די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

תגובהדורך פערספעקטיוו » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:05 pm

איך האב חשק צו באשרייבן די סוגיא פון מארטגעדזשעס. ס'איז א נושא אין וואס איך האב לעצטנס אנגעהויבן עוסק זיין בגדר מיין דזשאב, הגם למען האמת מאך איך אליין נישט קיין מארטגעדזשעס, און מיין שטעלע אין דער מארטגעדזש קאמפאני איז אן אנדערער אפטיילונג ווי זיצן ביים שיסל און טיילן געלט. למעשה קומט מיר אויס זיך צו באקענען מיט דער נושא פון דער נאענט, און כ'גלייב אז די ידיעות קענען בייהילפיג זיין אנדערע מענטשן. און ווי דער אלטער כלל פון "אויב ס'פעלט הסברה פעלט אין הבנה," וועט דאס בתורת מתנת שכרה בצדה מיר העלפן אליין קלארער ווערן אין דעם ענין.

די סוגיא וואס מיר רופן מיט'ן שם הכולל 'מארטגעדזשעס', איז נישט נאר נוגע למעשה, אבער אויך באלערנד און אינטערעסאנט. נוגע איז בעיקר וויאזוי צוצוגיין צו א מארטגעדזש – פארשטיין דעם פראצעדור, און זיך באקענען מיט די שטאפלען און אנטוויקלונגען פון דער גאנצער זאך. אבער דא קומט צו א גאנצע מקצוע פון דעם אמת'ן באדייט פון א 'מארטגעדזש', וואס איז גרעסער און טיפער ווי סתם א הלוואה.

אונזער שייכות מיט א מארטגעדזש איז געווענליך דער חלק ההלוואה שבו. כ'וויל קויפן א דירה, וואס קאסט א קיימא לן פון לכל הפחות א פּאר הונדערט טויזנט דאלאר. ווער פון אונז פארמאגט דען אזויפיל קעש צו דער האנט? האבן מיר אבער אין שטעטל א איד א גביר (ער רופט זיך 'באנק' – טו אים עפעס!), וואס בארגט געלט אויף פראצענט (מיט א היתר עיסקא, ווי פארשטענדליך). גיי איך צו אים – אייגנטליך, נישט ממש צו אים אליין: ער איז גאר א פארנומענער מענטש און האט נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע פשוט'ע גארנישעס ווי איך. איז, ווענד איך זיך צו איינעם פון זיינע משרתים און בעט אים צו רעדן צום באלעבוס זיינעם, מר. באנק, ער זאל מיר מוחל זיין אויסבארגן א צוויי-דריי הונדערט אלפים – וואס כ'וועל אים דאך אוודאי באצאלן צו דער באשטימטער צייט מיט שיינע פראצענטן.

אונזער עושר גיט אבער נישט אוועק זיין געלט אזוי גרינג. (ער איז גראדע היפש ברייטהארציג ווען עס קומט צו טיילן צדקה, אבער ביזנעס איז ביזנעס. אזוי טענה'ט ער.) ער מאכט טעלעפאן-קאלס און פרעגט זיך נאך ביים עולם צי איך בין עמיצער וועמען מ'קען טראסטן – צי איך צאל אין צייט, בין א נארמאלער, מסודר'דיגער מענטש; ער פרעגט מיך גוט אויס וואס איך פלאן צו טאן מיט'ן געלט, וואס דער חשבון איז וועגן באצאלן, צי כ'וועל האבן פון וואו צו נעמען אויף די פעימענטס אא"וו. אויב אלעס שטימט אים, גייט ער איין אויפ'ן געשעפט (און באזארגט זיך, כמובן, מיט שטרות, משכונות, און אלע אנדערע צוגעהערן). ער גיט מיר איבער דאס געלט, מזומן (אייגנטליך, א wire). דעמאלט האב איך פון אים באקומען א מארטגעדזש-הלוואה. מזל טוב.

דאס איז אייגנטליך א בערכ'דיגע, זעיר-אנפינ'דיגע גירסא פון וואס עס שפילט זיך אפ ווען א באנק (די אינסטיטוציע, נישט דער שטאט-גביר) גיט א מארטגעדזש פאר א מענטש. היות אבער די באנק איז נישט קיין יחיד מיט א געשוואלענעם טייסטער, און די געלטער מיט וואס די באנק גיט זיך אפ אין א נאענטערער קרוב מיט ביליאנען ווי מיט די ציפערן ארום עטליכע הונדערט טויזנט, איז דאס עסק מיט די הלוואות אויך פיל מער טיפער און קאמפליצירטער. נישט נאר זענען די ציפערן גאר גרעסערער ווי א גביר'שע הלוואה, נאר דער מארטגעדזש פון א באנק איז בכלל איז נישט סתם אזוי א הלוואה – וואס איז אין דער היינטיגער פינאנציעלער וועלט נישט מער ווי א נ.ב. צו דער גאנצער זאך, וכדבעינן למימר לקמן.

איז, האב איך חשק אויסצושמועסן די נושא פון פרובירן באקומען א מארטגעדזש – אלעס וואס איז אלץ נכלל דערין און וויאזוי צוצוגיין דערצו הלכה למעשה, ווי אויך דעם ארום-און-ארום, פריער-און-שפעטער פון א מארטגעדזש – פון וואו די באנק נעמט דאס געלט, איר שייכות מיט'ן מארטגעדזש, ווער נאך ס'איז אלץ פארמישט, ווער און וויאזוי מ'מאכט דא געלט, דעם וואנדערוועג וואס א מארטגעדזש גייט דורך איבער בענק און אינסטיטוציעס, מיט א סטאפ אין וואשינגטאן און אויפ'ן וועג צו וואל סטריט אין מאנהעטן, ביז ער קומט אן צו פארשידענע אינוועסטארס איבער דער וועלט. און אין די ווערטער פון מנחם מענדל: דָאס לֶעבּן און שַאפן פון אַ מָארטגֶעדזש.

מיין ציל אין א ווארט איז צו דעקן די גאנצע נושא – הלכה למעשה, ווי אויך דעם חלק פון דער סוגיא וואס איז נישט נוגע אבער יא באלערנד און אינטערעסאנט.
דיסקלעימאר גדול ונורא: איך ארבעט ביי Ark Mortgage, אבער איך גיב זיך נישט אפ מיט מארטגעדזשעס. איך שמועס אויס ענינים און פרוביר ענטפערן פראגעס בשייכות דער נושא אויף ווי ווייט מיינע ידיעות לאזן.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:07 pm

וועלקאם! לוקינג פארווארד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:08 pm

איך האף אז דו מאכסט שיין פרנסה אין דיין שטעלע, אז נישט איז שרייב ארבעט א גוטע סובסיטוט פאר דיר, האסט א גוטן פעדער ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

געריבענער סוחר
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:12 pm

זייער א שיינע אינטראו, וועמער מוזן ווארטן מיט שפאנונג אויף די קימענדיגע ארטיקל צי הערן וויזוי און ווען דער גביר נעמט אויף.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:13 pm

דא קומט הייסע ווארע. מיר ווארטן מיט שפאנונג

חנן בן עכבור
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

תגובהדורך חנן בן עכבור » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:16 pm

סאונדס אינטערעסטינג!

מאניש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 04, 2017 6:11 pm

תגובהדורך מאניש » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:38 pm

ישר כח פארן עפענען אזא נוצבארע אשכול, אין די יעצטיגע תקופה ווען עס טוט זיך א היים געקויפעכטס, איז די אינפארמאציע ספעציעל נוצבאר.

אויב מעג איך בעטן, צו לאזן די אויבן-אויף אומנויטיגע אינפארמאציע - דהיינו ווי די געלטער פון די מארגעטש דרייט זיך, אין וועלכע פינאנציעלע אינסטיטוציע אין וואשינגטאן וכו' - צום לעצט, און צום ערשט באשרייבן וואס א ערוויטש אינגערמאן וואס קלערט פון קויפן א דירה און ארויסנעמען א מארגעטש דארף צו וויסן, וויאזוי ער דארף צוגרייטן זיינע פינאנסן אז עס זאל שטימען מיט די באנק פארלאנגען, און וויאזוי עס גייט צו די פאקשטישע פראסעס פון ארויסנעמען א מארגיטש, סטעפ ביי סטעפ.

נאכאמאל א גרויסן ישר כח

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:49 pm

מאניש האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען אזא נוצבארע אשכול, אין די יעצטיגע תקופה ווען עס טוט זיך א היים געקויפעכטס, איז די אינפארמאציע ספעציעל נוצבאר.

אויב מעג איך בעטן, צו לאזן די אויבן-אויף אומנויטיגע אינפארמאציע - דהיינו ווי די געלטער פון די מארגעטש דרייט זיך, אין וועלכע פינאנציעלע אינסטיטוציע אין וואשינגטאן וכו' - צום לעצט, און צום ערשט באשרייבן וואס א ערוויטש אינגערמאן וואס קלערט פון קויפן א דירה און ארויסנעמען א מארגעטש דארף צו וויסן, וויאזוי ער דארף צוגרייטן זיינע פינאנסן אז עס זאל שטימען מיט די באנק פארלאנגען, און וויאזוי עס גייט צו די פאקשטישע פראסעס פון ארויסנעמען א מארגיטש, סטעפ ביי סטעפ.

נאכאמאל א גרויסן ישר כח

גא"מ

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:10 pm

אן ע"י סייד נאוט. אסאך מאכן די טעות אז די געלט וואס די באנק גיט איז א "מארגעזש". ס'איז פארקערט, די הויז איז די מארגעזש, דער וואס גיט די הויז איז די mortgagor

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:16 pm

און דער מענטש וואס נעמט אחריות אויפן מארטגעדזש הייסט א mortgagee

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:25 pm

דריידל האט געשריבן:אן ע"י סייד נאוט. אסאך מאכן די טעות אז די געלט וואס די באנק גיט איז א "מארגעזש". ס'איז פארקערט, די הויז איז די מארגעזש, דער וואס גיט די הויז איז די mortgagor

ער גיט נישט דעם הויז ער איז משעבד דעם הויז
MORTGAGE = הלואה אויף א משכון
MORTGAGOR = דער לוה על המשכון
MORTGAGEE = מלוה על המשכון

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:50 pm

שיינע פעדער.
ווארטעך אויפן פארזעצונג.
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:52 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:און דער מענטש וואס נעמט אחריות אויפן מארטגעדזש הייסט א mortgagee

"Or" איז דער וועלכער טוט די פעולה (ער פאר'מארטגעדזשט זיין הויז אין אויסטויש פאר א הלוואה). "Ee" איז דער וואס באקומט די פעולה (די באנק באקומט די שעבוד).

Mortgagee - מלוה (די באנק)
Mortgagor - לוה (דער קאנסומער)
Loan - הלוואה
Mortgage - משעבד זיין א משכון
Collateral - די עצם משכון (די הויז)

ביי א קלאוזינג זיינען פארהאן 2 הויפט באנק דאקומענטן: די נאוט (די טערמינען פון די הלוואה), די מארטגעדזש (די טערמינען פון די שעבוד/משכון).

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:55 pm

גאר א פיינע געדאנק, מיר קוקן ארויס מיט שפאנונג.

דאס אז עס איז א קאמפלעצירטע סוגיא האמיר שוין בייגעוואונט אויף די אייגענע הויט, אבער זיך מער באקענען פון די נאנט מיט די דיטאלען קען זיין זייער אינטערעסאנט.

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:20 pm

וואס איז די המסתעף.. די שארט סעיל... :wink:

זשאסט קידינג... ווארט'מער מיט שפאנונג
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

HelpMe
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:35 pm

ישר כח המתחיל אומרים לו גמור!!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 9:31 pm

מי יודע האט געשריבן:איך האף אז דו מאכסט שיין פרנסה אין דיין שטעלע, אז נישט איז שרייב ארבעט א גוטע סובסיטוט פאר דיר, האסט א גוטן פעדער ;l;p-
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:28 pm

שרייב זיך איין צו באקומען א מעלדונג ווען עפעס קומט צו צי דעם אשכול.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:31 pm

מאניש האט געשריבן:ישר כח פארן עפענען אזא נוצבארע אשכול, אין די יעצטיגע תקופה ווען עס טוט זיך א היים געקויפעכטס, איז די אינפארמאציע ספעציעל נוצבאר.

אויב מעג איך בעטן, צו לאזן די אויבן-אויף אומנויטיגע אינפארמאציע - דהיינו ווי די געלטער פון די מארגעטש דרייט זיך, אין וועלכע פינאנציעלע אינסטיטוציע אין וואשינגטאן וכו' - צום לעצט, און צום ערשט באשרייבן וואס א ערוויטש אינגערמאן וואס קלערט פון קויפן א דירה און ארויסנעמען א מארגעטש דארף צו וויסן, וויאזוי ער דארף צוגרייטן זיינע פינאנסן אז עס זאל שטימען מיט די באנק פארלאנגען, און וויאזוי עס גייט צו די פאקשטישע פראסעס פון ארויסנעמען א מארגיטש, סטעפ ביי סטעפ.

נאכאמאל א גרויסן ישר כח

דירעקט נישט, פון דעם איז שוין דא א געוואלד. ממש לעצטענס האט איינער אפגעשריבן דא גאנצעטע בלעטער.

לאז דעם אשכול פאר די נאלידש שבו.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:22 am

יאצמעך האט געשריבן:לאז דעם אשכול פאר די נאלידש שבו.

גא''מ.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:47 am

מי יודע האט געשריבן:איך האף אז דו מאכסט שיין פרנסה אין דיין שטעלע, אז נישט איז שרייב ארבעט א גוטע סובסיטוט פאר דיר, האסט א גוטן פעדער ;l;p-

טענקס, חברה, פאר דעם ברוך הבא!

און יישר כח פאר די קאמפלימענטן. אזוי ניש' מיר ניש' דיר פילן זיי זיך היפש געשמאק :grin:

פאקטען האט געשריבן:וואס איז די המסתעף.. די שארט סעיל... :wink:

זשאסט קידינג... ווארט'מער מיט שפאנונג
:lol:

מאניש האט געשריבן:אויב מעג איך בעטן, צו לאזן די אויבן-אויף אומנויטיגע אינפארמאציע - דהיינו ווי די געלטער פון די מארגעטש דרייט זיך, אין וועלכע פינאנציעלע אינסטיטוציע אין וואשינגטאן וכו' - צום לעצט, און צום ערשט באשרייבן וואס א ערוויטש אינגערמאן וואס קלערט פון קויפן א דירה און ארויסנעמען א מארגעטש דארף צו וויסן


יאצמעך האט געשריבן:דירעקט נישט, פון דעם איז שוין דא א געוואלד. ממש לעצטענס האט איינער אפגעשריבן דא גאנצעטע בלעטער.

לאז דעם אשכול פאר די נאלידש שבו.


איך האב באמת זיך שוין פארגעשריבן נאך אביסל (טאקע פונעם 'והמסתעף' חלק שבו). איז, לאמיך ענדיגן יענץ ארויפשטעלן און דערנאך וועלן מיר לאזן דעם ווייטערדיגן געלויף זיך אנטוויקלען וויאזוי ס'וועט זיך אנטוויקלען. מסכים?
דיסקלעימאר גדול ונורא: איך ארבעט ביי Ark Mortgage, אבער איך גיב זיך נישט אפ מיט מארטגעדזשעס. איך שמועס אויס ענינים און פרוביר ענטפערן פראגעס בשייכות דער נושא אויף ווי ווייט מיינע ידיעות לאזן.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:26 pm

מיר זענען צופרידן מיט וואס אימער, עז לאנג ס'געשמאק זיך אויסצובלאזן און פארמאגט נאלידש.

מיר האבן נאר געגעבן א רעקעמענדאמציע נאך דעם וואס איינער האט געשריבען פארקערט. קאָפטשאו??
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:40 pm

אויב מעגליך ביטע אנהייבן פאר א' דהיינו ווען איינער טראכט נאך און די לאנג טירום צו דארפען א מארדגעטש וויאזוי דארף ער אויסשטעלן זיינע פינאנצען
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 12:43 pm

די ערשטע זאך איז.. זאגן פרשת המן פאר אכטע
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

עס איז מיר גיט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 1:00 pm

בין איך נייגעריג ווען איינער טראכט פון קויפן א הויז לויפט ער ארום זיכען וואס עס געפעלט אים יעצט ווען ער וויל עפעס נעמען דארף ער אפלייען פאר א מארטגעדז וואס קען זיך פארציען אפאר חדשים, אויב ער וועט בכלל אפראוועד ווערען, יעצט וועט עס דער מוכר האלטן פאר אים ער ווייסט דאך נישט זיכער אויב ער וועט אפראוועד ווערען, ווידער אפלייען פאר א מארטגעדז פאר מען האט א הויז קען מען אויך נישט איז ווי הייבט מען אן?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט