די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:00 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:בין איך נייגעריג ווען איינער טראכט פון קויפן א הויז לויפט ער ארום זיכען וואס עס געפעלט אים יעצט ווען ער וויל עפעס נעמען דארף ער אפלייען פאר א מארטגעדז וואס קען זיך פארציען אפאר חדשים, אויב ער וועט בכלל אפראוועד ווערען, יעצט וועט עס דער מוכר האלטן פאר אים ער ווייסט דאך נישט זיכער אויב ער וועט אפראוועד ווערען, ווידער אפלייען פאר א מארטגעדז פאר מען האט א הויז קען מען אויך נישט איז ווי הייבט מען אן?

Pre Approval.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:34 pm

ווישוואש האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:בין איך נייגעריג ווען איינער טראכט פון קויפן א הויז לויפט ער ארום זיכען וואס עס געפעלט אים יעצט ווען ער וויל עפעס נעמען דארף ער אפלייען פאר א מארטגעדז וואס קען זיך פארציען אפאר חדשים, אויב ער וועט בכלל אפראוועד ווערען, יעצט וועט עס דער מוכר האלטן פאר אים ער ווייסט דאך נישט זיכער אויב ער וועט אפראוועד ווערען, ווידער אפלייען פאר א מארטגעדז פאר מען האט א הויז קען מען אויך נישט איז ווי הייבט מען אן?

Pre Approval.

זיי מסביר ביטע

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 3:44 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:בין איך נייגעריג ווען איינער טראכט פון קויפן א הויז לויפט ער ארום זיכען וואס עס געפעלט אים יעצט ווען ער וויל עפעס נעמען דארף ער אפלייען פאר א מארטגעדז וואס קען זיך פארציען אפאר חדשים, אויב ער וועט בכלל אפראוועד ווערען, יעצט וועט עס דער מוכר האלטן פאר אים ער ווייסט דאך נישט זיכער אויב ער וועט אפראוועד ווערען, ווידער אפלייען פאר א מארטגעדז פאר מען האט א הויז קען מען אויך נישט איז ווי הייבט מען אן?

Pre Approval.

זיי מסביר ביטע


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=34440

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 4:57 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:בין איך נייגעריג ווען איינער טראכט פון קויפן א הויז לויפט ער ארום זיכען וואס עס געפעלט אים יעצט ווען ער וויל עפעס נעמען דארף ער אפלייען פאר א מארטגעדז וואס קען זיך פארציען אפאר חדשים, אויב ער וועט בכלל אפראוועד ווערען, יעצט וועט עס דער מוכר האלטן פאר אים ער ווייסט דאך נישט זיכער אויב ער וועט אפראוועד ווערען, ווידער אפלייען פאר א מארטגעדז פאר מען האט א הויז קען מען אויך נישט איז ווי הייבט מען אן?


מונאוויטש האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:בין איך נייגעריג ווען איינער טראכט פון קויפן א הויז לויפט ער ארום זיכען וואס עס געפעלט אים יעצט ווען ער וויל עפעס נעמען דארף ער אפלייען פאר א מארטגעדז וואס קען זיך פארציען אפאר חדשים, אויב ער וועט בכלל אפראוועד ווערען, יעצט וועט עס דער מוכר האלטן פאר אים ער ווייסט דאך נישט זיכער אויב ער וועט אפראוועד ווערען, ווידער אפלייען פאר א מארטגעדז פאר מען האט א הויז קען מען אויך נישט איז ווי הייבט מען אן?

Pre Approval.

זיי מסביר ביטע


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=34440


און אזוי זאגט מונאוויטש אינעם צוגעוויזענעם אשכול:

מונאוויטש האט געשריבן:אין מארטגעדזש טערמין, פרי-אפראוועל מיינט אז דער באנק אפראווד א מארטגעדזש אפילו ווען דער קליענט האט נאך נישט געפונען קיין הויז. דהיינו, א מענטש האט אין פלאן צו קויפן א הויז, און ער וויל וויסן אויב ער קען ווערן אפראווד פאר א מארטגעדזש. ער שפאצירט אריין אין באנק און זאגט (למשל) "איך וויל קויפן א הויז פאר 500K, און איך וויל אראפלייגן 100K + קלאוזינג קאסטן." דער Underwriter וועט איבערקוקען די קרעדיט, אינקאם, און נכסים, און וועט דערלאנגען אן פרי-אפראוועל (כעין 'קאמיטמענט') באזירט אויף די אנגעגעבענע דעטאלן. דערנאך וועט דער מאן דהו נעמען דעם פרי-אפראוועל און בעטן די מוכרים און אגענטן פאר דין קדימה. "איך אפפער דיר נישט וואס יענער איז וויליג צו געבן. אבער קוק, איך בין שוין אפראווד. איך סיין קאנטראקט און איך קלאוז אין א פאר וואכן."

א שיינע טעאריע. איך מיין אבער אז אין רעאליטעט וועלן רוב בענק זיך נישט פארענען צו אנדעררייטן און אפראוון א מארטגעדזש אן א פיזישע פראפערטי און אן אפרעיזעל.


איך וועל נאך אנקומען צו רעדן פון דעם מער באריכות, און דעם ענטפער אין א ווארט האבן מיר שוין כנ"ל: א 'פּרי-אפּרואוועל' איז א הסכמה פון דער באנק, אז איר קענט באשטעטיגט ווערן צו באקומען א מארטגעדזש. די הסכמה גיט די באנק אויפ'ן סמך פון אייער 'קרעדיט סקאר', ווי אויך עטליכע פרטים איבער אייער הכנסה און פארמעגנס, וואס איר גיט איבער פאר דער באנק בעל פה. אויפ'ן סמך פון וואס דער קרעדיט סקאר ווייזט, אינאיינעם מיט די אנדערע אנגעגעבענע פינאנציעלע פרטים, וועט די באנק אייך געבן א צעטל וואס זאגט, אז פלומי אלמוני (נישט קיין קרוב מיט בועז פון רות) איז בארעכטיגט צו באקומען א מארטגעדזש אויף א סכום פון כזה וכזאת.

בערך אזוי.

דער חסרון מיט א פּרי-אפּרואוועל איז, אז ס'איז נישט ווערט קיין סך מער ווי דעם פאפיר אויף וועלכן ס'איז געשריבן, ווייל ביי אן אמת'ן, למעשה'דיגן מארטגעדזש פארלאנגט זיך מער ווי די פרטים וואס זענען יא גענוג פאר א פּרי-אפּרואוועל. בנוסף לזה, וועט די באנק ביי א פּרי-אפּרואוועל געווענליך נישט מברר זיין צי די אנגעגעבענע פרטים שטימען, און ס'איז זייער יתכן אז ביים אנקומען צום מארטגעדזש וועט דער זעלבער בעל הפּרי-אפּרואוועל למעשה נישט באשטעטיגט ווערן פאר'ן מארטגעדזש.

(דא ביי Ark Mortgage איז מען אויפגעקומען מיט א פארבעסערטער גירסא פון דעם פּרי-אפּרואוועל, א 'סערטיפייד פּרי-אפּרואוועל', וואס נעמט יא אין חשבון און איז מברר כמעט אלע פרטים און פאקטארס ווי אין א געהעריגן מארטגעדזש פראצעדור. דאס מיינט אז יענער אפרואוועל טראגט דעם זעלבן, צי כמעט דעם זעלבן געוויכט ווי א מארטגעדזש באשטעטיגונג. כ'בין נישט באקאנט מיט די פרטי הדברים. כ'האף אז ווען כ'וועל אנקומען צו דעם חלק אינעם מארטגעדזש פראצעדור, וועל איך עס שוין פארשטיין גענוג צו קענען קלאר איבערגעבן ווייטער.)
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר נישט אינעם מארטגעדזש סעקטאר. הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט, אבער אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך. טאמיר ווילט איר טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענט זיך זיך ווענדן צו Ask Ark, אויף 888-275-8516.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:29 pm

נארמאל וויפיל איך ווייס קען א יעדע מארגעטש בראקער געבן א פרי עפראוועל אויף וואס די סעלער/בראקער זאלן זיין ציפרידן. עכ''פ לויט מיין עקספיריענס, מען דארף נישט קיין אריינגעבן פאר קיין שום באנק גארנישט. Ark האט ביידע מעלות אז צופעליג זענען זיי אויך די מארגעטש בראקער און אויך די באנק. איך זאג לויט וויפיל איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס, אדרבה פארבעסער מיר.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:25 pm

איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א מארטגעדז אויב מען האט נישט א down payment, (חוץ פון בארגען פון האלב שטאט) איז שייך צו באקומען א loan פאר א down payment?

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:35 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א מארטגעדז אויב מען האט נישט א down payment, (חוץ פון בארגען פון האלב שטאט) איז שייך צו באקומען א loan פאר א down payment?

איין אפשען איז דא מיין איך גנב'ענען קיינער טיילט נישט קיין געלט און די גאסן
און פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס איז די חילוק פון זיך אנבארגען פון די גאנצע שטאט און א LOAN, און ווער גייט איינעם טראסטען מיט א הלוואה און די זעלבע צייט וואס ער דארף נאך אנהייבן צאלן א מארדגעטש אן צו האבן א פעני
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:50 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א מארטגעדז אויב מען האט נישט א down payment, (חוץ פון בארגען פון האלב שטאט) איז שייך צו באקומען א loan פאר א down payment?

איין אפשען איז דא מיין איך גנב'ענען קיינער טיילט נישט קיין געלט און די גאסן
און פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס איז די חילוק פון זיך אנבארגען פון די גאנצע שטאט און א LOAN, און ווער גייט איינעם טראסטען מיט א הלוואה און די זעלבע צייט וואס ער דארף נאך אנהייבן צאלן א מארדגעטש אן צו האבן א פעני

אין אויב האט יענער גענוג א גרויסע income צו קענען צאלען ביידע, קען מען אים טראסטען, ניין?

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:53 pm

אויב האט מאכט עער אזויפיל געלט וואלט ער געהאט אוועקגעלייגט אויך, פארגעס נישט זיי קוקן אויך די מענטש,ס לעבענס אויסגאבען (OVERHEAD)
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:53 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א מארטגעדז אויב מען האט נישט א down payment, (חוץ פון בארגען פון האלב שטאט) איז שייך צו באקומען א loan פאר א down payment?


וואס מיינט א דאון פעימענט? איז עס 3-400 טויזנט טאלער, אדער 40-50-60 אלפים?

נקוט האי כללא, קיינער וויל נישט בארגן פאר אן אנזעצער, און אויך וויל מען בארגן נאר ווען מען ווייסט אז יענער וועט האבן נארמאלערהייט א יכולת צו צוריקצאלן. דאס איז נאך א סיבה אז די באנק וויל נישט געבן קיין מארטגעזש אויב מען צאלט נישט קיין דאון פעימענט, ווייל אויב קענסטו נישט האבן די מינימום יכולת צוזאמצושטעלן עטליסט א חלק פון די קאסטן, איז פארהאן א גרעסערע ריסק פון אנזעצן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:54 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א מארטגעדז אויב מען האט נישט א down payment, (חוץ פון בארגען פון האלב שטאט) איז שייך צו באקומען א loan פאר א down payment?

אמאל פלעגן זיין 100% מארטגעדזשעס (אפשר היינט אויך, איך גלייב אז נישט). אבער פארוואס זאל עמיצער וועלכער האט נישט אוועקגעלייגט קיין איבעריג גרייצער קויפן א הויז?

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:58 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:נארמאל וויפיל איך ווייס קען א יעדע מארגעטש בראקער געבן א פרי עפראוועל אויף וואס די סעלער/בראקער זאלן זיין ציפרידן. עכ''פ לויט מיין עקספיריענס, מען דארף נישט קיין אריינגעבן פאר קיין שום באנק גארנישט. Ark האט ביידע מעלות אז צופעליג זענען זיי אויך די מארגעטש בראקער און אויך די באנק. איך זאג לויט וויפיל איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס, אדרבה פארבעסער מיר.

איך האב אויך אזוי פארשטאנען. יעדער מארטגעדזש בראוקער קען צושטעלן א פּרי אפּרואוועל, וואס איז טאקע רוב מאל גענוג פאר'ן מוכר (אדער ריעל עסטעיט בראוקער), אבער זאגט זייער ווייניג למעשה איבער די שאנסן פון באקומען דעם מארטגעדזש ווען מ'קומט אן דערצו. אלץ א באנק, וואס גיט אליין דעם מארטגעדזש און איז נישט ווי א שדכן וואס פארמיטלט צווישן אונז און די באנק, שטעלט Ark צו א 'סערטיפייד פרי אפרואוועל', וואס איז יא א גאראנטי (צי כמעט גאראנטי -- כ'בין אליין נישט קלאר אינגאנצן) אז איר וועט טאקע באקומען דעם מארטגעדזש אויפ'ן אנגעגעבענעם סכום און תנאים.

עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז דא א מעגליכקייט צו באקומען א מארטגעדז אויב מען האט נישט א down payment, (חוץ פון בארגען פון האלב שטאט) איז שייך צו באקומען א loan פאר א down payment?

נישט וואס איך ווייס (וואס מיינט נישט קיין סך :roll:), אבער א Mortgage Adviser וועט קענען מסדר זיין די אומשטענדן און מעגליכקייטן אויף אן אופן אז דאס עסק זאל שטימען און קענען ארבעטן. א דאון פעימענט מוז נישט דווקא מיינען ראטשילד'ס פארמעגן.

אחת ואחת האט געשריבן:און פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס איז די חילוק פון זיך אנבארגען פון די גאנצע שטאט און א LOAN, און ווער גייט איינעם טראסטען מיט א הלוואה און די זעלבע צייט וואס ער דארף נאך אנהייבן צאלן א מארדגעטש אן צו האבן א פעני

אמת, אבער פון דער אנדערער זייט צאלסטו ריבית אויף א מארטגעדזש און אויף א הלוואה פון באקאנטע -- נישט. דאס בארגן געלט פאר א דאון פעימענט איז אפטמאל א שכל'דיגער מהלך, ווייל דו קענסט אזוי ארום באקומען א מארטגעדזש מיט קלענערע פעימענטס און בעסערע תנאים. אבער ווידעראמאל, דאס איז עפעס וואס איז אנדערש ביי יעדן פאל, און א מארטגעדזש אדווייזער דארף דא זיין דער טור גייד.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר נישט אינעם מארטגעדזש סעקטאר. הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט, אבער אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך. טאמיר ווילט איר טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענט זיך זיך ווענדן צו Ask Ark, אויף 888-275-8516.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

דינגען אדער קויפן? (1)

תגובהדורך פערספעקטיוו » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:37 pm

פאר מ'הייבט אייגנטליך אן רעדן פון א מארטגעדזש, איז כדאי פריער צו רעדן וועגן היים אייגנטימערשאפט בכלל. א מארטגעדזש – א הלוואה פון דער באנק – קומט אריין אין בילד הערשט נאך דעם וואס ס'איז דא א הויז אויף וועלכן מ'וויל נעמען דעם מארטגעדזש. איז דאך נישט מער ווי שכל'דיג צו רעדן פונעם אב איידער'ן זיך נעמען צו דער תולדה. חוץ מזה, האב איך אליין געכאפט, אז געוויסע פראגעס ווערן נולד נאך ביי דעם שטאפל ווען מ'טראכט וועגן בכלל קויפן א דירה; איז בפשטות כדאי אנצוהייבן פון בראשית.

ואשא משלי ואומר: יעדער מענטש האט א צאל עיקר באדערפענישן אין וואס ער נויטיגט זיך אין לעבן און אן זיי קען ער בכלל נישט עקזיסטירן. איינער פון די עיקרים וואס א מענטש דארף איז א דאך איבער'ן קאפ. א דאך איבער'ן קאפ מיינט אבער נאכנישט אז מ'מוז דעם דאך קויפן. מ'קען דעם זעלבן דאך דינגען – באצאלן א חודש'ליכן רענט פאר'ן זכות פון זיצן, עסן און שלאפן אונטער זיין שיץ.

איז, אלץ דעם חלק פון האבן א וואוינארט, איז דינגען גענוג גוט. ס'איז כשר און אלע פוסקי הדור וועלן דערמיט מסכים זיין. פארט, קומט דאס פארמאגן אן אייגענע נחלה מיט א שיינע צאל מעלות – נישט נאר לגבי דעם עצם דאך-איבער'ן-קאפ נקודה, נאר נאך זאכן בשייכות מיט דעכער און געלט, וכדבעינן למימר לקמן.

ראשית כל, א חודש'ליכן אפצאל וועט איר בכל אופן האבן. רענט פאר'ן דינגען צי מארטגעדזש פאר'ן קויפן, וועט איר יעדן חודש דארפן שיקן א טשעק – צום לענדלארד, וועלכער וועט דערמיט צאלן זיין מארטגעדזש, אדער צו דער באנק און דערמיט צאלן אייער מארטגעדזש. איז, פארוואס (שמועסט דער מהרש"א אויס) צאלן דעם לענדלארדס מארטגעדזש אן האבן דערפון עפעס ריווח, ווי איידער צאלן דעם אייגענעם און דערמיט זיך איינהאנדלען אן אייגענע דירה?

מיט א געדינגענער דירה, איז דער איינוואוינער קיינמאל נישט פארזיכערט. כ'האב א חבר וואס האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן קיין מאנסי, ווייל דער לענדלארד האט אים שיינערהייט באפוילן צו פארלאזן די דירה. מיין חבר האט גראדע געהאט א ליעס, און איז זיך אויך גוט אויסגעקומען מיט'ן לענדלארד – וועלכער האט אבער געהאט א סכסוך מיט א צווייטן טענענט אין זעלבן בנין, וועמען ער האט מחליט געווען פאר יעדן פרייז ארויסצוזען. די פרטים זענען נישט וויכטיג, אבער דער איינציגער אופן וויאזוי דער לענדלארד האט דאס לעגאל געקענט דורכפירן, איז געווען דורכ'ן דורכפירן א גירוש אויפ'ן בנין און אויסליידיגן דאס הויז פון אלע טענענטס.

די אונטערשטע שורה איז, אז מיט א געדינגענער דירה איז דער דאך פיל ווייניגער זיכער ווי מיט אן אייגענער. אגב, מיין באקאנטער איז למעשה זייער צופרידן מיט מאנסי. נאכ'ן זיך אריבערציען און מסדר זיין, האט ער אנערקענט אז דער לענדלארד האט אים געטאן א טובה מיט'ן ארויסצוואונגען פון דער דירה. למעשה איז עס אבער יא א מוסר השכל, ווי א מענטש קען מיט א געדינגענער דירה זיך בין יום ללילה טרעפן אן קיין דאך איבער'ן קאפ.

די געשיכטע איז טאקע אן עקסטרעמער פאל, אבער די אויסנאמליכקייט ליגט מער אין די אומשטענדן – פון א לענדלארד וואס האט זיך צעפראסקעט מיט א תושב, מחליט געווען אים ארויסצויאגן פאר יעדן פרייז, וואס האט אין דעם פאל געמיינט מכבד זיין דעם גאנצן עולם צו ניצן דעם מעין עקזיט צו דער גאס. דער ענין כשלעצמו, אז דער לענדלארד דארף די דירה און דערציילט דעם טענענט די לעצטע נייעס אז ס'איז צייט זיך ארויסצוציען, איז גאר א נאענטער קאזין מיט מעשים בכל יום. ("חלילה! פארקערט: כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט דיר צו האבן אלץ טענענט. כ'וועל דיר זאגן נאך מער: הלוואי זאל מיין איידעם זיין אזוי ארנטליך ווי דו. ס'איז נישט דו; איך דארף פשוט ס'הויז פאר מיין טאכטער, 'שטייסטנישט?")

נאך א חילוק פון רענט ביז א מארטגעדזש איז, אז אנדערש ווי דעם רענט-סכום, וואס קען נאר דעם וועג ארויף און איז, ווי א איד דארף זיין, קיינמאל נישט קיין עומד נאר אן עולה מעלה מעלה, בלייבט א מארטגעדזש פעימענט אומבארירט. רענט גייט אייביג ארויף. אפטמאל, אויב נישט רוב מאל, וועט דער לענדלארד לכתחילה אריינשטעלן אינעם ערשטן ליעס א תנאי, אז דער רענט זאל נאך א שטיק צייט זיך הייבן מיט כך וכך (גארנישט קיין ולבכותה כ"ף – מ'רעדט מיר פון א כ"ף כמידת קו"ף). שוין אפגערעדט ווען עס קומט צום באנייען דעם ליעס – וואס ציט זיך געווענליך נישט אויף קיין צו לאנגער תקופה – וועט דער לענדלארד הייבן דעם רענט מיט א ציפער הראוי' להתכבד.

מארטגעדזש איז אבער א סטאביל און וואויל קינד, וואס בלייבט שטיין דארט וואו מ'האט אים אוועקגעשטעלט אינעם טאג וואס ער איז געבוירן געווארן. ער פאלגט וואס מ'הייסט אים, רירט זיך נישט אן רשות, און דרייט נישט איבער דאס בערזל און די באנק-קאנטע. נאך מער, א מארטגעדזש האט די ברירה גאר צו שרינקען – די חודש'ליכע פעימענטס קענען גאר נאך רעדוצירט ווערן. אבער דאס איז שוין עפעס וואס באלאנגט פאר א שפעטערדיגער געלעגנהייט.

מיט אן אייגענער דירה וועט איר זיך אויך טרעפן וואוינען אין הויז גענצליך אומזיסט. פריער צי שפעטער וועט דער מארטגעדזש אפגעצאלט ווערן, און פון דארט און ווייטער זענט איר פטור פון דער דאזיגער חודש'ליכער הוצאה כל הימים אשר אתם חיים על פני האדמה.

אן אייגענע דירה מיינט אויך פארמאגן צו דער האנט א נכס – נכסי דלא ניידי, דאס זיכערסטע פארמעגן – אין א ווערט פון לכל הפחות עטליכע הונדערט טויזנט דאלאר. איר קענט אנקוקן א דירה צי הויז ווי אן איינגעפרוירענער הויפן פון הונדערטערס, פון וועלכן איר קענט אייביג אראפציפן.

אלס זייטיגער נאטיץ, ווערן מארטגעדזש-פעימענטס דורך דער רעגירונג באטראכט ווי א הוצאה פאר וועלכער איר באקומט קרעדיט אויפ'ן טעקס ריטוירן. אפגעזען צי איר צאלט איין אדער באקומט געלט צוריק, וועט איר דורכ'ן מארטגעדזש פעימענט באקומען קרעדיט – דורכ'ן צאלן ווייניגער אדער באקומען מער אויף צוריק. (אין אנדערע ווערטער איז עס בחינה ווי דער לענדלארד זאל אייך סוף יאר שיקן א טשעק פאר'ן אים צאלן רענט דורכ'ן יאר...)
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר נישט אינעם מארטגעדזש סעקטאר. הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט, אבער אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך. טאמיר ווילט איר טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענט זיך זיך ווענדן צו Ask Ark, אויף 888-275-8516.

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:24 pm

איז ark mortgage א אידישע קאמפעני?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:41 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז ark mortgage א אידישע קאמפעני?

יא
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:45 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:איז ark mortgage א אידישע קאמפעני?

yes

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:25 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:פאר מ'הייבט אייגנטליך אן רעדן פון א מארטגעדזש, איז כדאי פריער צו רעדן וועגן היים אייגנטימערשאפט בכלל. א מארטגעדזש – א הלוואה פון דער באנק – קומט אריין אין בילד הערשט נאך דעם וואס ס'איז דא א הויז אויף וועלכן מ'וויל נעמען דעם מארטגעדזש. איז דאך נישט מער ווי שכל'דיג צו רעדן פונעם אב איידער'ן זיך נעמען צו דער תולדה. חוץ מזה, האב איך אליין געכאפט, אז געוויסע פראגעס ווערן נולד נאך ביי דעם שטאפל ווען מ'טראכט וועגן בכלל קויפן א דירה; איז בפשטות כדאי אנצוהייבן פון בראשית.

איר נעמט א גוטע מהלך אויפצובויען די סוגיא פין אונטן ארויף, כאטש ס'קריכט אביסל אוועק פינעם עצם נושא האשכול, אבער איר האט א פיינע שריפט, און ווילאנג דער עולם איז צופרידן מיט דעם מהלך, דזשאסט קיפ איט אפ!

כ'וויל מעיר זיין געוויסע הערות אויף איטליכען פאראגראף, און כאטש כ'שרייב עס אביסל ווי אן אפווענד, אבער מיינען מיין איך נאר צו שטעלן זאכן אין "פערספעקטיוו". ווייל באמת האט יעדע זאך מעלות און חסרונות, אבער מענטשן וואס זענען נישט דערינען קענען אמאל אפקויפן געוויסע נקודות (סעילס פיטש) פאר פעיס וועליו, דארף מען דעריבער ארויסברענגן די קאלירן פין די אנדערע זייט אויך.

פערספעקטיוו האט געשריבן:ואשא משלי ואומר: יעדער מענטש האט א צאל עיקר באדערפענישן אין וואס ער נויטיגט זיך אין לעבן און אן זיי קען ער בכלל נישט עקזיסטירן. איינער פון די עיקרים וואס א מענטש דארף איז א דאך איבער'ן קאפ. א דאך איבער'ן קאפ מיינט אבער נאכנישט אז מ'מוז דעם דאך קויפן. מ'קען דעם זעלבן דאך דינגען – באצאלן א חודש'ליכן רענט פאר'ן זכות פון זיצן, עסן און שלאפן אונטער זיין שיץ.

איז, אלץ דעם חלק פון האבן א וואוינארט, איז דינגען גענוג גוט. ס'איז כשר און אלע פוסקי הדור וועלן דערמיט מסכים זיין. פארט, קומט דאס פארמאגן אן אייגענע נחלה מיט א שיינע צאל מעלות – נישט נאר לגבי דעם עצם דאך-איבער'ן-קאפ נקודה, נאר נאך זאכן בשייכות מיט דעכער און געלט, וכדבעינן למימר לקמן.


ריכטיג, קויפן א הויז האט פארשידענע מעלות איבער דינגען, אבער... וכן להיפך, דינגען האט געוויסע מעלות און אמאל וואס מ'קען דירעקט נישט האבן ביים קויפן, און קויפן האט פונקט אזוי אדער נאכמער חסרונות, ווי אויסגעשמועסט ווייטער.

פערספעקטיוו האט געשריבן:ראשית כל, א חודש'ליכן אפצאל וועט איר בכל אופן האבן. רענט פאר'ן דינגען צי מארטגעדזש פאר'ן קויפן, וועט איר יעדן חודש דארפן שיקן א טשעק – צום לענדלארד, וועלכער וועט דערמיט צאלן זיין מארטגעדזש, אדער צו דער באנק און דערמיט צאלן אייער מארטגעדזש. איז, פארוואס (שמועסט דער מהרש"א אויס) צאלן דעם לענדלארדס מארטגעדזש אן האבן דערפון עפעס ריווח, ווי איידער צאלן דעם אייגענעם און דערמיט זיך איינהאנדלען אן אייגענע דירה?


א שטארקע נקודה, און דאס איז לכאו' דער עיקר שטופ פאר אסאך מענטשן צו קויפן א אייגענע הויז, אבער דער אמת איז נישט ממש אזוי.

דהיינו, קודם כל, אפי' לאמיר אננעמען אז די עצם רענט און די מארטדגעדזש זענען חודש'ליך ביילייפיג די זעלבע סכום, אבער וואס טוט זיך מיט פראפערטי טעקס + אינשורענס + ריפעיר'ס און מעינטענענס (און צומאל HOA)?

בד"כ - עכ"פ אין די עקזיסטירענדע היימישע געגנטער - איז ממש אינו בנמצא אז די צוויי זאכן זאלן קענען זיין די זעלבע, געווענליך איז רענט נאך אלעם היבש (אפטמאל אסאך) ביליגער.

אזוי אויך די פרעשור. א טענענט איז סבור וקיבל וואס ער קריגט, און ווען ס'מאכט זיך א מעידזשאר פראבלעם איז דאס אויך נישט זיין קאפוויי, און נאך א 15-20 יאר קען ער מחליט זיין צו מופן צו א נייע הויז אן דעם וואס ס'זאל אים קאסטן א פעני די וועיר ענד טעיר וכדו' (חוץ די מאווינג קאסט), משא"כ דער בעה"ב דארף בערך דעמאלטס אנהויבן אריינלייגן גרעסערע געלטער פאר ריפעיר'ס וכדו' (און דאס איז שוין פארשטייט זיך ווען מ'האט געקויפט אריגינעל א נייע הויז, ווער רעדט ווען מ'הויבט אן מיט אן אלטע, דעמאלטס הויבן זיך אן די זאכן גלייך אנהויב, און מ'קען אין דעם פרט אליינס אסאך מאריך זיין, ווי מענטשן כאפן זיך נישט וואס אלס ס'קומט צו ביים קויפן א אלטע הויז).

פערספעקטיוו האט געשריבן:מיט א געדינגענער דירה, איז דער איינוואוינער קיינמאל נישט פארזיכערט. כ'האב א חבר וואס האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן קיין מאנסי, ווייל דער לענדלארד האט אים שיינערהייט באפוילן צו פארלאזן די דירה. מיין חבר האט גראדע געהאט א ליעס, און איז זיך אויך גוט אויסגעקומען מיט'ן לענדלארד – וועלכער האט אבער געהאט א סכסוך מיט א צווייטן טענענט אין זעלבן בנין, וועמען ער האט מחליט געווען פאר יעדן פרייז ארויסצוזען. די פרטים זענען נישט וויכטיג, אבער דער איינציגער אופן וויאזוי דער לענדלארד האט דאס לעגאל געקענט דורכפירן, איז געווען דורכ'ן דורכפירן א גירוש אויפ'ן בנין און אויסליידיגן דאס הויז פון אלע טענענטס.

די אונטערשטע שורה איז, אז מיט א געדינגענער דירה איז דער דאך פיל ווייניגער זיכער ווי מיט אן אייגענער. אגב, מיין באקאנטער איז למעשה זייער צופרידן מיט מאנסי. נאכ'ן זיך אריבערציען און מסדר זיין, האט ער אנערקענט אז דער לענדלארד האט אים געטאן א טובה מיט'ן ארויסצוואונגען פון דער דירה. למעשה איז עס אבער יא א מוסר השכל, ווי א מענטש קען מיט א געדינגענער דירה זיך בין יום ללילה טרעפן אן קיין דאך איבער'ן קאפ.

די געשיכטע איז טאקע אן עקסטרעמער פאל, אבער די אויסנאמליכקייט ליגט מער אין די אומשטענדן – פון א לענדלארד וואס האט זיך צעפראסקעט מיט א תושב, מחליט געווען אים ארויסצויאגן פאר יעדן פרייז, וואס האט אין דעם פאל געמיינט מכבד זיין דעם גאנצן עולם צו ניצן דעם מעין עקזיט צו דער גאס. דער ענין כשלעצמו, אז דער לענדלארד דארף די דירה און דערציילט דעם טענענט די לעצטע נייעס אז ס'איז צייט זיך ארויסצוציען, איז גאר א נאענטער קאזין מיט מעשים בכל יום. ("חלילה! פארקערט: כ'האב מורא'דיג הנאה געהאט דיר צו האבן אלץ טענענט. כ'וועל דיר זאגן נאך מער: הלוואי זאל מיין איידעם זיין אזוי ארנטליך ווי דו. ס'איז נישט דו; איך דארף פשוט ס'הויז פאר מיין טאכטער, 'שטייסטנישט?")


אמת, א טענענט איז אין א געוויסן זין א תלוי ביד אחרים, אבער קודם כל ס'ווארפט זיך נישט אזוי ארויס פין איין מינוט אויפן צווייטן, ס'איז דא אן עוויקשען פראצעדור, סיי מדיני דמלכותא און סיי מדיני ד"ת, און געווענליך קען מען טרעפן אנאדערע דירה מיט די זעלבע אדער ענליכע מעלות אין פריים טיים. (כמעט) קיינער איז נאכנישט געגאנגען וואוינען אויפן גאס פין אזא סארט זאך, ריכטיג, אמאל קומט עס מיט היבש קאפ-וויי אבער פארט איז עס רובא דרובא מאל נישט עק-וועלט און אזוי אויך געשעט עס נישט יעדן טאג, אזוי אז מ'קען רואיג אפלעבן די יארן אלס טענענט (און דערום האב איך הנאה אז איר האט אנגעוויזן אז דא רעדט מען פין אן עקסטרעמע פאל)..

אוןן ווידעראום מיט א מארטגעדזש איז דען כל כולו גלאנציג? וואס טוט זיך מיט פארקלאוזשער? אז עמיצער האט ח"ו נישט צו צאלן די מארטגעדזש און די באנק לייגט אים ארויס אויפן גאס? אמת, ער קען דעמאלטס גיין דינגען פונקט ווי א צווייטער, אבער זיין דאון פעימענט און די אלע אנדערע הוצאות וואס ער האט שוין אריינגעלייגט אינעם הויז חוץ די מאנאטליכע מארטגעדזש צאלונגען (וואס באטרעפט געווענליך עטליכע הונדערט טויזנט דאלאר ווי גארנישט – און אמאל איז עס צוזאם געבארגט פין א האלבע שטאט, און אמאל נאך ניטאמאל אפגעצאלט...) וועט ער קיינמאל נישט צוריקזען, און די ווייטאג דעמאלטס איז טיפער ווי טיף ליידער, און יא, ס'פאסירט ליידער ביי אחב"י אויך ה"י.

פערספעקטיוו האט געשריבן:נאך א חילוק פון רענט ביז א מארטגעדזש איז, אז אנדערש ווי דעם רענט-סכום, וואס קען נאר דעם וועג ארויף און איז, ווי א איד דארף זיין, קיינמאל נישט קיין עומד נאר אן עולה מעלה מעלה, בלייבט א מארטגעדזש פעימענט אומבארירט. רענט גייט אייביג ארויף. אפטמאל, אויב נישט רוב מאל, וועט דער לענדלארד לכתחילה אריינשטעלן אינעם ערשטן ליעס א תנאי, אז דער רענט זאל נאך א שטיק צייט זיך הייבן מיט כך וכך (גארנישט קיין ולבכותה כ"ף – מ'רעדט מיר פון א כ"ף כמידת קו"ף). שוין אפגערעדט ווען עס קומט צום באנייען דעם ליעס – וואס ציט זיך געווענליך נישט אויף קיין צו לאנגער תקופה – וועט דער לענדלארד הייבן דעם רענט מיט א ציפער הראוי' להתכבד.

מארטגעדזש איז אבער א סטאביל און וואויל קינד, וואס בלייבט שטיין דארט וואו מ'האט אים אוועקגעשטעלט אינעם טאג וואס ער איז געבוירן געווארן. ער פאלגט וואס מ'הייסט אים, רירט זיך נישט אן רשות, און דרייט נישט איבער דאס בערזל און די באנק-קאנטע. נאך מער, א מארטגעדזש האט די ברירה גאר צו שרינקען – די חודש'ליכע פעימענטס קענען גאר נאך רעדוצירט ווערן. אבער דאס איז שוין עפעס וואס באלאנגט פאר א שפעטערדיגער געלעגנהייט .

ריכטיג, אבער ווי פריערגעשמועסט א מארטגעדזש הויבט זיך אן מיט סאך העכערע פעימענטס (עכ"פ מיט די טעקסעס און אינשורענס), סאו באדדעם ליין ווי כאפט די נפק"מ? נאכמער, רוב מענטשן צאלן - עכ"פ במשך די 30 יאר וואס מ'קאמפעירט דא (וואס אזוי לאנג לויפט געווענליך די מארטגעדזש) – ביליגער אין טאטעל פאר רענט ווי פאר מארטגעדזש.

פערספעקטיוו האט געשריבן:מיט אן אייגענער דירה וועט איר זיך אויך טרעפן וואוינען אין הויז גענצליך אומזיסט. פריער צי שפעטער וועט דער מארטגעדזש אפגעצאלט ווערן, און פון דארט און ווייטער זענט איר פטור פון דער דאזיגער חודש'ליכער הוצאה כל הימים אשר אתם חיים על פני האדמה.


העי! אין דעם זאץ ליגט א שטארקע פיטפאל! דהיינו, ס'איז נישט ליגנט, אבער אויך היבש ווייט פינעם אמת..

לאמיר דאס צונעמען, וואס הייסט "פריער אדער שפעטער"? רובא דרובא מענטשן צאלן זייער מארטגעדזש פולע דרייסיג יאר, און רוב מענטשן קויפן בערך ביי די דרייסיג, סאו אנלעסס איינער געווינט די לאטערי (וואס דעמאלטס איז די גאנצע שמועס דא נישט פאר אים) וועט ער די חלק הארי פין זיין לעבן אוועקגעבן און צומאל זיך איבעררייסן פאר'ן בלויזן "גליק" פין "עווענטועל" האבן אן אייגענע הויז. אין פאקט וועט דאס הויז זיין זיינס נאר בערך ווען ער ענדיגט שוין חתונה מאכן זיינע קינדער, און די הויז איז קע"ה אויסגענוצט און אויסגעדינט, און ער קען עס שוין איבערבויען, אדער אויסלעבן און זיך עלטערן אין פריידן "מיט'ן" הויז אינאיינעם און דער עיקר איבערלאזן פאר די קינדער עפעס וואס האט א שטיקל וועליו (אדער אויף וואס זיך צו שלאגן...). און פארגעסט נישט, טעקס'עס צאלט מען אויף אייביג!

ווידעראום ווען איינער איז א רענטער, קען מען אמאל ביי די עידזש +/- זיך אריבערציען אין א קלענערע דירה ווי די רענט קאסט בערך אזויפיל ווי די טעקס פאר די גע'קויפטע.

פערספעקטיוו האט געשריבן:אן אייגענע דירה מיינט אויך פארמאגן צו דער האנט א נכס – נכסי דלא ניידי, דאס זיכערסטע פארמעגן – אין א ווערט פון לכל הפחות עטליכע הונדערט טויזנט דאלאר. איר קענט אנקוקן א דירה צי הויז ווי אן איינגעפרוירענער הויפן פון הונדערטערס, פון וועלכן איר קענט אייביג אראפציפן.


ווידער יא און ניין!

ערשטנס, ווענצעך וואס מ'קויפט און וואו מ'קויפט, און אזוי אויך וואספארא אימפעקט די שכנים/אומגעגנט קען האבן אויף די וועליו פינעם הויז בהמשך הזמן.
בפרט נאך ווען מ'רעדט פין א קאנדא - וואס א ריזן ציבור היימישע קויפער'ס זענען זיך דאס קונה - וואס דארט איז די אימפעקט פין שכנים א משונה'דיגע פאקטאר, דערנאך וואס יעדער איז א בעה"ב און וויל טון מה שלבו חפץ אבער מאידך גיסא אבער פארט נאר א שותף געקניפט און געבינדן פין אלע זייטן, און די פראבלעמען און קריגערייען וואס קומען צומאל אין דירעקטע רעזולטאט דערפין קען אמאל חרוב לייגן די גאנצע וועליו דערנאך וואס מ'קען נישט דארטן וואוינען לפי המצב, און אמאל קען מען ניטאמאל טרעפן קיין געהעריג'ן קונה, און דאס איז מעשים בכל יום.

און דא קומט אויך אריין די "אפסייד" פין א טענענט וואס קען זיך אויפהייבן און מופן אויב די שכונה ארבעט נישט פאר אים מחמת איז סיבה, משא"כ א קויפער בלייבט זיצן איינגעזאלצן. און אויב רעדט מען פין א מצב וואס ס'שטערט נאר אים פערזענליך, נו! קען ער נאך דעסיידן צו מופן (און דינגען ערגעץ אנדערש..) און ווערן א לענדלארד און די געקויפטע ווייטער פארדינגען, וואס אגב, אין דעם פאל דארף מען באמת זיין גרייט אויף מסכת "לענדלארד" וואס קומט מיט זיין אייגענע בוך מיט מעלות און חסרונות, עכ"פ דאס איז שוין זיכער "לאו כל מוחא סביל".. אבער ווער רעדט ווען די פראבלעמען זענען גענוג שטארק אז ס'שטערט אנדערע אויך, דאן איז ער גוט "איינגעמיירעט"..

אויסערדעם ביי א קאנדא דארף מען אינאכט נעמען אז פאקטיש באזיצט קיין שום אינדעווידואל נישט קיין "לאנד/פראפערטי", דהיינו בדרך הטבע איז די הויז נאר אזויפיל ווערט ווילאנג ס'האלט (און די וועליו גייט אראפ עז סון עז ס'הויבט אן ווערן עלטער, ד"ה פין דעי וואן..), ווס "ריעל פראפערטי" וואו מ'אוענט דעם לאנד נישט קיין חילוק וואס, אוי אז אפי' מ'דארף אראפווארפן דאס הויז און איבערבויען צו האבן די פול וועליו, קענט איר אבער אלעמאל פארקויפן דאס לאנד אליינס, וואס אגב, די וועליו דערפין גייט בד"כ ארויף נישט אראפ.

פערספעקטיוו האט געשריבן:אלס זייטיגער נאטיץ, ווערן מארטגעדזש-פעימענטס דורך דער רעגירונג באטראכט ווי א הוצאה פאר וועלכער איר באקומט קרעדיט אויפ'ן טעקס ריטוירן. אפגעזען צי איר צאלט איין אדער באקומט געלט צוריק, וועט איר דורכ'ן מארטגעדזש פעימענט באקומען קרעדיט – דורכ'ן צאלן ווייניגער אדער באקומען מער אויף צוריק. (אין אנדערע ווערטער איז עס בחינה ווי דער לענדלארד זאל אייך סוף יאר שיקן א טשעק פאר'ן אים צאלן רענט דורכ'ן יאר...)


כ'מיין איר זענט אביסל מיסאינפארמירט.

קודם כל, די חלק פין די מארטגעדזש וואס קען בכלל גערעכנט ווערן אלס הוצאה פאר די גאווערנמענט, איז נאר די אינטערעסט. זאת ועוד וואס דער מענטש דארף פארדינען גענוג אז די הוצאה זאל אים עפעס אויסמאכן, וואס אסאך אחב"י זענען דוקא נישט אין דעם מצב. און ועל כולם האט די טראמפ טעקס רעפארם טיף אריינגעשניטן אין די גאנצע מעשה מכמה צדדים, אזוי אז מ'רעדט נישט פין קיין גרויסע זאכן סיי וויאזוי.

ס'איז דא נאך אסאך מאריך צו זיין, איך האב פראבירט נאר צו מעיר זיין אויף די געשריבענע, און אדרבה זאל דער עולם אריינקומען און אויסברייטערן כל אחד כפי ידיעתו!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:49 pm

א דאנק פאר אייך אלע, בפרט פאר 'פערספעקטיוו' און זיין בר פלוגתא הרב 'אבערוואס'
האמיר זיך עפעס געלערנט פון אייך
קיפ איט אפ!

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:09 pm

ישר כחכם

פארן שיין צונעמען די זאך ביידע צדדים
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:17 pm

נישט אלעס אמת האט געשריבן:ישר כחכם

פארן שיין צונעמען די זאך ביידע צדדים

גא''מ

מ'דארף האר בורר זיין די דרך הממוצע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:38 pm

איך בין זייער צומישט פון איין זייט חסרונות פון קויפן סקאסט זייער טייער קלאוזן קאסט עקסטערע 20 אלפים טעקסעס מעינטענענס וואס סאיז נישט דא ביי רענטן פון די אנדערע זייט קען איך אסאך וואס האבן געקויפט פאר 4 יאר צוריק דירות און קרית יואל און עס לעצטנס פארקויפט מיט ארום 200 טויזענט דולר רווח פלאס געוואוינט פאר פריי פאר 4 יאר

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:57 pm

דברים אלו האט געשריבן:איך בין זייער צומישט פון איין זייט חסרונות פון קויפן סקאסט זייער טייער קלאוזן קאסט עקסטערע 20 אלפים טעקסעס מעינטענענס וואס סאיז נישט דא ביי רענטן פון די אנדערע זייט קען איך אסאך וואס האבן געקויפט פאר 4 יאר צוריק דירות און קרית יואל און עס לעצטנס פארקויפט מיט ארום 200 טויזענט דולר רווח פלאס געוואוינט פאר פריי פאר 4 יאר

גערעכט, אבערוואס איז אביסל צו שווארץ. אבער דאך איז פערספעקטיוו ווייסער ווי ס'איז.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:05 pm

דברים אלו האט געשריבן:איך בין זייער צומישט פון איין זייט חסרונות פון קויפן סקאסט זייער טייער קלאוזן קאסט עקסטערע 20 אלפים טעקסעס מעינטענענס וואס סאיז נישט דא ביי רענטן פון די אנדערע זייט קען איך אסאך וואס האבן געקויפט פאר 4 יאר צוריק דירות און קרית יואל און עס לעצטנס פארקויפט מיט ארום 200 טויזענט דולר רווח פלאס געוואוינט פאר פריי פאר 4 יאר

קודם כל, וואס האבן די אידן וואס האבן פארקויפט יעצט געטון?

ממ"נ, האבן זיי געקויפט א נייע הויז דארט אין די געגנט האט דאך זיי עס געקאסט די זעלבע 200 מער ווי 4 יאר פריער (די מארקעט איז ארויף), איז צו וואס סתם זיין א 'מחליף פרה בחמור'?

ווידער אויב האבן זיי אוועקגעמופט צו אנאנדערע געגנט, דארף מען פארשטיין 'מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר'?

דאס אז ס'איז אזוי געלונגען מיינט נישט אז דאס איז וויאזוי דאס ארבעט אלעמאל! און פאקט, די וואס האבן געקויפט דעמאלטס מיט'ן חשבון פאראויס אז דאס איז וויאזוי ס'גייט זיך אויסשטעלן, זענען פשוט'ע שפעקולאנטן, בפרט נאך אז מ'רעדט אין די היימישע געגנטער וואו די "ריעל עסטעיט וועליו" איז בכלל נישט גע'בעיסד אויף די עכטע מארקעט.

שנית, איינער זאגט דען אז מ'זאל נישט קויפן? ס"ה רעדט מען אז יעדער דארף גוט אויסרעכענען אלע מעלות און חסרונות פארדעם, און אוודאי, אז מ'האט די געלט און די חשבונות שטימען אז קויפן אין דעם פאל האט מער מעלות ווי חסרונות, וואס קען זיין בעסער ווי האבן די אייגענע ד' אמות? און פארשטייט זיך אז אין געוויסע פעלער איז די דיעל צו קויפן אזוי גוט 'קרוב לשכר ורחוק מאוד מהפסד', אז דענסמאל לוינט זיך אפי' זיך אנצושטרענגען און קויפן אפי' ס'איז שווער אויף די מינוט.

די נקודה איז, אז מ'טאר נישט פארבלענדעט ווערן! און ס'איז דירעקט נישט די נארם צו קויפן א הויז צו וואוינען (זיכער נישט מיט צוזאמעגעבארגטע געלט) אויף א שפעקולאציע פין פארקויפן און מופן 4 יאר שפעטער, און פין א "געלונגען" קען מען קיין ראי' נישט ברעגן אויף גארנישט.

יאצמעך האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איך בין זייער צומישט פון איין זייט חסרונות פון קויפן סקאסט זייער טייער קלאוזן קאסט עקסטערע 20 אלפים טעקסעס מעינטענענס וואס סאיז נישט דא ביי רענטן פון די אנדערע זייט קען איך אסאך וואס האבן געקויפט פאר 4 יאר צוריק דירות און קרית יואל און עס לעצטנס פארקויפט מיט ארום 200 טויזענט דולר רווח פלאס געוואוינט פאר פריי פאר 4 יאר

גערעכט, אבערוואס איז אביסל צו שווארץ. אבער דאך איז פערספעקטיוו ווייסער ווי ס'איז.

וואס עפעס שווארץ? איר ווייסט דען קלאר אז רוב דינגער'ס באקלאגן זיך און אלע קויפער'ס זענען צופרידן? האו עבאוט דע אפאסיט? אדער ערגעץ אינצווישן?

איך האב שוין מיטגעהאלטן ביידע זייטן פין די מטבע אין-דעבט, און אלעס וואס איך זאג איז אז ס'איז יש ויש אויף ביידע וועגן! די בילד איז דירעקט נישט שווארץ און ווייס, ס'איז דא היבש אסאך קאלירן אינצווישן.

איין זאך וואס איך גיי נישט אפווענדן, און דאס איז וואס חז"ל לערנען אונז "רוצה אדם בקב שלו יותר מקביים של חבירו"! ס'איז דא מענטשליכע אינבארן אינסטינקט צו ליב האבן "אייגנס" נאו מעדער האו גוד אר בעד איט איז... אבער איך גלייב אז א מענטש - זיכער אזוי א איד - דארף זיין א מוח שליט על הלב, און פראבירן מאכן באשלוסן לויט די אומשטענדן, בפרט ווען מ'האלט נאך פארדעם.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 11:52 pm

דאס איז זיכער אז יעדע זאך וואס א מענטש טוט ברענגט מיט זיך א געוויסע ריסק

איך קען א אינגערמאן וואס האט געהאט גאר א גוטע דזשאב, געקויפט א הויז און פארלוירן זיין דזשאב פון איין טאג אויפן צווייטן

למעשה ווען מ'קויפט איז מען מער פארזיכערט מיטן הויז ווי דינגען מיטן תנאי אז מ'קען עס באצאלן

אויך דארף מען געדענקען אז די אלע עקספענסעס וואס אן אונער האט, האט אויך דער לענדלארד און רעכנט עס אריין אין די רענט סאו שפארן שפארט מען נישט מיטן דינגען

נאך א פוינט. איבעראל חוץ ביי היימישע אידן פליט מען סאך שנעלער פון די דירה אויב צאלט מען נישט די רענט ווי ווען די באנק פראסעסט די פארקלאודזשער

ס"ה
דארף מען נאר האבן גענוג געלט פארן דאון פעימענט און עכט האבן אן עמערזשענסי פלאן (נישט די שטותים וואס מ'ווייזט פאר די באנק) און קויפן לוינט זיך

טאמער האט מען נישט. גרייט מען זיך פאר טראבל
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:36 am

כ'האב צוגעלייגט נומערן צו אייערע פאראגראפן עס צו קענען אדרעסירן איינס ביי איינס אן דארפן קוואוטן יעדע שטיקל באזונדער:

הענדימען האט געשריבן:1) דאס איז זיכער אז יעדע זאך וואס א מענטש טוט ברענגט מיט זיך א געוויסע ריסק

2) איך קען א אינגערמאן וואס האט געהאט גאר א גוטע דזשאב, געקויפט א הויז און פארלוירן זיין דזשאב פון איין טאג אויפן צווייטן

3) למעשה ווען מ'קויפט איז מען מער פארזיכערט מיטן הויז ווי דינגען מיטן תנאי אז מ'קען עס באצאלן

4) אויך דארף מען געדענקען אז די אלע עקספענסעס וואס אן אונער האט, האט אויך דער לענדלארד און רעכנט עס אריין אין די רענט סאו שפארן שפארט מען נישט מיטן דינגען

5) נאך א פוינט. איבעראל חוץ ביי היימישע אידן פליט מען סאך שנעלער פון די דירה אויב צאלט מען נישט די רענט ווי ווען די באנק פראסעסט די פארקלאודזשער

6) ס"ה
דארף מען נאר האבן גענוג געלט פארן דאון פעימענט און עכט האבן אן עמערזשענסי פלאן (נישט די שטותים וואס מ'ווייזט פאר די באנק) און קויפן לוינט זיך

7) טאמער האט מען נישט. גרייט מען זיך פאר טראבל


1) ריכטיג.

2) ה"י, דאס אידאך דער שפיץ פין די ריסק וואס מ'רעדט.

3) ס'איז אוואי דא אזא קאנסעפט, אבער וואס איז די שאנס אז מ'זאל שפורן דעם חילוק? און וויפיל דארף מען זיין גרייט צו צאלן דערפאר? מ'דארף אלעמאל זיין ריזאנעבל און וויסן אויב ס'לוינט און מ'קען עפארדן די פרייז.

4) כ'פארשטיי אז מסברא איז דאס אייער פוינט אוו וויא, אבער ס'איז פאקטיש נישט אזוי (כ'מיין אז ממש חוץ באופן יוצא מן הכלל) כ'האב נישט יעצט קיין געדולד אריינצוגיין אין קיין אריכות פארוואס דאס איז אזוי (ס'האט עטליכע סיבות), אבער באופן כללי איז רענט ביליגער. אדרבה גיי ארויס אין גאס און טשעק עס אויס.

5) נו, מ'רעדט דאך דא פין היימישע אידן...

6) אויב מ'האט און ס'לוינט זיך, אוודאי זאל מען קויפן.

7) פשוט אזוי.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט