די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Escrow

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:33 am

אן 'עסקראָו' איז א בחינה פון א 'שליש' אין דער דין-תורה וועלט. דאס איז אזא דריטער, ביי וועמען צוויי צדדים, אדער איין צד וואס פארהאנדלט מיט א בא-בטענה, לייגן איין געלט ביי עמיצן, וואס האלט עס ביז ס'ווערט קלאר וואוהין און צו וועמען דאס געלט דארף גיין.

ביי א מארטגעדזש, עפנט עפנט די באנק אן עסקראו אקאונט, וואו זי שטעלט יעדן חודש אריין א סכום געלט, וואס גייט פאר פראפערטי שטייערן און הויז-אינשורענס. די חודש'ליכע מארטגעדזש-סטעיטמענטס נעמען אריין די דאזיגע צוויי הוצאות אין צוגאב צום אייגנטליכן מארטגעדזש פעימענט. אהין לייגט די באנק אריין דעם חלק פונעם מארטגעדזש-ביל, וואס קומט דעקן די צוויי אויסגאבן, און בבוא העת, ווען די שטאט-קאסע ווערט הונגעריג און די חברה ביים שיסל לאזן זיך ארויס איינקאסירן שטייערן, נעמט די באנק ארויס דעם געפאדערטן סכום פונעם עסקראו און באצאלט דערמיט דעם שטייער-התחייבות.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Fannie Mae / Freddie Mac

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 12:34 pm

'פעני מעי' און 'פרעדי מעק' זענען צוויי ריזיגע אינסטיטוציעס, וואס קויפן אפ מארטגעדזשעס פון די בענק וואס בארגן דאס פאר מענטשן.

די צוויי פינאנציעלע ריזן (אינאיינעם מיט זייערע קאמפליצירטע נעמען) זענען געגרינדעט געווארן דורך דער פעדעראלער רעגירונג אין די 1930ער יארן. דער ציל מיט 'פעני מעי' און 'פרעדי מעק' איז געווען, צו פארלייכטערן צו באקומען א מארטגעדזש, דורכ'ן פארזיכערן די בענק אז דאס אויסגעבארגט געלט קומט שנעל צוריק צו זייערע קעשענעס.

דאס הייסט אזוי. ווען א באנק גיט עמיצן א מארטגעדזש-הלוואה, האט זי אין אנדערע ווערטער איינגעשפארט יענעם סכום געלט אין אזא ריווח-תפיסה, וואו עס בלייבט זיצן ביז דער לווה ענדיגט באצאלן דעם חוב. יא, די באנק וועט ארויסגיין מיט ריווח פון דעם עסק; למעשה פארלירט די באנק דעם צוטריט צום געלט דורכאויס דער הלוואה-תקופה. בפועל מיינט עס, אז יעדער מארטגעדזש שרינקט דער באנק'ס געלט-זאפּאס און נאך עטליכע גרעסערע מארטגעדזשעס בלייבט די באנק אן דער מעגליכקייט ארויסצוגעבן פרישע הלוואות.

והיה העולם שמם און די מארטגעדזש-גאס איז געווען שיטער ווי א רשות היחיד בימות הגשמים, מיט אזויפיל עוברים ושבים ווי א שעה נאכ'ן זמן הדלקת נרות חנוכה. אזוי איז געווען (און אין א היפשן זין געבליבן ביז היינט) דער מצב אין רוב וועלט דעמאלט, אין די צייטן צווישן ביידע וועלט-מלחמות, נאכ'ן גרויסן פינאנציעלן קראך פון די צוואנציגער יארן און פאר היטלער האט זיך ארויסגעלאזט אויף זיין רציחה-געיעג.

איז געקומען דער פעטער הגדול והנורא און זיך אוועקגעזעצט מיט זיינע יועצים טראכטן און פלאנען איבער א מהלך, וויאזוי צו געבן דעם האוזינג-מארקעט אזא פלאמפייערדיגן שטויס, אז יענער זאל זיך נעמען קוילערן אויף כח און מיטשלעפן די גאנצע עקאנאמיע.

וואס איז געווען די עצה? מ'גייט בויען פיתום ורעמסס – גרויסע מעכטיגע פינאנציעלע בנינים, וועמענס אויפגאבע אויף דער וועלט זאל זיין זיכער צו מאכן אז בענק בלייבן אייביג מיט גענוג געלט ארויסצוגעבן הלוואות אויף רעכטס און לינקס.

דעמאלט זענען געבוירן געווארן די צוויי שיינע אידן, Fannie Mae און Freddie Mac, וואס האבן ארויסגעלאזט א קול אין דער מחנה אזוי צו זאגן: יעדע באנק וואס האט געגעבן א מארטגעדזש זאל קומען צו אונז, און מיר וועלן אפקויפן די הלוואה. מיר וועלן אייך באצאלן דאס געלט פונעם מארטגעדזש, פּלוס א פּראפיט, און מיר וועלן זיך שוין אפגעבן מיט די הלוואות – זיי שיין מסדר זיין און ארויסשטעלן אויפ'ן סטאק מארקעט, וואו אינוועסטארס וועלן זיך איינהאנדלען חלקים אינעם מארטגעדזש-פעקעלע און די רווחים וואס די חודש'ליכע צאלונגען פון די בארגערס וועלן ברענגען.

דעמאלט איז אין די פאראייניגטע שטאטן נולד געווארן א נייער באגריף, בעצם א נייע סארט 'סחורה' ומארטגעדזש שמה, וואס מען קען קויפן און פארקויפן. אנדערש ווי ביז אהין, ווען א מארטגעדזש האט געמיינט גענוי דאס זעלבע ווי א הלוואה אויף ריבית, זענען מארטגעדזשעס מגלגול געווארן אין א יצור-נברא וואס באשטייט פון א חלק כסף, א חלק שווה-כסף, א שטיקל מסחר, און א טייל שפעקולאציע.

אבער דער עיקר חידוש למעשה איז געווען אז די בענק האבן יעצט געהאט געלט בשפע און אנגעהויבן טיילן מארטגעדזשעס גרינג און אין גרויסן.
לעצט פאראכטן דורך פערספעקטיוו אום מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 1:05 pm

טא פערספעקטיוו, אר אטהער עקטיוויסט, שיחי'

איך בין צידרייט נייגעריג אלעס אדורך ציליינען, אבל דא עקא, איך בין אינטערשטעליג מיט אפאר בלאט, ביטע, אויב אפשר מעגליך, איך בעטעך אזוי שיין, אויב ס'שייך, איך מיין ממש נאר אויב ס'פאסיבעל צי מאכן א פי די עף, פונעם גאנצן מאחארייקע.

שכח פון פאראויס. איך מיין ציזאגן תודה מראש. א דאנקע שיין פון פריוויאס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:54 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:טא פערספעקטיוו, אר אטהער עקטיוויסט, שיחי'

איך בין צידרייט נייגעריג אלעס אדורך ציליינען, אבל דא עקא, איך בין אינטערשטעליג מיט אפאר בלאט, ביטע, אויב אפשר מעגליך, איך בעטעך אזוי שיין, אויב ס'שייך, איך מיין ממש נאר אויב ס'פאסיבעל צי מאכן א פי די עף, פונעם גאנצן מאחארייקע.

שכח פון פאראויס. איך מיין ציזאגן תודה מראש. א דאנקע שיין פון פריוויאס.


:grin: ;l;p-

בעז"ה. כ'וועל עס מאכן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:13 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:טא פערספעקטיוו, אר אטהער עקטיוויסט, שיחי'

איך בין צידרייט נייגעריג אלעס אדורך ציליינען, אבל דא עקא, איך בין אינטערשטעליג מיט אפאר בלאט, ביטע, אויב אפשר מעגליך, איך בעטעך אזוי שיין, אויב ס'שייך, איך מיין ממש נאר אויב ס'פאסיבעל צי מאכן א פי די עף, פונעם גאנצן מאחארייקע.

שכח פון פאראויס. איך מיין ציזאגן תודה מראש. א דאנקע שיין פון פריוויאס.

גא"ם א דאנק

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:38 am

Hi,

For starters, I very much enjoy your articles on ivelt.

Now I have a question, let's say I take a mortgage and paying monthly back interest and principal however what would be if I decide to put in 100k next year will the bank recognize the 100k to pay off the principal balance?

I'm talking mortgage for primary house. Not Commercial
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג ינואר 01, 2019 12:06 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:'פעני מעי' און 'פרעדי מעק' זענען צוויי ריזיגע אינסטיטוציעס, וואס קויפן אפ מארטגעדזשעס פון די בענק וואס בארגן דאס פאר מענטשן.

דעמאלט זענען געבוירן געווארן די צוויי שיינע אידן, Fannie Mae און Freddie Mac, וואס האבן ארויסגעלאזט א קול אין דער מחנה אזוי צו זאגן: יעדע באנק וואס האט געגעבן א מארטגעדזש זאל קומען צו אונז, און מיר וועלן אפקויפן די הלוואה. מיר וועלן אייך באצאלן דאס געלט פונעם מארטגעדזש, פּלוס א פּראפיט, און מיר וועלן זיך שוין אפגעבן מיט די הלוואות – זיי שיין מסדר זיין און ארויסשטעלן אויפ'ן סטאק מארקעט, וואו אינוועסטארס וועלן זיך איינהאנדלען חלקים אינעם מארטגעדזש-פעקעלע און די רווחים וואס די חודש'ליכע צאלונגען פון די בארגערס וועלן ברענגען.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט. איך האב שוין אמאל געהאט אז אזוי שנעל ווי געציילטע טעג נאכן קלאוזען איז שוין פעני מעי געווען בעלבאס אויף מיין מארטגעטש.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג ינואר 01, 2019 12:56 pm

דל גאה האט געשריבן:Hi,

For starters, I very much enjoy your articles on ivelt.

Now I have a question, let's say I take a mortgage and paying monthly back interest and principal however what would be if I decide to put in 100k next year will the bank recognize the 100k to pay off the principal balance?

I'm talking mortgage for primary house. Not Commercial

עס גייט אראפקנאקן 100 אלפים פון דיין באלאנס. דיינע חודש'ליכע פעימענטס וועלן בלייבן די זעלבע ביזן לעצטן פעימענט, אבער וויבאלד א גרעסערע חלק פונעם פעימענט וועט פון דאן און ווייטער גיין פארן קרן ווי פאר אינטערעסט, (ווייל די הלוואה איז דאך איצט מיט 100k קלענער), וועט די מארטגעדזש ווערן אפגעצאלט אסאך פריער.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך ינואר 02, 2019 9:07 am

מונאוויטש האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:Hi,

For starters, I very much enjoy your articles on ivelt.

Now I have a question, let's say I take a mortgage and paying monthly back interest and principal however what would be if I decide to put in 100k next year will the bank recognize the 100k to pay off the principal balance?

I'm talking mortgage for primary house. Not Commercial

עס גייט אראפקנאקן 100 אלפים פון דיין באלאנס. דיינע חודש'ליכע פעימענטס וועלן בלייבן די זעלבע ביזן לעצטן פעימענט, אבער וויבאלד א גרעסערע חלק פונעם פעימענט וועט פון דאן און ווייטער גיין פארן קרן ווי פאר אינטערעסט, (ווייל די הלוואה איז דאך איצט מיט 100k קלענער), וועט די מארטגעדזש ווערן אפגעצאלט אסאך פריער.

וועט אבער די אינטערעסט נישט ווערן ווייניגער?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 02, 2019 10:29 am

יא יא, און די פרינצעבעל וועט פארנעמען א גרעסערן ארט אין די פעימענט, און דאס איז די סיבה פארוואס די מארגעטש וועט זיך אויסצאלן פיל פריער. אבער ווי געשמועסט טוישט זיך נישט די פעימענט אמאונט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:21 am

ווייסעכניש צו ר' (הרב?) יאצמעך רעדט צו מיר

טאמער יא. פארשטייעך נישט וואס דו האסט געזאגט

ווען איך בארג 200 אלפים פאר 30 יאר מיט א 6 אינטערעסט רעיט (נאר א משל) קומט אויס אז:
די חודש'ליכע פעימענט גייט זיין 1,199
ס"ה אינטערעסט פארן גאנצן מארטגעדזש 231,676
ס"ה מארטגעדזש 431,676
און די אינטערעסט פאר ערשטן חודש קומט אויס פונקטליך 1,000

יעצט לאמיר זאגן אז ביים ערשטן חודש מאל איך א פעימענט פון 100,000 אנשטאט די 1,199

איך פארשטיי אז די פעימענט וועט בלייבן 1,199

מיין שאלה איז. האב איך נאר אראפגענומען 100,000 פון 431,676 און מיין באלאנס איז יעצט 331,676 אדער ווערט מיין אינטערעסט אויך געשניטן אויף האלב?

שאלה נאמבער 2:
האבעך גענוג קלאר מסביר געווען מיין שאלה?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך ינואר 02, 2019 12:28 pm

די מארטגעדזש פעימענטס זענען אויסגעשטעלט אז יעדע חודש צאלסטו א צוועלפטל פון דיין אינטערעסט ראטע אויפן "איצטיגן" באלאנס, און דאס איבעריגע חלק פונעם פעימענט גייט אפצוצאלן די קרן. די ערשטע חודש, ווען די הלוואה איז גאר גרויס, צאלסטו די עיקר אינטערעסט און אביסל פארן קרן, די צווייטע חודש - ווען די באלאנס איז אביסל קלענער - אביסל ווינציגער אינטערעסט און אביסל מער קרן, אא"וו.

אלזא, ווען דו ווארפסט אריין א הונדערטער נאכן ערשטן פעימענט און דער באלאנס ווערט געשניטן אין האלב, ווערט די אינטערעסט חלק פון אלע צוקונפטיגע פעימענטס אויך זיין פיל קלענער. אבער היות א מארטגעדזש פעימענט בלייבט אלץ די זעלבע, וועט די מהיום והלאה די קרן קריגן א גרעסערע חלק פון די פעימענט; והנה, די לאון וועט ווערן אפגעצאלט פיל פריער.

און אנדערע ווערטער, די פעימענט איז 'פיקסד', אבער די לאון איז לעבעדיג די גאנצע צייט. און ווען צאלסט אריין אזא גרויס סכום פארן קרן, ריקסטו דיך פראנאויס מיט (לאמיר זאגן) 21 יאר, און די גאנצע ריבית וואס דו האסט געדארפט צאלן די אלע יארן בלייבט אין דיין קעשענע.

פעימענט | קרן/אינטערעסט (באלאנס)
1) ($200,000)
2) חודש 1 - $1,199 | $199/$1,000 ($199,801)
3) חודש 2 - $1,199 | $200/$999 ($199,601)

איצט קוק וואס פאסירט ווען די צאלסט אריין אן עקסטערן מאה נאכן ערשטן פעימענט.

פעימענט | קרן/אינטערעסט (באלאנס)
1) ($200,000)
2) חודש 1 - $1,199 | $199/$1,000 ($199,801)
3) אייגענע פעימענט: $100,000 | $100,000/$0 ($99,801)
4) חודש 2 - $1,199 | $700/$499 ($99,101)
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

דור ודורשיו
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:40 pm

תגובהדורך דור ודורשיו » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:10 pm

Usually the payment is fixed, so early payments will only affect the term of the mortgage (and the total interest paid), but some banks offer a possibility of “recasting” a mortgage so when you pay a big lump sum they will adjust the payment to become lower (the interest rate and term will stay the same)
Check out this link:
https://www.realtor.com/advice/finance/ ... -mortgage/
credit: Nathan Perlstein

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » מיטוואך ינואר 02, 2019 2:21 pm

מונאוויטש האט געשריבן:די מארטגעדזש פעימענטס זענען אויסגעשטעלט אז יעדע חודש צאלסטו א צוועלפטל פון דיין אינטערעסט ראטע אויפן "איצטיגן" באלאנס, און דאס איבעריגע חלק פונעם פעימענט גייט אפצוצאלן די קרן. די ערשטע חודש, ווען די הלוואה איז גאר גרויס, צאלסטו די עיקר אינטערעסט און אביסל פארן קרן, די צווייטע חודש - ווען די באלאנס איז אביסל קלענער - אביסל ווינציגער אינטערעסט און אביסל מער קרן, אא"וו.

אלזא, ווען דו ווארפסט אריין א הונדערטער נאכן ערשטן פעימענט און דער באלאנס ווערט געשניטן אין האלב, ווערט די אינטערעסט חלק פון אלע צוקונפטיגע פעימענטס אויך זיין פיל קלענער. אבער היות א מארטגעדזש פעימענט בלייבט אלץ די זעלבע, וועט די מהיום והלאה די קרן קריגן א גרעסערע חלק פון די פעימענט; והנה, די לאון וועט ווערן אפגעצאלט פיל פריער.

און אנדערע ווערטער, די פעימענט איז 'פיקסד', אבער די לאון איז לעבעדיג די גאנצע צייט. און ווען צאלסט אריין אזא גרויס סכום פארן קרן, ריקסטו דיך פראנאויס מיט (לאמיר זאגן) 21 יאר, און די גאנצע ריבית וואס דו האסט געדארפט צאלן די אלע יארן בלייבט אין דיין קעשענע.

פעימענט | קרן/אינטערעסט (באלאנס)
1) ($200,000)
2) חודש 1 - $1,199 | $199/$1,000 ($199,801)
3) חודש 2 - $1,199 | $200/$999 ($199,601)

איצט קוק וואס פאסירט ווען די צאלסט אריין אן עקסטערן מאה נאכן ערשטן פעימענט.

פעימענט | קרן/אינטערעסט (באלאנס)
1) ($200,000)
2) חודש 1 - $1,199 | $199/$1,000 ($199,801)
3) אייגענע פעימענט: $100,000 | $100,000/$0 ($99,801)
4) חודש 2 - $1,199 | $700/$499 ($99,101)


א מחי' ווען דו 'מונאוויטש' קומסט אריין באוואפנט מיט דיינע ידיעות און כח ההסבר ;l;p-

אגב, זאגן די אַרקיסטן אז ס'איז יא פאראן עפעס א מהלך פון אריינצאלן אויך קעגן דעם אינטערעסט -- אז אויך די חודש'ליכע פעימענטס זאלן רעדוצירט ווערן, נישט נאר די יארן פונעם מארטגעדזש.

'דור ודורשיו', זע איך, דערמאנט נאך א באנק וואס האט אופנים ווען אזא זאך קען ארבעטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 12:59 am

א שעינעם דאנק פארן אויסקלארן

ליגט מיר עפעס אין קאפ אז געוויסע לענדערס לאזן דוקא נישט אויסצאלן פון פאראויס

ווייסט איינער וואס דאס איז. צו ס'עקזיסטירט נאך אזאנס?

איך האבעס געהערט בערך 15 יאר צוריק און קען זיין כ'בין זיך טועה
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 2:55 pm

דור ודורשיו האט געשריבן:Usually the payment is fixed, so early payments will only affect the term of the mortgage (and the total interest paid), but some banks offer a possibility of “recasting” a mortgage so when you pay a big lump sum they will adjust the payment to become lower (the interest rate and term will stay the same)
Check out this link:
https://www.realtor.com/advice/finance/ ... -mortgage/
credit: Nathan Perlstein


פערספעקטיוו האט געשריבן:אגב, זאגן די אַרקיסטן אז ס'איז יא פאראן עפעס א מהלך פון אריינצאלן אויך קעגן דעם אינטערעסט -- אז אויך די חודש'ליכע פעימענטס זאלן רעדוצירט ווערן, נישט נאר די יארן פונעם מארטגעדזש.

איר רעדט ביידע לכאורה פון די זעלבע זאך.
ריקעסטינג מיינט אנשטאט וואס מען זאל אריינצאלן די קרן (און אראפקלאפן יארן) און בלייבן מיט די זעלבע פעימענטס, וועט די באנק לאזן די טערמין אין פלאץ און ליבערשט רעדוצירן אלע צוקונפטיגע פעימענטס. פארשטייט זיך אז מיט די דאזיגע אפציע וועט מען צאל פיל מער אינטערעסט במשך די יארן.
(אכטונג, אז דאס איז נישט די דיפאלט. אויב דו האסט א איבריגע הונדערטער און דו ווילסט די דאזיגע אפציע, מאך זיכער צו פרעגן די באנק צו זיי אפערן די ריקעסטינג אפציע "פאר" דו צאלסט אריין. צוריק גייט א קאזע.)
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 4:25 pm

שמערלער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:טא פערספעקטיוו, אר אטהער עקטיוויסט, שיחי'

איך בין צידרייט נייגעריג אלעס אדורך ציליינען, אבל דא עקא, איך בין אינטערשטעליג מיט אפאר בלאט, ביטע, אויב אפשר מעגליך, איך בעטעך אזוי שיין, אויב ס'שייך, איך מיין ממש נאר אויב ס'פאסיבעל צי מאכן א פי די עף, פונעם גאנצן מאחארייקע.

שכח פון פאראויס. איך מיין ציזאגן תודה מראש. א דאנקע שיין פון פריוויאס.

גא"ם א דאנק


מיר קוקן אויך שטארק ארויס דערויף!

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 4:52 pm

הענדימען האט געשריבן:א שעינעם דאנק פארן אויסקלארן

ליגט מיר עפעס אין קאפ אז געוויסע לענדערס לאזן דוקא נישט אויסצאלן פון פאראויס

ווייסט איינער וואס דאס איז. צו ס'עקזיסטירט נאך אזאנס?

איך האבעס געהערט בערך 15 יאר צוריק און קען זיין כ'בין זיך טועה

געווענדלעך נאר קאמערשעל, ס'הייסט פרי פעימענט פענעלטי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג ינואר 04, 2019 1:14 am

יאצמעך האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:א שעינעם דאנק פארן אויסקלארן

ליגט מיר עפעס אין קאפ אז געוויסע לענדערס לאזן דוקא נישט אויסצאלן פון פאראויס

ווייסט איינער וואס דאס איז. צו ס'עקזיסטירט נאך אזאנס?

איך האבעס געהערט בערך 15 יאר צוריק און קען זיין כ'בין זיך טועה

געווענדלעך נאר קאמערשעל, ס'הייסט פרי פעימענט פענעלטי.

ישר כח פארן אויסקלארן

וואסי פשט?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » פרייטאג ינואר 04, 2019 1:30 pm

הענדימען האט געשריבן:א שעינעם דאנק פארן אויסקלארן

ליגט מיר עפעס אין קאפ אז געוויסע לענדערס לאזן דוקא נישט אויסצאלן פון פאראויס

ווייסט איינער וואס דאס איז. צו ס'עקזיסטירט נאך אזאנס?

איך האבעס געהערט בערך 15 יאר צוריק און קען זיין כ'בין זיך טועה


ס'פלעגט זיין, אבער שוין היינט נישטא ביי רעזידענשעל מארטגעדזשעס (אויסער ביי א 'ליין אוו קרעדיט').
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: איך קען רעכענען מיין פרוי'ס הכנסות פאר'ן מארטגעדזש?

תגובהדורך פערספעקטיוו » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:53 pm

יא – אויב זי איז אויך אויפ'ן אפליקעישאן. אויב די עקרת הבית שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש הבית, דעמאלט וועט די באנק רעכענען אירע הכנסות אינאיינעם מיט דיינס, דעם מאנ'ס.

ס'איז נישט דווקא די פרוי, נאר מיט יעדן וואס שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש. דער כלל איז, אז די פרטים פון יעדנ'ס נאמען וואס פיגורירט אויפ'ן אפליקעישאן שפילט א ראלע אינעם מארטגעדזש, אין ביידע, גוטע און נישט-גוטע ריכטונגען. עס מיינט אז יענער איז קא-אחראי אויפ'ן מארטגעדזש, און אויב דער לווה צאלט נישט, וועט זיך דער חסרון אפרופן אויך אויפ'ן מיט-אונטערשרייבער'ס קרעדיט.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: כ'באקום רעגירונגס-שטיצע. כ'קען באקומען א מארטגעדזש?

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:34 pm

יא, דו קענסט באקומען א מארטגעדזש אפילו אויב דו ביזט אנגעוויזן אויף שטיצע פון דער רעגירונג און באקומסט פון איר הילף.

ס'איז אמת אז די ברירות פון מארטגעדזש-פראגראמען זענען מעגליך מער באגרעניצט, און עמיצער וועמען די אומשטענדן באפרייען יא פון אנגעוויזנקייט אויף דער רעגירונג האט ברייטערע מעגליכקייטן און מער אפציעס; באקומען א מארטגעדזש, בכל אופן, קען מען.

(כאפ א שמועס מיט א Mortgage Advisor איבער די שריט וואס דו קענסט טאן צו האבן בעסערע מעגליכקייטן און מער אפציעס.)
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: כ'האב א שוואכן קרעדיט סקאר. איז פשט אז כ'וועל באקומען א העכערן אינטערעסט רעיט?

תגובהדורך פערספעקטיוו » פרייטאג ינואר 11, 2019 12:41 pm

א שוואכער קרעדיט סקאר וועט בדרך כלל פירן צו א העכערן אינטערעסט רעיט. ('אינטערעסט רעיט' איז איינער, הגם נישט דער איינציגסטער, פאקטאר לגבי וויפיל די מארטגעדזש-פעימענטס וועלן באטרעפן.)

דארף מען דאך לכאורה פארשטיין דאס שייכות פון איינעם צום צווייטן: ווייל איך האב א קרעדיט סקאר וואס איז לצערי נידעריגער ווי אנדערע אין זיין יארגאנג, קומט זיך מיר דווקא א העכערן ריבית-ציפער? וואס איז שמיטה'ן איינגעפאלן זיך צו באזעצן נעבן דעם בארג סיני?

לאמירזשע אפירנעמען דעם בעל דברים דידן און אים אליין פרעגן. נאר כדי דער שמועס זאל קענען צושטאנד קומען, וועלן מיר זיך אריבערכאפן קיין פרשת בלק און אויסבארגן פון יענעם בייזן כישוף-מאכער'ס אייזל די קונץ פון עפענען א מויל, דארט וואו קיין כח הדיבור איז נאטירליך נישט פאראן. (נאדיר, באנק, א בינטל דיבור. יעצט זיי זיך פותח את פיך און ענטפער, שיין און מיט איינזעעניש, אויף יענעמס פראגע.)

ונשא משלינו ונאמר: זאג נאר, באנק לעבן, על מה ולמה האסטו באשלאסן ארויפצוריקן דעם אינטערעסט-רעיט העכער ווי דעם צווייטנס?

ותפתח הבאנק את פי האתון ותאמר: "קוק אהער. יעדעס מאל וואס איך בארג עמיצן געלט, קומט מיט א געוויסע מאס ריזיקע אז יענער וועט דעם חוב נישט באצאלן און ס'געלט וועט נישט צוריקקומען. איך באָרג געלט, אבער נישט לשם מצוה. (מיר, מיטגלידערס פונעם מין דומם, זענען נישט מחוייב במצוות.) איך בין אין ביזנעס און מיין ביזנעס באשטייט פון בארגן געלט לשם ריווח. ס'איז דא, ילוד אשה טייערער, א כלל אז אויב איך נעם אונטער א ריזיקע, דערווארט איך צו האבן עפעס דערפון. אנדערש האב איך נישט קיין סיבה אונטערצונעמען די ריזיקע. מסכים?

"לאמיר יעצט צוקומען צו אונז – דהיינו, איך, רעדנדיגער באנק, און דו, באמארטגעדזשטער בשם ודם. ס'זענען פאראן גענוג מענטשן דיינס גלייכן וואס קומען צו מיר פאר הלוואות. א סך פון זיי האבן גוטע צי בעסערע קרעדיט סקאָרס. א קרעדיט סקאר דערציילט מיר אביסל וועגן דיינע פינאנצן און פינאנציעלע רגילות'ן. (כ'האב טאקע געבארגט דיבור פונעם אייזל, אבער שכל האב איך ווי א באנקיר – שטעל זיך פאָר!) וואס בעסער די פינאנציעלע ענינים זענען מסודר, אלץ העכער איז דער סקאר.

"נעם עס נישט, טייערער בן אדם, פערזענליך, אבער דיין סקאר זאגט מיר אז דער כללית'דיגער מצב מיט דיינע חובות און באצאלן אין צייט איז נישט – נו, וויאזוי זאגט מען – כולו זכאי. דאס מיינט – און נאכאמאל, כ'רעד סטריקטלי ביזנעס – אז ווען איך בארג דיר געלט, איז די ריזיקע אז עפעס זאל נישט פארן גלאטיג דורכאויס דעם מארטגעדזש'ס לעבנסשפאן העכער ווי מיט א צווייטן, וועמענס רעקארד איז בעסער ווי דיינעם.

"לייג זיך יעצט אויף א רגע אריין אין מיינע באנקירישע שיך, (כ'זאג 'לייג זיך', ווייל טו נאר א קוק אויף מיינע שיך, וועסטו זען אז זיי פארמאגן גענוג פלאץ פאר א מענטש אויסגעשטרעקט אין דער גאנצער לענג.) און טראכט מיט מיר אינאיינעם: פארוואס זאל איך אינוועסטירן מיין געלט אין דיר, וואו ס'איז ווייניגער פארזיכערט, אין דער צייט וואס כ'קען עס אינוועסטירן אין א צווייטן, וואו דאס געלט און די רווחים פארן אויף פעסטע יסודות?

"די איינציגע סיבה וועט זיין, אויב איך וועל אויף עפעס אן אופן קאמפענסירט ווערן פאר דער העכערער ריזיקע. דהיינו, דער ריווח – דער ריבית – זאל זיין העכער.

"יעצט, ליבער מענטש, פארשטייסטו פארוואס איך, באנק, האב דיר, לווה, געגעבן א העכערן אינטערעסט רעיט? ס'איז נישט אז איך האב חלילה עפעס קעגן דיר; ס'איז נאר, אויף דעם אופן, לוינט זיך מיר, באנקיש-ביזנעס גערעדט, צו מאכן מיט דיר דאס מארטגעדזש געשעפט."

(טאטע אין הימל איז דאס געווען א לאנגע מענה לשון! גיי פארשטיי פארוואס די באנק האט נישט געקענט געבן די זעלבע תשובה אין איין ווארט. דאס געשעט ווען א מין נוקבא וואס שווייגט געווענליך באקומט אויפאמאל דאס יכולת צו רעדן!)
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516.

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » פרייטאג ינואר 11, 2019 1:33 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:יא – אויב זי איז אויך אויפ'ן אפליקעישאן. אויב די עקרת הבית שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש הבית, דעמאלט וועט די באנק רעכענען אירע הכנסות אינאיינעם מיט דיינס, דעם מאנ'ס.

ס'איז נישט דווקא די פרוי, נאר מיט יעדן וואס שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש. דער כלל איז, אז די פרטים פון יעדנ'ס נאמען וואס פיגורירט אויפ'ן אפליקעישאן שפילט א ראלע אינעם מארטגעדזש, אין ביידע, גוטע און נישט-גוטע ריכטונגען. עס מיינט אז יענער איז קא-אחראי אויפ'ן מארטגעדזש, און אויב דער לווה צאלט נישט, וועט זיך דער חסרון אפרופן אויך אויפ'ן מיט-אונטערשרייבער'ס קרעדיט.

Even though she has no credit or she has credit only buy one credit bureau which my mortgage broker told me that is not enough to be approved
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » פרייטאג ינואר 11, 2019 1:34 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:יא, דו קענסט באקומען א מארטגעדזש אפילו אויב דו ביזט אנגעוויזן אויף שטיצע פון דער רעגירונג און באקומסט פון איר הילף.

ס'איז אמת אז די ברירות פון מארטגעדזש-פראגראמען זענען מעגליך מער באגרעניצט, און עמיצער וועמען די אומשטענדן באפרייען יא פון אנגעוויזנקייט אויף דער רעגירונג האט ברייטערע מעגליכקייטן און מער אפציעס; באקומען א מארטגעדזש, בכל אופן, קען מען.

(כאפ א שמועס מיט א Mortgage Advisor איבער די שריט וואס דו קענסט טאן צו האבן בעסערע מעגליכקייטן און מער אפציעס.)

So let's say I am making on a 1099 $90,000 and I have Medicaid means that I can still stay on Medicaid in 2019 because it's only a 1099 which is vulnerable it's not something that I can stick to
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד, גיט, גראף פאטאצקי און 21 געסט