך אוועק מאכן א חשבון פון אלע למעשה'דיגע הוצאות וואס איר האט יעצט, אנגעהויבן מיט רענט, ווייטער שכר לימוד, קאר, יוטיליטי בילס, עסן, מעדיקעל אא"וו.

מ'קוקט קודם אויפ'ן סכום רענט וואס איר צאלט יעצט, וויבאלד דאס איז מסתמא אייער גרעסטע חודש'ליכע הוצאה, וואס וועט יעצט ערזעצט ווערן מיט א מארטגעדזש. אויב קענט איר זיך דערלויבן דעם רענט אן קיין באזונדערע אנשטרענגונגען, ווייסן מיר אז א מארטגעדזש אויף דעם זעלבן סכום איז א מהלך. אויב מוטשעט דער מענטש זיך מיט'ן באצאלן דעם רענט, דארף מען חשבונ'ען און זען וויפיל יענער וואלט יא געקענט גרינג צאלן. אויב צאלט איר דעם רענט גרינג און באקוועם, קען מען אפשר רעכענען אז איר קענט זיך דערלויבן העכערע מארטגעדזש פעימענטס.
דיסקלעימאר גדול ונורא: איך ארבעט ביי Ark Mortgage, אבער איך גיב זיך נישט אפ מיט מארטגעדזשעס. איך שמועס אויס ענינים און פרוביר ענטפערן פראגעס בשייכות דער נושא אויף ווי ווייט מיינע ידיעות לאזן.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

וואו הייבט מען אן (2)

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:32 pm

א שאלה וואס זאל באמת נישט געפרעגט ווערן איז: וויפיל דארף איך פארדינען צו קענען קויפן יענע באשטימטע הויז. דארפן דארפסטו פארדינען מיליאנען און זאלן זאלסטו פארדינען ביליאנען, אבער דאס איז מער בתורת ברכה. פאקטיש און פראקטיש און זאכליך גערעדט, דארף די פראגע גיין פארקערט, און איר דארפט מברר זיין וויפיל איר פארדינט, כדי צו קענען פעסטשטעלן וויפיל איר קענט זיך דערלויבן צו צאלן. ענטפערן אויף אזא פראגע אויף דעם אופן איז שטארק נישט אחריות'דיג, און א Mortgage Advisor וואס האלט זיך געטריי צו זיין אויפגאבע, פון אייך אויסשטעלן א לעבן פון שכל און מנוחה, וועט אזא פראגע באלד איבערקערן מיט'ן קאפ אראפ און די פיס ארויף – "וויפיל פארדינט איר באמת? מיר וועלן שוין אינאיינעם אויסארבעטן דעם בעסטן דיל וואס נאר מעגליך. אבער קודם כל לאמיר פאר זיך האבן א רעאליסטישן חשבון."

דאס איז בנוגע דעם בודזשעט, וואס באשטייט פון חודש'ליכע פעימענטס ביז דער מארטגעדזש ווערט אויסגעצאלט. דערנאך קומען די איינמאליגע הוצאות, וואס קומען מיט'ן שליסן דעם מקח פון קויפן דאס הויז און באקומען דעם מארטגעדזש. מען רעדט דא פון א גרויסן סכום געלט, וואס דעקט אלע הוצאות וואס קומט מיט'ן קויפן א הויז, באקומען דאס מארטגעדזש-געלט פון דער באנק, מופן, און אלע "קלייניגקייטן" וואס קומען דערמיט – פוירניטשור, אפּלייענסעס, מזוזות אא"וו.

א מענטש דארף אויך אוועקלייגן אין א זייט א סכום געלט וואס זאל זיין גענוג צו דעקן די לעבנס-אויסגאבן אויף א געוויסער תקופה. מ'קען קיינמאל נישט וויסן און קיינער זאל קיינמאל נישט וויסן פון קיין פראבלעמען און קאמפליקאציעס, אבער עס קען זיך אייביג מאכן אז א מענטש טרעפט זיך אין אן אומגעראכטענער סיטואציע, וואס נעמט אים אוועק, פיזיש אדער פסיכיש, פון דער ארבעט. מ'דארף אייביג האפן אויפ'ן בעסטן, אבער מ'דארף אין דער זעלבער צייט זיין גרייט אויפ'ן ערגסטנס, און די ערשטע זאך איז זיכער מאכן אז די שטוב, אריינגערעכנט דעם מארטגעדזש, קען זיך בלייבן דעקן על כל צרה שלא תבוא.

איר ווייסט מסתמא נאך פאר'ן זיך אראפזעצן מיט'ן Mortgage Advisor וויפיל געלט איר האט אוועקגעלייגט. יענעמס אויפגאבע איז צו העלפן מאכן סדר מיט'ן סכום. יענער וועט מיט אייך מאכן דעם חשבון פון אלע הוצאות וואס קומען מיט'ן קויפן, מארטגעדזש, און מופן, און איינטיילן דאס געלט אין קלענערע חלקים און אויסרעכענען וויפיל זאל גיין צו וועלכן צוועק. פארשידענע הוצאות זענען בויגעוודיג און דער Mortgage Advisor וועט אויסארבעטן די ציפערן אז דאס געלט זאל אויסגעגעבן ווערן אויפ'ן ווירקזאמסטן אופן. ס'איז פאראן אזא מציאות ווי אריינשטעלן א חלק פון די 'קלאוזינג קאסטן' – א שם הכולל פאר א ריי הוצאות וואס קומט מיט'ן שליסן דעם מקח אויפ'ן הויז – אינעם פרייז וואס איר צאלט פאר'ן הויז. אזוי זענען פאראן פארשידענע עצות און מיטלען וואס א Mortgage Advisor קען ניצן, מסדר צו זיין די קלאוזינג הוצאות אויפ'ן ווירקזאמסטן אופן. (איך וועל זיך בעתיד הקרוב זיך אפשטעלן אויף דער קלאוזינג-פרשה פון דער מארטגעדזש-סדרה און צעגלידערן יעדע זאך על פרטי' ודקדוקי'.)

ס'איז שווער אויסצורעכענען וואו און ווי מ'קען זיך אלץ פארפלאנטערן אויפ'ן וועג, אויב גייט מען נישט צו צו דער סוגיא אויף א מסודר'דיגן אופן און מיט דער אנווייזונג פון עמיצן וואס פארמאגט די נויטיגע ידיעות און דערפארונג. אנגעהויבן פון וויפיל מ'מיינט אז מען קען זיך דערלויבן צו צאלן פאר א הויז, ביז די מארטגעדזש פעימענטס. ס'איז נישט זעלטן פאר עמיצן זיך צו טרעפן ערב דעם קלאוזינג, אדער ממש שוין ביים קלאוזינג, און די חשבונות שטימען נישט.

דער ערשטער שריט זאל אייביג זיין זיך צו פארבינדן מיט א Mortgage Advisor, איבערגיין אלע פרטים, אויסשטעלן א פלאן, און דאן שטעלן די ערשטע שריט – וואס וועט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף פירן צו א מזל'דיגן סוף פונעם פראצעדור און דער גליקליכער התחלה צו וואוינען ביי זיך אינדערהיים, מיט אלע בענעפיטן וואס קומען דערמיט. איך האב אויסגעשמועסט עטליכע דוגמאות לשם אילוסטראציע, כדי אונטערצושטרייכן די וויכטיגקייט פון ראשית כל רעדן צו אן אדווייזאר און ניצן דעם סערוויס (וואס ער שטעלט צו אומזיסט!) פון גיין אויף דעם וועג אין דער באגלייטונג פון א מומחה.

אקעי, מיין שכל און אייער געדולד זאגן יעצט זייער קלאר, אז מיר האבן יוצא געווען מיט די הכנות און ס'איז צייט צוצוטרעטן צו דער קאסע און זיך באקענען מיט'ן העלד פון אונזער געשיכטע, דעם מארטגעדזש.
דיסקלעימאר גדול ונורא: איך ארבעט ביי Ark Mortgage, אבער איך גיב זיך נישט אפ מיט מארטגעדזשעס. איך שמועס אויס ענינים און פרוביר ענטפערן פראגעס בשייכות דער נושא אויף ווי ווייט מיינע ידיעות לאזן.

געריבענער סוחר
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:46 pm

הנאה געהאט פון דיינע הקדמות, שיינע שרייב ארבייט, יעצט זאג שוין ביטע אויס א ווי טיילט מען געלט?

ראבב
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:59 am

וואלט גוועהן א גוטע פלאן צו מאכן ליסטע פין הימישע מארגיטש בראוקערס

ראבב
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:02 am

Ark. ראזדאנטשל. יואל טובי ריייך נאר ראזדאנטשל נחמי פערלשטיין נאר ראזדאנטשל . לוי יצחק ווייס אלע מיני מארגיטש

ראבב
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:03 am

רבותי לייגט צו

blue moon
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:53 am

אז מען רעדט דא אזוי פיל פון מארטגעדזעס, וויל איך נעמען מיין פעדער אין אויסגיסן מיין ווייטאג אויף די וואס זענען פאר אנטווארטליך. אולי וועט זיין עפעס אַ תיקון.
אני הקטן האב איך געמאכט עטליכע צוואנציג מארטגעדשעס אין די לעצטע צוואנציג יאר. איך האב געפריווט געוויסע היימישע און געוויסע נישט היימישע. אלעמאל זיך אנגעשטויסען מיט די זעלבע פראבלעמען. די מצב איז געווארען פיל ערגער זינט דאד-פרענק שר"י מיט די ליבעראלען האבן אנגעלייגט זייערע ביטערע גזירות אויף די בענק און אנדערע. הגם פארדעם האט אויך די פראבלעם עקזיסטירט, כאטש אויף אַ מילדערן פארנעם.
איך שרייב נישט לקנטר. פארקערט, אולי וועלען זיך אפאר היימישע בראוקערס כאפען אויף די פראבלעם און וועלען אויפקומען מיט אַ סעלאשען.
די פראבלעם: די מארטגעדזש בראוקערס זענען אין מיינע אויגען פעיפער-פאשערס. דהיינו, זיי האבן נישט ארויס די "ארט" פון די אנדערוורייטינג און אפראוועל פראסידשערס.

פאר מער, קומט צוריק נאך סליחות.

blue moon
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:52 pm

וואס איך מיין צו זאגען איז אזוי:
עס איז בפשטות זייער גרינג צו עפלייען פאר א מארטגעדש ווען די קויפסט די ערשטע הויז, די ארבעטסט אויף א w2 מיט צוויי יאר געפיילטע ריטוירענס. די דאון פעימענט מיט א שמיטץ אריבער ווארימט זיך אין דיין באנק אקאונט פאר זעקס חדשים. און קיין שום קרעדיט קארד ביללס.

וואס טוט אבער איינער וואס האט אן אייגענע ביזנעס? ארבעט אויף קעי וואן? 1099? אדער א געמיש פון אלע פיר? פיילט נישט אין צייט לעגאל מיט אן עקסטענשען? האט איטליכע רענטעל הייזער? ניצט קרעדיט קארדס פאר ביזנעס אדער פריוואטע אויסגאבן. האט פארמעגען אין טראסט אקאונטס. וכו' וכו'. דא הייבט זיך אן די ראולער קאוסטער. איר זאלט מיר מוחל זיין, איך האב נאכנישט געטראפען א היימישען בראוקער וואס זאל קענען עדוויזען א קלייענט אז ער זאל קענען צוזאם שטעלען א פעקדזש פאר אנדערורייטינג.איך האב נאכנישט געטראפען א היימישען בראוקער וואס זאל קענען עדוויזען א קלייענט אז ער זאל קענען זאגען דיין אפליקעשען וועט ווערען אנגענומען ביי די באנק אדער יענע באנק. אז עס זאל קענען אפראווד ווערען אין צוויי וואכען.

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס.
רוב היימישע ביזנעס לייט זענען מער נוטה צו קאטאגאריע #2. פארוואס פארשטייען נישט די בראוקערס אז איז ארדער צו זיין סוקסעספול דארף ער קענען די ארט פון אנדערורייטינג?

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

דער מארטגעדזש אפליקעישאן

תגובהדורך פערספעקטיוו » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:17 pm

לאמיר זיך אוועקזעצן מיט א Mortgage Adviser און מיט א לשם יחוד ... לייחד כסף מלא עם בית נאמן בישראל בשם כל הבענק זיך נעמען צום ערשטן ממשות'דיגן שריט אינעם מארטגעדזש פראצעדור.

מיר קענען זיך שוין יעצט אייגנטליך מיט'ן Mortgage Adviser. שטייענדיג ביי דעם שריט האלטן מיר שוין נאך עטליכע שמועסן, דורכאויס וועלכע מיר האבן מברר געווען מיט'ן מארטגעדזש יועץ וואס מיר ווילן, וויפיל מיר זענען ביכולת, און וואספארא סארט הויז אדער דירה מיר זאלן נעמען אין באטראכט.

איז, קענען, קענען מיר זיך שוין לעולם שוין עטליכע וואכן, צי גאר חדשים. יעצט ווערן מיר – דהיינו, איך, דער מארטגעדזש-דארפער, און ער, דער מארטגעדזש-מבין – געפערליך פארמאל געשטימט, ווייל יעצט זעצן מיר זיך אוועק מיט'ן ציל פון אויספילן די אפיציעלע דאקומענטן, באקרוינט מיט אונזערע אויסגעשטיקטע, געקונצלטע חתימות, וואס וועלן אין אפיציעלע ווערטער און מיט א פארמאלן טאן דערציילן פאר דער באנק, אז איך, הק' פערספעקטיוו בן קוק-ווינקל (אייניקל פון די גדולים לבית 'בליק' און 'זע-קראפט'), החונה פה עיר הצדק איי-וועלט בתוככי גלות האינטערנעט, האב גרויס חשק צו נעמען פון אייך, בעלי בצע, א הלוואה.

בקיצור ובלע"ז, גיימער אויספילן א Mortgage Application.

א מארטגעדזש אפּליקעישאן באשטייט פון דריי עיקר טיילן – מאין באת, לאן אתה הולך, ותן לי (זיי מוחל) א דין וחשבון – ובהם כמה ענפים וסעיפים. מיר וועלן כללו-של-דבר'דיג איבערלויפן די הויפט חלקים דערפון; די פרטים און פרטימ'לעך ווענדן זיך שוין מער אינעם ספעציפישן פאל, וואס דער Mortgage Adviser וועט שוין מסביר זיין פאר יעדן יחיד בבוא העת הלכה למעשה.

איין חלק פונעם אפליקעישאן באשטייט פון זיך פאָרשטעלן פאר דער באנק. דער דאקומענט בעט פון אונז די יסודות'דיגע שטיקלעך אינפארמאציע איבער אונז: ווער ביזטו – וויאזוי הייסט א איד? וואו וואוינט איר יעצט? ווען זענט איר געבוירן געווארן? (ביי וועמען ביזטו אן איידעם? וועלכער עהרנרייך – איין רגע! דיין שווער איז דער מיט'ן פוילישן הוט? אהההה... נו-אוודאי קענעך עם! גיב אים איבער א ווארעמען גרוס; ער'ט שוין וויסן!) טעלעפאן נומער? סאושעל סעקיוריטי נומער? (וואו דאוונט דער טאטע אינדערוואכן? שבתים? ווער איז דער מורה הוראה?) און אזוי ווייטער.

דאס איז פשוט לשם אידענטיפיקאציע, די באנק זאל וויסן מיט וועמען זי האנדלט דא, זיך צו קענען נאכפרעגן ביי די יענטעס פונעם פינאנציעלן מארק, צי מ'האנדלט פון אן ארנטליכן מענטש, וועמען מ'קען אויסבארגן אזויפיל געלט. דער חלק פונעם אפליקעישאן שטעלט צו די אינפארמאציע וועגן דעם מענטש און זיין קרעדיט רעקארד און סקאָר – צי דער איד צאלט אין צייט, האט נישט מער חובות וויפיל דער באנק'ס מאגן דערהייבט, און צי ער האט פארמעגנס, כסף און שווה כסף. דער אפליקעישאן אינטערעסירט זיך אויך איבער דעם מענטש'ס פינאנציעלע התחייבות'ער, און וויפיל געלט ער פארדינט.

אין א ווארט: זיכער צו מאכן אז איך קען און וויל – רצון און יכולת – באצאלן דעם מארטגעדזש.

אן אנדערער טייל פונעם אפליקעישאן האנדלט מיט'ן צוועק פון אייער באזוך – תכלית. איר ווילט א הלוואה? מהיכי תיתי. פארוואס דארפט איר יעצט אזויפיל געלט, אויב כ'מעג פרעגן? קויפן א הויז! פששי. א געוואלדיגע זאך. זאל זיין מיט מזל וברכה. וואו קויפט איר – כ'מיין צו פרעגן, וואס איז דער אדרעס? פארוואס כ'פרעג? ניין, חלילה! פארקערט, פארקערט: קויפט עס געזונטערהייט. איר זעט דאך אז איך בין דא אייך צו העלפן דערמיט, מיט'ן בארגן געלט פאר דעם צוועק. נאר דארפסט פארשטיין: סוף כל סוף וועסטו מיר דאך פאר'משכונ'ען דאס הויז. (יא, אוודאי דארף מען א משכון. כ'מיין, מ'רעדן מיר דא פון עטליכע הונדערט-טויזנט דאלאר – נישט קיין קליין-געלט. יעדער פארלאנגט א משכון. ס'איז זייער נארמאל.) איז, יא: דארף איך קוק געבן וואס דו קויפסט דא, וויפיל דער שטיק הויז און קרקע איז ווערט וכו'.

דער אפליקעישאן פרעגט אויך וועגן דעם צוועק פונעם מארטגעדזש און א צאל פרטים בשייכות דערמיט. צום ביישפיל, וויפיל געלט דער מענטש איז גרייט אראפצולייגן אייגן געלט, דאון פעימענט בלע"ז. (די באנק וועט נישט בארגן דעם גאנצן סכום פונעם פרייז פאר'ן הויז, פשוט ווייל זי וויל אז איך, דער קויפער, זאל אויך עפעס אינוועסטירן. דאס איז נאך א גאראנטי אז דער לווה וועט זיך אנשטרענגען צו באצאלן די הלוואה, ווייל ער האט דא צו פארלירן אויך זיין אייגן געלט אויב וועט ער נישט צאלן דעם מארטגעדזש פעימענטס.) געלט פאר'ן דאון פעימענט איז איין אזא פרט, אבער דער חלק פונעם אפליקעישאן באשטייט פון נאך אזעלכע מענין-לענין שאר ירקות.

תמצית: א מארטגעדזש אפליקעישאן (Form 1003 אין מארטגעדזש זשארגאן) שטעלט צוזאמען א בילד איבער 1. דעם אפליקאנט, דער וואס וויל דעם מארטגעדזש, 2. זיינע פינאנציעלע פרטים – עבר, הווה, און אויסקוק פאר'ן עתיד, און 3. דעם עצם מארטגעדזש – וויפיל געלט, ספעציפיש פאר וועלכן צוועק.

יעדער פון די חלקים קומט באגלייט מיט 'דעקונג', דהיינו, דאקומענטן און ווייטערדיגע פראצעדורן פעסטצושטעלן די סעיפים און פרטים פונעם אפליקעישאן.

*

blue moon האט געשריבן:וואס טוט אבער איינער וואס האט אן אייגענע ביזנעס? ארבעט אויף קעי וואן? 1099? אדער א געמיש פון אלע פיר? פיילט נישט אין צייט לעגאל מיט אן עקסטענשען? האט איטליכע רענטעל הייזער? ניצט קרעדיט קארדס פאר ביזנעס אדער פריוואטע אויסגאבן. האט פארמעגען אין טראסט אקאונטס. וכו' וכו'. דא הייבט זיך אן די ראולער קאוסטער. איר זאלט מיר מוחל זיין, איך האב נאכנישט געטראפען א היימישען בראוקער וואס זאל קענען עדוויזען א קלייענט אז ער זאל קענען צוזאם שטעלען א פעקדזש פאר אנדערורייטינג.איך האב נאכנישט געטראפען א היימישען בראוקער וואס זאל קענען עדוויזען א קלייענט אז ער זאל קענען זאגען דיין אפליקעשען וועט ווערען אנגענומען ביי די באנק אדער יענע באנק. אז עס זאל קענען אפראווד ווערען אין צוויי וואכען.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס.
רוב היימישע ביזנעס לייט זענען מער נוטה צו קאטאגאריע #2. פארוואס פארשטייען נישט די בראוקערס אז איז ארדער צו זיין סוקסעספול דארף ער קענען די ארט פון אנדערורייטינג?


ביזט דאך אזוי גערעכט – מיט ביידע פרטים: א גרויסער חלק פון אונזער עולם פאלט אריין אין דער קאטעגאריע, און דא דארף מען באמת האבן א Mortgage Adviser צו דער האנט, וואס זאל ערליך און אויפריכטיג ראטן און אנווייזן, אויף פשוט מאמע לשון, וואס צו טאן און וויאזוי צו האנדלען.

blue moon האט געשריבן:איז ארדער צו זיין סוקסעספול דארף ער קענען די ארט פון אנדערורייטינג
(בניחותא)

הדא הוא דכתיב: שאלת חכם נבון – תשובה שלימה.
דיסקלעימאר גדול ונורא: איך ארבעט ביי Ark Mortgage, אבער איך גיב זיך נישט אפ מיט מארטגעדזשעס. איך שמועס אויס ענינים און פרוביר ענטפערן פראגעס בשייכות דער נושא אויף ווי ווייט מיינע ידיעות לאזן.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:35 pm

Blue Moon, איי פיל יאר פעין. מ'ברויך זיין א מומחה צו ארידזשינעיטן און אנדעררייטן א קאמפליצירטע סעלף עמפלאויעד פייל. אין די פארגאנגענהייט איז געוועזן א נאו דאק, א סטעיטעד אינקאם, אריגינעל דעזיינד פאר לעגעטימע קאמפליצירטע-אינקאם באראווערס. אבער די ציבור האט עס אביוסט ביז איבער די אויערן.

געריבענער סוחר
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 11:23 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:איין חלק פונעם אפליקעישאן באשטייט פון זיך פאָרשטעלן פאר דער באנק. דער דאקומענט בעט פון אונז די יסודות'דיגע שטיקלעך אינפארמאציע איבער אונז: ווער ביזטו – וויאזוי הייסט א איד? וואו וואוינט איר יעצט? ווען זענט איר געבוירן געווארן? (ביי וועמען ביזטו אן איידעם? וועלכער עהרנרייך – איין רגע! דיין שווער איז דער מיט'ן פוילישן הוט? אהההה... נו-אוודאי קענעך עם! גיב אים איבער א ווארעמען גרוס; ער'ט שוין וויסן!) טעלעפאן נומער? סאושעל סעקיוריטי נומער? (וואו דאוונט דער טאטע אינדערוואכן? שבתים? ווער איז דער מורה הוראה?) און אזוי ווייטער.

וואס נאך דארף די באנק? וועליכע פילטער איך האב איז אויך דא אין די אפליקעישאן? וואס איז אים א חילוק א ווי איך דאווען? באלד פרעגט ער מיר שוין די לעסט 4 דיגיטס פון מיין סאשעל איך זעה שוין וואס דא פארגייט.

ביזט פיינע נייעס @פערספעקטיוו קיפ אן מיט דיין צחת הלשון צי מסבירן וויזוי מען קימט אן צי באצאלן פארן באנק אינטרעס.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט