די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Title/Title Insurance

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 1:47 pm

'טייטל' איז א דאקומענט וואס זאגט עדות אז דאס הויז באלאנגט אינגאנצן צום באלעבוס, און אז קיינער האט נישט דערויף קיין טענות ותביעות, ווי אויך אז דאס הויז איז נישט פאר'משכונ'ט ערגעץ-וואו. 'טייטל אינשורענס' גאראנטירט ממש דאס, אז די אייגנטימערשאפט איז נישט געבינדן און אונטערגעווארפן אנדערע מענטשן אדער קערפערשאפטן.

דאס איז זייער א וויכטיגער פרט אינעם מקח-וממכר פון ריעל עסטעיט, און א באנק, וואס וויל זיך פארזיכערן מיט'ן הויז אלס משכון, וויל נישט געבן קיין מארטגעדזש איידער'ן קלאר מאכן אז קיינער אנדערש האט נישט קיין לעגאלע תביעות אויף דעם הויז.

און אפילו פאר זיך, דעם לוקח פונעם הויז, אליין לוינט נישט אריינצוקריכן אין א שטוב צו וועלכן א צווייטער האט א תביעה צום שליסל. שטעל זיך פאר, דו קויפסט א הויז און מיט עטליכע טעג נאכ'ן זיך אריינציען, קלאפט עמיצער אריין אין דער טיר.

"שלום עליכם," שטעקט יענער אויס א ליידיגע האנט און פירצוף מלא זויערקייט. "וויאזוי פילט זיך עס אזוי ביי מיר אין שטוב?"

"דהיינו?"

"דהיינו," קומט א קרום-ברים, נאכגעפאלגט מיט א דאקומענט. "נאדיר. לייען, וועט דיר ליכטיג ווערן פאר די אויגן (און פינסטער אין הארץ)."

שטעלט זיך ארויס, אז דער גאסט האט געמאכט דעם 'אינסולעישאן' פאר דעם הויז ביים געבויט ווערן, אבער איז קיינמאל נישט באצאלט געווארן. איז יענער געגאנגען (האפנטליך על פי הלכה) און ארויפגעשטעלט א lien, וואס איז משעבד דעם הויז צום בעל הטענה ביז דער חשבון ווערט אויסגעקלארט.

אין אנדערע ווערטער, דו, גראדער, ארנטליכער יונגערמאן, האסט געקויפט דאס הויז מיט אפגעשפארט (צי אויסגעבארגט) געלט, און דא, צווישן אויספאקן און חנוכת הבית, בשעה שיום ולילה משמשים בערבוביה, ווערסטו אויפאמאל געוואויר אז דיין אייגנטימערשאפט אויפ'ן שטיקל קרקע ליגט מיט איין פוס אין בלאטע און דער צווייטער פוס שאקלט זיך מגדל-הפורח-באויר'דיג צווישן הימל און ערד.

נישט קיין מהלך, אמת? (אמת.) און די באנק, אגב, מאכט דעם זעלבן חשבון: איך בארג געלט קעגן דעם הויז, מיט'ן חשבון אז אויב דער לווה באצאלט נישט דעם מארטגעדזש, וועל איך תובע זיין דעם חוב פונעם הויז – עס פארקויפן און נעמען דאס געלט פאר דער הלוואה. דארף איך דאך – מאכט זי, די באנק, זיך דעם חשבון – זיין זיכער אז כ'וועל טאקע קענען פארקויפן דאס הויז און נישט אז א דריטער זאל אונטערקומען מיט שלום-עלימכ'ס, זויערע גרימאסן, און צעטלעך און דאקומענטן, און א 'דהיינו' פאר קינוח סעודה.
לעצט פאראכטן דורך פערספעקטיוו אום דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 1:57 pm

yalah האט געשריבן:וועלעכע קעסטל אויף קולמע?


https://drive.google.com/open?id=1goNum ... sOaMZ7TfxH
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:10 pm

די מעריקאנע מארגעדזש מארקעט איז א טיילווייזע סקעם צוזאם מיטן האוזינג מארקעט. אויב וואלט די מארגעדזש געווען אן אמת'ע באנק הלואה אזויווי אין אנדערע לענדער, וואלט די אמעריקאנער 'דריעם' פון היים-אייגענטומערשאפט נישט געקאסט א האלב-מיליאן ולמעלה. אין כמעט אלע לענדער איז א דאך איבערן קאפ נישט קיין נכסים-עסטעיט. חוץ אין גרויסע פיינאנציעלע סיטי דיסטריקטס.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:18 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די מעריקאנע מארגעדזש מארקעט איז א טיילווייזע סקעם צוזאם מיטן האוזינג מארקעט. אויב וואלט די מארגעדזש געווען אן אמת'ע באנק הלואה אזויווי אין אנדערע לענדער, וואלט די אמעריקאנער 'דריעם' פון היים-אייגענטומערשאפט נישט געקאסט א האלב-מיליאן ולמעלה. אין כמעט אלע לענדער איז א דאך איבערן קאפ נישט קיין נכסים-עסטעיט. חוץ אין גרויסע פיינאנציעלע סיטי דיסטריקטס.

קום אריין קלאר, ביטע.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:49 pm

עס איז דא אסאך וואס צו רעדן אין די נושא, און עס איז בארירט געווארן עטוואס אינעם 'מאמענט' אין א באשרייבונג אויף 'ארק מארגעדזשעס'.

בקיצור איז דאס אזוי: אין אלע לענדער ארבייט א מארגעדזש אז די באנק געט ארויס די הלואה פון זייער אייגענע געלט. פון וואו האט די באנק די געלט? פון דיפאזיטס און סעיווינג אקאונטס. יעצט שטעלט אייך פאר אז איר זענט אן אייגענטומער פון א באנק וואס האלט דעפאזיטס, וואלט איר ריזיקירט ארויסצוגעבן אפילו איין מארגעדזש? בפשטות נישט. ווייל פאר די געציילטע פראצענט אינטרעסט וואס די מארגעדזש איז מער ווי די סעיווינגס אקאונטס, איז נישט ווערט די ריסק פון אנווערן די גאנצע קרן. נאר איינער זאל נישט באצאלן די קרן, איז ער אויס באנק.

דעריבער זענען די בענק אין אלע לענדער גאר פארזיכטיג, און עס איז טאקע גאר שווער צו באקומען א מארגעדזש, מען קען בלויז באקומען א 40 פראצענט מארגעדזש, און די רעיט איז נישט 'געלאקט' נאר וועריעבל, מען מוז פארדינען פיל מער וכו' וכו' אזוי ארום אז די בענק זענען זיכער אז מינימום 99% פון די קרן וואס גייט ארויס קומט טאקע צוריק.

און דערפאר איז די האוזינג מארקעט אין אלע לענדער פיל מער נאטורליך. אז דו ווילסט קויפן א הויז פון 500K, געזונטערהייט, האסט ביי דיר 300K אפגעשפארט איז אקעי. אין רעזולטאט קומט אויס אז בילדערס קענען נישט עביוזן קונים ביים בעטן א האלבע מעלאנע, ווייל זיי גייען דאס כמעט קיינמאל נישט באקומען. עס איז נישטא די באגריף אז א הויז איז א משכון וואס מ'צאלט אויסלייז-געלט פאר די רעסט אוו יור לייף. א הויז בלייבט וואס עס דארף באמת צו זיין: א לעבנס געברויך און גארנישט מער.

און מיט וואס איז אמעריקע אנדערש? 'פעני מעי' און 'פרעידי מעק' - ביינעזאם מיט די 'סטאק מארקעט' און היים-בויער וועלכע מאכן א לעבן אויפן חשבון פון די 1) שטייער-צאלער וועמענס געלט ווערט גענוצט צו גאראנטירן די מארגעדזש אינוועסטירער אויפן סעקאנדערי מארקעט. 2) היים-קויפער וועלכע צאלן געפעפערטע פרייזן, צוליב די איינע סיבה ווייל זיי גייען דאך קענען באצאלן די מארגעדזש אין די קומענדיגע 30 יאר.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:44 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז דא אסאך וואס צו רעדן אין די נושא, און עס איז בארירט געווארן עטוואס אינעם 'מאמענט' אין א באשרייבונג אויף 'ארק מארגעדזשעס'.

בקיצור איז דאס אזוי: אין אלע לענדער ארבייט א מארגעדזש אז די באנק געט ארויס די הלואה פון זייער אייגענע געלט. פון וואו האט די באנק די געלט? פון דיפאזיטס און סעיווינג אקאונטס. יעצט שטעלט אייך פאר אז איר זענט אן אייגענטומער פון א באנק וואס האלט דעפאזיטס, וואלט איר ריזיקירט ארויסצוגעבן אפילו איין מארגעדזש? בפשטות נישט. ווייל פאר די געציילטע פראצענט אינטרעסט וואס די מארגעדזש איז מער ווי די סעיווינגס אקאונטס, איז נישט ווערט די ריסק פון אנווערן די גאנצע קרן. נאר איינער זאל נישט באצאלן די קרן, איז ער אויס באנק.

דעריבער זענען די בענק אין אלע לענדער גאר פארזיכטיג, און עס איז טאקע גאר שווער צו באקומען א מארגעדזש, מען קען בלויז באקומען א 40 פראצענט מארגעדזש, און די רעיט איז נישט 'געלאקט' נאר וועריעבל, מען מוז פארדינען פיל מער וכו' וכו' אזוי ארום אז די בענק זענען זיכער אז מינימום 99% פון די קרן וואס גייט ארויס קומט טאקע צוריק.

און דערפאר איז די האוזינג מארקעט אין אלע לענדער פיל מער נאטורליך. אז דו ווילסט קויפן א הויז פון 500K, געזונטערהייט, האסט ביי דיר 300K אפגעשפארט איז אקעי. אין רעזולטאט קומט אויס אז בילדערס קענען נישט עביוזן קונים ביים בעטן א האלבע מעלאנע, ווייל זיי גייען דאס כמעט קיינמאל נישט באקומען. עס איז נישטא די באגריף אז א הויז איז א משכון וואס מ'צאלט אויסלייז-געלט פאר די רעסט אוו יור לייף. א הויז בלייבט וואס עס דארף באמת צו זיין: א לעבנס געברויך און גארנישט מער.

און מיט וואס איז אמעריקע אנדערש? 'פעני מעי' און 'פרעידי מעק' - ביינעזאם מיט די 'סטאק מארקעט' און היים-בויער וועלכע מאכן א לעבן אויפן חשבון פון די 1) שטייער-צאלער וועמענס געלט ווערט גענוצט צו גאראנטירן די מארגעדזש אינוועסטירער אויפן סעקאנדערי מארקעט. 2) היים-קויפער וועלכע צאלן געפעפערטע פרייזן, צוליב די איינע סיבה ווייל זיי גייען דאך קענען באצאלן די מארגעדזש אין די קומענדיגע 30 יאר.

האלטס אויב איינער האט 500 אלפים זאל ער קויפן 1 הויז אן א מארגידזש ווי איידער מערערע הייזער מיט מארגידזשעס?

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Rate Lock

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:02 pm

"וויפיל גיי איך למעשה צאלן יעדן חודש?" דאס איז איין זאך וואס יעדער וויל וויסן בנוגע זיין מארטגעדזש: וויפיל וועט באטרעפן זיין חודש'ליכער מארטגעדזש-ביל. דער 'רעיט לאַק' – דאס 'איינשפּאַרן' די ראטע – ענטפערט אויף דער פראגע: וויפיל גייט מיין חודש'ליכער מארטגעדזש פּעימענט באטרעפן.

דער אקט פון איינפרירן דעם רעיט איז אזא סארט גאראנטי אויפ'ן סכום וויפיל דיינע חודש'ליכע פעימענטס וועלן זיין. דער Mortgage Advisor טוט עס דורך א rate lock – פארשליסן די ריבית-ראטע.

עס זענען פאראן מערערע פאקטארן וואס שפילן א ראלע אין דעם פרט פון אויסרעכענען וויפיל דו גייסט צאלן יעדן חודש. די דריי וויכטיגסטע זענען לכאורה: דער סכום ההלוואה (loan amount), די תקופה פון דער הלוואה (term), און די ריבית-ראטע (rate).

די ערשטע צוויי זענען גרינג צו באשטימען און ביידע זענען תלוי אין מענטשליכע רצונות. וויפיל געלט דו ווילסט און קענסט בארגן ווערט באשלאסן צווישן דיר און דער באנק/מארטגעדזש-אדווייזאר. צי ס'זאל זיין א מארטגעדזש אויף פופצן צי דרייסיג (אדער א דריטע ברירה), וועסטו באשליסן אינאיינעם מיט'ן מארטגעדזש אדווייזאר.

ווען עס קומט אבער צו דער רעיט, וואס טאנצט און שפרינגט ווי א נ-נח אויפ'ן דאך פון אן אנגעפירקלטן ווען, איז די מעשה אנדערש. רעיטס האלטן איין זיך אין איין טוישן און דער איינציגער אופן וויאזוי דיר צו געבן א קלארן חשבון פון דיינע פעימענטס פון אנהייב ביז דער מארטגעדזש גרייט זיך צו פארלאזן די וועלט איז, דורכ'ן איינשפּאַרן דעם רעיט ווי ער שטייט יעצט, ווען דו באשליסט מיט'ן מארטגעדזש אדווייזאר אז דאס איז עס. מ'גיימער פארגליווערן דעם יעצטיגן רעיט באשר הוא שם.

דיין רעיט בלייבט אזוי פארשלאסן אויף א באשטימטער צייט – פופצן טעג, דרייסיג טעג, אא"וו. דער מארטגעדזש מבין וועט מיט דיר אויס'חשבונ'ען אויף ווי לאנג ס'איז דיר כדאי אינעם יעצטיגן מצב צו לאַקן דעם רעיט, וויבאלד ביידע, לאקן אויף מער אדער ווייניגער צייט, האבן מעלות און חסרונות, און הלכה למעשה וועט אין יעדן פאל זיין אנדערש.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:07 pm

@פערספעקטיוו, אפשר קענסטו מאכן א pdf פון אלעס ביז דא? איך האב צי סאך פארפעלט אין די תגובות האקן אריין. יש'כ למפרע.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 4:32 pm

א גלייכער געדאנק. לאמיר אנקומען נאך אביסל...
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Pre-Approval

תגובהדורך פערספעקטיוו » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:19 pm

פירוש רש"י: אן איבערווייז אז כ'האב דאס יכולת צו קויפן און באצאלן פאר א הויז.

פירוש המלבי"ם: איך האב געמאכט דעם באשלוס אז ס'איז צייט זיך איינצוהאנדלען אן אייגענע נחלה. באוואפנט מיט מיין געשמאק און בעפערציגן, לאז איך זיך ארויס אומקוקן אויפ'ן מארקעט פון הייזער וואס שטייען צום פארקויפן. די מעשה איז אבער, אז איך הייב נישט אן צו וויסן וואספארא הויז איך קען זיך דערלויבן. איך וועל דאך דארפן א מארטגעדזש; ווייס איך אבער נישט וויפיל די באנק וועט מיר זיין גרייט צו געבן. (פאר'ן עולם זאג איך אז כ'קויף דאס געשעפט מיט מזומן. אבער איר ווייסט דאך יא דעם אמת, אז נישט נאר איז נישטא קיין זכר פון קעש, נאר אפילו די באנק-אקאונט מיינע איז א נאענטער קרוב מיט די שלינגענדע קי פון פרעה'ס חלום. איז יא, עולם זאל מיינען אז כ'שלאף אויף הויכע מאטראצן אונטערגעהויבן מיט בערגלעך גרינס; תכלית וועל איך אבער דארפן ווי א גוט קינד בארגן פון דער באנק. אבער דאס וועלן מיר לאזן צווישן אונז. דיעל?)

קומט א 'פּרי עפּרואוועל' (וואס דער Mortgage Advisor שטעלט צו) און גיט ארויס א געשריבענעם פסק וואס זאגט, אז הרב פלוני למשפחת אלמוני המוכ"ז וועט קענען באקומען א מארטגעדזש אויף כך וכך זקוקין כסף צרוף. יעצט ווייס איך שוין קודם אז כ'וועל קענען קויפן א הויז בכלל, און אויך אין וועלכן סוג פרייז הייזער כ'זאל זיך אומקוקן – צו וויפיל שוה-כסף הויז כ'האב צוטריט.

א Pre-Approval איז נישט נאר א טובה פאר'ן לוקח, נאר אויך פאר'ן מוכר און אפילו דעם ריעל עסטעיט מעקלער. דער וואס פארקויפט דאס הויז זוכט דאך נישט סתם צו בטל'ן צייט, און איידער ער זעצט זיך אוועק רעדן מיט א פאטענציעלן קונה, וויל ער וויסן אז יענער איז א בר הכי און וועט טאקע קענען שליסן דעם מקח. דאס זעלבע מיט'ן ריעל עסטעיט אגענט, וואס זוכט אויך נישט זיך ארומצושפילן מיט לכאורה'דיגע היכי-תמצא קויף-קאנדידאטן. א סך, אויב נישט רוב, ריעל-עסטעיט אגענטן וועלן נישט אנהייבן ווייזן הייזער פאר מענטשן, איידער יענע באקומען אזא Pre-Approval.

אין דער אונטערשטער שורה, איז א 'פּרי עפּרואוועל' עפעס וואס פארגרינגערט דאס לעבן פאר אלע צדדים אין א ריעל-עסטעיט מקח. דו, קויפער, ווייסט וואו דו שטייסט אויף דער וועלט, וואס דו קענסט קויפן און צי די באנק וועט דיר, ווען די צייט וועט אנקומען, באשטעטיגן דעם מארטגעדזש און אויף וואספארא סכום. דער פארקויפער (און פארמיטלער) ווייסן אויך, אז זיי האנדלען מיט א קוואליפיצירטן קאנדידאט, וואס קען שליסן דעם מקח און קויפן.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

א ווארט איבער מעלות און חסרונות פון פּרי עפּרואוועלס

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:01 pm

באקומען א 'פּרי עפּרואוועל' איז פשוט. דער מארטגעדזש בראוקער וועט א בליק געבן אויף דיין קרעדיט, דיר אפשר כללית'דיג און אויבנאויפיג אויספרעגן איבער דיינע פינאנצן, און אויף דעם סמך וועט ער מאכן א חשבון צי דו קענסט באקומען א מארטגעדזש און אויב יא, אויף וויפיל געלט. דאס איז געווענליך דער אופן וויאזוי א פּרי עפּרואוועל.

דער פּרי עפּרואוועל, וואס קומט על דעת אזא זייער-אויבערפלעכליכן בליק אויף דיין פינאנציעלן מצב, איז גענוג גוט צופרידנצושטעלן דעם מוכר און מעקלער, אבער תכלית און אויפריכטיג גערעדט, איז עס נישט קיין סך ווערט פאר דיר אליין. ווייל אויסער'ן זיכער מאכן אז מ'זעצט זיך אוועק פארהאנדלען מיט דיר איבער א מקח, ווילסטו דאך באמת וויסן צי דו וועסט קענען שליסן דעם מקח און קויפן דאס הויז – אין אנדערע ווערטער, צי דו וועסט באמת באשטעטיגט ווערן פאר'ן מארטגעדזש; וויפיל געלט די באנק וועט דיר באמת בארגן; וויפיל דיינע פעימענטס וועלן למעשה טאקע באטרעפן.

כדי א מארטגעדזש אדווייזאר (אדער אפילו מארטגעדזש בראוקער) זאל קענען געבן א קאנקרעטן ענטפער אויף די שאלות, דארף ער גוט דורכקוקן די דאקומענטן און פרטים הנוגעים למעשה. ער דארף דאס דורכטאן מיט אן עקספערט אין דער באנק און מאכן דעם חשבון ווי גלייך ער דארף טאקע, הלכה למעשה, באקומען פאר יענעם א מארטגעדזש. הערשט דעמאלט קען א בראוקער צושטעלן אן אמת'ן תכלית'דיגן 'עפּרואוועל', אויף וועמענס סמך דו זאלסט קענען מאכן אמת'ע, זאכליכע חשבונות.

א Certified Pre-Approval איז אן Ark-המצאה וואס קומט אויספילן דעם דאזיגן בלויז. אזא פּרי עפּרואוועל איז נישט סתם צו צעמישן דעם שטן, נאר איז אן אמת'ע גאראנטי אז דו וועסט באקומען דעם מארטגעדזש און אויף וויפיל – גענוי ווי ווען דו גייסט אפליקירן פאר'ן מארטגעדזש הלכה למעשה. א 'סערטיפייד פּרי עפּרואוועל' איז א דאקומענט וואס איז דורכגעקוקט און באשטעטיגט געווארן דורך די באנק-פוסקים אין Ark – די זעלבע וועלכע באשטעטיגן (אדער, אויף קיינעם מאנ"ש געדאכט, ווארפן אפ) יעדן מארטגעדזש.

נישט נאר ווייסטו מיט סערטיפייד פּרי עפּרואוועל באמת וואו דו שטייסט, נאר דער מוכר האט דא א סיבה דיר צו געבן מער חשיבות ביים באשליסן צווישן די קויף-קאנדידאטן וואס ווייזן ארויס אינטערעס אין זיין הויז. פונקט ווי א היים-אייגנטימער פילט זיך זיכערער מיט עמיצן וואס קומט קויפן מיט מזומן, וויבאלד דאס שניידט אוועק די צייט און ספיקות וואס קומען מיט א מארטגעדזש, וועט ער לכאורה פילן רואיגער מיט עמיצן וואס האלט שוין נאכ'ן באמת באשטעטיגט ווערן פאר'ן מארטגעדזש.
לעצט פאראכטן דורך פערספעקטיוו אום דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Condominium

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:04 pm

א שטיקל קרוב מיט הלכות שבת, איז א 'קאַנדאָמיניום' א שטיקל צוזאמשטעל פון רשות היחיד, כרמלית, און חצר.

א 'קאַנדאָ' (ווי דאס געשעפט ווערט געווענליך פאר'קיצור'ט) איז חלק פריוואט הויז, חלק שותפות. געווענליך גייט עס אז אז דער אייגנטימער פון א קאנדא איז באלעבוס אויף דעם תוך, דער אינעווייניגסטן חלק פון דער דירה, און די דרויסנדע טיילן פונעם בנין באלאנגט צו אלע קאנדא-אייגנטימער בשותפות. דאס איז אנדערש ווי א הויז, ביי וועלכן דער אייגנטימער איז דער באלעבוס אויף אלעם וואס קומט מיט'ן שטיק קרקע – הויז און דעם שטח זעלבסט.

אין אנדערע ווערטער, ווען עמיצער קויפט א קאנדא, האנדלט ער זיך איין דעם חלל הפנימי פון א דירה, אריינגערעכנט די אינעווייניגסטע ווענט, אלס זיין פריוואטע אייגנטום, און ווערט דערביי א שותף אין אלע אנדערע חלקים פון דעם קאנדאמיניום-פראדזשעקט – בנין, דרויסנדע ווענט, דאך, שטח, טרעפ, האלוועיס אא"וו. דער קידרא-דבי-שותפי חלק פונעם קאנדא ווערט געווענליך פאר'כלל'ט אלס Common areas.

אין שטאט, ווי בארא פארק און ווילאמסבורג, וואו קאנדא-פראדזשעקס באשטייען געווענליך פון איין בנין, באשטייען די Common areas געווענליך פון האלוועיס, טרעפ, דאך, עלעוועיטאר, אא"וו. אין אפסטעיט, ווי מאנסי און קרית יואל, וואו קאנדאס זענען אפטמאל גרעסערע דעוועלאופמענטס וואס באשטייען פון שורות דריי-שטאקיגע בנינים, קומען צו די אפענע שטחים, וואס באלאנגען צום קאנדא-קאמפלעקס – דהיינו, בשותפות אלע קאנדא-אייגנטימער.

א קאנדא-קאמפלעקס קומט צומאל מיט נאך בשותפות'דיגע צוגעהערן, ווי א פּארק, שפיל-פלאץ, קאמיוניטי שטיבל (וואס ווערט אין קרית יואל, דאכט זיך, אפטמאל פארוואנדלט אינעם געגנט-ביהמ"ד), און נאך.

די שותפות'דיגע טיילן פון א קאמפלעקס באלאנגען צו יעדן, וואס מיינט אז דאס אחריות פון זיך אפגעבן דערמיט ליגט אויך אויף אלע אייגנטימער אינאיינעם. דער מנהג הקאנדאמיניומס איז, אויפצונעמען א מענעדזשמענט קאמפאני וואס באפאסט זיך מיט די 'קאַמאָן עריעס' לויט'ן אויסשטעל און ספעציפישע געברויכן פונעם דעוועלאופמענט – רייניגן די האלוועיס, פיצן דעם שניי, פאררעכטן א הינקענדיגן עלעוועיטאר אא"וו. דער 'מענעדזשמענט' ווערט באצאלט דורך א חודש'ליכן אפצאל פון יעדן דירה-אייגנטימער ובלע"ז, Maintenance Fee.

די 'מעיטענענס פי' דעקט נאך קאסטן וואס קומען מיט א קאנדא-פראדזשעקט, ווי למשל אינשורענס אויף די שותפות'דיגע חלקים, וואס ווערן נישט געדעקט דורך די יחיד'ישע היים-אינשורענס פאליסיס וואס מענטשן מאכן אויף די דירות.
לעצט פאראכטן דורך פערספעקטיוו אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 5:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

א ווארט וועגן קאנדאס און הייזער

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 5:32 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:א 'קאַנדאָמיניום' איז א שטיקל קרוב מיט הלכות שבת, און איז א שטיקל צוזאמשטעל פון רשות היחיד, כרמלית, און חצר. (עפעס אזוי...)

א 'קאַנדאָ' (ווי דאס געשעפט ווערט געווענליך פאר'קיצור'ט) איז חלק פריוואט הויז, חלק שותפות. געווענליך גייט עס אז אז דער אייגנטימער פון א קאנדא איז באלעבוס אויף דעם תוך, דער אינעווייניגסטן חלק פון דער דירה, און די דרויסנדע טיילן פונעם בנין באלאנגט צו אלע קאנדא-אייגנטימער בשותפות. דאס איז אנדערש ווי א הויז, ביי וועלכן דער אייגנטימער איז דער באלעבוס אויף אלעם וואס קומט מיט'ן שטיק קרקע – הויז און דעם שטח זעלבסט.

אין אנדערע ווערטער, ווען עמיצער קויפט א קאנדא, האנדלט ער זיך איין דעם חלל הפנימי פון א דירה, אריינגערעכנט די אינעווייניגסטע ווענט, אלס זיין פריוואטע אייגנטום, און ווערט דערביי א שותף אין אלע אנדערע חלקים פון דעם קאנדאמיניום-פראדזשעקט – בנין, דרויסנדע ווענט, דאך, שטח, טרעפ, האלוועיס אא"וו. דער קידרא-דבי-שותפי חלק פונעם קאנדא ווערט געווענליך פאר'כלל'ט אלס Common areas.

אין שטאט, ווי בארא פארק און ווילאמסבורג, וואו קאנדא-פראדזשעקס באשטייען געווענליך פון איין בנין, באשטייען די Common areas געווענליך פון האלוועיס, טרעפ, דאך, עלעוועיטאר, אא"וו. אין אפסטעיט, ווי מאנסי און קרית יואל, וואו קאנדאס זענען אפטמאל גרעסערע דעוועלאופמענטס וואס באשטייען פון שורות דריי-שטאקיגע בנינים, קומען צו די אפענע שטחים, וואס באלאנגען צום קאנדא-קאמפלעקס – דהיינו, בשותפות אלע קאנדא-אייגנטימער.

א קאנדא-קאמפלעקס קומט צומאל מיט נאך בשותפות'דיגע צוגעהערן, ווי א פּארק, שפיל-פלאץ, קאמיוניטי שטיבל (וואס ווערט אין קרית יואל, דאכט זיך, אפטמאל פארוואנדלט אינעם געגנט-ביהמ"ד), און נאך.

די שותפות'דיגע טיילן פון א קאמפלעקס באלאנגען צו יעדן, וואס מיינט אז דאס אחריות פון זיך אפגעבן דערמיט ליגט אויך אויף אלע אייגנטימער אינאיינעם. דער מנהג הקאנדאמיניומס איז, אויפצונעמען א מענעדזשמענט קאמפאני וואס באפאסט זיך מיט די 'קאַמאָן עריעס' לויט'ן אויסשטעל און ספעציפישע געברויכן פונעם דעוועלאופמענט – רייניגן די האלוועיס, פיצן דעם שניי, פאררעכטן א הינקענדיגן עלעוועיטאר אא"וו. דער 'מענעדזשמענט' ווערט באצאלט דורך א חודש'ליכן אפצאל פון יעדן דירה-אייגנטימער ובלע"ז, Maintenance Fee.

די 'מעיטענענס פי' דעקט נאך קאסטן וואס קומען מיט א קאנדא-פראדזשעקט, ווי למשל אינשורענס אויף די שותפות'דיגע חלקים, וואס ווערן נישט געדעקט דורך די יחיד'ישע היים-אינשורענס פאליסיס וואס מענטשן מאכן אויף די דירות.


היוצא לנו מזה, אז קאנדא-אייגנטימערשאפט מיינט פארמאגן ווייניגער 'הויז' ווי א הויז. פארוואזשע, אויב אזוי, זאל עמיצער ענדערש קויפן א קאנדא ווי א פריוואטע הויז, ביי וועלכן עס קומט מיט דאס גאנצע געשעפט, אריינגערעכנט א שטיק קרקע? די קשיא הייבט זיך נישט אן ביים קויפן, נאר נאך פריער, ביים בויען. רוב האוזינג פראיעקטן וואס ווערן געבויט זענען קאנדאמיניום-פראדזשעקטס, מיט ווייניג מולטי-פאמיליע און נאך ווייניגער איין-פאמיליע הייזער.

זענען פאראן עטליכע סיבות. קודם כל, לוינט זיך פאר די דעוועלאופערס ענדערש צו בויען קאנדאס, וויבאלד די זאונינג-געזעצן לאזן אריינשטופן מער קאנדא-דירות אויפ'ן זעלבן שטח ווי הייזער. אין קרית יואל און אפילו מאנסי, באשטייען רוב נייע דירות פון קאנדאס. די פראפערטי שטייערן זענען געווענליך אויך ביליגער ביי א קאנדא ווי א הויז. (דאס איז באזונדערס אמת אין אפסטעיט, אבער דערווייל אויך אין ברוקלין.) דערצו איז א קאנדא, מיט א גרויסן חלק פונעם דרויסן און ארום א שותפות מיט אנדערע, אויך ווייניגער קאפ-ווייטאג פאר'ן אייגנטימער, וועלכער דארף זיך נישט אפגעבן מיט'ן רייניגן, שניי-פיצן, פאררעכטן אא"וו. אנדערש ווי א הויז, ביי וועלכן דער דאך און שטח ארום, איז די דאגה פונעם אייגנטימער, וועט ביי א קאנדא זיך מיט די זאכן אפגעבן א מענעדזשמענט קאמפאני.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Private Mortgage Insurance

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:08 am

מארטגעדזש אינשורענס (PMI), ווי דאס משמעות פונעם ווארט דערציילט שוין, איז א פארזיכערונג פאר דער באנק צו באקומען איר געלט פון דער הלוואה אין פאל דער לווה באצאלט נישט דעם חוב. ס'איז א סכום געלט, וואס קומט צו צום חודש'ליכן מארטגעדזש-פעימענט, און באטרעפט רוב מאל ערגעץ אין דער געגנט פון 0.5 ביז 1 פראצענט פונעם סך הכל מארטגעדזש.

פארוואס, ווערט דאך שרעקליך שווער, זאל די באנק זיך נויטיגן אין אינשורענס: אַ-מער, ווי דערמאנט פריער האלט דאך די באנק דאס הויז אלס משכון, אין פאל ס'כאפט מיך, דעם לווה, אן א חשק נישט צו באצאלן, וועט זי, די באנק-מלווה, מיט גרויס פאראד מיך ארויסבאגלייטן פון הויז – וועלכן זי וועט דאן פארקויפן און זיך באצאלן ס'געלט וואס כ'בין זי שולדיג. קומט דאך לפי זה אויס (לאמיר זען צי דו קענסט כסף-נבחר'דיג דרייען מיט'ן אגודל) אז די באנק איז יא פארזיכערט מיט'ן קרן; אויב זי איז פארזיכערט מיט'ן קרן, דארף זי דאך נישט פארזיכערט ווערן דורך אינשורענט – וויבאלד זי איז דאך שוין אפגעזיכערט געווארן דורכ'ן הויז). האבן מיר דאך א דאך-אויפברעכנדער קשיא: צוויי פארזיכערונגען למה לה?

אין איין ווארט אויפ'ן אונגארישן דרך הלימוד: פארוואס דארף די באנק PMI, אויב זי האט שוין דאס הויז אלץ גאראנטי?

דער תירוץ איז, אז מ'רעדט פון גאאאאאר א ספעציפישן פאל, והוא, ווען דער דאון-פעימענט איז ווייניגער ווי צוואנציג פראצענט פונעם פרייז וואס דאס הויז קאסט. דער פרייז פונעם הויז איז, לאמיר זאגן, 500-טויזנט דאלאר, אבער איך האב נישט אראפצולייגן קיין צוואנציג פראצענט (100-טויזנט דאלאר). זאגט מיר די באנק, כ'בין מסכים זאלסט געבן א קלענערן דאון-פעימענט (און כ'בין אויך מסכים מיטצושפילן פאר דער גאס אז דו האסט בעצם יא דאס געלט), אבער אזויפיל פארלאנג איך יא, אז דו זאלסט ארויסנעמען 'פרייוועט מארטגעדזש אינשורענס', אז אינעם ספק-ספיקא'דיגן פאל אז איך וועל נישט באצאלן דעם מארטגעדזש, און דאס פארקויפן דאס פארכאפט הויז דיינס וועט נישט דעקן דעם גאנצן חוב, זאל קומען דער PMI און באצאלן די דיפערענץ.

בעצם נעמט די באנק טאקע א מומחה אפצושאצן די ווערט פונעם הויז און זיכער מאכן אז ס'איז ווערט דעם מארטגעדזש-סכום. פארט, איז דאס מציאות אז ווען א באנק פארקויפט א פארכאפט הויז, גייט עס פאר ווייניגער ווי דעם עכטן מארקעט-שויות. (די סיבות זענען ווייניגער וויכטיג – אזוי איז דאס מציאות.) נאך א נקודה, ווי פריערדערמאנט וויל די באנק אז דער לווה זאל אינוועסטירן אינעם הויז-מקח א לייטישן סכום אייגן געלט, כדי יענער זאל אויך האבן גענוג צו פארלירן און במילא זיכער זיין צו באצאלן דעם מארטגעדזש. מיט צוואנציג פראצענט דאון פעימענט, פילט די באנק אז יענער האט דא אריינגעלייגט גענוג געלט; מיט ווייניגער ווי צוואנציג פראצענט הייבט די באנק מורא האבן, אז איך בין נישט גענוג 'אינוועסטירט' אינעם הויז און וועל גרינגער משלים זיין מיט'ן עס פארלירן.

PMI בלייבט נישט צוגעטשעפעט צום מארטגעדזש לעולם ועד און מ'קען דערפון מיט דער צייט פטור ווערן. געווענליך קען מען אויפהערן צאלן PMI איינמאל דער מארטגעדזש באטרעפט ווייניגער ווי אכציג פראצענט פונעם הויז'ס ווערט. דאס הויז, ווי פריערדערמאנט, איז ווערט 500-טויזנט דאלאר; דער מארטגעדזש, לאמיר זאגן, באטרעפט 450-טויזנט דאלאר – וואס איז ניינציג פראצענט פון דער שויות. איינמאל דער מארטגעדזש-סכום קומט אן צו אכציג פראצענט דערפון, קען איך אנרופן די באנק און בעטן איר אראפצונעמען דעם PMI.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

א ווארט לגבי זיך פטר'ן פון PMI

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 6:14 pm

פערספעקטיוו האט געשריבן:מארטגעדזש אינשורענס (PMI), ווי דאס משמעות פונעם ווארט דערציילט שוין, איז א פארזיכערונג פאר דער באנק צו באקומען איר געלט פון דער הלוואה אין פאל דער לווה באצאלט נישט דעם חוב. ס'איז א סכום געלט, וואס קומט צו צום חודש'ליכן מארטגעדזש-פעימענט, און באטרעפט רוב מאל ערגעץ אין דער געגנט פון 0.5 ביז 1 פראצענט פונעם סך הכל מארטגעדזש.

פארוואס, ווערט דאך שרעקליך שווער, זאל די באנק זיך נויטיגן אין אינשורענס: אַ-מער, ווי דערמאנט פריער האלט דאך די באנק דאס הויז אלס משכון, אין פאל ס'כאפט מיך, דעם לווה, אן א חשק נישט צו באצאלן, וועט זי, די באנק-מלווה, מיט גרויס פאראד מיך ארויסבאגלייטן פון הויז – וועלכן זי וועט דאן פארקויפן און זיך באצאלן ס'געלט וואס כ'בין זי שולדיג. קומט דאך לפי זה אויס (לאמיר זען צי דו קענסט כסף-נבחר'דיג דרייען מיט'ן אגודל) אז די באנק איז יא פארזיכערט מיט'ן קרן; אויב זי איז פארזיכערט מיט'ן קרן, דארף זי דאך נישט פארזיכערט ווערן דורך אינשורענט – וויבאלד זי איז דאך שוין אפגעזיכערט געווארן דורכ'ן הויז). האבן מיר דאך א דאך-אויפברעכנדער קשיא: צוויי פארזיכערונגען למה לה?

אין איין ווארט אויפ'ן אונגארישן דרך הלימוד: פארוואס דארף די באנק PMI, אויב זי האט שוין דאס הויז אלץ גאראנטי?

דער תירוץ איז, אז מ'רעדט פון גאאאאאר א ספעציפישן פאל, והוא, ווען דער דאון-פעימענט איז ווייניגער ווי צוואנציג פראצענט פונעם פרייז וואס דאס הויז קאסט. דער פרייז פונעם הויז איז, לאמיר זאגן, 500-טויזנט דאלאר, אבער איך האב נישט אראפצולייגן קיין צוואנציג פראצענט (100-טויזנט דאלאר). זאגט מיר די באנק, כ'בין מסכים זאלסט געבן א קלענערן דאון-פעימענט (און כ'בין אויך מסכים מיטצושפילן פאר דער גאס אז דו האסט בעצם יא דאס געלט), אבער אזויפיל פארלאנג איך יא, אז דו זאלסט ארויסנעמען 'פרייוועט מארטגעדזש אינשורענס', אז אינעם ספק-ספיקא'דיגן פאל אז איך וועל נישט באצאלן דעם מארטגעדזש, און דאס פארקויפן דאס פארכאפט הויז דיינס וועט נישט דעקן דעם גאנצן חוב, זאל קומען דער PMI און באצאלן די דיפערענץ.

בעצם נעמט די באנק טאקע א מומחה אפצושאצן די ווערט פונעם הויז און זיכער מאכן אז ס'איז ווערט דעם מארטגעדזש-סכום. פארט, איז דאס מציאות אז ווען א באנק פארקויפט א פארכאפט הויז, גייט עס פאר ווייניגער ווי דעם עכטן מארקעט-שויות. (די סיבות זענען ווייניגער וויכטיג – אזוי איז דאס מציאות.) נאך א נקודה, ווי פריערדערמאנט וויל די באנק אז דער לווה זאל אינוועסטירן אינעם הויז-מקח א לייטישן סכום אייגן געלט, כדי יענער זאל אויך האבן גענוג צו פארלירן און במילא זיכער זיין צו באצאלן דעם מארטגעדזש. מיט צוואנציג פראצענט דאון פעימענט, פילט די באנק אז יענער האט דא אריינגעלייגט גענוג געלט; מיט ווייניגער ווי צוואנציג פראצענט הייבט די באנק מורא האבן, אז איך בין נישט גענוג 'אינוועסטירט' אינעם הויז און וועל גרינגער משלים זיין מיט'ן עס פארלירן.

PMI בלייבט נישט צוגעטשעפעט צום מארטגעדזש לעולם ועד און מ'קען דערפון מיט דער צייט פטור ווערן. געווענליך קען מען אויפהערן צאלן PMI איינמאל דער מארטגעדזש באטרעפט ווייניגער ווי אכציג פראצענט פונעם הויז'ס ווערט. דאס הויז, ווי פריערדערמאנט, איז ווערט 500-טויזנט דאלאר; דער מארטגעדזש, לאמיר זאגן, באטרעפט 450-טויזנט דאלאר – וואס איז ניינציג פראצענט פון דער שויות. איינמאל דער מארטגעדזש-סכום קומט אן צו אכציג פראצענט דערפון, קען איך אנרופן די באנק און בעטן איר אראפצונעמען דעם PMI.


ווי געזאגט, קומט Private Mortgage Insurance אריין אין בילד נאר אויב דער מארטגעדזש באטרעפט מער ווי אכציג פראצענט פונעם הויז'ס ווערט. דאס מיינט, אז איינמאל דער מארטגעדזש-סכום גייט אראפ און באטרעפט פון אכציג פראצענט שוויות און אראפ, דארף די באנק באזייטיגן דעם PMI.

זענען פאראן צוויי אופנים וויאזוי דאס קען געשען. דער ערשטער און פשוט'ער איז, אויב איך, בעל המארטגעדזש, האט שוין גענוג אריינגעצאלט אז דער חוב האט געשרינקען ביז'ן באטרעפן ווייניגער ווי אכציג פראצענט. נאך אן אופן איז, אויב די ווערט פונעם הויז איז געשטיגן. דער מארטגעדזש, וואס איז אין אונזער משל 450-טויזנט דאלאר, באטרעפט ניינציג פראצענט פון 500-טויזנט דאלאר. וואס איז אבער דער דין אויב די ווערט פונעם הויז איז געוואקסן און שטייט יעצט, מיט א שטיק צייט שפעטער, ביי 575-טויזנט דאלאר? יעצט איז דער מארטגעדזש, פון 450-טויזנט דאלאר, ווייניגער ווי אכציג פראצענט און דער PMI קען, אלס רעזולטאט, מוחל זיין און זיך זוכן א צווייטע אכסניא ('סטו געזען אזוינס!).

א סך בענק (אויב נישט אלע) וועלן אבער נישט אויטאמאטיש אראפנעמען דעם PMI. דו, בעל הבירה, דארפסט אריינרופן דאס פארלאנגען. די הלכה בדיניהם איז, אז ווען א מענטש רופט אריין (און דער חשבון שטימט טאקע), איז די באנק מחוייב מסלק צו זיין דעם אינשורענס.

אויב צאלסטו PMI אויף דיין מארטגעדזש און וואלסט געוואלט פטור ווערן דערפון (ס'איז דאך טאקע א שאד דאס געלט) און ווילסט וויסן וואס דער נעקסטער שריט זאל זיין און וויאזוי צוצוגיין דערצו, וואלט איך געזאגט אז זאלסט פאלגן מיין חתימה און רופן די Ask Ark חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן אן אימעיל צו ask@arkmortgage.com. (דארפסט נישט האבן גענומען דעם מארטגעדזש ביי Ark, זאגן זיי. איי, וואס וועלן זיי האבן פון געבן עצות אויף זאכן וואס וועט זיי גארנישט ברענגען? ניש' מיין דאגה. זאלן זיי ברעכן קאפ :roll: )
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Fair Market Value

תגובהדורך פערספעקטיוו » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 10:01 am

לאמיר אנהייבן ביים סוף, מיט'ן לעצטן ווארט, 'וועליו', וואס איז טייטש: ווערט, שוויות. די ערשטע צוויי, 'פעיר מארקעט', קומען מפרש זיין פון וואספארא סארט שוויות מ'רעדט – והוא, די כללית'דיגע, אמת'דיגע, רעאליסטישע ווערט.

דהיינו, ווען עמיצער וויל פארקויפן א הויז, האט ער די ברירה אפצומאכן וויפיל געלט ער וויל דערפאר, אפילו ס'איז צען מאל מער ווי דאס הויז איז באמת ווערט. עס קען יענעם אפילו געלונגען צו טרעפן א קונה, וואס איז מסכים צו באצאלן דעם געפעפערטן פרייז פאר'ן הויז – מחמת חסרון ידיעה, צי ווייל ער וויל דווקא אט דאס הויז, דווקא אויף דער גאס, דווקא אין דער געגנט, דווקא אין שכינות פון א ברודער, אא"וו. די סיבה איז נישט וויכטיג; די נקודה איז נאר דאס, אז דער קונה האט געקויפט דאס הויז פאר א פרייז וויפיל ס'איז אים ווערט, נישט פאר'ן אמת'ן שוויות.

כיוצא בו, ווען עמיצער טרעפט זיך אין א פינאנציעלן פלאנטער און נויטיגט זיך דרינגענד אין א גרעסערן סכום געלט. אדער, ער האט אויפאמאל פארלוירן זיין הכנסה און קען זיך נישט דערלויבן מער צו באצאלן די קאסטן אויפצוהאלטן זיין הויז. אזא איינעם ברענט די צייט און ער וועט אפטמאל איינגיין צו פארקויפן דאס הויז פאר ביליג, פאר ווייניגער ווי די אמת'ע ווערט – וויפיל ער וואלט געקענט דערפאר באקומען. אים איז וויכטיגער צו באקומען געלט, אדער זיך ארויסצוזען פון די הוצאות וואס דאס הויז ברענגט אים וואס פריער.

דאס זעלבע, ווען א באנק פארכאפט א הויז וועמענס מארטגעדזש דער אייגנטימער באצאלט נישט. די באנק איז נישט אין דער ריעל-עסטעיט ביזנעס און זוכט זיך נישט אפצוגעבן מיט'ן פראצעדור פון ארויסשטעלן אויפ'ן מארקעט, אדווערטייזן, האנדלען מיט מערערע יחידים, אא"וו. זי וויל זיך זען מיט'ן געלט וואס פריער, און וועט ענדערש אויסמעלקן פונעם הויז א קלענערן סכום אבער שנעל, ווי איידער דעם מאקסימום וואס זי קען דערפאר באקומען דורכ'ן אביסל צואווארטן.

אין די ביישפילן איז דאס הויז פארקויפט געווארן פאר א געוויסן, ספעציפישן שוויות, און נישט פאר'ן 'פעיר מארקעט וועליו' – וואס איז דער פרייז וואס א מענטש נישט אונטער לחץ און יא אונטער געהעריגע אומשטענדן וואלט געצאלט פאר אן אייגנטימער נישט אונטער לחץ און יא אונטער געהעריגע אומשטענדן.

ווער און וויאזוי באשטימט די אמת'ע שוויות פון א הויז? דא קומט אריין דער appraiser, וועמענס אויפגאבע איז ממש דאס: זיך אומקוקן אויפ'ן ארום און דערגיין וויפיל מענטשן צאלן יעצט פאר אזעלכע הייזער אין דער געגנט.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Equity

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:32 pm

כ'האב פרובירט אויסלייגן דאס ווארט equity אויף אידיש, אבער ס'איז ארויסגעקומען א מאדנער, נישט-אפעטיטליכער יצור. (גלייבסט נישט, הא? ביזט אויך פון די מענטשן וואס כופר'ן יעדן wet paint צעטל און מוזן באשטעטיגן דעם חשש מיט די אייגענע פינגערס? אקעי. נאדיר: 'עקוואוטי'. צופרידן?) בצר לי האב איך זיך געוואנדן צום גוגל דאלמעטשער און אים געבעטן איבערצוגיסן דאס ווארט אין העברעאיש, אבער כ'בין נישט קיין סך קלוגער געווארן, ווייל "הון עצמי" קלינגט נישט קיין סך היימליכער. בין איך געבליבן מיט דער איינציגער ברירה פון מסביר'ן דאס עסק אויף היימיש-מאמע לשון.

דעם טייטש פון 'שוויות' קענען מיר דאך: ווערט. און אין אונזער קאנטעקסט: די ווערט פונעם הויז. דאס שווה-כסף שוויות באלאנגט אבער נישט אינגאנצן צו מיר. קלארער געזאגט: דאס געלט פונעם הויז'ס ווערט איז נישט דווקא פריי און גרייט ארויסגענומען און געניצט צו ווערן. וכל כך למה? ווייל כ'האב דאך, טאטע קרוין, א מארטגעדזש און דער חלק ווערט פונעם הויז פונעם מארטגעדזש-סכום איז משועבד צו דער באנק. שטימט?

Equity איז דער חלק אין דער ווערט פונעם הויז וואס איז יא מיינס, וואס איך קען ניצן, דורכ'ן ארויסנעמען א הלוואה דערויף אד"ג. לאמיר זאגן ס'הויז איז ווערט 500-טויזנט דאלאר און כ'האב א מארטגעדזש אויף 400-טויזנט דאלאר, האב איך א value פון 500-טויזנט דאלאר און equity פון 100-טויזנט דאלאר.

ווי פארשטענדליך, וואס מער איך צאל דעם מארטגעדזש, אלץ קלענער ווערט דער חוב און אלץ מער פון דער value ריקט זיך אריבער צום תחום ה-equity.

באצאלן דעם מארטגעדזש איז אבער נישט דער איינציגער אופן פון פארגרעסערן די equity. ווען די ווערט פונעם הויז וואקסט (וואס געשעט אין אמעריקע אין אלגעמיין, שוין אפגערעדט פון די היימישע געגנטן), גייט דער וואוקס אינעם equity. דאס זעלבע אויב דו פארבעסערסט אדער פארשענערסט דאס הויז (ווער רעדט שוין פון ערנסטע רענאוואציעס, ווי אן עקסטענשאן), שטייגט דאס שוויות פונעם הויז. אויב די ניי-צוגעקומענע ווערט איז צו קיינעם נישט משעובד, איז דער equity אינעם הויז געשטיגן.

Equity איז גוט סתם אזוי און ס'איז באזונדערס גוט פאר אזעלכע זאכן ווי א Cash-out/Refinance – וואס איז אבער נישט שטענדיג א גוטער מהלך, און ס'איז זיכער אז זאלסט זיך דורכרעדן מיט די חברה איידער'ן נעמען סיי וואספארא שריט.
איז אזוי. בעצם ארבעט איך ביי Ark Mortgage, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט