די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:56 am

פערספעקטיוו האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:פראביר Box ,Dropbox ,Google Drive והמסתעף, והכל על מקומו יעלה בשלום.


http://bit.ly/2DP3CPx

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

balkishron
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » דינסטאג פאברואר 19, 2019 9:02 am

פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
כ'האב נישט פארשטאנען די קשיא. קענסט עס ביטע בעסער מסביר זיין?

Let me explain me better, I'm working at a S Corp and end of the year Dec 31, 2018 I'm taking a K1 of let's say 90k so basically through out the year I personally didnt had any income but the end of the year filing the k1 I see that I have now money but no income, now in Jan 2019 am I eligible for Medicade. Because I dont have as of now income might be next year the end of the year I'll make again 90k


כ'האב דיר גע'תשובה'ט אין אישית.

It won't work..


לא הבנתי. בכל אופן, ס'איז לייכטער ממשיך צו זיין אן אישית-שמועס בתוך האישי.

אפשר קענסטו מיר אישין די תשובה איך האב אן ענדלעכע שאלה
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:29 pm

ווילסט אישי'ן די שאלה?

__

שקויעך, מענטשן, פאר'ן חיזוק און די קאמפלימענטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 7:49 pm

קען מען באקומען א מארטגעדזש פאר א קאו-אפ?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:15 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קען מען באקומען א מארטגעדזש פאר א קאו-אפ?

די קורצע ענטפער איז יא. פארהאן כמה בענק וועלכע טוהן דאס.
די פעיפערווארק איז ענליך צו א קאַנדאָ, נאר פיל מער קאמפליצירט.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Approval / Conditional Approval / Denial

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 6:28 pm

אלע דריי ווערטער – וואס פארטייטשן זיך אויף אידיש (כפי סדר החתימות ואין מוקדם ומאוחר וגו'): באשטעטיגונג, באשטעטיגונג על תנאי, און צוריקווייזונג – רעדן פונעם מארטגעדזש-פייל און זענען פסקים וואס קומען פונעם אָנדערייטער. דער אנדערייטער איז דער וואס באשליסט איבער'ן גורל פונעם מארטגעדזש, צי ער זאל יא אדער נישט געגעבן ווערן פאר'ן אפּליקאנט, און די דרייערליי פסקים דעקן אלע היכי תמצא'ס.

'אפּרואוועל' מיינט, אז דער מארטגעדזש איז באשטעטיגט געווארן. דער אנדערייטער האט גרונטליך דורכגעקוקט און אנאליזירט דעם פייל על כל פרטיו ודקדוקיו און נישט געפונען דערין קיין איינציגן מום אדער חסרון. פסק: תמים, גאנץ אָן קיין פעלער. דער איד האט זוכה געווען בדין און ס'געלט קען אריבערגעפירט ווערן צום אים ברוב פאר והדר.

דער צווייטער סארט פסק, 'קאַנדישאָנעל אפּרואוועל', מיינט אז דער מארטגעדזש איז באשטעטיגט געווארן, אבער מיט תנאים צוגעשטעפעט פון דער זייט. דער אנדערייטער רעכנט אויס פארשידענע זאכן וואס דער אפליקאנט דארף צושטעלן, כדי דער 'זכה לו' זאל ארויסשפאצירן מן הכח אריין טיף אל הפועל. אויף אידיש: באקומסט דעם מארטגעדזש, אבער צוערשט שטעל צו אלף, בית, גימל. (ברעעעענגט; ברענגט די גאולה, איי איי איי!)

וואס, למשל? קען זיין איינע אדער מערערע פון צענדליגער על-גבי צענדליגער זאכן – אנגעהויבן פון קלייניגקייטן און נאך קלענערס, ביז ערנסטע ענינים וואס האבן שייכות מיט די יסודות הדברים אויף וועמענס סמך דער ענדגילטיגער פסק וועט ארויסגעטראגן ווערן. עס קען זיין א קליין פרט'עלע אבער אויך א יסוד די גרויס פון א הר ההר.

'דענייעל' (אויף קיין שום איד געדאכט) איז די סטרא אחרא פון 'אפרואוועל' און איז א גראדער, טרוקענער ניין.

די עקסטרעמען, אפרואוועל און דענייעל, זענען מער זעלטענע תשובות. אין רוב-רובם פאלן וועט דער ענטפער פונעם אנדערייטער זיין א קאנדישאנעל אפרואוועל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – HELOC

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:58 pm

א 'הילאַק' (ראשי תיבות פון 'האָום עקוואַוטי ליין אָוו קרעדיט') איז א נאענטער שכן, כמעט א ברודער, מיט א קעש אַוט ריפיינענס. א הילאַק , פונקט ווי א ריפיינענס, ניצט דעם עודף שווה כסף פונעם הויז איבער'ן סכום מארטגעדזש וואס מ'איז שולדיג פאר דער באנק, און מען בארגט פריש געלט קעגן דער אומבאניצטן ווערט.

לאמיר זאגן אז איך בין שולדיג פאר דער באנק 300-טויזנט דאלאר; מיין הויז איז אבער ווערט 400-טויזנט. דאס הויז בלייבט טאקע פאר'משכונ'ט פאר דער באנק, אבער בלויז דער חלק ווערט וויפיל מיין מארטגעדזש-חוב באטרעפט. דער רעשט, וואס באטרעפט אין אונזער משל הונדערט-טויזנט דאלאר, איז באפרייט פונעם עול המארטגעדזש. יענץ שוויות באלאנגט כל-כולו צו מיר, און איך האב די ברירה אויסצומעלקן דאס געלט פונעם שווה כסף שבתוך הבית. אויף אידיש מיינט דאס אז איך האב א ברירה ארויסצונעמען א פרישן מארטגעדזש אויף הונדערט-טויזנט דאלאר.

ביז אהער איז נוגע ביידן, הילאַק און קעש אַוט ריפיינענס. פון דא און ווייטער גייען די צוויי זיך צעטיילן און גיין זייערע באזונדערע וועגן. פון קעש אַוט ריפיינענס האבן מיר דאך שוין פריער געשמועסט. מיט א הילאַק באשטעטיגט די באנק אז דו קענסט ארויסנעמען געלט קעגן דעם אומגעניצטן עקוואוטי פונעם הויז, אבער אנשטאט ארויסנעמען דאס געלט, באקומסטו דער באנק אן אפענע קרעדיט צינור אויף יענעם באטרעפנדן סכום, וואס דו קענסט ניצן, אינגאנצן צו א חלק.

אין תמצית, ווען דו מאכסט א הילאַק נעמסטו נישט דאס געלט, נאר באקומסט אזא כמו קרעדיט קארטל: כך וכך קרעדיט ביז וויפיל דו קענסט ניצן אויפאמאל, און דו באצאלסט נאר וויפיל דו ניצט.

אם נפשך לומר, וואוינט הילאַק בין-השמשות, בשעה שהיא לא ריפיינענס ולא קרעדיט קארטל, אבער יא אביסל דאס, אביסל יענץ. (זעסט, ניטאמאל צו זיין שכן ביי דער נעקסטער טיר, חכמת יוונית, איז ער גלייך: יענע טאר מען נישט אנרירן, אבער א הילאַק איז געהעריג מותר לכתחילה. גיי פארשטיי דעם אויבער-חכם.)

צדדים לכאן ולכאן
דאס, ארויסנעמען געלט נאר ווען כ'דארף, איז איין אייגנשאפט פון א הילאַק. נאך א וויכטיגער חילוק, איז די ראטע, דער אינטערעסט רעיט, וואס איז ביי א הילאַק נישט פארגליווערט, נאר טוישט זיך לויט'ן מצב פונעם מארקעט. דאס מיינט אז ס'איז שווערער צו מאכן א קאנקרעטן חשבון לגבי בארגן געלט פון א הילאק, וויבאלד ס'איז יתכן אז טראץ דעם וואס לויט ווי די אינטערעסט רעיטס שטייען יעצט איז ארויסנעמען געלט א גוט געשעפט, וועט דאס בילד אויסזען אנדערש ווען ס'וועט קומען צו באצאלן.

פון דער אנדערער זייט, קומט א הילאַק מיט דער מעלה פון ווייניג, אדער בכלל נישט קיין קלאוזינג קאסטן –- וואס א קעש אַוט ריפיינענס וועט יא האבן.

הילאַקס האבן א גרויסן חסרון, אז די באנק האט א ברירה אפצוהאקן דעם 'ליין אוו קרעדיט' פון איין מינוט אויף דער צווייטער. אנדערש ווי א קעש אַוט ריפיינענס, ביי וועלכן דו נעמט ארויס דעם גאנצן סכום, באקומסטו מיט א הילאַק בלויז די מעגליכקייט ארויסצונעמען געלט. די באנק בלייבט ובכן מיט דער מעגליכקייט פון צוריקציען און פארמאכן דעם קראן.

בענק טוען עס, און זיי מוזן ניטאמאל אנגעבן קיין סיבה פארוואס. נזרקה מפי החבורה אן עובדא פון א יונגערמאן, וועלכער האט קעגן אזא הילאַק אויסגעשריבן א טשעק אויף א גרעסערן סכום, און דער טשעק איז דורך א שבירת הכלים און געקראכט. וואס איז געשען? ווען יענער טשעק איז אנגעקומען צו דער באנק וואס האט יענעם געגעבן דעם הילאַק , האט זי געכאפט א שנעלן בליק אויף יענעמס קרעדיט טעטיגקייטן. ס'איז דער באנק נישט געפאָלן וויפיל ער האט אין יענער תקופה געניצט פון זיינע קרעדיט קארטלעך, און האבן דארט אויפ'ן פלאץ באשלאסן צו פארמאכן דעם קראן.

פארט, איז דער פאקט אז דו פארמאגסט א סכום געלט אין באנק, און צאלסט נישט דערפאר נאר אויב און וויפיל דו ניצט, א גוטע זייט וואס א הילאַק האט איבער א קעש אַוט ריפיינענס.

למעשה? הכל לפי הענין והמצב. רעד עס דורך מיט א מארטגעדזש אדווייזאר, וועלכער וועט דיר העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט